☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
475 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12713
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10
berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 7, 2021 1:18 am
· #469356
אישתישבי: ליין. 'עסטו וויסן... ס'שטייט אז אין א געוויסע תקופה נאכדעם וואס לב טהור איז געקומען קיין גוואטעמאלא האטציך געמאכט אז א גרופ פון בערך צען משפחות פון גרים האטציך געוואלט פאראייניגן מיט לב טהור. אבער דער הויפט אנפיהרער (וואס כ'האב שוין ב"ה פארגעסן זיין נאמען. נישט שלמה העלבראנץ.). האט זיי נישט געקענט סובל זיין. ר'האטציך געקריעגט מיט זיי. און געררודפ'ט. ער האט זיי געוואלט ארויס זעהן פאר א יעדן פרייז. הרה"ח ר' עקיבא קליין, הי"ו. א איד וואס געטציך אוועק בלב ונפש זיי צו העלפן. איז געגאנגען רעדן צו שלמה העלבראנס אליין. ער האט אויך צוזאמגעשטעלט 1300 דאללער א יעדן חודש פאר לב טהור. און ר'האטציך געבעטן בתחנונים אז מ'זאלל מאכן שלום מיט זיי. האט שלמה העלבראנס געזאגט אז ער אליינס האט נישט קיין פראבלעם מיט זיי. נאר זיין מענעדזשער, דער גרויסער רשע מרושע. ער רודפ'ט זיי. און ער, שלמה העלבראנס וויל זיך נישט קריגן מיט איהם...!
אישתישבי » מיטוואך אפריל 7, 2021 4:39 pm
· #469399
ווען זענען די אנדערע גרים צוגעקומען?
איך האב פארשטאנען אז מען רעדט פין הונדרעט משפחות.
היינט זענען די גרים קאנפליקטעט וועגן לב טהור, זיי העלפען די וואס לויפן אוועק, אבער זיי ווילען נישט רעדן אויף זיי.
berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:48 pm
· #469538
אישתישבי: ווייל זיי (די גוואטעמאלא גרים) זענען איידעלע אידן. און זיי וויללן נישט בארעדן לב טהור. אבער דער פאקט איז אז די רישעות איז געווען איינזייטיג. ס'איז געקומען פון די פירערשאפט פון לב טהור...!
קוויטעל » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:59 pm
· #469540
די גרים זענען תמימות'דיג, און די לב טהור זענען כיטרע רשעות'דיג. און דעם פעקל איז א סכנה צוצורירן, ווייל מענטשליכע לעבן האט ביי זיי קיין שום ווערד.
און דא דארף מען פארשטיין, אז ווער ס'לייגט זיך אריין אין דעם פרשה, פעלט עהם אליינס א שרויפל...
צום ביישפיל 'עקיבא קליין'. וואס אויסער דעם וואס ער האט שטארק געוואלט זיין ביי זיי, און זיי האבן עהם פארשיקט נאך יארן צוריק, האלט ער אינאיין וויינען אז מ'טשעפעט עהם, ווען ער זוכט זיך מיט לעכט צרות.
berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:11 pm
· #469542
קוויטעל: דו האסט נישט די ריכטיגע פאקטן. עקיבא קליין איז נישט געווארן ארויסגעווארפן פון לב טהור. און זיי רודפ'ן איהם נישט. פארקערט. ער האט זיי אייביג צוזאמגעשטעלט א סאך געלט א יעדן חודש. און געברענגט עסן מיט מסירות נפש ווען זיי האבן ממש געהונגערט. ער איז נאר געגאנגען שתדל'ן אז דער רשע (נישט שלמה העלבראנס) און זיין ווייב זאללן אויפהערן צו רודפ'ן זיי (די גוואטעמאלא גרים). נאר די השתדלות האט נישט געהאלפן. כמו שאמרתי.
ווי ס'זעהט אויס קענסטו נישט ר' עקיבא קליין. ער איז אזא בעל רחמנות. ער זוכט זיך אייביג אזעלכע קעיסעס. מצוות שאדם דש בעקביו. ווייל קיין שום מענטש ווילל זיך נישט אריינלייגן מיט א געזונטן קאפ אין א קראנקע בעט...!
ס'איז דא נאך פרטים פון כפיית טובה צו איהם. נאר איך ווילל נישט אריינגיין אין דעם.
די טשעפען איהם איז געקומען פון גאנץ אנדערע מקורות. דורך א באנדע לצים און רשעים...!
נאר ס'האט זיך ב"ה אפגעשטעלט נאך דעם ארטיקל אין מאמענט מיט עטליכע יאר צוריק...!
קוויטעל » פרייטאג אפריל 9, 2021 2:36 am
· #469555
berlbalaguleh
כ'האב גאר געהיימע נייעס פאר דיר; איך האב נישט געשריבן קיין פאלשע פאקטן, נאר דו האסט נישט פארשטאנען וואס כ'האב געמיינט, ווייל יעך קען עהם כאטש בעסער ווי דו מיינסט. איך קען עהם דורכזיכטיג. כ'האב נישט געמיינט די חלק פון 'קימסימי אף שאבעס', אבער אויך דאס איז על הכלל כולו יצא, ער איז א צעפיפענער נשמה - נישט סתם - ולא לחינם הלך עקיבא להם.
כ'קען שוין עקיבא איבער דרייסיג יאר, און לעצטענס האט ער זיך אזאנס פארפאטשקעט מיט'ן שכל - וואס ער האט ממילא נישט... און כ'וועל דיר פארציילן וואס כ'האב געמיינט.
עקיבא איז שוין א אלמן פאר די לענגסטע צייט, און ער האט געוואלט טרעפן א שידוך אין לב טהור, און מ'האט עהם נישט נאר פארטריבן, נאר געמאכט זיכער אז ער ברענגט ווייטער שיך מיט פיש מיט וואס דו ווילסט נאר הערן און געדענקן, און ווען ס'קומט אן צוזיי, נעמט מען עס, און עהם שטויסט מען צוריק...
ווי משוגע קען א מענטש זיין נישט צו כאפן וואס מ'טוט מיט עהם, אבער עקיבא איז קוקט אויס געדעמעדזטש אויפן שכל, און לויפט אהין צוריק ווי א .... און ער כאפט נאר מפלות פון זיי
אפשר לעבט ער פון פעטש... אויף עקיבא קען מען עס גלייבן, ווייל אויך די קימסימי אף שאבעס האט עהם גארנישט געשטערט, ס'איז א חלק פון זיין שיגעון זיך צו צעלאזן ווי א האמטי דאמטי און נאכדעם זאגן ווער ס'לאכט פון עהם - האסט מיר גורם געווען א הארץ אטאק.
הכלל, פארוואס איך שרייב דאס אלעס, אז זאלסט וויסן - ווי כ'האב געשריבן פריער - אז ער איז נישט פאר'רעכענט פון די געזונטע... און נישט עהם מיינט מען ווען ס'פאסירט היסטאריע דארט. דארט דארף געשען א ערד ציטערניש ווי סדום, וואס זאל אלע לב טחורים פארניכטן. אנדערש איז עס ווי מ'האקט אפ דעם שלאנג'ס פוס און זיין קאפ קריכט ווייטער...
אויב דו קענסט באמת די גאנצע געשיכטע פון לב טהור - פון פאר מאנסי, און פון נאך מאנסי - איז עקיבא איינס פון הונדערטע וואס האבן פראבירט זיך צוצוכאפן אינעם גרופע דארט, און איז ארויסגעפלויגן. ער הייסט נישט קיין עסקן, נאר א משלחת וחוזרת. כ'מיין כ'האב שוין גענוג געזאגט - וויפיל ס'פעלט אויס.
חקרן » פרייטאג אפריל 9, 2021 11:30 am
· #469572
אזוי צו צעשמירן א מענטש, פאר סתם, ווייל דיר האט אנגעכאפט, נאך דא אין קאווע שטיבל, דאס איז א חידוש. א גרעסערע חידוש וועט זיין אויב די הנהלה וועט עס גלאט אזוי צולאזן.
ארי נוהם » פרייטאג אפריל 9, 2021 1:38 pm
· #469577
חקרן
אזוי צו צעשמירן א מענטש, פאר סתם, ווייל דיר האט אנגעכאפט, נאך דא אין קאווע שטיבל, דאס איז א חידוש. א גרעסערע חידוש וועט זיין אויב די הנהלה וועט עס גלאט אזוי צולאזן.
ביידע זאכן זענען נישט קיין חידוש.
פאר מנשה לוסטיג איז נישט קיין חידוש צו בארעדן און צעשמירן א מענטש.
פאר די הנהלה איז נישט קיין חידוש אים צו לאזן לופטערן אזעלכע זאכן, והא ראי', מנשה לוסטיג איז נאכאלס דא אויף ק"ש (בבחינת משלחת וחוזרת, ווי ער טענה'ט אויף עקיבא'ן. והה"ד קוק דיר אין שפיגל, מום שבך וכו', קשוט עצמך תחילה, און דער מאמר הבעש"ט אז כל נגעים אדם רואה חוץ - איז מעצמו)
berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 9, 2021 5:55 pm
· #469604
ארי נוהם: ייש"כ. דו האסט זייער גוט געענטפערט פאר קוויטעל. ער זאגט אז ער קען עקיבא קליין בעסער פון מיר. און אז ער איז געגאנגען צו די פאררוקטע, רויבערישע חיות און משוגעים פון לב טהור (טמא) צו זוכן א שידוך. און זיי האבן איהם אפגעזאגט. ווייל ס'פעהלט איהם א שרייפל...!
אבער דער אמת איז, אז איך קען נישט נאך אזא גוטע נשמה און א לב טוב ווי ער. ס'זעהט אויס אז ער (קוויטעל) האט נישט געליינט דעם ארטיקל אין די פסח אויסגאבע פונ'ם מאמענט. אויסער דעם האביך מער, און בעסערע, אינסייד אינפארמעישן וועגן עקיבא קליין און דער מצב פון שידוכים ביי איהם. מ'האט איהם אנגעטראגן די שענסטע שידוכים און ער האט זיי אפגעזאגט. וועט ער גיין נישטערן אין גארבידזש קען ביי די צודרייטע קולט..?!
נאר ער איז אזא בעל רחמנות ( און א ביסל נאאיוו) אז ער האט רחמנות און פראבירט צו העלפן אפילו פאר די שפל'דיגסטע ברואים און צודרייטע, צופיפענע חיות ווי די לב טהור'ניקעס. נאר דא גראדע העלפט ער זיי נישט. פארקערט. ער איז ארויס אקעגן זיי. ער העלפט פאר די נרדפים. די גרים פון גואטעמאלא וואס די רשעים און חיות די אנפיהרערס פון די פארשאלטענע קולט לב טהור האבן גערודפ'ט אן אויפהער ביז זיי האבן זיי פאריאגט. יעצט זענען זיי זעלבסשטענדיג. און ר' עקיבא קליין העלפט זיי צו קומען צו א שטיקל מעמד. ממש נאר לשם מצווה...! ה' ישלם שכרו משלם...!
ס'זענען דא מענטשן וואס שטאטס איינזעהן וואספארא צדיק ער איז, זאגן זיי אז ער איז צודרייט. דאס געט מיר אויך א הסבר אויף וואס רש"י הק' זאגט אין אנהייב פ' עקב. מצוות שאדם דש בעקביו. כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען. וועלכער איד היט דען נישט שבת אדער עסט חזיר, ח"ו?! נאר אט דאס מיינט דער פסוק. אפילו אזעלכע מענטשן וואס א יעדער געוויינליכער מענטש דערווייטערט זיך פון זיי. אפילו זיי. ווען זיי זענען אין אן עת צרה. כאטש זיי זענען זיך אליין שולדיג. גייט ער און העלפט מיט מסירות נפש. כ'רעד שוין נישט דאס געלט וואס דאס קאסט איהם אפ. און נישט זיין אייגן געלט ווייל ער האט עס נישט. נאר ער גייט צוזאמשנארן געלט. און פאר די רשעים פון ל"ט האט ער געגעבן $1400 א יעדן חודש. נאר ווען זיי האבן אנגעהויבן רודפ'ן די גרים גרופ און זיי ארויסגעווארפן האט ער אויפגעהערט געבן געלט פאר ל"ט. און ער העלפט די גרים מיט מסירות נפש, ממש. כמו שאמרתי...!
קוויטעל » פרייטאג אפריל 9, 2021 6:20 pm
· #469607
וואסי נייעס...
berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 9, 2021 7:15 pm
· #469615
קוויטעל: איך האלט אז דו ביסט איינס פון די שמות הנרדפים פון מנשה לוסטיג. נאר דו ביסט מגולגל געווארן אין קוויטעל. אזוי ווי דיינע אנדערע 37 נעמען..לאל...!
איתן » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:04 pm
· #469618
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
כרם זית » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:07 pm
· #469619
און טאקע @ארי נוהם האלט דאך נישט פון גלגילים 😉
פאליטיקאנט » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:23 pm
· #469622
Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
ארי נוהם
חקרן
אזוי צו צעשמירן א מענטש, פאר סתם, ווייל דיר האט אנגעכאפט, נאך דא אין קאווע שטיבל, דאס איז א חידוש. א גרעסערע חידוש וועט זיין אויב די הנהלה וועט עס גלאט אזוי צולאזן.
ביידע זאכן זענען נישט קיין חידוש.
פאר מנשה לוסטיג איז נישט קיין חידוש צו בארעדן און צעשמירן א מענטש.
פאר די הנהלה איז נישט קיין חידוש אים צו לאזן לופטערן אזעלכע זאכן, והא ראי', מנשה לוסטיג איז נאכאלס דא אויף ק"ש (בבחינת משלחת וחוזרת, ווי ער טענה'ט אויף עקיבא'ן. והה"ד קוק דיר אין שפיגל, מום שבך וכו', קשוט עצמך תחילה, און דער מאמר הבעש"ט אז כל נגעים אדם רואה חוץ - איז מעצמו)
לאז ארויס די הנהלה, דו האלטסט מען דארף עם אויסשפארן, פיין. דאס איז דיין דעה, יענער מעג האלטן פארקערט. די גאנצע געדאנק פון קאווע שטיבל איז אז מ'צענזורירט נישט אין די וועלט אריין, ווילאנג איינער האלט זיך צו די תקנות (מער ווייניגער....) מאכט נישט אויס צו ער געפעלט יעדעם.
עס האט מיך אויך נישט געשמעקט וואס און וויאזוי קוויטעל האט געשריבן, [און אוואדי שמעקט עס פון בייעס,] אבער צו דען שרייבט קיינער אזוי?
זייט מוחה, און גיי ווייטער.
און יעדע ניק לכשעצמה. אז איינער איז אויסגעשפארט און קומט צוריק מיט א פרישן ניק וואס האלט זיך צו תקנות, איז נישטא קיין סיבה צו זיין שטרענגער מיט עם.
מארגן שפארט מען אויס רבה"ק ווייל ער שרייבט אפיקורסות לויט איך אויך, און איבערמארגן מעקט מען קורקלענד'ס פאוסטס ווייל ער איז פרא טראמפ.
קורקלענד » זונטאג אפריל 11, 2021 12:06 am
· #469628
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
דאס דארפסטו פרעגן קוויטל'ען, ווארום ער איז זיך כסדר אליינס מתגלה.......
berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 12:38 am
· #469629
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!
איתן » זונטאג אפריל 11, 2021 12:54 am
· #469632
berlbalaguleh
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!
איך האב נישט געזען ווי ער האט געזידעלט און געשריגן אויף ניקס.
כ'מיין די תירוץ איז עפעס אנדערש;
א טייל ניקס דא פלאצן פון קנאה וויאזוי מנשה האט זיך ערווארבן א נאמען ברחבי תבל, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו...
קורקלענד » זונטאג אפריל 11, 2021 1:05 am
· #469634
א רעלאטיוו נייער ניק וואס פופציג פראצענט פון די הודעות זיינע לעת עתה איז בנוגע מנשה....
berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 1:09 am
· #469636
קורקלענד: ער איז נאכנישט דא גענוג לאנג. (און שוין זאגט ער דיעות.)
קורקלענד » זונטאג אפריל 11, 2021 1:14 am
· #469638
berlbalaguleh
קורקלענד: ער איז נאכנישט דא גענוג לאנג. (און שוין זאגט ער דיעות.)
נאכנישט דא גענוג לאנג?
berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 1:25 am
· #469641
קורקלענד: קוק אויף די צאל פון זיינע תגובות. (4). און ווען ר'האטציך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל...!
ארי נוהם » זונטאג אפריל 11, 2021 2:29 am
· #469647
איתן
berlbalaguleh
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!
איך האב נישט געזען ווי ער האט געזידעלט און געשריגן אויף ניקס.
כ'מיין די תירוץ איז עפעס אנדערש;
א טייל ניקס דא פלאצן פון קנאה וויאזוי מנשה האט זיך ערווארבן א נאמען ברחבי תבל, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו...
און ווידעראמאל, פאר דער וואס כאפט נאכנישט און איז גענוג נאאיוו נישט צו זען מיט וואס מנשה איז אנדערש פון אנדערע ניקס, איז גענוג אנצודייטן אויפן נייעם ניק זיינער.
ניין, כ'רעד נישט פון קוויטעל, נאר פון איתן.
און קוקטס ווי דער ... (איינגעהאלטן פון ארויסזאגן זיין טיטל) רעדט פון זיך ווי כאילו ער האט זיך ערווארבן א נאמען, און ווי כאילו סיי ווער פלאצט גאר פאר קנאה.
פלצות התפלצתי. נעבעך.
איך האב נישט קיין כח צו זיין דער פאן טרעגער יעדעס מאל פון פריש, און ערקלערן מיט וואס מנשה איז אנדערש און פארוואס מ'טאר אים נישט טאלערירן. כ'האב עס שוין מסביר געווען עטליכע מאל ביי פריערדיגע סומאטוכעס וואס דער משונה האט אנגעדרייט. דרוש משם והעתיק לכאן.
פאר דער וואס וויל וויסן מיט וואס די "יעצטיגע" תגובה זיינע איז אנדערש ווי רביה"ק צי קורקלענד, איז איין זאך פשוט. לויט תקנות פון סיי וועלכע פארום איז נישט ערלויבט אויסצושמירן א פריוואטע מענטש (נישט קיין געמיינדע פירער) פאר סיי וועלכע אורזאך. איינער וואס האט די חוצפה צו נעמען א מענטש און אים באוואשן און אויסטון נאקעט, דארף ווערן אויסגעשפארט תיכף ומיד מיט אלע זיינע ניקס און מיט זיין איי. פי אדרעס.
דער וואס לאזט אזא איינעם אנגיין, אפילו טאקע מיט "נאך איין שאנס" -כדרכם כסל למו אז יעדעס מאל קריגט דער משונה א פרישע שאנס מיט א נייע ניק- איז פונקט דער מענטש אויף וועם חז"ל זאגן אז כל המרחם על אכזרים סופו להתאכזר על רחמנים.
ער איז א טראלל מימים ימימה, שטעכט און טריצט ניקס ווען און וואו און וויפיל ער קען נאר, און אצינד האט ער גענומען א פריוואטער מענטש און אים פשוט באשמוצט אויף א נידעריגן בעולמם של חרדים/פאליש סטיל. מ'האט רחמנות געהאט אויף אים ביז יעצט, אונטערן ליבעראלן פאלשן מאנטל פון אומצענזורירן און געבן רעכט אנצוהייבן פונדאסניי אד"ג, און ער טוט דער צווייטער האלב פונעם מאמר חז"ל - סופו להתאכזר על רחמנים, נעמענדיג א רחמנות'דיגער איד און פראקט אריין ברבים מיט א געמיינקייט.
עס איז מיר ניטאמאל ניחא צו פירן די מערכות מיט דעם אוממענטש, אבער לדעתי איז טאקע פשוט אוממאראליש צו געבן יעדעס מאל פרישע רעכטן פאר משונה צוריקצוקומען - ביז עס פלאצט פון פריש.
און אז פלמוני וואונדערט זיך "נו, גילוי?!", איז דער ענטפער איינפאך: איך קען נישט קיין איין איי פי אדרעס, איך האב קיינמאל נישט געשמועסט מיט משונה צי מיט קיינער פון זיינע ניקס, און איך האב ניטאמאל געהערט פון אנדערע ניקס אז הוא קוויטעל, הוא ישראל גלויבער, הוא איתן, הוא קנדה, הוא מאנטרעאל, הוא בוטן, הוא עמון, הוא פייסיס, הוא שקד, הוא קוקי, הוא שפילער, הוא כרפס, הוא מנשה לוסטיג.
עס איז אבער יא דא איין שנירל וואס לויפט אדורך אלע זיינע תגובות אין אלע זיינע ניקס, וואס מאכט יעדן דערקענען אז מ'רעדט פון איין אין דער זעלבער משונה מנשה. אלזא, גילוי?! שרייטס אויף מנשה'ן, וואס מאכט יעדעס מאל גילוי אויף זיך אליינס פונדאסניי.
און צו דער וואס וואונדערט זיך אין אישי, הלמאי ווען ס'קומט צו מנשה איז כלומר'שט אלעס מותר, און אז די הנהלה טאר זיך נישט אריינמישן נאר זיך האלטן אביעקטיוו, ביז "ווען איינער טרעט קלאר איבער די תקנות", וויל איך קלארשטעלן:
1. שאנטאזשירן ניקס אין אישי מיט אויסברוכן, איז קעגן תקנות.
2. טראללן מענטשן אין זייערע - צי סתם - אשכולות, איז קעגן תקנות.
3. בארעדן פריוואטע מענטשן אין א פארום, איז קעגן תקנות.
4. נוצן ביליגע שפראך אויף רבנים ומנהיגים, איז קעגן תקנות.
5. שרייבן הין און צוריק מיט פילע ניקס, אז א טראללעריי פאר זיך און איז קעגן תקנות.
וויפיל נאך זאכן דארף דער משונה טון אז עס זאל ווערן אנגערופן אז ער טרעט איבער די תקנות? ווען וועט די הנהלה ענדליך איינזען אז די ערשטע רגע וואס עס שפראצט ארויס א נייער ניק פון משונה - דארף מען אים אויסשפארן אויפן ארט, פשוט צוליב "ההיסטוריה מוכיחה"?! ווען וועט מען זיך כאפן ביים קאפ, אז ליבעראליזם און פלאראליזם וואס באשטייט פון ארייננעמען טעראריסטן ביי זיך אין הויף, איז נישט ליבעראליזם נאר פערדעריי?
ולקינוח, עיעו' (נאר טיילווייזע רשימה):
קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 3:46 am
· #469655
א גרוס פונעם אלטן מקום זייערע - אין קאנאדע - לאנטיער.
איך בין פריער אריבערגעפארן דעם מקום, אויפ'ן וועג קיין טאש.
תרמב » זונטאג אפריל 11, 2021 11:22 am
· #469675
אבער סאיז דאך מעגליך אמאל אז מ’זאל איינעם חושד זיין בכשרים אז ער איז מנשה, סאו דארף מען שטארק נזהר זיין פאר מ’פסלט אפ איינעם, ולמזהיר ולנזהר וכולי
אישתישבי » זונטאג אפריל 11, 2021 11:25 am
· #469678
איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.
קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 2:27 pm
· #469690
אישתישבי
איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.
אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח
איתן » זונטאג אפריל 11, 2021 2:46 pm
· #469695
קוויטעל
אישתישבי
איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.
אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח
זיי זענע נישט! איך קען ארי נוהם פערזעליך, הגם ער ווייסט נישט אז איך קען עהם. ער האט פיינט מנשה שנאת מוות [ער קלערט אוודאי אז מ'ווייסט נישט אז נאך אפאר ניקים דא איז ער אליינס און ער רעדט צו זיך אליינס, הוא מותיב לה והוא מפרק לה... חחח]
חכמת שלמה » זונטאג אפריל 11, 2021 4:00 pm
· #469699
אחיי ורעי האהובים, ידידים נאמנים וכו'.
איך בין אויפגעמערקט געווארן אז איך האב עטוואס געגרייזט אין מיין באריכט און איך וויל דאס דא פארריכטן.
ר' יעקב נחום וויינגארטן געפינט זיך נישט אין א לייכטער מצב, די תפיסה וואו ער געפינט זיך איז ווייט פון באקוועם און גוט. ער געפינט זיך טאקע נישט די תפיסה "אינפיערניטא" - וואס באדייט אויף ספאניש "גהינום", אדער אין די שעדליכע "בוקעראן" טורמע, אזוי ווי זיי האבן געוואלט אז ער זאל זיצן, און דאס איז טאקע א חסד ה', ווייל די דאזיגע צוויי טורמעס זענען "אוישוויץ", נאר בלויז אן די גאז-קאמערן, אזאנס וואס לאזט זיך נישט גלויבן אז אין 2021 געפינט זיך נאך אזאנס. פארט איז די טורמע וואו ער זיצט ווייט פון באקוועם און גוט, ער דארף האבן רחמי שמים אויף יעדן טריט און שריט, איך בין נישט פונקטליך באקאנט, אבער כפי השמועה זענען די אמעריקאנע טורמעס גאלד קעגן די בעסטע טורמעס אין יענע מדינות, און ווי אזוי די טורמעס דאהי קוקן אויס דארף מען נישט דערציילן. בקיצור, ס'איז נישט אזוי געשמאק צו הערן און דער אויבערשטער וועט אים אוודאי העלפן.
אויסער דעם האפט מען אויף אלעמען בעסטן, און מען זאל קענען בקרוב מבשר זיין גוטע בשורות.
איך אויך » זונטאג אפריל 11, 2021 4:34 pm
· #469705
ב''ה פאר דעם און טאקע א גרויסע שאד ער איז נישט אין גיהנם.
תרומה » זונטאג אפריל 11, 2021 4:53 pm
· #469706
וגונב איש ומכרו מות יומת
רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 11, 2021 5:29 pm
· #469721
קורקלענד » זונטאג אפריל 11, 2021 6:37 pm
· #469729
איתן
קוויטעל
אישתישבי
איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.
אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח
זיי זענע נישט! איך קען ארי נוהם פערזעליך, הגם ער ווייסט נישט אז איך קען עהם. ער האט פיינט מנשה שנאת מוות [ער קלערט אוודאי אז מ'ווייסט נישט אז נאך אפאר ניקים דא איז ער אליינס און ער רעדט צו זיך אליינס, הוא מותיב לה והוא מפרק לה... חחח]
כט) אידענטיטעט - א פרואוו אויפצודעקן ווער עס שטייט אונטער א ניק, אדער רעדן פון פרטים פון א ניק'ס אידענטיטעט, אפילו נאר פאר א וויץ, אפילו נאר אויף שפעקולאציע, אדער אפילו מיט'ן שפעקולירן אויף אנדערע ניקס - פארשלאפענע אדער אקטיווע - אז זיי געהערן פאר דעם זעלבן מענטש, איז שטרענג פארבאטן. איינער וואס וועט אויף דעם עובר זיין קען תיכף ומיד אויסגעשפארט ווערן.
ל) טראלס - מיר קענען נישט טאלערירן קיין "טראלס". פאלגנד איז די דעפיניציע פון א "טראל" לויט וויקיפעדיע: "א טראל איז א מענטש וואס זייעט אן מחלוקת אויף דעם אינטערנעט, דורך אנפאנגען ויכוחים אדער אויפרעגן מענטשן, דורך פאוסטן היציגע און אומרעלעוואנטע מעסעדזשעס, אדער מעסעדזשעס וואס האבן נישט קיין שייכות צום שמועס... מיט דער קלארער כוונה צו פראוואצירן לייענער פאר אן עמאציאנעלן ענטפער, אדער אנדערע אופנים פון צעשטערן נארמאלע שמועסן." א טראל האט א נאטירליכער טאלאנט צו גיין צווישן די טראפן, און נישט עובר זיין אויף קלארע פרינציפן. דערפאר, אויב א באדייטנדער צאל אקטיווע מעמבערס און חברי ההנהלה וועלן מסכים זיין אז עמיצער איז א טראל, וועלן מיר אונטערנעמען שריט.
קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 6:41 pm
· #469731
סך הכל וויפיל זענען אין געפענגעניש {ביי רעגירונג אינסטאנצן...}?
berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 10:57 pm
· #469757
ביי רעגירונג אינסטאנצן הייסט נישט אין געפענגעניש. זיי האבן זיך עס מער ווי פארדינט. עפ"י הלכה זענען זיי חייב מיתה. ביי זיי גייט אן דער דין פון ..."מורידין. ולא מעלין"...! עכ"פ. מ'דארף זיי איבערלייגן און גיט אריינשמיין ביז ס'וועט שפריצן בלוט. אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...!
מ'דארף זיי געבן טרוקן ברויט מיט וואסער...!
חכמת שלמה » זונטאג אפריל 11, 2021 11:00 pm
· #469759
נאכאמאל, מיט אזעלכע תגובות איז מעגליך אז איך וועל נישט האבן מער די מעגליכקייט דא צו שרייבן. איך מיין אז דער ציבור וויל יא איך זאל שרייבן און ברענגען נייעס, אבער אויב דאס איז די רעאקציעס דערויף, וועט עס לכאורה מוזן ווערן אפגעשטעלט.
ביבער » זונטאג אפריל 11, 2021 11:07 pm
· #469761
חכמת שלמה
און ווי אזוי די טורמעס דאהי קוקן אויס דארף מען נישט דערציילן.
אופס...
קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 11:29 pm
· #469764
נישט פארגעסן, אז 'ישי פימא' האט שלמה אליינס געקידנעפט - וזוכר חסדי אבות...
בן ישי » מאנטאג אפריל 12, 2021 2:25 am
· #469769
פארוואס איז די תגובה ווי איינער רייסט דא אראפ ברבים א פרייוואטע אומשילדיגע מענטש נאכנישט פארמעקט??
קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:17 am
· #469774
חכמת שלמה
נאכאמאל, מיט אזעלכע תגובות איז מעגליך אז איך וועל נישט האבן מער די מעגליכקייט דא צו שרייבן. איך מיין אז דער ציבור וויל יא איך זאל שרייבן און ברענגען נייעס, אבער אויב דאס איז די רעאקציעס דערויף, וועט עס לכאורה מוזן ווערן אפגעשטעלט.
מען וועט נישט קענען שרייבן....
דער קולט מיטגלידער מיינט נעבאך אז ער געפונט זיך אין זיין היימשטאט בבל... ער פראבירט צו מאנאפעלירן ווי אזוי צו שרייבן אויף זיין טמאנע געטשקע דער ארז הנגדע ימ''ש. שרייב יא! שרייב נישט! לעזט זאפארט אויף אייער טמאנע קולט! כלל ישראל האט שוין גענוג געליטן פון די אפפאל פונעם ארז הנגדע ימח שמו וזכרו לעד ולנצח נצחים!
בת קול » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:38 am
· #469775
חכמת שלמה
נאכאמאל, מיט אזעלכע תגובות איז מעגליך אז איך וועל נישט האבן מער די מעגליכקייט דא צו שרייבן. איך מיין אז דער ציבור וויל יא איך זאל שרייבן און ברענגען נייעס, אבער אויב דאס איז די רעאקציעס דערויף, וועט עס לכאורה מוזן ווערן אפגעשטעלט.
וואס וועט זיין דיין שטראף אויב דו פאלגסט זיי נישט?
תרומה » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:51 am
· #470053
עני פרישע ליגענט פון חכמת ארז?
berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:25 pm
· #470095
אונז עמיר שטארק וויינען. אנישט איז נישט...!
אלע צוזאמען » מאנטאג אפריל 19, 2021 4:11 pm
· #470676
לעצטיגע נייעס
📎 Screenshot_2021-04-19-16-05-54-443.jpeg
קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 19, 2021 4:38 pm
· #470677
דאס ערשטע קלאגע דערמאנט מיך וואס דער שרף פון חצאצק הי''ה זאגט שטענדיג נאך... ווארשיינליך נאך פון פריערדיגע צדיקים...
די גוים זענען טאג און נאכט פארנומען מיט סעקס און געלט.
אידן ב''ה נישט! זיי זענען בלויז פארנומען מיט פרנסה און שדוכים...
זאגן אז די רשעים פונעם קולט זענען הייסע און ווילדע נואפים וואס נוצן דאס טערמין "חתונה מאכן" אלטע האריגע זיידעס צו צוועלף יעריגע מיידליך, איז נאך מילד גערעדט. און איבער אלעם זיי נוצן ג-ט און זיין תורה פאר זייערע אומראלישע נידעריקייטן. זאלן די אגענטן פון די פעדעראלע ביורא אינוועסטטיגאציע, זיין די גוטע שלוחים פון ג-ט אפצושפארן דעם סדום שבבבל...
אינגערמאנטשיקל » מאנטאג אפריל 19, 2021 5:01 pm
· #470682
לינק צו די קלאגעס?
גיב א שמייכעל » מאנטאג אפריל 19, 2021 5:13 pm
· #470685
ארי נוהם
איתן
berlbalaguleh
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!
איך האב נישט געזען ווי ער האט געזידעלט און געשריגן אויף ניקס.
כ'מיין די תירוץ איז עפעס אנדערש;
א טייל ניקס דא פלאצן פון קנאה וויאזוי מנשה האט זיך ערווארבן א נאמען ברחבי תבל, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו...
און ווידעראמאל, פאר דער וואס כאפט נאכנישט און איז גענוג נאאיוו נישט צו זען מיט וואס מנשה איז אנדערש פון אנדערע ניקס, איז גענוג אנצודייטן אויפן נייעם ניק זיינער.
ניין, כ'רעד נישט פון קוויטעל, נאר פון איתן.
און קוקטס ווי דער ... (איינגעהאלטן פון ארויסזאגן זיין טיטל) רעדט פון זיך ווי כאילו ער האט זיך ערווארבן א נאמען, און ווי כאילו סיי ווער פלאצט גאר פאר קנאה.
פלצות התפלצתי. נעבעך.
איך זעה אפי נישט ווי ס'דא א מקום צו צווייפלען אז @קוויטעל איז... דא האט איהר אן אשכול וואס ער האט זיך זעלבסט געפענט צו אדווערטייזען זיין בוך....
איתן » מאנטאג אפריל 19, 2021 5:28 pm
· #470692
איינער האט שוין אמאל געזען איין בילד פונעם קבר איש האלוקים בעל חכמת שלמה זצוק''ל ?
אינטערעסאנט מ'האט עהם נישט געלייגט אין קאשוי, נעבן הצדיק ר' משה בער בעק זצוק"ל.
קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 19, 2021 5:32 pm
· #470695
די קערפער פונעם ארז הנגדע שימלט ערגעץ אין א פארשטיפטע אביקאדאו פעלד אין גואַטעמאַלאַ...
איתן » מאנטאג אפריל 19, 2021 5:39 pm
· #470697
קאך_לעפל
די קערפער פונעם ארז הנגדע שימלט ערגעץ אין א פארשטיפטע אביקאדאו פעלד אין גואַטעמאַלאַ...
יש אומרים, אז וויבאלד ס'נישטא קיין פרוף, קען זיין אסאך אנדערע זאכן האט פאסירט צוזיין קערפער.
[אויב ער איז בכלל געשטארבן... ווייל ס'דא א מיינונג אז ס'אויף דעם אויך נישטא קיין לעגאלע פרוף]
גיב א שמייכעל » מאנטאג אפריל 19, 2021 8:28 pm
· #470729
איתן
קאך_לעפל
די קערפער פונעם ארז הנגדע שימלט ערגעץ אין א פארשטיפטע אביקאדאו פעלד אין גואַטעמאַלאַ...
יש אומרים, אז וויבאלד ס'נישטא קיין פרוף, קען זיין אסאך אנדערע זאכן האט פאסירט צוזיין קערפער.
[אויב ער איז בכלל געשטארבן... ווייל ס'דא א מיינונג אז ס'אויף דעם אויך נישטא קיין לעגאלע פרוף]
סארא נפק"מ צו ער איז יא געשטארבן צו נישט?!? די לאגע פאר די פארכאפטע איז נאר סאך ערגער געווארן זייט ער איז פארשויינדען געווארן פון די ארענע. די רוצחים דארט האבן זיך זייט דעמאלטס צופירט די הענט אויף א שוידערליכע אופן... ס'נאך געווען גאלד ווען דער הענקער האט נאך געלעבט! ער איז געווען דער דעקל פון די גארבעדזש קען וואס שטינקט אויכעט געפערליך!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10