☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

475 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12713
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

מפיל קינד » מאנטאג אפריל 19, 2021 8:37 pm

· #470732
אין די מאמענט אינטערוויו שרייבט אליהו יואל גליק אז מ'האט אים נישט געוואלט טראגן צום קבר. אנגעבליך ווייל זיי שעמען זיך ווי נאכגעלאזט דאס פלאץ איז...

זיי האבן אים ארומגעפירט אין גאנצן שטעטל, קיין איין זאך איז נישט נאכגעלאזט דארט, אלעס שימלט און סרוכעט, אבער פונקט די קבר וואס דארף נישט מער פון א הארט שטיקל צעמענט, דאס שעמען זיי זיך צו ווייזן.

די פליאה שרייט ביזן בימל.

שפילער » מאנטאג אפריל 19, 2021 11:26 pm

· #470771
תרמב
אבער סאיז דאך מעגליך אמאל אז מ’זאל איינעם חושד זיין בכשרים אז ער איז מנשה, סאו דארף מען שטארק נזהר זיין פאר מ’פסלט אפ איינעם, ולמזהיר ולנזהר וכולי

מיך האט מען טאקע אומזיסט חושד געווען און דער יעניגע האבן מיר ניטאמאל איבערגעבעטן

חבדניק » דינסטאג אפריל 20, 2021 2:52 am

· #470783
איך האב גוט איבערגעקוקט די נייע ענדייטמענט, און חוץ פון די פאקט אז זיי ווילן לייגן גרעסערע טשארזשעס זעהט דאס נישט אויס קיין שום נייע אויפדעקונג, און ווי עס זעהט אויס אז זיי האבן א פראבלעם מיט די יעצטיגע טשאדרזשעס, אדער מיט עקסטרעדישן פון די וויינגארטן'ס, דערפאר האבן זיי מחליט געווען אז מען גייט זינגען די ניגון אנדערש.

אין קורצן, פריערדיגע נוסח: פערענטל אבדאקשן, דאס מיינט זיך אריינמישן אין די קאסטעדי פון די עלטערן, און אריבערטראגן פון איין לאנד צום צווייטן (די ווארט קידנעפינג איז נאר די קנאק פון די זאך, ווייל ארטיקל 1204 רעדט נישט פון קיין קידנעפינג, נאר ביי די קעפל, און דאס איז פאר פארשידענע סיבות). נייע נוסח: וויבאלד וויקטים 1 איז געווען "חתונה געהאט" צו א אדאלט, און במילא ווער עס ברענגט איר צוריק צו דעם אדאלט, פארשטייט דאך אליין אז מען גייט טוהן וואס מענטשן וואס האבן חתונה געהאט טוהן, און וויבאלד זי איז דאך א מיינער, איז קומט אויס אז יעדער איינער וואס ברענגט זיי נענטער האט א חלק מיט דעם קריים.

מען רעדט פון די זעלבע פאקטן, ווער עס האט גענומען איז די זעלבע, וואס מען האט געטון איז די זעלבע, די ציל וואו צו גיין איז די זעלבע, נאר די פשט'ל אז וויבאלד אז פארשטייט זיך די קאפל וועט טוהן... איז במילא האט מען א חלק אין די אלע זאכן וואס זיי וועלן טוהן, דאס איז די חידוש נפלא וואס זיי האבן יעצט מחדש געווען...

קומט אויס יעצט אזוי, אז ווער עס וואלט געגעבן א היטש פאר דעם יונגערמאן אין א גרינע דינסטאג אהיים צוקומען האט א חלק אין די קריים, אדער א גוי וואס האט פאראכטן זיין דאך אין הויז האט אויך א חלק אין די קריים, און אזוי ווייטער, פארשטייט זיכער אלע שושבינין און בעלי שמחה און אויך די וואס האבן געקאכט פאר די חתונה אויך... און נישט נאר איינמאל א קריים, נאר יעדע נאכט וואס זיי וועלן דאס טוהן...

פון היינט און ווייטער זאל וויסן יעדע באס דרייווער, ווען ער לאזט זיך ארויס אויף די וועג, אז ער איז אחריות וואס יעדער איינער וועט טוהן ביינאכט, און אויב דארט איז דא א מיינער דארף ער זיכער מאכן אז ער טרענט נישט ארום ערגעץ, אויב יא זאל ער אים זאפארט אראפווארפן פון די באס...

די גאנצע זאך האט אויך א שווערע פראבלעם, וויבאלד מען רעדט נישט דא פון טוהן א קריים קעגן א מיינער, מען רעדט נאר צו נוצן די בארדער'ס אדער טרעוולען אדער טראגן א מיינער מיט די "כוונה" אז איינער זאל קענען טוהן מיט איר די קריים, ווייל עס איז דאך אויך נישט זיכער, אפשר וועלן זיי זיך סעפערעיטן אדער גט'ן. און אויב די קריים איז פערענטל אבדאקשן, והא ראי' מען האט אויך געטראגן די קלענער יונגל, און אויך פראבירט נאכדעם עס צו טוהן, אין די צייט וואס איר "מאן" איז שוין געווען אין תפיסה און ער ווארט איר נישט אין גואטעמאלא עס צו טוהן, אויב אזוי קענסטו נישט איבערצייגן פאר זיכער אז דאס איז געווען די "כוונה", און די כלל פון דעם געזעץ איז אז די כוונה מוז איבערגעצייגט ווערן פאר זיכער אן קיין שום ספק.

ווי עס זעהט אויס אז די טשארדזש האט מען נישט געמאכט ביז יעצט ווייל עס איז א גענצליכע אבסורד, אבער פאר אינטערנעשנל עקסטרעדישן נוצט מען עס פאר נאך א טשענס, און ביי די טרייעל וועט דאס סייווי אוועקפאלן.

כדי אביסל צולייגן זאלץ און פעפער צו די מעשה, שרייבט מען אז אין לב טהור האט מען חתונה צו האבן קינדער, און ביי וועלכע פרומע יודן טוהט מען דאס נישט? אין לב טהור לערנט מען אויס פאר די חתונה וואס מען טוהט, און וואו טוהט מען דאס נישט? אפשר דארף מען דאס אויסלערנען ביי 5 יאר אזוי אין די פאבליק סקול.

קיינער אין לב טהור האט נישט געלייקנט אז די טאכטער האט חתונה געהאט, וואס די FBI שרייבט אז מען לייקנט אדער מען מאכט זיך עלטער, דאס איז המשך צו אלע העיט זאכן וואס מען שרייבט, אלעס וואס דער גייסטיש צושלאגענע יונגל האט געזאגט פאר אייזיק ווייס, אז אין לב טהור שלאפט מען אין צימערן פון שלענג און עקדעסן, און אויך מען שלאפט אין פארפרוירענע פריזער'ס (איך ווארט נאך אויף די דאקטער אפיניען, אז מען קען דאס איבערלעבן...)

יעדע מאל מיינט מען אז יעצט איז שוין אלעס דערנאך, מען האט שוין אנגעלערנט די געפערליכע קאלט, יעצט זענען זיי אויף געפערליכע צרות, ב"ה עס האלט נישט דארט, און דער אייבירשטער היט זיי... דער שומר ישראל האט כחות אסאך מער פון די FBI

איך קען נאך אסאך מאריך זיין אין דעם, אבער ווער עס וויל וויסן די פאקטן איז דאס שוין גענוג..

איך אויך » דינסטאג אפריל 20, 2021 2:59 am

· #470784
נאר 'באצופאל' זענען 7 פון דיינע 15 תגובות בנושא פון תחת טמא.

היסטאריע » דינסטאג אפריל 20, 2021 4:56 am

· #470787


פון היינט און ווייטער זאל וויסן יעדע באס דרייווער, ווען ער לאזט זיך ארויס אויף די וועג, אז ער איז אחריות וואס יעדער איינער וועט טוהן ביינאכט, און אויב דארט איז דא א מיינער דארף ער זיכער מאכן אז ער טרענט נישט ארום ערגעץ, אויב יא זאל ער אים זאפארט אראפווארפן פון די באס...


א שטות פין א דמיון.

יעצט האבן זיי נישט פראבירט צו פארכאפן דער מיידל מיט געוואלד, נאר פראבירט צו זיין א מפתה אז זי זאל צוריקקומען, און איבערדעם אין מען זיי נישט טשארדזשן אויף דעם.

זיי זענען מסוכן ביז גאר, מאכן חתונה יונגע מיידלעך צו עלטערע מענטשן און געבן שלעק און קאנטראלירן די מענטשהייט.

זייט מען האט ארעסטירט דעם וויינגארטען, זענען אלע טעלעפאנען אין לב טהור אנגעהאקט, מען קען נישט אריין רופען אדער ארויס רופען.

זיי הערען אונטער אלע טעלעפאנען אין "בבל", גראדע האבן זיי ארויסגעווארפען (פאר א חודש) דער מבין וואס האט געמאכט דער סיסטעם צו הערען אלע פאון קאלס, און זיין ווייב און קינדער זענען געבליבען דארט, אלץ צוליב דער חטא ווייל ער האט געלערנט משנה ברורה.

היכי דמי » דינסטאג אפריל 27, 2021 9:23 am

· #471569
הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/">https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/</a>

הוגה » דינסטאג אפריל 27, 2021 9:45 am

· #471575
היכי דמי
הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/">https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/</a>


ביי בערך 1:15 - 1:17 פיקסט יוסף קרויס גוט צי יואלי ווייס'ן פארן מאכן א ראסיסטישע קאמענט אקעגן שווארצע.

חכמת שלמה » דינסטאג אפריל 27, 2021 2:50 pm

· #471614
אונז גיימער ווידער זיין אין די נייעס, אין מאמענט, די וואך אי"ה.... ווארט מיט שפאנונג.

קען איינער ברענגען מענדי לעוויס זאך אויף גוגל דרייוו? - איך האב נישט קיין צוטריט צו אינסטגראם. יישר כח.

נײגעריגער » דינסטאג אפריל 27, 2021 3:17 pm

· #471623
אָפּגעזען פון יואלי װייס'נס קװאליפיקאציעס אלס אונטערװיוער, מענדי לעװי'ס דיבורים האבן מיר שטארק צושאקלט. אומגלויבליך. מיין הארץ גייט אויס פאר די אלע װאס זענען געבוירן דארט. עיני עיני ירדה מים. ער זעהט אויס צו זיין אין א גוטע\בעסערע מצב אצינד. האפנטלעך איז זיין מאָװי נישט בלויז א דמיון.

סמבטיון » דינסטאג אפריל 27, 2021 4:00 pm

· #471628
הוגה, דאס האסטו ארויסגענימען פונעם גאנצן שמועס?

הוגה » דינסטאג אפריל 27, 2021 5:14 pm

· #471636
סמבטיון
הוגה, דאס האסטו ארויסגענימען פונעם גאנצן שמועס?

וואס זאל איך טון אז פונקט ביי יענע נקודה האביך געדארפט גיין אויף בזיעת אפיך? 😕

בת קול » זונטאג מאי 2, 2021 2:55 am

· #472130
חכמת שלמה
אונז גיימער ווידער זיין אין די נייעס, אין מאמענט, די וואך אי"ה.... ווארט מיט שפאנונג.

קען איינער ברענגען מענדי לעוויס זאך אויף גוגל דרייוו? - איך האב נישט קיין צוטריט צו אינסטגראם. יישר כח.



צו פארדעקן די לעצטע קידנעפינג?
וואס איז מיט ענק משוגעים?
ענק האבן זיך נאך נישט געלערנט?

📎 7358B72D-9E24-4433-A532-AA98FD03267A.jpeg

בן ישי » זונטאג מאי 2, 2021 6:07 am

· #472141
היכי דמי
הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/">https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/</a>


Wowowo

איך בין באמת נתפעל געווארן פון די שטארקייט פון מענדי לעווי!!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 2, 2021 6:26 am

· #472145
איתן
איינער האט שוין אמאל געזען איין בילד פונעם קבר איש האלוקים בעל חכמת שלמה זצוק''ל ?
אינטערעסאנט מ'האט עהם נישט געלייגט אין קאשוי, נעבן הצדיק ר' משה בער בעק זצוק"ל.

איתן: דער אלטער קאשויער רב, הרב הצדיק ר' רפאל, זצוק"ל איז בכלל נישט געווען הרב משה בער בעק'ס טייפ. איך בין זיין תלמיד. איך האב געלערנט ביי איהם. ער איז געווען א נח למקום ונח לבריות. זיין אהבת ישראל האט געברענט אין איהם. ער האט געוואוסט דעם נאמען און דעם מצב פון א יעדן תלמיד. און זיך באצויגן צו איהם ווי אן אייגענער טאטע.

איך בין אמאל נישט געוען געזונט. כ'בין געבליבן אין דארמיטארי. יענעם אוונט איז די רבי אליינס בכבודו ובעצמו געקומען מיך מבקר חולה זיין. ער האט זיך נאכגעפרעגט אויב איך דארף עפעס...! נאר זיין זון. דער לעצט פארשטארבענער קאשויער רבי... ר' אליעזר חיים ז"ל האט געמאכט דעם רושם פון א קדוש וטהור. ער איז געווען א שלעכטער מענטש, אן אומפארגינער. ער האט זיך (אין זיינע יונגערע יארן) שטענדיג ארומגעריסן מיט די עלטערע בחורים (איך בין נאך דאמאלס, תשכ"ד ) געווען פון די יונגערע בחורים. כמעט א יעדן טאג, ספעציעל אין קעמפ איז געווען קולות וברקים. ס'איז שיער נישט געגאנגען פעטש. אלץ מיט די גרעסערע בחורים...! פלוצלינג איז ער געווארן א קדוש וטהור...! ער איז געווען די גלייכן פון ר' משה בער בעק...!

cictim » דינסטאג מאי 4, 2021 10:34 am

· #472348
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1GxC52hbDGGXK8iNgq6zaGLjvu1QDY4Fq/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1GxC52h ... sp=sharing</a>

חכמת שלמה » מאנטאג מאי 10, 2021 8:35 pm

· #472861
אלטער_איד, וואו איז די פיש??

Lesser » מאנטאג מאי 10, 2021 10:11 pm

· #472870
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלט פרעגן דאס זעלבע, מיז זיין זיי האבן סיי וואס עפעס אן אפמאך.

אישתישבי » מיטוואך מאי 12, 2021 1:42 pm

· #473009
מען צאלט זיי גארנישט, עס איז סתם טפשות.

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך מאי 12, 2021 3:11 pm

· #473016
cictim
https://drive.google.com/file/d/1GxC52hbDGGXK8iNgq6zaGLjvu1QDY4Fq/view?usp=sharing

כהאב נישט קיין נעוון צו קוקן אזא לאנגע זאך, קען איינער זאגן בקיצור די חידושים וואס מזעט דארט?

חכמת שלמה » דינסטאג יולי 27, 2021 2:39 am

· #478376
בקיצור...

1. נעם אוועק דעם רבי'ן פון דארט, וועט די גאנצע זאך צופאלן, אלע וועלן אנטלויפן פון דארט... ער האלט זיי אן מיט אן אייזערנעם פויסט און ער טעראריזירט זיי. איר גלויבט נישט? - פרעגט יאסל וואלדמאן, ער וועט אייך שוין דערציילן.

2. דער רבי איז שוין נישטא? - אה, דער רבי איז נאך פיין געווען. דער זוהן - דער נייער רבי, ער איז דער שלאנג, ער האט געהאלטן זיין טאטע'ן אונטער קאנטראל. דער טאטע איז אפילו נישט געווען אזוי שארף. אלעס איז דער זוהן שולדיג. איר גלויבט נישט? - פרעגט מענדי לעווי, ער וועט אייך שוין דערציילן.

3. דער נייער רבי איז שוין אין טורמע, און אלעס איז נאך אויפן פלאץ? - אה, ס'איז אויך נישט דער היינטיגער רבי... פרעגט נאר נתן... ס'איז ר' מאיר יששכר ראזנער, ער איז דער גאנצער מוח, ער האט געהאט השפעה, סיי אויפן פאריגן רבי'ן און סיי אויפן היינטיגן. די העלבראנץ משפחה איז אפילו נישט געווען דער אמת'ער פראבלעם, ר' מאיר יששכר, ער איז געווען די זאך. ער איז דער פאקטישער פירער און ער האט אריינגעברענגט אלע חומרות און טעראר אויפן פלאץ. נעמט אים אוועק פון דארט און אלעס וועט זיין מסודר. פרעגט נאר איבער נתן וועט איר שוין הערן.

4. ר' מאיר יששכר איז אויך אין תפיסה? - אינאיינעם מיט נאך אפאר חברה פון די פירער פאזיציע? - המם... אנטשולדיגט... ס'איז נישט זיי, ס'איז די וויינגארטן ברידער. זיי זענען די רשעים, איר קענט נישט די משפחה, זיי מאכן אינאיינעם א משפחה'דיגע יד אחת און האלטן טעראריזירט דעם גאנצן שטעטל, אפילו דעם רבי'ן מיט ר' נחמן מאיר יששכר'ן. איר ווייסט ווער זיי זענען? - דאס גאנצע שטעטל ציטערט פון זיי אימת מוות. נעמט זיי אוועק פון דארט און איר וועט זען אז אלעס וועט זיך פון זיך אליין צעגיין, יעדער וועט וועלן אהיימקומען ווי שנעלער, מען וועט זען אז די טעראר איז שוין אראפ פון ארט. איר גלויבט נישט? - פרעגט גרינהוט, ער וועט אייך שוין דערציילן.

5. אלע וויינגארטן ברידער זענען שוין אונטער ארעסט. דער רבי לעבט שוין נישט (אה, ער לעבט נאך יא? - ער מיטן ליובאוויטשער... אבער א מינוט, איך האב געמיינט אז די גבאים האבן אים גע'הרג'עט... כאפ איך נאכנישט פונקטליך וואס דער אמת איז...) , דער נייער רבי איז שוין אויך אוועקגעלייגט, אינאיינעם מיט ר' מאיר יששכר און אלע הויכע שישקעס. די וויינגארטן ברידער זענען אין גואטאמאלע טורמע, און פאר א נויט זיצט אפילו זייער פאטער אין אמעריקע... בקיצור, קיינער איז שוין נישטא. וואס איז יעצט? - פארוואס אנטלויפן נישט אלע פון דארט?

6. אה, איך האב פארגעסן: עפעס א פרוי, חיה שרה מלכה, זי איז די גרויסע טעראריסטקע, זי האלט אלעמען אן ביים קארג, זי פירט דאס גאנצע שטעטל, גיבט מלקות, לייגט אין פריזער, הענגט אויף קינדער, מאכט חתונה קינדער, אלעס מאכט זי. אמת? - זי איז די וואס פירט אן מיט אלע שטיקלעך. בקיצור, זי איז די גאנצע אבן נגף, אויב מען וועט איר אוועקנעמען פון דארט, וועט אלעס זיין בסדר, אלע וועלן פון דארט אוועקגיין. אמת?

גיב מי עי ברעיק... עפנט אייך די אויגן.

אישתישבי » דינסטאג יולי 27, 2021 8:12 am

· #478386
לגבי זיין תגובה,

קיינער רעדט זיך נישט אין אז די קאלט וועט בטל ווערן דורך די ארעסטען.

דער איינציגסטער וועג עס מבטל צו זיין איז דורך צו נעמען די קינדער, אלע אונטער אכצען, און דער פראבלעם איז אז קיינער וויל נישט נעמען די אלע קינדער און זיך אפגעבן מיט זיי. אפילו די צוויי אין ווילי קומען אהן מיט שווערע כחות.

cictim » דינסטאג יולי 27, 2021 11:01 am

· #478391
<a class="postlink" href="https://bshch.blogspot.com/2021/07/blog-post_2183.html?m=1">https://bshch.blogspot.com/2021/07/blog ... 3.html?m=1</a>

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 27, 2021 12:55 pm

· #478401
אישתישבי

דער איינציגסטער וועג עס מבטל צו זיין איז דורך צו נעמען די קינדער, אלע אונטער אכצען.


מיט וואס פארא רעכט מעג מען צונעמען יענעמס קינדער???

בת קול » דינסטאג יולי 27, 2021 1:20 pm

· #478405
וואס א חילוק אז די יעצטיגע רבי איז אין תפיסה? עס פעלן דען קאלט לידערס וואס פירן פון תפיסה?
קוק נאר וויאזוי וואראן דזשעפס פירט די עפ.על.די.עס פון טורמע מיט א שטארקייט.

למעשה ווילאנג אוריאל גאלדמאן בלייבט דארט וועט עס אנגיין מיט א שטארקייט.
איך גלייב ער איז די לעצטע מאכטפולע שלאנג וואס איז דארט פארבליבן.

סמבטיון » דינסטאג יולי 27, 2021 2:22 pm

· #478409
איך בין סתם אזוי אינטרעסירט אביסעל צו הערן איבער דעם גאלדמאן, קען איינער ברענגען אביסעל מער פרטים איבער דעם פערזאן? איך געדענק אים פון די דאקעמענטעריס אויף לב טהור אפאר יאהר צוריק, אבער דעמאלטס האט ער אויסגעזעהן שיין צאמגענימען די בארד געמאכט די פאות שיין געקרייזעלט א מענטשליכע רעקל גאנץ א פעשער מענטש וכו' אבער די לעצטיגע קליפ ווי ער רעד צו דעם ריפארטער אין בבל, איז זיין בארד צישטרויבעלט זיין רעקל מער ווייס ווי שווארץ די פאות פארקניפט און בכלל אויסגעדארט און אויסגעשלאגן, עס לאזט זיך גלייבן אז אדער איז ער דורך א באהאנדלונג דארט, אדער איז ער אליין געווארן מער עקסטרעם? איך בין אביסל צימישט איבער זיין פערזענליכקייט, סאמהאו זעט ער מיר נישט אויס צו זיין אזא אכזר ווי די וויינגארטענס וואס די רציחה שפראצט ארויס פון זייער אויגן ווי אייסעס מיטגלידער. איז ער נאר די פינאנץ מעניסטער דארט?

אישתישבי » מיטוואך יולי 28, 2021 9:57 am

· #478527
עס איז דא דארט אסאך אסאך גאלדמאן'ס, קען זיין אז מען רעדט פין צוויי.

לויט ווי איך הער, פירען די גאלדמאן'ס היינט.

סמבטיון » מיטוואך יולי 28, 2021 3:50 pm

· #478557
איך רעד פון דעם זעלבן מענטש, אוריאל גאלדמאן

קאך_לעפל » מיטוואך יולי 28, 2021 4:01 pm

· #478558
דער ראביי גולדמאן ארגומענטירט אז ער איז געווען א זעלנער אין די ספעציעלע איינהייטן פון די מדינת ישראל ארמיי.
א ווארט זאגער פון די ארמיי האט רעאגירט אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום רעקארד פון א צנחן מיטן נאמען גולדמאן...
והוא פלאי...
ווארשיינליך האט אים דער ארז הנגדע שר''י, געגעבן פארשידענע איינשפריץ וועלכע האבן אים געמאכט טראכטן אז ער איז געווען א ווירקליכער זעלנער....

שושן פורים » מיטוואך יולי 28, 2021 7:14 pm

· #478572
קאך_לעפל
דער ראביי גולדמאן ארגומענטירט אז ער איז געווען א זעלנער אין די ספעציעלע איינהייטן פון די מדינת ישראל ארמיי.
א ווארט זאגער פון די ארמיי האט רעאגירט אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום רעקארד פון א צנחן מיטן נאמען גולדמאן...
והוא פלאי...
ווארשיינליך האט אים דער ארז הנגדע שר''י, געגעבן פארשידענע איינשפריץ וועלכע האבן אים געמאכט טראכטן אז ער איז געווען א ווירקליכער זעלנער....


ברענג א לינק פונעם ווארטזאגער.

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 7:18 pm

· #478574
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=RvHedNL6isQ">https://www.youtube.com/watch?v=RvHedNL6isQ</a>

hershy. » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 4:41 pm

· #480764
??where can i get a interview to read from them

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:47 pm

· #480840
hershy.
??where can i get a interview to read from them

געווען אין איינע פון די וועקער אויסגאבעס

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 12:40 am

· #480846
רבותיי: איך האב אינסייד אינפארמעישן, פון פארלעסליכע מקורות אז ..."לב טהור"... מיט אלע זיינע/איהרע אפצווייגן זענען א קולט. במלוא מובן המילה...!

די אלע זאכן אויף וואס מ'האט זיי באשולדיגט זענען אמת ויציב. און נאך א סאך מער...! אזוי ווי .."מחליפין נשותיהם"...! נאך דערצו מיט די גושפנקא פון זייער הויפט. בגן עדן תהא מנוחתו. כ'ווייס נאר נישט וואספארא גן עדן מ'באקומט פאר צודרייט מאכן א וועלט...!

ס'איז מיר א חידוש וואו די אלע הייליגע אידן די קנאים לכל דבר ה' זענען. מ'וואלט געדארפט ארויסקומען אקעגן זיי בחרב ובחנית...! יא. ממש דזשיהאד...!

תרמב » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 2:33 pm

· #480871
berlbalaguleh
רבותיי: איך האב אינסייד אינפארמעישן, פון פארלעסליכע מקורות אז ..."לב טהור"... מיט אלע זיינע/איהרע אפצווייגן זענען א קולט. במלוא מובן המילה...!

די אלע זאכן אויף וואס מ'האט זיי באשולדיגט זענען אמת ויציב. און נאך א סאך מער...! אזוי ווי .."מחליפין נשותיהם"...! נאך דערצו מיט די גושפנקא פון זייער הויפט. בגן עדן תהא מנוחתו. כ'ווייס נאר נישט וואספארא גן עדן מ'באקומט פאר צודרייט מאכן א וועלט...!

ס'איז מיר א חידוש וואו די אלע הייליגע אידן די קנאים לכל דבר ה' זענען. מ'וואלט געדארפט ארויסקומען אקעגן זיי בחרב ובחנית...! יא. ממש דזשיהאד...!

גוט מארגן ר' יונה!
האסט זיך אויפגעכאפט פון אזא חוני המעגל דרימל?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 3:10 pm

· #480876
תרמב: ניין. ווייל ביז יעצט איז עס נאר געווען שמועות. אמת. שמועות וואס די גאנצע וועלט האט געהערט. אבער איך האב לעצטנס געהאט א שמועס מיט איינעם וואס האטציך געדרייט ביי זיי. און ער האט באשטעטיגט די אלע (צודרייטע) זאכן וואס זיי פראקטיצירן. און נאכמער. און אלעס מיט די ידיעה און הסכמה. ניין, באפעל פון זייער הויפט. תמ"ל הרב שלמה העלבראנס.

מיין טעיק פון איהם איז אז ערשטנס איז ער געווען א צודרייטער מענטש. און וויבאלד ער איז געווען א בעל השפעה האט ער צודרייט געמאכט א וועלט. סיי זיינע אנהענגערס. און סיי די אנדערע אידן, וועלכע האבן נישט געוואלט גלייבן אז א איד מיט א חסיד'ישן געשטעל וואס פרעדיגט קנאות זאלל טון די אלע (געמיינע) זאכן וואס ער האט געטון. און געצווינגען אנדערע צו טון...!

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 11:45 am

· #482045
יעצט 11:30 קומט פאר א געריכט (נישט קלאר וואספארא סארט) פאר די צוויי מלכא ברודער'ס און חיים יענקל ראזנער.

לייוו הוקאפ 1877-336-1839 1231334 #

cictim » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 5:48 pm

· #482125
שתי משפחות חרדיות מבני ברק הצטרפו לאחרונה לכת 'לב טהור' הקיצונית שחיה בגואטמלה. הללו נעזרו במנהיג הכת כיום, אליעזר רומפלר, שהצליח להימלט מישראל תוך כדי משפטו. ל'בחדרי חרדים' נודע כי חשבונות הבנק והדירה שהיתה בבעלותן של שתי המשפחות נמכרו והכסף הועבר לאנשי הכת.

כזכור בדצמבר אשתקד דווח כי אחד ממנהיגי כת 'לב טהור' אליעזר רומפלר, שנגדו הוגש כתב אישום חמור בגין התעללות בילדים, הצליח להימלט מישראל למרות שהוצא לו צו עיכוב יציאה מהארץ בעקבות האישומים החמורים נגדו. רומפלר הואשם בהתעללות נפשית ופיזית בילדים בני 10-9, בזמן שהכת שכנה בקנדה.

היום נודע ל'בחדרי חרדים' כי בזמן שרומפלר שוהה בגואטמלה, הוא פועל כל העת לצרף עוד ועוד משפחות חדשות, כאשר באחרונה הצליח לעקור שתי משפחות חרדיות מבני ברק, והצליח גם לגרום להן למכור את דירתם ולהעביר את הכסף לטובת קופת הכת שחיה בתנאים מחפירים.

רומפלר הפך למנהיג הכת, לאחר שרוב מנהיגיה מרצים עונש מאסר ממושך בארה"ב, בגין חטיפה, הכאה והתעללות בילדים וכן בגין הלבנת הון.

לידי 'בחדרי חרדים' הגיעו תמונות של אחד מאנשי הכת, אריאל גולדמן, שתועד מסתובב ברחבי בורו פארק בניסיון לקושש מצטרפים לכת וכן כספים לטובת קיום הנפשות שחיות בכת בעוני מחפיר. אותו גולדמן נצפה מסתובב בגואטמלה בלבוש חדש - מעין גלימה שלובשים ה'באבות' למיניהם, לבוש שלא נראה כמותו עד הלום בקרב אנשי הכת.

מצפצף » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 6:39 pm

· #482126
אינגערמאנטשיקל
יעצט 11:30 קומט פאר א געריכט (נישט קלאר וואספארא סארט) פאר די צוויי מלכא ברודער'ס און חיים יענקל ראזנער.

לייוו הוקאפ 1877-336-1839 1231334 #

וואס איז געווארן?

cictim » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 5:30 pm

· #482698
<a class="postlink" href="https://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/2012890/drama-in-guatemalan-airport-lev-tahor-members-try-to-fly-to-iran.html">https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... -iran.html</a>

חכמת שלמה » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 2:04 am

· #482746
ס'איז נישט קיין איראן, ס'איז אן אנדערע פרא-מוסלומענע מדינה.

מ'האט אויך לעצטנס געטוישט אביסל דער לבוש, ס'האט א שייכות מיט דעם.

היסטאריע » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 7:47 am

· #482752
אינטרעסאנט, זיי ווערן אויסגע'שמד'ט צוביסלעך, אזויווי דער כת שץ רח"ל.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 9:12 am

· #482757
פארוואס פארן זיי נישט קיין אפגאניסטאן? די טאליבאנער וועלן מחיה זיין מיט די דאזיגע בארפעסע שטויביגע מטורפים...

עסקן בדברים » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:27 pm

· #486499
זייער מאדנע אזוי ארויסצושרייבן דעם שם הוי"ה אין א נאמען פון א ספר. (פארשטייט זיך אז ס׳ קומט נישט צו צו די אלע שרעקליכע רשעות פון זיי, אבער דאס איז אן אנדערע סארט מאדנעקייט וואס איך האב נישט געוואוסט וועגן זיי.) target="_blank" rel="noopener">📎 FD2UwmFWUAUT5pt.jpeg alt=

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:32 pm

· #486524
דאס איז זיכער אנגעפיהרט געווארן דורך א באנדע עמי הארץ און בעלי תשובה. וועלכע האבן נישט דעם דעת און די סענסיטיווקייט פאר קדושת ה'. האלב געבאקענע (אזוי גערופענע) תלמידי חכמים. אזוי ווי זייער מנהיג. פון איין זייט האט ער געקענט (א ביסל) לערנען. פון די צווייטע זייט האט ער נישט געהאט די מסורה וויאזוי אן אמת'דיגער ערליכער איד און עובד ה' דארף זיך אויפצופיהרן...!

חמלה גדולה » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:40 pm

· #486781
Saw in bp 17 18 yo with muslim costume

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 9:39 pm

· #486815
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=m95BTIEpvOc&ab_channel=shiezoli">https://www.youtube.com/watch?v=m95BTIE ... l=shiezoli</a>

חכמת שלמה » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 3:09 pm

· #486883
איר גלויבט יעדע ווארט פון מענדי לעווי?

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 3:19 pm

· #486887
גראדע איז די מצב דארט אסאך ערגער און ביטערער ווי ער לייגט עס אראפ.

נפה » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 7:26 pm

· #486907
חכמת שלמה
איר גלויבט יעדע ווארט פון מענדי לעווי?

ניין לגמרי נישט אבער איך גלייב אנדערע וואס זאגן ענליכע זאכן. די זאכן וואס נאר ער פארציילט איז ביי מיר מוטל בספק

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 7:36 pm

· #486909
אבער מחליפין נשותיהם (אין סיי וועלכע פארם) און געבן מלקות פאר פרויען (ששש...נאקעטערהייט)...זענען ווי ס'שטייט אין סידור... הגלויים.! ואת שאינם גלויים. לפניך הם גלויים וידועים...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10