עיני עיני ירדה מים, על שבר בת עמי!
אבער... מיר האבן שוין דורכגעלעבט שווערערע מצבים, מיר זענען דעם עם הנבחר וואס שטייען פעסט. קיין שום כוחות אויף די וועלט קענען אונז נישט רירן. מיר וועלן פארבלייבן גאנץ, דעם איינציגסן פך שמן טהור. קיינער וועט אונז נישט צוברעכן, פונקט אזוי ווי עס איז קיינעם נישט געלונגען אונז צו צוברעכן ביז אהער.
יעצט חנוכה איז דאך די צייט, ווען עס איז געווען 'טמאים ביד טהורים, רבים ביד מעטים'. מיר זענען א שה נדחה בין שבעים זאבים, אבער מיר פארטרעטן דאס אידישע פאלק מיט א שטאלץ.
פונקט אזוי ווי דער הייליגער פאלק האט דורכגעשוויצט שווערע צייטן פון רדיפות, בלוט בלבולים, הריגות ושחיטות, און פארט זענען מיר דא אלס אידישע פאלק. חזר'ט זיך די זעלבע היסטאריע איבער אצינד. דער אמת'ע הייפעלע אידישע קינדער, ברכיים אשר לא כרעו לבעל, דער פח שמן טהור, גייען אריבער שווערע נסיונות, בשעת די יונים פראבירן צו מטמא זיין און פארשוועכן כבוד ישראל המושפל עד עפר, אבער דער סוף איז, אז נצח ישראל לא ישקר, מיר וועלן בלייבן פעסט און שטארק. קיינער וועט אונז נישט צוברעכן.
איר, פון אייער זייט, האט איר שוין פראבירט צו טון אלעס וואס איר האט געקענט, און לויט אייער זייגער האט שוין מער נישט געדארפט פארבלייבן קיין שטיין אויף א שטיין פון אונזער שטעטעלע בבל.
מיר זענען דא! - מיר עקזיסטירן! - און מיר וועלן ווייטער עקזיסטירן!ומכאן הקריאה יוצאת:
טייערע הייליגע אידן!
איר שטאמט דאך פון אזעלכע הייליגע אבות. אייערע זיידעס האבן געהאט מסירת-נפש פאר אידישקייט. אייערע באבעס האבן פארגאסן טייכן טרערן ביי די ליכט, אז איר זאלט זיין ערליכע אידן און דינען דעם אויבערשטן, אייערע זיידעס האבן געשפיגן בלוט פאר אייערט וועגן. איר מיינט אז זייערע טרערן זענען פארגעסן געווארן אומזינסט? - ניין! וויפיל טרערן אייער זיידע האט פארגאסן ביי "ונהיה אנחנו וצאצאנו", אדער ביי חנוכה ליכט, איז אלעס געווען לבטלה? - זיכער נישט! - דער אויבערשטער ווארט אויף אייך און ער רופט צו אייך.
אידן, וועקט אייך אויף פון דעם אמעריקאנעם שלאף! - הויבט אויף אייערע אויגן פון דעם גשם אין וועלכן איר זענט פארזינקען! - לאזט אפ א רגע דעם גאפל פון די סושי און סטעיק, טראכט א מינוט מיט לאגיק. איז דאס טאקע אויף וואס אייער זיידע האט ארויסגעקוקט? - דער סמארטפאון איד, אדער אין בעסטן פאל דער סושי איד, וואס ליגט פארזינקען בתאוות יצרים אין אמעריקע? - לאמיר זיך נישט לאזן נארן, איר זענט דאך קאווע שטיבל אידן, אינטערנעט קעפ. איז דאס אויף וואס אייערע זיידעס האבן זיך געלאזט הרג'ענען פאר גאט'ס נאמען?
אידן, איר זענט דאך א חלק אלקי ממעל! - איר זענט אסאך מער פון דעם... עס ליגט אין אייך אן אוצר... איר זענט א אידיש קינד, א פח שמן וואס מען דארף טרעפן כשרע'הייט, אונטערן חותם פונעם כהן גדול. גיבט אכט אז די מתיוונים פון אמעריקע זאלן אייך נישט מטמא זיין און איבעררעדן. ווי אזוי האט נאר דער מונקאטשער געשריגן בדם לבבו: "מ'קען האלטן שבת אין אמעריקע, איר דארפט האלטן שבת... מ'וועט האלטן שבת וועט אייך גוט זיין" - מ'קען זיין א פארצייטישער איד אין אמעריקע, מ'קען זיין ריין, מ'קען זיין הייליג, אפילו אין אמעריקע. יא! - ס'קאסט א פרייז, איך פארשטיי אז עס איז אייך שווער, אבער מ'קען. און ווער נאך אזוי גוט ווי אייך ווייסט, אז אויב איז מען אן ערליכער איד, אפילו אין אמעריקע, דעמאלס וועט אייך גוט זיין.
קומט נאר אריבער איין שבת אין גוטאמאלא, ביי אונז אין בבל, פארזוכט איין מאל דעם טעם, וועט איר זען אז אפילו ס'איז שווער, מ'ווייקט זיך אין יסורים און עס איז בכלל נישט לייכט. אבער מען לעבט! - מען לעבט אויף די וועלט! מען שפירט דעם 'קרבת אלקים לי טוב', עס איז געשמאק, זיס, יערב לו ידידותך מנופת צוף וכל טעם. פרעגט נאר יעדן איינציגן דא צי ער וואלט זיך געוואלט אויפטוישן מיט אייך... איך זאג אייך אז קיינער וואלט נישט געוואלט. און נישט ווייל מען ווייסט נישט פון די תאוות און שוואוילטאג וואס די אמעריקאנע געניסן דערפון, נאר ווייל אויב איר וואלט געוואוסט דעם געשמאק פון דאהי, וואלט איר אלעס אפגעלאזט און אנטלאפן צו אונז.
אידן, קריכט ארויס פון אייער סושי לאך, הויבט אייך אויף העכער און זעט אז עס איז דא א וועלט צו לעבן. גייט ארויס פון אייער קטנות און שפירט דאס ליכטיגקייט פון דעם באשעפער. מיר זענען אייך גרייט צו העלפן מיט וואס אימער. יעדן איד וואס וויל נתקרב ווערן צו דער ליכטיגקייט, דער אור פון חנוכה, זענען מיר דא צו באלייכטן די וועגן.
איך האב נישט די ווערטער אייך מסביר צו זיין וואס איר פארפאסט. איך שפיר ווי איך ווער הייזעריג פון שרייען. הלוואי זאל זיין איין איד וואס זאל אונז דערהערן, און עס זאל זיך עפענען פאר אים די ליכטיגע וועגן. והיה זה שכרי.