"מיינע שפריכווערטער" ~ אויף זיבן שפראכן
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14521
"מיינע שפריכווערטער" ~ אויף זיבן שפראכן
פריש ערשינען!
דאס נייע ספר מיינע שפריכווערטער פון מנשה לוסטיג; אויף זיבן שפראכן... - יודיש, עברית, ענגליש, פארטאגעזיש, פראנצוזיש, רוסיש, דויטש.
דערצו בילדער צו יעדע שפריכווארט - צו באשיינען דעם ווארט, און רמזים פון חז''ל לדורותם - פאר אישי מחשבה.
- און לוח אישים פון די בעלי רמזים ותולדותיהם בקצרה.
📎 DynamicImages.jpg
מנשה קען די אלע שפראכן, אדער ער האט עס פשוט איבערגעטייטשט?
צו קויפן דעם אויפ'כאפענדע ביכל - אויף פידיעף, שיקט $14 מיט PayPal צו דעם אימעיל; shryber@gmail.com
[פארגעסט ניט צושיקן אייער אימעיל, אויך סיי וועלכע הערה צו פראגע, קענט איר שרייבן צו דעם אימעיל]
תרמבמנשה קען די אלע שפראכן, אדער ער האט עס פשוט איבערגעטייטשט?
סע מוז זיין אַז יאָ, אַנדערש האָט נישט קיין פּשט פאַרװאָס דוקא פּאָרטוגעיזיש און נישט שפּאַניש 😂 😃
צו קויפן אַ געדרוקטען בוך, שיקט א פארלאנג אין דעם וועבזייטל, און שרייבט; מנשה'ס ביכל; און זיי וועלן עס אפשיקן.
<a class="postlink" href="https://bubbleblastte.com/pages/contact-us">https://bubbleblastte.com/pages/contact-us</a>
מ'קען שוין קויפן דאס ביכל אליינס; געדרוקט, אדער פידיעף [PDF]. אויף דעם וועבזייטל, און עס וועט ווערן דעליווערט צו אייך.
<a class="postlink" href="https://bubbleblastte.com/products/menashe-lustigs-book-of-proverbs?variant=39592550432918">https://bubbleblastte.com/products/mena ... 2550432918</a>
געקויפט
שקויעך
לאמיר זעהן אויב דאס זענען די זיבן שפראכן וואס איך רעד: לשון הקודש/עברית. אידיש. ענגליש. פראנצויזיש. ספאניש.רוסיש. אונגאריש. און א ביסל רומעניש...!
נו. הוגה. (פערד. אפיקורס. ) וויפיהל שפראכן רעדסטן...? און וויפיהל סייענטיפיק/טעכנאלאגישע סאבדזשעקטס ביסטו באקאנט...?! דו ביסט דאך שוין נישט קיין בעל עגלה...הא...?!
תרומהגעקויפט
שקויעך
א דיגיטאלע ווערסיע אדער א געדרוקטע? ווייל געדרוקטע האסטו אריינגעכאפט, [דערווייל], ווייל ס'שוין כמעט נישטא, צוליב ריבוי הקונים.
קוויטעלתרומהגעקויפט
שקויעך
א דיגיטאלע ווערסיע אדער א געדרוקטע? ווייל געדרוקטע האסטו אריינגעכאפט, [דערווייל], ווייל ס'שוין כמעט נישטא, צוליב ריבוי הקונים.
ווען כ'האב עס געזוכט, האט מיר די ספרים סטאר געזאגט אז ס'איז אויסגעגאנגען, און ס'גייט אריינקומען נאך שפעטער.
בין איך געקומען א טאג דערויף, און אויך נאר געטראפן דריי שטיק. ס'פיינע פריקען...
געליינט אין א האלבע שעה. אפשר וואלט עס גענומען לענגער אויב איך קען אלע 7 שפראכן.
סך הכל ווערטער וואס נעמען אויף אפאר בלעטער געדריקט אין א דיקער ביכל.
זעהט מיר אויס מער אזויווי א וויקיפידיע אויסגאבע פאר נישט אידיש רעדנדע.
איך וואלט הנאה געהאט צו הערן איבער די background פון די אויסדריקן, וואס עס מיינט צום שרייבער.
אויך האב איך באמערקט א גרויסע מאס אויסדריקן זענען איבער נערנים.
אפשר דארף דאס צו זיין מער א כעלעמע סארט ביכל.
ממש א שלעכטע איידיע צו מאכן אויסדרוקן אויף זיבן שפראכן, ווארשיינליך סתם אנצופילן בלעטער.
איינער וואס קען אידיש אינטערסירט נישט קיין פראנצויזיש רוסיש וכו. מילא ער גיבט ארויס דעם בוך אין זיבן שפראכן אבער איין בוך פון זיבן שפראכן? זינלאז.
זופ מיט מאנדלען: דאס קען טאקע נאר אזא צופארענע בריאה (כ'ווילל נישט זאגן, צודרייטער.) ווי מנשה לוסטיג. ווען כ'האב געזעהן דעם קליפ ווי ער שפיעלט א פרייטיג ביינאכט סעודה, מיט קידוש און זמירות, האביך שוין איינגעזעהן. אז אפילו אפשר איז ער א גוטער עקטאר. אבער ער איז א צודרייטער...!
ער איז נישט קיין גוטע עקטאר אויך נישט
Not nice...
קאצקע ציקערNot nice...
וואס? די ביכל?
איך האב זיך מתבונן געווען, אז ס'דא עטליכע ביכער פון אלטע יודישע סלאגאנען, סיי פאר'ן קריג סיי נאכן קריג. דאך טוט יעדע מצב צוגעבן נאך פרישע אויסדרוקן, פון בדחנים און סתם קאווע טרונקער לדורותם...
ס'אויך דא אסאך אויסדרוקן, [נארמאלע צו נישט נארמאלע...] וואס די בייבי בומערס זענען אויפגעוואקסן דערמיט, און שטייט לאוו דווקא אין יענע חיבורים.
העטעך פעטעך
ווען מיין באבעס קאר וואלט געהאט רעדער, וואלט עס געפלויגן..
כ'שפיר מיך ווי א רשע אין גן עדן.
ווי א גוי אין קדיש דרבנן
א יוד געבט זיך א עצה, און א גוי הענגט זיך אויפ'ן פלייצע.
פיין, האמיר שוין א באשטעטיגונג (אויב איינער איז געווען מסופק דערין) אז תרומה איז נאך איינע פון דיינע ניקס.
איך האב געהערט אן אויסדרוק פון אן אלטן מארמארישן איד (בגן עדן תהא מנוחתו)..."ער שפירט זיך ווי א חאזער אין דער בלאטע"...כלשונו...!
ס'זענען דא נאך עטליכע זאפטיגע אויסדרוקן וואס איך האב געהערט פון אידן וועלכע שטאמען פון די מארמאראש. איינס פון א רב בשעת'ן פארלערנען משניות. נאר ס'איז אי אפשר להעלותם על הכתב. אפשר אין מאחורי הפרגוד.
שוין. איך ווייס דאך אז עטץ זענטץ נייגעריג וועל איך עס ארויסשרייבן האלב ברמז...אין די משנה שטייט אז מ'זאלל נישט ליינען קריאת שמע אפרקדן...האט דער חשוב'ער רב זצ"ל דאס איבערגעטייטשט..."ער פרייכט (שלאפט) מיט'ן פופ*ק ארויף"... כלשונו. ער האט געשטאמט פון דער מארמאראש אבער ר'איז געווען א רב אין אן אונגארישע שטאט...!
נאך א שיינעם אויסדרוק האביך געהערט פון א וואוילע אידענע וועלכע האט געשטאמט פון די מארמאראש. זי האט געגעבן א ברכה פאר איהר חבר'טע'ס טאכטער אז זי זאלל האבן קינדער. האט זי געזאגט לאמור. אזוי צו זאגן. ..."דו זאלסט גאר בקרוב ווישן דרעק"...!
berlbalagulehאיך ווייס דאך אז עטץ זענטץ נייגעריג וועל איך עס ארויסשרייבן האלב ברמז...אין די משנה שטייט אז מ'זאלל נישט ליינען קריאת שמע אפרקדן...האט דער חשוב'ער רב זצ"ל דאס איבערגעטייטשט..."ער פרייכט (שלאפט) מיט'ן פופ*ק ארויף"... כלשונו. ער האט געשטאמט פון דער מארמאראש אבער ר'איז געווען א רב אין אן אונגארישע שטאט...!
א סאך מענטשן זענען זיך טועה איבער די אפטייטש פון פופיק אבער כמדומני אז עס איז די belly button. לפי"ז שטימט בעסער וואס ער האט געזאגט.
הוגהא סאך מענטשן זענען זיך טועה איבער די אפטייטש פון פופיק אבער כמדומני אז עס איז די belly button.
<a class="postlink" href="https://translate.google.com/?sl=auto&tl=en&text=%D0%BF%D1%83%D0%BF%D0%BE%D0%BA&op=translate">https://translate.google.com/?sl=auto&t ... =translate</a>
הוגהberlbalagulehאיך ווייס דאך אז עטץ זענטץ נייגעריג וועל איך עס ארויסשרייבן האלב ברמז...אין די משנה שטייט אז מ'זאלל נישט ליינען קריאת שמע אפרקדן...האט דער חשוב'ער רב זצ"ל דאס איבערגעטייטשט..."ער פרייכט (שלאפט) מיט'ן פופ*ק ארויף"... כלשונו. ער האט געשטאמט פון דער מארמאראש אבער ר'איז געווען א רב אין אן אונגארישע שטאט...!
א סאך מענטשן זענען זיך טועה איבער די אפטייטש פון פופיק אבער כמדומני אז עס איז די belly button. לפי"ז שטימט בעסער וואס ער האט געזאגט.
הוגה: דו ביסט טיילווייז גערעכט. דער מנוול און מוכה שחין דער אזוי גערופענער שרייבער אייזיק באשעוויס זינגער נוצט דעם טערמין אין זיינע מנוולות וואס ער שרייבט פאר דעם אותו מקום. אבער אין געוויסע געגנטן אין מזרח אייראפע האט מען עס גענוצט צו באשרייבן דעם מאגן. פון עופות און אויך פון מענטשן...!
ערגעץ אין תפארת ישראל שרייבט ער פיפיק אויף די מאגן פון אן עוף. ושכחתי מקומו כעת.