☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?

מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1266
בלאט: 1 2 3 4

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 7:14 pm

· #37058
יידל
חאצקל
רבותי, אביסל תמימות,
דאס אלס וואס איר שרייבט איז ליצנות פון דעם אויסגעטראטענעם מהלך, לאמיר נישט זיין קיין אויבער חכמים און גיין מיטן לבוש מיט א תמימות אזוי ווי אונזערע עלטערן און אור עלטערן זענען געגאנגען

וועלכע הוט טראגסטו?


די זעלבע הוט ווי דער רבי זי"ע

איינער » זונטאג אוגוסט 19, 2012 8:23 pm

· #37066
משה געציל
גאנץ פשוט, עס וועט נאך קומען א דור אין זאגן אז סאטמאר רב האט זיך מוסר נפש געווען אויפן שטריימל - כאילו דאס איז דער יסוד אין אידישקייט-אויף דעם האט יאנקל צוגעברענגט א מעשה רב.
אבער איך האלט סתם אזוי אז די מעשה איז נישט רעלעוואנט, ווייל מען גייט דאך ממילא לייקענען די מעשה איין טאג אזוי ווי א סאך אנדערע מעשה׳ס.


אקעי נישט מוסר נפש געווען, אבער ער האט עס למעשה איינגעפירט, ווי עס איז באקאנט זענען רוב סאטמארע אידן אין אונגערן און אויכט אין די בראשית יארן אין אמעריקע נישט געגאנגען מיט א שטריימל שבת נאר מיט א ביבער הוט.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:20 pm

· #37109
וואס א נפ"מ צו א שטריימל צו א הוט, דער עיקר איז די טעראר וואס ליגט אונטער דעם הוט געטראגעכץ

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:09 am

· #37125
איך האב אפגעשריבן א גאנצע גאנצע תגובה דא, אבער נאכן שרייבן האב איך באמערקט אז אפשר קומט עס מער אין תורה ומחשבה, לייענט דא.

חאצקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:21 am

· #37162
ישר כח געפילטערטע פיש פאר דעם הערליכן מאמר. איר האט עס צונומען מיט א קלארקייט דעם ענין פון שלא שינו את...

דאכט זיך אבער אז אזוי ווי מיט אנדערע מאמרים האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אן אלטן פארשטופטע מאמר חז"ל אפילו עס האט א קלארער מקור אין גמרא. מיר האבן א פראבלעם מיט די וואס זאגן עס איבער.

צ.ב.ש. אין סאטמערער שולע קאכט מען זיך אין דעם בשם רבינו הקדוש, ומי יבא אחר המלך אויב דער רבי האט זיך געקאכט אין דעם. ד.ה. עס איז נישט מעלה ומוריד פון וואו דער מאמר שטאמט, איינמאל עס איז גענוצט געווארן דורך פריערדיגע מנהיגי ישראל אלס הוראה לדורות קענט איר שוין היינט נישט אוועק מאכן דעם מאמר, ובפרט אז עס שטיצט א זאך וואס מ'באטראכט סייווי אלס יסוד אדער צום ווייניגסטנס אלס וויכטיגע טייל אין אידישקייט.

זאת ועוד, וויבאלד דער מאמר איז געווארן דער יסוד און נערוו-סיסטעם אויף וואס די גאנצע לבוש נארמע - אריין גערעכנט אזעלעכע הייקעלע חלקים ווי צניעות, מסורה און משפחה אידענטיפיקאציע - איז געבויט, איז דער היינטיגער סיסטעם זייער הייקל צו דעם מאמר, און אויב מ'וויל טוישן א הוט טאר עס נישט זיין אויפן סמך אז דער מאמר הויבט זיך נישט אן, ווייל דאס טשעפעט אטאמאטיש די גאנצע לבוש נארמע, דערפאר וועט עס באטראכט ווערן ווי אפיקורסות ווי איינער וואס וויל אונטערברעכן יסודות.

דערפאר אויב ווילט איר טוישן דעם הוט מיט א למדנ'ישע היתר קען עס נאר זיין אויפן סמך אז א הוט איז נישט בכלל שינו את לבושם. איר וועט נאך מיט דעם פשט אויך האבן צרות ווייל עס איז סוף סוף נישט אקצעפטירבאר צו טוישן א הוט, און טשעפעט (אויסער אייער כבוד) די צוזאמגענומענקייט פון א משפחה און קרייז און קלאמפירשטע מסורה און קוקט אויס פארדעכטיגט. אבער כאטש נישט געטשעפעט דעם נערוו סיסטעם פונעם לבוש נארמע ווי ווען מ'טוט עס אויפן סמך אז דער מאמר איז נישט אמת.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:53 am

· #37195
איך האב גערעדט פון להלכה, און דו רעדסט פון למעשה.
אבער מיש נישט שינוי לבוש מיט צניעות, און בגדי ע"ז, איינס האט נישט מיט'ן צווייטען, ווייל אויב איז דא אן איסור אויף שינוי לבוש איז דאס אפילו אויב איז די גוישע קליידער מער צניעות'דיג.
דרך אגב, איך האב נישט געזען קיינעם שרייען אויף די טאליבאן פרויען אז זיי זענען משנה דעם אידישן לבוש, און ביי זיי איז עס מער בגדי ע"ז, ווייל די קליידער קומען פון די איסלאמישע רעליגיע. קען אבער זיין אז נישט, ווייל איסלאם איז נישט זיכער אז ס'גייט אריין אין כלל פון ע"ז, וויבאלד זיי גלייבן אין ייחוד השם.

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:16 am

· #37200
חאצקל
דאכט זיך אבער אז אזוי ווי מיט אנדערע מאמרים האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אן אלטן פארשטופטע מאמר חז"ל אפילו עס האט א קלארער מקור אין גמרא. מיר האבן א פראבלעם מיט די וואס זאגן עס איבער.

איך בין מוחה אויף דעם זלזול אין חז"ל. א טיפישע ביישפיל פון מתוך שבחם בא לידי גנותם. ווייל מ'וויל גרויס מאכן "די וואס זאגן עס איבער" מאכט מען רח"ל אוועק חז"ל.

חאצקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:55 pm

· #37392
איך האב גערעדט פון דער מציאות, אז א מאמר חז"ל פאר זיך איז נישט מחייב

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:46 pm

· #38131
איינער
משה געציל
גאנץ פשוט, עס וועט נאך קומען א דור אין זאגן אז סאטמאר רב האט זיך מוסר נפש געווען אויפן שטריימל - כאילו דאס איז דער יסוד אין אידישקייט-אויף דעם האט יאנקל צוגעברענגט א מעשה רב.
אבער איך האלט סתם אזוי אז די מעשה איז נישט רעלעוואנט, ווייל מען גייט דאך ממילא לייקענען די מעשה איין טאג אזוי ווי א סאך אנדערע מעשה׳ס.


אקעי נישט מוסר נפש געווען, אבער ער האט עס למעשה איינגעפירט, ווי עס איז באקאנט זענען רוב סאטמארע אידן אין אונגערן און אויכט אין די בראשית יארן אין אמעריקע נישט געגאנגען מיט א שטריימל שבת נאר מיט א ביבער הוט.


אודאי האט דער רבי געהאלטן אז עס איז וויכטיג אז דער עולם זאל גיין אין שטריימלעך. די יסוד פון די מעשה איז אז נישט דער עצם שטריימל איז די עיקר, נאר די מהלך אין אידישקייט. אנדערע וואלטן געזאגט אז "ס'איז נישט שייך צו מאכן שבת אין א הוט" וואס אזא זאך איז לענ"ד ווייט פון דעם רבינ'ס מהלך.

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:37 pm

· #38165
רבותי ברעקינג נויס
לכ' ראש השנה תשע"ג טוישט מען הוט כל מר כדאית ליה

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:46 pm

· #38168
אויס מענטש
רבותי ברעקינג נויס
לכ' ראש השנה תשע"ג טוישט מען הוט כל מר כדאית ליה

און וואו שיקט מען די קינדער נאך יו"ט? וועלכע מוסד?

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:48 pm

· #38172
קאווע טרינקער

און וואו שיקט מען די קינדער נאך יו"ט? וועלכע מוסד?

פארוואס נישט אין די אלטע ? 😲

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:51 pm

· #38176
נישט פארגעסן ביים שהחיינו די צווייטע נאכט. אינזין האבן דעם נייעם הוט
און ביי די תקיעות צו בלאזן אויף די באטראפענע און פארוואונדערטע... און פארווייטאגטע

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:07 pm

· #38186
אויס מענטש
נישט פארגעסן ביים שהחיינו די צווייטע נאכט. אינזין האבן דעם נייעם הוט
און ביי די תקיעות צו בלאזן אויף די באטראפענע און פארוואונדערטע... און פארווייטאגטע


אסאך ביליגער צו מאכן שהחיינו אויף א נייע הוט ווי אויף א נייע שטריימל...

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:10 pm

· #38188
קאווע טרינקער
אויס מענטש
רבותי ברעקינג נויס
לכ' ראש השנה תשע"ג טוישט מען הוט כל מר כדאית ליה

און וואו שיקט מען די קינדער נאך יו"ט? וועלכע מוסד?

קאווע טרינקער איז גערעכט, ווי גייט מען שיקן די קינדער?! אלזא די פלאן איז אויס ליידער

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:30 pm

· #38199
נאכאמאל נישט פארגעסן צום גדלי' צופרי אנצטוהן דעם נייעם היט

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:35 pm

· #38200
אויס מענטש, אויב דו געסט מיר חתומות פון הונדערט געזעצטע מענטשן אז זיי גייען טוישן דעם הוט נאך ראש השנה, טראכט איך ערנסט פון טוישן מיין הוט

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:41 pm

· #38203
חאצקל
אויס מענטש, אויב דו געסט מיר חתומות פון הונדערט געזעצטע מענטשן אז זיי גייען טוישן דעם הוט נאך ראש השנה, טראכט איך ערנסט פון טוישן מיין הוט

ברענג אונז ענדערש חתימות מענטשן אז מ‘גייט זיך אויסזעהן די הוט און רעקל ווען מ‘גייט אויפן גאס, וואס וואלט פאסירט ווען עס וואלט געווען לאקערס אין אלע בתי מדרשים, און יעדער וואלט אריין געלייגט זיין הוט און רעקל דארט, און גענוצט נאר ביים דאווענען. והסר ממנו מכת ההיט והרעקל הזה!!

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:46 pm

· #38206
פארשטייט זיך אז דאס וואלט געווען די בעסטע, (איך ווייס נאר נישט וויאזוי מיר וואלטן געגאנגען ביי א שמחה), אבער ליידער איז דער מצב אז מ'מוז גיין א הוט אויפן גאס (אויב וויל מען נישט זיין קיל), אלזא, אז די מצב איז שוין אזוי אז איך מוז גיין מיטן הוט זאל עס שוין זיין אזיינס וואס מיר שמעקט לויט ווי איך וויל זיך אינדענטיפיצירן

elter-zeide » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:12 pm

· #38833
אויב מעטוישט שוין דעם היט זאל עס שוין א שטרויענע היט, עס איז גרינגער לייכטער ליפטיגער ביליגער,י

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:13 pm

· #38851
אויס מענטש
רבותי ברעקינג נויס
לכ' ראש השנה תשע"ג טוישט מען הוט כל מר כדאית ליה

אויב טוישן זאל מען טוישן דאס וואס ליגט אינטערן היט, ארויס נעמען דעם ראש הכבש פון זיך מען וועט אסאך מער אויפטון...

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:13 pm

· #56468
הרב אברהם שטיינווארצל שליט"א רב דביהמ"ד מטה אפרים פלעגט טראגען א קורצע רעקל מיט א קראך היט, בערך צעהן יאר צוריק האט ער זיך געטויש, אנגעטוהן א לאנגע רעקל (א ריבטס) מיט א מלאכים היטל, דעאס מיינט א ביבע היט אבער אנשטאט פלאך פון אויבן איז עס מיט א באבל. (אזוי ווי דער בלאזוב רבי, טענקא רב, וכדומה).

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 8:58 pm

· #56744
קיינמאל נישט געהערט דעם טערמין, עכטע מלאכים גייען אויך דערמיט?

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:52 pm

· #56770
שוין לאנג געטראכט דערוועגן, היתכן אונזערע רבנים און דיינים האבן נישט קיין מורה דרך...

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:10 pm

· #57110
elter-zeide
אויב מעטוישט שוין דעם היט זאל עס שוין א שטרויענע היט, עס איז גרינגער לייכטער ליפטיגער ביליגער,י

אבער שטעל דיר (אנטשולדיגט, אייך) פאר אז דער רב וועט אריינקומען צו מנחה-מעריב אין א שטרויענעם הוט. איך ווייס נישט וועגן אנדערע. אבער איך וועל זיכער אויספלאצן אין א געלעכטער.

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:00 pm

· #96033
כידוע האט רבי חנניא יום טוב טייטלבוים אבד"ק סיגוט ובעמח"ס קדושת יום טוב געטראגען א פלאכע הוט מיט א שמאלע ראם, אזוי אויך איז געגאנגען זיין זוהן רבי חיים צבי ט"ב בעמח"ס עצי חיים, דער סאטמאר רב האט ערשט אנגעטוהן דער גאר ברייטע ראם הוט, ווען ער איז אנגעקומען קיין ארשיווא.
היינט איז דאס שוין גכעווארען אפציעל דער רבי'שע לבוש.

בעל הבית » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:30 pm

· #96097
איך דריי מיך שון זייער לאנג ארום מיט די שאלה צו מען מעג טוישן אדער אויסטהון א פארשטינקע לבוש למשל אויסטהון ווייסע זאקן שבת ביטע שרייבט חוזק ווי למשל כיבוד אב אישוי ווי אזוי וועלן מענטשן מיר אנקוקן וועלן זיי בכלל במערקען ? וועל איך לעולם ועד תולה זיין אויב ח"ו אפעס גייט מיט פוטים אראפ בלעמין אויף דעם? ביטע שרייבט מיר אייער מיינונג מיט עקספירונס

יואב » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:47 am

· #96411
זאגן זאגט מען אז א הוט פלעגט מען גיין אנדערשט ווי די גלחים,
(יאנקל, עפעס ברייטערע פארשט ארבעט),
צוליב דעם האט זיך געשאפט א פארשידענארטיגקייט און די וועלט פון הוטן צווישן חסידים,
יעדער האט קאפויערירט מיט די גלחים פון זיין מקום,
און צוליב דעם טראגט דער אונגארישער אזא סארט, דער פולישער אן אנדערע, אא''וו,

ואי משום הא,
ווען וועלן מיר שוין אנהייבן צו טוהן אנדערש ווי די היינטצייטיגע גוים ,
און נישט קאנקערורן מיט די ערלים פון אונזער זיידעס צייטן???? (וה"ה, גלעזער-שיך-רעקל-אא''וו,),

למדן » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:49 am

· #96470
דולה ומשקה
כידוע האט רבי חנניא יום טוב טייטלבוים אבד"ק סיגוט ובעמח"ס קדושת יום טוב געטראגען א פלאכע הוט מיט א שמאלע ראם, אזוי אויך איז געגאנגען זיין זוהן רבי חיים צבי ט"ב בעמח"ס עצי חיים, דער סאטמאר רב האט ערשט אנגעטוהן דער גאר ברייטע ראם הוט, ווען ער איז אנגעקומען קיין ארשיווא.
היינט איז דאס שוין גכעווארען אפציעל דער רבי'שע לבוש.

אין די משפחה איז ער געווען די ערשטע, ווי באקאנט האט ער געזאגט אז ער דארף מאכן א גרענד אפענינג
אבער אלגעמיינע רבנים און רביס זענען אייביג געגאנגען שמאלע רימס?

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:39 pm

· #96482
אזוי רעדנדיג וועגן היטן,

דער באבוב'ער רב המהר''ש השני, איז פאר די קריג געגאנגען מיט א פלאכע ביבער היט, וואו אלע קינדער און אייניקליך פונעם הייליגן דברי חיים, און נאך די קריג האט ער זיך אנגעטאן א הויעכע היט, פארוואס? האט דאס אפשר געהאט צו טאן מיט די רעבצין פ.???????

דער מנחת אלעזר זי''ע איז געגאנגען מיט א פלאכע ביבער היט, וואו אויך זיין איידעם ר' ברוך ע''ה איז אויך געגאנגען מיט א פלאכע היט, דאן פארוואס גייט דער היינטיגער מינקאטשער רבי מיט א הויעכע היט?

עס איז כמעט זיכער אז דער לעצטער בעלזער רב זי''ע איז פאר די מלחמה געגאנגען מיט א פלאכע ביבער היט, ווען ער איז נישט געגאנגען מיטן קאלפיק, פארוואס נאך דער קריג, האט דער היט צובאקימען א שטאק? און פארוואנדעלט געווארן פאר א הויעכע ביבער היט? אתמה?

זעט אויס אז רבי'ס האבן א ספעציעלע ליגענטמאציע צו טוישען דעם לבוש פון זייערע עלטערן, נאר מיר פשוטע יודן מיר טארן נישט! היש שתי תורות? אתמה?

למדן » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:46 pm

· #96490
נאך די קריג איז געווען א אפענינג און ווער עס האט געוואלט האט געטוישט הוט פון רבנים ביז פשוטע יודן, כ'שטעל מיך פאר אז ס' מסתמא געווען ווער עס האט געהויבן ברעמען דעמאלטס אויך, היינט וועסטו שוין כמעט נישט זעהן אז איינער זאל טוישן צו א שענער מלבוש.
אגב איך גידענק נישט ווער אבער איינער פון אונזערע חברים דא (לאנג צוריק) שרייבט אז ער ווארט שוין אויף א דריטע וועלט מלחמה וועגן די סיבה

אביגדור » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:50 pm

· #96492
ממש.

בעל הבית » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:58 pm

· #96495
קאך לעפיל טייערע בעלזער רב איז נישט גענגען א מיט א פלאכע ביבער היט נאר אין אונגארין (פעסט) ווען ער איז אנטלופן פון געליצע

אביגדור » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:58 pm

· #96496
זיכער.

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:07 pm

· #96502
אויף רוב בילדער פון דער אלטערהיים זעט מען דעם מהר''ש השני מיט א פלאכע היט!

און דאס וואס דו שרייבסט אז איך זאל דיר נישט דרייען דעם קאפ, פארשטיי איך גראדע גאנץ פיין!

ווייל ווען איר וועט אנפאנגען רעדן צו א באבובער חסיד איבער די טאכטער פון רבי לייבוש טאמאשאווער ז''ל, וואס האט זוכה געווען צו זיין דער זו''ש פון מהר''ש השני, ווען אים אנפאנגען רינען הייסע לאווע פון די נאז לעכער

אלזא, לאמיר זיך האלטן צו די הוטן.

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:11 pm

· #96505
בעל הבית
קאך לעפיל טייערע בעלזער רב איז נישט גענגען א מיט א פלאכע ביבער היט נאר אין אונגארין (פעסט) ווען ער איז אנטלופן פון געליצע


און אונגארן איז דא איין בילד פונעם רב ז''ל, גראדע מיט א הויעכע היט! איך האב אבער געהערט פון אלטע בעלזע חסידים, אז דער רב ז''ל איז פאר די קריג געגאנגען מיט א פלאכע היט,

אלעפאלס איך בין מסופק, אדרבה זאל איינער קלאר שטעלן מיט וואס פאר א סארט היטען די הייליגע אדמור''י בית בעלזא זענען געגאנגען!

בעל הבית » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:34 pm

· #96519
only in hungrain he went with a platchika otherwise only kolpik

ודי למבין » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:40 pm

· #96523
גם אני מצטרף למחאה, היתכן לאדם שיהיה לו בכלל הו"א להסתפק בענין הכובעים המסורה לנו מאבותינו דור אחר דור עד משה רבינו, וכבר ארז"ל כל המשנה ידו על התחתונה, ומה גם שפרנסתן של ישראל תלויין בזה, ואיך יכולים לקבל עול תורה ומצוות בלי כובע שנראה בדיוק כתבנית וכצלם דמות הכובעים שהלכו אבותינו ואבות אבותינו.

איך אויך » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:46 pm

· #96845
דאן פארוואס ריפן איר די באבעווע א קלאפטע? איך ווייס באמת נישט, געב ארויס די סודות!

דולה ומשקה » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:31 pm

· #96869
קאך_לעפל
אלעפאלס איך בין מסופק, אדרבה זאל איינער קלאר שטעלן מיט וואס פאר א סארט היטען די הייליגע אדמור''י בית בעלזא זענען געגאנגען!


אין בעלז די בני משפחה אלע אויסדריקלעך אלע זענען געגאנגען מיט הויעכע ביבע הוטן.
ס'דא א באקאנטע בילד פון מהר"א רוקח מבעלזא אלס יונגערמאן מיט א הויעכע בילד,
אזוי אויך איז דא בילדער פון בני וחתני רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא כולל: רבי פנחס טווערסקי מאוסטילא, בנו ר' שעיה זושא (וחתן דודו מהר"א), מקור ברוך מסערט, דער ראווע-ריסקא, רבי יהושע מיערסלאוו, רבי מרדכי מבילגורייע, רבי יוחנן אב"ד הריבטשוב, רבי שלום אב"ד אפטא - עכ"פ אלע זענען געגאנגען הויעכע הוטן.

פון בני וחתני רבי אהרן רוקח מבעלזא איז דא בילדער מיט הויכע הוטן, פון: חתנו רבי שמואל פרענקל (הגם פון איהם איז אויך דא בילדער מיט א ספאדיק), רבי שעיע זושא בן האוסטילא כנ"ל, רבי משה'לע (אויך איז פון איהם דא מיט א קאלפיק).

אזוי זענען אלע געהויבענע בעלזא יושבים, און חסידים געגאנגען מיט הויכע הוטן.

בנוגע באבוב זענען אלע טאקע געגאנגען פלאכע הוטן אויסער רבי משה סטעפל חתן ה'קדושת ציון',
נאר זיי אלע, בתוכם רבי שלמה, רבי חיים שיעלע, האבען זיך אין לעמבערג איבערגעטויש אויף הויעכע הוטן.
אגב, דער פאקשעוויצער האט פאר לאנגע עטליכע יאר אנגעטוהן א קראך הוט
(ומענין לענין, אויך רבי שלמה האט געטראגען א קראך הוט אין בארי איטאליע און אויך אין לאנדאן, ס'דא טאקע צוויי בילדער ווי ער רעדט ביי א פארזאמלונג ווי דערנעבען איהם זוצט ר' מייקל טרעס, זעהט מען ווי רבי שלמה גייט אנגעטוהן מיט א בעקיטשע אין מיט א קראך הוט).

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:35 pm

· #96876
די פלא איז, אז אלע אדמורי"ם בדורינו גייען אנגעטוהן אנדערשט, שבת אדער אין דער וואך, אזא הוט, אזוי די פיאות, אזוי די הויזן, אזוי די גארטעל, רעכטס לינקס אינדערמיטען וכו' וכו'.
און יעדער שרייט אז ער גייט בדרך המסורה, און איז נישט משנה קיין זוז כל שהוא!

אביגדור » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:20 am

· #97010
לכאורה.

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:32 am

· #97015
קאווע טרינקער
און יעדער שרייט אז ער גייט בדרך המסורה, און איז נישט משנה קיין זוז כל שהוא!

איך האב געהערט אמאל פון א תימנ'ער איד וואס פירט אן א תימנ'ע קהלה אין ארץ ישראל ווי זיי גייען אנגעטוהן אזוי ווי זייער מסורה, האט ער געמאכט אן אפיעל אין א סאטמערע ביהמ"ד, און ער האט געזאגט: ווער נאך אזוי ווי אייך סאטמערע אידן ווייסן אז מען טאר זיך נישט אוועקרירן פון די מסורה קיין זוז כל שהוא, און דערפאר זאל מען שטיצן זיין קהלה...
ער איז לכאורה גערעכט, אבער עס האט מיר געקאסט א שמייכל.

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:36 pm

· #97122
איך האב געהערט א מעשה פין הרב בן ציון באבובער ר"ח אב תשע"ב , עס איז געווען א איד א באבוב חסיד (ער האט געזאגט א נאמען) ,אדורך דעם ביטערן קריג אין אזוי ווי א גרוס חלק אידן בימים ההם זענען נישט גענגען קיין בערד ,דער איד האט חתנוה געהאט נאכן קריג, א פאר יאר שפעטער געהאט א קינד מזל טוב , עטליכע יאר שפעטער האט די זון געהעט א עקיסדענט ל"ע אוועק, נאכן שלושים האט די איד געהאט א שטיקיל ספירה בארד איז ער געגנגען זאגן פאר ר שלמה אז ער וויל זיך בלייבן לאזן וואקסן די בארד, האט עם ר שלמה גענעפערט בשום אופן מען טאר נישט ממשך זיין א דבר טוב דורך אבילות,אי"ה ווען די וועסט מאכן א שמחה דאמלטס קאנסטו זיך לאזן וואקסען די בארד

אביגדור » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:46 pm

· #97173
גאר שטארקע לימוד.

בעל הבית » זונטאג מערץ 17, 2013 2:04 pm

· #97692
אה! די ביסט געזעצן לעבן מיר ? נעקסט טיים קיי שטילער. אין א נייע רעקל מעקסטו דיר שון קויפן . פארשטייט זוך מיט א שניד אין בעק

זר זהב » זונטאג מערץ 17, 2013 2:09 pm

· #97693
ווער קייט אין א רעקל?

בעל הבית » זונטאג מערץ 17, 2013 2:13 pm

· #97695
די דארפסט ליינען די המשך וואס ערהאט מיר געשריבן

אביגדור » זונטאג מערץ 17, 2013 4:38 pm

· #97780
מנהג עוקר וכו'.

וואלפה » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:20 pm

· #98675
אויס מענטש
לכאו' האט דאס בכלל נישט קיין פשט, ווייל מיין טאטע גייט אזא מין היט מוז איך אויך טראגן די היט, צו עס געפעלט מיר יא אדער נישט? וויפיל מאל זעהט מען א נייעם בחורל אנגעטון א היט, וואס זעהט אויס אויס ווי א שירעם אדער א הויכער טאפ, אויף זיין קליינעם פנים, איך פארשטיי נישט מה נשתנה ? היט, פון רעקל, שיך, וואס יעדער קויפט לויט זיין געשמאק און גוסטע,
און נאכמער מען זאל קענען גיין וועלכע היט מען וויל, ווען מען וויל, פארוואס איז דאס געווארן א גזירה און חוק,


אייעם אל דע וויי וויט יאה
אבער די משל וואס די ברענגסט ארויס איז פשוט אינו דומה לנמשל.
א היט איז דומה צי א לאנגע, צי א קורצע, אדער גאר א דריי-א-פערטיל סוט, וואס קיינער טוישט נישט.
דער "קאליר" פונעם רעקל איז דומה צום קאליר פונעם היט, נישט צום אויסזעהן וואס דאס זעהט מען אז מענטשען טוישען ( -בעסער געזאגט: עס טוישט זיך) פון א שווארצע קאפעליטש צו א gray אדער אפילו געהל....
בלאט: 1 2 3 4