☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?

מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1266
בלאט: 1 2 3 4

איציק » מוצ"ש מאי 11, 2013 9:19 pm

· #114006
קאווע טרינקער
די פלא איז, אז אלע אדמורי"ם בדורינו גייען אנגעטוהן אנדערשט, שבת אדער אין דער וואך, אזא הוט, אזוי די פיאות, אזוי די הויזן, אזוי די גארטעל, רעכטס לינקס אינדערמיטען וכו' וכו'.
און יעדער שרייט אז ער גייט בדרך המסורה, און איז נישט משנה קיין זוז כל שהוא!

סאקמער רב זי"ע האט דאך געזאגט אז ער פירט זיך פונקט ווי דער טאטע ז"ל. דער טאטע האט משנה געווען און ער איז אויך משנה.
ודפח"ח.

דולה ומשקה » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:27 pm

· #162293
למהוי ידיעה, פאר די וואס טוישן זיך צו א ביבער הוט, איז דער פרייז היינט צו טאג בערך $180
פארשידענע הוט געשעפטן לייגן שוין אויך צו 'בחנם' א פלעסטיק פאר נייעם געקויפטע הוט.
אנדערע גיבן דעמאלס אויך א הנחה אויף די הוט בערשטליך.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:48 pm

· #228484
ט'האט איינער אמאל געטראכט פון דער פאינ"ט. אונז רעדען מיר זיך אפ ווי שווער און טייער ס'איז צו לעבען, דער שכ"ד איז אזוי טייער און עסען וכדו' וכו' וד"ל. יעצט גיי זאג פאר א דורכשניטליכע גוי אז יעדער פארהייראטע מאן, ווי ארעם ער איז, מוז האבען פאר'ן קאפ עפעס וואס קאסט $180, און אויף שבת צען מאל אזוי פיל. ער וועט דיר אנקוקען ווי משוגע. אז דו האסט נישט דער געלט, קויף עס נישט. (שכר לימוד פארשטייט א גוי אויך נישט, אבער דאס איז פון זי תורה און ער דארף נישט קענען פארשטייען)
ווי בארעכטיגען מיר זיך צו נעמען פו"ד סטעמפ"ס ווען מיר לאזען זיך קאסטען אזוי פיל פאר א הוט. אזוי אויך ביי א שייטעל. יעדער מיידעל (עכ"פ ביי אונז ליטוואקע"ס היינט צו טאג) האט א שייטעל וואס הייבט אן די פרייז ביי $2000 און מ'איז נישט מוותר דערויף. spoilt children ווי קויפט מען א אך וואס מ'קען נישט ערלויבען? דער וואס האט זאל אויסגעבען, און דער וואס נישט זאך זיך איינהאלטען.
אינדערהיים האט יעדער ארעמאן געקויפט פאר אזוי טייער?! דער וואס האט נישט געהאט, האט חתונה געהאט מיט א דאשיקעל, און דער וואס האט יא געהאט האט געקויפט א הוט וכדו'. מיר זענען ספויל"ט קינדער, מ'איז נישט מוותר אויף גארנישט, אפילו מיט געלט וואס מ'האט נישט.
און קא"ט ד"ע גארבעדז"ש מיט לא שינו את לבושם. מ'דארף אויסקוקען אנדעריש ווי דער גוי און פארטיג. ס'מאכט נישט אויס ווי מ'טוט עס, און מ'דארף נישט אנהאלטען אלטער טראדיציע"ס כאילו אונז זע'מיר א שבט פונ'ם הרי החושך, וואס האט נישט קיין שכל און נישט קיין תורה. מיר האבען א תורה, און ממילא איז די טראדיציע"ס א קלייניקייט. (און גזילה איז פונקט אזא איסור ווי די אלע זאכען וואס יענער חברה האבען געקאכט דערין. אז מ'האט נישט דער געלט איז מ'נישט ארנטליך צו נעמען פון א צווייטען פאר א תאווה פון האבען א שיינע הוט. א קע"פ איז פונקט גוט)

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 10:57 am

· #228699
ליטוואק פון בודאפעסט

ליטוואק איהר האט א יסודות'דיגע טעות, ווייל איהר זענט גערעכט לגבי די קליינע חילוק ציווישען דער 'אידישע' לבוש און דער גויעשע לבוש, וואס דארט איז דער שינוי גאר קליין.

אבער ס'פארהאן נאך א פאקטאר וואס דאס איז דער 'חסידישער לבוש', וואס נישט קיין נפק"מ ווי דער חסיד געפונט זיך, דער חסיד וועט און סיי וועלעכע מדינה גיין אנגעטוהן ווייטער מיט דעם חסידישע לבוש. אבער פארשטייט זיך אז דער חסידישע לבוש איז בכלל נישט אפהענגיג מיט דער 'אידישע לבוש'.
ווייל דער אידישע לבוש האט זיך יא געטוישט פון מדינה צו מדינה, יעדע מקום האט א אנדערע באדייט פאר א אידישע לבוש משא"כ דער חסידישע לבוש.

ע"כ איז דער אידישע לבוש סאך ביליגער און סאך א גרעסערע אויסוואל, משא"כ דער חסידישע לבוש.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:05 pm

· #228716
האסט געמיינט איך בין ערשט געבוירען געווארען? איך ווייס וואס טרייבט די אלע מענטשען צו זייער צרכים פון א טייערע היט וכדו', אבער ס'איז נישט ריכטיג און אויסגעהאלטען. אוודאי דארף מען גייען אנגעטוהן אנדעריש ווי א גוי, און מער נישט. די אלע קוךלטורישע מצוות, וואס קאסטען אפ הונות מיט געלט און נעמען צו פון די געלט וואס איז בנמצא פאר עכטע צרכים פון עניים איז נישט אויסגעהאלטען, און איך גלויב נישט א ס'איז א שבח אויף דער וואס האט געברענגט שטריימלעך קיין אמעריקא, אבער פון כוללים האט ער נישט געהאלטען!

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:57 pm

· #228757
איז שייך ביליגער צו מאכען די פרייזען?
ס'דאך דא בלויז א מינומים צאל קאסטומערס, אז עס זאל זיך זיי לוינען משקיע צו זיין דערין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 6:54 pm

· #228811
פארוואס דארף מען ביליגער מאכען די פרייז? קויף נאר וואס דו קענסט ערלויבען. אז דו האסט נישט געלט אויף א שטריימעל, קויף א הוט. אז דו האסט נישט פאר א הוט, קויף א דאשיק. וכן הלאה אין יעדער זאך. אז דו האסט נישט קיין געלט פאר א האר שייטעל, קויף א סינטטי"ק אדער א טיכל. מ'דארף נישט אלע סארט דיפ"ס ביים טיש שבת, און נישט יעדער יאר דארף מען גייען צוויי מאנאטען אין קאנטר"י ועוד ועוד.
Stop being a bunch of spoilt children

בשבילי! » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 7:15 pm

· #228813
ער האט נישט געהאלטן פון כוללים ווייל ער האט געוואלט מ'זאל קענען עפארדן א שטריימל וכו'

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 25, 2018 10:57 pm

· #396387
די פלאטשיקס איז אן אונגארישע הוט, פון די אונגארישע מאדיארן, (איך זאג עס גוט נאך?) און האט גארנישט מיט אידישקייט, אזויווי אלע אנדערע חלקים פונעם אייראפעישן לבוש וואס ווערט בטעות אנגערופן 'חסידישע לבוש'. צאנזע רב איז אמאל געווען אין אונגארן, און דאמאלטס האט ער זיך אנגעטון דעם אונגארישן הוט, און עס איז איבערגעגאנגען צו זיינע אייניקלעך. אין ארץ ישראל איז געווען א שטיק צייט וואס מ'האט נאר געקענט אימפארטירן הוטן פון אונגערן און אזוי איז עס געבליבן. וועגן דעם זעהט מען די הוט ביי די אונגארישע רבנים, צאנזע אייניקלעך און ירושלמיס.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 25, 2018 11:14 pm

· #396389
אויס מענטש

אבער ווען איך זעה ווי מענטשן גייען ביי 90 דעגרי מיט א הוט און רעקל ווער איך אויס מענטש כשמו כן הוא.
און האב רחמנות אויף זיי ווייל דער הייליגער סיסטעם איז, אדער גייסטו מיט דיין הוט און רעקל אדער גייסטו מיט א טישורט..

יעדע מאל וואס איך זע א היימישע יונגערמאן מיט א פאלא שירט אדער טישירט, ווער איך אזוי פרייליך און מרוגש, אז אפאר מאל קומען מיר ממש טרערן אין די אויגן.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 25, 2018 11:39 pm

· #396391
חאצקל
נו, לאמיר טאקע הערן פון יעדן, וועלעכע הוט וואלט איר געוואלט גיין אין א פלאץ וואו איר זענט אליין בלויז מיט אייער משפחה?

אזוי.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:34 am

· #396409
ווי קען מען דען זיין א "רבינו הקדוש" מיט אזא הוט......

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:42 am

· #396411
שמעקעדיג
ווי קען מען דען זיין א "רבינו הקדוש" מיט אזא הוט......

אז מלייגט נישט די הענט אונטערן גארטל... (אזוי האט מיין רבי אין חדר מיר אויסגעלערנט)

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:09 am

· #396413
בעל הבית
איך דריי מיך שון זייער לאנג ארום מיט די שאלה צו מען מעג טוישן אדער אויסטהון א פארשטינקע לבוש למשל אויסטהון ווייסע זאקן שבת ביטע שרייבט חוזק ווי למשל כיבוד אב אישוי ווי אזוי וועלן מענטשן מיר אנקוקן וועלן זיי בכלל במערקען ? וועל איך לעולם ועד תולה זיין אויב ח"ו אפעס גייט מיט פוטים אראפ בלעמין אויף דעם? ביטע שרייבט מיר אייער מיינונג מיט עקספירונס

חלילה צו משנה זיין פון די הייליגע ווייסע זאקן, וואס אונזערע הייליגע 'founding fathers' זענען געגאנגען מיט דעם. זעה די בילד פון די אנדערע זייט פון די צוויי דאללער ביל.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:51 am

· #396422
רביה״ק, הלוואי וואלט די עכטע רביה״ק מסאטמאר געהאלטן ווי דיר. די גאנצע חסידישע לבוש איז פונקט אזוי הייליג ווי אידיש וואס האט גארנישט מיט ארגאניעלע אידישקייט אנגעשטויסן, נאר סאיז פשוט א דייטשע שפראך געמישט מיט אפאר אנדערע אייראפישע שפראכן. אבער למעשה איז אידיש פארהייליגט געווארן פון טויזנטער יאהרן וואס אידן האבן גערעדט אידיש.

די גאנצע לבוש איז למעשה זייער א גיטע טריק.
מיט דעם וואס מיר גייען אנדערש אנגעטוהן ווי די אלגעמיינער פאלק און מיר רעדן א אנדערע שפראך. (און נאך אפאר זאכן ווי למשל מיר האבן נישט קיין הונט און קעץ אינדערהיים ווי דער גאנצער וועלט) אט דאס מאכט אונז זיין אנדערש- און דאס מאכט אז מיר זאלן זיך נישט אויסמישן מיט די אנדערע זייט גאס, און מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אייגענארטיגע קולטור פון דורי דורות.

דאס העלפט אונז אנצוהאלטן בלייבן אזויווי אונזערע עלטערן זענען געוועהן... נישטא וואס צורעדן.

מיינסט אז משיח גייט אויסקוקן ווי רביה״ק מסאטמאר מיט א פלאטשיגס? אדער ווי א עפעס א מזרחי אדער א תימנער?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:02 am

· #396424
די גאנצע פארהייליגקייט פון די דויטשע שפראך און פון די אייראפעיאישע לבוש איז א נייע זאך, אידן האבן זיך אלץ אנגעטון און גערעדט ווי די גוים.
אז מ'רעדט שוין יא, כ'אב געזען אפאר יאר צוריק א קובץ וואס בעלזא האט ארויסגעגעבן לכבוד עפעס א חתונה. איינע פון די מאמרים איז געווען געווידמעט פאר די אייראפעאישע לבוש וואס רופט זיך 'שטריימל'. האבן זיי דארט געברענגט אז ווי באוואוסט זענען די פוילישע פריצים געגאנגען מיט שטריימלעך, און פראנץ יאזעף איז געגאנגען מיט א שטריימל מיט א רויטע קאפל. אבער ס'קען דאך נישט זיין אז אונזערע 'הייליגע רבי'ס' האבן עס גענומען פון די גוים. און אז די גוים האבן נאכגעמאכט די אידן איז אויך נישט מסתבר, זענען זיי געבליבן מיט א צריך עיון גדול מאד.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:00 pm

· #396483
שבת אחים
די גאנצע לבוש איז למעשה זייער א גיטע טריק.
מיט דעם וואס מיר גייען אנדערש אנגעטוהן ווי די אלגעמיינער פאלק און מיר רעדן א אנדערע שפראך. (און נאך אפאר זאכן ווי למשל מיר האבן נישט קיין הונט און קעץ אינדערהיים ווי דער גאנצער וועלט) אט דאס מאכט אונז זיין אנדערש- און דאס מאכט אז מיר זאלן זיך נישט אויסמישן מיט די אנדערע זייט גאס,
איך בין נאר נייגעריג וויאזוי אידישקייט האט זיך געהאלטן אין די צייטן ווען די גוים זענען אויך געגאנגען מיט שטריימל און ווייסע זאקן
שבת אחים
און מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אייגענארטיגע קולטור פון דורי דורות.
די חרדישע קולטור איז גארנישט 'אונזער איייגנארטיגער', ס'איז בעיסיקלי די אייראפעאישע קולטור פון די 1800'ס.

שבת אחים
מיינסט אז משיח גייט אויסקוקן ווי רביה״ק מסאטמאר מיט א פלאטשיגס? אדער ווי א עפעס א מזרחי אדער א תימנער?

איך ווייס נישט, אבער ער גייט זיכער נישט פארקויפן זיין לבוש אלס אידישקייט, און ער גייט נישט באצאלן קיין פינף טויזענט דאללער פאר א שוואנץ אויפן קאפ.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:14 pm

· #422393

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:29 pm

· #422396
רביה"ק זי"ע: או. קעי. די חסידים זענען נישט אזוי שטארק משוגע. (ווי דער פריץ אויפ'ן קליפ.)

אבער איך האב אמאל געזעהן א פיקטשער פון א מענטש מיט ווייסע זאקן און האלבע שיך. כ'האב מיך געוואונדערט וועלכער חסיד'ישער איד דאס איז. האטציך אויסגעשטעלט אז דאס איז גאר געווען דער בעל עגלה פונ'ם קייזער פראנץ יאזעף...!

בדוו.: די קאליר און דעזיין פון די האלבע הויזן וואס די היינטיגע חסידים הראשונים טראגן איז נשתרבב געווארן צו א געטשעקער'טע פעטטערן. א טייל רופן עס ..."געפעפערטע הויזן"...נאר דאס איז א טעות. ווייל זייט דאס חסידות איז אנגעקומען קיין אונגארן האט מען דאס גערופן..."פע-פי-טא"...הויזן. דאס ווארט מיינט ..."טשעקער'ד"...אויף אונגאריש...!

יהודי פשוט » דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:45 pm

· #422399
Re: מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?
רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט מיט וועלכע חסיד'ישע אידן דו דרייסטעך אבער די איינציגע זאך אויף דעם ווידיאו וואס חסידים גייען - אנדערש ווי די וועלט - איז די ווייסע זאקן

וואלווי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:15 am

· #422452
יהודי פשוט
רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט מיט וועלכע חסיד'ישע אידן דו דרייסטעך אבער די איינציגע זאך אויף דעם ווידיאו וואס חסידים גייען - אנדערש ווי די וועלט - איז די ווייסע זאקן

העמעדער אן קנעפל

יא, די העמד וואס האט אפגעהאלטן יודען פון זיך שמד'ן אין פאריז...

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:24 am

· #422453
וואלווי: אדער די נישט געפוצטע שטיוול (און די נישט געטוישטע ר"ת'ס) פון די בעלזער יושבים...!

וואלווי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:28 am

· #422454
berlbalaguleh
וואלווי: אדער די נישט געפוצטע שטיוול (און די נישט געטוישטע ר"ת'ס) פון די בעלזער יושבים...!

זיי זענען נישט שילדיג, בעלזא האט געהאט אסאך בלאטע...

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:56 am

· #422457
און ווייניג געשעפטן וואס האבן פארקויפט שוך פוץ...!

וואלווי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:59 am

· #422458
berlbalaguleh
און ווייניג געשעפטן וואס האבן פארקויפט שוך פוץ...!

שוך פוץ?! פוי!!

ס'וואלט אנגעהויבן מיט שיך פוץ, געגאנגען צו זייף, פון דארט וואלטן בחורים נעבעך גהאלטן קופערנע מטבעות, ר"ל...!

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:03 am

· #422459
און די מוסדות וואלטן ארויסגעגעבן א תקנה אז ווער ס'זייפט זיך (מיט שמעקעדיגע) זייף מער ווי איינמאל אין זעקס חדשים. און דאמאלס אויך נאר מיט שטינקעדיגע זייף וואס מ'נוצט צו וואשן דישעס. וועט מען אהיימשיקן די קינדער פון די מוסדות...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:40 am

· #422464
יהודי פשוט
רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט מיט וועלכע חסיד'ישע אידן דו דרייסטעך אבער די איינציגע זאך אויף דעם ווידיאו וואס חסידים גייען איז די ווייסע זאקן

ווייסע נאכטהעמד.
רעבישע העמד.
וועסטל.
האלבע הויזן.
לאנגע רעקל/בעקישע מיט צוויי קנעפלעך פון הינטן.
בקיצור, אלעס אויסער דעם הוט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:41 am

· #422465
וואלווי
יא, די העמד וואס האט אפגעהאלטן יודען פון זיך שמד'ן אין פאריז...

אינטערעסאנט נאר אז דעם פריץ האט עס נישט אפגעהאלטן פון זיך שמדן... (אפשר האט איהם עס אפגעהאלטן פון זיך שמדן צו אידישקייט...)

וואלווי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:23 am

· #422467
רביה''ק זי''ע
וואלווי
יא, די העמד וואס האט אפגעהאלטן יודען פון זיך שמד'ן אין פאריז...

אינטערעסאנט נאר אז דעם פריץ האט עס נישט אפגעהאלטן פון זיך שמדן... (אפשר האט איהם עס אפגעהאלטן פון זיך שמדן צו אידישקייט...)

ווייסט נישט די לעגאנדיע אז לבן איז געגאנגען מיט א ווייסע בעקיטשע?

אפשר איז עס געווען עשו?

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:28 am

· #422629
בלאט: 1 2 3 4