מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?
180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1266
דער קאשוי רב זצ"ל האט געהאט פיר סארטן הוטן דורך אויס זיין לעבען.
1) דער קאשוי רב האט חתונה געהאט פארן קריג זייענדיק 29 יאר, ביז דאן אין מיט א שמוץ אריבער נאך זיין חתונה האט ער געארבעט אין זיין טאטע'ס סטאר (ער פארקויפט בגדים כמדומה לי) האט געטראגען א דאשיק. אפילו שפעטער די צוויי יאר וואס ער געהאט א ישיבה אינדערהיים פאר צעהן בחורים האט ער ווייטער געטראגען דעם דאשיק.
2) ווען ער איז געוועהן א מגיד שיעור אין צעלים'ער ישיבה האט ער געטראגען א קריעת ים סוף הוט ביז מען האט איהם פארשיקט פון דארט.
3) נאך צעלים האט ער מיטגענומען זיין כתה אין געגרינדעט א אייגען ישיבה דעמאלס האט ער אנגעהאט א הויכע ביבע הוט.
4) ווען ער האט מייסד געוועהן זיין שטעטל האט ער זיך אנגעטוהן זיינע ברייטע פלאכע בובע הוט מיט וואס ער שוין פארבליבען ביז צו זיין פטירה.
רבי מנשה קליין ווען ער איז געוועהן רב (נאך אלס בחור) אין א בית מדרש אין ווילימסבורג האט ער אין די ערשטע עטליכע יאר געטראגען א בענד-דאון הוט.
דולה ומשקה
רבי מנשה קליין ווען ער איז געוועהן רב (נאך אלס בחור) אין א בית מדרש אין ווילימסבורג האט ער אין די ערשטע עטליכע יאר געטראגען א בענד-דאון הוט.
וואס הייסט ער איז געווען א רב אלץ בחור?
zurichדולה ומשקה
רבי מנשה קליין ווען ער איז געוועהן רב (נאך אלס בחור) אין א בית מדרש אין ווילימסבורג האט ער אין די ערשטע עטליכע יאר געטראגען א בענד-דאון הוט.
וואס הייסט ער איז געווען א רב אלץ בחור?
נישט וויבאלד ער איז געוועהן דער גרויסע עילוי, נאר ער האט זיך שיינערהייט דארט אריין געארבעט, ער האט זיך נישט געיאגט.
נאך עפעס?
ער דאן אויך געוועהן א מגולח. שא! זאג קיינעם נישט אויס.
דולה ומשקה א מחי' דיין ידענות
עס וואלט געווען א גלייכע זאך צוזאם צונעמען אלע די זאכן און אן באזונדערן אשכול פון תולדות גדולי ישראל וכדו'
איינער ווייסט ?
וועלכע היט איז דער בעש"ט געגאנגען? {אויב נישט א שטריימל}
וועלכע היט איז דער מגיד געגאנגען ? דער חוזה ?
דער גר"א ? דער של"ה ? פון דעם חכם צבי איז דא די אמתע בילד ווי ער גייט מיט א קאלפיק /שטריימל או קרוב לזה
צאנזער רב און דער ייטב לב זענען געגאנגען ברייטע ביבער היטן, מסתמא דער ראפשיצער רב אויך {זיינע קינדער זענען אזוי געגאנגען}
דער חת"ס איז דא די בילד מיט א קאלפיק מיינט דאס טאקע אז ער איז געגעאנגען אייביג מיט דעם ?
זיין אייניקל ר' עקיבא סופר פון ירושלים, וואס איז געווען פרעשבורגער רב ביז יארע תרצ"ט, איז געגעאנגען מיט א כמו ברייטע ביבער היט, מיינט דאס אז זיינע עלטערן זענען אויך אזוי געגאנגען?
אדרבה ווער ווייסט ?
ביי די ליטווישע גדולים ווי ר' חיים בריסקער ר' אלחנן וואסערמאן ר' חיים עוזר ר' אהרן קאטלער בתחילת ימיו, זעהט אויס ווי די היט האט נישט געהאט עפעס א ספעציעלע צורה און פארמאט, נאר ענדערש סתם א היט פון געשעפט א רום מיט א טאפ וזהו, קען זיין נאך יארן האט עס געכאפט א שייינע פאר זעצעס, און עס איז געווארן פון דעם די היינטיגע "גדולים" היט, מי יודע
zurichאיך ווייס נישט וואס דו פארפירסט?? איינער לאזט דיר נישט אנטוען וועלכע היט דיר געפעלט!!
אה דו האסט נישט קיין גאטס,נא אז דו האסט נישט קיין גאטס איז קיינער נישט שילדיג!
דער נושא איז נישט דא צו עמיצער אינדיווידועל איז שולדיג צו נישט,
דער פאקט איז אז א זאך וואס איז היינט צו טאגס ענג איינגעפירט אין א קרייז, ספעציעל א לבוש, איז זייער שווער צו טוישן, ווייל א מענטש וויל זיין אנערקענט און זיך גוט געפונען אין זיין משפחה און געזעלשאפט, און טאמער איז ער נישט קיין עושר ת"ח אדער עסקן וכדו' איז זיין גאנצע אידענטיפיקאציע אנגעוויזן אויפן הוט, און ווי לאנג אזא סארט טויש איז אפגעפרעגט ביי די געזעלשאפט (ספעציעל ווען יענטעס מאכן פון דעם אן אישו וואס צינדט אן אויך נארמאלע נייטראלע מענטשן), איז פאר די באטרעפדע וואס ליידן דערפון משום איזה סיבה, נישט אזא גרינגע זאך צו טוישן,
מיט טעראפי וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון א פראבלעמאטישע סיטואציע דורך איבערדרייען די מעשה בראשית און זיך נישט דערשרעקן פון פיער פרעשור וכדו' קען מען עס אפשר באווייזן, (אזוי ווי מ'קען זיך לערנען צו קענען פארנעמען אנדערע שוועריקייטן), אבער דאס איז שוין א "קונץ" וואס כולי האי ואולי וועט עס העלפן. (און נאך אלעם קען עס זיין א פראבלעם ביי שידוכים).
can anyone explain me why in the world we supppose to go with this stupid hit and reckel???
its so hot in the street but lman hashem turture ur self...
I want to know, this want the bashefer? m'zul zich peinigen all the way for nothing? its a mitvah? its a drabunen? its a minhag? its what???
in the times of tanuim was only tanuim went with hats and if someont went out the street with a hat was he called a chutsif.
So why did it become a cheilik fin yiddishkeit? meila if the tora would request it would i do it with a simcha, as i am making naches riach to hashem,
but as of now there is no point to turture your self just because it become a tradition, thats the my main reason why i hate this comunnity, we following everything like shefelech and after then some ppl busting,
So my question is why does we make the iker a tufel and tufel an iker
מ'האט אויסגעלאזט איין סארט היט!
ווער עס קען GUESS'N פון וועלכע היט איך רעד וועט געוואונען א "לייק"
דיין לייק איז טאקע א געווינס 😛
הרב ביק'ס, שלמה יעקב געלבמאן'ס
YOU GOT IT
!!!!!!!!!!!!!!!
איך האב געהאט אין מיינד טאקע שלמה יאנקעל. און ירושלימער רב הרב ווייס.
און וואס איז מיט א גערער באל היט?!
גערעכט גערעכט
זר זהבגערעכט גערעכט
און וואס איז מיט א לייק?
איך האב צוגעזאגט א לייק פאר דער וואס טרעפט צו וואס איך האב אין מיינד.
אבער לפנים משורת הדין, מה הוא רחום אף אתה רחום, כ'זעה ווי דו לייקסט אסאך האב איך דיר אויך געלייקט.
זר זהבאיך האב צוגעזאגט א לייק פאר דער וואס טרעפט צו וואס איך האב אין מיינד.
אבער לפנים משורת הדין, מה הוא רחום אף אתה רחום, כ'זעה ווי דו לייקסט אסאך האב איך דיר אויך געלייקט.
לחיים לחיים! לעבן זאל אונזער פריינדשאפט!
נו רבותי צוריק צום נושא. למעשה, איך וויל טוישן מיין לבוש און מיין ווייבס לבוש, קען איך עס אויספירן אן דעם וואס איך זאל צוריסן און צודריקט ווערן פון מיין קאמיונעטי, משפחה, פריינד, אין מיין געגנט און אין אויסלאנד?
נאכנישט גערעדט פון פרויען לבוש ווארט צו
אויס מענטשנאכנישט גערעדט פון פרויען לבוש ווארט צו
איך קען שוין קוים ווארטן
זר זהבמ'האט אויסגעלאזט איין סארט היט!
ווער עס קען GUESS'N פון וועלכע היט איך רעד וועט געוואונען א "לייק"
shtufena hit with deep crach----KUTSHMA
חאצקלנו רבותי צוריק צום נושא. למעשה, איך וויל טוישן מיין ווייבס לבוש, ?
לאמיר דיר זאגן. איך האב עס שוין געטרייט, און איך בין גארנישט מער צופרידן.
קוקי! 🤓 יא, די מיט די שטרענגע גלעזער.
זאג מיר, ווען גייסטו מיט דיין הוט און רעקל?
איך דרייוו א קאר, און מיין הוט און רעקל גיי איך נאר ביים דאווענען, מיין הוט גראדע נישט ווייל איך נעם פון די וואנט אין ביהמ"ד, ווייל מען קען דארט גיין וועלכע הוט מען וויל...
און ביי שמחות וואס דאן דארף מען אויסזעהן מענטשליך.
אבער ווען איך זעה ווי מענטשן גייען ביי 90 דעגרי מיט א הוט און רעקל ווער איך אויס מענטש כשמו כן הוא.
און האב רחמנות אויף זיי ווייל דער הייליגער סיסטעם איז, אדער גייסטו מיט דיין הוט און רעקל אדער גייסטו מיט א טישורט..
וואס איז שלעכט צו גיין מיט א הויזן וועסט און טלית קטן
איך מיין זאלסט אביסל צו ווארטן, די זאך וועט נעמען אן עק. ימים ידברו.
קליינע רעבעלעחאצקלנו רבותי צוריק צום נושא. למעשה, איך וויל טוישן מיין ווייבס לבוש, ?
לאמיר דיר זאגן. איך האב עס שוין געטרייט, און איך בין גארנישט מער צופרידן.
לאמיר קודם פארשטיין, פארוואס האסטו עס לכתחילה געטרייט?
דארפסט מאכן אן עקסטרן אשכול פאר דעם...
קיינער וועט נישט וויסן אז מרעדט אין א הוט אשכול פון פרויען קליידער. הגם אין ווילי גייען די פרויען מיט היטן...
א דאנק.
די רעדע דא איז בכלל צו טוישן א לבוש איז ווערט די קאנסעקווענסן צו נישט, און בכלל זה איז אויך דער טויש ביי דעם פרוי'ס לבוש
אויס מענטשקוקי! 🤓 יא, די מיט די שטרענגע גלעזער.
זאג מיר, ווען גייסטו מיט דיין הוט און רעקל?
איך דרייוו א קאר, און מיין הוט און רעקל גיי איך נאר ביים דאווענען, מיין הוט גראדע נישט ווייל איך נעם פון די וואנט אין ביהמ"ד, ווייל מען קען דארט גיין וועלכע הוט מען וויל...
און ביי שמחות וואס דאן דארף מען אויסזעהן מענטשליך.
אבער ווען איך זעה ווי מענטשן גייען ביי 90 דעגרי מיט א הוט און רעקל ווער איך אויס מענטש כשמו כן הוא.
און האב רחמנות אויף זיי ווייל דער הייליגער סיסטעם איז, אדער גייסטו מיט דיין הוט און רעקל אדער גייסטו מיט א טישורט..
וואס איז שלעכט צו גיין מיט א הויזן וועסט און טלית קטן
איך מיין זאלסט אביסל צו ווארטן, די זאך וועט נעמען אן עק. ימים ידברו.
איך פארשטיי אייך נישט, אויב איר זענט באקוועם מיטן גיין רוב צייט אן קיין הוט אין רעקל אפגעזען וואס פאר א הוט איר דארפט גיין צו די אפיציעלע זמנים דאן פארוואס ווערט איר אזוי אויס מענטש?
אין מסכת דרך ארץ שטייט:
לעולם לא יהא אדם ער בין ישנים, עומד בין יושבים וכו'
[ציטאט אראפגענומען]
מיט אן ענטפער אויף אייער פראגע וועט לכאורה פארענטפערט ווערן אונזער אלגעמיינער גרויסער שאלה דא צו מ'מעג גיין וועלעכע הוט מיר שמעקט. נו, לאמיר טאקע הערן פון יעדן, וועלעכע הוט וואלט איר געוואלט גיין אין א פלאץ וואו איר זענט אליין בלויז מיט אייער משפחה?
פון דער מהר"ש מבאבוב איז דא א בילד ווי ער זיצט ביי א אסיפה אין לאנדאן, נאך דער קריג, מיט א בובע הוט וואס האט א שפאלט כמו קראך הוט, מיט א בעקטישע אן סטראקוס. זעהט אויס אז אין בארי איטאליע איז ער אזוי געגאנגען אנגעטוהן מיט אזא סארט הוט.
מיין כיתה ד מלמד האט פארציילט אז ער געדענקט דעם באבעוור רב אין די ערשטע צייטן אין אמעריקא ווען ער האט געוואוינט אין די איסט סייד איז ער געגאנגן מיט א בענדאון און א האלבע רעקל, ביזדערוייל האב איך עס נישט געקענט קאנפערמן.
איך אויךמיין כיתה ד מלמד האט פארציילט אז ער געדענקט דעם באבעוור רב אין די ערשטע צייטן אין אמעריקא ווען ער האט געוואוינט אין די איסט סייד איז ער געגאנגן מיט א בענדאון און א האלבע רעקל, ביזדערוייל האב איך עס נישט געקענט קאנפערמן.
ער האט געווינט אין וועסט סייד, נישט איסד. איך האב מורא אז די איבריגע פרטים זענען פונקט אזוי אמת ווי די מקום.
צעהלימיער רב נישט. עכ"פ לויט אייזיק געשטעטנער.
[ציטאט אראפגענומען]
סאטמאר רב (בשעת ער איז געווען אין פעסט אויף שבת בשנת תש"ג), אהבת ישראל מוויזניץ, אמרי חיים מוויזניץ ועוד.
ביסט אן אנערקענטער גדול?
שמואל הלויביסט אן אנערקענטער גדול?
זעסט דאך אז ער האלט אזוי. ווער ווייסט, אפשר האבן מיר דא אן ערנסטע כל העולם כולו מיטגליד.
אין בין א גדול, אבער כל-העולם-כולו טענ'ט ס'איז נאך נישט געקומען מיין צייט נתגלה צו ווערן
קען זיין אז דו ביסט א גדול, אבער נישט אן "אנערקענטער" ביז דו ווערסט נתגלה.
כ'האב נאך נישט געזינדיגט אזוי שטארק אז כ'זאל מוזן בעל-כרחי נתגלה ווערן
עכ"פ, צוריק צום ענין.
דער ענין פון מחייב זיין א יחיד וואס זיך אנצוטוהען איז קעגען די תורה.
דער יסוד פון אידישקייט איז דער לבוש וואס בזכות דעם זענען אידן אויסגעלייזט געווארן פון עגיפטן.
דערפאר מוז מען זיך האלטן צום לבוש פון די אבות און אבות אבותינו ווייל אויב מ'הייבט אן טוישן איין זאך ספעציעל א לבוש ווער ווייסט ווי מ'קען זיך דערקייקלען, ווי ס'איז ידוע פון כמה וכמה פעמים וואס מענטשן וואס האבן געטוישט זייער לבוש זענען שפעטער אראפ פון וועג
המשנה ידו על התחתונה
[ציטאט אראפגענומען]
יענקל, ביטע ברענג מער ארויס דיין פוינט.
גאנץ פשוט, עס וועט נאך קומען א דור אין זאגן אז סאטמאר רב האט זיך מוסר נפש געווען אויפן שטריימל - כאילו דאס איז דער יסוד אין אידישקייט-אויף דעם האט יאנקל צוגעברענגט א מעשה רב.
אבער איך האלט סתם אזוי אז די מעשה איז נישט רעלעוואנט, ווייל מען גייט דאך ממילא לייקענען די מעשה איין טאג אזוי ווי א סאך אנדערע מעשה׳ס.
חאצקלדער יסוד פון אידישקייט איז דער לבוש וואס בזכות דעם זענען אידן אויסגעלייזט געווארן פון עגיפטן.
דערפאר מוז מען זיך האלטן צום לבוש פון די אבות און אבות אבותינו ווייל אויב מ'הייבט אן טוישן איין זאך ספעציעל א לבוש ווער ווייסט ווי מ'קען זיך דערקייקלען, ווי ס'איז ידוע פון כמה וכמה פעמים וואס מענטשן וואס האבן געטוישט זייער לבוש זענען שפעטער אראפ פון וועג
המשנה ידו על התחתונה
מיר זענען ארויס פון עגיפטן מיט הויכע אדער פלאכע הוטן?
לכאורה מיט
סאמברעראס עס אידאך געווען ביטער הייס.
געפילטע, דו ווילסט זיך נישט באקליידן אויף דעם אופן ווי מיר זענען ארויס פון עגיפטן, ריכטיג?
גראדע נישט, אלל איים סעיאינג איז אז מיר האבן שוין געטוישט לבוש אפאר דאזען מאל, נאך איין מאל וועט נישט שאטן, און דערשרעק דיך נישט פון א "סליפערי סלאופ" לאדזשיקעל פאלעסי.
געפילטע פישחאצקלדער יסוד פון אידישקייט איז דער לבוש וואס בזכות דעם זענען אידן אויסגעלייזט געווארן פון עגיפטן.
דערפאר מוז מען זיך האלטן צום לבוש פון די אבות און אבות אבותינו ווייל אויב מ'הייבט אן טוישן איין זאך ספעציעל א לבוש ווער ווייסט ווי מ'קען זיך דערקייקלען, ווי ס'איז ידוע פון כמה וכמה פעמים וואס מענטשן וואס האבן געטוישט זייער לבוש זענען שפעטער אראפ פון וועג
המשנה ידו על התחתונה
מיר זענען ארויס פון עגיפטן מיט הויכע אדער פלאכע הוטן?
אוודאי מיט בריטע היטן! ווי אזוי זאגט נאר די מדרש דארט? מעם לועז; מלמד שלא שינו את הכובע, ובני ישראל יצאו ביד רמה; בהכובע הכי רוחב. ועוד דרשו רז"ל, מעם לועז; מלמד שלא שינו את לשונם ודיברו בינהם דייקא באידיש. וזה היה החורבן של הערב רב, דבכדי להביא קרירות בעם הנבחר מצאו מטכס קל, דהיינו להחליף רק הכובע המקובל לכובע משונה כעין שטאפענע היט, באומרם דאין זה מיסודות הדת ומכאן הצליחו ל"ע להכניס קרירות בתוך כלל ישראל עד שהצליחו ל"ע להחטיאם בחטא העגל.
טאקע געטראפן אן אלטער כתב יד אין די מעזבוזש גניזה:
הרב ישראל בעל שם קודם שנתגלה הלך בוכבע עם סדק ארוכה וקצרה {הערת הבחור הזעצער: קריעת ים סוף היט}
ולאחר ההתגלות נתעטר בכובע רחב {...קצת מטושטש...} כמבואר בשו"ע הל' שבת סי' שט"ו שהוא כאוהל
וממנו יתד ופינה כובע זו לעם ישראל היראים והכשירים ומנה לא תזוע עכ"ל
רבותי, אביסל תמימות,
דאס אלס וואס איר שרייבט איז ליצנות פון דעם אויסגעטראטענעם מהלך, לאמיר נישט זיין קיין אויבער חכמים און גיין מיטן לבוש מיט א תמימות אזוי ווי אונזערע עלטערן און אור עלטערן זענען געגאנגען
חאצקלרבותי, אביסל תמימות,
דאס אלס וואס איר שרייבט איז ליצנות פון דעם אויסגעטראטענעם מהלך, לאמיר נישט זיין קיין אויבער חכמים און גיין מיטן לבוש מיט א תמימות אזוי ווי אונזערע עלטערן און אור עלטערן זענען געגאנגען
וועלכע הוט טראגסטו?