☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די "מאמר חז"ל" שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם

די "מאמר חז"ל" שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1547

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:08 am

· #37124
די "מאמר חז"ל" שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם
נאכן שמועס אין דעם אשכול צי מ'מעג משנה זיין די לבוש האב איך אנגעהויבן אריין קוקען אין די באוויסטע מאמר חז"ל, און איך זע אז ס'נישט אזוי פשוט, אפשר דא צוזאמען מיטן עולם וועט מען ארויסקומען מיט א קלארקייט.

וואס מיינט דאס שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם?
לאמיר אנהייבן מיט שמם, וואס מיינט דאס א אידישע נאמען? בשבעים נפש ידרו אבותיך לארץ מצרים, מיינט דאס אז זייערע אייניקלעך די הונדערטע טויזענטער יוצאי מצרים האבן נאר געהאט א סך הכל פון 70 נעמען? און וואס איך מיט די נעמען ווי משה, כי מן המים משיתוהו, וואס מאכט דאס פאר א אידישע נאמען? און ווי ווייטער מ'גייט אין תנ"ך זעט מען אלס נייע נעמען, און אזוי אויך אין משנה, גמרה, יעדע דור האט געהאט נייע נעמען, וואס מיינט דאס? וואס מאכט א נאמען ווי עקיבא, הלל, ופסי, ר' פפא, ר' זביד, מר זוטרא מער אידיש ווי אלעקסיי און איוואן?

איז דא א גמרא אין גיטין (יא:) "גיטין הבאים ממדינת הים ועדים חתומים עליהם אע"פ ששמותיהן כשמות עובדי כוכבים כשירין מפני שרוב ישראל שבחו"ל שמותיהן כשמות עובדי כוכבים" זעט מען קודם פון דעם אז ס'נישט אזוי פשוט, קען דאך נישט זיין אז אלע בני חוץ לארץ זענען עוברי עבירה?

האב איך געטראפן א תשובה פון ר' משה, (אגרות משה חלק או"ח ד סימן סו) וואס זאגט אזוי:
דזה ששיבחו חז"ל ויק"ר ל"ב בגלות מצרים שלא שינו את שמותן הוא לקודם מתן תורה שלא היה
היכר גדול בשביל קיום המצות דבני נח ובפרט שחלק גדול מישראל עבדו ג"כ ע"ז ורובן לא מלו את בניהם עד סמוך להגאולה כשהיו צריכין לאכול הפסח שמל אותן יהושע ומשמע שהיה רוב גדול לבד שבט לוי שהם מלו את בניהם כדכתיב ובריתך ינצורו בברכת משה ואף שפרש"י על אלו שנולדו במדבר היה זה גם במצרים כמפורש במדרשות, שלכן בשביל האמונה שיגאלו ורצו שיהיו ניכרין שהם ישראל הנהיגו להקפיד שלא ישנו את שמם ולא ישנו את לשונם ומטעם זה שייך
זה להגאולה משום שבשביל אמונת הגאולה הקפידו על זה, אבל אחר מתן תורה אין לנו חיוב מדינא וגם לא מעניני זהירות ומוסר אלא מה שנצטוינו התרי"ג מצות לדורות והמצות שנצטוו לשעה וכפי שנאמרו בתורה שבעל פה ולכן לא הקפידו ע"ז רבותינו דהא אף עניני זהירות ומוסר ומעלה נמי נאמרו מסיני עיין בריש פרקי אבות ברע"ב ולא היה זה בקבלה שכן איכא מעלה גם אלאחר מתן תורה אלא שבזכות זה נגאלו אבותינו שאפשר לפרש שהיה מעלה ודבר טוב רק אצלם כדלעיל ולא אחר מתן תורה. ואף שמסתבר כן מסתפינא לומר זה בלא ראיות גדולות.

זעט מען אז דאס וואס ס'שטייט אז בזכות זה נגאלו אין נישט אז דאס זענען עפעס אזעלכע גרויסע מצוות, נאר אז אפילו זיי האבן נישט געהאט קיין מצוות, נאר זענען געווען אומגעמאלעטע ערלים, עובדי עבודה זרה, אבער זיי האבן זיך אידענטעפעצירט אלץ אידן, פארדעם האבן זיי זוכה געווען צום גאולה, אדער איז אפשר פשט אז אפילו פאר די קליינע מצוות וואס זענען נישט אפילו פון די תרי"ג און זיי זענען אפילו נישט נצטווה געווארן, נאר הקב"ה ברוב רחמיו האט זיי אויסגעלייזט אויך פאר דעם.

פון אנדערע האב איך געהערט אז דווקא אויב איז מען משנה אלע דריי, דעמאלס איז מען עובר, אבער נאר טוישן איינס אדער צוויי מעג מען יא.

יעצט לגבי מלבוש, און צו ממעק אנטוהן שמעקעדיגע הוטן.

בעצם די גאנצע לשון וואס איז שגור ביי אונז בשביל ג' דברים נגאלו ממצרים, שלא שינו את שמם לשונם ומלבושם" האט נישט קיין מקור.

אין מדרש רבה, מגילת שיר השירים אויפן פסוק גן נעול אחותי כלה, שטייט דארט בזה"ל
רבי הונא בשם בר קפרא אמר:
בזכות ארבעה דברים נגאלו ישראל ממצרים:
שלא שינו את שמם,
ולא שינו את לשונם,
ולא אמרו לשון הרע,
ולא נמצא בהן אחד פרוץ בערוה.

אין פסוקתא דרב כהנא פרשת בשלח שטייט:
בזכות ארבעה דברים, נגאלו ישראל ממצרים,
שלא שינו את שמם,
ושלא שינו לשונם,
ושלא היה בהן לשון הרע,
ושלא היה בהן פרוץ בעריות,
שלא שינו את שמם, ראובן ושמעון סלקין, ראובן ושמעון נחתין, שלא שלא שינו לשונם, כי פי המדבר אליכם(בראשית מ״ה י״ב), ובלשון הקודש היה מדבר, ושלא היה בהן לשון הרע, דבר נא באזני העם וישאלו וגו׳ (שמות י״א בי) את מוצא זה הדבר היה מופקד אצלן כל שנים עשר חודש, ולא נמצא אחד מהם שהלשין על חברו, ושלא היה בהן פרוץ בערוה, תדע לך שהוא כן אחת היתה ופירסמה הכתוב ושם אמו שלומית בת דברי למטה דן.

זאגט דארט די מגיה, הלא הוא הרב שלמה באבער:
(סו) בזכות ד דברים, וכן היא בויקרא רבה ובמדרש חזית פ' גן נעול, וכן מובא בילקוט בב' המקומות, אך המעתיק או המדפיס השמיט בחפזו, מן שלא שנו הראשון, עד שלא שנו השני, וכן מצאתי המאמר בשמות רבה פ"א, א"ר הונא בשם בר קפרא, בשביל ד' דברים נגאלו ישראל ממצרים, שלא שנו שמותם, כמו שכתוב בשיר השירים רבה ובויקרא רבה פ' ל"ב ע"ב הסיום כמו שכתוב וכו', הוא דברי המעתיק, שלא רצה לכפול הדברים אשר הם כבר כתובים שם, גם נמצא המאמר הזה, במדרש במדבר רבה פ"כ סוף בלק, ובמכילתא בא פ"ה, שלא נחשדו על העריות, ולא ספרו לשון הרע, ולא שנו את שמם, ולא שנו את לשונם, ע"כ.
אבל המאמר השגור בפי רבים "ולא שינו את מלבושיהם" אין זכר ממנו בשום מקום, וגם המתורגמן טעה בזה, שבתב בהקדמתו לס' ההוא, אמרו חז"ל, שלשה דברים לא שנו ישראל במצרים, שמותם, ומלבושם, ולשונם, ע"כ, וזה לא אמרו חז"ל מעולם.

ווידער אין פסיקתא זוטרתא (לקח טוב) שמות פרק ו' (אות ו') [געשריבן ארום ניין הונדערט יאר צוריק] שטייט:
לכן אמור לבני ישראל. זו שבועה, שנא' ולכן נשבעתי לבית עלי (ש"א ג יד): אמור לבני ישראל אני ה'. שאמרתי לאברהם אביכם אני ה' אשר הוצאתיך מאור כשדים (בראשית טו ז): והוצאתי אתכם, והצלתי אתכם, וגאלתי אתכם, ולקחתי אתכם, כנגד ד' זכיות שבידם,
שלא שינו את לשונם,
ולא חילפו את שמלותם,
ולא גילו את סודם, דכתי' ושאלה אשה משכנתה (שמות ג כב),
ולא בטלו ברית מילה.

און אויף דעם שרייבט אויך דארט די מגיה הרב באבער:
עיין פסיקתא ויהי בשלח צד פ"ג ע"ב בזכות ארבעה דברים נגאלו ישראל ממצרים בזכות שלא שינו את שמם ושלא שינו לשונם ושלא היה בהן לשוה"ר ושלא היה בהן פרוץ בעריות. והעירותי שם בהערה ס"ו וכו'... אבל ממאמר השגור גשי מיה ולא שינו את מלבשיהם אין זכר מזה וכו'.

אויב וועט איר באמערקן אין אג"מ וואס כ'האב פריער געברענגט ברענגט ער אויך נאר "שלא ישנו את שמם ולא ישנו את לשונם" און נישט מלבושם.

יעצט לגבי לשונם ווייס איך שוין נישט, וואס איז געשען מיט לשון הקודש, פארוואס איז אידיש נישט א שינוי לשון, ס'שוין דא א אשכול ווי מ'האט גערעדט דערוועגן, און דאס איז זעכער אז אונזערע זיידעס האבן יא גערעדט די לשונות המדינה, טא וואס איז אבער מיט ריכטיג פשט אין שלא שינו את לשונם?
קאווע טרינקער האט געברענגט עפעס א חתם סופר, אבער א מראה מקום האבן מיר נישט זוכה געווען צו באקומען, אפשר יעצט וועט ער באווייליגען.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:56 am

· #37143
די זיביציג נעמען איז יא אייגענס מיינסט אז סנישט געווען נאך מענטשן יענע צייטן וואס האבן געהייסן אזוי?
סאיז משמע אז נעמען דעלמאטס איז בעיקר געגעבן געווארן אויף א מצב . למשל משה, כי מן המים משיתהו, ראובן = ראו בן וכו'.
במילא די נעמען האט יעדער געגעבן יענע צייטן לויט זייער מצב.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:59 am

· #37144
סא וואס האט דאס געמאכט זיין אידישע נעמען, אז ראו בן און שמע בעניי, הפעם ילוה וכו' זענען אין לשון הקודש?
אבער דאס פארענטפערט נישט מר זוטרא וחביריו.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:06 am

· #37148
רב פפא האט געהאט א אידישע נאמען און א ווייטער בליק.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:17 am

· #37152
זר, נייס דזשאוק, אבער ביטע געדענקען אז דאס איז אין תורה ומחשבה פארום.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:18 am

· #37153
און וואס איז מיט די מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען?...

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:24 am

· #37154
שוין יוצא געווען.
געפילטע פיש
יעצט לגבי מלבוש, און צו ממעג אנטוהן שמעקעדיגע הוטן.

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:11 am

· #37198
אויף לא שינו את לשונם איז דא א מורא'דיגע לשון פון מאור ושמש
📎 MS1.PNG

דער מאור ושמש איז ממשיך און איז מסביר אז שלא שינו את לשונם מיינט לשה"ר און ניבול פה, נישט אז מ'האט נישט גערעדט מצריש. און ווען מ'היט דאס מויל זאגט דער מאור ושמש:
📎 MS2.PNG

אזוי אויך די שלא שינו את שמם ומלבושם איז ער מסביר על דרך זה.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:03 pm

· #37581
סקוקט אויס אז די מאור ושמש האט א מקום אין פשט נישט נאר ע''ד רמז.
"בזכות ארבעה דברים, נגאלו ישראל ממצרים,
שלא שינו את שמם,
ושלא שינו לשונם,
ושלא היה בהן לשון הרע,
ושלא היה בהן פרוץ בעריות,"

לשון הרע און פרוץ בערוית זענען ביידע שלעכטע מידות נישט סתם ענינים במילא איז מסתבר אז שלא שינו לשונם מיינט אויך א שלעכטע מידה. די זאך איז נאר אז סקען נישט מיינען לשון הרע ווייל לשון הרע שטייט ווייטער אויסגערעכענט קלאר. סמיז מיינען ניבול פה.
בלייבט איבער צי פארשטיין וואס מיינט שלא שינו שמם.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:03 am

· #37740
צו פארשטיין אביסעל בעסער, די מדרש שיר השירים גייט ווייטער און איז מסביר וואס מיינט שלא שינו אז שמם.
לא שנו את שמם, ראובן ושמעון נחתין, ראובן ושמעון סלקין, ולא היו קורין לראובן רופוס, ולשמעון לא היו קורין לוליני, וליוסף לסטים, ולבנימן אלכסנדרא.

יעצט ברויך מען פארשטיין וואס דאס איז רופוס און לוליני און וואס איז אזוי שלעכט דערמיט.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:33 am

· #37756
קען זיין אז מ'מיינט נישט אזוי ווייט די שלעכטע מדות פון ניבול פה, עריות און לשון הרע, נאר אז זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער עלטערענס מסורה, און נישט אנגענומען די מנהגים פון די מצריים פון ניבול פה, עריות וכו', און דאס מיינט די שינוי השם, די נאמען איז וואס איז מחבר א מענטש צו זיינע עלטערען, צו זיין טראדיציע, און זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער נעמען און נישט משנה געווען, און דערביי זיך געהאלטן באזונדער פון די מצריים און נישט אנגענומען זייער קולטור, על אף אז זיי האבן עובר געווען אויף אלע עבירות און געווען אין מ"ט שערי טומאה, האבן זיי זיך אידענטיפיצירט אלץ אידן.

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:17 am

· #38261

אבער לויט דעם קומט מלבשים שטראק אריין אין בילד.
דרך אגב די שרייבט אז סטוט זיך איבער די ולא חילפו את שמלותם. סקען זיין אז סהאט פאסירט אזא טעות, שמלותם שמם

דרך אגב אגב נעקסט טיים מיין ווייב קומט אהיים פין די שיינע דרשה אין טוט אן נאך א פרומעמרע שפיצעל ציליב לא חילפו את שמלותם, וועלכען איך קענען מאכען פינקט אזא מצב מיט די ולא גילו את סודם.
דאכטזיך אז דאס נעמט נישט צי די עקסטרים.
"שלא שינו את לשונם
ולא חילפו את שמלותם,
ולא גילו את סודם, דכתי' ושאלה אשה משכנתה (שמות ג כב),
ולא בטלו ברית מילה."

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:27 am

· #38277
זאגסט עפעס, אז ס'קומט יא אריין, אבער פאקטיש איז נישט דאס די מאמר חז"ל.

אגב, די צוויי לשונות זענען די זעלבע זאך, לא גילו את סודם און ולא אמרו לשון הרע איז איינס, און לא בטלו ברית מילה און ולא נמצא בהן אחד פרוץ בערוה (און נאך א לשון אין שמו"ר ושלא הפקירו נשותיהן) איז אויך במקור די זעלבע זאך, כ'געדענק אבער נישט ווי כ'האב עס געזען.

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:16 pm

· #38853
געפילטע פיש
זאגסט עפעס, אז ס'קומט יא אריין, אבער פאקטיש איז נישט דאס די מאמר חז"ל.

.

נישט נאר אז עס קומט אריין, דער פשט געט צו פארשטיין פארוואס "אונזער מסורה" לייגט אזא גרויסע דגוש אויף די זאכען וואס פארמירען א סאסייעטי אפגעזונדערט פון די גאס, צומאל מער ווי געוויסע פרטי הלכה.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:25 pm

· #38855
יא, אבער ווי ס'זעט אויס מיינד די מדרש נישט ארויסצוברענגען די גרויסקייט פון די דריי אדער פיר זאכן, נאר אז בהעדר אלע אנדערע מצוות, און אפילו אידן זענען אין מ"ט שערי טומאה, האט דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו אויסגעלייזט די אידן אויך פאר דעם זכות, על אף אז זיי זענען נישט קיין מצוות פער סעי, נאר שיינע הנהגות.

אשכנ » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:01 am

· #38875
געפילטע פיש
יא, אבער ווי ס'זעט אויס מיינד די מדרש נישט ארויסצוברענגען די גרויסקייט פון די דריי אדער פיר זאכן, נאר אז בהעדר אלע אנדערע מצוות, און אפילו אידן זענען אין מ"ט שערי טומאה, האט דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו אויסגעלייזט די אידן אויך פאר דעם זכות, על אף אז זיי זענען נישט קיין מצוות פער סעי, נאר שיינע הנהגות.

אמת, אבער מ'זעט אויך די כח פון די ענינים צו האלטען זיך צו א אידישע identity אפילו ווען מ'דארף א תיקון אין אנדערע זאכן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:12 am

· #38880
"די ענינים" יא, אבער מלבוש זעט אויס האבן אידן יא געטוישט אין מצריים, ווען נישט וואלט די מדרש דאס אויך אויסגערעכענט, אלא מאי...?

גאלד » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:49 pm

· #39152
ויהי שם לגוי, זאגט דער בעל הגדה (בשם ספרי), מלמד שהיה ישראל מצויינים,

דאס מיינט כלל ישראל האט פיזיש בולט געווען אז זיי זענען אן אנדערע פאלק, דאס ווארט מצויינים קען נאר זיין מיט עפעס א אויסערליכע שנוי וואס מ'זעהט מיט די אויג, און דאס איז נישט קיין נאמען און נישט קיין שפראך נאר מוז זיין בע"כ דאס לבוש,
דאס ווארט "ציון" מיינט א צייכנונג וואס די אויג קען זען, ווי מגעפינט די משנה אין מס' שקלים זאגט אז מ'איז "מציין" די קברים (כדי כהנים זאלן זיך נישט מטמא זיין) דאס קען נאר זיין אז דער מענטש זעהט מיט די אויג א סימן אז דא איז א קבר (אגב פון דעם שטאמט וואס מרופט א קבר א ציון), די זעלביגע אין גלות מצרים ווען דער מצרי האט אנגעקוקט א איד האט מען גראד אנגעמערקט אז דאס איז א איד,

דער רעיון בין איך רגיל צו זאגן מדי שנה בשנה ביים סדר, וואס איך האלט פאר פשטות, נישט קיין פשטליך,

Espresso » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:31 pm

· #39174
'Tis but thy name that is my enemy
.Thou art thyself, though not a Montague
,What’s Montague? It is nor hand, nor foot
Nor arm, nor face, nor any other part
!Belonging to a man. O, be some other name
What’s in a name? That which we call a rose
.By any other word would smell as sweet
,So Romeo would, were he not Romeo called
Retain that dear perfection which he owes
,Without that title. Romeo, doff thy name
And for that name, which is no part of thee
.Take all myself

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:04 pm

· #39185
גאלד
ויהי שם לגוי, זאגט דער בעל הגדה (בשם ספרי), מלמד שהיה ישראל מצויינים,

דאס מיינט כלל ישראל האט פיזיש בולט געווען אז זיי זענען אן אנדערע פאלק, דאס ווארט מצויינים קען נאר זיין מיט עפעס א אויסערליכע שנוי וואס מ'זעהט מיט די אויג, און דאס איז נישט קיין נאמען און נישט קיין שפראך נאר מוז זיין בע"כ דאס לבוש,
דאס ווארט "ציון" מיינט א צייכנונג וואס די אויג קען זען, ווי מגעפינט די משנה אין מס' שקלים זאגט אז מ'איז "מציין" די קברים (כדי כהנים זאלן זיך נישט מטמא זיין) דאס קען נאר זיין אז דער מענטש זעהט מיט די אויג א סימן אז דא איז א קבר (אגב פון דעם שטאמט וואס מרופט א קבר א ציון), די זעלביגע אין גלות מצרים ווען דער מצרי האט אנגעקוקט א איד האט מען גראד אנגעמערקט אז דאס איז א איד,

דער רעיון בין איך רגיל צו זאגן מדי שנה בשנה ביים סדר, וואס איך האלט פאר פשטות, נישט קיין פשטליך,

ווען מיין מלמד האט מיר געגעבן א מציון סטעמפ אויף מיין בחינה האב איך נישט אויסדעזען פיזיש אנדרש פין אלע אנדרע קינדער.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:06 pm

· #39187
Espresso
'Tis but thy name that is my enemy
.Thou art thyself, though not a Montague
,What’s Montague? It is nor hand, nor foot
Nor arm, nor face, nor any other part
!Belonging to a man. O, be some other name
What’s in a name? That which we call a rose
.By any other word would smell as sweet
,So Romeo would, were he not Romeo called
Retain that dear perfection which he owes
,Without that title. Romeo, doff thy name
And for that name, which is no part of thee
.Take all myself

אביסל תרגום ביטע .
אקעי ספין שעקספער אבער וואס מיינט דאס?
ווי קומט עס דא אריין?

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:31 pm

· #39191
[quote="נולד מאוחר"]
אביסל תרגום ביטע .
/quote]

עס דארף נישט קיין תרגום.

ווייל ער שרייבט שטותים והבלים וואס איז בזיון אז עס קימט אריין אין א אשכול פין תורה. ער חזר'ט איבער ווערטער בשם פין א גוי וואס מפורסם אלס א שיכר, אן אלקאהאליק'ער, און א פאעט, וואס מריפט עם וויליעם שייקספיר.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:34 pm

· #39193
qwerty
נולד מאוחר

אביסל תרגום ביטע .
/quote]

עס דארף נישט קיין תרגום.

ווייל ער שרייבט שטותים והבלים וואס איז בזיון אז עס קימט אריין אין א אשכול פין תורה. ער חזר'ט איבער ווערטער בשם פי א גוי וואס מפורסם אלס א שיכר, אן אלקאהאליק'ער, און א פאעט, וואס מריפט עם וויליעם שייקספיר.

אין סדא וואס זאגן ער איז געווען א איד.סדא וואס זאגן ער איז געווען א שונא ישראל.
אבער חכמה בגוים תאמין, נא אמונה איז נישט קיין קליינעקייט.
איז דא דא חכמה?

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:02 pm

· #39200
נולד מאוחר

אבער חכמה בגוים תאמין, נא אמונה איז נישט קיין קליינעקייט.
איז דא דא חכמה?

חכמה פין אן אלקאהאליק'ער ? 🙄

Espresso » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:15 pm

· #39205
נולד מאוחר
Espresso
'Tis but thy name that is my enemy
.Thou art thyself, though not a Montague
,What’s Montague? It is nor hand, nor foot
Nor arm, nor face, nor any other part
!Belonging to a man. O, be some other name
What’s in a name? That which we call a rose
.By any other word would smell as sweet
,So Romeo would, were he not Romeo called
Retain that dear perfection which he owes
,Without that title. Romeo, doff thy name
And for that name, which is no part of thee
.Take all myself

אביסל תרגום ביטע .
אקעי ספין שעקספער אבער וואס מיינט דאס?
ווי קומט עס דא אריין?

ס'איז פון שייקספיר'ס ראמיא און דז'וליעט, דז'וליעט רעדט זיך אפ פארוואס זי טאר זיך נישט חבר'ן מיט ראמיא מאנטאג, ווייל זייערע משפחות זענען צוקריגט.
אין פלעין יידיש:
נאר דיין נאמען איז מיין שונא
דו וואלסט געווען די זעלבע אפילו אויב דיין לעצטע נאמען וואלט נישט געווען "מאנטאג".
וואס איז א מאנטאג עניוועי, נישט קיין האנט, נישט קיין פיס,
נישט אן ארעם, אויך נישט קיין פנים, אדער עני אנדערע אבר וואס געהערט פאר א מאן, אוי, זיי די זעלבע אנדערע נאמען.
וואס מיינט שוין א נאמען, די בלום וואס מיר רופען רויז וואלט געשמעקט פונקט אזוי זיס סיידן מיר וואלטן עס גערופען עני אנדערע נאמען.
ראמיא וואלט געווען פונקט אזוי פערפעקט אפילו ווען ער וואלט נישט געהייסן ראמיא.
ראמיא, פארליר דיין נאמען, פארטויש דיין נאמען וואס האט מיט דייר גארנישט צו טוהן און נעם מיר אנשטאט.

איך האב הנאה צו זען ווי קווערטי מאכט אזוי אוועק שעיקספער כלאחר יד, כאילו ער וואלט געווען א ר.ס.א...
כ'האב עס געברענגט ווייל איך האלט אז עס ברענגט ארויס ווי שטארק א נאמען האט א עפעקט אויף מענטשען, און ווי ס'קאנעקט עם מיט זיין העריטידז'.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:19 pm

· #39254
גאלד
ויהי שם לגוי, זאגט דער בעל הגדה (בשם ספרי), מלמד שהיה ישראל מצויינים,

דאס מיינט כלל ישראל האט פיזיש בולט געווען אז זיי זענען אן אנדערע פאלק, דאס ווארט מצויינים קען נאר זיין מיט עפעס א אויסערליכע שנוי וואס מ'זעהט מיט די אויג, און דאס איז נישט קיין נאמען און נישט קיין שפראך נאר מוז זיין בע"כ דאס לבוש,
דאס ווארט "ציון" מיינט א צייכנונג וואס די אויג קען זען, ווי מגעפינט די משנה אין מס' שקלים זאגט אז מ'איז "מציין" די קברים (כדי כהנים זאלן זיך נישט מטמא זיין) דאס קען נאר זיין אז דער מענטש זעהט מיט די אויג א סימן אז דא איז א קבר (אגב פון דעם שטאמט וואס מרופט א קבר א ציון), די זעלביגע אין גלות מצרים ווען דער מצרי האט אנגעקוקט א איד האט מען גראד אנגעמערקט אז דאס איז א איד,

דער רעיון בין איך רגיל צו זאגן מדי שנה בשנה ביים סדר, וואס איך האלט פאר פשטות, נישט קיין פשטליך,

שיינע תורה, אבער לאו דוקא פשוט פשט. די רוסישער און זיין איטאליענער שכן קענען טראגען די זעלבע קליידער, אבער זיי זענען גאר ווייט אין קולטור און הנהגה.

אין נדרים דף כ' עמוד א' רעדט מען ארום פון די בני תשע מדות, שטייט אזוי, "אמר רבי יוחנן בן דהבאי, ארבעה דברים סחו לי מלאכי השרת" וכו' שפעטער אויף עמוד ב' פרעגט די גמרא "אמר אמימר: מאן מלאכי השרת? רבנן; דאי תימא מלאכי השרת ממש, אמאי אמר רבי יוחנן: "אין הלכה כיוחנן בן דהבאי"? הא אינהו בקיאי בצורת הוולד טפי. ואמאי קרו להו מלאכי השרת? דמצייני כמלאכי השרת."
זאגט די ר"ן אויף דעם "דמצייני כמלאכי השרת – שהן מצויינים ונבדלין משאר בני אדם כמלאכי השרת, כדאמרינן בהגדה: "מלמד שהיו ישראל מצויינים שם", כלומר, שהיו עָם בפני עצמן ולא נתערבו במצרים." איז מער משמע אז ער מיינט אז זיי זענען אפגעזונדערט פונעם פאלק במעשים ובהנהגה.

אויב ווילסטו דוקא זאגן אז ס'מיינט לבוש, זע אין מסכת שבת קמ"ה פרעגט די גמרא "מפני מה ת"ח שבבבל מצויינין? לפי שאינן בני תורה" זאגט רש"י אויף דעם "מצויינין - מציינין עצמן בלבושים נאים: מצויינין - מקושטין:" סא אפשר זענען אידן געגאנגען שענער אנגעטוהן ווי די אפריקאנע מצריים, אבער לאו דווקא מיט "אידישע קליידער".
סא אויב ווילסטו דוקא זיין "מציונים" ווי די אידן אין מצרים קענסטו "מציינין עצמן בלבושים נאים" און זיך מקשט זיין.

איינער זאגט דא אז די ערשטע פלאץ ווי מ'טרעפט שם, לשון, מלבוש, אין א דרילינג צוזאמען, איז אין די צוואה פון חתם סופר, און ער שרייבט גארנישט וועגן מצרים, נאר ער טייטשט עס אריין אין פסוק ויבא יעקב שלם עיר שכם, נוט' שם, לשון, מלבוש. און דאס איז געווען ווען די השכלה האט זיך מיט די דריי זאכן אידענטיפיצירט, בעיקר מיט לשון און מלבוש. שפעטער האט מען דאס צאמגעבאקן מיט די מדרש פון בזכות זה נגאלו.

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:16 am

· #39288
Espresso
]

ס'איז פון שייקספיר'ס ראמיא און דז'וליעט, דז'וליעט רעדט זיך אפ פארוואס זי טאר זיך נישט חבר'ן מיט ראמיא מאנטאג, ווייל זייערע משפחות זענען צוקריגט.
אין פלעין יידיש:
נאר דיין נאמען איז מיין שונא
דו וואלסט געווען די זעלבע אפילו אויב דיין לעצטע נאמען וואלט נישט געווען "מאנטאג".
וואס איז א מאנטאג עניוועי, נישט קיין האנט, נישט קיין פיס,
נישט אן ארעם, אויך נישט קיין פנים, אדער עני אנדערע אבר וואס געהערט פאר א מאן, אוי, זיי די זעלבע אנדערע נאמען.
וואס מיינט שוין א נאמען, די בלום וואס מיר רופען רויז וואלט געשמעקט פונקט אזוי זיס סיידן מיר וואלטן עס גערופען עני אנדערע נאמען.
ראמיא וואלט געווען פונקט אזוי פערפעקט אפילו ווען ער וואלט נישט געהייסן ראמיא.
ראמיא, פארליר דיין נאמען, פארטויש דיין נאמען וואס האט מיט דייר גארנישט צו טוהן און נעם מיר אנשטאט.

איך האב הנאה צו זען ווי קווערטי מאכט אזוי אוועק שעיקספער כלאחר יד, כאילו ער וואלט געווען א ר.ס.א...
כ'האב עס געברענגט ווייל איך האלט אז עס ברענגט ארויס ווי שטארק א נאמען האט א עפעקט אויף מענטשען, און ווי ס'קאנעקט עם מיט זיין העריטידז'.

שכוח פארן מתרגם זיין. זייער שיין כמיין איך ווער אן אלקעהליקער 🙂
סאיז אביסעל או אנדערע געדאנק סנישט די נאמען וואס איז גורם די שנאה, סאיז משפחה מיטגליד וואס איז די גורם. אז די גאנצע מאנטאג משפחה זאל זיך טוישן נאמען וואלט נאך אלץ דז'וליעט נישט געמעקט זיך חברן מיט ראמיא.
סאיז נישט די כוח פין די נאמען וואס עס ברענגט ארויס, סאיז די כוח פין משפחה.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 24, 2013 10:15 pm

· #99964
געפילטע פיש
קען זיין אז מ'מיינט נישט אזוי ווייט די שלעכטע מדות פון ניבול פה, עריות און לשון הרע, נאר אז זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער עלטערענס מסורה, און נישט אנגענומען די מנהגים פון די מצריים פון ניבול פה, עריות וכו', און דאס מיינט די שינוי השם, די נאמען איז וואס איז מחבר א מענטש צו זיינע עלטערען, צו זיין טראדיציע, און זיי האבן זיך געהאלטן צו זייער נעמען און נישט משנה געווען, און דערביי זיך געהאלטן באזונדער פון די מצריים און נישט אנגענומען זייער קולטור, על אף אז זיי האבן עובר געווען אויף אלע עבירות און געווען אין מ"ט שערי טומאה, האבן זיי זיך אידענטיפיצירט אלץ אידן.

דאס גייט צוריק צו מיין חקירה צו ס'איז בעסער צו זיין א גוי אויף יודיש אדער א יוד אויף גויאיש. פי'. איינער וואס פיהרט זיך ח"ו נישט אויף ווי א יוד. אבער רעדט נאר יודיש און רופט זיך מיט א יודישן נאמען. א צווייטער וואס איז אפשר אן ערליכער יוד אבער שעמט זיך מיט זיין יודישקייט און באהאלט עס אויס און רופט זיך מיט א גויאישן נאמען און רעדט בכלל נישט יודיש.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 24, 2013 10:25 pm

· #99967
qwerty
נולד מאוחר

אביסל תרגום ביטע .
/quote]

עס דארף נישט קיין תרגום.

ווייל ער שרייבט שטותים והבלים וואס איז בזיון אז עס קימט אריין אין א אשכול פין תורה. ער חזר'ט איבער ווערטער בשם פין א גוי וואס מפורסם אלס א שיכר, אן אלקאהאליק'ער, און א פאעט, וואס מריפט עם וויליעם שייקספיר.

און א שונא ישראל האסטו פארגעסן אנצוצייכענען. ווייל דער "מערטשאנט אוו ועניס", דער סוחר פון ווענעציע איז אדורכגעווייקט און איז מכוון מעורר צו זיין שנאת ישראל. ווען איך וואלט געווען א גוי, און איך ליין אדורך דע מערטשאנט אוו ועניס, נעם איך א שטעקן און גיי באקלאפן דעם אכזריות'דיגן איד. וועלכער האט נאר געוואלךט אויסשניידן א פונט פלייש פון דעם ארימען,נעבעכדיגן גוי'אישן סוחר וואס די ביזנעס איז איהם שוואך געגאנגען און האט נישט געקענט באצאלן דעם חוב פאר'ן יוד אין צייט.

יאיר » זונטאג מערץ 24, 2013 10:41 pm

· #99973
עס איז איראניש אז איינע פון די ראיות וואס די סעקולערע היסטאריקער ברענגען צו קאראבארירן יציאת מצרים איז דאס וואס מען טרעפט ריין מצרי'שע נעמען אין די תורה, ווי מרים, פנחס, און ועל כולם דער נותן התורה, משה, וואס איז א מצרי'שער נאמען. עס איז נישט מסתבר, לויטעט די טעאריע, אז אידן זאלן אויסטראכטן א מצרי'שער נאמען פאר זייער גרעסטער נביא, אויסער אויב זיי זענען טאקע געקומען פון מצרים.
קומט מען אונז זאגן שלא שינו את שמם. אויב אזוי פארלירסטו דאך קריטיש וויכטיגע עווידענס פאר יציאת מצרים.

דעת תורה » מאנטאג מערץ 25, 2013 1:51 am

· #100040
איי געס די בעלי המאמר שלא שינו זענען נישט אנגעוויזן אויף די קריטישע עווידענס כדי צו גלייבן אין יציאת מצרים. איך זע נישט דא קיין איראניע, איך זע זייער א שיינער לשיטתיה. די וואס דארפן די עווידענס שמעקט נישט דער שלא שינו. און די וואס זאגן גערן דעם שלא שינו דארפן נישט די עווידענס...

דאס איז ביסיידס וואס איך פארשטיי נישט וואסערע ראי׳ זיי ברענגען. ווער זאגט אז עס איז בכלל געווען א משה? די תורה. נו, די תורה זאגט דאך אויך אז עס איז געווען יציאת מצרים. סאו וואס גלייבסטו און אויף וואס דארפסטו באווייז?

איינגעמיירעט » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 12:20 am

· #101118
געפילטע און ראשון לשושלת בריסק מהודרת (מכון ירושלים עמ 167) רעדט ער שוין ארום דערוועגען ער צייכענט צו דארט א ילקוט שמעוני ״ מצוינים מן האומות במלבושיהן״ ווי אוכט ברענגט ער כמה ראשונים וואס ברענגען שלא שינו אויף מלבוש

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 1:17 am

· #101143
שו"ת אגרות משה אורח חיים חלק ד סימן סו
והנה יש מקום לומר דזה ששיבחו חז"ל ויק"ר ל"ב בגלות מצרים שלא שינו את שמותן הוא לקודם מתן תורה שלא היה היכר גדול בשביל קיום המצות דבני נח ובפרט שחלק גדול מישראל עבדו ג"כ ע"ז ורובן לא מלו את בניהם עד סמוך להגאולה כשהיו צריכין לאכול הפסח שמל אותן יהושע ומשמע שהיה רוב גדול לבד שבט לוי שהם מלו את בניהם כדכתיב ובריתך ינצורו בברכת משה ואף שפרש"י על אלו שנולדו במדבר היה זה גם במצרים כמפורש במדרשות, שלכן בשביל האמונה שיגאלו ורצו שיהיו ניכרין שהם ישראל הנהיגו להקפיד שלא ישנו את שמם ולא ישנו את לשונם ומטעם זה שייך זה להגאולה משום שבשביל אמונת הגאולה הקפידו על זה, אבל אחר מתן תורה אין לנו חיוב מדינא וגם לא מעניני זהירות ומוסר אלא מה שנצטוינו התרי"ג מצות לדורות והמצות שנצטוו לשעה וכפי שנאמרו בתורה שבעל פה ולכן לא הקפידו ע"ז רבותינו דהא אף עניני זהירות ומוסר ומעלה נמי נאמרו מסיני עיין בריש פרקי אבות ברע"ב ולא היה זה בקבלה שכן איכא מעלה גם אלאחר מתן תורה אלא שבזכות זה נגאלו אבותינו שאפשר לפרש שהיה מעלה ודבר טוב רק אצלם כדלעיל ולא אחר מתן תורה. ואף שמסתבר כן מסתפינא לומר זה בלא ראיות גדולות.
ידידו,
משה פיינשטיין.

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 1:21 am

· #101148
זייער אינטערעסאנט אז סאקמארער תלמידים זאלן נישט וויסן אז די מיינונג פון סאקמאר רב כלפי די נושא איז אות באות ווי הגר"מ פיינשטיין. ער דארף אפילו נישט די ראיות גדולות.

אויב איינער קען אריין סקענען אין אגרות מהרי"ט כמעט ביים סוף די שיחה מיט דעם אגוד'יסט קען עס זיין זעהר אינטערעסאנט.

יאיר » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 10:19 am

· #101188
היתכן, סאקמאר רב האט זיך נישט געשראקן פונ'ם מהר"ם שיק (יו"ד סי' קס"ט) וואס האלט אז זיך רופן מיט א גוי'אישער נאמען איז אן איסור דאורייתא. און פאר אונז ערליכע אידן משרידי דור הישן על דרך הסלולה, אונץ האמער נישט קיין שייכות מיט די היינטיגע פוסקים פון אנדערע קרייזן שלא שערום אבותינו, אויב דער מהר"ם שיק איז גענוג צו אסר'ן מציצה בכלי כאטש ס'איז קעגן דעם חתם סופר, איז אונז זעכער גענוג זיין פסק אז זיך צו רופן אין די ביזנעס דזשאו אדער אלבערט איז אסור מדאורייתא.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 11:01 am

· #101196
היימישער ליטוואק
והנה יש מקום לומר דזה ששיבחו חז"ל ויק"ר ל"ב בגלות מצרים שלא שינו את שמותן הוא לקודם מתן תורה שלא היה היכר גדול בשביל קיום המצות דבני נח ובפרט שחלק גדול מישראל עבדו ג"כ ע"ז ורובן לא מלו את בניהם עד סמוך להגאולה כשהיו צריכין לאכול הפסח שמל אותן יהושע ומשמע שהיה רוב גדול לבד שבט לוי שהם מלו את בניהם כדכתיב ובריתך ינצורו בברכת משה ואף שפרש"י על אלו שנולדו במדבר היה זה גם במצרים כמפורש במדרשות, שלכן בשביל האמונה שיגאלו ורצו שיהיו ניכרין שהם ישראל הנהיגו להקפיד שלא ישנו את שמם ולא ישנו את לשונם ומטעם זה שייך זה להגאולה משום שבשביל אמונת הגאולה הקפידו על זה, אבל אחר מתן תורה אין לנו חיוב מדינא וגם לא מעניני זהירות ומוסר אלא מה שנצטוינו התרי"ג מצות לדורות והמצות שנצטוו לשעה וכפי שנאמרו בתורה שבעל פה ולכן לא הקפידו ע"ז רבותינו דהא אף עניני זהירות ומוסר ומעלה נמי נאמרו מסיני עיין בריש פרקי אבות ברע"ב ולא היה זה בקבלה שכן איכא מעלה גם אלאחר מתן תורה אלא שבזכות זה נגאלו אבותינו שאפשר לפרש שהיה מעלה ודבר טוב רק אצלם כדלעיל ולא אחר מתן תורה. ואף שמסתבר כן מסתפינא לומר זה בלא ראיות גדולות.
ידידו,
משה פיינשטיין.

[quote="געפילטע פיש"]האב איך געטראפן א תשובה פון ר' משה, (אגרות משה חלק או"ח ד סימן סו) וואס זאגט אזוי:
דזה ששיבחו חז"ל ויק"ר ל"ב בגלות מצרים שלא שינו את שמותן הוא לקודם מתן תורה שלא היה
היכר גדול בשביל קיום המצות דבני נח ובפרט שחלק גדול מישראל עבדו ג"כ ע"ז ורובן לא מלו את בניהם עד סמוך להגאולה כשהיו צריכין לאכול הפסח שמל אותן יהושע ומשמע שהיה רוב גדול לבד שבט לוי שהם מלו את בניהם כדכתיב ובריתך ינצורו בברכת משה ואף שפרש"י על אלו שנולדו במדבר היה זה גם במצרים כמפורש במדרשות, שלכן בשביל האמונה שיגאלו ורצו שיהיו ניכרין שהם ישראל הנהיגו להקפיד שלא ישנו את שמם ולא ישנו את לשונם ומטעם זה שייך
זה להגאולה משום שבשביל אמונת הגאולה הקפידו על זה, אבל אחר מתן תורה אין לנו חיוב מדינא וגם לא מעניני זהירות ומוסר אלא מה שנצטוינו התרי"ג מצות לדורות והמצות שנצטוו לשעה וכפי שנאמרו בתורה שבעל פה ולכן לא הקפידו ע"ז רבותינו דהא אף עניני זהירות ומוסר ומעלה נמי נאמרו מסיני עיין בריש פרקי אבות ברע"ב ולא היה זה בקבלה שכן איכא מעלה גם אלאחר מתן תורה אלא שבזכות זה נגאלו אבותינו שאפשר לפרש שהיה מעלה ודבר טוב רק אצלם כדלעיל ולא אחר מתן תורה. ואף שמסתבר כן מסתפינא לומר זה בלא ראיות גדולות.[/quote]

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 11:08 am

· #101199
סאררי, נישט באמערקט.

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 11:29 am

· #101217
@יאיר, אגב איז עס נישט דאס איינציגסטע מאל וואס סאקמאר רב איז ממש שטארק חולק אויפן מהר"ם שיק, וואס כמובן אויפן חת"ס איז נישטא אזאנס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 2:29 pm

· #101297
היימישער ליטוואק
סאררי, נישט באמערקט.

מחול לך מחול לך מחול לך.

יאיר » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 8:21 pm

· #101458
דעת תורה
@יאיר, אגב איז עס נישט דאס איינציגסטע מאל וואס סאקמאר רב איז ממש שטארק חולק אויפן מהר"ם שיק, וואס כמובן אויפן חת"ס איז נישטא אזאנס.

אויך להלכה למעשה?

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 9:26 pm

· #101488
איינער האט מיר אמאל געזאגט אז ר' משה ברענגט א ראי' אז שלא שינו את לשונם איז נישט לדינא פון דעם וואס מיר רעדן אידיש איז דאך ע"כ אז מ'מעג משנה זיין.
למעשה זע איך עס נישט אין דעם שטיקל ציטירט.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 9:33 pm

· #101494
תכלית, יא מאמר חז"ל נישט מאמר חז"ל, במציאות איז דאס נישט אמת. יודען האבען געטישט שמם לשונם ומלבושם אין גלות מצרים, גלות בבל, גלות יון, גלות אשור, יעדער מאל לויט די קולטור אין וואס זיי האבען געלעבט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 25, 2018 11:55 pm

· #396394
שלא שינו מלבושם קען מיינען אז זיי זענען נישט געגאנגען אנגעטון האלב נאקעט אזויווי די מצריים.
כידוע פאר יעדער וואס האט נאר אמאל געזען א בילד פון מצרים פון יענע צייטן.