☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12600
בלאט: 1 2 3 4 5

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 7:58 pm

· #413753
לענ"ד מתפלפלים פה לחינם. לעולם לא היתה הכוונה לומר שיש דין הממע"ה וכדו' ממש, אלא להשתמש בשפה כזו להדגים צורת החשיבה לגבי הוראה לפי כללי הגיון מחו"מ ויו"ד באופן מושאל. ואפשר שיש ממש דמיון בסברא אבל לא זה הנידון באמת.

ולא נהא גרועים מהחת"ס שהמליץ מושג מהלכות איסור חדש להוראה, או מכל הפוסקים שמשתמשים בביטוי "המשנה ידו על התחתונה", שהוא מושג בחושן משפט. וכל כה"ג.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 7:58 pm

· #413754
דא איז ליטוואק גערעכט.

קומט נישט אריין חזקה דא. אפילו למשל א בית המדרש ווי מען פירט זיך אז א בעל תפילה מוז זיין העכער זיבעציג, און פאר סיבות וויל מען געבן פאר א יונגערע מענטש, קומט נישט אריין מוציא מחבירו צו חזקה. פין וועמען איז ער מוציא? פין דער מנהג? טאמער איז דא א יחיד א חזן, איז שייך דן צו זיין אז ער האט חזקה. אבער עס קומט נישט אהער.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:04 pm

· #413755
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט ווי דו זעסט נישט די ליצנות דא. יעדער שאלה אויף או"ה דארף קומען מיט א הקדמה אז עס איז דא א חזקת היתר ביז עס איז אויפגעוויזען? ווי איז דאס נוגע אין די שמועס צו עס איז אויפגעוויזען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אכן! בשאר איסורים אנחנו מבינים מעצמנו שהכל מותר עד שנוכיח לאיסור, אבל למרבה הפלא, בנוגע שאלות הנוגעים לנשים, הכל נוקטים סתמא לאיסור עד שנוכיח להיתר, וגם אז כולי האי ואולי (וזה בניגוד למה שהנהיגו חז"ל שמקילים כלפי הנשים).
ובגלל שאתה מתעקש, עיינתי עוה"פ בהתשובה המקורי, וראיתי שר' יששכר התחיל תשובתו בהנחה פשוטה שלדעתו הדבר מותר ועל האוסר להביא ראיה, והמשיך לברר למה - לדעתו - אין איסור ברור בזה, ומתוך כך הוציא פסק דינו שהדבר מותר. ולא הזכיר כלל המונח של הממע"ה.
ואחר כך השיב רב לינזר לעומתו וכתב ככה לאמר:
Turning to the more general point, in my experience, poskim do not begin with saying: I am assuming that something is permitted until it can be incontrovertibly proven otherwise. This is a peculiar structural argument, taken from the world of monetary disputes – המוציא מחבירו עליו הראייה – that the one who comes to extract money from another person has the burden of proof.

הרי שרב לינזר הכניס המושג הזה אל תוך הדיון. ועל זה השיב ר' יששכר במענתו שאדרבה, החזקה בצד המתירים. ור' יששכר האומלל בלע החיצים והבליסטראות שלך ולא העלית בדעתך כלל שאתה קובל על האדם הלא נכון.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:06 pm

· #413756
לעיקוואד
לענ"ד מתפלפלים פה לחינם. לעולם לא היתה הכוונה לומר שיש דין הממע"ה וכדו' ממש, אלא להשתמש בשפה כזו להדגים צורת החשיבה לגבי הוראה לפי כללי הגיון מחו"מ ויו"ד באופן מושאל. ואפשר שיש ממש דמיון בסברא אבל לא זה הנידון באמת.

ולא נהא גרועים מהחת"ס שהמליץ מושג מהלכות איסור חדש להוראה, או מכל הפוסקים שמשתמשים בביטוי "המשנה ידו על התחתונה", שהוא מושג בחושן משפט. וכל כה"ג.

אמן ואמן.
וכמו שכתבתי למעלה "המונחים ההלכתיים אינם עוזרים פה" (כמו שזה לא עזר את החת"ס)

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:08 pm

· #413757
שאלה לכולם: האם מותר לשנות ההלכה שכל המשנה ידו על התחתונה?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:15 pm

· #413759
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
לעיקוואד
לענ"ד מתפלפלים פה לחינם. לעולם לא היתה הכוונה לומר שיש דין הממע"ה וכדו' ממש, אלא להשתמש בשפה כזו להדגים צורת החשיבה לגבי הוראה לפי כללי הגיון מחו"מ ויו"ד באופן מושאל. ואפשר שיש ממש דמיון בסברא אבל לא זה הנידון באמת.

ולא נהא גרועים מהחת"ס שהמליץ מושג מהלכות איסור חדש להוראה, או מכל הפוסקים שמשתמשים בביטוי "המשנה ידו על התחתונה", שהוא מושג בחושן משפט. וכל כה"ג.
דאס האב איך געמיינט. הרב כץ נעמט די מליצות אן כפשטן, כאילו זיי דארפען עפעס א תשובה. פאר דעם האב איך געזאגט אז עס איז א ליצנות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:15 pm

· #413760
זה לא עוזר כראיה כמובן, זה כן יכול לעזור להמחיש או להסביר הסברא. ואפשר גם להתפלפל באותו השפה.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:19 pm

· #413761
לעיקוואד
זה לא עוזר כראיה כמובן, זה כן יכול לעזור להמחיש או להסביר הסברא. ואפשר גם להתפלפל באותו השפה.

אני מסכים. אבל בתנאי שיש הבנה משותפת במה הדברים אמורים.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:20 pm

· #413762
ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואד
לענ"ד מתפלפלים פה לחינם. לעולם לא היתה הכוונה לומר שיש דין הממע"ה וכדו' ממש, אלא להשתמש בשפה כזו להדגים צורת החשיבה לגבי הוראה לפי כללי הגיון מחו"מ ויו"ד באופן מושאל. ואפשר שיש ממש דמיון בסברא אבל לא זה הנידון באמת.

ולא נהא גרועים מהחת"ס שהמליץ מושג מהלכות איסור חדש להוראה, או מכל הפוסקים שמשתמשים בביטוי "המשנה ידו על התחתונה", שהוא מושג בחושן משפט. וכל כה"ג.
דאס האב איך געמיינט. הרב כץ נעמט די מליצות אן כפשטן, כאילו זיי דארפען עפעס א תשובה. פאר דעם האב איך געזאגט אז עס איז א ליצנות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אז העוולה של רבי יששכר הוא שהוא משיב דבר לאלו שחולקים עליו אף על פי שלא מגיע להם תשובה לפי דעתך הרחבה.

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:23 pm

· #413763
אבל יש כאן חקירה אמתית אם צריך ראיה לאיסור או להיתר באופן כללי. וכבר אמרו שנראה שבזה נחלקים הרבה מחמירים לעומת מקילים. וגם יש נושאים שבהם הפשטות הוא להחמיר יותר או פחות. ואין לנו שפה הלכתית טובה לדבר על זה.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:24 pm

· #413765
וגם ר' ליטוואק אתה מניח שר' יששכר מקבל המליצות כפשוטן ואתה לא מבין שהוא פשוט ממשיך להשתמש באותו שפה וגם אצלו זה הכל מליצות...
בקיצור יש פה חסרון נורא בהבנת הנקרא.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:32 pm

· #413768
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
יש פה חסרון נורא בהכרת אדזשענדא....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:53 pm

· #413769
איך מיין אז ר' יששכר שליט"א האט גאנץ קלאר געמאכט כמה פעמים וואס זיין אגענדע איז, דהיינו צו זיין ווי מער אינקלוסיוו.

און ער האט קלאר געזאגט אין די אינטערוויא אז ער האלט נישט אז האבן אן אגענדע איז א פראבלעם, די פראבלעם איז נאר ווען מ'רעדט זיך איין אז מ'האט נישט קיין אגענדע.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 8:54 pm

· #413770
מיום עמדי על דעתי האב איך נאכנישט באגעגענט קיין מענטש וואס האט נישט קיין אדזשענדע אויסער איינער: ליטוואק פון בודאפעסט. ער איז ריין פון אלע אדזשענדעס, וויפיל מ'טרייט עים צו כאפען גייט עס נישט

קל וחומר » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 9:59 pm

· #413771
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
שאלה, האם מותר להחזיק חתול בשעת פסוקי דזמרה?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 10:52 pm

· #413773
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
קודם האט מען מחליט געווען אז אויפ׳ן צימבעל אין די ישכר כ"ץ אשכול איז אויך ר׳ משה פיינשטיין. נאך דעם איז מען אראפ אז איך בין אויך אויפ׳ן צימבעל. איך בין נישט דא דער נושא, הרב ישכר כ"ץ איז יא. זיין אדזשענדעס און קענטעניסען, אדער חסרון דערפון, זענען דא די נושא. און לדעתי איז זיין אדזענדע נישט אינקלוסיוויטי, נישט פרויען רעכטען, נאר בלייבען רעלעוואנט. פונקט ווי ראביי אבי ווייס, וואס האט שוין געוויילט יארען יאגענדיג פובליסיטי ווי נאר עס איז געווען צום טרעפען, האט הרב כ"ץ געזוכט רעלעוואנס צווישען דענקערס און קענערס, און ביי די עכטע האט ער עס נישט געקענט טרעפען, האט ער עס געזוכט אין דער פרעמד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 11:16 pm

· #413774
ליטוואק פון בודאפעסט


.....
. פונקט ווי ראביי אבי ווייס, וואס האט שוין געוויילט יארען יאגענדיג פובליסיטי ווי נאר עס איז געווען צום טרעפען, האט הרב כ"ץ געזוכט רעלעוואנס צווישען דענקערס און קענערס, און ביי די עכטע האט ער עס נישט געקענט טרעפען, האט ער עס געזוכט אין דער פרעמד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אויב אזוי איז דאך די אויספיר אין ארטיקעל אז מען געבן נישט קיין שאנס פאר די פילע ר' יששכר'ס וואס דרייען זיך ביי אונז, יא גערעכט!!!!

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 11:21 pm

· #413775
גדליה
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט ווי דו זעסט נישט די ליצנות דא. יעדער שאלה אויף או"ה דארף קומען מיט א הקדמה אז עס איז דא א חזקת היתר ביז עס איז אויפגעוויזען? ווי איז דאס נוגע אין די שמועס צו עס איז אויפגעוויזען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אכן! בשאר איסורים אנחנו מבינים מעצמנו שהכל מותר עד שנוכיח לאיסור, אבל למרבה הפלא, בנוגע שאלות הנוגעים לנשים, הכל נוקטים סתמא לאיסור עד שנוכיח להיתר, וגם אז כולי האי ואולי (וזה בניגוד למה שהנהיגו חז"ל שמקילים כלפי הנשים).
ובגלל שאתה מתעקש, עיינתי עוה"פ בהתשובה המקורי, וראיתי שר' יששכר התחיל תשובתו בהנחה פשוטה שלדעתו הדבר מותר ועל האוסר להביא ראיה, והמשיך לברר למה - לדעתו - אין איסור ברור בזה, ומתוך כך הוציא פסק דינו שהדבר מותר. ולא הזכיר כלל המונח של הממע"ה.
ואחר כך השיב רב לינזר לעומתו וכתב ככה לאמר:
Turning to the more general point, in my experience, poskim do not begin with saying: I am assuming that something is permitted until it can be incontrovertibly proven otherwise. This is a peculiar structural argument, taken from the world of monetary disputes – המוציא מחבירו עליו הראייה – that the one who comes to extract money from another person has the burden of proof.

הרי שרב לינזר הכניס המושג הזה אל תוך הדיון. ועל זה השיב ר' יששכר במענתו שאדרבה, החזקה בצד המתירים. ור' יששכר האומלל בלע החיצים והבליסטראות שלך ולא העלית בדעתך כלל שאתה קובל על האדם הלא נכון.


יא המוציא נישט המוציא, לעיקר הדבר איז פשוט אז ר' כץ איז גערעכט אז אלעס איז מותר חוץ וואס די תורה אסר'ט, ווי עס איז באקאנט פין עונג יום טוב אז ביטול קען נישט מוסיף זיין א שם, ממילא קען ביטול נישט צוגעבן קיין לשמה פאר ציצית, אבער עס קען אראפ נעמען א שם איסור, ווייל בעצם איז אלעס מותר, די תורה לייגט נאר ארויף א שם איסור, קען עס ביטול אראפנעמען. זאל ר' לינזער זיין גערעכט אז אלעס איז אסור ביז די תורה איז מתיר, וואלט ביטול נישט געקענט ארויף לייגן א שם היתר אויף א שטיקל נבלה, ודוק.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 11:35 pm

· #413777
ליטוואק פון בודאפעסט
און לדעתי איז זיין אדזענדע נישט אינקלוסיוויטי, נישט פרויען רעכטען, נאר בלייבען רעלעוואנט.

ענדליך זאגסטו עפעס א ווארט צום זאך, איין זאך בין איך נאר נייגעריג, וואו און ווען האסטו איינגעזען אז דאס איז זיין אגענדע אין זיינע פסקים? און וואו האסטו איינגעזען אז באמת גייט איהם נישט אן צו זיין אינקלוסיוו?

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:16 am

· #413794
איך האלט גראדע אז ליטוואק האט עס פיין ארויס, נאר ער איז אביסעל צו עמאשינעל.
פעיס פעקט מאדערענע ארטאדאקסיע לייגט א דגוש אז תורה ומצוות טראגט א מינימאלען דגוש אינעם טאג טעגליכען פונעם מענטש. דערפאר נעמען זייערע רבנים והרב יששכר כץ בתוכם נישט אזא ערענסטע צוגאנג צו קולות און התירים ווי א רעגולארע חרדישער רב. און דאס באדערט דעם ליטוואק און איך האב מיטלייד מיט אים.

איי וועט איר פרעגן ווער איז גערעכט? וויס איך נישט. פון אויסהערן משנה תורה קוקט אויס אז וואס באדערט גאט בעיקר איז דאס נאכלויפן אלהים אחרים און נישט אנערקענען אז אין עוד מלבדו און דאס אז ער איז דער איינציגער געוועלטיגער. דער חומש איז ביזי דערמיט אין דברים, ואתחנן, עקב וכו' וכו', אזוי אויך באדערט אים גאר געמיינע אקטן ווי פארגעוואלדעוועטען א נערה המאורסה און זיך לייגן מיט א זכר. אדער ווייס קוקט אויס ווי גאט איז בסדר מיט נשים זאגן סליחות פארן עמוד.

דאס אז עס האט זיך דיוועלאפאד גאנצטע ספרים שרענק און די לעצטע 2 טויזענט יאר, און מיט יעדע יאר הונדערט איז צוגעקומען הונדערטע אדער טויזענעטע איסורים מנהגים וחרמות איז נישט אין איינקלאנג מיט משנה תורה און גאטס ווילען ווי אזוי דער עם הנבחר זאל אויסזען. לפי זה איז גאנץ מעגליך אז דער בורא כל עולמים לערענט מיטן פמליא של מעלה יששכר כץ'ס תורות און זאגט עפעס אויף דעם נוסח: הפמליא של מעלה והרבנים ארטודוקסים אומרים כך, ואני אומר כך וגם יששכר בני מודה לדברי והלכה כדברינו.

מעגליך.. אדער נישט.

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:25 am

· #413797
גדליה
שאלה לכולם: האם מותר לשנות ההלכה שכל המשנה ידו על התחתונה?

כן, מותר לשנות אבל בלי שום שינו חלילה ויהיה ידו על עליונה

אספקלריה » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:30 am

· #413798
הרב כ״ץ איז נישט קיין קראי ער בויעט אוכט אויף די איסורין וחרמות פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר, ער באטאונט אפאר מאל און זיין אינטערוואוי אז ער איז דירעקט יא א שטארקע הלכה יוד.

יהודי פשוט » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:55 am

· #413800
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
גדליה

כי סתמא הכל בחזקת היתר. ומה שמעולם לא נאסר הרי הוא בחזקת היתר.

דו האסט מיך דערמאנט א מעשה, וואס הגם אז דא אין שטיבל וועט עס רוב עולם נישט גלייכן, אבער איך וועל סיי ווי שרייבן.
די הייליגע מונקאטש'ער רב זי"ע איז אמאל געוועהן אויף א באזוך ביי ר' מאיר שפירא זצ"ל און ר' מאיר האט כנהוג מכבד געוועהן מונקאטש'ער רב מיט א בעכער וויין, דער מונקאטש'ער רב האט געריקט דעם בעכער אין א זייט און געזאגט: איך וועל דען ביי אייך טרינקען וויין?! ס'איז דאך נסך...
ס'איז אריבער אפאר מינוט און מונקאטש'ער רב האט צוריק געריקט דעם בעכער און געטרונקען פון די וויין, ווען ר' מאיר האט דאס געזעהן האט ער געפרעגט פונעם מונקאטש'ער רב וואס איז פשט פון דעם? ממ"נ איז עס נסך פארוואס האט ער עס געטרונקען? איז עס נישט נסך פארוואס האט ער עס אוועק געריקט? האט די מונקאטש'ער רב גע'ענפערט, איך וועל אייך זאגן די חילוק צווישן מיר און אייך, ביי אייך איז יעדע זאך אין די וועלט קודם מותר, כשר וכדו', נאכדעם אז מ'ווערט געוואור אז ס'איז נישט ווארפט מען עס אוועק, ביי מיר איז פונקט פארקערט, יעדע זאך וואס קומט צו מיר אן איז קודם אסור, טריפה וכדו', דערנאך אויב הער איך אז ס'איז יא גוט נעם איך עס צוריק.

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 3:36 am

· #413801
אספקלריה
הרב כ״ץ איז נישט קיין קראי ער בויעט אוכט אויף די איסורין וחרמות פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר, ער באטאונט אפאר מאל און זיין אינטערוואוי אז ער איז דירעקט יא א שטארקע הלכה יוד.


חלילה, הרב כץ ודעימי' לייגן אודאי נישט קיין תפילין צווישן די אויגן, און גיסן נישט קיין נסכים אויף די פיס. אבער די עטיטוד פון בייגן הלכה אויף וואס מען קען נאר אלץ מתיר זיין, כדי צו זיין צוגעשטעלט צו די געזשעלשאפט, קומט לעשירת דעתי פון דאס אז מען איז איבעצייגט אז יהדות החרדית איז צו שטארק פארקראכען מיט בויען א רעליגיע ארום הוספות, מנהגים, וחומרות וואס האט זיך צוגעשטעפט צו אונזער היינטיגע אידישקייט דורכאויס אונזער לאנגע גלארייכע היסטאריע, און בעל כרחך טוט אפפרעמדען דעם איד פונעם געזעלשאפט און מיט היינטיקייט.

אודאי וועט ער הרב כץ שרייען אז ער רעכענט זיך מיט הלכה, ווייל אנדערש ווערט ער דערקלערט אלץ א קאנזערוועטיוו און פארלירט דעם סטעמפל ארטאדוקס, אבער גלייכצייטיג וועט ער נוצען יעדע סברה און לאך צו סטאבאלזירן און צוריקשטעלן אידישקייט צו וואס איז, לדעתו, איר ארגינעלע פורום און ציל. און איך בנימין בן אביה בין אויך שטארק נוטה אזוי.

גדליה » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 4:15 am

· #413804
ס'איז דא איין סיבה פארוואס מ'האט פיינט יששכר, אין דאס איז אז ער האט געוויזן א גרויסן מיטעלסטען פינגער פאר די גאנצע סיסטעם. ליטוואק שרייט אז יששכר קען נישט לערנען, שרייט יששכר צוריק אז ליטוואק קען נישט לערנען. ספליען קולות פון אלע זייטן אבער אולטימעטלי בלייבט יששכר אין בית המדרש און ליטוואק מוז ווידער אויסארבעטען זיינע ארגומענטען מיט יעדע פרישע תגובה און מסביר נאכאמאל בטוב טעם ודעת ווי אזוי פינקליך ר' יששכר רעדט אזוינע עמאראצות אז מקען גארנישט מסביר זיין ווואספארא עמאראצות דאס איז.
דאכט זיך אז די היתרים פון ר' יששכר'ן זענען נאך אזוי אויסגעהאלטן ווי אלע הארבע ליטווישע איסורים פון רב פאליק צו אסר'ן טונא פיש און טאמאטן און טרויבען און יעדע דבר הראוי לאכילה, אדער מברר זיין די פינקליכע שיעור פון די סקוירט, צי גאר א גאנצע ספר אויף לשון הרע אנגעפילט מיט אויסגעטראכטע הלכות און פופציג טויזנט איסרים וואס זענען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
ליטוואק שרייט אז הממע"ה באלאנגט אין די מירע און בריסקע ישיבות צו לומדות'ן אויף עפעס א הייפאטעטישע שאלה וואס האט אפשר אמאל פאסירט אין בבל דריי טויזענט יאר צוריק, און דער יששכר קומט זיך און טראגט דאס גאר אריין אין דרכי הפסיקה און ער טוט זיך כאדם העושה בשלו, און ער נארט נאך איין יעדען איינעם אז ער איז א פוסק ווען עכט האט ער בכלל נישט ציטירט ר' משה פיינשטיין און ר' חיים עוזר.
נאכמער, ער טענהט אפילו אז אויב ספאלט אריין טעותים דארף מען פאררעכטן זאכן און צוריקטוישען. א מין מאדנע בריאה. פארוואס קען ער נישט זיין נארמאל און נאכזאגען אזוינע גאונישע לומדישע חידושים ווי למשל מסביר די חילוק צווישן לא נהיר און לא צהיר. אויכעט האלט ער אזוינע מאדענע שיטות אז פרויען זענען מענטשען מיט רעכטען וואס מדארף זיך כאילו רעכענען מיט זייערע רצונות, אזוי צו זאגען, און מרעכנט זיך בכלל נישט וואס אפאר אלטע אידן מיט קראך היטען פון די תר"ע יארען האבן געפסקעט און וואס דער קרייניצער רבי פון די פינצטערע מיטעל אלטער האט וואס צו זאגען.
און יא, נאך איין זאך, מארגען וועט דער קרייניצער און עפעס א אלטע איד פון בני ברק מחליט זיין אז ס'איז א חומרא פרויען זאלען ליינען די מגילה פאר זיך אליין, זיי זאלען זיך נישט דארפען אויסמישען מיט די מענער בעצם יום הפורים, און א פרוי וואס וועט זיך וואגען זיך באטייליגען ביי די מענערישע מנין וועט נישט קענען ליגען אין בית החיים. און זאל שוין א פרוי אויכעט בלאזען תקיעת שופר, אבער דאס איז שוין א שאלה ווייל אין חכמה לאשה אלא בפלך און תקיעת שופר איז א חכמה ואינה מלאכה. נו, וועט א 95 בני ברקער תמים זיך צאמזעצן מיט דעם כיטרען קרייניצער באנדיט און מ'עט מאכען א היתר מאה רבנים און זאגען אז אינז דארפען זיך נישט רעכנען מיט די שולחן ערוך ווייל אונז האמיר די אלטע תקנות פון די עוזר ישראל פון קרייניץ און ער האט מפורש אנגעזאגט אז ס'עט קימען א צייט וואס די שונאים פון קרייניץ וועלען מאכען א מרידה אין די איינציגע וועג דאס צי פארמיידען איז דורך מאכן א שינוי אין קריאת המגילה.
אין נאכדעם וואס דער בני ברקער תמים מיטן קראך היט געבען א זאג "נהיר ובהיר וצהיר, מ'זאל יע מאכען די נשים מנין". אין יעדער וועט נתפעל ווערען פון די שרעקלעכע עמקות פון די ווארט ווי ממש ער האט אפגעלערענט די גאנצע מצב מיט אזא עמקות, פששש, אפילו דער קרייניצער קאן דאס נישט. אין מ'עט ווייטער צריקגיין אין די ישיבבה אין פארזעצען די ויכוח איבער ראובן'ס אקס וואס דארף צאלען חצי נזק פון די נבילה פאר די מזיק אבער שמעון שרייט חי וקיים אז די אקס איז א שטויסעדיגע אקס, שוין גארנישט אזא תם.
(בענדזשאמין פרענקלין וועט טייער באצאלן פאר מיך צוריקשלעפן דא פיר אזייגער פארטאגס)

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 5:40 am

· #413805
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
פאר יעדעם לייגסטו אריין ווערטער אין מויל גדליה, זאכען וואס זיי האבען נישט געזאגט צו געטראכט. אביב יענער איז דער וואס ברענגט אריין ליצנות.

די סבה פארטואס איך ווער עמאשינעל איז ווייל ביי מיר איז לערנען גאר וויכטיג, און דער צוגאנג פון לייכט זאגען א חידוש און זאגאר פסקנ׳ן דערפון איז ביי מיר אפגעפרעגט. לערנען פאדערט יגיעה און זיך בייגען צום אמת. עס וועט מעגליך בלייבען נגיעות וואס מ׳קען נישט גענצליך אויסרייסען, אבער וואס מ׳קען נישט קען מען נישט. דאס צולאזען נגיעות און חשבונות פירען די זאך לכתחילה איז א זלזול צום אמת אויף וואס די תורה איז געבויט.

און ווען דער עולם וואלט געווען גרייט דערצו, וואלט מען געדארפט נעמען דער מסמיך אויך אויפ׳ן צימבאל און ארום שמועסען ווי ווייניג די צען בענדער פון עמק התשובה זענען פון זוכען דער אמת און ווילען עכט פארשטייען תורה. נאר דער עולם וועט גלייך צוטאנצען צו אפשטאמונגען און פארטיי פאליטיק, ממילא קען מען דאס נאך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ונתנהתוקף » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 7:59 am

· #413809
און אז מען רעדט פין זייגען אין ביהמ"ד,

<a class="postlink" href="https://www.thesun.co.uk/fabulous/7387710/mum-accused-of-trying-to-steal-other-womens-men-by-breastfeeding-in-public-hits-back-with-naked-snaps-with-her-two-year-old/">https://www.thesun.co.uk/fabulous/73877 ... -year-old/</a>

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 8:58 am

· #413811
יהודי פשוט
די הייליגע מונקאטש'ער רב זי"ע איז אמאל געוועהן אויף א באזוך ביי ר' מאיר שפירא זצ"ל און ר' מאיר האט כנהוג מכבד געוועהן מונקאטש'ער רב מיט א בעכער וויין, דער מונקאטש'ער רב האט געריקט דעם בעכער אין א זייט און געזאגט: איך וועל דען ביי אייך טרינקען וויין?! ס'איז דאך נסך...
ס'איז אריבער אפאר מינוט און מונקאטש'ער רב האט צוריק געריקט דעם בעכער און געטרונקען פון די וויין, ווען ר' מאיר האט דאס געזעהן האט ער געפרעגט פונעם מונקאטש'ער רב וואס איז פשט פון דעם? ממ"נ איז עס נסך פארוואס האט ער עס געטרונקען? איז עס נישט נסך פארוואס האט ער עס אוועק געריקט? האט די מונקאטש'ער רב גע'ענפערט, איך וועל אייך זאגן די חילוק צווישן מיר און אייך, ביי אייך איז יעדע זאך אין די וועלט קודם מותר, כשר וכדו', נאכדעם אז מ'ווערט געוואור אז ס'איז נישט ווארפט מען עס אוועק, ביי מיר איז פונקט פארקערט, יעדע זאך וואס קומט צו מיר אן איז קודם אסור, טריפה וכדו', דערנאך אויב הער איך אז ס'איז יא גוט נעם איך עס צוריק.

דערמאנסט מיר א מעשה. איך האב מיך אמאל געטענהט מיט איינעם וועגן עפעס א גדול בישראל - געדענק איך נישט ווער. בתוך הדברים האב איך זיך אנגערופן אז די מנחת אלעזר האט נישט געהאלטן פון איהם, האט מיר יענער געענטפערט "ווען דו זאלטס פסל'ן יעדעם איינעם וועם די מנחת אלעזר האט געפסל'ט וועסטו נישט איבערבלייבן מיט קיינעם". ודפח"ח.

גראף » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 9:01 am

· #413812
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
ונתנהתוקף
און אז מען רעדט פין זייגען אין ביהמ"ד,

<a class="postlink" href="https://www.thesun.co.uk/fabulous/7387710/mum-accused-of-trying-to-steal-other-womens-men-by-breastfeeding-in-public-hits-back-with-naked-snaps-with-her-two-year-old/">https://www.thesun.co.uk/fabulous/73877 ... -year-old/</a>
נו! לייג א אזהרה פון נשים זייגן...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 9:33 am

· #413813
ר' גדליה ור' לעיקוואד,

ישר כוחכם על התגובות הערבים לאוזן. צאו וראו מה בין בני לבן חמי, דברי חכמים בנחת נשמעים ודברי …

סליחה שלא חזרתי אליכם אתמול. הייתי עסוק בדם שפיר ושליא-ממש. נפגשתי עם חתן וכלה מבני קהילתי. (במשך כל השיחה עמד לנגד עיני דמות דיוקנו של ר' אברהם לייטנער ז"ל. כפי שסיפרתי בוועקער, אבי ז"ל התעקש לפני חתונתי שאלך ללמוד הלכות בינו ובינה עם ר' אברהם. מקודם סירבתי, אבל לבסוף נכנעתי. לא הייתי מוכן להפתעה שחיכה לי. היה כל כך נעים ללמוד הלכות אלו איתו. הוא היה נוח, פתוח ומאוד נגיש. הוא הסביר הכל בטוטו"ד (דוגרי!) ובלי שום שגעונות.)

ולגופו של דברים. אבאר בקיצור נמרץ, כיוון שהזמן מאיץ וגם כבר אמרתם אתם הרבה מהדברים שהיו בדעתי לומר.


עיקר המחלוקת ביני ובין ר' דוב לינזר הוא אם יש לאמירות סליחות מעמד של תפילה ודברים שבקדושה. ר' דוב קורא את הגמרא בר"ה מילולית. כלומר, הוא סבר כשהגמרא אומרת שהקב"ה נתעטף כשליח ציבור לאמירת יג מידות הכוונה כפשוטו, שהמידות נאמרו עם ציבור והקב"ה שימש כשליח ציבור של אותו ציבור. אם זה אכן הכוונה, על כרחך שלאמירת יג מידות יש מעמד של דברים שבקדושה: הם אינן יכולים להיאמר רק עם ציבור של עשרה איש ועם שליח ציבור שהוא גם כן גבר, שמחויב באמירתם כמותם. לדעתו, סליחות הנאמרות עם אישה בתור שליחת ציבור אינן תוקפות וכתוצאה יהיה אסור לציבור כזאת לומר היג מידות.

אני איני חושב שהכוונה מילולית, שהיה ציבור ממש בשמים כזה שהקב"ה היה "שליח ציבור" שלהם. הקב"ה נתעטף בטלית "כ"שליח ציבור אבל לא היה ש"ץ ממש. לפי זה אין שום סיבה להגיד שהלכתית יש לאמירת יג מידות דין דבר שבקדושה. כתוצאה אפשר לאומרם בלי מנין, וגם אשה יכולה לשמש כבעלת התפילה.

דיון פרטי זה הביא אותנו לדון בשאלה כללית, משהו שמעניין אותי כבר הרבה זמן. האם המושג המשפטי "תקדים" precedent) קיים גם בהלכה. לדעתי התשובה כן כמשתמע מסוגים מיוחדים של חזקה כמו בהמה בחייה שמשמעה סוג של גישה פסיבית המניחה שהדברים הם כפי שהיו ועל המשנה להוכיח אחרת.

כפי שאמרתם: א) הכוונה לא היה להחיל דיני חזקה כפשוטם, רק ניסינו להבין אם אפשר להוכיח משהו מושגי מאחדים מסוגי החזקות. ב) לא אני ציינתי להממע"ה.אני פשוט עניתי לר' דוב שחשב שהדין חשוב לעניינו.

לגבי החיד"א שציינתי: הגאון הרב עובדיה יוסף סומך עליו גם כשנשים שרים לבדם.

בנוגע ללבישת טלית: אתה צודק לגמרי. בהזדמנות, אוסיף זה לדברי.

אידיי דאיירינן, חשבתי לציין שכהמשך לדיון הנ"ל נתתי לבי לעיין במושג ציבור. נראה לי שיש "צוויי דינים" ציבור ומנין, שהם אינם אותה דבר. מנין הוא מושג מגדרי, שיכולה להתהוות רק על ידי גברים, אבל ציבור הוא מושג שוויוני שמתהווה כל פעם כשמכולל של בני אדם, נשים או אנשים, מצטרפים לעשות מצווה ביחד. למכולל כזה יש כוח מיוחד שהלכה מייחסת לעשייה ציבורית. הנה דברי, אשמח לשמוע דעתכם. <a class="postlink" href="https://library.yctorah.org/lindenbaum/women-minyan-and-tzibbur-for-tefillah-and-selihot/">https://library.yctorah.org/lindenbaum/ ... d-selihot/</a>

תודה מעומק ליבי על המשוב.

בכבוד,
יששכר

גדליה » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 11:42 am

· #413815
תודה ר' יששכר על המענה שלך.
לגופו של ענין עדיין הדבר כלל לא ברור אצלי.
כפי ראות עיני התשובה מבלבל בין שני ענינים:
שאלה א') האם מותר - לגברים ולנשים - לומר י"ג מידות ביחידות?
שאלה ב) כשאומרים יג מידות בציבור, האם אשה יכולה לשמש כשלוחת ציבור?
שתי השאלות האלו אינם כלל קשורים זה בזה. אפשר שאשה יכולה לשמש כשלוחת ציבור לסליחות ולעבור לפני התיבה לומר יג מידות בציבור, אבל אינה יכולה לומר יג ביחידות, כי זה אסור לכל, גם לגברים. ואפשר שאשה אינה יכולה לשמש כשליח ציבור לסליחות אבל היא כן יכולה לומר הי"ג ביחידות.
בכך שנברר שמותר לומר י"ג ביחידות, אין ראיה שאפשר לאשה גם לשמש כשלוחת ציבור. אולי כשהציבור אומר סליחות הדין שונה, וצריך כח גברא לזה.
(אגב, מהו מקור האיסור לאשה לעבור לפני התיבה? נראה שאתה נוקט סתמא לאיסור, ולכאורה היא מחוייבת בתפילה ולמה לא תוציא הרבים ידי חובתן, אע"פ שיהיו בכלל מארה, ועי' ריטב"א מגילה ד).
הבעיה השני היא שלא נראה לי כלל האופן הניתוח שלך של העובדא האגדי, ובכך להוציא השלכות להלכה למעשה. הגע בעצמך, הרי אמרו חז"ל שתפילת מנחה ניתקן על ידי יצחק כשיצא להתבודד בשדה ולשיח עם קונו. האם נאמר שכמו שיצחק התפלל ביחידות כן כהיום אין לתפילת מנחה דין ציבור? אתמהה. אין לנו מושג מה זה "שליח ציבור" אצל הקב"ה, וכמו שרמזתי למעלה בטח יש בזה סודות עמוקות. ועכ"פ זה ברור, שאם ניתקן שסליחות יהיה בציבור אז לא משנה מה עשה הקב"ה באותו שעה הגורלי כשנתעטף בטלית ועבר לפני התיבה בבית הכנסת שערי שמים.
גם שאר הערותיך ראויים לברכה, וכשאפנה אשנה.
בברכת שבת שלום ומבורך

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 1:36 pm

· #413817
ממילא ווען די פרוי איז מוציא דעם ציבור, וואלט איך געקענט פארשטיין די פראבלעם (הגם בפשטות גייט די הלכה פון תבא מארה למי שאשתו ובניו מברכין לו נאר אן ביי אן עם הארץ, אבער שוין). אבער סליחות וואס דער גאנצער עולם זאגט צוזאמען?! ווער פונקטליך איז מוציא וועמען???

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 1:41 pm

· #413818
רביה"ק,
ולטעמיך, וואס איז א שליח ציבור מוציא סתם אזוי בזמנינו ווען יעדער דאווענט פאר זיך?

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 1:43 pm

· #413819
ר' גדליה,

כולהו בחדא מחתא מחתינהו,

סליחות אינה נאמרת ביחיד, רק בציבור, אבל ציבור אינו מושג מגדרי ולכן גם נשים הן חלק מהציבור.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 1:50 pm

· #413821
יששכר כץ
רביה"ק,
ולטעמיך, וואס איז א שליח ציבור מוציא סתם אזוי בזמנינו ווען יעדער דאווענט פאר זיך?

ווער זאגט אז די ש"ץ איז מוציא עמיצן? מ'דארף דאך האבן איינער וואס זאל פירן דאס דאווענען. צא ולמד פון די אלע הפגנות וואו מ'זאגט אבינו מלכנו שטיקל ביי שטיקל, אויסער אויב ס'איז דא אן עקסטערן דין אז ס'איז נישט חל די דין פון 'הפגנה' נאר אויב מ'זאגט אבינו מלכנו...

אדרבה זאג דו מיר, איז דא עפעס א דין אז ס'דארף שטיין איינער ביים ארון קודש מיט א טלית בשעת'ן דאווענען?

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:02 pm

· #413822
סו, לדעתך, רביה"ק, מעג א פרוי זיין שליח ציבור בזמן הזה?! קיין שום אורטאדאקסישער פוסק איז דאס נישט מתיר (אפילו נישט אפען ארטאדאקס).

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:03 pm

· #413823
יששכר כץ
לדעתך, רביה"ק, מעג א פרוי זיין שליח ציבור בזמן הזה?!

איך ווייס נישט, אבער אויב זי מעג זיין ש"ץ ביי סליחות, מעג זי אויך זיין ש"ץ ביי אלע זאכן.

יששכר כץ
קיין שום אורטאדאקסישער פוסק איז דאס נישט מתיר (אפילו נישט אפען ארטאדאקס).

איז וואס זאל איך טון?

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:07 pm

· #413824
לא הבנתי, מותר או אסור?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:11 pm

· #413825
יעצט איז בעסער?

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:20 pm

· #413827
And they call me Open Orthox! 😉

גדליה » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:23 pm

· #413828
רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

כ'האב בכוונה נישט דערמאנט אייער נקודה ווייל סתמא דפוסקים איז משמע אז אפילו די עיקר דין פון שליח ציבור שמוציא את הרבים ידי חובתם איז שוין נישט דא, פינדעסטוועגען אלע דינים איז נאך אלס שייך, אז נישט קענסטו אויסרייסען גאנץ סימן נג
דאכט זיך אז איינער פון די אחרונים זאגט דאס במפורש, אז כאטש מאיז טאקע נישט מוציא ממש, דארף מען אבער "קענען" מוציא זיין. כל הראוי לבילה וכו'

גדליה » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:25 pm

· #413829
יששכר כץ
And they call me Open Orthox! 😉

ר' יששכר לאזט אייך אפ פון די אפען ארטאדאקסי רעכטע עקסטרעמיסטען, קומט דא קיין קאווע שטיבל וועט איר זען מיר קענען אייך אלעס מתיר זיין.

גדליה » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:25 pm

· #413830
יששכר כץ
ר' גדליה,

כולהו בחדא מחתא מחתינהו,

סליחות אינה נאמרת ביחיד, רק בציבור, אבל ציבור אינו מושג מגדרי ולכן גם נשים הן חלק מהציבור.

אז כל התשובה בנוייה על יסוד זו שנשים הם חלק מהציבור וכו'?
אם כן העיקר חסר מן הספר

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:33 pm

· #413831
הספר הכי טוב על הנושא; על אף שאני חולק על מסקנתו. הוא מסכים עם לייקווד
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Gender-Equality-Prayer-Jewish-Law/dp/965524198X">https://www.amazon.com/Gender-Equality- ... 965524198X</a>

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:34 pm

· #413832
גדליה
אפילו די עיקר דין פון שליח ציבור שמוציא את הרבים ידי חובתם איז שוין נישט דא, פינדעסטוועגען אלע דינים איז נאך אלס שייך, אז נישט קענסטו אויסרייסען גאנץ סימן נג


מ'דארף גארנישט אויסרייסן, פארקערט גאר, הא גופא שטייט אין הלכה, אז מ'זאל נישט שטעלן א פרוי מוציא צו זיין דעם ציבור. דער אחרון וואס דו ברענגסט דארט ער איז דער וואס רייסט אויס דעם שו"ע. ודו"ק.

אספקלריה » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:43 pm

· #413833
בענדזשאמין פרענקלין
אספקלריה
הרב כ״ץ איז נישט קיין קראי ער בויעט אוכט אויף די איסורין וחרמות פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר, ער באטאונט אפאר מאל און זיין אינטערוואוי אז ער איז דירעקט יא א שטארקע הלכה יוד.


חלילה, הרב כץ ודעימי' לייגן אודאי נישט קיין תפילין צווישן די אויגן, און גיסן נישט קיין נסכים אויף די פיס. אבער די עטיטוד פון בייגן הלכה אויף וואס מען קען נאר אלץ מתיר זיין, כדי צו זיין צוגעשטעלט צו די געזשעלשאפט, קומט לעשירת דעתי פון דאס אז מען איז איבעצייגט אז יהדות החרדית איז צו שטארק פארקראכען מיט בויען א רעליגיע ארום הוספות, מנהגים, וחומרות וואס האט זיך צוגעשטעפט צו אונזער היינטיגע אידישקייט דורכאויס אונזער לאנגע גלארייכע היסטאריע, און בעל כרחך טוט אפפרעמדען דעם איד פונעם געזעלשאפט און מיט היינטיקייט.

אודאי וועט ער הרב כץ שרייען אז ער רעכענט זיך מיט הלכה, ווייל אנדערש ווערט ער דערקלערט אלץ א קאנזערוועטיוו און פארלירט דעם סטעמפל ארטאדוקס, אבער גלייכצייטיג וועט ער נוצען יעדע סברה און לאך צו סטאבאלזירן און צוריקשטעלן אידישקייט צו וואס איז, לדעתו, איר ארגינעלע פורום און ציל. און איך בנימין בן אביה בין אויך שטארק נוטה אזוי.


איך הער וואס אייך באדערט, איך זעע אבער נישט וואס כץ האט מיט אייער עשירות דעת ווי איהר רופט עס.
כץ זאגט ס״ה אז מדארף זיין אפען צו די מאדערענע וועלט און פרובירען צו דרייען די הלכה לויט די רוח הזמן, ער איז איבערהויפט יא א שטארקע מחמיר און הלכה.
און אפשר פארקערט ער איז לכאורה א שטערקערע מחמיר וו אונז.
בזמן וואס ביי אונז איז א פרוי פטור פון לימוד התורה און רוב מצוות, און פארברענגט רוב פון איהר לעבן אויף עינינים גשמיים.איז און זיין געמיינדע א פרוי פאריאגט מיט גמרא תוספות, בויען א סוכה,תפילה בציבור, סליחות, זייגען און בימד״ר.
זיין ווייב פארפעלט נישט קיין ספירה.
און הגם רוב פון זיינע תשובות גייען מיטען נוסח ״האם מותר לנשים״ איז עס נאר באופן אקראי, איינמאל זיי וועלען אויפשטעלען א קאממיונוטי, וועלען שוין די טעכטער מוזען לערנען און דאווענען בציבור מיט סליחות,איז למעשה לייגט ער גאר צו.
סאיז שוין דא היינט כוללים פון זייער געמיינדע פאר פרויען וואס לערנען גמרא,
שטעל דיך פאר אז זייער געמיינדע צו וואקסטסיך און די מענער און די פרויען וועלען ביידע הארעווען אויף גמרא תוספות, און אויף כץס תשובה ספרים , וועט עס נאך זיין מער עקסטערעם ווי לעיקוואד, סוועט זיך טוהן א געזייגעכץ און די היכל התורה פון די בית מדרש.
סוועט אויפוואקסען טויזענטע ילדים וואס מוועט קענען זאגען אשרי יולדתו כריב״ח און נאך אסאך מער ווייל זייער יניקה ממש וועט זיין און בית מדרש

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:47 pm

· #413834
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
המתבונן בהלכות תפלה יווכח שפרטי דיניה בנוים עפ"י רוב ע"ז שאנו מתנהגים כאילו הש"ץ מוציא את הרבים ידי חובתן. מי קבע את זה ולמה איננה קשורה לעצם העובדה שכן הם הדברים.

המתבונן במנהגינו באמירת סליחות מדור דור זה כמה מאות שנים יווכח ג"כ שנוקטים שהוא כמו תפלה והש"ץ מתנהג כאילו הוא מוציא את הרבים ידי חובתן באמירת י"ג מידות. מי קבע את זה ולמה איננה קשורה לעצם העובדה שכן הם הדברים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:51 pm

· #413836
ליטוואק,

וואו! דיין ערשטע נארמאלע הערה. מלאך טוב אומר: יהי רצון להערה הבא כן. ברצינות. ישר כח.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 2:58 pm

· #413838
בפשטות האבן די אלע דיני שליח ציבור בעיקר צוטון מיט כבוד הציבור, און לאו דוקא ווייל ער איז מוציא דעם ציבור, ופשוט הוא.

יששכר כץ » פרייטאג אקטאבער 5, 2018 3:22 pm

· #413840
״ופשוט הוא״ בוא לא נגזים. אולי, כן; פשוט, בוודאי לא.
בלאט: 1 2 3 4 5