אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12600
עס איז נישט פשט אז נעבאך האט א פוסק 'נגיעות'. אדער ער וייסט פשוט נישט דערפון. לויט דער מקובל'דיגער דרך הפסק מוז א פוסק נוצען דער געפיל, און טאמער קוקט ער סתם כאילו טרוקן אויף דער הלכה אין א פלאץ וואס עס דארף שולט זיין א געפיל מאכט ער א חורבן.
דער טראדיציאנאלער פוסק וייסט אז עס איז נישט באמת דא אזא זאך ווי פשוט זוכן א ראיה. ווי אן אויסדרוק גייט 'יעדער שאלה האט דער נודע ביהודה זעקס ראיות פון ש"ס אויף אהער און זעקס אויף אהין, נאר וויאזוי איז ער מכריע? מיט זיין שיקול הדעת/סייעתא דשמיא/דעת תורה". און יעדער ת"ח וייסט דאס אז מען קען אויף יעדער צד פון יעדער שאלה בויען א קעיס פון די מקורות. אויף דעם ארויף דארף מען נעמען שימוש וואס אן דעם קען מען נישט פסק'נען אפילו מען קען די הלכה וואס שטייט.
(אוודאי אין בית מדרש קען ער אויסריידן אז דאס קען בעצם זיין מותר אדער אסור נאר מפני צורך השעה מוז מען פסק'נען אזוי, אין דער גאס אבער קען מען נישט אזוי זאגן און מען דארף פסק'נען קלאר מותר אדער אסור)
העי רב לעיקוואוד
וואס געט איר ארויס סודות פון חדר
גראדע בין איך אביסעל מחולק מיט אייך אין כהאלט אז סאיז דא עפעס א שטיקעל סיסטעם דא אין סנישט סתם אלץ געוואנדען אין וועלעכע גוסטע דער דיין איז היינט אויפגעשטאנען
א גוטע משיב דארף קענען פארשטיין די גדרים און יסודות פון יעדע הלכה און קענען ארויסנעמען פון דעם פירות הנושרים הלכה למעשה
א שוואכע משיב איז איינער וואס רעדט אהין און צוריק מיט כל מיני קשיות ותירוצים אבער ער האט בכלל נישט ארויס וואס די הלכה באדייט (גראדע אסאך מאל זעט מען דאס ביי ר' משה, ער קומט אויף מיט עפעס א פאני קשיא אין די סוגיא אין יעצט גייט מען מוזן לערנען עפעס א פאני פשט אין די גאנצע סוגיא און לויט דעם איז בהכרח אסור).
יעצט דער פראבלעם אדער חידוש פון ר' יששכר איז נישט אז ער נוצט סברות. דער חידוש איז נוצן אזוינע שיקולים וואס זענען לכאורה חיצונים צו אידישקייט. דער איידיע פון גלייכרעטיקגייט פאר נשים האט ער דאך נישט מקבל געווען פון א רבי אדער געזעהן אין סיי וועלכער אידישער ספר, נאר דאס איז פונקט היינט די אידיאלאגיע פון דער ניו יארק טיימס, און עס קוקט עם פערזענליך אויס צו זיין ריכטיג. דאס איז שוין נישט פשוט צו נוצן אויף אזא סברא און איז דער סיבה פארוואס מענטשען האבען דאס נישט ליב.
נאר באמת ווייס איך נישט אויב מען דאַרף צוקומען צו דעם בכלל פאר די אלע הנהגות והיתרים. מען קען פונקט אזוי נוצען אינערליכע אידישע געדאנקען ווי למשל אז די היינטיגע פרויען דארפן דאס, אדער סתם כלשון חז"ל 'לעשות נחת רוח לנשים'. אדער אז דאס וועט מקרב זיין אידן צו אידישקייט. אויף אן אופן וואס דער שינוי איז אין דער מציאות אז היינטיגע נשים זענען טאקע מער חשוב און פאדערן דאס. צו תולה זיין דער שינוי אין זיין אידיאלאגיע וואס איז אנדערש פון דער אידיאלאגיע פון חז"ל ופוסקים איז גאנץ מאדנע.
גדליה, אוודאי מוז מען קודם קענען לערנען ...
דאס וואס דו זאגסט איז גוט אויף הלכות ברכת הפירות...
לעיקוואדגדליה, אוודאי מוז מען קודם קענען לערנען ...
דאס וואס דו זאגסט איז גוט אויף הלכות ברכת הפירות...
אפשר פארדעם האט רבי חיים נישט געשריבען קיין חידושים אויף ברכת הפירות 😂
אבער איך רעדט נישט פון דעם אז מדארף קענען לערנען. איך רעד צוויי מענטשען וואס לערנען די זעלבע סוגיא, איינער איז ביזי זיך מפלפל זיין צו רבינו תם'ס קשיא שטימט מיט א בעל המאור אין ראש השנה און צו די גדר פון די חלות פון בין השמשות איז אז סאיז יעדע רגע סיי נאכט סיי טאג אדער איין רגע נאכט איין רגע טאג. א צווייטע קיקט נישט אזויפיל אויף די פארפלאנטערטע פרטים און קען זען די גרעסערע בילד וואס די הלכה וויל דא. סאיז א עקסטערע מומחיותשאפט וואס מאנכע רופען אן סייעתא דשמיא
להבדיל ביי די גויים איז אויך דא אזא זאך ווי מפרשים אויף די געזעץ, ודון מינה ואוקי באתרא
לעיקווואד,
ברוך שכיוונתי. כדבריך האב איך געשריבן אין מיין תשובה וועגען האלטען א בעבי אינמיטן דאווענען, קריאת התורה, אדער ווען מ׳אז עולה לתור
חשוב לזכור שהמציאות שעליה דנו האחרונים שהמליצו שלא להביא ילדים לבית הכנסת, לא להושיבם לפני ההורים המתפללים ולא להחזיק בידם, היא מציאות מאוד שונה מזו שלנו. הם חיו בתוך עולם שרק אחד ההורים - בדרך כלל האב - מילא את שאיפותיו הרוחניים בבית הכנסת. האב הלך לבית הכנסת ללמוד ולהתפלל והאם נשארה בבית לטפל בילדים, ובין משימותיה ההוריות מצאה זמן ללמוד, להתפלל ולהעשיר חייה הרוחניים – אך רק בבית. ילד בוכה לא היווה מכשול להורה שרצה להתפלל ולהתייחד עם קונו בבית הכנסת: האם היתה יכולה לטפל בילד בבית באותו זמן. לא כן הדבר בימינו. כיום שני ההורים רואים את עצמם מחויבים בתפילה בציבור ובקריאת התורה.4 ) כאשר ילד זקוק פתאום לטיפול או תשומת לב באמצע התפילה או קריאת התורה, הדבר מהווה הפרעה לשניהם, ואם נקשה על הורה המתפלל, עולה לתורה או קורא בה, לטפל בילד בשעת התפילה או קריאת התורה, נמצאת מבטלם לגמרי מתפילה בציבור וקריאת התורה. לכן נתתי אל לבי לעיין בפרשתא דא, לברר הסוגיה על פי המקורות ולראות אם יש להקל
4) אין כאן המקום לדון במישור העיקרוני של חיוב נשים בתפילה וגם באופן כללי במושג "חייב עצמו" כמושג הלכתי:האם כשמישהו מקבל על עצמו להתחייב בדבר שאינו מחויב הוא אכן נעשה חייב בדבר. לענייננו, מה שחשוב הוא שההבדל המגדרי שהיה רלוונטי בימים עברו, שבו אבות הלכו לבית כנסת להתפלל ואמהות נשארו בבית לטפל בילדים, אינו קיים יותר. במישור התנהגותי, נשים וגברים היום שואפים באותה מידה לספק צורכיהם הרוחניים - ללמוד ולהתפלל-בבית הכנסת. שני ההורים רואים את עצמם כמחוייבים לעשות כל מאמץ כדי שיוכלו להשתתף ולקחת חלק פעיל בקיום מצוות אלו שהלכה מחייבת אותנו למלא אותם בבית כנסת, בציבור, לא משנה אם מעיקר הדין הם אכן חייבים.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
איך ווייס נישט צו מ׳דארף וויינען צו לאכען. דער צושטעל פון בהמה בחייה צו א ׳נקודת הפתיחה׳ אדער המוציא מחבירו עליו הראיה צו תקדים פסיקתית איז ממש ווי כבתה זקוק לה צו יש זיקה, כמבואר למעלה. עס האט נישט קיין טראפ שייכות, די ווערטער מיינען גארנישט ענדליך, ניטאמאל א זעקס און פופציגסטען קאזין צו די ׳חידוש׳ וואס דו ברענגסט דערפון ארויס.
(און ווען דו וואלטסט יא געווען גערעכט, פארוואס איז דער תקדים פון דער רמ"א וואס האט גע׳אסר׳ט קושען קינדער אין ביהמ"ד נישט פונקט אזוי נייטיג? דער תקדים פון אלע רבנים וואס האבען נישט צוגעלאזט פרויען עולה זיין לתורה? די זענען תקדימים וואס האבען באמת א שייכות מיט היינט, זיי זענען פונקט נישט וויכטיג?)
אבער די צווייטע טריט איז נאך אזויפיל מביא לידי גיחוך. לאמיר זאגען אז ׳תקדים הלכתית׳ איז יא וויכטיג. די פסק פון הרב סאלאווייציג מתיר צו זיין לערנען גמרא איז נישט קיין טרוקענעם, עס איז א הלכה מיט conceptual underpinning פונקט ווי אלע דורות פריער האבען געפסקנ׳ט, אז פרויען מעגען און זאלען לערנען וואס איז זיי נוגע. ער האט געהאלטען אז גמרא תוספות איז זיי נוגע. וויאזוי ווערט דאס א תקדים אויף פרויען דאווענען סליחות פאר׳ן עמוד? נאר א מגושם׳דיגע צוגאנג קען אין דעם זען א צושטעל, וואס א צד השווה פון פרויען פרויען, מיט היתר היתר און אזוי איז אלס איינס. מ׳דארף יעצט ווארטען אויף א תשובה מסביר צו זיין פארוואס מ׳זאגט מיגו דהוי דופן לענין סוכה, ווען עס איז א מיגו להוציא.
ווי פלאטשיג בריסקער סברות זענען, קען מען אזעלכע טעותים דארט נישט הערען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ר' ליטוואק,
פון אנדערע תגובות שיינט איר צו זיין ווי א פארשטענדליכע איד, א שיינע תלמיד חכם, אבער אייערע ביליגע לשונות דא און קינדערישע ארגומענטן מאכט אייך אויסזען ווי א ישיבה קטנה בחורל. איך בעט אייך בכל לשון של בקשה, הערט אויף מיט די ביליגע דברי זלזול, פאר אייערט וועגען אויב נישט פאר כבוד התורה און כבוד הבריות.
לעצם הענין פארשטיי איך נישט פונקט וואס אייער טענה איז דא
אוודאי האט רב סולוביציק נישט מתיר געווען עליות פאר פרויען, כאטש על פי הלכה איז עס גרינגער ווי לערנען תורה שבעל פה מיט פרויען.
אז יא וואלטן מיר נישט געהאט די דעבאטע.
גלייך ווי יעדע פסק דארף מען זיך בויען אויף די פריעדיגע און נאכדעם ווייטער מחדש זיין
פון רב סולוביציק זעט מען אז היינט איז אנדערש ווי אמאל בנוגע פרויען און אידישקייט. א זאך וואס די גמרא זאגט דערויף "כאילו מלמדו תיפלות" האט רב סולוביציק געמאכט פאר א לכתחילה, ווייל די צייטן זענען אנדערש,
מקען זיך דינגען פונקט וואס רב סולובייציק האט געהאלטן, אין צי סאיז א בדיעבד אדער א לכתחילה, אין צו מקען דאס נעמען א טריט ווייטער
אבער מאכן א אנשטעל כאילו דאס האט נישטאמאל א שייכות מיט דעם ענין איז בערך אזוי ווי צו זאגען אז ישיבת מצויינים איז בריסק. סאיז כמעט אזוי הארב.
כזאג כמעט ווייל סדא עפעס וואס איז נאך הארבער.
און דאס איז א אונגארישע כבתה פשטל וואס דאס איז די ארגסטע זאך וואס איז נאר אמאל באשאפען געווארען
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
אנטשולדיגט אבער איך קען נישט קיין אנדערע וועג צו רעאגירען צו אזעלכע דברי ליצנות. איך זעי ניטאמאל ווי מ׳קען אויסזאגען די ווערטער אויפ׳ קול אן צו פלאצען מיט געלעכטער. פראביר דו אליינס.
איך קלער אז הרב כ"ץ איז נישט קיין לץ, ער פארשטייט פשוט נישט בעסער, א תינוק שנשבה. ווען ער וואלט געווען ארום גערינגעלט מיט תלמידי חכמים, וואלט ער פארשטאנען זיין פלאץ און נישט געשריבען תשובות להלכה ביז ער האלט אויף א סטאנדארד אין לערנען מער ווי א דף היומי מגיד שיעור. דארט אין די סביבה ווי ער איז אליינס מודה אז זיי קענען נישט, איז ער א מושל בכיפה און ער קען פסקנ׳ן מיט אזעלכע הבלים ווי המוציא מחבירו עליו הראיה.
(בדרך אגב אוסיף וואס איך האב געהערט מיט מער ווי צוואנציג יאר צוריק פון הרב ב"מ אזרחי "ווען דער ראב"ד שרייבט ׳לא נהיר ולא בהיר ולא צהיר׳, איז עס ווייל בלויז ׳לא נהיר ולא בהיר׳ וואלט נישט גענוג געווען)
הרב סאלאווייציג איז נישט קיין תקדים צו סיי וואס אין די שמועס. ער איז פונקט אזא תקדים צו די צד האוסרים. די ליניע פון זיין פסק ציט זיך אין ערגעץ נישט לגבי פרויען ביים עמוד, אדער זייגען אין בית המדרש
ווען א מענטש וואלט געזוכט די ׳נקודת הפתיחה׳ פאר די סוגיא פון פרויען ביים עמוד צו סליחות, וואלט ער געטראכט וויאזוי די היינטיגע דורות נעמען אן סליחות, איידער פשעטלעך און מקורות. איך מיין יעדער אויפריכטיגע מענטש וואלט מודה געווען אז דאס איז דייקא א תפלת ציבור וואס איז באגרעניצט מיט הלכות תפלה בציבור. צו אלע מקורות שטימען דערמיט, דארף מען זוכען אין די צווייטע טריט, אבער די נקודת הפתיחה איז זיכער אז א תפלת ציבור טוט זיך דא אפ. דער מוציא איז דער וואס וויל דאס ענדערען, נישט דער וואס זעט נישט קיין שייכות צווישען סליחות ברבים און א פריוואטע מצוה פון קידוש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
און איך האב אמאל געהערט פון מיין ראש ישיבה הרב אלתר קופער בזה"ל:
ווען די ראב"ד שרייבט גארנישט אויף א שווערע רמבם מיינט אז ס'איז אזא שווערע שטיקעל רמב"ם אז ס'איז נישטא אפילו וואס אפצופרעגען
איך וועל נישט אריינרעדן צוווישן אזוינע גרויסע תלמידי חכמים.
אבער אויב מעג איך אנמערקען. איך זעה ווי מ'נעמט א פסק פון הרב סאלאווייטשיק און מ'טראגט דאס צו א לעוועל ווי ער אליינס האט נישט/וואלט עס נישט געטראגן, נו וויאזוי נוצט מען אים אלץ א יסוד צו בויען א בנין וואס ער אליינס וואלט ווארשיינליך נישט געבויעט?. נאכדעם צוליב די (און ענליכע) פסקים הייבט זיך אן צו טוישן די מציאות אז די פרויען נעמן אן א מער אקטיווע ראלע אין ביהמ"ד וואס פארלאנגט שוין א טוץ פרישע היתירם וויבאלד מ'קען איר שוין נישט אהיימשיקן קעיר נעמן פון די בעיבי ווייל זי ברויך דאך צוגיין צו נעילה! בקיצור די באל דרייעט זיך אראפ קיין דרום מיט יעדע פרישע מציאות-טוישענדע היתר.
בשייכות מיט השקפה. איז עפעס וואס איז קעגן די השקפה (פארשטייט זיך אז דאס איז ביי יעדן אנדערש, אבער איך רעד פון זאכן וואס זענען אקצעפטירט אוניווערסיאל) טאקע מותר בלי שום שאלה ופקפוק? וואס איז עס אנדערש/גרינגער ווי א מנהג וואס הלכה איז גאנץ שטרענג דערמיט?
איך דענק פון רבי משה פיינשטיין א תשובה ווי איינער האט אים אנגעפרעגט טאקע איינע פון די שאלות וואס ווערט היינט מותר ביי די אפען ארטאדאקס (איך דענק נישט פונקטליך וואס) און ער ענטפערט ניטאמאל א תשובה להלכה, ער שרייבט אז דאס איז א הירוס און רייסט עס געפערליך ארונטער.
יעב מענטש,
איר שרייבט "איך דענק פון רבי משה פיינשטיין א תשובה ווי איינער האט אים אנגעפרעגט טאקע איינע פון די שאלות וואס ווערט היינט מותר ביי די אפען ארטאדאקס (איך דענק נישט פונקטליך וואס) און ער ענטפערט ניטאמאל א תשובה להלכה, ער שרייבט אז דאס איז א הירוס און רייסט עס געפערליך ארונטער."
איך בין זייער נייגעריג וועלכע תשובה דאס איז. אויב איר דערמאנט זיך, לאז מיך וויסן.
נישט פונקט, ער מיינט מסתמא אגרות משה או"ח ח"ד סימן מט.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
ר׳ משה פיינשטיין האט גאר א שארפען תשובה (או"ח ח"ד סי׳ מ"ט) קעגען די פעמיניסטען, וואס ער רופט אן די נשים השאננות וואס ווילען נישט זיך מכניע זיין צום תורה.
ער טענה׳ט אז פרויען מעגען מקיים זיין מצוות עשה שהז"ג, אבער נישט ווען עס קומט פון א צוגאנג פון תרעומות אויף די תורה׳ס פטור.
לעיקוואד האקט
ישר כח, לעיקוואד. דאס איז א באקאנטע תשובה. איך האב געמיינט אז זיין כוונה איז עפעס מער ספעציפיש.
מ'פארציילט נאך, אז אמאל זענען מאנכע געקומען צום הייליגן חזו''א איבער א געוויסע השקפה-טעמע, און דער חזו''א האט גענטפערט אז די הלכה איז אזוי און אזוי...פאר די יעניגע האט נישט אזוי געשמעקט דער ענטפער פון חזו''א, און זיי האבן אים געפרעגט ווי שטייט די הלכה אין שו''ע? האט זיי דער חזו''א גענטפערט אז ס'שטייט אינעם פיפטען חלק שו''ע. האבן זיי זיך אנגערופן אז אין זייער פיפטער חלק שו''ע שטייט די הלכה אנדערש...האט דער הייליגער חזו''א זיי עקלערט אז בלויז אויב איינער קען די ערשטע פיר חלקים שו''ע, קען ער פסקענען מיט די פיפטע, אבער עמיצער וואס קען נישט די ערשטע פיר, דער קען נישט פסקענען מיט די פיפטע, ביי אזא איינעם עקזעסטירט ניטאמאל קיין פיפטע חלק שו''ע.
דאס איז גאר א הייליג ווארט.
הגר''מ פיינשטיין זי''ע איז כו''ע מודה, אפילו זיינע גרעסטע קעגנערס, (לייען: די סאטמאריסטן וואס האסן אים, צוליב זיין אנגעבליכע ציונות) אז ער האט גרונטליך באזיצט די ערשטע פיר חלקים שו''ע, דערפאר זענען אפילו זיינע השקפה פסקים וועלכע ער האט געפאסקענעט מיט זיין פיפטן חלק שו''ע הייליג אמת, לאמתה של תורה.
נאר וואזשע דען? כ'גלייב נישט אז ער האט געוואלט אז מ'זאל זיך ווירקליך באנוצן מיט זיינע תשובה ספרים אויף למעשה...ווי ס'שיינט האט ער אין אלגעמיין געפסקענט לויט די ספעסיפישע אומשטענדן. צ.ב.ש. ווען א יונגערמאן מיט א רעשוואלקע און מיט א לאנגזאם-טלית קטן, און א אומאיינגענער צוויבל גרוך פון אונטערן ארעם, איז אים געקומען פרעגן צו ער מעג טרונקן חלב עכו''ם, אדער דאווענען אין שול מיט נידריגע מחיצות, אדער גאר צו זיין נוה ביתו זאל זיך באנוצן מיט זרע ממלכתי, גלויב איך אז אזא צדיק אמת ווי רבי משה וואלט דאס אים קיינמאל נישט מתיר געווען, אבער ווען א יונגערמאן מיט א בעסבאל קעפ און א טשופיק מיט ווייסע סניקערס האב אים דאס געפרעגט, און ער האט מיט זיין הייליגער פארשטאנד פארשטאנען אז דער יונגערמאן וועט דאס ממלא טאן, נאר ער קען באשטיין צו באקומען גרינע ליכט פון א רב בישראל האט ער עס מתיר געווען. כנלע''ד.
אצינד צו רבי ישכר זאל לעבן. אין אלגעמיין שיינט ער צו זיין א ליבעראלער מענטש, וועלכער באזיצט איידעלע מענעארן און טשעפעט נישט קיין מענטש. דאס איז אבער ווייט נישט ריכטיג. ער האט ביי די לויה פון זיין פאטער וועם ער האט אנגעבליך אזוי געשעצט און רעספעקטירט, אים אזוי ביטער פארשעמהט, און אזוי אויך זיין גאנצע פאמיליע. (כ'רעד נישט פון זיין קדיש אושי) זיין עקלהאפטיגע רעטארישע פארווערס-רעדע, אונטערגעשלאגן מיט משכילישע אטשויאונגען וועלכע ער האט דאן געגבען פאר זיין פארשטארבענעם פאטער וואס איז נאך דאן געווען ווארעם, אנגעקליידעט מיט זיין ברייטער רבנישער צילינדער, האט ביטער פארשעמהט זיין טאטע און זיין גאנצע פאמיליע. זיי זענען ממש איינגעגאנגען פאר צער און חרפות פון דעם אפגעפליקטער ליבעראלער דאקטער ראבינער. אזש ס'האט געהערשט ביי די לויה א צווייפאכיגער געוויין... סארא שאנדע. מיט פעמעניזם איז דער ראבינער נאכאנאנד פארנומען... ווי איז זיין רעספעקט פאר זיין פאטער און פאמיליע...
ר' יששכר'ס קערפער איז אויך ווארעם
קאך לעפל,
״משכיל׳ישע אנשויאינגען״ ווי למשל?
איך האב געגעבן א קלאסישען הספד אבער האב מחליט געווען עס צו געבן אין ענגליש כדי די פילע נישט אידיש רעדעו׳דיגע מענטשען וואס זענען דארט געווען זאלען וויסן וואס א גאלדענע נשמה מיין טאטע ז״ל איז געווען. אפאר פאנאטישע נארנים האבען מחליט געווען צו מאכן א טומעל אין געמאכט חרדישע אידן ללעג ולקלס.
איך האף צו דריקן דעם הספד. אויב געדענקסטו די משכיל׳ישע רעיונות, זיי מוחל שער עס מיט מיר.
גדליהר' יששכר'ס קערפער איז אויך ווארעם
ניין סאיז נישט.
יששכר כץקאך לעפל,
״משכיל׳ישע אנשויאינגען״ ווי למשל?
איך האב געגעבן א קלאסישען הספד אבער האב מחליט עס צו געבן אין ענגליש כדי די פילע נישט אידיש רעדעו׳דיגע מענטשען וואס זענען דארט געווען זאלען וויסן וואס א גאלדענע נשמה מיין טאטע ז״ל איז געווען. אפאר פאנאטישע נארנים האבען מחליט געווען צו מאכן א טומעל אין געמאכט חרדישע אידן ללעג ולקלס.
איך האף צו דריקן דעם הספד אויב געדענקסטו די משכיל׳ישע רעיונות, זיי מוחל שער עס מיט מיר.
הער דאקטער ראבינער ווען זי האבן אנגעהויבן רעדן השכלה, האבן איש אריינגעשטופט דער גראבער פיס פינגער אין די אויערן...
און אז מ'רעד שוין...פארוואס האבן די אידיש רעדנדיגע נישט געמעגט הערן ווי גרויס אייער לייטזעליגער פאטער איז געווען? זייער נשמות זענען ראזינקעס?
פארוואס דארף מען רעדען ווי בעיביס? אונז זענען דא אין כיתה אלף?
איך האב שוין ענדליך דורכגעליינט די תשובה פון פרויען זאגען סליחות, איך האב וואס צו מעיר זיין כדרכו של תורה אבער איך שעם מיך שוין אנטיילצונעמען אין די דעבאטע. איך האב א פרינציפ אז איך באריכט קיינמאל נישט קיין תגובות, אבער אפשר קען מען בעטן די מנהלים אויסצורייניגן כאטש די ביליגסטע לשונות.
Reb Gedalia,
There is no need for the administration to censor anything. I am used to it. When you have an open dialogue, there will always be a small percentage of fools like Litvak and Koch Lefel who offer ad hominem attacks in lieu of substance. It is the price you pay for the desire to be enriched by the ideas and knowledge of other people. With time you learn to block out the noise and only hear the substance. This conversation has so far been enlightening and extremely rewarding.If it means that I have in the process to put up with some childish non-sense, it is worth it. I am deeply appreciative of the rest of the feedback.
Sorry that I am writing in English. Yiddish takes me longer and I am little bit in a rush. Thanks for understanding
Ysoscher
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
מיר ליידן דא פון ערענסטע טראלן.
איינער וויל זיך זעלבסט שעצן. א צווייטער וויל סתם האקן.
מען מעג מחולק זיין אויף א דעה נישט אויף א דעת.
אישתישביפרייוויליג, איך וויל נישט באסטען דיין באבעל, אבער עס איז נישטא אזוינע זאל ווי אהן נגיעות. ר' משה האט אויך געהאט נגיעות. זיין פסק אין מקוואות איז אויך נגיעות. זאכען וואס ער האט געוואלט מתיר זיין האט ער געטראפען וועגן, און פארקערט אויך, פלענטי זאכען וואס ער אסר'ט איז ער פאר'עקשנ'ט.
דער איינציגסטער חילוק קען זיין, אז ער זעלבסט האט נישט געוויסט אז ער האט נגיעות. לעומת דער חזון איש וואס איז מודה צו נגיעות און זאגט נאר אז מען דארף זיך ספראווען דערמיט.
דערפאר האב איך געשריבן "עס איז דא זייער ווייניג אזאנע פוסקים". אויף וויפיל נישט-בייעסט און אביעקטיוו א מענטש קען נאר זיין איז דא ווייניג פון דעם. א מענטש איז נישט קיין מלאך.
לעיקוואד און טאמער קוקט ער סתם כאילו טרוקן אויף דער הלכה אין א פלאץ וואס עס דארף שולט זיין א געפיל מאכט ער א חורבן.
פיין געזאגט. געפיל מוז זיין ביים פסק'נען. ווי שוין געשריבן אויבן: הלכה איז פאר יעדעם, איבעראל, ביי סיי וועמען, ווען אימער, לפי המצב ולפי הזמן, לפי הרוח ולפי השעה, עס ווענד זיך, עס טוישט זיך, עס איז אפהענגיק עס איז אומאפהענגיק, און עס varied.
@קאך_לעפל עס איז א סך מער עקלהאפטיג אראפצורייסן א לעבעדיגער א מענטש נאכדערצו ווען ער איז דא צווישן אונז, און ער שעמט זיך נישט ארויס צו שרייבן זיין נאמען, אנדערש ווי דו וואס באהאלט זיך אונטער א ניק.
פרייוויליגאישתישביפרייוויליג, איך וויל נישט באסטען דיין באבעל, אבער עס איז נישטא אזוינע זאל ווי אהן נגיעות. ר' משה האט אויך געהאט נגיעות. זיין פסק אין מקוואות איז אויך נגיעות. זאכען וואס ער האט געוואלט מתיר זיין האט ער געטראפען וועגן, און פארקערט אויך, פלענטי זאכען וואס ער אסר'ט איז ער פאר'עקשנ'ט.
דער איינציגסטער חילוק קען זיין, אז ער זעלבסט האט נישט געוויסט אז ער האט נגיעות. לעומת דער חזון איש וואס איז מודה צו נגיעות און זאגט נאר אז מען דארף זיך ספראווען דערמיט.
דערפאר האב איך געשריבן "עס איז דא זייער ווייניג אזאנע פוסקים". אויף וויפיל נישט-בייעסט און אביעקטיוו א מענטש קען נאר זיין איז דא ווייניג פון דעם. א מענטש איז נישט קיין מלאך.
לעיקוואד און טאמער קוקט ער סתם כאילו טרוקן אויף דער הלכה אין א פלאץ וואס עס דארף שולט זיין א געפיל מאכט ער א חורבן.
פיין געזאגט. געפיל מוז זיין ביים פסק'נען. ווי שוין געשריבן אויבן: הלכה איז פאר יעדעם, איבעראל, ביי סיי וועמען, ווען אימער, לפי המצב ולפי הזמן, לפי הרוח ולפי השעה, עס ווענד זיך, עס טוישט זיך, עס איז אפהענגיק עס איז אומאפהענגיק, און עס varied.
@קאך_לעפל עס איז א סך מער עקלהאפטיג אראפצורייסן א לעבעדיגער א מענטש נאכדערצו ווען ער איז דא צווישן אונז, און ער שעמט זיך נישט ארויס צו שרייבן זיין נאמען, אנדערש ווי דו וואס באהאלט זיך אונטער א ניק.
גערעכט!
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
איך האב נישט וואס אריין צו רעדן אין אזא נושא, אבער אלס א פראפעסיאנאלע לץ מוז איך זיך דינגען מיט ליטוואקס אפשאצונג אז ישכר כץ איז נישט קיין לץ. נאר א לץ קען שרייבען אזא זאץ ווי fools like Litvak and Koch lefel who resort to ad hominem attacks.
האלט אן ר׳ ישכר. אזעלכע ווי אונז זענען בני עוה"ב כמבואר בגמ׳. ברענגען א שמייכל אויף די לעפצען פון אידען איז נישט אוועק צו מאכען.
אויסער געווענדליךגעווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
איך האב נישט וואס אריין צו רעדן אין אזא נושא, אבער אלס א פראפעסיאנאלע לץ מוז איך זיך דינגען מיט ליטוואקס אפשאצונג אז ישכר כץ איז נישט קיין לץ. נאר א לץ קען שרייבען אזא זאץ ווי fools like Litvak and Koch lefel who resort to ad hominem attacks.
האלט אן ר׳ ישכר. אזעלכע ווי אונז זענען בני עוה"ב כמבואר בגמ׳. ברענגען א שמייכל אויף די לעפצען פון אידען איז נישט אוועק צו מאכען.
דער זעט אויס צו זיין א BOT.
נישט א באט, נאר א גאון, ער ענטפערט א טענה פין אד הומינום, מיט אד הומינום, דהיינו, ר' יששכר איז א לץ מיט טענה'ן אז זיי זענען אד הומינום.
אין אמת איז קאך לעפעל א טיפיקעל שרייבער פין דער איד וואס רייסט ארונטער און מאכט חוזק, און שרייבט אויף ר' משה פיינשטיין וואס מען לערנט אויס אין סאטמאר, אז ער זעלבסט האט גע'פסק'נט אנדערש פאר מענטשן מיט סניקערס, וואס דאס איז שאנדפול.
חוץ מזה, דארפען די חרדים און ר' יששכר האקערס אפשמועסען צו ר' משה האט גע'פסק'נט לפי רוח בזמן, אדער אטענטישער הלכה. טאמער פסק'נט ער צו מענטשן מיט סניקערס אנדערש, איז ער פונקטליך ווי ר' יששכר וואס פסק'נט אויך נאר צו מענטשן מיט סניקערס.
ווייטער ר' ליטוואק האט א שיטה אז נאר אפאר יחידים קענען לערנען, חוץ ער און דער חזון איש איז דא גאר ווייניג מעתיקי השמועה, און ווען א איד האט געהארעוועט ש"ס פאר צען יאר, איז ער גארנישט מער ווי א דף היומי מגיד שיעור, און טאר נישט שרייבן תשובות להלכה, ווייל ער האט א מסורה איש מפי קיש ווי אזוי מען ברויך שרייבען א תשובה, נישט ווי דער מהרש"ג ווייל ער איז דאך א אונגארישער, ווייטער דער בית יצחק, איז א גאליציאנער, און דער אבני נזר א פוילישער. ווער יא? דער גרויסע חפץ חיים, האט געשריבן ביאור הלכה, דארט זעהט מען עכטע גאונות כידוע. ווייל ער איז דאך דער ליטוואק.
ר' ליטוואק, ביסט א בעל גרה וואס מען האט דיר איינגערעדט אז די קענסט לערנען, כמה פעמים האסטו אין ק"ש געברענגט זאכען פין שולחן ערוך וואס נאך אלע דיינע פוסטע בזיונות צו מיר האט יעדער איינער וואס פארשטייט א אידיש ספר געקענט זעהן אז די ווייסט נישט בחייכון, האסט אפשר פאטענציאל, אבער דארפסט קודם געבען א דף היומי שיעור פאר צען יאר.
יששכר כץReb Gedalia,
There is no need for the administration to censor anything. I am used to it. When you have an open dialogue, there will always be a small percentage of fools like Litvak and Koch Lefel who offer ad hominem attacks in lieu of substance. It is the price you pay for the desire to be enriched by the ideas and knowledge of other people. With time you learn to block out the noise and only hear the substance. This conversation has so far been enlightening and extremely rewarding.If it means that I have in the process to put up with some childish non-sense, it is worth it. I am deeply appreciative of the rest of the feedback.
Sorry that I am writing in English. Yiddish takes me longer and I am little bit in a rush. Thanks for understanding
Ysoscher
יישר כחכם, וכבר אמרו חז"ל דענה כסיל כאוולתו נאמר בדברי תורה, וברש"י פירש דמיירי בהוצאת לעז, אז יפה עשית שענית כסילים כאיוולתם, ועכשיו יש לקיים כשם שמצוה וכו', והשומעים חרפתם ואינם משיבים וכו'.
עברתי על תשובתך בענין נשים כשלוחי ציבור לסליחות, וגם המענה שלך על דברי רב לינזער, ואעיר בקצרה לפום ריהטא, ואכתוב בלה"ק כדי שלא יבינו הילדים.
מה שהארכת אם מותר לומר י"ג מידות ביחידות, יפה כתבת אבל לא הבנתי מאי שייאטיה להכא, הרי המדובר פה היא שאשה תעבור לפני התיבה ותוציא הציבור ידי חובתן באמירת הסליחות, ובטח אם רוצה לומר הי"ג מידות ביחידות אין מי שיעכב בידה.
מה שפירשת בגמרא שהקב"ה נתעטף בטלית כש"ץ, ודייקת דלא כש"ץ ממש, נראה לי דחוקה. הכוונה פשוטה שהקב"ה שימש כשליח ציבור בשביל עם ישראל, ולכן לבש טלית כמו שליח ציבור, ועל דרך האמת ברור שרמזו בזה לאתלבשות רוחא ברוחא, וכמו שאמרו ששכינה מדברת מתוך וכו' והמשכיל יבין
מה שהערת בענין קול באשה, בחיד"א שציטטת כתוב לאמר שזה כשהם שרים ביחד עם האנשים, ולא נראה לי להתיר מזה לעבור לפני התיבה, ובפרט לסליחות שיש בזה חזנות ונעימה, ובאמת מסתמא דגמ' קידו' פרק בתרא משמע דגם בשאילת שלום אסור, ומקילים בזה, אך שתיגש לפני התיבה ותנעים הפיוטים, ברור שזה יביא לידי הרהור עבירה. וכל הפוסקים נקטו בסתמא דדבר שבקדושה חמיר יותר לענין ערוה. ובפרט בימינו אלה שנוהגים להביא כלי זמר לסליחות (עי' להלן), ויש חשש חמור שימי הסליחות יתהפכו לימי זימה.
לא ציינת שהאשה פטורה מן הטלית, ואע"פ שגם השליח ציבור פטור מטלית בגלל שעוד לילה, מ"מ הגברא מחוייב בטלית מצוייצת, ואינו דומה לאשה שלא נצטוותה כלל בגדילים תעשה לך. ועי' תרגום יונתן עה"פ לא יהיה כלי גבר וכו'.
מה שכתבת בענין המוציא מחבירו לגבי הלכה, זה באמת צריך דיון נפרד, איך אנו נגשים לפסיקת הלכה, והאם הכל סתמא מותר או הכל סתמא אסור, ויש בזה דיון. אך מה שכתבת בענין חזקה, צריך ישוב בזה כי הרי יש פה חזקת חיוב של הסליחות, ובאופן כזה כתבו האחרונים שהחזקה האחרת לא מועיל. ומה שהעיר הליטאי שאין ענין ממונות לכאן, לא נכון. הרי דינא דרוב נאמר לגבי פסק הלכה, ומשם נלמד לשאר איסורי תורה, וידוע קו' המרדכי למה לא נאמר כל קבוע לגבי סנהדרין, הרי שהשוה איסור והיתר לפסיקת הלכה, וצריך ישוב בזה.
בכלל נראה לי שהענין מסובך הרבה יותר מאיזה דיוק בהלכה זו או לומדות כזה, אנו מדברים עכשיו בשינוי הניכר בצורת ואופי התפילות. וגם אם יש להתיר לאיזה קהילה, (הגם שלא ידעתי איזה צורך יש בדבר) זה צריך להיות מתוך חרדת הדין ותוך הדגשה שמשנים צורת התפילה בשביל צורך פלונית אלמונית, שמאוד מבקשת לעבור לפני התיבה באשמורת הבוקר בימי הסליחות.
בענין סליחות כתפילה בציבור - בטח אין דינו כתפילה ממש, ואין זמנו מיוחד כמו בתפילה, כמו שביאר הגרמ"פ בענין אמירת סליחות בחצות הלילה, (ואין גוגל תחת ידי כעת). ויש לדון בחקירה הבריסקאית מה דינו של קריאת התורה בציבור, ואם יש להשוות ביניהם, אם חובת הסליחות על הציבור או על היחיד, גם האריכו למעניתם כמה אנשים באתר העולם היהודי שקורין אייוועלט למחות על אלו שנוהגים להביא כלי זמר לסליחות, שזה העברה על איסורי מיהאלוויץ שלא להתפלל עם כאהר, ודנו בזה אם סליחות דינו כתפילה או לאו. ולכאורה זה אותו דיון.
כל אלה מה שהעלו מחשבותי לפום ריהטא, וה' הטוב יכפר בעדי.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
אולי מחמת הקיצור לא הבנתי, אבל איפוא דיברתי בענין ממונות?
ועוד, האם אתה מבין הדמיון בין הממע"ה ל׳תקדים פסיקתית׳? האם יש בכלל תקדים לזה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
גדליהיששכר כץReb Gedalia,

דיין דברה'לע וועט זיין שטאלץ מיט אזא הערליכע תשובה.....(גלייב מיר כ'האב עס נישט געלייענט, און איך גיי עס נישט לייענען)
אישתישבינישט א באט, נאר א גאון, ער ענטפערט א טענה פין אד הומינום, מיט אד הומינום, דהיינו, ר' יששכר איז א לץ מיט טענה'ן אז זיי זענען אד הומינום.
אין אמת איז קאך לעפעל א טיפיקעל שרייבער פין דער איד וואס רייסט ארונטער און מאכט חוזק, און שרייבט אויף ר' משה פיינשטיין וואס מען לערנט אויס אין סאטמאר, אז ער זעלבסט האט גע'פסק'נט אנדערש פאר מענטשן מיט סניקערס, וואס דאס איז שאנדפול.
חוץ מזה, דארפען די חרדים און ר' יששכר האקערס אפשמועסען צו ר' משה האט גע'פסק'נט לפי רוח בזמן, אדער אטענטישער הלכה. טאמער פסק'נט ער צו מענטשן מיט סניקערס אנדערש, איז ער פונקטליך ווי ר' יששכר וואס פסק'נט אויך נאר צו מענטשן מיט סניקערס.
ווייטער ר' ליטוואק האט א שיטה אז נאר אפאר יחידים קענען לערנען, חוץ ער און דער חזון איש איז דא גאר ווייניג מעתיקי השמועה, און ווען א איד האט געהארעוועט ש"ס פאר צען יאר, איז ער גארנישט מער ווי א דף היומי מגיד שיעור, און טאר נישט שרייבן תשובות להלכה, ווייל ער האט א מסורה איש מפי קיש ווי אזוי מען ברויך שרייבען א תשובה, נישט ווי דער מהרש"ג ווייל ער איז דאך א אונגארישער, ווייטער דער בית יצחק, איז א גאליציאנער, און דער אבני נזר א פוילישער. ווער יא? דער גרויסע חפץ חיים, האט געשריבן ביאור הלכה, דארט זעהט מען עכטע גאונות כידוע. ווייל ער איז דאך דער ליטוואק.
ר' ליטוואק, ביסט א בעל גרה וואס מען האט דיר איינגערעדט אז די קענסט לערנען, כמה פעמים האסטו אין ק"ש געברענגט זאכען פין שולחן ערוך וואס נאך אלע דיינע פוסטע בזיונות צו מיר האט יעדער איינער וואס פארשטייט א אידיש ספר געקענט זעהן אז די ווייסט נישט בחייכון, האסט אפשר פאטענציאל, אבער דארפסט קודם געבען א דף היומי שיעור פאר צען יאר.
לערנט ב''ה פיין אפ די זאך.
נ''ב איך בין מגלה דעת אז כ'האב קיינמאל נישט חלילה חוזק געמאכט פון אזא הייליגע צדיק ווי רבי משה.
גם קריאת התורה שאומרים עם הטעמים ובנעימה מותר לאשה לקרות מצד הדין ולמה לא חששו משום קול אשה
ליטוואק פון בודאפעסטאולי מחמת הקיצור לא הבנתי, אבל איפוא דיברתי בענין ממונות?
ועוד, האם אתה מבין הדמיון בין הממע"ה ל׳תקדים פסיקתית׳? האם יש בכלל תקדים לזה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כתבת שאין דמיון ביניהם ולא טרחת להסביר דבריך. והיה נראה לי שכוונתך שאין להשוות דיני ממנות לדרכי הפסיקה.
אם כיוונת אחרת, נא לברר דבריך בלי דברי זלזול ושמץ, כי אז לא אתייחס לדבריך בכלל.
נהורא נפישאגם קריאת התורה שאומרים עם הטעמים ובנעימה מותר לאשה לקרות מצד הדין ולמה לא חששו משום קול אשה
חשבתי על זה אבל נראה לי שאינם דומים.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
אדרבא, תגיד אתה מה הדמיון ביניהם? האם נאמר דין הממע"ה לגבי דרכי הפסק או איסור והיתר? הדמיון צריך ביאור לא ההבדל.
כן, יש דין חזקה דאיסורין, דלא אמרינן שנשתנה המציאות עד שיוולד הספק (לא צריכים ראיה אלא לידת הספק). אמנם גם זה לא קשור לעניינינו כלל. מי אמר שנשתנתה משהו? הכל נשארה כמו שהיתה, רק שרוצים לדעת האם ראוי לשנות כל התקדימים ולהתייחס לסליחות כאל תפלת יחיד. אם יש חזקה, הרי הוא לצד האחר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כפי מה שאני מבין, חזקת היתר דפה הוא שמעולם לא נאסר במפורש על אשה לעבור לפני התיבה לסליחות, ועל האוסר להביא ראיה, לא על המתיר. (אולי אין זה כוונת ר' יששכר, אז שיבוא ויפרש דבריו).
ועל זה השבתי שיש פה חזקת חיוב לצאת חובת הסליחות, ולכן המתיר הוא המוציא הדבר מחזקתו, כי מעולם לא שמענו שאשה תשמש כש"צ בימי סליחות, כדבריך.
קאך_לעפלאישתישבינישט א באט, נאר א גאון, ער ענטפערט א טענה פין אד הומינום, מיט אד הומינום, דהיינו, ר' יששכר איז א לץ מיט טענה'ן אז זיי זענען אד הומינום.
אין אמת איז קאך לעפעל א טיפיקעל שרייבער פין דער איד וואס רייסט ארונטער און מאכט חוזק, און שרייבט אויף ר' משה פיינשטיין וואס מען לערנט אויס אין סאטמאר, אז ער זעלבסט האט גע'פסק'נט אנדערש פאר מענטשן מיט סניקערס, וואס דאס איז שאנדפול.
חוץ מזה, דארפען די חרדים און ר' יששכר האקערס אפשמועסען צו ר' משה האט גע'פסק'נט לפי רוח בזמן, אדער אטענטישער הלכה. טאמער פסק'נט ער צו מענטשן מיט סניקערס אנדערש, איז ער פונקטליך ווי ר' יששכר וואס פסק'נט אויך נאר צו מענטשן מיט סניקערס.
ווייטער ר' ליטוואק האט א שיטה אז נאר אפאר יחידים קענען לערנען, חוץ ער און דער חזון איש איז דא גאר ווייניג מעתיקי השמועה, און ווען א איד האט געהארעוועט ש"ס פאר צען יאר, איז ער גארנישט מער ווי א דף היומי מגיד שיעור, און טאר נישט שרייבן תשובות להלכה, ווייל ער האט א מסורה איש מפי קיש ווי אזוי מען ברויך שרייבען א תשובה, נישט ווי דער מהרש"ג ווייל ער איז דאך א אונגארישער, ווייטער דער בית יצחק, איז א גאליציאנער, און דער אבני נזר א פוילישער. ווער יא? דער גרויסע חפץ חיים, האט געשריבן ביאור הלכה, דארט זעהט מען עכטע גאונות כידוע. ווייל ער איז דאך דער ליטוואק.
ר' ליטוואק, ביסט א בעל גרה וואס מען האט דיר איינגערעדט אז די קענסט לערנען, כמה פעמים האסטו אין ק"ש געברענגט זאכען פין שולחן ערוך וואס נאך אלע דיינע פוסטע בזיונות צו מיר האט יעדער איינער וואס פארשטייט א אידיש ספר געקענט זעהן אז די ווייסט נישט בחייכון, האסט אפשר פאטענציאל, אבער דארפסט קודם געבען א דף היומי שיעור פאר צען יאר.
לערנט ב''ה פיין אפ די זאך.
נ''ב איך בין מגלה דעת אז כ'האב קיינמאל נישט חלילה חוזק געמאכט פון אזא הייליגע צדיק ווי רבי משה.
אפילו ווען די שווערסט בנקיטת חפצא ביסטו א ליגנער, אלץ א סאטמערע מיט א לויזע פיסק האסטו אים זיכער גערופען מייקעל פיינשטיין ווי מען האט דיר געלערנט.
ונתנהתוקףקאך_לעפלאישתישבינישט א באט, נאר א גאון, ער ענטפערט א טענה פין אד הומינום, מיט אד הומינום, דהיינו, ר' יששכר איז א לץ מיט טענה'ן אז זיי זענען אד הומינום.

נישט ריכטיג!
גדליהכפי מה שאני מבין, חזקת היתר דפה הוא שמעולם לא נאסר במפורש על אשה לעבור לפני התיבה לסליחות, ועל האוסר להביא ראיה, לא על המתיר. (אולי אין זה כוונת ר' יששכר, אז שיבוא ויפרש דבריו).
ועל זה השבתי שיש פה חזקת חיוב לצאת חובת הסליחות, ולכן המתיר הוא המוציא הדבר מחזקתו, כי מעולם לא שמענו שאשה תשמש כש"צ בימי סליחות, כדבריך.
במילים אחרות, יש כזה חוק שמרני ביהדות שכל המשנה ידו על התחתונה. ואחרים קורים לזה חדש אסור מן התורה או משהו כזה.
ור' יששכר מחדש פה שגם מי שממציא איסורים חדשים הרי הוא בכלל "כל המשנה". כי סתמא הכל בחזקת היתר. ומה שמעולם לא נאסר הרי הוא בחזקת היתר.
קאך_לעפל באנוצן מיט זרע ממלכתי
/
שו האדו? נישט געוויסט די מדינה טיילט זרע.
נהורא נפישאגם קריאת התורה שאומרים עם הטעמים ובנעימה מותר לאשה לקרות מצד הדין ולמה לא חששו משום קול אשה
די ניגון וואס די אשכנזים זינגען ביים ליינען כתבי הקודש איז נאכנישט געווען אין די גמרא'ס צייטן.
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
מדיני מוחזק בממון קפצנו לחזקה דאיסורין, והואיל וגם זה לא קשור כלל הגענו להשקפה שמרנית, ואני עוד זה שמזלזל אישית וכותב בליצנות?!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
מדיני מוחזק בממון קפצנו לחזקה דאיסורין, והואיל וגם זה לא קשור כלל הגענו להשקפה שמרנית, ואני עוד זה שמזלזל אישית וכותב בליצנות?!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רביה''ק זי''ענהורא נפישאגם קריאת התורה שאומרים עם הטעמים ובנעימה מותר לאשה לקרות מצד הדין ולמה לא חששו משום קול אשה
די ניגון וואס די אשכנזים זינגען ביים ליינען כתבי הקודש איז נאכנישט געווען אין די גמרא'ס צייטן.
ראשית כל איז אנגענומען אז ס'איז בעצם מסיני נאר ס'איז נשתבש געווארן לאורך הגלות און אנדער עדות ספרדים תימנים איטלקים האבן טאקע אנדערע נעימות שאינם דומים. הכלל דעמאלטס איז אויך געווען עפעס אזא סארט נעימה.
צווייטענס ברענגט דאך די שו"ע און אנדערע פוסקים דאס להלכה עכ"פ מצד הדין און זיי זענען גארנישט מעיר משום קול באשה.
ס'איז גארנישט נשתבש געווארן, ס'איז פארפאסט געווארן דורך די אשכנזישע ראשונים, די זעלבע וואס האבן געמאכט די נעימות פון דאווענען. במקור האבן די טראפן גארנישט געהאט מיט נגינה, ס'איז נאר געווען סימנים ווי צו זעצן די ווערטער. גיי הער וויאזוי די ספרדים ליינען וועסטו פארשטיין. און דאס וואס אשכנזישע פוסקים ברענגען עס להלכה איז נישט קיין ראיה, קען זיין אז זיי האבן גערעדט ווען מ'זאגט עס אן די געזאנג.
אישתישביווער יא? דער גרויסע חפץ חיים, האט געשריבן ביאור הלכה, דארט זעהט מען עכטע גאונות כידוע.
😂 😂 😂 😂 😂 😂
ליטוואק פון בודאפעסטמדיני מוחזק בממון קפצנו לחזקה דאיסורין, והואיל וגם זה לא קשור כלל הגענו להשקפה שמרנית, ואני עוד זה שמזלזל אישית וכותב בליצנות?!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ר' יששכר כבר העיר בצדק שלפי רוב האחרונים חזקת ממון נובע מחזקת איסור דגזל. ומה שיש בזה לימוד מיוחדת ריש שור שנגח, אינו אלא אסמכתא, או שחזקת ממון חזקה יותר, והדברים עתיקים. עי' סוגיות פ"ק דכתובות והמדיר.
ההנחה המבוקשת פה זה השלב בין חזקת איסור בעניני או"ה וחזקת איסור בפסק. האם יש חזקת היתר רק על דבר גשמי כמו חתיכת בשר או אשה או שיש חזקת היתר על כל דבר ומעשה שבעולם עד שניווכח לאיסור, כלומר חזקת היתר לגבי פסק הלכה. ועל זה יש לדון הרבה, והבאתי דברי המרדכי ב"ב שמקושייתו שסנהדרין יש להם דין כל קבוע משמע שלגבי רוב יש לדמות רוב דאיסורים לרוב דפסק (ואולי זהו נקודת תשובתו, עיי"ש . ויש לעיין בסוגיא דנשר.
והוספתי שיש בזה השלכות רחוקות לגבי הגישה השמרנית כלפי מהלך החיים היהודי. וכנראה שזה עיקר הדיון פה, והמונחים ההלכתיים אינם עוזרים פה.
אגב, ר' ליטוואק, לא על ר' יששכר תלונותיך אלא על ר' דוב שהכניס עצם היסוד של הממע"ה לתוך הדיון (או שככה זה משתקף ממענת ר' יששכר)
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
איך ווייס נישט ווי דו זעסט נישט די ליצנות דא. יעדער שאלה אויף או"ה דארף קומען מיט א הקדמה אז עס איז דא א חזקת היתר ביז עס איז אויפגעוויזען? ווי איז דאס נוגע אין די שמועס צו עס איז אויפגעוויזען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk