כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
307 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10046
כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
יום ח׳ שבט לסדר ובני ישראל יוצאים 'בי"ד רמ"ה' (ר״ת ה'רב י'שכר ד'וב ר'וקח ב'ן מ'רדכי)
מה נכבד היום מלך ישראל (שמואל ב ו׳ כ׳) בהגלות נגלות אור יקרות עיר וקדיש מן שמיא נחית איתן אדונינו כ״ק מורינו ורבינו מבעלזא שליט״א האי יומא יום הבהיר ג׳ בשלח ח׳ שבט תש״ח או אז נולד בביתו של האי גאון וקדוש מחולל ומוליד צדיק כביר כ״ק מרן מבולגורייא זי״ע בן זכר ולכל בני ישראל היה אור במושבותם, וכפי שהתבטא האי מלאך כאדם בתוכו ינצר אהרן קדוש ה׳ מבעלזא ״ער איז די שווארץ אפיל פין מיין אויג״ והשמחה הרקיע שחקים בביתו נאוה קודש בת״א כעדות המשמשים בקודש החיים אתנו לאוי״ט שהנה נצר פרח כשושנה ויך שרשיו לבית בעלזא ולא נפל דבר ארצה מנביאתו של אותו זקן כ״ק מרן מהר״ש ״בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יר״ש ביז משיח וועט קומען״ שבאותם הימים אחרי החורבן היה נראה כמעט בלתי אפשרי, וכפי שהתבטאו זקני החסידים נבג״מ ״אלמלא ח׳ שבט אין ט׳ שבט״ כלומר שמחת ההצלה לא הייתה בשלימות בלי ההמשכה האי ניהו ממשיך שלשילתא דדהבא ציס״ע רוח אפינו ותפארתינו כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א,
מצלאין אנו לחיי דמלכא יהא רעוא שיזכה להנהיג עדת חבלו על מי מנוחות בשלימות ובתמים להפיץ ולהרחיב גבולות הקדושה כמשאת נפשו וכשאיפתו הטהורה מקרב הימים, כי לא ינו'ח שבט' הרשע על גורל הצדיקים (תהלים קכה) למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו אורך ימים ושנות ״חיים״ (68) ישביעהו עדי יוליכנו לקראת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו, אמן.
מער איבערן בעלזא רב האף איך אי"ה צו באשרייבן....
יש"כ @שעפטיל
אזא אשכול איז ריסקי אריינציטראסקען זייער שנעל אין צימעס! ממילא ווערט געבעטען פונעם עולם דא זיך אויפציפירען ווי גרויען-אפס און רעדען בלויז פון מהות פון דעם קאלערפול מענטש!
שאלה: איז ער נישט געוועהן אמאל א גאנץ אנדערע סארט מענטש? דהיינו מער אויפגערעגט, שארף ווילד וכדו' לעצטענס איז ער זייער ציגעלאזען הארציג וכדו'? קימט דאס מיט עידש אדער וואס? איינגעזעהן עפעס?
במציאות האט ער לכאורה די גרעסטע אימפעריע בעולם החסידות, און זיין עולם גייט פאר אים שטארק! און עס איז געבליבען זייער ווייניג אויסגעפראכענע קעגנערס פונן אים עכ"פ בפומבי!
זאל ער זיין געזינט און שטארק דערלעבען משיח'ן מיט אונז אלע אינאיינעם....
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
שעפטל, מאיפה ההעתקה?
ער איז קיינמאהל נישט געוועהן אויפגערעגט אדער גערעדט מתוך כעס. ער האט יא געהאט ווייניג דרך ארץ צו עלטערע פון איהם ולפעמים גאר חוצפה'דיג ווי למשל מיטן אלטע באוהוש'ער ווען ער האט איהם געפרעגטף "וואס נאך האט דיין באבע פארציילט...".
צוליב געוויסע סיבות האט בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיטן תנאי אז מיינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.
למעשה איז ער דער 'לענגסטע רבי' אויפן כדור הארץ, ער איז שוין געוועהן רבי בימי חייו פון אסאך אדמורי"ם וועלעכע לעבן שוין נישט דרייסיג צו פערציג יאר. ער האט גענומען א שוואכע קליינע חסידות אבער מיט א גרויסע נאמען, און דאס מהפך געוועהן צו א וועלט אימפעריע, אויף א אויפן דער גאנצע קרעדיט איז איהם צו פארדאנקען, נישט זיין זיין טאטע, גבאים, געלט ירושה, וכודמה אלעס האט ער מיט זיין יונגער ערנעגיע געטוהן, געמאכט, געדרייט און געבויט.
איך ליב דער אשכול
כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
זיין פאליטישע שטעלונגען און זיינע משכילישע שטעלונגען איז אויך ווערט צו ווערן באשריבן, ער איז דוכט זיך מער א אפענער קאפ ווי די אנדערע צדיקי הדור מיט וואס די דור איז באשאנקען.
ער האט אריינגעברענגט פסיכאלאגיע ביים היימישן ציבור אין אלגעמיין אין בפרט אין די חינוך וועלט , ער אליינס האט ארויסגעגעיבן אין געשטיצט אפאר פסיכילאגען
קאצקע ציקעראיך ליב דער אשכול
גם אני
שלמה המלךשאלה: איז ער נישט געוועהן אמאל א גאנץ אנדערע סארט מענטש? דהיינו מער אויפגערעגט, שארף ווילד וכדו' לעצטענס איז ער זייער ציגעלאזען הארציג וכדו'? קימט דאס מיט עידש אדער וואס? איינגעזעהן עפעס?
אויב ווייסטו נישט, יא, דאס איז א נארמאלע זאך, מען זעהט דאס ביי יעדן מענטש און ביי אלע רבי'ס, סאטמאר רב איז אויך געווען פיל שטרענגער אין די יונגע יארן און מער א רחמן אויף די עלטערע יארן, און ביי דיין טאטע איז מסתמא די זעלבע, און ביי דיין זיידן אויכעט. ווען מען ווערט עלטער און די היציגע בלוט בארואיגט זיך און מען קוקט אויף די וועלט מיט אן אנדער בליק ווערט מען א "זקן מלא רחמים". דאס איז יומען נעיטשור. והוא הדין הכא.
קאצקע ציקערער האט אריינגעברענגט פסיכאלאגיע ביים היימישן ציבור אין אלגעמיין אין בפרט אין די חינוך וועלט , ער אליינס האט ארויסגעגעיבן אין געשטיצט אפאר פסיכילאגען
ראה מה שכתבתי כאן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/174805">viewtopic.php?p=174805#p174805</a><!-- l -->
outspokenקאצקע ציקעראיך ליב דער אשכול
גם אני
וגם אני. פאזיטיוו איז די ווארט.
דולה ומשקהער איז קיינמאהל נישט געוועהן אויפגערעגט אדער גערעדט מתוך כעס. ער האט יא געהאט ווייניג דרך ארץ צו עלטערע פון איהם ולפעמים גאר חוצפה'דיג ווי למשל מיטן אלטע באוהוש'ער ווען ער האט איהם געפרעגטף "וואס נאך האט דיין באבע פארציילט...".
צוליב געוויסע סיבות האט בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיטן תנאי אז מיינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.
ס'זענען געווען בעלזע מוצ'ים שוחטים וכו' אין די עדה, ער האט אבער פארלאנגט אז ער וויל א חבר הבד"ץ אויך. און גערעכט איז ער, איז בעלז א חלק פון די עדה אדער נישט?!
למעשה איז ער דער 'לענגסטע רבי' אויפן כדור הארץ, ער איז שוין געוועהן רבי בימי חייו פון אסאך אדמורי"ם וועלעכע לעבן שוין נישט דרייסיג צו פערציג יאר.
'פון די לענגסטע'. די מונקאטשער רב איז זיכער געווארן רבי פאר אים און אפשר אנדערע אויך, כ'בין נישט באהאווענט
ער האט גענומען א שוואכע קליינע חסידות אבער מיט א גרויסע נאמען, און דאס מהפך געוועהן צו א וועלט אימפעריע,
כלפי היינט איז עס געווען א שוואכע חסידות אבער בימים ההם איז עס געווען פון די מערסט עסטאבלישט חסידות האבענדיג עטליכע שטיבלעך און מוסדות התורה איבער די וועלט.
אויף א אויפן דער גאנצע קרעדיט איז איהם צו פארדאנקען, נישט זיין זיין טאטע, גבאים, געלט ירושה, וכודמה אלעס האט ער מיט זיין יונגער ערנעגיע געטוהן, געמאכט, געדרייט און געבויט.
עס קען זיין זייער אן אינפארמאטיווער אשכול, אין ווי אויך קען עס זיין זייער קאלירפול. אויב ווערט עס געשריבן נארמאל
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
פארוואס דוקא פאזיטיוו? מ'זאל שרייבען דער אמת, און דער ברירה צווישען פאזיטיוו און נעגאטיוו איז זיינס. מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
שמעון וואלףדולה ומשקהער איז קיינמאהל נישט געוועהן אויפגערעגט אדער גערעדט מתוך כעס. ער האט יא געהאט ווייניג דרך ארץ צו עלטערע פון איהם ולפעמים גאר חוצפה'דיג ווי למשל מיטן אלטע באוהוש'ער ווען ער האט איהם געפרעגטף "וואס נאך האט דיין באבע פארציילט...".
צוליב געוויסע סיבות האט בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיטן תנאי אז מיינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.
ס'זענען געווען בעלזע מוצ'ים שוחטים וכו' אין די עדה, ער האט אבער פארלאנגט אז ער וויל א חבר הבד"ץ אויך. און גערעכט איז ער, איז בעלז א חלק פון די עדה אדער נישט?!
למעשה איז ער דער 'לענגסטע רבי' אויפן כדור הארץ, ער איז שוין געוועהן רבי בימי חייו פון אסאך אדמורי"ם וועלעכע לעבן שוין נישט דרייסיג צו פערציג יאר.
'פון די לענגסטע'. די מונקאטשער רב איז זיכער געווארן רבי פאר אים און אפשר אנדערע אויך, כ'בין נישט באהאווענט
ער האט גענומען א שוואכע קליינע חסידות אבער מיט א גרויסע נאמען, און דאס מהפך געוועהן צו א וועלט אימפעריע,
כלפי היינט איז עס געווען א שוואכע חסידות אבער בימים ההם איז עס געווען פון די מערסט עסטאבלישט חסידות האבענדיג עטליכע שטיבלעך און מוסדות התורה איבער די וועלט.
אויף א אויפן דער גאנצע קרעדיט איז איהם צו פארדאנקען, נישט זיין זיין טאטע, גבאים, געלט ירושה, וכודמה אלעס האט ער מיט זיין יונגער ערנעגיע געטוהן, געמאכט, געדרייט און געבויט.
שוחטים זענען נישט געוועהן, גערעכט אז מוצי"ם און משגיחים זענען יא געוועהן אבער בכלל נישט אויף א הויכע דרגא ווי די אנדערע, און בכלל נישט געהאט א געלעגענהייט ארויף צו קריכן דער לייטער, וכ"ש צו ווערן פון חבר הבד"ץ.
גערעכט לגבי מונקאטש רב איז געווארען אפציעל רבי בשנת תשכ"ו, בעלזא רב איז אפציעל נתמנה געווארען שבת נחמו שנת תשכ"ו, סקווירא רבי ניסן תשכ"ח. עס זענען דא מנהיגים ווי דער ערלוי רב אבער זיי זענען געווארען אדמורי"ם ערשט סאך שפיטער אין מיט די צייט אין אוודאי נישט תשכ"ח.
בעלזא רב האט אסאך געדארפט שוויצען איבער צו נעמען די אלע שטיבלעך, עס איז איהם בכלל נישט אנגעקומען לייכט. דאס איז א לאנגע נושא וואס כ'האב נישט קיין כח אריין צו קריכען.
דולה ומשקה ער האט גענומען א שוואכע קליינע חסידות אבער מיט א גרויסע נאמען, און דאס מהפך געוועהן צו א וועלט אימפעריע, אויף א אויפן דער גאנצע קרעדיט איז איהם צו פארדאנקען, נישט זיין זיין טאטע, גבאים, געלט ירושה, וכודמה אלעס האט ער מיט זיין יונגער ערנעגיע געטוהן, געמאכט, געדרייט און געבויט.
איז עס נישט פון נאטורלכע וואוקס ?
האט ער געטויפט מענטשען וואס באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן צו בעלזעניום ?
איך מיין אז ער פשוט שוין אזו לאנג רבי אז פון נאטורליכער וואוקס איז עס אנקומען צו אזא סייז.
[ציטאט אראפגענומען]
דערציילט מען.. ער האט זיך אמאל געטראפען מיטן וויזניצער רבי פון מאנסי רבי מאטעלע, און די בעכער צום וויין טרינקן האט געהאט א פיסל כמנהג וויזניץ.
רופט זיך אן בעלזער רב צום וויזניצער: ביי אונז איינגעפירט אז נאכן אנרירן די פיס וואשט מען זיך די הענט..
וויזניצער רבי (וואס קען אויך די מלאכה) האט גע'ענטפערט: נו מיר וואשן זיך טאקע די הענט נאך קידוש..
געהערט פון א גורור, אז די עלטערע בעלזא חסידים זענען איינמאל געקומען צום בית ישראל זיך אפרעדן צו אים פארוואס דער "ראוו" שליט"א איז אזא גרויסער פאץ, האט דער בית ישראל געענטפערט, יא יא חסידים ווילט איר זיין היינטיגע, און רבי'ס זיכט איר אמאליגע, ודפח"ח
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
ס'דא א ספר דאכצעך ס'הייסט "מכתב התעוררת" פון משה בער בעק איבער אלע עוולות וואס בעלזא האט געטוהן בימים ההם. א שיינעם דיקן ספר פון עטליכע הונדערט בלעטער. עיין שם ותמצא.
פנחס פרידמאן קומט נישט פון סאטמאר, ער האט זיך געדרייט אין קראסנע, אבער ער איז נישט קיין פרעמדער אין בעלזא, זיין משפחה זענען שוין בעלזע חסידים דורי דורות
[ציטאט אראפגענומען]
הייבט זיך נישט אן , א געהעריגע בעלזע משפחה , זיין ברידער אהרן פריעדמאן די פסיכילאג איז אויך א בעלזער
אפשר מיינסטו ווייל ער איז אן איידעם ביי א סאטמארא איז ער סאטמאר , קאן זיין..
פרעמדע האט ער טאקע נישט געשלעפט קיין סאך אבער מיט די אייגענע האט ער געמאכט א געוואלדיגע זשאב. מ'דארף פארשטיין אז בעלז איז אנדערש ווי סאטמאר, סקווער וכו'. סאטמאר און סקווער האבן נישט געהאט צופיל חסידים ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן צו בויען. משא"כ בעלז האט געהאט טויזענטער אנהענגער למחצה לשליש ולרביע און די בעלזער האט נישט געדארפט שלעפן פון די פרעמד.
כידוע, ווען ער איז געווארן רבי האט רוב עלטערע עולם נישט מסכים געווען און אפילו די וואס יא האבן עס נישט געטון ווייל מ'האט געהאלטן פון זיין גדלות. מ'האט פשוט געדארפט איינער זאל שטיפן די וואגן אז ס'זאל זיין א געהעריגע אוועקגעשטעלטע קהילה.
צו זיין מזל האט ער געהאט ארום זיך געטרייע מענטשן וואס האבן אים גוט געגייד און ס'איז אים געלונגן צו שלעפן דעם עולם אויף זיין זייט. אפילו אזעלכע וואס זענען געווען פון זיינע אויסגעשפראכענע קעגנער זענען אסאך פון זייערע קינדער צוריק געקומען.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
אז שמעון וואלף זאגט מן הסתם ווייסט ער…
ירא שמיםאז שמעון וואלף זאגט מן הסתם ווייסט ער…
גיט
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
📎 ImageUploadedByTapatalk1454082476.185230.jpg
די וואך איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע מעמד לרגל 50 יאר פון זיין רביסטעווע.
קען איינער ברענגען בילדער???
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
📎 uploadfromtaptalk1460140543635.jpg📎 uploadfromtaptalk1460140534401.jpg📎 uploadfromtaptalk1460140529054.jpg📎 uploadfromtaptalk1460140515236.jpg📎 uploadfromtaptalk1460140506941.jpg
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
📎 uploadfromtaptalk1460140591495.jpg📎 uploadfromtaptalk1460140583940.jpg📎 uploadfromtaptalk1460140579923.jpg📎 uploadfromtaptalk1460140574164.jpg📎 uploadfromtaptalk1460140563303.jpg
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
[ציטאט אראפגענומען]
דער געוואגטער יונגל: ניין. דער בעלזער רב שליט"א האט איהם (דעם סקאליער) נאר געלאזט וויסן אז ער פארשטייט זיין טריק. און אז איהם וועט ער נישט אפנארן. א ביסל פון זיין ריתחא דאורייתא און עזות דקדושה פון זיינע יונגע יארן איז נאך געבליבן.
ווען מיין זון איז אלס בחור געווען אין ארץ ישראל און ר'איז געגאנגען נאכ'ן דאווענען זאגן גוט שבת, האט איהם דער רב געפרעגט, פארוואס קען איך נישט דיין טאטן. ..?!...!
ווען דער פאלטישאנער רבי פון ב"פ רבי שלום מאיר טווערסקי שליט"א, איז געוועהן ביי אים. מיטן גבאי.
האט דער בעלזא רב געפרעגט ווער איז דער? האט דער פאלטישאנער גע'ענט'פערט, דער איז מיין גבאי.
דרייט זיך דער בעלזא רב אויס צום גבאי, און פרעגט אים אויף ענגליש: ס'איז א פול טיים דזשאב?....
/
סמבטיון/
סמבטיון: נו, וואס זאגסטע. זאג א ביסל העכער. ניין. איך הער נאכאלץ נישט...הא...?
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

ווייסט איינער צו עס איז אמת? און טאמער יא מה הפשט? האבן זיי זיך שוין איבער געבעיטן?
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
בדרך כלל קוק איך נישט זיין מעשיות אבער איך האב שוין געהערט פאריגע וואך זונטאג אז עפעס איז פארגעקומען וואלט איך געוואלט וויסן מער פרטים.
די וואך שבת איז ר' אהרן מרדכי נישט געווען ביים טאטע'ן, ער איז געפארן פראווען א שבת קיין קרית גת. האט דאס א שייכות מיט די מעשה פון פאריגע וואך? - ימים ידברו...
לכבוד שבת קודשדי וואך שבת איז ר' אהרן מרדכי נישט געווען ביים טאטע'ן, ער איז געפארן פראווען א שבת קיין קרית גת. האט דאס א שייכות מיט די מעשה פון פאריגע וואך? - ימים ידברו...
שטותים והבלים.
ער איז געוווען אין ירושילים ביים רב, עס איז געווען א קידוש פון זיין'ס א אייניקל, בת להרב אברהם סאפרין.
די געפלאנטע שבת אין קרית גת איז אפגעשטופט געווארן אויף א אנדערע געלעגענהייט.
[ציטאט אראפגענומען]
דעי סידי האט זיינס א חסיד ארויס געגעבן איז מסתם האט ער געגעבן פאר'ן רבי'ן א מתנה
דער בעלזער רב שליט"א איז מחכמי ישראל המובהקים וערליכע יוד.
שמעתי מהרב פלוני אז הבחור (בשעתו) בנו של ר' ש. ז. ב. ע"ה האט אים פארציילט, אז ער האט געלערנט אין ישיבת בית מאיר אין ב"פ, און זייענדיג א שטיקל בעלזער חסיד האבן אים זיינע חברים געצימבלט וכו' (לקיים מה שנאמר לו תשנא את אחיך, אלהים לו תקלל וכו'), האט ער זיך אפגערעדט פאר
ר' משה וואלפסאן (וואס גראדע איז ער נאמן לשיטה הידועה), האט ר' משה וועלנדיג מפיס דעתו זיין געזאגט, אזא צובראכן הארץ צום באשעפער ווי דער בעלזער רב טרעפט מען נישט אסאך. (די לשון וואס איך האב געהערט איז "איך האב נאכנישט געזעהן אזא צובראכן הארץ פאר'ן באשעפער.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איך ווייס נישט אויב דו ביסט סארקאסטיש אדער ערענסט, אבער אי משום הא, נו נו...
ר' משה האט זיך ארויסגעדרייט פונעם ליגנט (אויב ס'איז) מיטן זאגן אז ס'נישט פארהאן אזא צובראכן הארץ מיינענדיג אז זיין הארץ איז אזוי 'גאנץ' אז ס'נישט דא אזא 'צובראכן' הארץ ודו"ק.
איך האלט שטארק פון זיין עסקנות וואס ער טוט אלס פאר זיין ציבור, ער בויעט זיך הערליך און עס איז ווערד צו אפאלירד ווערן.
אבער גיוו מי עה ברעיק, א צובראכן הארץ איז געווענליך נישט א מאסן טשעפעניאק אפילו אויב מ'בעט זיך איבער צום סוף ודו"ק כי קצרתי ודו"ק למה קצרתי.
(קל, איך זעה דיך אויס ווי אזא געריבענע פיקח אז דו ווייסט נישט צו איך האב עס געשריבן ערנסט? מה גם איך האב עס נישט נאכגעזאגט פון מיר)
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
ער האט עס געפרעגט אויף כ"ק אדמו"ר מאמונת ישראל והגלילות
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
קל וחומראיך ווייס נישט אויב דו ביסט סארקאסטיש אדער ערענסט, אבער אי משום הא, נו נו...
ר' משה האלט זיך היבש נאנט מיט בעלזער רב. זיי טוישן זיך אויף לשנה טובה בריוון יערליך און בעלזער רב האט עם באזוכט בביתו.
איך אויךר' משה האלט זיך היבש נאנט מיט בעלזער רב. זיי טוישן זיך אויף לשנה טובה בריוון יערליך און בעלזער רב האט עם באזוכט בביתו.
אינטערסאנט צו וויסן. (איך האב געזעהן א קליפ ווי דער משגיח בייזוכט ביים בעזלער רב אין שטוב)
.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נקמה נקמה ...
כ'האב לעצטנס געזען ערגעץ א שיינע פשעטל פון רב אבער איך געדענק נישט ווי
בן אדםכ'האב לעצטנס געזען ערגעץ א שיינע פשעטל פון רב אבער איך געדענק נישט ווי
א פשעטל בהלכה אדער באגדה? אין קובץ "אור הצפון" (בעלזא) איז געדריקט געווארן אמאל א פשעטל פונעם בעלזער רב בענין מחיית עמלק (געזאגט געווארן אין וויליאמסבורג אדר תשמ"א), אויך חנוכה פלעגט ער זאגן פשעטלעך כמנהג אבותיו. פשעטליך אין אגדה-חסידות גג על גג איז דא אסאך אין די "דברות קודש" פון די ערשטע צוואנציג-דרייסיג יאר ביז דער סטייל האט זיך געטוישט.
@שמואל פרימו עס טוט וויי צו ליינען וואס איר שרייבט, אויף וואס זענען אייערע ווערטער געבויעט? (מנוול שטייט אין גמרא אויפ'ן יצר הרע, דער בעלזער רב איז בבחינת יצר הרע? פארוואס?).
--
רעדאגירט לאור הודעת
@ליטוואק פון בודאפעסט.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
געמעקט נאכ'ן מעקונג פון
@איש חזון