☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

307 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10046
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 12, 2018 12:47 am

· #397301
.
📎 DX3mjRwU0AAL4Qi.jpeg

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 12, 2018 12:54 am

· #397303
עוד בנושא הנ"ל. מיין טעלעפאן צוקלינגט זיך איינמאל, הייב איך אויף און איך פרעג, "צו וועם רעד איך?" ענטפער יענער "ראפשיצע רב". האב איך איהם געזאגט, "אנטשולדיגט, איך בין דער בעש"ט!".

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 12, 2018 1:14 am

· #397304
שמעון וואלף: און דער הייליגער ראפשיצער וואלט געקענט צוריקטשעפען מיט'ן בעלזער רב. און וואס טוט עפעס די רביצין מלכה..די רביצין פון שר שלום...דאס איז געווען די פראבלעם אין זיינע יונגע יארן. ער האט פאר א יעדן אריינגעפליקט. נאר ער האט געמיינט אז ס'איז א וואן וועי סטריעט. איהם האט מען נישט געטארט צוריקענטפערן ווייל מ'הייסט א מחוצף...דער מצב האטציך שוין ב"ה געטוישט. היינט איז ער אן אלטער, צובראכענער איד. קוים וואס ער אטעמט.... ער לאזט שוין במנוחה א צווייטן. מ'רעדט דאך אבער אין זיינע יונגע יארן...!

לבי במזרח » מאנטאג מערץ 12, 2018 12:07 pm

· #397317
berlbalaguleh
. היינט איז ער אן אלטער, צובראכענער איד. קוים וואס ער אטעמט....

פארלירסט א געוואלד קרעדעביליטי ווען דו רעדסט זאָנע שטותים.

נקודת-אמת » מאנטאג מערץ 12, 2018 12:41 pm

· #397319
berlbalaguleh
ער האט פאר א יעדן אריינגעפליקט.
נאר ער האט געמיינט אז ס'איז א וואן וועי סטריעט. איהם האט מען נישט געטארט צוריקענטפערן ווייל מ'הייסט א מחוצף...
דער מצב האטציך שוין ב"ה געטוישט. היינט איז ער אן אלטער, צובראכענער איד. קוים וואס ער אטעמט.... ער לאזט שוין במנוחה א צווייטן. מ'רעדט דאך אבער אין זיינע יונגע יארן...!

אויף אזוי ווייט וויפהל איך האב געהערט איז גאר קאפויער ער האט זייער הנאה געהאט ווען מ'האט עם צוריק געפליקט
אויב איך וועל האבן צייט און נערוון און דער ציבור וועט פארלאנגען, וועל איך בעזה"י דא ארויף ברענגען אפאר פנינים מדברות קאדשאו

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מערץ 12, 2018 3:45 pm

· #397325
berlbalaguleh
שמעון וואלף: און דער הייליגער ראפשיצער וואלט געקענט צוריקטשעפען מיט'ן בעלזער רב. און וואס טוט עפעס די רביצין מלכה..די רביצין פון שר שלום...דאס איז געווען די פראבלעם אין זיינע יונגע יארן. ער האט פאר א יעדן אריינגעפליקט. נאר ער האט געמיינט אז ס'איז א וואן וועי סטריעט. איהם האט מען נישט געטארט צוריקענטפערן ווייל מ'הייסט א מחוצף...דער מצב האטציך שוין ב"ה געטוישט. היינט איז ער אן אלטער, צובראכענער איד. קוים וואס ער אטעמט.... ער לאזט שוין במנוחה א צווייטן. מ'רעדט דאך אבער אין זיינע יונגע יארן...!


נישט געוויסט אז ער איז שוין א אלטער צובראכענער איד....

וואס מיינט קוים ער אטעמט, איז ער אויף מאשינען?

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 12, 2018 8:51 pm

· #397331
התם ומתמם עם תמימים: דער אייבישטער איז טאקע א תם ומתמם . אבער מיט עכטע תמימים. נישט מיט געמאכטע...! א דו וועסט קוקן אויף די עטליכע קליפס פון די לעצטע פאר יאר, וועסטו זעהן (אויב דו ווילסט זעהן) וואס איך רעד...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 27, 2018 11:37 pm

· #403574
berlbalaguleh
היינט איז ער אן אלטער, צובראכענער איד. קוים וואס ער אטעמט....

האט מיר געזאגט א בעלזער, וואס זיין משפחה זענען נישט איבריג גרויסע חסידים פונעם רב. אז ער האט זיך ליב פארצושטעלן וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען די נאציס 'הרג'נען נישט די רב זי"ע'ס זון ר' שלום. דאן וואלט ר' שלום געווארן רב, און נאכדעם זיין זון, און וואס וואלט מהרי"ד געווען? אן אלטער קראנקער שלעפער וואס א שווארצער ברענגט איהם אין שול אין א ווילטשעיר און ער זיצט אינגאנצן אין די בעק ברעכט די גאנצע צייט און קיינער באמערקט איהם ניטאמאל...

איש חזון » מיטוואך מאי 30, 2018 11:20 am

· #403945
רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh
היינט איז ער אן אלטער, צובראכענער איד. קוים וואס ער אטעמט....

האט מיר געזאגט א בעלזער, וואס זיין משפחה זענען נישט איבריג גרויסע חסידים פונעם רב. אז ער האט זיך ליב פארצושטעלן וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען די אוקריינער 'הרג'נען נישט די רב זי"ע'ס זון ר' משה'לע. דאן וואלט ר' שלום געווארן רב, און נאכדעם זיין זון, און וואס וואלט מהרי"ד געווען? אן אלטער קראנקער שלעפער וואס א שווארצער ברענגט איהם אין שול אין א ווילטשעיר און ער זיצט אינגאנצן אין די בעק ברעכט די גאנצע צייט און קיינער באמערקט איהם ניטאמאל...

האב איך טאקע געהערט אמאל א וויליאמסבורגער זיך אויסדרוקן אויף די אוקריינער רוצחים ''ימח שמם''

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 30, 2018 11:49 am

· #403955
ווער פונקטליך האט איהם געהרגעט?

איש חזון » מיטוואך מאי 30, 2018 5:29 pm

· #404017
רביה''ק זי''ע
ווער פונקטליך האט איהם געהרגעט?

למיטב זכרוני, האוקריינים שעזרו לגרמנים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:08 pm

· #404198
קיינמאל נישט געוואוסט אז דער ר' אהרן מרדכי קען בכלל לאכן.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/qLIWOjch7GQ?t=347">https://youtu.be/qLIWOjch7GQ?t=347</a>

איש חזון » פרייטאג יוני 1, 2018 11:22 am

· #404277
רביה''ק זי''ע
קיינמאל נישט געוואוסט אז דער ר' אהרן מרדכי קען בכלל לאכן.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/qLIWOjch7GQ?t=347">https://youtu.be/qLIWOjch7GQ?t=347</a>

דאס איז זיכער אז זיין טאטע וואלט נישט אויפגעהויבן דעם קאשקעטל.

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 1, 2018 1:57 pm

· #404296
איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 1, 2018 3:06 pm

· #404308
דער ר' אהרן מרדכי איז בכלל נישט צום זאך, אבער זיין שלום איז פיינע נייעס, ער פאקט איין זיין טאטע און זיידע צוזאמען.

קומזיץ » פרייטאג יוני 1, 2018 3:46 pm

· #404315
רביה''ק זי''ע
דער ר' אהרן מרדכי איז בכלל נישט צום זאך, אבער זיין שלום איז פיינע נייעס, ער פאקט איין זיין טאטע און זיידע צוזאמען.


אפשר ערקלערסטו מיט וואס ער פאקט איין זיין טאטע און זיידע

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 1, 2018 3:50 pm

· #404316
זיין טאטע און זיידע זענען נישט קיין נארמאלע מענטשן און ער איז יא.

קומזיץ » פרייטאג יוני 1, 2018 4:31 pm

· #404320
רביה''ק זי''ע
זיין טאטע און זיידע זענען נישט קיין נארמאלע מענטשן און ער איז יא.


ביי יעדעם איז נארמאל עפעס אנדערש , וואס מען קען בעסער אפשאצן איז די כשרונות אדער דורך זיינע אויפטועהן , און בנוגע צו דעם האט שלום נאך נישט באוויזן עפעס ספעציעל

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 1, 2018 4:37 pm

· #404322
איך בין מחולק מיט דיר.

קומזיץ » פרייטאג יוני 1, 2018 6:18 pm

· #404331
אם קבלה נקבל 😲

אונטער חכם » זונטאג יוני 3, 2018 2:13 am

· #404380
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איסר האטלקי
איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

אין בעלז דארפן די חסידים דעם רבין מער ווי דער רבי דארף די חסידים.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 3, 2018 3:07 am

· #404387
איך בין נישט אזוי זיכער אז אין בעלזא איז אזוי, וואס איך ווייס יא איז אז אין סטאלין איז אזוי אבער די רבי איז זייער א פריינטליכער.

אונטער חכם » זונטאג יוני 3, 2018 5:17 pm

· #404566
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
איך פארשטיי דעם מצב אין סטאלין אז די חסידים דארפן טאקע זייער שטארק דעם רבין אבער עס איז דאך מוראדיג שווער צו זיין א חסיד פון אזא רבין ממילא דארף זיי דער רבי אביסל גרינגער מאכן די ארבעט.

א סטאלינער האט מיר אמאל דערציילט וויאזוי דער רבי געדענקט די נעמען פון אלע זיינע קינדער און וויאזוי דער רבי פרעגט איהם אויס אויף יעדן קינד וואס ער מאכט יעדעס מאל וואס ער פארט צו איהם , נאך אזא באהאנדלונג פאלן שוין אלע קושיות אוועק און מען קען ווייטער זיין פארגלייבט אין א שטיק האלץ וואס צען יודן האבן אויפגענומען פאר רבי.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 3, 2018 10:33 pm

· #404635
נאכאמאל, דאס וואס די רב שליט"א און זיין זון ר' אהרן מרדכי זענען אזעלכע אוממענטשן, קומט נישט פון דעם וואס זיי האבן זייערע חסידים פארפאקט. זיי זענען אוממענטשן ווייל זיי זענען אוממענטשן.
און דאס וואס די קארלינער איז א פריינדליכער, קומט נישט פון דעם וואס ער דארף זיינע חסידים ווי לופט צום אטעמען. ער איז פריינטליך ווייל ער איז א גוטער מענטש, אן אוהב ישראל, און האט ליב מענטשן. פארשטאנען?

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 4, 2018 9:26 am

· #404803
אונטער חכם
איסר האטלקי
איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

אין בעלז דארפן די חסידים דעם רבין מער ווי דער רבי דארף די חסידים.

די צייטן גיין זיך ענדיגן בקרוב.... עס קומען נייע צייטן אין בעלזא אין די קומענדיגע צוואנציג דרייסיג יאר....

אונטער חכם » דינסטאג יוני 5, 2018 10:33 am

· #404978
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
רביה''ק זי''ע
נאכאמאל, דאס וואס די רב שליט"א און זיין זון ר' אהרן מרדכי זענען אזעלכע אוממענטשן, קומט נישט פון דעם וואס זיי האבן זייערע חסידים פארפאקט. זיי זענען אוממענטשן ווייל זיי זענען אוממענטשן.
און דאס וואס די קארלינער איז א פריינדליכער, קומט נישט פון דעם וואס ער דארף זיינע חסידים ווי לופט צום אטעמען. ער איז פריינטליך ווייל ער איז א גוטער מענטש, אן אוהב ישראל, און האט ליב מענטשן. פארשטאנען?

נאכאמאל, דאס איז זיכער אז איינער וואס פירט זיך אויף ווי אן אוממענטש איז אן אוממענטש, אבער איינער וואס פירט זיך נישט אויף ווי אן אוממענטש מוז נישט זיין אז ער איז נישט קיין אוממענטש, קען זיין אז דו ווייסט פון ערגעצוואו אז סטאלינער רבי איז באמת א פריינדליכער מענטש אבער איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אזוי פונקט ווי איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אז די סעקרעטערי מיט וועם איך האב פריער גערעדט איז באמת א פריינדליכע מענטש.

יוסף יוזפא » דינסטאג יוני 5, 2018 2:49 pm

· #405011
איסר האטלקי
אונטער חכם
איסר האטלקי
איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

אין בעלז דארפן די חסידים דעם רבין מער ווי דער רבי דארף די חסידים.

די צייטן גיין זיך ענדיגן בקרוב.... עס קומען נייע צייטן אין בעלזא אין די קומענדיגע צוואנציג דרייסיג יאר....

יא יא!
ווערטער וואס מהאט שיון גיהערט מיט זעכציג יאהר צוריק!

Avrom » דינסטאג יוני 5, 2018 4:20 pm

· #405021
בעלזא וועט זיין א ווינקל ביז משיח

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 5, 2018 7:18 pm

· #405048
אונטער חכם
נאכאמאל, דאס איז זיכער אז איינער וואס פירט זיך אויף ווי אן אוממענטש איז אן אוממענטש, אבער איינער וואס פירט זיך נישט אויף ווי אן אוממענטש מוז נישט זיין אז ער איז נישט קיין אוממענטש, קען זיין אז דו ווייסט פון ערגעצוואו אז סטאלינער רבי איז באמת א פריינדליכער מענטש אבער איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אזוי פונקט ווי איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אז די סעקרעטערי מיט וועם איך האב פריער גערעדט איז באמת א פריינדליכע מענטש.

ביזט הונדערט פראצענט גערעכט.

#אל_תהיה_צודק_תהיה_חכם

איסר האטלקי » מיטוואך יוני 6, 2018 12:36 am

· #405079
יוסף יוזפא
איסר האטלקי
אונטער חכם
איסר האטלקי
איך שטוין פון די קאלטקייט מיט וואס ער געט צוריק זיין האנט פאר די חסידים וואס וואונטשן אים. ער גייט זיי דארפן אין א צוואנציג יאר ארום, ער מעג זיין אביסל מער העפליך.

טאמער קען ער נישט, איז נישט. אבער אויב קען ער אזוי לאכן, דאן.....

אין בעלז דארפן די חסידים דעם רבין מער ווי דער רבי דארף די חסידים.

די צייטן גיין זיך ענדיגן בקרוב.... עס קומען נייע צייטן אין בעלזא אין די קומענדיגע צוואנציג דרייסיג יאר....

יא יא!
ווערטער וואס מהאט שיון גיהערט מיט זעכציג יאהר צוריק!

במחילת כבודך, ס'איז טאקע א חילוק צווישן מהר''א זי''ע און מהר''ב שליט''א ברוחניות, אבער סוף כל סוף איז דער ר' בערל א קלוגער איד, א חכם מחוכם, א כאריזמאטישער מענטש, מלא חיות ודביקות, מען קען זיך אנהענגען אויף עפעס. און אגב, ער האט איבערגענומען כמעט גאנץ בעלזא און נאך מיט א שמוץ אריבער. אין זיינע ערשטע פופצן יאר האט ער געהאט גאנץ ירושלים מיט זיך, יעדער איז געלאפן צו אים.
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 6, 2018 12:41 am

· #405081
אז ער קען לאכן פון א גוטן דשאוק, זעט אויס אז עפעס א טראפעלע האט ער יא.

ווער ווייסט, אפשר וועלן אונז נאך איין טאג גאוואר ווערן אז ער איז א ל"ו נארמאלע מענטש?

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 6, 2018 1:23 am

· #405090
איסר האטלקי
און אגב, ער האט איבערגענומען כמעט גאנץ בעלזא און נאך מיט א שמוץ אריבער. אין זיינע ערשטע פופצן יאר האט ער געהאט גאנץ ירושלים מיט זיך, יעדער איז געלאפן צו אים.
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.

איך מיין ביסט נישט גערעכט. ס'זענען געווען אסאך בעלזע חסידים וועלכע האבן זיך נישט מכניע געווען פאר אים. ער האט געהאט א טאף טיים אויסצוקלינען זיין קהילה. זיין הצלחה איז געווען ווייל ער האט געוויסט פינקטליך ווי ער שטייט און וויאזוי ער דארף זיך אויפפירן מיט יעדעם באזינדער. מ'דערציילט אז די ערשטע שבת ווען ער האט געפירט טיש, פארשטייט זיך ס'איז געווען א געפאקטער עולם האט ער געזאגט: דאס איז גארנישט, מיינע חסידים זענען נאך אין די ווינדלען. ער האט נישט פראבירט צו ארבעטן אויף די עלטערע זאלן ווערן פייערדיגע חסידים. ער האט זיך פארלייגט אויף די יונגווארג און איינמאל ער האט זיי געהאט זענען די עלטערע צוריקגעקומען

יוסף יוזפא » מיטוואך יוני 6, 2018 1:44 am

· #405092
איסר האטלקי
יוסף יוזפא
איסר האטלקי

די צייטן גיין זיך ענדיגן בקרוב.... עס קומען נייע צייטן אין בעלזא אין די קומענדיגע צוואנציג דרייסיג יאר....

יא יא!
ווערטער וואס מהאט שיון גיהערט מיט זעכציג יאהר צוריק!

במחילת כבודך, ס'איז טאקע א חילוק צווישן מהר''א זי''ע און מהר''ב שליט''א ברוחניות, אבער סוף כל סוף איז דער ר' בערל א קלוגער איד, א חכם מחוכם, א כאריזמאטישער מענטש, מלא חיות ודביקות, מען קען זיך אנהענגען אויף עפעס. און אגב, ער האט איבערגענומען כמעט גאנץ בעלזא און נאך מיט א שמוץ אריבער. אין זיינע ערשטע פופצן יאר האט ער געהאט גאנץ ירושלים מיט זיך, יעדער איז געלאפן צו אים.
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.

צוליב דעם זאג איך דיר אז מ'האט אזוי געזאגט אויך פאר זעכציג יאהר צוריק, און ווען די קוקסט אויף צוריק וואלט לכאו' דאס געדארפט געשען עפ"י דרך הטבע, יעצו תשע"ח קענסו אנהייבן מסביר זיין למפרע פארוואס עס איז נישט געשען.
קענסט ווייטר רעדן אזוי אויף לעתיד און נאך פופציג יאהר וועסטו שוין טרעפן א וועז צו מסביר זיין למפרע פארוואס די אלא עתידות וואס מ'זאגט יעצט וועלן נישט מקוים ווערן.
אגב, אויב וואלסטו איהם אביסל געקענט (נישט פון פיקטשער'ס) וואלסטו נישט גרעדט אזוי.
און צום ביישפיל, פרעג יעדער איינר וויאזוי האט אויסגעזהן זיין ריקודים של מצוה פאריגע וואך ביים מצוה טאנץ.

איסר האטלקי » מיטוואך יוני 6, 2018 2:06 am

· #405098
בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון ר' בערלען, משא''כ פון ר' אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.

פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...

שבת אחים » מיטוואך יוני 6, 2018 2:08 am

· #405099
איסר האטלקי
יוסף יוזפא
איסר האטלקי

יא יא!
ווערטער וואס מהאט שיון גיהערט מיט זעכציג יאהר צוריק!

במחילת כבודך, ס'איז טאקע א חילוק צווישן מהר''א זי''ע און מהר''ב שליט''א ברוחניות, אבער סוף כל סוף איז דער ר' בערל א קלוגער איד, א חכם מחוכם, א כאריזמאטישער מענטש, מלא חיות ודביקות, מען קען זיך אנהענגען אויף עפעס. און אגב, ער האט איבערגענומען כמעט גאנץ בעלזא און נאך מיט א שמוץ אריבער. אין זיינע ערשטע פופצן יאר האט ער געהאט גאנץ ירושלים מיט זיך, יעדער איז געלאפן צו אים.
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.


ביסט אזוי גערעכט. דער בעלזער האט כאטש א שטיקל קאפ, א פיסק. דער זוהן קוקט דאך אויס אויף די האר ווי דער ״אור שלום״.... שוין גענוג געזאגט...

קען זיין איינער האט עס שוין געשריבן ערגעץ דא אין שטיבל. ווען די בעלזער רביצין האט געווארט ר׳ אהרן מרדכי, האט די גאס זיך געוואונטשען אז דאס קינד זאל ירשנן ״די קאפ״ פון די טאטע און ״די הארץ״ פון די מאמע (וויזניץ=הארץ 😛 ), דערווייל האט מען זוכה געוועהן פונקט קאפיוער, דער ילד, דער ״׳קרוין פרינץ׳׳ דער ״בנן של קדושים׳׳ האט באקומען דאס הארץ פון די טאטע און די קאפ פון די מאמע.... ומי יעמוד בסוד קדושים... בקיצור סאיז נישטא קיין גרויסע ערווארטונגען און האפענונג פון די גרויסע רביס אין די קומענדיגע דור. אלעס איז א ביזנעס און א ירושה. סאיז נישטא גארנישט אינדעם.

יוסף יוזפא » מיטוואך יוני 6, 2018 10:02 am

· #405122
איסר האטלקי
בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון ר' בערלען, משא''כ פון ר' אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.

פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...

אז דו ביסט מסביר אזוי גוט, לייגסט אראפ פאקטן און שליסט עס מיט א פינטל, קען איך עפעס ענטפערן? און ווען שבת אחים לייגט צו א פלייצע און לייגט אויך הנחות קען איך גארנישט ענטפערן.
נאר איין זאך קען איך אייך זאגן: אז עטס קענט איהם פון בילדער און קליפס ותו לא!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 10:18 am

· #405127
אויב עפעס איז עס ממש פארקערט. דער היינטיגע בעלזער רבי, לויט אלע אנווייזונגען, איז פונקט אזוי פוסט ברוח ובגשם. ער איז דער בחור אין ישיבה מיט וועמען מ'קען אימער קיביצ'ן על דא ועל הא און זאגען א גלייכווערטעל, אבער קיינער וויל איהם נישט האבען אין שלאף צימער צו זיין זיין חברותא. יא, אהרן מרדכי האט דאס אויך נישט, אבער קיין נ"מ מאכט עס נישט, ווייל א רבי איז נישט אויף צו קיביצ'ן, און בעיקר טאקע קיביצ'ט ער היינט מיט פרעמדע (אדער אויף קאוועשטיבעל, ווער ווייסט?) איך האב קיינמאל נישט געהערט צו געזען עפעס וואס האט מיט חכמה צו אריגינעלקייט פון איהם, און תורה איז דאך אפגערעדט, און זיין חסידים וואלטען שטארק געזארגט אויסצושפרייטען ווען ער האט עפעס צו זאגען. זיי האלטען נישט פון בלייבען איינגעהאלטען.

נאר פון דעם זעט מען אז אפילו איינער האט גארנישט צו פארקויפען, קען דער באן ווייטער פארען. ווען מ'הערט מענטשען רעדען פון די 'בעלי מסינ"פ' וואס האבען 'אויפגעבויט' 'אידישקייט' נאכ'ן קריג, זעט מען היינט אז זיי זענען געווען ווי קינדער וואס זיצען אין א קאר און דרייען די ריידעל פאר זיי, כאילו זיי פיהרען עס טאקע. די זאך פארט פון זיך אליינס.

קומזיץ » מיטוואך יוני 6, 2018 10:44 am

· #405134
ליטוואק , איר דארפט נישט איבערזאגן דיין בויך וויטאג יעדעס מאל מיט א פרישקייט ,
סאיז שוין ברייט באקאנטע דא און שטיבל,
סאיז א שאד אויף די צייט און סאיז א חשש פון ביטול תורה , איר דארפט נאר שרייבן אייער נאמען און צולייגן כנ"ל..

תורה ומדע » מיטוואך יוני 6, 2018 11:03 am

· #405139
איסר האטלקי
בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון בערלען, משא''כ פון אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.

פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...

רא״מ איז אפשר ניט דער זעלבער בעל כשרון פונעם פאטער, אבער דוכצאך מיר אז ר׳איז ניט וועהניגער חשוב פון רוב אנדערע אדמורים וועלכער האבען איבערגענומען גרויסע פארטייאישער חסידיות אין די לעצטע צוואנציג יאהר, און ב״ה עס ארבעט. חסידים זוכן דאס גוטס פונעם ממשיך הפארטיי און גלייבען שטארק אינעם המשכה, נאכמער ווי אינעם אדמור אליינס. ספיציעל אין די גרויסע, שטארקע פארטייען וועלכער שטעלען כלומרשט צו אללע רוחניותדיגער און גשמיותדיגע סערוויסעס. משוגע איז דער חסיד וועלכער געניסט פון אלעם און גלייבט נישט אינעם רבין אדער אינעם פארטיי.

איש חזון » דאנערשטאג יוני 7, 2018 12:42 am

· #405281
איסר האטלקי
ווידער דער קומענדיגער אדמו''ר איז פוסט ברוח וגשם, קיין טראפעלע חכמה און קיין טראפעלע נארמאלקייט, קיין שום חיות אדער מענטשליכקייט, אויסגעלאשן און טרוקן ווי א פאטעטא.

איסר'ל האסטעך גוט אויסגעגעבן, יעצט איז מיין טשענס:
שוטה וואס דו ביסט, אזוי צו רעדן אויף א טייערע יונגערמאן אהן אים קענען.
שעם דיך, עס עקלט.

Avrom » דאנערשטאג יוני 7, 2018 1:25 am

· #405282
למה נסמכה פרשת מרגלים למרים ם שלא לקחו מוסר לא לדברר

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 7, 2018 11:57 pm

· #405400
קומזיץ
ליטוואק , איר דארפט נישט איבערזאגן דיין בויך וויטאג יעדעס מאל מיט א פרישקייט ,
סאיז שוין ברייט באקאנטע דא און שטיבל,
סאיז א שאד אויף די צייט און סאיז א חשש פון ביטול תורה , איר דארפט נאר שרייבט אייער נאמען און צולייגן כנ"ל..

איך האב גראדע יא הנאה פון זיינע תגובות וואס קומט געווענדליך מיט א פרישע טוויסט

קומזיץ » מוצ"ש יוני 9, 2018 11:48 pm

· #405497
שמעון וואלף
קומזיץ
ליטוואק , איר דארפט נישט איבערזאגן דיין בויך וויטאג יעדעס מאל מיט א פרישקייט ,
סאיז שוין ברייט באקאנטע דא און שטיבל,
סאיז א שאד אויף די צייט און סאיז א חשש פון ביטול תורה , איר דארפט נאר שרייבט אייער נאמען און צולייגן כנ"ל..

איך האב גראדע יא הנאה פון זיינע תגובות וואס קומט געווענדליך מיט א פרישע טוויסט


ליטוואק לייגט צו זייער אסאך צום שטיבל איך קום נישט אן לקרסילי רגליו אבער ווען ס'קומט צו א געוויסע נושא באקומט ער א רוח שטות

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 10, 2018 12:23 am

· #405499
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
האסט עפעס דברי חכמה צו ווייזען פון איהם? סתם זאגען קען דאך יעדער. זאג מיר עפעס א סבה פארוואס איך זאל גלויבען אז ער איז מער ווי סתם מיכל? וואס פארא דברי חכמה האט ער באוויזען? (זיך שלאגען מיט סאטמאר איז נישט קיין קנה מדה פון חכמה, ופשוט)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג יוני 10, 2018 8:48 am

· #405525
גראדע איז דער טאליענער גערעכט.

רא"מ איז א ליידיגער זאק וואס פארקויפט גארנישט, און האט נישט קיין שכל. האט נישט קיין סאשעל סקילס.

איין טעות מאכט דער טאליענער, ער וועט זיין נאך א גרעסערע רבי ווי זיין טאטע. פארוואס? ער איז נישט קיין שלעכטער, נישט קיין טשעפעניאק אזוי ווי זיין טאטע. אלץ וועט ווייטער פארן ווייטער.

דער וואס מיינט אז דער היינטיגע בעלזער רב פירט זיין חסידות האט א גרויסע טעות. ער טוט גארנישט. ער איז דעפרעסט און זיצט אליין אין א שטוב, ער נעמט טאקע אויף מענטשן, אבער אלע זיינע תשובות זענען לכאן או לכאן און רעדט קיינמאל נישט לענגער ווי פופצען סעקונדעס, אסאך מאהל לייגט ער צו א קליינע דזאק, וזה הכל. חסל. דער רוב חסידים שיקען אריין די שאלות מיט דער פעקס, און די שטוב מענטשן זענען זיך שוין מטפל מיט די שאלות צו ענטפערן ווי עס דארף צו זיין.

דער הנהגה קען אנגיין ווייטער ווען דער רבי שטארבט, נישט קיין חילוק ווער דער פאפעט איז וואס דארף ארויסקומען און מען זאל פאטשען און קלאטשען.

און אפילו ווען די שטוב מענטשן שטארבן אפ, נעמט מען אויף נייע. נישט קיין חילוק צו ער הייסט רינגעל צו רייזמאן.

סמבטיון » זונטאג יוני 10, 2018 11:44 am

· #405545
איך גיי זיך נישט טענהן מיט דיר, דיין בליק אויף אים איז זייער קלאר דא אין שטיבעל. איך האב נאר הנאה צו זעהן ווען מענטשן שרייבן שטותים מיט אזא זיכערקייט כאילו עס איז נישטא בכלל וואס צו רעדן, אזוי איז עס און שוין. איך קען דיר זאגן איין זאך איך אלטס בעלזע חסיד, האב איך פינקט די פארקערטע עקספיריענס. איך בין טאקע נאר דארט פאר א מעניט צו צוויי דריי איין מאל א יאהר. אבער די שניידיגע תשובות באגלייט מיר אגאנצן יאהר, ווען נישט וואלט איך אים נישט נאכאמאל געפרעגט וואס צו טוהן, און ניין קיינער צווינגט מיר נישט צו פרעגן אויף יעדע באשלוס אין לעבן.

יוסף יוזפא » זונטאג יוני 10, 2018 5:21 pm

· #405596
מענטשען קענען רעדן מבינות און שרייבן אפאר שורות אויף א מענטש וואס זיי האבן איהם אין זייער לעבן נישט געזאגט א גוט יאהר, און ספק צו בכלל גיזעהן פונדערווייטנס.
עס מאכט א רושם אז עס רעדט זיך דא פון הויכע כוחות ווי צום ביישפיל רוח הקודש אדער להבדיל שנאה עמוקה.
עס קען זיין?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 10, 2018 5:53 pm

· #405597
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
עס האט נישט מיט זע׳ען, זיי ווייסען פאר זיכער.


עס דערמאנט דיר פון עפעס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יוסף יוזפא » מאנטאג יוני 11, 2018 1:19 am

· #405631
ליטוואק פון בודאפעסט
עס האט נישט מיט זע׳ען, זיי ווייסען פאר זיכער.


עס דערמאנט דיר פון עפעס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יא, היא אשר דיברנו.
מענטשן וואס ווייסען גארנישט ווייסען פאר זיכער.

אישתישבי » מאנטאג יוני 11, 2018 11:17 am

· #405664
דער אמת טוט וויי, דער רבי קען דיר ביים נאמען? לאז אפ, די ווייסט אז וואס איך זאג איז אמת.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7