☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #1204

אשכול אן א טיטל #1204

166 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1204
בלאט: 1 2 3 4

— » דינסטאג יולי 24, 2012 9:49 am

· #27850

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אבי גערעדט » דינסטאג יולי 24, 2012 10:25 am

· #27856
מורא'דיג גערעכט.
איך דאנק נאר דעם אויבערשטן אז כ'האב שוין חתונה געהאט, נאך פאר איך האב געוויסט פון די אלע פראבלעמען, אזוי בין איך כאטש צוגעגאנגען רוהיג צו די זאך, נישט חלומ'נדיג אז ס'איז איכא דרכה אחרינא

לעמיל » דינסטאג יולי 24, 2012 10:46 am

· #27863
איך האף אז עס איז נישטא דא קיין בחורים דא וואס ליינען עס, עס וועט זיין א רחמנות אויף זיי אז זיי וועלען האבען אזלכע פייגלעך און קאפ

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 10:53 am

· #27874
מורא'דיגע אמת'ע דיבורים. מי יתן והי'. איך וועל אפילו נישט דערמאנען וויפיל טעותים עס איז דא אין דעם ארטיקל, ווייל די תוכן איז שטארקער פון די קלייניגקייטן.

גראדע מיר האט מען יא געוויזן א פיקטשער פון די מיידל בעפאר דעם שידוך.
און מיינע עלטערן, כאטש דער שידוך איז צוגעגאנגען ווי די היינטיגע סיסטעם, סך הכל האב איך גערעדט בלויז 15 מינוט (!) הכל בכל מכל ביים באשוי בעפאר מען האט געוואונטשן לחיים, אבער זיי האבן געזוכט א שיינע מיידל (עכ"פ אין זייערע אויגן) וועלכע וועט האבן חן אין די קינדער'ס אויגן. ביי אלע שידוכים האבן זיי אזוי געטון. מען האט נישט געקוקט נאר אויף די מחותנים, נאר אז די מיידל זאל אויך זיין א בא'טעמ'טע.

ס'איז נאך אסאך טינט געבליבן אין פעדער, ובעז"ה לכשירחיב הזמן, אאריך עוד.

טעפל » דינסטאג יולי 24, 2012 11:14 am

· #27895
ער האט אפאר גוטע פוינטס אבער כאילו די שידוכים וואס מ'וועט געבען פארן בחור צו דיסיידען וועט זיין בעסער?? רוב מאל ווען א בחור פילט ס'איז נישט פאר עם זאגט ער, איך קען אפאר אזאלעכע מעשיות.

Espresso » דינסטאג יולי 24, 2012 11:59 am

· #27920
לעמיל
איך האף אז עס איז נישטא דא קיין בחורים דא וואס ליינען עס, עס וועט זיין א רחמנות אויף זיי אז זיי וועלען האבען אזלכע פייגלעך און קאפ

לעמיל דו מאכסט א דזשאוק? איך קען אסאך אינגערלייט וואס וואלטען סאך בעסער אויסגעזען ווען זיי וואלטען ווען געלייענט דעם ארטיקעל אלס בחור.

משכיל » דינסטאג יולי 24, 2012 12:15 pm

· #27928
דער פראבלעם איז אז דער בחור איז על פי רוב דעספערעט און ער וויל זייער שטארק, אפ גערעט אין די קרייזען וואס מען שרעקט די בחורים אפ וועגען עניני קדושה, איז ער סטאק,

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 24, 2012 12:26 pm

· #27932
געוואלדיג איך האב שטארק הנאה דערפון. אינאיינוועגס וועל איך שוין אויך לינקן מיין פערזענליכע איבערלעבעניש (נאר אוועיליבל פאר די וואס האבן רשות כניסה צום פריוואטן פארום) וואס איך האב לעצטנס אפגעשריבן. און זאלט איר מיט די אייגענע אויגן זען די פארווייטאגטע מעמוארן פון א סיסטעם געליטענער.

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 24, 2012 12:29 pm

· #27934
שמעקעדיג
מורא'דיגע אמת'ע דיבורים. מי יתן והי'. איך וועל אפילו נישט דערמאנען וויפיל טעותים עס איז דא אין דעם ארטיקל, ווייל די תוכן איז שטארקער פון די קלייניגקייטן.

גראדע מיר האט מען יא געוויזן א פיקטשער פון די מיידל בעפאר דעם שידוך.
און מיינע עלטערן, כאטש דער שידוך איז צוגעגאנגען ווי די היינטיגע סיסטעם, סך הכל האב איך גערעדט בלויז 15 מינוט (!) הכל בכל מכל ביים באשוי בעפאר מען האט געוואונטשן לחיים, אבער זיי האבן געזוכט א שיינע מיידל (עכ"פ אין זייערע אויגן) וועלכע וועט האבן חן אין די קינדער'ס אויגן. ביי אלע שידוכים האבן זיי אזוי געטון. מען האט נישט געקוקט נאר אויף די מחותנים, נאר אז די מיידל זאל אויך זיין א בא'טעמ'טע.

ס'איז נאך אסאל טינט געבליבן אין פעדער, ובעז"ה לכשירחיב הזמן, אאריך עוד.

איך האב געבעטן א פיקטשער איידער די שידוך, און וויפיל איך האב עס געמאנט האט מען מיר איגנארירט, ווען איך באקום עס ווען דען, וואלט עס מסתמא בלויז געבליבן א פיקטשער...

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 12:31 pm

· #27937
טאמבעלע, נישט אלעס קען מען זעהן אויף א פיקטשער.

קענסטו דען זעהן וויפיל ענגליש זי קען??

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 24, 2012 12:35 pm

· #27942
גלייב מיר אויף די שטערן קען מען אסאך זען. 😉 אזוי האט מיין מלמד געזאגט.
און האב איך דען געזאגט אז ענגליש איז געווען דאס איינציגסטע פראבלעם?
קיין הירהורי עבירה וואלט זי מיר זיכער נישט גורם געווען.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 12:40 pm

· #27948
טאמבל סאס
קיין הירהורי עבירה וואלט זי מיר זיכער נישט גורם געווען.

😂 😂 😂

איך פארשטיי דיין פוינט.

קליינע רעבעלע » דינסטאג יולי 24, 2012 9:42 pm

· #28205
אמת'דיג גרעדט זעי איך אין גאנצען נישט וואס איך פארפאסט מיט נישט וויסן דעי אלע זאכן. אדרבה צעינדליגע זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געכאפט נאר מיינע עלטערן מיט זייערע עקספריענס האבען זיי מיר צי געטראפן דע ריכטיגע
אין וועגן וואס מען טיט נאך דע חתונה האלט איך נישט אז עס דא נאך איין בחור וואס ווייסט נישט וואס מען טיט אין פארשטייען אז א שיינע זאך איז גיט. אין אפילו מען זיכט א שיינע דע וועפט אויס נאך דע חתונה דע עיקר דארף מעןנ א גיטע בעל מידות
חוץ אייןמען זאך מען זאל חתונה מאכן ביי דע 25 יאר ווען מען שוין אינגאנצען רייף
אבער דאס איז שוין קעגען אינזער מסורה ווי אזוי מיר הבען מקבל געווען פין דע פריעדיגע

אשכנ » דינסטאג יולי 24, 2012 10:14 pm

· #28225
ווי אזוי האט די סיסטעם זיך אויסגעארבעט אין די לעצטע דור? זענען די תוצאות געווען בעסער, אדער האט מען געהאט ווייניגער השגות?

כאפצעם » דינסטאג יולי 24, 2012 11:56 pm

· #28272
קליינע רעבעלע
אמת'דיג גרעדט זעי איך אין גאנצען נישט וואס איך פארפאסט מיט נישט וויסן דעי אלע זאכן. אדרבה צעינדליגע זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געכאפט נאר מיינע עלטערן מיט זייערע עקספריענס האבען זיי מיר צי געטראפן דע ריכטיגע
אין וועגן וואס מען טיט נאך דע חתונה האלט איך נישט אז עס דא נאך איין בחור וואס ווייסט נישט וואס מען טיט אין פארשטייען אז א שיינע זאך איז גיט. אין אפילו מען זיכט א שיינע דע וועפט אויס נאך דע חתונה דע עיקר דארף מעןנ א גיטע בעל מידות
חוץ אייןמען זאך מען זאל חתונה מאכן ביי דע 25 יאר ווען מען שוין אינגאנצען רייף
אבער דאס איז שוין קעגען אינזער מסורה ווי אזוי מיר הבען מקבל געווען פין דע פריעדיגע

ערשטענס סאיז דא גענוג אין נאך בוחרים וואס זיי ווייסן נישט געהעריג... אין מה נפשך אויב ער ווייסט יא וואס האסטו איהם עס מורא צו זאגן ער ווייסט דאך במילא...

אין צווייטענס אין די גמרא שטייט שוין אסור לאדם שיקדש את אשה עד שיראנה... א מענטש דארף זיין סערספייד מיט זיין ווייב... אין כל שכן היינט ווען סאיז אזא שווערע וועלט!

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 25, 2012 12:21 am

· #28280
לאמיר שוין זאגן אז מען גייט צו צום בעשוי אזוי ווי אנאנים זאגט, אין פארק רואיג אן פרעשער.
איז נאך אלץ דא א גרויסער פראבלעם. ווער איז די מיידל וואס קומט אין פארק? די עלטערן ברענגען דיינע אפשענס!
וועסטו זאגן ניין, וועט מען דיר ברענגען נאך א גרעסערע עושר'ס טאכטער אין פארק.
איך מאך נישט אוועק אנאנים'ס איידיעס, יעדע סטעפ וואס קען עפעס פארבעסערן די שידוכים פראבלעם איז א מצוה מן התורה. ס'איז די גרעסטע סטעפ אין א מענטשנ'ס לעבן, ס'איז נוגע יעדן טאג פון לעבן!

smart » מיטוואך יולי 25, 2012 12:32 am

· #28283
קודם זייער שיין ארויסגעברענגט

דעי פראבלעים איז א אלטע פראבלעים אין נישט קיין נייע שוין געווען עטליכע מאל געשריבען דא אין אין אייוועט, נאר יעדע ברענגט עס ארויס אויף זיין אויפן און אויף זיין שפראך

אבער לאמיר זיך נישט נארן איז די אנדערע וועג בעסער? פאלן דען אוועק די פראבלעמען אויב מען גייט דעיטען?? יא! אסאך פראבלעמען פאלן אוועק אבער עס קומט צו חסרונות סאך מער ווי די מעלות יצא שכרה בהפסדו. דוק ותשכח כי קצרתי

כאפצעם » מיטוואך יולי 25, 2012 1:03 am

· #28291
ביי אינז גייט עס ביי די בעשויס אז יעדער פאפט... די וועג וויאזוי סאיז אויסגעשטעלט... מען באהאלט אלעס פין די כלה ביי די בעשוי מען מאכט זיך מער פרום מער ערענסט... 

גייסט דאך אפשר חתונה האבן צו יענעם זיי אפן זאג איר וואס די ביסט, וואס איז די פאפעריי?? 

אין וואס געשעהן מען האט חתונה אין מען בלייבט ביים פאפן... 

פארקרימטע סיסטעם...!!! 

ב״ה איך האב געהאט די שכל אין איך בין אייביג געוועהן אפן צו מיין ווייב!

כאפצעם » מיטוואך יולי 25, 2012 1:10 am

· #28293
smart
קודם זייער שיין ארויסגעברענגט

דעי פראבלעים איז א אלטע פראבלעים אין נישט קיין נייע שוין געווען עטליכע מאל געשריבען דא אין אין אייוועט, נאר יעדע ברענגט עס ארויס אויף זיין אויפן און אויף זיין שפראך

אבער לאמיר זיך נישט נארן איז די אנדערע וועג בעסער? פאלן דען אוועק די פראבלעמען אויב מען גייט דעיטען?? יא! אסאך פראבלעמען פאלן אוועק אבער עס קומט צו חסרונות סאך מער ווי די מעלות יצא שכרה בהפסדו. דוק ותשכח כי קצרתי

יא הינדרעט פראצעט די אנדערע וועג איז בעסער!!!

אין לאמיך הערן וואס איז די חסרונות פין די אנדערע וועג??

וואס ווייל די האסט נישט חתונה געהאט אויף יענע וועג??

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2012 1:26 am

· #28296
טראכטן וועגן א טויש ביי שידוכים
אנאנים: א יישר כח. דו האסט געטראפן אין פינטל. איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט זעקס קינדער. איך בין מסכים מיט א יעדע ווארט. אללע נקודות וואס דו האסא אנגערירט זענען אמת און דער מצב איז צריך תיקון גדול. אנגעהויבן בי דעם אז ביי שידוכים קוקט מען ענדערש "וואס מען וועט זאגן (צום שידוך/מחותן אין ביהמ"ד. צי מען וועט פאטשן מיט די הענט און זאגן פססס. אזא באמבעדיגע שידוך, אזא מחותן... און פון די צווייטע זייט ווארפט מען אוועק שידוכים פון פיינע שטיבער, אוואו די חתן-כלה זענען באמת א מעטש.
אויך איז דא געוויסע קרייזן וואו די מחותנים האבן א פארמעסט ווער ס'קען געבן "מער קעסט". אויב די חתן-כלה האבן איין שפראך און זיי וועלן קענען לעבן צוזאמען, דאס איז נישט וויכטיג. איך האב געטראכט פון אזא ווערטל/מעשה'לע. איינער האט זיך משדך געווען מיט א מאפיאנער. )לאוו דווקא מיליאנער). איין מחותן זאגט "איך וועל געבן פיהר יאהר קעסט. זאגט דער צווייטער "מחותן" איך וועל דיר געבן (א) קעסט cast וואס וועט דיר האלטן א גאנצן לעבן...! 😂

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2012 1:33 am

· #28298
שמעקעדיג
טאמבעלע, נישט אלעס קען מען זעהן אויף א פיקטשער.

קענסטו דען זעהן וויפיל ענגליש זי קען??

אבער ווען מען שמועסט )דער בחור און די מיידל( זעהט מען יא מיט ועם מען גייט צום טיש וכו': 🙄

זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 1:41 am

· #28300
בעל עגלה, וואס גייט פאר מיט דיינע רינגעלעך ? )סהייבט מיר אן צו נערווירן(

zurich » מיטוואך יולי 25, 2012 2:02 am

· #28306
100 פערסענט גערעכט ארויסגעברענגט שטארקע פוינטס, אבער די אמת איז נעם א יונגע 19 יעריגער בחור און קלער עים אויף,ער ווייסט נישט וואס טיט זיך מיט עים ער האט אין זיין ווילדסטן ווילדסטן חלום נישט געחלומט וואס חתונה האבן באדייט אמת'דיג!! און בכלל וואס האסטו טענות אויף די עלטערן אז זיי פיקן אויס,אז זיי מאכן די דעסידזען,ער איז דאך קוים 19 יאר קען ער דען מאכן א דעסידזען? ווייסט ער וואס ער דארף?ווייסט ער וואס "שיין" מיינט? ווייסט ער ווי צו קיקן? ס'זייער נארמאל אז די עלטערן העלפען עים צו!!

נאר וואס דען? אנטשטאט אונז זאל מיר קיקן אויף די סימפטאמס, יא יא רוב זאכן וואס די שרייבער שרייבט זענען סימפטאמס נישט די עיקר פראבלעם. און מען וועט אנהייבן צו פאקעסן אויף די עיקר פראבלעם וועט מען ניטאמאל דארפן רעדן פון די סימפטאמס ווייל ס'וועט נישט זיין!!

ווער זאגט אז מען דארף חתונה האבן ביי די 18 געב עים אביסל צייט שיק עים אויף לעיקוואד אדער אויף ארץ ישראל, ס'א מציאות א יונגערמאן וואס האט געלערנט און ארץ ישראל איז א צוויטע מענטש,ער פארשטייט לייף בעסער ער האט מער לייף אין זיך,ער האט מער ריספאנסיביליטי..

יעצט ער איז שוין 21 אדער 22,קומט ער צום בעשוי ווי א מען, הי נויהס וואט הי נידס, ער איז שוין נישט קיין בעיבי וואס דער טאטע דארף עים צוהעלפען!! עטס זעהטס פשי הא!! אלע פראבלעמען האבן גיווענישט מיט איין אויגן בליק!!
און דא שטעקט דער סוד פון די ליטווישע פארוואס ביי זיי גייט די סיסטעם בעסער,נישט וועגן די דעיטינג אה ווייס איך וואס.. נאר ווייל זיי גייען נישט צום דעיט ווי בעיביס זיי האלטען נאכן לערנען 5 יאר אין ארץ ישראל 3 יאר אין לעיקוואד..יא גאט מיי פוינט?!!
און אדרבא מאכטס א סטאטיסטיק וויפיל גט'ן ס דא ביי קאפעלס וואס האבן חתונה געהאט ביי די 19, און וויפל ג'טן ס'דא וועלכע האבן חתונה געהאט ביי די 21 ?
פרעיגסט די מערידז קאנסלערס פון וועלכע קעיסעס ער האט מער, אדרבא פרעיגטס, עטס ווייסט וואס די ענפער וועט דעפיניטלי זיין..

האסט הנאה געהאט געב א לייק ס' קאסט נישט קיין געלט!!

כאפצעם » מיטוואך יולי 25, 2012 10:00 am

· #28342
zurich

מורידיגע פוינט אז מען זאל חתונה האבן ווען מען איז עלטער!!!  ...  

אבער דעיס וואס די זאגסט אז סאיז נארמאל אז די טאטע מאמע זאלן העלפן,  זאל טאקע מיינען נאר העלפן אין נישט איינטיילן... 

אדרבא זיי זאלן העלפן דעים אכצען יעריגער מיטן זאגן וואס דאס חתונה האבן מיינט פינקט פארקערט ער זאל איהם זאגן... פארוואס מעג ער עס נישט וויסן???? וואס איז די סוד???? 
 
איך פארשטיי אז מען באהאלט עס פין אן עלעף יעריגער... אבער פין א אכצען יעריגע בחור????  

אין פליצלינג נאך די חתונה מעג ער שוין יא וויסן??? 

איין זאך איז זעכער קיינער וויל נישט אז זיין טאטע זאל מאכן דעם דיסישען... 
ס׳איז א עקעלדיגע זאך!!!!

וויפעל מאל הערט מען ביים חסידישן עולם ווען איך וועל נעמען א שניר אדער ווען איך וועל נעמען א איידעם.... 

משוגענער דו... די נעמסט א שניר ??? די נעמסט אן איידעם ???? 

לאז דיין זיהן נעמען מיש דיך נישט אריין!!! 

ער גייט לעבן מיט איר א גאנץ לעבן?
ער גייט האבן קינדער מיט איר?
ער גייט איר אויסהאלטן?
ער גייט ליגען אין בעט מיט איר יא? 
ער גייט איר קויפן פרעזענטס?

לאז איהם באשליסן!!!! 
ער זאל נעמען א ווייב!!!! 
אין נישט אז די זאלסט נעמען א שניר!!!!

smart » מיטוואך יולי 25, 2012 10:24 am

· #28356
די נקודה פון חתונה האבן ווען מען איז עלטער איז א גוטע נקודה און עס קען סאלווען א סאך פראבלעמען. אבער מיטן רוחניות'דיגע בליק פארשטייען מען זייער גוט פרוואס מען האט חתונה פריער.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 10:56 am

· #28371
smart
די נקודה פון חתונה האבן ווען מען איז עלטער איז א גוטע נקודה, און ווי דו האסט שוין געזאגט קען עס סאלווען א סאך פראבלעמען. אבער מיטן רוחניות'דיגע בליק פארשטייען מען זייער גוט פארוואס מען האט חתונה פריער.

אודאי אזוי. חוץ וואס עס שטייט "בן שמונה עשרה לחופה", איז עס אזוי מקובל.

אבער דא שטעקט נאך א פראבלעם, לאמיר זאגן מ'וועט זיך אן עצה געבן, און מ'וועט דאווענען א "לאנגע שמונה עשרה".
דער בחור אליין איז דאך דעספערעיט. א בחור וואס איז שוין היינט 19, ווער רעדט נאך 20, ג-ט זאל אפהיטן, איז דאך שוין די שטאטס רחמנות! ער האט זיך שוין נישט וואו צו דרייען!
די ישיבה איז ער שוין אויסגעוואקסן, אין כולל קען ער נאך נישט גיין (ער טאר דאך נישט לערנען יו"ד ח"ב), ארבעטן? אוי, מ'וועט דאך נישט קענען קיין שידאך טאן!
קומט מען ווייטער צוריק צו אונזער סיסטעם, אבער די נושא גייט שוין פון די געהירן (קרעדיט: שמואל הלוי, אויף א דיפערענט נושא)

זר זהב
בעל עגלה, וואס גייט פאר מיט דיינע רינגעלעך ? )סהייבט מיר אן צו נערווירן(

אין געוויסע טעלעפאנען גייט די רינגעלעך פארקערט ווי נארמאל, און ווען מען טייפט דארף מען נוצן די פארקערטע, (לב חכם בימינו וכסיל בשמאלו)

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 11:05 am

· #28377
און נאך א אינטרעסאנטע פאקט.

ביי רוב עולם איז אנגענומען, אז חתונה האבן טוט סאלווען אסאך פראבלעמען. דער באקאנטער הרב טווערסקי, אין איינע פון זיינע פאפולערע בוכער, שרייבט אז ס'איז א טעות ביים עולם וואס מיינט אז חתונה האבן איז אזא סארט "שפיטאל" וואו אלע פראבלעמען היילן זיך אויס אויטאמאטיש.

אסאך עלטערן האבן פראבלעמען מיט די טינעידזשערס (לייען: די עלטערע בחורים אדער מיידלעך), אמאל נארישע פראבלעמען, און אמאל טאקע ערנסטע, מ'זעהט ווי זיין קאפ פארט, ס'גליטשט, דאן טראכט מען ביי זיך, לאמיר אים שנעל חתונה מאכן, באצייטנס, זאל ער זיך אויסגעבן זיינע תאוות מיטן ווייב, זאל ער מאכן א לעבן מיט איר אויפן כשר'ן אופן!

בשעת איך קען הערן אז פאר רוחניות אישוס יאגט מען זיך צו, איז פאר די אנדערע מער געווענליכע זאכן, ווי למשל ער מאכט טראבל אינדערהיים אדער ער פאלגט נישט און פירט זיין לעבן ווי אזוי ער וויל און פייפט אריין אין יעדן, דאס איז נאך נישט קיין סיבה צו לויפן חתונה מאכן.
אלע שלעכטע מדות וואס א מענטש האט, בלייבט מיט אים נאך די חתונה אויכעט. ס'איז טאקע חתן מוחלין לו על כל עוונותיו, אבער זיינע נאטורן טוישן זיך נישט. און נאכדעם וואס די ערשטע אויסערליכע ליבשאפט און עקסייטמענט פאלט אוועק, קריכט ער צוריק ארויס און די מדות הייבן אן צו ארבעטן בתוקפו, פונקט ווי בעפאר די חתונה.

איך האב שוין געשריבן אין אן אנדער אשכול, אויב איך וואלט געקענט טוישן דעם חינוך סיסטעם, וואלט די גרעסטע דגוש געווען אויף עבודת המדות. אבער הלואי זאלן די עלטערע בחורים, נאכן זיך אנלערנען מלא וגדוש מיט תורה און חסידות, ארבעטן אביסל אויף זיך בעניני מדות. ס'וואלט דאך אזויפיל געהאלפן אויף שפעטער, ס'קומט צוניץ א גאנץ לעבן. דאס וועט אסאך מער העלפן ווי אים "לויפן חתונה מאכן" און האפן אז ער וועט ער "ווערן א מענטש"...

zurich » מיטוואך יולי 25, 2012 1:31 pm

· #28442
שמעקעדיג

אבער דא שטעקט נאך א פראבלעם, לאמיר זאגן מ'וועט זיך אן עצה געבן, און מ'וועט דאווענען א "לאנגע שמונה עשרה".
דער בחור אליין איז דאך דעספערעיט. א בחור וואס איז שוין היינט 19, ווער רעדט נאך 20, ג-ט זאל אפהיטן, איז דאך שוין די שטאטס רחמנות! ער האט זיך שיון נישט וואו צו דרייען!
די ישיבה איז ער שוין אויסגעוואקסן, אין כולל קען ער נאך נישט גיין (ער טאר דאך נישט לערנען יו"ד ח"ב), ארבעטן? אוי, מ'וועט דאך נישט קענען קיין שידאך טאן!
הוא הדבר אשר דיברתי דאס איז אויך פארט אויף די טשעינדז אז יעדער גייט חתונה האבן ביי די 22 וועט א בחור ביי די 19 נישט טראכטן פון חתונה האבן,און אוודאי נישט זיין דע-פרעסט!! לאמיר דיר פרעיגן א ליטווישער בחור ווער טעפרעסט און דעספערט ביי די 19??

gehlungen » מיטוואך יולי 25, 2012 2:05 pm

· #28453

I think you all have a big mistake. The main problem is that a young 18. 19. Year old boy or girl just don't know what marriage is all about. They really think its just playing house. But the truth is they are right because "ein chochom kebar nesoiyon"

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 25, 2012 2:12 pm

· #28459
תשובה לזר זהב שליט"א
זר זהב
בעל עגלה, וואס גייט פאר מיט דיינע רינגעלעך ? )סהייבט מיר אן צו נערווירן(

ערשטנס: זיי מוחל און נעם א אייסד קאפפי. (ס' דאך די ניין טעג( לענייננו: ווען איך שרייב אויף אידיש איז עס "לעפט טו רייט" נאר ס'פאהרט אריבער אויף רעכטס. אבער די אנדערע באטטאנס בלייבן אויף די לינקע זייט. ממילא קומט עס א סאך מאהל אויס "מוישה קאפויר" 😃

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 2:16 pm

· #28461
gehlungen
zurich
שמעקעדיג

אבער דא שטעקט נאך א פראבלעם, לאמיר זאגן מ'וועט זיך אן עצה געבן, און מ'וועט דאווענען א "לאנגע שמונה עשרה".
דער בחור אליין איז דאך דעספערעיט. א בחור וואס איז שוין היינט 19, ווער רעדט נאך 20, ג-ט זאל אפהיטן, איז דאך שוין די שטאטס רחמנות! ער האט זיך שיון נישט וואו צו דרייען!
די ישיבה איז ער שוין אויסגעוואקסן, אין כולל קען ער נאך נישט גיין (ער טאר דאך נישט לערנען יו"ד ח"ב), ארבעטן? אוי, מ'וועט דאך נישט קענען קיין שידאך טאן!
הוא הדבר אשר דיברתי דאס איז אויך פארט אויף די טשעינדז אז יעדער גייט חתונה האבן ביי די 22 וועט א בחור ביי די 19 נישט טראכטן פון חתונה האבן,און אוודאי נישט זיין דע-פרעסט!! לאמיר דיר פרעיגן א ליטווישער בחור ווער טעפרעסט און דעספערט ביי די 19??

I think you all have a big mistake. The main problem is that a young 18. 19. Year old boy or girl just don't know what marriage is all about. They really think its just playing house. But the truth is they are right because "ein chochom kebar nesoiyon"

נו דאס טענה'ט ער דאך!! אויב זענען זיי צו אינג חתונה צו האבן, און זיי גייען נאר "שפילן הויז" כלשונך, ווי אזוי מאכסטו זיי חתונה? איז דען חתונה האבן א דזשאוק? גייסט בידיים נעמען א אומשולדיג בחור און מיידל וועלכע דארפן אויפשטעלן א ערנסטע אידישע שטוב, און דו הייסט זיי שפילן הויז? קענסט דאס טון ביי די 14 אויכעט.

אבער אויב האלטסטו אז זיי זענען יא ראוי לאותו איצטלא, דאן לאז זיי אינגאנצן דעסיידען. ס'איז א פעקעדזש דיעל! פארשטייסט? אדער כ'מוז עס איבערשרייבן אין ענגליש כדי זאלסט עס כאפן 😉 😞

gehlungen » מיטוואך יולי 25, 2012 2:46 pm

· #28477
You are right & I do understand what you are saying. But remember no matter what age they are when they get married its always going to be like playing house. Because "you are not in it until you are in it"

מויל מאכער » מיטוואך יולי 25, 2012 2:49 pm

· #28479
zurich
שמעקעדיג

אבער דא שטעקט נאך א פראבלעם, לאמיר זאגן מ'וועט זיך אן עצה געבן, און מ'וועט דאווענען א "לאנגע שמונה עשרה".
דער בחור אליין איז דאך דעספערעיט. א בחור וואס איז שוין היינט 19, ווער רעדט נאך 20, ג-ט זאל אפהיטן, איז דאך שוין די שטאטס רחמנות! ער האט זיך שיון נישט וואו צו דרייען!
די ישיבה איז ער שוין אויסגעוואקסן, אין כולל קען ער נאך נישט גיין (ער טאר דאך נישט לערנען יו"ד ח"ב), ארבעטן? אוי, מ'וועט דאך נישט קענען קיין שידאך טאן!
הוא הדבר אשר דיברתי דאס איז אויך פארט אויף די טשעינדז אז יעדער גייט חתונה האבן ביי די 22 וועט א בחור ביי די 19 נישט טראכטן פון חתונה האבן,און אוודאי נישט זיין דע-פרעסט!! לאמיר דיר פרעיגן א ליטווישער בחור ווער טעפרעסט און דעספערט ביי די 19??

איינער פין די סיבות פארוואס די בוחרים ווערן דיפרעסט זענען די ישיבות שילדיג... 

ווייל די איינציגסטע וועג אז א בחור זאל ווערן א מענטש פאר זיך איז דורך חתונה האבן... ווייל ווילאנג ער איז נאך א בחור האט ער פיפציג בעל הבתים העכער זיך!!! 

איז עס דען נארמאל אז די סיבה פארוואס א בחור זאל וועלן ווערן א חתן זאל זיין ארויצוגיין פין ישיבה????

מען דארף זיי געבן אביסל פרייהייט...!!

zurich » מיטוואך יולי 25, 2012 5:51 pm

· #28554
נו, דערפאר שיק אים קיין מיר אדער א צווייטע ישיבה אין ארץ ישראל, וועט ער נישט זוכן קיין פרייהייט.

קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 7:50 pm

· #28603
קען איינער מיר זאגען וואס מען דארף דערציילען פארן 18 יעריגער כדי ער זאל וויסען וואס ער דארף קיקען
אז מען וועט אים זאגען ברחל בתך הקטנה וואס וועט ער דעמאלטס טיען ?
איין זאך ווייס זאך ביי דע 18 יאר האב איך געוויסט נאר דעיס און נאר דיעס האב איך געקיקט ביי דע בישא. היינט וויס איך דעיס איז נאר א קליינער פארט פין חתונה האבן אין א מזל אז מיינע עלטערן האבען מיר עס געזיכט ווייל איך וואלט גאר אנדערש געוואלט

קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 7:52 pm

· #28604
פאר נייגעריקייט האב איך געפרעיגט איינער וואס טיט אין שלום בית ביי אינז און ביי דע ליטווישע ער זאגט מיר אז מען זיעט נישט מער גיטין ביי אינז ווי ביי זיי אפשר גאר מער

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 7:57 pm

· #28606
קליינע רעבעלע. די טענה האט מען שוין איבערגעדראשן הונדערט מאל. די סיבה איז וויבאלד ביי ליטוואקעס אדער מאדערנע איז נישט אזא פראבלעם דאס גט'ן. פאר סאם ריזען, לאזט דער מזבח ווייניגער טרערן ביי זיי. והמבין יבין.

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 25, 2012 8:29 pm

· #28622
קליינע רעבעלע
אמת'דיג גרעדט זעי איך אין גאנצען נישט וואס איך פארפאסט מיט נישט וויסן דעי אלע זאכן. אדרבה צעינדליגע זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געכאפט נאר מיינע עלטערן מיט זייערע עקספריענס האבען זיי מיר צי געטראפן דע ריכטיגע
אין וועגן וואס מען טיט נאך דע חתונה האלט איך נישט אז עס דא נאך איין בחור וואס ווייסט נישט וואס מען טיט אין פארשטייען אז א שיינע זאך איז גיט. אין אפילו מען זיכט א שיינע דע וועפט אויס נאך דע חתונה דע עיקר דארף מעןנ א גיטע בעל מידות
חוץ אייןמען זאך מען זאל חתונה מאכן ביי דע 25 יאר ווען מען שוין אינגאנצען רייף
אבער דאס איז שוין קעגען אינזער מסורה ווי אזוי מיר הבען מקבל געווען פין דע פריעדיגע

דיסלייק צוויי מאל!

קליינע רעבעלע » מיטוואך יולי 25, 2012 8:31 pm

· #28625
פארוואס טיסטי מיר דאס?

כאפצעם » מיטוואך יולי 25, 2012 8:37 pm

· #28630
קליינע רעבעלע
קען איינער מיר זאגען וואס מען דארף דערציילען פארן 18 יעריגער כדי ער זאל וויסען וואס ער דארף קיקען
אז מען וועט אים זאגען ברחל בתך הקטנה וואס וועט ער דעמאלטס טיען ?
איין זאך ווייס זאך ביי דע 18 יאר האב איך געוויסט נאר דעיס און נאר דיעס האב איך געקיקט ביי דע בישא. היינט וויס איך דעיס איז נאר א קליינער פארט פין חתונה האבן אין א מזל אז מיינע עלטערן האבען מיר עס געזיכט ווייל איך וואלט גאר אנדערש געוואלט

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשען זענען נעבעך אזוי איינגערעדט אין דעם סיסטעם!!! 

ס׳איז זייער פשוט פארוואס מען דארף זאגן.... 

ער טאר נישט גיין צו א בעשוי אויב ער ווייסט נישט וואס חתונה האבן מיינט... 

אפשר שיקסטו  אויך דיין 13 יעריגע בחור ביי א בעשוי???

אין אדרבא זאג איהם אלעס פין מעריזש... 

די חתן רבי זאל ער נאר דארפען ניצען פאר הלכות!!!

כאפצעם » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:28 am

· #28798
וואס גייט דא פאר??
10 הודעה׳ס זענען נעלם געווארן..

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:03 pm

· #29041
ווער ס' פארשטייט פארשטייט און ווער נישט וועט ממילא נישט פארשטיין
ס' דא ווער ס' פארשטייט אבער איינער וואס נישט קען מען נישט אויפקלערן בשעת מעשה עס קען נאך מאכן מער קאמפליצירט כ'האב גיפרעגט איינעם צו ער'ט דורכגירעדט וועגן זיין לייפסטייל נאך די חתונה קוקט ער מיך אהן די מאדערנע טוען אזוי כ'האב געפרעגט ווי ארבייט איהר ווי ארבייט אייער טאטע וכדו'

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:38 pm

· #29069
לא זכיתי להבין.

משה געציל » זונטאג יולי 29, 2012 6:26 pm

· #29507

shas » מאנטאג יולי 30, 2012 4:28 pm

· #29895
In my opinion the problem is not the age and neither the system. when a child reaches 18,19 he should know what life is all about, and know what he wants.
im not disagreeing that our system can use some changes. but i can say from my experience in my family that we were all ripe by 17. and the credit goes to our parents.
we knew what life is all about and knew what to look for. from a very young age we were taught to think and think whats the purpose of life and why were here..my parents would hint us stuff here and there that made our brain think! i can say that slowly we were able to figure out almost everything on our own,by time i reached chusen classes there was nothing new revealed.and im talking about a very frume satmare family.
and i can say that the ones in our family that got married to older spouses (23+)were nothing more happy or knew what they want,maybe more confused.

איך אויך » מאנטאג יולי 30, 2012 4:55 pm

· #29902
שלום עליכם רב ש"ס, לכבוד דעם סיום הש"ס?

פארשטאנד » מאנטאג יולי 30, 2012 6:52 pm

· #29937
לענ"ד קען מען נישט זאגן קיין כלל דערין, איך מיין אז מ'קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס פון בחורים.

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

לאידך גיסא איז דא די מדריגה אונגאנצן פארקערט, אזעלכע וואס ווייסן 'אלעס' און יעדער ווייסט אז זיי ווייסן, עכ"פ די עלטערן ווייסן אז זיי ווייסן, אזא בחור איז לכאורה אויך געסעטלט ווייל זיינע עלטערן וועלן -עכ"פ אין רוב פעלער - זוכן וואס זיי דארפן און נישט פארדרייען א קאפ, און דער בחור אליין לאזט זיך אויך נישט פארדרייען, אזא בחור קען זאגן 'ניין'.

די פראבלעם ווערט ביי די 'צווישן' בחורים, ד.ה. אזעלכע וואס זענען נישט צו פרום זיי ווייסן למחצה לשליש דא ווערט די פראבלעם, ווייל פארהאן אזעלכע וואס טראגן די נאמען בינוני אבער באמת ווייסט ער אלעס, האט געהאט אינטערנעט אלס בחור, הכלל ריכטיג אויפגעקלערט, ער איז דער בחור וואס פאלט אריין ווייל זיין מאמע זוכט אים א פיין מיידל א פיין שטוב, אבער באמת דארף ער מער 'אהערגעשטעלט' און ער 'קען נישט' זאגן ניין, ער קען נישט זאגן אז ער דארף א שיין מיידל ווייל ער זיצט דאך אין ישיבה ער פארשטייט דאך בכלל נישט צו די אנדערע מין, איז ווי ווייסט ער פלוצלינג וואס מיינט שיין? וואס מיינט אהערגעשטעלט?

פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עיצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם ודי למבין

איז וואס איז די עיצה? דעיטן איז לכאורה עפעס א עיצה אבער אויך נישט ווער ווייסט וואס, חוץ אויב ס'איז מערערע דעיטס ווי מ'גיט די ברירה מער אריינצוקומען אין די ענינים, אבער צו ווייט וועט מען נישט אנקומען.

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 7:01 pm

· #29938
shas
In my opinion the problem is not the age and neither the system. when a child reaches 18,19 he should know what life is all about, and know what he wants.
im not disagreeing that our system can use some changes. but i can say from my experience in my family that we were all ripe by 17. and the credit goes to our parents.
we knew what life is all about and knew what to look for. from a very young age we were taught to think and think whats the purpose of life and why were here..my parents would hint us stuff here and there that made our brain think! i can say that slowly we were able to figure out almost everything on our own,by time i reached chusen classes there was nothing new revealed.and im talking about a very frume satmare family.
and i can say that the ones in our family that got married to older spouses (23+)were nothing more happy or knew what they want,maybe more confused.
זאגסטו אז די טשענדז זאל זיין.אז מען זאל אויפקלערן די קינדער פארן בישוי. ריכטיג?

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 7:04 pm

· #29939
פארשטאנד
לענ"ד קען מען נישט זאגן קיין כלל דערין, איך מיין אז מ'קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס פון בחורים.

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

לאידך גיסא איז דא די מדריגה אונגאנצן פארקערט, אזעלכע וואס ווייסן 'אלעס' און יעדער ווייסט אז זיי ווייסן, עכ"פ די עלטערן ווייסן אז זיי ווייסן, אזא בחור איז לכאורה אויך געסעטלט ווייל זיינע עלטערן וועלן -עכ"פ אין רוב פעלער - זוכן וואס זיי דארפן און נישט פארדרייען א קאפ, און דער בחור אליין לאזט זיך אויך נישט פארדרייען, אזא בחור קען זאגן 'ניין'.

די פראבלעם ווערט ביי די 'צווישן' בחורים, ד.ה. אזעלכע וואס זענען נישט צו פרום זיי ווייסן למחצה לשליש דא ווערט די פראבלעם, ווייל פארהאן אזעלכע וואס טראגן די נאמען בינוני אבער באמת ווייסט ער אלעס, האט געהאט אינטערנעט אלס בחור, הכלל ריכטיג אויפגעקלערט, ער איז דער בחור וואס פאלט אריין ווייל זיין מאמע זוכט אים א פיין מיידל א פיין שטוב, אבער באמת דארף ער מער 'אהערגעשטעלט' און ער 'קען נישט' זאגן ניין, ער קען נישט זאגן אז ער דארף א שיין מיידל ווייל ער זיצט דאך אין ישיבה ער פארשטייט דאך בכלל נישט צו די אנדערע מין, איז ווי ווייסט ער פלוצלינג וואס מיינט שיין? וואס מיינט אהערגעשטעלט?

פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עיצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם ודי למבין

איז וואס איז די עיצה? דעיטן איז לכאורה עפעס א עיצה אבער אויך נישט ווער ווייסט וואס, חוץ אויב ס'איז מערערע דעיטס ווי מ'גיט די ברירה מער אריינצוקומען אין די ענינים, אבער צו ווייט וועט מען נישט אנקומען.
דיין ניק פאסט אריין!!

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 7:15 pm

· #29948
פארשטאנד
די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע אין זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו', זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן. אזא איינעם איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

פארשטאנד
פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם. ודי למבין.

ביי מיר זענען די 2 ממש די זעלבע. יעדער "פרומער" בחור וועט נאך אמאל קומען צום טעם, און קען חרטה האבן אז ער האט נישט געמאכט זיין אייגענע באשלוס, נאר זיך פארלאזט בלינדערהייט אויף יענעמ'ס טעיסט.
דאס מיינט אז חוטא נשכר (אדער פארקערט), וויבאלד ער איז א ערליכער בחור, קען מען אים אריינשמירן וואס מען וויל. אודאי אסאך מאל לאזט זיך עס אויס בעסער ווי אנדערע נישט ערליכע, אבער נישט אלעמאל, און למיחש מיהא בעי.
דער חלק וואס דו שרייבסט אז "דער מאן זאל נישט קומען ח"ו לידי חטא", איז די גרעסטע ראי' אנטקעגן דיינע ווערטער. טאקע ווייל ער איז זיך מתנזר פון די וועלט און לעבט נאר מיט זיין ווייב, דעריבער דעזערווט ער עפעס וואס זאל טאקע ארבעטן.
בלאט: 1 2 3 4