☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #1204

אשכול אן א טיטל #1204

166 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1204
בלאט: 1 2 3 4

שמו יגער » דינסטאג יולי 30, 2013 4:28 pm

· #137309
זר זהב
איך וואלט פארגעשלאגן א גאר ראדיקאל אויסזעהענד טויש אין די גאנצע חתונה נאכט סיסטעם. וויזוי האט מען חתונה געהאט אינדערהיים? אדער אפילו דא אין אמעריקע גלייך ווען מ'איז אהערגעקומען. איך וואלט מסכים געווען צו זיין דער ערשטער חתונה צו מאכן אין א קליינעם ביהמ"ד! מיט נישט מער ווי 20 געסט! געפילטע פיש וואס מ'האט געקאכט אינדערהיים! מיט אביסל פלייש טשיקן היימישע, און א טעיפ רעקארדער צוגעטשעפעט צו א ספיקער פאר די מוזיק. וואס וואלט געפעלט פון אזא קאפל נאך די חתונה?!?! די חתונה נאכט וואלט אפגעקאסט 500 דאללער און יעדער קען זיין העפי.. איך וואלט עס געטון אבער ווי טרעפט מען א מחותן וואס איז אויך ווי מיר?

זאל איינער אויסרעכענען וויפיל א מחותן האט געצאלט חתונה צו מאכן א קינד 100 יאר צוריק, לייג צו אינפלאציע און כ'ווייס וואס נאך. ס'וועט נישט אויסקומען מער ווי 500 דאלער כ'גלייב. אבער היינט איז א וועלט פון חבירים און פרענדס און שפילן פאר די גאס און 'יעדער' טוט אזוי, דארף מען ספענדן 15000 אין איין נאכט און נאך טאנצן כאילו מ'איז פרייליך, און צוקוקן וויזוי די קרובים טעקסטן א גאנצן סעודה איבער זייערע איבערגעפילטע טעלערס וואס גייט אקארשט אריין פילערהייט אין גארבעדזש.

א פאריקטע וועלט. יעדער איז משוגע, קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען און זאגן ער איז נארמאל, ער איז נישט! והא ראיה ער ספענט געלט וואס ער האט נישט ווען ס'פעלט נישט אויס. מ'דארף מאכן א וועד וואו מ'זאל זיך קענען איינשרייבן מענטשן וואס זענען מסכים חתונה צומאכן די קינדער אין 500 בעדפארד שול אדער אין טענקע שול אד"ג, נאכדעם זאלן שדכנים אנהויבן ארבעטן ארום די משפחות.

איי העוו עי דריעם

אויסער דעם וואס דאס איז נאר א דרים אין ווי די זאגסט אליין אז טרעפן א מחותן וועט זיין שווער ( אגב וויל זיך גראדע יא איינער משדך זיין אויף דעם סטייל....) איז דא נאך א נושא וואס די דערמאנסט נישט אין דאס זענען די קינדער. אפילו היינט וואס ברוך השם אין אסאך מוסדות ערקלערט מען די מיידלעך מיט די בחורים אז מ׳זאל נישט מיטשען פאר די חתונה פאר קיין מותרות אדער פאר זאכן וואס ער וויל נאר ווייל יענער האט וכדומה מיט דעם אלעם איז כמעט נישט שייך צו זאגן פאר א קינד (אין ער זאל מסכים זיין) צו האבן אזא חתונה. זיין טענה למה נגרע וועט זיך שווער ענטפערן...... ווייל אינדערהיים האט אזוי א חתונה אויסגעזען

ברסלבער » דינסטאג יולי 30, 2013 4:48 pm

· #137314
קודם דארף מען זעהן אויב דער עולם איז בכלל אינטערעסירט "עטוואס" אראפצוציפן פון די גרויסע הוצאות, און נאכדעם וועט מען זעהן אויב מען קען אזוי ווייט ווי זר זהב וויל גיין.

שמו יגער » דינסטאג יולי 30, 2013 4:56 pm

· #137317
עס קען אלעמאל זיין אויפן גאנצען כדור הארץ פונקט צוויי מענטשן וואס זענען גרייט צו גיין פונקט אזוי עקסטרעם אין די נושא פון תקנות פאר חתונה מאכן (אדער שפארן ווי אנדערע רופן דאס אן) אבער מען זאל אויך טרעפן אז פונקט ביי די זעלבע צוויי אידן זאלן אויך זייערע ביידע קינדער מסכים זיין צו אזא עקסטרעם הנהגה, דאס האב איך מסביר געווען וועט זיין א דבר שאינו שכיח ממילא וועט עס בלייבן ביי א דרים.... ווי ער זאגט אליינס

דעת תורה » דינסטאג יולי 30, 2013 11:35 pm

· #137379
יתכן אז די סעודת החתונה האט געקאסט נאר 500 דאלאר לפי ערך, כאטש איך בין זייער מסופק אין דעם. זויוויזוי, א חתונה האט נאך אלס אפגעקאסט שווערע געלטער צוליב נדן און מתנות, אזוי איז עס שוין פון אייביג אן אז א חתונה קאסט טייער געלט.

מען קען אבער זען פון אלע מעשיות פון דעם-חסיד-וואס-איז-געפארן-צו-א-רבי אז נאר אנעמפלויד חברה האבן געהאט א פראבלעם דערמיט. א געווענליכער ארבעטער האט יא געקענט אפארדן די הוצאות החתונה, משא"כ היינט.

קרעקער » מיטוואך יולי 31, 2013 1:59 pm

· #137489
נחום רז"ב איז זייער שטארק מעורר דע וואך איבער שידוכים פאר וואס רבנים טוען נישט מער און פארוואס מזאגט אפ שידוכים

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:59 am

· #165345
הכל לפי מעשיו של אדם!
"אמנם מצינו גם צדיקים שהי' להם נשים רעות"!
-
📎 שידוכים סיסטעם.jpg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 7:51 pm

· #165427
נו, אונז האמיר דאך דעם כלל אז ס'אייביג דא א יוצא מן הכלל
און מיט די כלל גופא, ווערט אלץ פארענטפערט

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:16 am

· #170035
גאנץ אינטרעסאנט:

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/150203/2013/12/23/new-york-oped-what-i-did-with-my-shidduch-list/">http://www.vosizneias.com/150203/2013/1 ... duch-list/</a>

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:49 pm

· #197957
אזא ראדוואן סעדקי, א קאנאדישער-עגיפטישער זשורנאליסקע, טענה'ט, אז דער חרדי'שער שידוכים סיסטעם איז גענוי ווי דער מוסלומענער.
<a class="postlink" href="http://azzasedky.typepad.com/egypt/2014/04/islamist-gate-what-do-ultra-orthodox-jews-and-salafists-have-in-common.html">http://azzasedky.typepad.com/egypt/2014 ... ommon.html</a>

נולד מאוחר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:13 pm

· #253584

אדונינו » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 3:21 pm

· #299175
זר זהב
און וואס איז געווען ווען ס'געווען איינער סיי א יופי און סיי א מיוחסת?
אדער א מיאוס'ע מיוחסת?

גוט פרעגסטו, און הער א שיינע תשובה פונעם גאון. די כליל המעלות האט מיט גארנישט געדארפט שטאלצירן, מען האט איר געכאפט מיט ביידע הענט....

כאפצעם » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:07 am

· #300461
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 20, 2016 12:19 pm

· #342974
[ציטאט אראפגענומען]

די מעשה איז געשען ווען הרב אליהו גראדנענסקי האט געשריבען צו זיין שווער הגר"י סאלאנטער וועגען דער איידעם דער עילוי וואס ער האט נארוואס גענומען, אשר בשמו יכונה הרב חיים עוזר גראדזינסקי.
ר' ישראל סאלאנטער האט איהם צוריק געשריבען כנ"ל.
ס'שטימט לכאורה אויף איהם מער.



אגב אורחא, ס'איז מיר אלס שווער געווען פון די המשך הפסוק......

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

מי אני » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:28 pm

· #428321
קינות גירושין
לענ"ד איז בעסער צו חתונה האבן ווי שפעטער, צום ווייניגסטענס זאל שוין דער בחור האבן א סאורס אף אינקאם, דאס פארמיידט אסאך פראבלעמען.
 


ויואל משה מאמר לשה״ק אות ב.📎 IMG_4291.jpg




Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:38 pm

· #428323
יעצט פארשטייט איר שוין זייער גוט פארוואס טשעבינע רב האט געזאגט אז ויואל משה איז אן אגדתא ספר...

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:42 pm

· #428334
א זיס ספר...
אפשר רעדט דער פסוק פון בן עזאי וואס נפשו חשקה בתורה...
בלאט: 1 2 3 4