☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #1204

אשכול אן א טיטל #1204

166 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1204
בלאט: 1 2 3 4

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 7:34 pm

· #29960
zurich
פארשטאנד
לענ"ד קען מען נישט זאגן קיין כלל דערין, איך מיין אז מ'קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס פון בחורים.

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

לאידך גיסא איז דא די מדריגה אונגאנצן פארקערט, אזעלכע וואס ווייסן 'אלעס' און יעדער ווייסט אז זיי ווייסן, עכ"פ די עלטערן ווייסן אז זיי ווייסן, אזא בחור איז לכאורה אויך געסעטלט ווייל זיינע עלטערן וועלן -עכ"פ אין רוב פעלער - זוכן וואס זיי דארפן און נישט פארדרייען א קאפ, און דער בחור אליין לאזט זיך אויך נישט פארדרייען, אזא בחור קען זאגן 'ניין'.

די פראבלעם ווערט ביי די 'צווישן' בחורים, ד.ה. אזעלכע וואס זענען נישט צו פרום זיי ווייסן למחצה לשליש דא ווערט די פראבלעם, ווייל פארהאן אזעלכע וואס טראגן די נאמען בינוני אבער באמת ווייסט ער אלעס, האט געהאט אינטערנעט אלס בחור, הכלל ריכטיג אויפגעקלערט, ער איז דער בחור וואס פאלט אריין ווייל זיין מאמע זוכט אים א פיין מיידל א פיין שטוב, אבער באמת דארף ער מער 'אהערגעשטעלט' און ער 'קען נישט' זאגן ניין, ער קען נישט זאגן אז ער דארף א שיין מיידל ווייל ער זיצט דאך אין ישיבה ער פארשטייט דאך בכלל נישט צו די אנדערע מין, איז ווי ווייסט ער פלוצלינג וואס מיינט שיין? וואס מיינט אהערגעשטעלט?

פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עיצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם ודי למבין

איז וואס איז די עיצה? דעיטן איז לכאורה עפעס א עיצה אבער אויך נישט ווער ווייסט וואס, חוץ אויב ס'איז מערערע דעיטס ווי מ'גיט די ברירה מער אריינצוקומען אין די ענינים, אבער צו ווייט וועט מען נישט אנקומען.
דיין ניק פאסט אריין!!

גוט!

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 7:34 pm

· #29961
זר זהב

גאר גוט!

town1 » מאנטאג יולי 30, 2012 7:40 pm

· #29965
עס איז גוט

Shmilly » מאנטאג יולי 30, 2012 8:36 pm

· #30002
פארשטאנד

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

איך האלט נישט אז דו ביזט גערעכט מיט דעם ערשטן קאטעגאריע - איך מיין אז יעדער האט א יצר הרע און יעדער ווייסט וואס מיינט שיין.

just my 2 cents

פארשטאנד » מאנטאג יולי 30, 2012 9:46 pm

· #30032
Shmilly
פארשטאנד

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

איך האלט נישט אז די ביזט גערעכט מיט דעם ערשטן קאטעגאריע - איך מיין אז יעדער האט א יצר הרע און יעדער ווייסט וואס מיינט שיין

just my 2 cents

יש"כ פאר די מגיבים עס גיט חיזוק.

לענין, איך האב ספעציעל געשריבן אז יעדער קען אזעלכע אין זיין עיזש ווייל אויב די וועסט זיך ארומקוקן וועסטו טרעפן אזעלכע וואס פארשטייען באמת נישט אפי' צוואנציג יאר נאך די חתונה, ווילסט איך זאל גיין מיט נעמען...? זשאסט קידדינג...

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 10:05 pm

· #30035
Shmilly
פארשטאנד

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

איך האלט נישט אז די ביזט גערעכט מיט דעם ערשטן קאטעגאריע - איך מיין אז יעדער האט א יצר הרע און יעדער ווייסט וואס מיינט שיין.

just my 2 cents

און אז נישט דארף ער גיין צו א דאקטער!! 😮

איחוד פעלד » מאנטאג יולי 30, 2012 11:02 pm

· #30063
יא ער ווייסט אבער ער זוכט נישט דוקא דאס. עס איז דא דער משל אין חסידישע ספרים, הכפרי לא יתאווה לבת המלך, ווייל ער האט נישט קיין שום אויסזוכט זי צו באקומען.

zurich » דינסטאג יולי 31, 2012 1:40 am

· #30134
יאנקל.דו באמערקסט וויפל מאל טיפש ווערט דא דערמאנט??
וואס איז ביסט א רעיסיס? וואס האסטו אזוי אנטקעגן טיפשים? וואס איז, זיי זענען שולדיג אז ווען מען האט געטיילט שכל האבן זיי גענומען מיט א גאפעל??

מויל מאכער » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:58 am

· #30627
איין זאך איז איז זעכער ... אז ס׳מיז זיין א טשעינזש אין די סיסטעם...

די יעצטיגע סיסטעם איז דעפענעטלי נישט גיט!!

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:02 pm

· #30660
כ'האב לעצטנס געהערט א גוט ווארט אויף אונזער שידוכים סיסטעם:

מיר וואקסן אויף אין א שטרענגע אטמאספערע. טאטע/מאמע מוסר'ן און קוקן שטרענג, דער מלמד שמייסט און שרייעט, דער ראש ישיבה און מגי"ש טיילן פסקים און קנסות...
פלוצים זעצט מען אריין דעם בחור מיט א מיידל, און ראה זה חדש: איינער שמייכלט צו אים!
גלייך איז דער בחור מסכים, יא! אזוינס דארף איך!!! ענדליך איינער שמייכלט שוין צו מיר...!!!!

דארפן מיר דען מער ווי 10 מינוט ביי א באשוי? עס פעלט שוין נישט אויס מער.

ואידך פירושא היא, זיל גמור......

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:08 pm

· #30663
פון א תורה פונעם בעש"ט הק' דרינג איך ארויס אז אונזער שידוכים סיסטעם איז ראנג. איך וועל באלד גיין אין שיל און נאכשרייבן פון יענעם נייעם דרוק לשון קדשו.

אויס מענטש » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:42 pm

· #30718
די טעמע איז א וויכטיגע טעמע וואס דארף א תיקון גדול תיכף ומיד ממש
אבער איך זעה נישט דעם פראבלעם אזוי ווי אנאנים לייגט עס אראפ, נאר אינגאנצן אנדערש. די אוטקאום איז נאר דער זעלבער.

לאמיר מקדים זיין א נקודה :
די מיידלעך זענען גאר אנדערש ווי בחורים אין רוחניות, פינטל.
זיי זענען זייער תמימות'דיג, און ווי נאר עס זאל נישט זיין ווערן זיי מער און מער תמימות'דיג, מיט די גאנצע היינטיגע אפענע וועלט. און ביי די בחורים איז די מעשה ממש להיפך בחורים זענען היינט צוטאגס מער אפענער צו די וועלט, און ווערן מער אויפגעקלערט מיט יעדע מינוט וואס גייט דורך, און אין די דרגה פון לערנען וואקסן זיי אבער גרויסע עמי הארצים און גארנישט עדיוקעיטיעט, קאפ-מח-שטרוי-זעק. און די מיידלעך ווערן מער און מער עדיוקעיטיט.
פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז א סוד, און דער בחור טרייט צו פאפן בכל כוחו וכוונתו, ביז אדער ער קומט צום שכל שיין מאנעווירן זיין ווייב צו וואס ער וויל, אדער רוב מאל קראכט עס, ואידך פירושא זיל גמור.
במילא וואס געשעט נאך די חתונה איז, אז די מיידל דארף אראפקומען פון אירע הויכע מדריגות, און דער בחור דארף ארויפקומען היבש אביסל -ווי מען רופט עס- ער דארף זיך צושטעלן.

איך ווייס נישט צו מען קען עכט עפעס טון אויף דעם פעלד ביי די מיידלעך ווייל זיי זענען זייער תמימות'דיג און האקעל, איך מיין עס איז בעסער צו גיין מיט דעם כלל פון מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן. (אדער טוישן די גאנצע סיסטעם פון די בית רחל...)
אבער ביי די בחורים, דארף ווען זיין אז, נישט אז מען זאל לאזן דעם בחור זיין אפען וכו' ווייל רוב מיידלעך אין זייער דעמאלטסדיגן מצב זענען בכלל נישט קיין סעט פאר אונזערע בחורים, איימסארי.

נאר וואס יא. דער בחור מוז מאכן זיכער אז ער פארשטייט זיך מיט די מיידל, און דאס קען טאקע נאר קומען אזוי ווי דער ראש הקהל זאל זיין געזונט שלאגט פאר, דהיינו אפאר בעשויס, אונטער נארמאלע אומשטענדן, נישט אין דיינונג רום וכו' וכו'
אבער דער עיקר, מען מעג זאגן ניין נאך די בעשוי, אן קיין פארוואס, פלעין ווייל איך פיל עס איז נישט פאר מיר.
און עס דארף בכלל נישט זיין קיין בושה אויב די שידוך ווערט נישט נאך א בעשוי, די פרעשור פון וואס וועט מען זאגן איז א געפערליכער חורבן, מען מעג האבן וויפיל בעשויס מען וויל מיט וויפיל מיידלעך מען וויל, ביז ווילאנג איך פיל מיר באקוועם, לאו דוקא "love", מיט די מיידל וואס איך גיי לעבן און דורכטון אלעס און אויך אביסל איר אראפברענגען צו די וועלט, פאר די איבריגע יארן פון מיין לעבן.
לגבי אויפקלערן דעם בחור פארדעם, קען מען זיך דינגען אהער און אהין, ווייל באמת טאר מען זיך אויך נישט לאזן פון שיינקייט, עס קען פארדרייען די געפילן כנודע.

ס'איז נאך א לאנגע אריכות, ועוד חזון למועד.

shas » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:29 pm

· #30743
No! make ur kids mature,they will have a whole new look on life, they will throw away their toys earlier than other kids, and know how to deal with serious issues in life later on. Not like most boys/girls today.
U think I needed someone to tell me what love is ? Don't tell them anything about sex, but they will chap on their own. It's hard to explain.

אויס מענטש
has some good points. A erliche boy that is mature, even if he knows everything won't get washed away by the looks if she is not good enough inside. The main thing u need when u meet a girl is to look if u can have a good relationship with her and see a chein in her and not be disgusted. It's a very babyish world in my eyes...

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:22 pm

· #30810
פון די 20 און העכער ווערט א בחור אסאך מער געבויט ווי ווען ער האט חתונה ביי די 18-19

shas » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:30 pm

· #30814
just one mans opinion...most ppl dont get married by 18. why still so much problems?

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:36 pm

· #30818
איך מיין צו זאגן אז מען ווערט א חתן ביי די 18-19

shas » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:20 pm

· #30864
so make sure ur kids wait till 20 and let me know the results... I said in previous post, that I cant see any issue, if u make ur kids mature to know what they want
and if u have open and good relationship with ur child he will speak openly on deciding about a shidich. I have a sister at 18 that said no on a shidich 'cuz she didnt like his looks.. (and I can't say he was so bad) and as much we tried to tell her how good he is, she kept saying that she feels she can't face him, he's just not for her

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 6:29 pm

· #30897
יא, עס איז בעסער צו חתונה האבן נאך די 20 ווי איידער צו חתונה האבן אלץ א בעבי

פארשטאנד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 7:09 pm

· #30911
אויס מענטש אייזן גוט! דאס האב איך געוואלט שרייבן אלס די צווייטע חלק פון די פראבלעם, ד.ה. די ערשטע חלק איז נאכאלס א פראבלעם (די מאכסט עס אזוי אביסל אוועק...), אבער די תמימות פון די מיידלעך איז נאך א גרויסע פראבלעם (נאכדערצי נאך 'צוועלעפטע קלאס' ה"י), רוב היינטיגע יונגעלייט באהאלטן געוויסע רצונות פון די ווייב ווייל מ'ווייסט אז זי וועט זיך קעגנשטעלן אפי' נאר צו אזא געדאנק.

הרב_שלום » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 8:03 pm

· #30923
די פאקט איז אז רוב מאל ווי מרס ליבא איז שדכן לאזט עס זיך נישט גוט אויס

shas » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:36 pm

· #31018
so lets go make it even,make ur daughters open minded,and boys too. because we know more in one part that doesnt mean we know what marriage is.parents must change their way and be more open. boys need to learn more and about the girls the parents can say openly . all problems solved!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:55 pm

· #31030
shas
so lets go make it even,make ur daughters open minded,and boys too. because we know more in one part that doesnt mean we know what marriage is.parents must change their way and be more open. boys need to learn more and about the girls the parents can say openly . all problems solved!

👍

אן עווערעדזש חסיד'ישע מיידל ווערט אויפגעצויגן אז א אינגל/בחור איז א מיאוס'ע זאך!
און ווען זי האט חתונה וויל מען אז זי זאל פאלן אין לאוו מיט א פרעמדע בחור?!?!

מיין ווייב איז אויפגעוואקסן אין א דיפפ טייפ ענווייראנמענט, איר טאטע האט געקענט זאגן "מאמי איך גיי דיר באלד געבן א קיש"... (זי האט טאקע צוריקגעשריגען "הער אויף!", -- אבער די "דעמעדזש" וואז דאן!!...)
און אלץ א רעזאלט האט מיין ווייב שוין ביי די 15 געוואלט חתונה האבן!

פארשטאנד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:22 pm

· #31058
הרב_שלום
די פאקט איז אז רוב מאל ווי מרס ליבא איז שדכן לאזט עס זיך נישט גוט אויס

גערעכט, מ'רעדט נישט דא ווען מרס ליבא טוט די שידוך, מ'רעדט אז די מדובר זאל פארשטיין אז מרס ליבא שפילט למעשה א הויפט ראלע אין פאמיליע לעבן און איז א פאקטאר וואס מ'דארף לעבן דערמיט

הרב_שלום » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 6:57 pm

· #31304
לכבוד חמשה עשר באב ברענג איך אראפ א גמרא
"אמר רבן שמעון בן גמליאל: לא היו ימים
טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום
הכפורים, שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי
לבן שאולין, שלא לבייש את מי שאין לו,
כל הכלים טעונין טבילה. ובנות ירושלים
יוצאות וחולות בכרמים, ומה היו אומרות:
בחור! שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך,
אל תיתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה,
שקר החן והבל היפי אישה יראת ה' היא
תתהלל

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:47 pm

· #31315
הרב_שלום
"
בחור! שא נא עיניך וראה
אל תיתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה,

האיך יתקימו שניהם?
וואסי פשט פון די לעצטע ווערטער?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:02 pm

· #31355
היפות אומרות שא נא עיניך
המיוחסות אומרות תן עיניך במשפחה
העניות אומרות שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל ובלבד שתעטרנה בזהובים.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:05 pm

· #31357
און וואס איז געווען ווען ס'געווען איינער סיי א יופי און סיי א מיוחסת?
אדער א מיאוס'ע מיוחסת?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:13 pm

· #31360
תענית דף לא
בנות ישראל יוצאות וחולות בכרמים: תנא מי שאין לו אשה נפנה לשם: מיוחסות שבהן היו אומרות בחור וכו': תנו רבנן יפיפיות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם ליופי שאין האשה אלא ליופי מיוחסות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם למשפחה לפי שאין האשה אלא לבנים מכוערות שבהם מה היו אומרות קחו מקחכם לשום שמים ובלבד שתעטרונו בזהובים
📎 Capture.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:36 pm

· #32642
פארוואס נישט? אייגענטליך חז״ל האבן שוין געזאגט אז ס׳איז נישט פאראן קיין ערווה נאר ביי אידן! מ׳נעמט עס נישט אן, אבער דער ענין איז נישט קיין נייער בכלל. עס איז נאר צו גראב אראפגעלייגט.

וואס זאגט דערוילעם צו די מעשה? אז א שידוך איז באשערט!

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/111343/2012/08/07/new-york-nypd-officer-plays-shadchan-to-young-brooklyn-couple/">http://www.vosizneias.com/111343/2012/0 ... yn-couple/</a>

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:42 pm

· #32648
שמעקעדיג
פארוואס נישט? אייגענטליך חז״ל האבן שוין געזאגט אז ס׳איז נישט פאראן קיין ערווה נאר ביי אידן! מ׳נעמט עס נישט אן, אבער דער ענין איז נישט קיין נייער בכלל. עס איז נאר צו גראב אראפגעלייגט.

וואס זאגט דערוילעם צו די מעשה? אז א שידוך איז באשערט!

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/111343/2012/08/07/new-york-nypd-officer-plays-shadchan-to-young-brooklyn-couple/">http://www.vosizneias.com/111343/2012/0 ... yn-couple/</a>

דער פאליציי מאן איז אבביוסלי אויך א איד ער פארשטייט אויך וואס הייסט שיין..

shas » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:44 pm

· #32649
שמעקעדיג
וואס זאגט דערוילעם צו די מעשה? אז א שידוך איז באשערט!

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/111343/2012/08/07/new-york-nypd-officer-plays-shadchan-to-young-brooklyn-couple/">http://www.vosizneias.com/111343/2012/0 ... yn-couple/</a>

גאנץ אינטרעסאנט!

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:43 am

· #64404
איך בין איבערגעגאנגען דעם אשכול, מתקן ומגיה געווען, און איך שטעל עס צוריק פאר אלעמענ'ס הנאה.
(הגה: צוליב עטליכע תגובות שלא ע"פ התקנות איז דער אשכול געווען אוועקגענומען פאר עטליכע חדשים)

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:33 am

· #64428
די "ווערטל" האב איך געטראפן די וואך אין א אויסגאבע.
אינטרעסאנט פארוואס ער מאכט אוועק די יראת שמים פונעם בחור, וועלכער האט פשוט געוואלט מקיים זיין א חז"ל "אסור לאדם שיקדש עד שיראנה".
פאר א שיינע מליצה איז מען דוחה א חז"ל?
📎 Shidech06.jpg

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:34 am

· #64429
אידיאט שדכן

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:37 am

· #64433
נאר שדכן?
און וואס איז מיט די אלע וועלכע דרוקן איבער די "שיינע תורה", און פארשפרייטן עס אין די בתי מדרשים?

outspoken » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:52 am

· #64439
לויט די תורה מיינט דאס אז מ'ווייזט נישט א פיקטשור פונם חתן

סיפר מרן הגאון מטשעבין זצ"ל על אמו הרבנית מרת
רחל ע"ה היתה אשה חכמה ובעלת לשון לימודים. בעת שדיברו
פעם שידוך לאחד מבניה עם בת עיר אחרת, ביקש השדכן
שיתנו לו תמונת הבחור כדי שיוכל לשלוח אותו להצד
המדובר. סירבה הרבנית ואמרה "לא יעשה כן במקומנו לתת
הצורה לפני הבחורה" )מלשון הפסוק 'לא יעשה כן במקומנו
לתת הצעירה לפני הבכירה'(. מהגאון רבי יהודה רבינוביץ זצ" ל
"בצילו חמדתי" ירושלים תש"ס ע' כ"ד

outspoken » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:55 am

· #64440
רבנים האבן אויך געניצט די JOKE פאר ''כל העולם''...

בעיר ל׳ חפצו למנות רב מפורסם לרב בעירם, ובאשר לא כל בני העיר
דאו וידעו אותו, בקשוהו ראשי הקהלה שישלה להם את תמונתו, והשיב להם לא
יעשה כן במקומנו, ״לתת את הצורה לפני הבחירה״, (תחת צעירה לפני הבכירה—
שמעתי.

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_3326_122.pdf">http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 26_122.pdf</a>

משכיל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:01 am

· #64796
ראה פירוש המלה "שידוך" במסכת שבת יב ע"א אין משדכין את התינוקות ופירש בחידושי הר"ן לשון מנוח ושקט, ובערוך פי' לשון עירבוב וקישור

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:09 pm

· #80396
פריער באקומען:

אן אמת'ע מעשה וואס האט פאסירט אין סקווירא:

א מאמע רופט אריין איר בחור אין ישיבה,

מאמע: גדלי', דו מוזט יעצט אהיים קומען.
בחור: וואס גייט פאר?
מאמע: דו וערסט אי"ה היינט א חתן.
בחור: אמת'דיג? מזל טוב! דו ווייסט שוין מיט וועם?
מאמע: יא, דער מחותן הייסט ברייער, ער וואוינט אויף דזשעפערסען.
בחור: אה איך קען עם, ער איז א פיינער מענטש. גוט, איך גיי זאגן פאר מיין ראש ישיבה אז איך מוז אהיים גיין וויכטיג. זאג מאמי, ס'איז שוין זיכער? איך מיין, ס'שוין געווען בעשוי?

ועל הכלל כולו יצא, לאו דוקא אין סקווירא אדער דזשעפערסאן...

לעמיל » מיטוואך יאנואר 16, 2013 7:07 pm

· #80410
איז למעשה שוין געווען בעשוי? וואס האט די מאמע געענטפערט?

איך בין עס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:14 am

· #80490
עס איז נישט דא א ברייער אין דשעפערסן

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 9:39 am

· #80495
* נאמען געטוישט צוליב פארשטענדליכע סיבות.
און דעריבער האבעך צוגעלייגט דעם דיסקלעימער "ועל הכלל כולו יצא וכו'".

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:57 pm

· #80582
ענטפער צו שמעקעדיג
כאן זה לא הי' הבחורה שביקשה את התמונה רק הבחור.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:11 pm

· #80683
נו, פארדעם שרייבט ער 'בחירה', נישט 'בחורה'.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:33 am

· #80698
איך בין עס
עס איז נישט דא א ברייער אין דשעפערסן

זיכער. ער האט געמואווט. קוק נאך אין אלטן סקווערער פאון בוק וועסטו איהם געפונען.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 24, 2013 9:43 am

· #99691
א אינטרעסאנטע נקודה האט מיר איינער לעצטנס אויפמערקזאם געמאכט.

רוב מענטשן לעבן זיך זייער לעבן רואיג און זארגלאז, ד.ה. יעדער פון דיינע נאנטע האט זיך זיינע אייגענע דאגות, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואו דו דאווענסט יעדן טאג, צי דו האסט בכלל א שיעור און אין וועלכן ביהמ"ד דאס איז, מיט ווען דו דרייסט זיך, וואספארא סארט קינדער דו האסט, און פון וועלכע שטוב דו אדער דיין ווייב שטאמסט, און נאך פארשידענע פרטים ופרטי פרטים. יעדער האט זיך די אייגענע פראבלעמען און קוקט נישט אריין צופיל ביי יענעם (דאס איז א חוץ די פאר ליידיגגייער ועלכע זענען פארנומען זוכן פירצות איבעראל, אבער נישט איבער זיי איז דער שמועס דא).

ווען עס קומט אבער די צייט צו טאן שידוכים, טוישט זיך דער מצב. אויף דעם אופן ווי אזוי אונז היימישע חסידים טוען שידוכים, ווערט דער צוקונפטיגער מחותן לשיחה בפי הבריות, אויסגעטאן גענצליך נאקעט, צווישן די אלע אנגעטראגענע און שדכנים איבעראל, שמועסט מען אויס דעם מענטש, זיין היסטארי, זיינע עלטערן, מעלות און חסרונות, זיינע קינדער גוטע און נישט אזעלכע גוטע, (און אויב שייך, די פריערדיגע מחותנים), פונקטליך זיין סדר היום, וואו ער ארבעט, דאווענט, וועלכע מוסדות שיקט ער די קינדער און פארוואס, אלעס קומט ארויף אויפן אויבערפלאך....

דאס איז א זאך וואס פאסירט בעיקר נאר ביים היימישן עולם, און אפשר אויך אביסל ביי די ליטוואקעס. (דער חפץ חיים מיט זיין ספר לשון הרע אויך אין שידוכים איז דאך געוען א ליוטוישער גדול, נישט אזוי?) און הגם מען קען עס פארשטיין,יעדער וויל דאך דאס בעסטע פאר זיין קינד און וויל וויסן אין וועלכע משפחה ער/זי גייט אריין, איז עס פונדעסטוועגן זייער אומבא'טעמ'ט.

והחכם עיניו בראשו, איר זאלט וויסן, אז אויסערן אפגעבן דין וחשבון אויף יענע וועלט, וועט מען אייך דורכזיפן בי"ג נפה ביים טון שידוכים מיט די קינדער, און אלע לשון הרע'ס וועט ארויסקומען אפן און בולט פארן גאנצן ציבור... אלזא, פירט אייך אויף ווי א מענטש און ווי א איד.

נקודה למחשבה!

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 24, 2013 10:24 am

· #99704
דער איד די וואך האט א לענגערע שמועס מיט עטליכע שדכנים איבער דעם מצב השידוכים ביים היימישן ציבור
📎 2013-03-24_09-59-33-1.jpg

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 24, 2013 10:28 am

· #99706
אין קרית יואל טיילט מען געלט
📎 IMG-20130322-WA0013.jpg

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 24, 2013 8:25 pm

· #99947
א דאנק,
איך האב אריינגעסקענט א חלק פון דעם באלערנדן שמועס פון "דער איד" (ואתכם הסליחה אז איין בילד איז געלונגען אביסל אומקלאר)
📎 DCIM (4).JPG 📎 DCIM (3).JPG 📎 DCIM (2).JPG

עסן עסט'זיך » מאנטאג מערץ 25, 2013 12:29 am

· #100023
ווער האט געשריבין די דאזיגע ארטיקעל זעהט אויס גאנץ גוט?
בלאט: 1 2 3 4