א בעשוי מיטן שטריימל
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #723
א בעשוי מיטן שטריימל
דער טעלעפאן אין ישיבה צוקלינגט זיך. זרח וואס ווארט אויף א וויכטיגע רוף לויפט שנעל אויפהייבן דעם טעלעפאן, העלא? יא, מ'קען אפשר צורופן מיין משהל'ע? איין מינוט, מושי, דו האסט טעלעפאן!
העלא? יא משהל'ע טייערע, דא רעדט טאטי. אזוי ווי דו האסט חתונה אין דריי חדשים ארום, האב איך נאך לאנגע זוכענישען מיט מאמי געקויפט א הערליכן שטריימל, ממש א יופי שביופי... אי"ה שבת ווען דו וועסט אהיים קומען וועסטו עס קענען זעהן, דערווייל לערן פלייסיג...
פארשטייט זיך משי'ס קאפ איז נאר געווען א גאנצן טאג אויפן שטריימל, ווען וועט שוין אנקומען דעם פרייטאג ער זאל שוין קענען באטראכטן פון דער נאנט דעם שטריימל. ענדליך האט זיך דער פרייטאג אנגערוקט, מושי לויפט ארויס כאפן דעם ערשטן באס מיט איין אטעם, צום מזל האט ער עס דאס מאל יא געכאפט... זיצן האט ער נישט געקענט, איז ער געשטאנען דעם גאנצן וועג, ענדליך נאך ווי א להכעיס'דיגער צוויי שעה'דיגע טרעפיק איז דער באס אנגעקומען צום דעסטינאציע. משי לויפט אראפ מיט איין אטעם, לויפט גלייך צו ביזן טיר פון זיין הויז, כמנהג בחורי חמד וואס שלעפן זיך מיט א רענצל געט ער א שטויס דעם טיר מיט זיין פוס...
אה! שלום עליכם משהל'ע! וואס פארציילסטו? ווי אזוי איז געווען ישיבה דעי וואך?
מאמי, איך האב נישט יעצט קיין צייט! איך וועל רעדן שפעטער! קודם מוז איך זעהן דעם שטריימל...
משהל'ע זיסער, טאטי האט עס גוט באהאלטן די קינדער זאלען עס נישט זעהן, ווארט אביסל ביז טאטי קומט אהיים.
נאך א לאנגע צוואנציג מינוט איז זיין טאטע אנגעקומען. משהל'ע לויפט צו מיט איין אטעם, טאטי וואו איז מיין שטריימל???
קום מיט מיר משהל'ע. ער נעמט איהם אין ספרים שטוב, קריכט ארויף אויפן לייטער, נעמט אראפ פון העכער די ספרים שאפע דעם שטריימל באקס, דא קענסטו כאפן א בליק אויפן באקס...
אבער טאטי איך וויל זעהן דעם שטריימל...
דארפסט פארשטיין משהל'ע, אז טאטי און מאמי זאגן עס איז שיין מעגסטו אונז גלייבן, מיר פארשטייען נאך אזוי גוט צו א שטריימל....
אבער פליז טאטי! איך ווארט שוין אזוי שטארק!!!
ווייסט וואס משהל'ע? איך וועל עפענען דעם באקס, אזוי ארום וועסטו קענען זעהן דעם שטריימל פון אויבן, איך וויל אבער נישט בשום אופן אז דו זאלסט עס ארויסנעמען, איך וויל עס זאל זיין ווי ניי ביי די חתונה...
שוין... אז נישט איז נישט... כאטשיג כאפן א בליק פון אויבן, ער קוקט אריין, יא... עס פארבלענדט איהם די אויגען... ער זעהט אפאר ווייסע הארעלעך... א שטיקל קרוין... עס פאנגט זיך איהם שוין אן דאכטן אז ער זעהט א בויך אויכעט... בקיצור ס'איז א מחי'...
איך דארף נישט פארציילן ווי אזוי דער שבת איז פאריבער, ווי עקסייטעד משי איז געווען, ער קען קוים ווארטן צוריק צו גיין אין ישיבה מיטטיילן פאר זיינע חברים די פיינע נייעס.
זונטאג אינדערפרי לויפט ער שלא כדרכו זיכער מאכן אז ער פארשפעטיגט נישט דעם באס, ב"ה ער האט עס געמאכט, ער קומט אריין אין ישיבה מיט איין אטעם ער פארציילט פאר זיינע חברים וואס פאר א שטריימל ער האט זיך איינגעהאנדלט, פשיהא אזאנס און אזעלעכס...
ס'האט ווייסע האר???
אוודאי האט עס! ס'האט א בויך... א צוויי אינטשיגע קרוין... לאנגע שפיצן... א יופי שביופי...
צייט בלייבט נישט שטיין, מען רוקט זיך שוין נענטער און נענטער צום יום המיוחס, מען האלט שוין ער"ש באווארפן, משי קען קוים ווארטן אנצוטון זיין נייעם שטריימל, ער גייט אין מקוה (פארשטייט זיך נאכן גאָלען), ער קומט אהיים, ער גייט צו מיט ציטערדיגע הענט, ער כאפט אהן דעם שטריימל באקס, ער עפענט אויף דעם דעקל ער פאנגט אן ארויס צו דרייען דעם שטריימל פונעם באקס פאמעליך, כמנהג עקספערט...
ער דרייט, און באָבס... עס ווערט איהם שווארץ פאר די אויגן... וואס קרוין, ווען קרוין? נישט דא קיין איין ווייסע הארעלע פאר קיין געלט... א בויך? מאן דכר שמיה... בקיצור א גרוע שבגרוע... פאר דעם האב איך געווארט??? אויך מיר מבינים געווארען אויפן עלטער...
ער געט א ווארף צוריק דעם שטריימל אינעם באקס, אן אנטוישטער גיבט ער א שאקל מיטען הענט, און רופט זיך אהן, שוין... זאל זיין אזוי... מ'גייט דאך ממילא נאר איין מאל א וואך דערמיט...
ע"כ האילוסטראציע ווי אזוי עס ארבעט מסכת שידוכים ביי געוויסע חסידי ואנ"ש, יעצט ליינט עס איבער אנעם 'שטריימעל' אינדערמיט...
אוי זאגסטו גוט! "ווייסט וואס משהל'ע? איך וועל עפענען דעם באקס, אזוי ארום וועסטו קענען זעהן דעם שטריימעל פון אויבען... ...איך וויל עס זאל זיין ווי ניי ביי די חתונה..."
אונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!
אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.
[ציטאט אראפגענומען]
SORRy I don't get it
gehlungen
SORRy I don't get it
ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
(און וואס האט די y חוטא געוועזן אז ער איז קלענער פונם גאנצען ווארט? ס'עפעס א רמז אזוי ווי די קליינע אלף פון
ויקרא?)
זר זהבאונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!

נאך א סיבה איז, ווייל ביי געוויסע איז דאס גאנצע חתונה האבען נאר א מיטעל צו פאברעצירען א געמיינזאמער קינדער פראדאקציע מאשין, עס איז טאקע זייער א וויכטיגער זאך לא לתהו בראה וכו', אבער ווען די תורה שרייבט על כן יעזוב... ודבק באשתו... שטייט אסאך מער אינעם פסוק.
איז טאקע אזוי שלעכט ביי אינז אדער יעדער מיינט אז ערגעץ אנדרעש איז די גראז גרינער?????
זר זהבאונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!
אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.
איך זאג ס'וואלט נאך אלץ געווען ווייניגער גיטין ווייל ביי אונז איז עס נאך אלץ א בושה אבער דאס איז זיכער אז עס וואלט געווען ווייניגער קידושין
גלות יודזר זהבאונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!
אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.
איך זאג ס'וואלט נאך אלץ געווען ווייניגער גיטין ווייל ביי אונז איז עס נאך אלץ א בושה אבער דאס איז זיכער אז עס וואלט געווען ווייניגער קידושין
כ'פארשטיי נישט דיין פוינט. איך זאג דאך "אויב ס'וואלט ביי אונז
נישט געווען קיין בושה" אזויווי ס'נישט קיין בושה בי די אנדערע חברה.
איך זאג אז אונז וואלטן משלים געווען מיטן מצב און אפילו מ'וואלט געדעיט וואלט מען נאך אלץ זיך נישט געגעט נאר דאס יא קידושין וואלט מען זיך נישט אזוי צוגעכאפט
👍 👍 👍 אייזען שטארק משה געציל! שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס!
[ציטאט אראפגענומען]
ב"ה איך דארף נישט איבערפרישען מיין שטריימעל, מיינע עלטערען האבען פארשטאנען אז
איך בין דער וואס גייט טראגען דעם שטריימעל נישט
זיי...
[ציטאט אראפגענומען]
קען זיין אז ס'איז דא אזעלכע פעלער. מסתמא מאכט זיך אזעלכע פעלער אויך ביי די נישט חסידישע עולם, אז מ'פארקויפט זיך פאר געלט וכדומה.
אבער צו זאגן אז דאס איז די סטאנדארט ביי די היימישע ציבור, אז מ'קוקט אויף די ארומיגע משפחה, מער ווי אויפן מדוברת זעלבסט, איז איבערגעטריבן און שקר.
נארמאלע עלטערן זענען מקיים דעם אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.
[ציטאט אראפגענומען]
ווער איז מרת שטרימקינד?
שבת אויפרוף
המשך
משהל'ע, קום אראפ! מאך דיך גרייט, מען דארף שוין גיין דאווענען!...
שששש.... אין קול ואין עונה...
משהל'ע, וואו ביזטו, זיידי קומט שוין באלד???....
א פארזויערטער קומט משהל'ע אראפצוקריכן די שטיגן.
"משהל'ע, וואס גייט פאר? וואס ביסטו אזוי צוטראגן"?
"איך שעם זיך צו גיין מיט מיין שטריימל אין ביהמ"ד"...
וואס איז? מיינסט עס איז צו שיין פאר דיר???...
"שיין??? דאס הייסט שיין??? עס איז קוים א שטריימל"!
"משהל'ע זיסער, לאמיר דיר זאגן איין זאך, אז טאטי און מאמי זאגן אז עס איז שיין דארפסטו פארשטיין אז דאס איז טאקע שיין"...
"טאטי, איך וויל דיר נישט באליידיגן, אבער איך האב אין מיין לעבן אזא מיאוס'קייט נישט געזען"!!!
"זאג נאר משהל'ע, זייט ווען פארשטייט א ישיבה בחור צו א שטריימל??? א ישיבה בחור זיצט און לערנט... ער דארף ניטאמאל וויסן ווי אזוי א שטריימל קוקט אויס... ווייסט וואס? באלד קומט זיידי אנטוהן דעם שטריימל, דו קענסט דאך זיידי, א איד א בר דעת, א תלמיד חכם, לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן... ערלעדיגט?"...
"דארפסט פארשטיין, טאטי, קלוגשאפט קומט נישט אריין דא, די רעדע איז סך הכל איבער שיינקייט"...
"אוי משה'לע... די היינטיגע דורות... זיי מיינען אז שיינקייט איז נאר א הויכע קרוין מיט לאנגע שפיצן... מען קוקט נישט אויפן קוואליטעט פונעם שטריימל... מיט דעם שטריימל וועסטו קענען גיין ביי דיין אייניקלעכס חתונות!"...
"אבער קוואליטעט אליינס איז דאך נישט אלעס, טאטי, מען קען דאך וועלן א שיינעם שטריימל מיט א גוטען קוואליטעט"...
"משי, גענוג געווען! דו פאנגסט זיך שוין אן גרעניצן מיט חוצפה! איך האב דיר געזאגט אז עס איז שיין איז עס שיין, פארשטאנען"???!!!
דיננ דאנג... דינג דאנג... אה, זיידי איז דא... אה קע"ה משה'לע, די שכינה רוהט אויף דיר!... נא עמיר גיין אנטאן דאס שטריימל... פשיהא, דאס איז א שטריימל... לאנגע געזונטע יארן... איך וועל דיר פארציילן משה'ניו, זעסט מיין שטריימל? קע"ה שוין זיבעציג יאר... איך געדענק נאך ווען מיין זיידע ע"ה האט מיר דאס אנגעטוהן, עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי היינט... ער האט מיר צוגערופן אין א זייט און א זאג געטאהן, געדענק קינד מיינס, א שטריימל איז נישט סתם נאך א לבוש אין שופלאד וואס מען טוט איר אן ווען עס גלוסט, א שטריימל איז א הייליגע טייערע לבוש וואס מען טוט נאר אן שבת און בעידן חדוותא מיט א רגשי קדושה...
דיי דו ריי דיי... דיי דו ריי דיי... דיי דו ריי דיי... דיי דו דיי... דער עולם באגלייט שוין און זינגט...
אויפן וועג צום ביהמ"ד, משהל'ע אינגאנצן א צומישטער, קודם פון די שארפע ווערטער אויסטויש וואס ער האט געהאט מיט זיין טאטע, דערנאך פון די פרישע לעקעציע איבער די הייליגקייט און טייערקייט פונעם שטריימל, טראכט צו זיך אין הארץ... יא יא... איך זע ווי טייער זיידי באנעמט זיך מיטן שטריימל... אראפ פונעם קאפ ווען עס איז הייס... נאך א רעגן א ווארף ארויף אויפן האק אינדערויסן... ביי א שניי שאקעלט מען איהם ווי די לולב הושענה רבא ווען מען האט שוין אראפגענומען אלע רינגלעך... עפעס א אומפארשטענדליכע העכערע טייערקייט...
זיער א שיינע מעשה,יעצט זיי מסביר די נמשל ווי א מענטש!!<בפרטיות>
פארוואס טראכסטו אז עס איז א משל?
:like 👍 👍 👍 👍 משה געצילאיך זע ווי טייער זיידי באנעמט זיך מיטען שטריימעל... אראפ פונעם קאפ ווען עס איז הייס... נאך א רעגען א ווארף ארויף אויפען האק אינדערויסען... ביי א שניי שאקעלט מען איהם ווי די לולב הושענה רבא ווען מען האט שוין אראפגענומען אלע רינגלעך... עפעס א אומפארשטענדליכע העכערע טייערקייט...
אוי זאגט ער גוט, איך געדענק נאך מיין זיידע זאל זיך מיהען, ווען ער איז געווען בבחינת רעגענדיג, האט די באבע ע"ה געהאט צו כאפען אזאנס און אזעלעכס, אז די לולב איז געשטאנען אין די זייט מיט א איינגעהאלטענער שמייכעל און זיך געפרייט אז ער איז נאך ב"ה גרינג אפגעקומען...
zurichזיער א שיינע מעשה,יעצט זיי מסביר די נמשל ווי א מענטש!!<בפרטיות>
ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער סיפארשטייט נישט פארשטייט נישט...
משה געציל גיי ווייטער מיט די מעשה ויאזוי די חתונה האט אויסגעקיקט...........
געב איהם אביסעל צייט, ער דארף נאך אנגרייטען קודם דעם פארשפיל...
שמיטה[ציטאט אראפגענומען]
קען זיין אז ס'איז דא אזעלכע פעלער. מסתמא מאכט זיך אזעלכע פעלער אויך ביי די נישט חסידישע עולם, אז מ'פארקויפט זיך פאר געלט וכדומה.
אבער צו זאגן אז דאס איז די סטאנדארט ביי די היימישע ציבור, אז מ'קוקט אויף די ארומיגע משפחה, מער ווי אויפן מדוברת זעלבסט, איז איבערגעטריבן און שקר.
נארמאלע עלטערן זענען מקיים דעם אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.
ער רעדט דאך נאר ווי אזוי עס קוקט אויס ביי געוויסע.
דעם שבת האב איך געכאפט א שמועס מיט א באקאנטער א חתן, תוה״ד האט ער ארומגערעדט ווי שיין זיין שטריימעל איז געלונגען און איך מוז עס זען... געב איך אים א פרעג, זאג נאר, פארוואס מען האט חתונה ווייסטו שוין? אוודאי! צו האבן קינדער אינאיינעם...
--------------------
היינט בין איך אריין אין א היימישע געשעפט וואס פארקויפט טשאטשקעלעך, האט ער דארטן פארשידענע קיטשעינס און פעדערס מיט באגריסונגן דערויף. אנגעפאנגען פון ״א ספיציעלע באבע״ גענדיגט ביז ״די בעסטע גראסערי מאן״ מיט אלע באקאנטע מחוט ועד שרוך הנעל אינדערמיט, חוץ דאס ווארט מאן און ווייב... פאר קיין געלט האב איך נישט געקענט געפונען א טשאטשקע ״פאר מיין באליבטע ווייב״... יא יא טראכט איך צו מיר, אזוי קוקט אויס ווען דאס גאנצע חתונה האבן איז נאר וועגן דעם שיינעם שטריימעל, און דאס ווייב איז נאר א קינדער פראדאקציע מאשין...
קען זיין ער האט אזאנס אבער עס ליגט מאחורי הפרגוד, נישט איינגעפאלן?
און וואס האב איך אויב ער האט עס באהאלטן???
חוץ אויב מען קען עס באקומען נאכן קויפען 75 זאכליכע טשאטשקעס פארן גראסערי מאן
געפילטע פישgehlungen
SORRy I don't get it
ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
(און וואס האט די y חוטא געוועזן אז ער איז קלענער פונם גאנצען ווארט? ס'עפעס א רמז אזוי ווי די קליינע אלף פון
ויקרא?)
זיין ווייב'ס נאמען איז שרה/סוררי. וק"ל.
ערשט געטראפען די אשכול. מ'דארף עס צוזאמען שטעלען מיט
די אשכול פון
@בעל מדות וואס, כדרכן של נביאי ה', אין שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד, אבער ביידער ברענגען ארויס ענדליכע נקודות.
ר'
@משה געציל קום צוריק, מיר דארפען נאך הערען אזעלכע זאפטיגע רייד.
יו איז דאס גוט אזאנ'ס געלאכט, ש'כח ליטוואק פאר'ן עס ארויפברענגען
Re: א בעשוי מיטן שטריימל
הערליכע ארטיקעל אבער דער קאמענט.פון קופערניקוס איז נאך בעסער
[ציטאט אראפגענומען]
אזא סארט אפדעיטעט דאס שטריימל פון יצחק ליבוש פרץ פארן היינטיגן דור (צו סאטיריזירן די היינטיגע געזעלשאפטליכע געפירעכץ אין ליכט פונ׳ם שטריימל וכל המסתעף)...
זר זהבאונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!
אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.
שוין א אכט יאר פון די תגובה אבער כ'זעה פון די לענגערע אשכול איבער שידוכים (און פון אסאך מענטשן אין פערזענליכן לעבן ליידער) אז ס'פארהאן גענוג אנדערע וואס קומען מיט די נעראטיוו, סא דאס איז מיין קעיס אויף אראנדזשירטע הייראט: ערשטנס, ווער האט געזאגט אז חתונה האבן איז א גרינגע זאך? דאס איז דאך די עסענשיעל פראבלעם מיט דעם אויסגעדראשענעם 220 יעריגן מהלך... אז ס'דאכט זיך ווי ס'איז א גרינגע שארטקאט אריין.. און אז מ'קוקט אויף די סעקולערע וועלט זעהט מען ווי מ'דעיט זיך פאר יארן! נאכאנאנד, און אז ס'ארבעט נישט ווייסט מען נישט דערפון אין איין מינוט, דאס דויערט, און מ'יושב'ט זיך ארום פאר מ'ברעכט א רילעשענשיפ מיט א מענטש, מ'רעדט זיך דורך מיט פריינט אינעם זעלבן מצב, אינעם זעלבן יארגאנג, און נישט מ'געט נישט קיין אויסוועג נאר דאס איז וואס "יעדער" טוט..
דאס גאנצע טערמין "אריינגעפאלן" שטאמט פון דעם! פארוואס דארף עס זיין אזוי? אז ביי מיר געלונגט די געמבל און ביי מיין חבר נישט איז גענוג אז מ'גיט עס אזא מאך אוועק מיט ביטול און פאלשע רחמנות "אה פון אים רעדסטו? ער איז נעבעך אריינגעפאלן..." הייסט עס אז די גאנצע חתונה האבן איז א אומזיכערע זאך? אזוי קומט אויס, אויב די סיסטעם איז אזוי אויסערגעווענליך פארוואס ווען ס'פאסירט א מיאוס'ן מקח טעות איז די תירוץ אז די דזשאוק איז דאסמאל נישט געלונגען? כאילו מ'דארף עפעס האבן מזל צו דעם לאווי דאווי לייף כאילו נישט אלעס דארף מצליח זיין? וואספארא אומסענסיטיווקייט איז דאס??
און בכלל דו ווייסט וואס מיינט זיין געגעט? דו ווייסט וואס מיינט פילן ווי א דורכפאל? וויפיל ווערן דעמאלטס מיואש און טראכטן נישט פון גיין פאר א צווייטע שאנס? וויפיל וואלגערן זיך אין מענטל דיסארדערס און וואלטן קיינמאל געמעגט זיין חתונה געהאט אין די פורסט פלעיס אבער יעצט מיט קינדער און הוצאות איז אוממעגליך אויפצורייניגן די צובראכענע שויבן? אלעס ווייל מ'האט זיי אומווילנדיג און אומפאראנטווארטליך אריינגעפירט אין דעם?
וועסטו פרעגן ווער האט געזאגט אז ס'איז נישט גרינג? כ'ווייס אז מ'קנאקט שידוכים ווי רויע אייער, און אסאך הייבן נישט אן צו האבן קיין ווארט, אנדערע זענען סתם צומישט, און די גאנצע חתונה האבן דרייט זיך ווייט נישט ארום מערידזש לייף, נאר אין איינמאליגע שטותים ווי בלימען, זאלן, און שפילערס, אונטערשטע שורה: די חסידים זענען אבסעלוטלי
נישט בעסער חתונה געהאט.
און צווייטנס: כ'וויל צוריקגיין א מינוט צו די אלע וואס זייער ערשטע ריספאנס איז; און ביי זיי איז בעסער? איין מינוט
אויב יא? ס'איז אירעלעווענט! מ'רעדט יעצט פון אונז, אונז זעמיר נישט אין קינדערגארטן וואס שפרינגסטו צו יענעם.. וואס ווייזט ווי אומאראליש די גאנצע זאך איז אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן אויף די עצם טענה אז די וועג ארבעט נישט.
אבער יא, כח היחיד האט עס אויסגעפיגערט, די פראבלעם איז טייערע פורניטשער
זייער גוט געזאגט!
מיט די לעצטע שורה בין איך נישט מסכים. אפילו דו ביסט גוט מסביר די שטארקע פראבלעם וואס אונז האבן (און איך בין מסכים מיט דיר אז דאס איז אונזער גרעסטע פראבלעם), איז כח היחיד א גוטע זאך פאר זיך.
וואס איך מיין צו זאגן איז, די פראבלעם פון טייערע שמחות וואלט נישט עקזעסטירט אויב מ'וואלט זיך געעפנט די אויגן און געטוהן שידוכים פון אייגענעם ווילן און נישט אויפן חשבון פון מה יאמרו הבריות, אדער ווייל כ'האב נאך א גאנצע שטוב אונטער אים/איר און נאך טויזנט נגיעות נאר מ'וואלט אייגנטליך געווען צופרידן און קאנפידענט מיט וועם מ'האט דא חתונה, והא ראיה ווי ספענדט מען מער באופן כללי, ביי די וואס האבן חתונה ביי די אכצן צו ביי די וואס מאכן שבת פאר זיך? די וואס זענען פינאנציעל און מענטל אוועקגעשטעלט האבן געווענליך מער שכל און דארפן נישט יעדע נישט יעדע שטות ווייל מ'קען אויסנאגן פון די טאטע'ס טאש מ'איז נישט געספוילט ווי אומערוואקסענע עדאולטס = אקסימאראן
כח היחיד ווי גוט זיי מיינען דערמיט, איז פשוט נאך אן עקזעמפל ווי מ'קען ביי אונז זיך נישט ספראווען מיט די יסודות'דיגע פראבלעמען וואס מיר פארמאגן, און יארן קען דורכגיין אן א זאכליכע סאלושן, נאר מ'פרובירט עס אפצושטופן און פארלייקענען ווי ווייט מעגליך און ווילאנג ס'איז נישט אן עפידעמיע איז עס לגמרי קיין פראבלעם נישט. (און אפטמאל דעמאלטס אויך נישט)
נאר וואס דען, מ'מוז דאך סוף כל סוף עפעס טוהן, כ'מיין מענטשן רעדן זיך אפ, און נישט יעדער האט נישט קיין לאגיק, מילא באגניגט מען זיך מיט די פאקט אז מ'טוט "עפעס"
mevakeshהערליכע ארטיקעל אבער דער קאמענט.פון קופערניקוס איז נאך בעסער
[ציטאט אראפגענומען]
הונדערט פראצענט! און טאקע וועגן דעם איז נישט כדי זיך צו גט'ן ס'איז דאך פשוט א שאד, און דעיטן? מאן דכר שמיה? א ו י ב מאכט זיך א דורכפאל וועט מען זיך דעמאלטס זארגן דעם צווייטן מאל, ס'איז דאך דא גענוג פינגערס צו ציילן...
סאנטיאגאזר זהבאונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!
אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.
שוין א אכט יאר פון די תגובה אבער כ'זעה פון די לענגערע אשכול איבער שידוכים (און פון אסאך מענטשן אין פערזענליכן לעבן ליידער) אז ס'פארהאן גענוג אנדערע וואס קומען מיט די נעראטיוו, סא דאס איז מיין קעיס אויף אראנדזשירטע הייראט: ערשטנס, ווער האט געזאגט אז חתונה האבן איז א גרינגע זאך? דאס איז דאך די עסענשיעל פראבלעם מיט דעם אויסגעדראשענעם 220 יעריגן מהלך... אז ס'דאכט זיך ווי ס'איז א גרינגע שארטקאט אריין.. און אז מ'קוקט אויף די סעקולערע וועלט זעהט מען ווי מ'דעיט זיך פאר יארן! נאכאנאנד, און אז ס'ארבעט נישט ווייסט מען נישט דערפון אין איין מינוט, דאס דויערט, און מ'יושב'ט זיך ארום פאר מ'ברעכט א רילעשענשיפ מיט א מענטש, מ'רעדט זיך דורך מיט פריינט אינעם זעלבן מצב, אינעם זעלבן יארגאנג, און נישט מ'געט נישט קיין אויסוועג נאר דאס איז וואס "יעדער" טוט..
דאס גאנצע טערמין "אריינגעפאלן" שטאמט פון דעם! פארוואס דארף עס זיין אזוי? אז ביי מיר געלונגט די געמבל און ביי מיין חבר נישט איז גענוג אז מ'גיט עס אזא מאך אוועק מיט ביטול און פאלשע רחמנות "אה פון אים רעדסטו? ער איז נעבעך אריינגעפאלן..." הייסט עס אז די גאנצע חתונה האבן איז א אומזיכערע זאך? אזוי קומט אויס, אויב די סיסטעם איז אזוי אויסערגעווענליך פארוואס ווען ס'פאסירט א מיאוס'ן מקח טעות איז די תירוץ אז די דזשאוק איז דאסמאל נישט געלונגען? כאילו מ'דארף עפעס האבן מזל צו דעם לאווי דאווי לייף כאילו נישט אלעס דארף מצליח זיין? וואספארא אומסענסיטיווקייט איז דאס??
און בכלל דו ווייסט וואס מיינט זיין געגעט? דו ווייסט וואס מיינט פילן ווי א דורכפאל? וויפיל ווערן דעמאלטס מיואש און טראכטן נישט פון גיין פאר א צווייטע שאנס? וויפיל וואלגערן זיך אין מענטל דיסארדערס און וואלטן קיינמאל געמעגט זיין חתונה געהאט אין די פורסט פלעיס אבער יעצט מיט קינדער און הוצאות איז אוממעגליך אויפצורייניגן די צובראכענע שויבן? אלעס ווייל מ'האט זיי אומווילנדיג און אומפאראנטווארטליך אריינגעפירט אין דעם?
וועסטו פרעגן ווער האט געזאגט אז ס'איז נישט גרינג? כ'ווייס אז מ'קנאקט שידוכים ווי רויע אייער, און אסאך הייבן נישט אן צו האבן קיין ווארט, אנדערע זענען סתם צומישט, און די גאנצע חתונה האבן דרייט זיך ווייט נישט ארום מערידזש לייף, נאר אין איינמאליגע שטותים ווי בלימען, זאלן, און שפילערס, אונטערשטע שורה: די חסידים זענען אבסעלוטלי
נישט בעסער חתונה געהאט.
און צווייטנס: כ'וויל צוריקגיין א מינוט צו די אלע וואס זייער ערשטע ריספאנס איז; און ביי זיי איז בעסער? איין מינוט
אויב יא? ס'איז אירעלעווענט! מ'רעדט יעצט פון אונז, אונז זעמיר נישט אין קינדערגארטן וואס שפרינגסטו צו יענעם.. וואס ווייזט ווי אומאראליש די גאנצע זאך איז אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן אויף די עצם טענה אז די וועג ארבעט נישט.
אבער יא, כח היחיד האט עס אויסגעפיגערט, די פראבלעם איז טייערע פורניטשער
איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין תגובה, און אויב מעג איך א מינוט בארגן דעם טונא-בייגל אויסדרוק:
״ער קומט אריין קלאר״
ברענגסט ארויף זייער א אינטערסאנטע פוינט. די ווארט “אריינגעפאלן” איז א היימישע געמאכטע פענאמענאן און די טערמין איז געווענטליך נאר שייך אין אונזערע קרייזן ווי מ׳איז יעדן מסדר מיט אזא בעל כרחך׳דיגע בן שמונה עשרה לחופה.
און וואס געשעהט ווען הוידל און בוידל ארבעט זיך נישט אויס???? פשוט! א ר י י נ ג ע פ א ל ן.... און געוונטליך קומט עס מיט א ״פעקעדזש דיעל״ פון אזא פינף זעקס קינדער וואס ווערן א ר י י נ ג ע ש ל ע פ ט....
אבער למען האמת דארף מען גוט אריינטראכטן צו טאקע אין די סעקיולער וועלט פאלט מען נישט אריין?
און אויף דעם זאגט די רבי ארטור שאופענהויער אז יעדער כמעט פאלט אריין אין די פאסטקע.
ער שרייבט ווען ס׳קומט צו שידוכים ווערן מענטשען בלינד ממש און די “will to live” וואס איז לשיטתו די שטערקסטע Force אויף די וועלט, פירט דעם מענטש ביי די נאז, און מאכט אים פארקוקן אלע פעלערס.
און אויב וואלטן מענטשען באמת געזוכט א פארטנער אין לעבן וואס וואלט גארנישט געהאט צוטוהן מיט די פראסעס פון מאכן קינדער וואלטן רוב מענטשען אויסגעוועלט גאנץ אנדערע מיני מענטשען.
פארדעם טאקע זעהט מען אזוי סאך מענטשען אפאר יאהר נאך די חתונה ווען די קינדער זענען שוין דא, אז זיי קוקן זיך אליינס אין שפיגל און קענען נישט גלייבן אז זיי האבן אמאל ליב געהאט די פרוי, און נאך געמאכט מיט איר א קאנטראקט פאר לייף...!
אין אונזער סאסייעטי פאלט מען אריין וועגן יחוס, געלט, און כדאי צו פטור ווערן פון די קינדער אינדערהיים ווייל אונזער קולטור דיקטירט אזוי. אין סעקיולער סאסייעטי׳ס פאלט די individual אריין ווען זיינע אויגן ווערן פארבלענדעט פאר עפעס וואס איז א פשוטע אילוזיע....
די חילוק איז נאר אז דארט טוט עס די מענטש צו זיך אליינס און דא טוהן עס די עלטערן פאר די קינדער...
און דאס איז זייער נישט אויסגעהאלטן לדעתי.
ייש״כ. שרייב מעהר אפט.
א הארציגן דאנק פאר די חיזוק מיינט אסאך קומען פון דיר.
עגעין אין די סעקולער וועלט איז נארמאל נישט צו וועלן קינדער, און אויב יא נישט רייט עוועי מ'שמועסט דאס אפ, יא א פרוי קען ווערן דעספרעט, ס'איז דאך נאטירליך אזוי, די מאן האט חתונה זיך אויסצוגעבן און די פרוי זוכט א תכלית און זיין אוועקגעשטעלט א מאן זוכט דאס נישט אזוי ווייט ווען מ'קוקט טיף אריין אין די זאך, אבער נאכאמאל ביי אונז לערנט מען נישט אויס די אלע זאכן, וואס איז די ריזיגע פלענער פאר די פיוטשער וואס ווערט אויפגעברענגט ביים זיך טרעפן? מ'קען עס ניטאמאל רופן א סיט אין דעיט לדעתי, ווייל ס'איז מער א צוויי זייטיגע קרייץ פארהער... דער מיידל רעדט פון איר אפיס דזשאב און דער בחור פון זיינע טראבל אין ישיבה, אויב איז ער אביסל מער אויפגעקלערט רעדט ער פון אפאר מאוויס וואס ער ווייסט אבער וואס איז די פלאן? קיינער ווייסט נישט כ'דארף עס איבערשמועסן מיט מיין טאטע... ביטער געלעכטער
עניוועי ווי קטלא קניא שרייבט אין זיין בוך אונז טראסט מיר נישט אונזערע קינדער אויף גארנישט, גלייך צו א סטודענט וואס קען פארליינען אן עסעי פאר א שם דבר אין סייענס אדער פאליטיק צו אונזערס א ישיבה גדולה תכשיט'ל וואס קען ער איבער לעבן פונקטליך? דאס נישט זיין אינדיפענדענט ביז די חתונה איז א פארדארבענע גרויליגע צוגאנג וואס אונזערע זיידעס האבן אוועקגעשטעלט..
Re: א בעשוי מיטן שטריימל
עס איז אינטעראסאנט אנצומערקן אז אין געוויסע אזיאנער לענדער, א שטייגער ווי יאפאן האט מען ביז ממש לעצטנס אין די 1950'גער יארן זיך געפירט אין שידוכים אזויווי ביי חסידישע, דהיינו אז די עלטערן האבן אויסגעוועלט א שידוך פאר די קינדער.....
אבער היינט פארשטייט שוין יעדער אז דאס איז נישט נארמאל.......
פאליטיקאנטעס איז אינטעראסאנט אנצומערקן אז אין געוויסע אזיאנער לענדער, א שטייגער ווי יאפאן האט מען ביז ממש לעצטנס אין די 1950'גער יארן זיך געפירט אין שידוכים אזויווי ביי חסידישע, דהיינו אז די עלטערן האבן אויסגעוועלט א שידוך פאר די קינדער.....
אבער היינט פארשטייט שוין יעדער אז דאס איז נישט נארמאל.......
אין אינדיע גייט עס נאך אן עד היום! ס'איז דא עטליכע דאקומענטריס דערויף. דא האסטו איינס, זייער רירנד.
<a class="postlink" href="https://watch.amazon.com/detail?gti=amzn1.dv.gti.92b11605-3e02-57c5-b87c-0f2d1ddf551c&ref_=atv_dp_share_mv&r=web">https://watch.amazon.com/detail?gti=amz ... e_mv&r=web</a>
די גאנצע חתונה צערעמאניע דרייט זיך ארום די עצם מאורע, יעדער איז אויסגעצירט קעניגליך, מ'פארטיט, מ'פארשמירט זיך און מ'פארשטעלט זיך (קוקט אויס ס'איז אן אלטע הייראט טראדיציע) גראדע איז אויך דא א חתן און כלה דארט... אבער ביי זיי איז דער עולם כאטש עדזשוקעיטעד נישט גראד ארויס פון שיעור ג' ישיבה גדולה...
וואס איז מאדנע איז, אין געוויסע עלעמענטן זענען דווקא יא גאר צוריקגעשטאנען, למשל; א מיידל זוכט א חתן, שטעלט זי אריין א קלאסיפייד אין די פעיפער... כ'האב מיך געריבן די אויגן צו איך זעה גוט
אבער די awkward צאמטרעף פון די משפחות, א באנדע סטרעינדזשערס אין איין צימער מאכן small talk פארשעמטערהייט, און קיינער ווייסט וואס צו טוהן מיט זיך דאס איז ממש איידענטיקל!
סאנטיאגאפאליטיקאנטעס איז אינטעראסאנט אנצומערקן אז אין געוויסע אזיאנער לענדער, א שטייגער ווי יאפאן האט מען ביז ממש לעצטנס אין די 1950'גער יארן זיך געפירט אין שידוכים אזויווי ביי חסידישע, דהיינו אז די עלטערן האבן אויסגעוועלט א שידוך פאר די קינדער.....
אבער היינט פארשטייט שוין יעדער אז דאס איז נישט נארמאל.......
אין אינדיע גייט עס נאך אן עד היום! ס'איז דא עטליכע דאקומענטריס דערויף. דא האסטו איינס, זייער רירנד.
<a class="postlink" href="https://watch.amazon.com/detail?gti=amzn1.dv.gti.92b11605-3e02-57c5-b87c-0f2d1ddf551c&ref_=atv_dp_share_mv&r=web">https://watch.amazon.com/detail?gti=amz ... e_mv&r=web</a>
די גאנצע חתונה צערעמאניע דרייט זיך ארום די עצם מאורע, יעדער איז אויסגעצירט קעניגליך, מ'פארטיט, מ'פארשמירט זיך און מ'פארשטעלט זיך (קוקט אויס ס'איז אן אלטע הייראט טראדיציע) גראדע איז אויך דא א חתן און כלה דארט... אבער ביי זיי איז דער עולם כאטש עדזשוקעיטעד נישט גראד ארויס פון שיעור ג' ישיבה גדולה...
וואס איז מאדנע איז, אין געוויסע עלעמענטן זענען דווקא יא גאר צוריקגעשטאנען, למשל; א מיידל זוכט א חתן, שטעלט זי אריין א קלאסיפייד אין די פעיפער... כ'האב מיך געריבן די אויגן צו איך זעה גוט
ביי די אינדיאנע וואס וואוינען דא אין אמעריקא טוהן זיי אויך ארגאנאזירטע שידוכים.
שבת אחים סאנטיאגא זר זהבאונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!
אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.
שוין א אכט יאר פון די תגובה אבער כ'זעה פון די לענגערע אשכול איבער שידוכים (און פון אסאך מענטשן אין פערזענליכן לעבן ליידער) אז ס'פארהאן גענוג אנדערע וואס קומען מיט די נעראטיוו, סא דאס איז מיין קעיס אויף אראנדזשירטע הייראט: ערשטנס, ווער האט געזאגט אז חתונה האבן איז א גרינגע זאך? דאס איז דאך די עסענשיעל פראבלעם מיט דעם אויסגעדראשענעם 220 יעריגן מהלך... אז ס'דאכט זיך ווי ס'איז א גרינגע שארטקאט אריין.. און אז מ'קוקט אויף די סעקולערע וועלט זעהט מען ווי מ'דעיט זיך פאר יארן! נאכאנאנד, און אז ס'ארבעט נישט ווייסט מען נישט דערפון אין איין מינוט, דאס דויערט, און מ'יושב'ט זיך ארום פאר מ'ברעכט א רילעשענשיפ מיט א מענטש, מ'רעדט זיך דורך מיט פריינט אינעם זעלבן מצב, אינעם זעלבן יארגאנג, און נישט מ'געט נישט קיין אויסוועג נאר דאס איז וואס "יעדער" טוט..
דאס גאנצע טערמין "אריינגעפאלן" שטאמט פון דעם! פארוואס דארף עס זיין אזוי? אז ביי מיר געלונגט די געמבל און ביי מיין חבר נישט איז גענוג אז מ'גיט עס אזא מאך אוועק מיט ביטול און פאלשע רחמנות "אה פון אים רעדסטו? ער איז נעבעך אריינגעפאלן..." הייסט עס אז די גאנצע חתונה האבן איז א אומזיכערע זאך? אזוי קומט אויס, אויב די סיסטעם איז אזוי אויסערגעווענליך פארוואס ווען ס'פאסירט א מיאוס'ן מקח טעות איז די תירוץ אז די דזשאוק איז דאסמאל נישט געלונגען? כאילו מ'דארף עפעס האבן מזל צו דעם לאווי דאווי לייף כאילו נישט אלעס דארף מצליח זיין? וואספארא אומסענסיטיווקייט איז דאס??
און בכלל דו ווייסט וואס מיינט זיין געגעט? דו ווייסט וואס מיינט פילן ווי א דורכפאל? וויפיל ווערן דעמאלטס מיואש און טראכטן נישט פון גיין פאר א צווייטע שאנס? וויפיל וואלגערן זיך אין מענטל דיסארדערס און וואלטן קיינמאל געמעגט זיין חתונה געהאט אין די פורסט פלעיס אבער יעצט מיט קינדער און הוצאות איז אוממעגליך אויפצורייניגן די צובראכענע שויבן? אלעס ווייל מ'האט זיי אומווילנדיג און אומפאראנטווארטליך אריינגעפירט אין דעם?
וועסטו פרעגן ווער האט געזאגט אז ס'איז נישט גרינג? כ'ווייס אז מ'קנאקט שידוכים ווי רויע אייער, און אסאך הייבן נישט אן צו האבן קיין ווארט, אנדערע זענען סתם צומישט, און די גאנצע חתונה האבן דרייט זיך ווייט נישט ארום מערידזש לייף, נאר אין איינמאליגע שטותים ווי בלימען, זאלן, און שפילערס, אונטערשטע שורה: די חסידים זענען אבסעלוטלי
נישט בעסער חתונה געהאט.
און צווייטנס: כ'וויל צוריקגיין א מינוט צו די אלע וואס זייער ערשטע ריספאנס איז; און ביי זיי איז בעסער? איין מינוט
אויב יא? ס'איז אירעלעווענט! מ'רעדט יעצט פון אונז, אונז זעמיר נישט אין קינדערגארטן וואס שפרינגסטו צו יענעם.. וואס ווייזט ווי אומאראליש די גאנצע זאך איז אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן אויף די עצם טענה אז די וועג ארבעט נישט.
אבער יא, כח היחיד האט עס אויסגעפיגערט, די פראבלעם איז טייערע פורניטשער
איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין תגובה, און אויב מעג איך א מינוט בארגן דעם טונא-בייגל אויסדרוק:
״ער קומט אריין קלאר״
ברענגסט ארויף זייער א אינטערסאנטע פוינט. די ווארט “אריינגעפאלן” איז א היימישע געמאכטע פענאמענאן און די טערמין איז געווענטליך נאר שייך אין אונזערע קרייזן ווי מ׳איז יעדן מסדר מיט אזא בעל כרחך׳דיגע בן שמונה עשרה לחופה.
און וואס געשעהט ווען הוידל און בוידל ארבעט זיך נישט אויס???? פשוט! א ר י י נ ג ע פ א ל ן.... און געוונטליך קומט עס מיט א ״פעקעדזש דיעל״ פון אזא פינף זעקס קינדער וואס ווערן א ר י י נ ג ע ש ל ע פ ט....
אבער למען האמת דארף מען גוט אריינטראכטן צו טאקע אין די סעקיולער וועלט פאלט מען נישט אריין?
און אויף דעם זאגט די רבי ארטור שאופענהויער אז יעדער כמעט פאלט אריין אין די פאסטקע.
ער שרייבט ווען ס׳קומט צו שידוכים ווערן מענטשען בלינד ממש און די “will to live” וואס איז לשיטתו די שטערקסטע Force אויף די וועלט, פירט דעם מענטש ביי די נאז, און מאכט אים פארקוקן אלע פעלערס.
און אויב וואלטן מענטשען באמת געזוכט א פארטנער אין לעבן וואס וואלט גארנישט געהאט צוטוהן מיט די פראסעס פון מאכן קינדער וואלטן רוב מענטשען אויסגעוועלט גאנץ אנדערע מיני מענטשען.
פארדעם טאקע זעהט מען אזוי סאך מענטשען אפאר יאהר נאך די חתונה ווען די קינדער זענען שוין דא, אז זיי קוקן זיך אליינס אין שפיגל און קענען נישט גלייבן אז זיי האבן אמאל ליב געהאט די פרוי, און נאך געמאכט מיט איר א קאנטראקט פאר לייף...!
אין אונזער סאסייעטי פאלט מען אריין וועגן יחוס, געלט, און כדאי צו פטור ווערן פון די קינדער אינדערהיים ווייל אונזער קולטור דיקטירט אזוי. אין סעקיולער סאסייעטי׳ס פאלט די individual אריין ווען זיינע אויגן ווערן פארבלענדעט פאר עפעס וואס איז א פשוטע אילוזיע....
די חילוק איז נאר אז דארט טוט עס די מענטש צו זיך אליינס און דא טוהן עס די עלטערן פאר די קינדער...
און דאס איז זייער נישט אויסגעהאלטן לדעתי.
ייש״כ. שרייב מעהר אפט.
אין הכי נמי אז אפילו ווען מען דעיט אליין קען מען ווערן פארבלענדעט און נישט קוקען אויף תכלית, אבער די חילוק איז אז ווען מיינע עלטערען נער׳ן מיך אריין אין פאסטקע האב איך נישט קיין שום קאנעקשען צו מיין ווייב, משא״כ אויב איך אליין בין פארבלענדעד געווארען ביים דעיטען וועל איך עס פרובירן צי פאריכטן ווייל איך האב נישט וועם צי בלעמען, ווייל ס׳מיין אייגען געקאכטע קאשע.
משה געציל[ציטאט אראפגענומען]
ווער איז מרת שטרימקינד?
אויב מיין זכרון נער׳ט מיך נישט איז עס פרידא וויזעל
קהל'ס זיכרון נער'ט נישט...