☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

1205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11252
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

קורקלענד » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:13 pm

· #366417
און אויב האט ער גערעדט צו רוסלאנד איז וואס?

גר ותושב » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:16 pm

· #366418
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
גר ותושב

שאלה האט מען נאכגעקוקט טראמפ?
טראמפ: יא
קאומי: ניין
נאנס: מען האט נאכגעקוקט אינדראוסנדיגע מענטשן און אויך די נעמען פון די מענטשן מיט וועים זיי האבן גערעדט אין אמעריקע.

איך האב נישט באמערקט אז קאומי זאל זאגן ניין. חוץ דורך עפעס אן אנאנימער מקור וואס האט געזאגט יענע וואך מאנטאג אז קאומי האט פארלאנגט פון יוסטיץ דעפארטמענט צו לייקענען. א זאך וואס איך נעם נישט אן. ביים פארהער האט ער ליבערשט זיך ארויסגעדרייעט מיט אזעלכע איני יודע תירוצים ווי איידער צו לייקענען. חוץ אויב איך האב נישט גוט געהערט אדער געזעהן. אדרבה ביטע צייג מיך צו א מקור ווי קאומי האט געזאגט ניין.

WATCH LIVE: Comey on Trump’s wiretap claim, “I have no information that supports those tweets” <a class="postlink" href="https://t.co/RfCt562Pq2">https://t.co/RfCt562Pq2</a> <a class="postlink" href="https://t.co/VXzx5O1iqq">https://t.co/VXzx5O1iqq</a>

מכלל לאו (no information) אתה שומע לאו (לא היו דברים מעולם)

גר ותושב » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:18 pm

· #366419
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
החוקר
קורקלענד
אינוועסטיגאציע מיינט גארנישט.

אזוי גאר???
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז לעצטענס זענען די רעפובליקאנער געווען ווילד איבער א אינוועסטיגאציע איבער איינעמס אימעיל'ס. נישט נאר דאס, נאר ווי ווייט איך געדענק אז אפילו ווען די אינוועסטיגאציע איז געשלאסן געווארן אז עס איז נישט דא גענוג 'ערענסטע' באווייזן, זענען זיי געווען גאר בייז.

עס איז געווען אסאך מער ווי אן אינוועסטיגאציע. די מעשה דארט ביי יענע אימעילס און די פראף איז געווען ידוע לכל. און זי איז גאנץ שולדיג געווען. אויב די האסט אבזערווירט דאן. למסקנא איז דארט נאר געווען"TOO BIG TO JAIL".
קאומי האט איר געהעריג געפונען שולדיג. אבער ער האט זיך ארויסגעדרייעט מיט עפעס א תירוץ אז ס'נישט געווען קיין 'אינטענט'. נעקסט טיים די פאליציי שלעפט דיר אויף א זייט טריי איהם מסביר צו זיין אז די האסט נישט געהאט קיין 'אינטענט' צו ברעכן די געזעץ.
ווידעראום דא איז לעת עתה נישט דא קיינע פאקטן פארן פובליק. קיינע באווייזן. סך הכל א אינוועסטיגאציע אפשר גאר פשוט ווייל די דעמאקראטן האבן עס פארלאנגט.

האסטו אמאל געזעין באווייזן אז פלין האט גערעדט צו די רוסן? ניין נאר מווייסט אז סאיז דא דורך ס. נ. נ. און בשעת מעשה איז עס פארשטייט זיך קודם געוועין פעיק ניוס אבער עס איז געוועין אמת.
יעצט זאגט ס. נ. נ. עפעס און ימים ידברו.

גר ותושב » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:23 pm

· #366420
קורקלענד
ווידעראום דא איז לעת עתה נישט דא קיינע פאקטן פארן פובליק. קיינע באווייזן. סך הכל א אינוועסטיגאציע אפשר גאר פשוט ווייל די דעמאקראטן האבן עס פארלאנגט.


די תירוץ איז נישט אמת ווייל די רופובליקאנער האבן אויך געפאדערט אן אינוועסטוגעישן און עס איז נישט דא די כלל איז אז אין עשן בלא אש אז עס איז דא איין אינוועסטיגעישן יש דברים בגו און אז ס. נ. נ. זאגט עס איז עס ביי מיר מער קראנט ווי די פייגלעך וואס דראמפ שיקט לופטערן.

גר ותושב » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:28 pm

· #366421
גראדע עס איז משמע אז די אינפארמאציע האט ער באקומען דורך א ליעק פון איינעם אין די שפיאנאזש געמיינדע ווי זענען די ריפובליקאנער מען דארף שנעל אינוועסיטיגעיטן ווער איז דער וואס ליעקט די אינפארמאציע.

קורקלענד » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:32 pm

· #366422
גר ותושב

WATCH LIVE: Comey on Trump’s wiretap claim, “I have no information that supports those tweets” <a class="postlink" href="https://t.co/RfCt562Pq2">https://t.co/RfCt562Pq2</a> <a class="postlink" href="https://t.co/VXzx5O1iqq">https://t.co/VXzx5O1iqq</a>

מכלל לאו (no information) אתה שומע לאו (לא היו דברים מעולם)

פארוואס האט ער נישט געזאגט אז ס'נישט אמת? אפי' אזא לשון ווי 'ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל' האט ער נישט געניצט (לויט מיין אבזערוואציע).לערן איך פארדעם אנדערש פשט. ס'איז מעגליך אז די וועסט איין טאג וויסן פארוואס ער האט נישט געקענט ניצן די לשון ניין.

קורקלענד » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:34 pm

· #366423
גר ותושב

די תירוץ איז נישט אמת ווייל די רופובליקאנער האבן אויך געפאדערט אן אינוועסטוגעישן און עס איז נישט דא די כלל איז אז אין עשן בלא אש אז עס איז דא איין אינוועסטיגעישן יש דברים בגו און אז ס. נ. נ. זאגט עס איז עס ביי מיר מער קראנט ווי די פייגלעך וואס דראמפ שיקט לופטערן.

איך צופיל זאכן אין וואס איך מיז גלייבן און איך זיך נישט נאך לייעביליטיעס דעריבער גלייב איך נישט סי.ען.ען. אויפן ווארט.

גר ותושב » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:36 pm

· #366424
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
גר ותושב

WATCH LIVE: Comey on Trump’s wiretap claim, “I have no information that supports those tweets” <a class="postlink" href="https://t.co/RfCt562Pq2">https://t.co/RfCt562Pq2</a> <a class="postlink" href="https://t.co/VXzx5O1iqq">https://t.co/VXzx5O1iqq</a>

מכלל לאו (no information) אתה שומע לאו (לא היו דברים מעולם)

פארוואס האט ער נישט געזאגט אז ס'נישט אמת? אפי' אזא לשון ווי 'ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל' האט ער נישט געניצט (לויט מיין אבזערוואציע).לערן איך פארדעם אנדערש פשט. ס'איז מעגליך אז די וועסט איין טאג וויסן פארוואס ער האט נישט געקענט ניצן די לשון ניין.


ווי מער די גייסט זאגן די לשון ער האט נישט געקענט זאגן די לשון ניין ווייל...... אלס מער קען מען זאגן אז ער האט יא בפירוש געזאגט אז עס איז דא א אינוועסטיגעישן אויף טראמפ ווייל...... און דאס איז סך הכל וואס ס. נ. נ. האט יעצט געזאגט אז עפעס קאכט זיך טאקע ועוד טראמפ איז זיין פרעזידענט און ער קען בשום פנים ואופן נישט זאגן קיין גראבע ניין ער האט אבער געזאגט א שיינע ניין מיט א שיינע לשון.

גר ותושב » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:37 pm

· #366425
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
גר ותושב

די תירוץ איז נישט אמת ווייל די רופובליקאנער האבן אויך געפאדערט אן אינוועסטוגעישן און עס איז נישט דא די כלל איז אז אין עשן בלא אש אז עס איז דא איין אינוועסטיגעישן יש דברים בגו און אז ס. נ. נ. זאגט עס איז עס ביי מיר מער קראנט ווי די פייגלעך וואס דראמפ שיקט לופטערן.

איך צופיל זאכן אין וואס איך מיז גלייבן און איך זיך נישט נאך לייעביליטיעס דעריבער גלייב איך נישט סי.ען.ען. אויפן ווארט.

הדרה קשיא לדוכתה מה שאין כן די פייגליך?

קורקלענד » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:40 pm

· #366428
גר ותושב

די תירוץ איז נישט אמת ווייל די רופובליקאנער האבן אויך געפאדערט אן אינוועסטוגעישן און עס איז נישט דא די כלל איז אז אין עשן בלא אש אז עס איז דא איין אינוועסטיגעישן יש דברים בגו און אז ס. נ. נ. זאגט עס איז עס ביי מיר מער קראנט ווי די פייגלעך וואס דראמפ שיקט לופטערן.

איר מיינט אפשר דזשאן מקעין וחביריו? איך האלט זיך גראדע נישט פאר א רעפאבליקאנער (כ'בין רעגיסטרירט רעפובליקן). די רעפובליקאנער פארטיי האט איהם ליעב אזוי שטארק ווי די דעמאקראטן האבן איהם ליעב. פארדעם האב איך פון איהם הנאה. רוב פאליטישאנס רעפרעזענטירן נישט די אינטערעסע פון זייערע בירגער. און טראמפ דינט נישט די אינטערעסע פון יענע פאליטישאנס. צו ער דינט מיין אינטערעסע בין איך נישט זיכער אבער איך בין יא זיכער אז די אנדערע דינען נישט מיין אינטערעסע.

בן אדם » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:42 pm

· #366429
קורקלענד
און אויב האט ער גערעדט צו רוסלאנד איז וואס?

ווייל נאכדעם וואס פוטין האט זיך גערייצט מיט אמעריקע וועגן די חבד'סקער לייברערי איז דאס א געפערליכע חוצפה צו רעדן מיט עם נאכדערצו ווען זיין איידעם קושנער איז נאנט מיט חב"ד.

גר ותושב » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:42 pm

· #366430
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
גר ותושב

די תירוץ איז נישט אמת ווייל די רופובליקאנער האבן אויך געפאדערט אן אינוועסטוגעישן און עס איז נישט דא די כלל איז אז אין עשן בלא אש אז עס איז דא איין אינוועסטיגעישן יש דברים בגו און אז ס. נ. נ. זאגט עס איז עס ביי מיר מער קראנט ווי די פייגלעך וואס דראמפ שיקט לופטערן.

איר מיינט אפשר דזשאן מקעין וחביריו? איך האלט זיך גראדע נישט פאר א רעפאבליקאנער (כ'בין רעגיסטרירט רעפובליקן). די רעפובליקאנער פארטיי האט איהם ליעב אזוי שטארק ווי די דעמאקראטן האבן איהם ליעב. פארדעם האב איך פון איהם הנאה. רוב פאליטישאנס רעפרעזענטירן נישט די אינטערעסע פון זייערע בירגער. און טראמפ דינט נישט די אינטערעסע פון יענע פאליטישאנס. צו ער דינט מיין אינטערעסע בין איך נישט זיכער אבער איך בין יא זיכער אז די אנדערע דינען נישט מיין אינטערעסע.

ניין איך מיין די אנדערע שוואנצן וואס גלייבן נאך די פייגלעך און האבן געבעיטן צו אויספארשן צו אבאמה האט טאקע געהייסן אונטער הערן טראמפ.

קורקלענד » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:43 pm

· #366431
גר ותושב


הדרה קשיא לדוכתה מה שאין כן די פייגליך?

שוין איינמאל געענטפערט. איך גלייב עס נישט. ס'מוז נישט זיין אמת. ס'ליגט זיך אבער יא אויף די שכל. אויב די פארשטייסט וויאזוי אונזער גאווערמענט ארבעט.

בן אדם » מיטוואך מערץ 22, 2017 11:49 pm

· #366434
בן אדם
קורקלענד
און אויב האט ער גערעדט צו רוסלאנד איז וואס?

ווייל נאכדעם וואס פוטין האט זיך גערייצט מיט אמעריקע וועגן די חבד'סקער לייברערי איז דאס א געפערליכע חוצפה צו רעדן מיט עם נאכדערצו ווען זיין איידעם קושנער איז נאנט מיט חב"ד.

קורקלענד, דאס איז גראדע נישט די ריכטיגע סיבה, איימסארי פאר'ן פארדרייען א קאפ.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:21 am

· #366472
איין זאך פאר איך גיי ווייטער מיין טאג, ווייל היינט דארף איך קאנצעטרירן אויף וויכטיגערע זאכן ווי זיך טעהנן מיט אומגעלערענטע-רעכטע מענטשען וואס הייבן נישט אן צו פארשטיין אז זיי מיט זייערע קינדער און זייער פארמעגן זענען נישט די איינציגסטע פרייארטטי אין די וועלט וויל איך ענק אלע זאגן איין זאך

הערטס מיך אויס:

דער אייבישעטער זאל האלטן די רעכטע האנט אז די מידיעא זאל זיך נישט נעמען צו די פאקט אז היימישע חרדישע אידן זענען ליידער (די לעצטע פאר יאהר)שטארק גענויגט צו רעכטס!!!.

די מידיעא פון איין עק וועלט ביזן צווייטן וועט איין טאג אויפקומען מיט די פאקט אז כאטש זיי זענען די גרעסטע געניסער פון אלע מינארטיס-וואס זענען אגב טאקע לינק געשטימט-פאר אט טאקע די סיבה ווייל די רעכטע טוהן נישט רעפעזענטירן די ארימע און ארבעטס קלאס, טוהן די חרדישע אידן שטימען עמטליך פאר ריפובליקאנער בשעת די פרייע לינקע אידן וואס געניסן ״די ווייניגסטע״ פון שטאטישע פראגרעמס זיי פייטן פאר זייערע ארימע ברודער און שוועסטער כאטש זיי זענען נישט קיין גלייביגע בדרך כלל, די סעקיואלער אידן לייגן אריין טשולענד בונדלעך אין ענקערע טעפ אבער ענק זענען פארנומען זיך אנצונעמען פאר די רעכטע אידיאלגיע וואס איז ״רייכער מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע״

יעדע מאל נאך די וואלן ציטער איך נאר אז איין ליבעראל אין די מידיעא זאל אנווייזן פאר די וועלט וואס פאר א פראצענט היימישע אידן וועילן פאר רעכטע בשעת זיי זענען די גרעסטע פראגראם-נוצער, איך ציטער! ווייל אפילו דו מיינסט אז איך בין אויסגעשפראכנער ליבעראל וואס האט פיינט מיינע ברודער און שוועסטער האסטו א גרויסע טעות מיין פריינד, איך האב זיי זייער ליב, כהאב נאר ליב דעם אמת מעהר ווי אלעס אין די וועלט.

יעצט קענען ענק ווייטער פארקויפן ענקרע ״ריעל ניוס״ ווייל אלעס חוץ טראמפ איז דאך ״פעיק ניוס״.

א גיטן טאג טייערע אידישע קינדער, איר זאלט אלע מצליח זיין און האבן א גיטן טאג.

טויט צו טראמפ! טויט צו פאשיזים!

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:54 am

· #366483
אויך מיר א פרייהייט ווען די מידיא מאכט אפ וועלכע אידיאלאגיע און אויפריכטיג און וועלכע מינאריטעט מען דארף טארגעטן פארן טראכטן אנדערש.
יא מיר אידן זענען ביטער באקאנט און אריינגעשפילט געווארן אין אקצעפטירן די פראגראמען פון אונזער מלכות של חסד. איצט האבן מיר זיך אנגעהויבן כאפן מער און מער אז די פראגראמען זענען הענד-קאפפס זיי לאזן נישט פארדינען/ארבייטן זיי זענען לימיטעד. און זיי לייגן ארויף א שווערע עול אויף די וואס ארבעטן יא. ספעציעל די וואס זענען אין די ערשטע הונדערט טויזנט דאלער נאכן פארלירן די פראגראמען.
די פראגראמען זענען סך הכל א ליעש אז אונז זאלן זיין אנגעבינדן אין די קארופטירטע פאליטישאנס.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:57 am

· #366484
דעס הייסט א פאליטשאון! די לינקע עליזעבעט ווארען פון מעסיטושוסעס, איז א סעמפעל פון אמתע יושרדיגע פאליטשאון וואס איז נישט אפגעקויפט ביי די רייכע ספעשל אינטרעס!

קוקטס די קליפ, א מין איידלקייט פון א מענטש, מי יתן אז כאטש צעהן פראצענט וואשינגטאן פאליטשאונס זאלן זיין אזוי ריין ווי איר...
When the Republicans say they want to repeal health care for 24 million people on Thursday, they need to explain this
<a class="postlink" href="https://fbdownloader.info/videos/10154622493583687">https://fbdownloader.info/videos/10154622493583687</a>

החוקר » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 11:49 am

· #366500
קורקלענד
מ'קען חוזק מאכן. און זיך אונטערהאלטן. אבער ס'שווער אוועקצומאכן די פאקט אז זיין טוויטער איז שטארק צו באדאנקן פאר זיין סוקסעס. יא די שונאים קענען זיך אויך פרייען. אבער ווען מ'רעכנט צוזאמען אלע רעזולטאטן. וועגט זיין הצלחה מיט טוויטער איבער זיינע דורכפעלער.
קורקלענד
א נארמאלע מענטש וואלט גארנישט אויפגעטאן. ווילאנג איך לעב געדענק איך נישט קייט פרעזידענט וואס האט געמאכט ערענסטע טוישונגען וואס זאל אפעקטירן די המון עם ואני בתוכם אויף בעסער. מיט טראמפ האב איך האפענונג אז זאכן וועלן זיך טוישן.
איך וויל נישט אריינגיין אין א לאנגס און ברייטס, אבער אויפ'ן שפיץ גאפל לאמיר אנאליזירן דיין סטעיטמענט.

ראשית, איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז טוויטער איז צו פארדאנקען זיין סוקסעס, אויב עפעס, איז דאס נאר נאך א געצייג וואס ער ניצט. ער קען גוט מארקעטינג און ער פארשטייסט וויאזוי צו פארדרייען א קאפ די המון עם, טוויטער איז א חלק פון די מאשין.

והשנית, קען זיין אז א נארמאלע מענטש קען גארנישט אויפטון אין וואשינגטאן, אבער פארוואס טראכסטו אז דער משוגענער יא?

איינס פון די עיקר סיבות פארוואס איך האב געהאלטן אז דער מענטש גייט נישט זיין א גוטע פרעזידענט, איז נישט צוליב די בילי בוש טעיפ, נאר פשוט אז די קוקסט אויף זיין היסטאריע, איז אלעס אני ואפסי. וואס אין זיין לעבען האט ער געטון פאר יענעם. לייג נאך צו די פאקט אז דער איז געבוירן רייך, קען ער נישט פארשטיין די מיטל קלאס, וועט ער אלע פאליסיס מאכן לטובת די רייכע.

נאך א נקודה, איינס פון זיינע שטערקסטע מעלות לויט זיינע שטיצער, איז אז ער פארשטייט צו ביזנעס און וועט אזוי פירן דאס לאנד (איך גיי נישט יעצט אריינגיין אויב עס איז אמת). ווען ער האט געווינען, האבן אסאך קעגנער אים געווינטשן א דורכפאל. איך נישט, איך וויל דאס לאנד זאל מצליח זיין, בהכרח מוז איך האפן אויף זיין הצלחה. אבער ביזדערווייל קענסטו מיר אנצייגן ווי ער אויפגעטון פארן לאנד און די מיטל קלאס? לעת עתה גייט עס פונקט פארקערט.

שוין, איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער עס נעמט שוין לענגער ווי איך האב געוואלט, וועלמיר דא ענדיגן.

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 12:21 pm

· #366506
ווען איך האב געזאגט טוויטער האט איהם געהאלפן האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז דזשעק דארסי האט איהם געהאלפן. יעדער פאליטישאן כמעט האט היינט א טוויטער אקאונט פון ווי זיי האקן טוויטס. איך האב בעיקר גערעדט פון זיינע קאנטראווערסיאלע מהלך פון טוויטן אין ווילדע שעות אזעלכע גאר האקעלע סטעימענטס פאר פייער און פאר וואסער. ווי למשל דאס אז אובאמא האט איהם ווייערטעפט. יעדער פארשטייט אז אפי' ס'איז אמת איז אובאמא פארט נישט אראפגעפארן צו די טראמפ געביידע מיט א ווייערטעפ דעווייס און רעקארדירט. נאר ער מיינט צו זאגן אז מען האט שפיאנירט אויף איהם און אובאמא האט געוויסט. נארמאל וואלט מען פארשטאנען אז ווען א פרעזידענט לאזט פאלן אזא סטעימענט איז ער גאר אויפגעברויזט און פארנומען דערמיט. אבער ער גאר א האלבע שעה דערויף טוויט ער אז שווארצענעגער קען נישט וואס ער קען ווען ס'קומט צו שפּילן אויף טעלעוויזיע. אט די מהלך וואס גאר אסאך פארדאמען האלט איך האט איהם פאקטיש גורם געווען הצלחה.

איך טראכט נישט אז יא. אבער ווען אונז האבן אזויפיל פאליטישאנס ( לויט שבת אחים היינט איז עס אזויפיל ווי ניינציג פראצענט) וואס ארבעטן קעגן אונזער אינטערעסע בין איך שטארק צופרידן אז ס'איז דא איינס וואס איז נאך פרעזידענט אויך וואס ארבעט דירעקט קעגן זייערע אינטערעסן. און האפענטליך וועט עס ארויפברענגען צום אויבערפלאך מער אויף די הלוך ילך וויאזוי אונזער א.ג. דעמאקראטיע פונקציאנירט.

אויף די דריטע בין איך זיך אביסל מחלק מיט דיר אבער ס'נישט פאר יעצט. אי''ה.

איך בין צופרידן פון זיין ארבעט אויף דערווייל אבער איך וואלט געווארט צוויי יאר צו זעהן אויב ער האט עפעס אויפגעטאן. אזויפיל יא. אובאמא האט מיר אוועקגענומען מער געלט און קוואליטי העלט קעיר. לעת עתה האב איך נאך דורך טראמפ גארנישט פארלוירן.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:09 pm

· #366507
נאכדעם וועט זיך יעדער וואונדערן פארוואס כמעט אלע נארמאלע, אינטעלעגענט ניקים האבן געמאכט א יו-טורן פון קאווע שטיבל קיין נארמאלע באזעצענע שמועס קען מען שוין היינט נישט דא כאפן אן קיין טראלישע תגובות איינס נאכן צווייטן פון די קליינע קינדער דא מיט טראמפ׳ס IQ. איך וואלט ענק שוין לאנג געדארפט איגנארירן, ענק גלייבן אליינס נישט אין קיין איין זאך וואס קומט ארויס פון ענקער מויל! פוסטע רעכטע רעטאריק! איין אפענע שקר נאכן צווייטן, זיי שעמען זיך נישט אין זייער פנים אריין ארויסצוזאגן אזא סטיטמענט פון מויל

״סקומט זיך א קניפ אין בעקל פאר די קעפטיליסטישע רשעים ווי וואלמארט פארן געבן זיבן דאללער א שעה פאר זייערע ארבעטארער- פארן זיי צושטעלן א זשאב!״

אין אנדערע נייעס האט היינט שאן ספייסער געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ גייט איבערשרייבן די היסטאריע ביכער פון די אמעריקאנע ערא ווען די ״שקלאפן אייגענטומער״ האבן צוגעשטעלט מיליאנען זשאבס פאר זייערע אינטערטעניגטע, און זיי פלעגן זיי אפילו צומאל געבן וואסער צו טרינקען אין הייסע זומער טעג״...

נאכזאגן ליגענט און שקרים פון דעם צוטרייטן שוטה שבעולם דער סעלפיש-רשע און רוצח ממש דאנאלד טראמפ מיט זיינע קינדער קושנער דער איד מיט זיין טאכטער די רשע׳נטע איוואנקע טראמפ הנודע לשמצה, שם רשעים ירקב איז אויף זיי געזאגט געווארן!. "BELIEVE ME"!!!

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:39 pm

· #366511
שבת. ס'שווער זיך צו דינגען מיט דיר. דו לעבסט אין דיין באבל און דו האלטסט נישט ביים לערנען אדער לייענען. ביזט ביזי יעדן אראפרייסן אן קיין שום סאבסטאנץ. ביזט נאר ביזי שרייען אז מ'דארף אויסהאלטן מענטשן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן. און אז נישט איז רציחה ממש. ווייל אז זיי ארבעטן נישט זאל איך פאר זיי ארבעטן. פארוואס ביסטו אזוי ביזי פארדרייען די גאווערמענט א קאפ זיי זאלן מיר צונעמען מיין שווער פארדינטע דאלער שלא ברצוני מיט גניבה. אפשר ליבערשט זאלסטו אנהייבן א קאמפיין ביי דיינע קאלעגען וואס גייען מיט מיט דיין אידיאלאגיע אז זיי זאלן זיך עפענען די טאשן. ס'דא זייער אסאך געלט ביי דיינע קאלעגען. פארוואס זאלן ענק ספענדן אזעלכע ביליאנען אריינצוברענגן פאליטישאנס און דערנאך זאל מען גנב'נען מיין געלט פאר צדקה? גיי ליבערשט און עפען א גרויסע קאמפיין אז דיינע חברה ווי ביל געיטס און טים קאאק און דזשעף ביזאס (וואס באהאנדלט זיינע ארבעטער אסאך שענער ווי וואלמארט) און באפפעט פארשטייט זיך סוראוס אויך ווי אויך אלע אנדערע פון די איין פראצענט וואס פרעפלען דיין אידיאלאגיע. זאלן זיי זיך עפענען די טאשן און ווייזן פארן וועלט וואס ס'מיינט א געטרייע ליבעראלער. וואס פעלט אויס אז זיי זאלן ספענדן אזויפיל אז גאווערמענט זאל זיי צווינגען? זיי ווייסן דאס נישט אליינס?

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:43 pm

· #366513
קיינער זאל ביטע מעהר נישט ענטפערן פאר קורקלענד וכת דילי׳, א באנדע טראללס! יישר כח.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:48 pm

· #366514
יעדע מאל וואס ער גייט איבערזאגן זיינע רעכטע טיפשות גייען אלע ליבעראלן שרייען

״בעליוו מי! בעליוו מי!״

איינער האט שוין אמאל געהערט א נארמאלע אמתע מענטש רעדן אזוי? אדער נאר א ליגענער וואס האקט שקרים וכזבים שוין 60 יאהר פאר א ליווינג מיט אזא פראזע נאך יעדע סטעמענט, ״בעליוו מי״!

איינשטיין האט גערעדט אזוי? לינקלאן? טאמאס דזשעפראסן? פרויד? פלאטא? דארווין? מארקס? הוקסלי? סעיגען? הירשעל? פרענקלין? טשורשיל? אייזענהויער? טרומאן? די דאלע לאמא? וועלכע נארמאלע איינשטענדיגע מענטש רעדט אזוי???

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:49 pm

· #366515
שבת. ס'זעהט מיר אויס ווי דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין די וויכטיגקייט פון דעמאקראטיע און פרייהייט בכלליות. לויט די סטעיטמענטס וואס דו האלטסט און איין ווארפן גייט דיר סאושעליזם אזוי אין לעבן אז די ביסט מסכים אינגאנצן אויפצוגעבן פרייהייט פאר סאושעליזם. דו אין דיין חתימה ביסטו מורה היתר רציחה ווייל יענע ארימאן איז נישט גענוג אנגעפאשעט! טראמפ האט נאך נישט פרובירט ארויסצוגיין פון זיינע עקזעקיוטיוו כח צו כאפן עפעס מער פאוער (אט-ליעסט נישט אזויווי אובאמא). אבער די פארפירסט שוין אז ער טאר זיך נישט באנוצען מיט זיין אייגענע פאסטן אויף וואס ער איז ערוויילט געווארן.
אדאנק אזעלכע ווי דיר איז אויפגעשטיגן א לעניןאון א סטאלין. אדאנק אזעלכע וואס האבן אוועקגעריסן געזעץ און ארדענונג למען סאציאלע יוסטיץ!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:51 pm

· #366516
בעליוו מי בעליוו מי!!! 😂

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:55 pm

· #366519
שבת אחים
קיינער זאל ביטע מעהר נישט ענטפערן פאר קורקלענד וכת דילי׳, א באנדע טראללס! יישר כח.

פרייהייט פון ווארט איז ביי דיר אויך נאר וויכטיג ווילאנג ס'איז איינשטימיג מיט דיינע מיינונגען!

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:59 pm

· #366522
שבת אחים

״סקומט זיך א קניפ אין בעקל פאר די קעפטיליסטישע רשעים ווי וואלמארט פארן געבן זיבן דאללער א שעה פאר זייערע ארבעטארער- פארן זיי צושטעלן א זשאב!״


וואלמארט האט אמאל געצווינגען איינעם צו ארבעטן פאר זיי?

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:00 pm

· #366523
בעליוו מי בעליוו מי!!! 😂

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=zDTeMNhuPTc">https://www.youtube.com/watch?v=zDTeMNhuPTc</a>

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:09 pm

· #366524
קורקלענד
שבת אחים

״סקומט זיך א קניפ אין בעקל פאר די קעפטיליסטישע רשעים ווי וואלמארט פארן געבן זיבן דאללער א שעה פאר זייערע ארבעטארער- פארן זיי צושטעלן א זשאב!״


וואלמארט האט אמאל געצווינגען איינעם צו ארבעטן פאר זיי?


דו מאכסט מיין זשאב גרינגער! איינע פון מיינע זשאבס אויף דעם עולם איז אויפצוווייזן פאר די וואס זענען נישט באקאנט אין די ענינים ווער די רעכטע-ריפובליקאנער-ווייסע-קריסטן זענען. וואס מעהר דו רעדסט און שרייבסט דא זעהט מען בחוש ווי לעכעריג ענקער פאלשע מהלך איז, וואס אלעס קומט פון זיין גרידי און אומגלערנט, רעדט ווייטער! ״נעמט אים נישט צו די מייק״! אדרבה די קלוגע מענטשען כאפן שוין איינמאל, מיין אישי קעסטל איז איבערגעפילט פון ניקס וואס שרייבן איך זאל דיך איגנארירן ווייל אלע דיינע תגובות זענען טראלליש! בעליוו מי!

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:10 pm

· #366525
לויט וויאזוי די פירסט דיך אויף די לעצטע פאר מינוט זעהט אויס ווי האסט עס פארלוירן. ס'פארטיג! מ'קען שוין באשטעלן די מצבה.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:12 pm

· #366526
קורקלענד
לויט וויאזוי די פירסט דיך אויף די לעצטע פאר מינוט זעהט אויס ווי האסט עס פארלוירן. ס'פארטיג! מ'קען שוין באשטעלן די מצבה.

ב ע ל י ו ו וכו׳

😛

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:14 pm

· #366527
שבת אחים

דו מאכסט מיין זשאב גרינגער! איינע פון מיינע זשאבס אויף דעם עולם איז אויפצוווייזן פאר די וואס זענען נישט באקאנט אין די ענינים ווער די רעכטע-ריפובליקאנער-ווייסע-קריסטן זענען. וואס מעהר דו רעדסט און שרייבסט דא זעהט מען בחוש ווי לעכעריג ענקער פאלשע מהלך איז, וואס אלעס קומט פון זיין גרידי און אומגלערנט, רעדט ווייטער! ״נעמט אים נישט צו די מייק״! אדרבה די קלוגע מענטשען כאפן שוין איינמאל, מיין אישי קעסטל איז איבערגעפילט פון ניקס וואס שרייבן איך זאל דיך איגנארירן ווייל אלע דיינע תגובות זענען טראלליש! בעליוו מי!

ווען דו וואלסט זיך געהאלטן צום ענין אביעקטיוו וואלט גוט געווען. אבער די ביזט ביזי מיט קללות קריסטן ווייסע (געהעריג ראסיזם אבער דו מעגסט אויף זיי ווייל זיי האלטן נישט ווי דו) בלוט זאל זיך גיסן וכו'.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:16 pm

· #366528

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:24 pm

· #366530
די דעמקראטן גרייטן זיך צו פיליבאסטארן...
Democrats Plan to Filibuster to Thwart Gorsuch Nomination
טשוק שומער, און מיינע היראורס עליזעבעט ווארען און בערני סענדארס זאגן אז די ׳דעמקראטישע רעטאריק׳ איז ווילאנג טראמפ איז אינטער די אינוועסטיגשאון פון די עף בי איי פארן זיין צוגעבינדען צו דעם פאשיסט ווילאדמיר פוטין און ווילאנג סאיז נישט קלאר די ראללע פון פוטין אין די וואלן האט טראמפ נישט קיין פרעזידענליכע רעכט אויף גארנישט און איז נישט קאנסידערט די אמעריקאנע פירער.

לאנג לעבן זאל לעבן די רעוועלאציע! אוי גייט מען ענק אלע ווייזן ווי ענק וואוינען!!!

קורקלענד איך גיי דיר אפילו נישט ענטפערן מעהר.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/mobile.nytimes.com/2017/03/23/us/politics/democrats-filibuster-neil-gorsuch-nomination.amp.html">https://www.google.com/amp/s/mobile.nyt ... n.amp.html</a>

ליפא » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:36 pm

· #366534
Lol 😂
זאג פאר סענדער ער קען מופן אויף מאנסי און פערטיג מיט טראמפ

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:40 pm

· #366539
וועלטס גרעסטע פיזיקער די באוויסטע פראפעסאר סטיווען האוקינס זאגט אז ״טראמפס אמעריקע איז נישט פאר אים״, האוקינס איז איינע פון די קלוגסטע באשעפענישן וואס האבן נאר אמאל געוואוינט אויף די פלאנעט! סאיז ממש א זכי׳ און כבוד פאר אמעריקע אז די גרעסטע סייענטיסטן און שארפסטע קעפ אויף די וועלט זאלן אזוי ליב האבן אמעריקע...!

דעס איז געוועהן א חלק פון טראמפס רעטאריק ״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין״! בעליוו מי!

Stephen Hawking fears he's not welcome in Trump's America

<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/amp.usatoday.com/story/99404544/">https://www.google.com/amp/amp.usatoday ... /99404544/</a>

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:41 pm

· #366540
ליפא
Lol 😂
זאג פאר סענדער ער קען מופן אויף מאנסי און פערטיג מיט טראמפ

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 4:54 pm

· #366556
שבת, דו נעמסט זאכן זייער פערזענליך, קיינער האט דיר אטאקירט פערזענליך אויף די אופן וואס דו אטאקירסט דיינע קעגענער, דו סטראשעסט מיט טויט צום פרעזידענט, מיט קללות און דערנידערונגען, נישט דאסאיז סאושעליזם, און אויב יא וויל איך טאקע א קאפיטאליסטישע רעגירונג, טשיל אביסל קיינער דא איז נישט דיין שונא און קיינער איז א טיפש ווייל ער האט אנדערע אנשויאונגען ווי דיר.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:32 pm

· #366559
שטארק מחולק מיט דיר מיין פריינד!
ער איז דער גרעסטער טיפו און רשע! ער איז א פאלשע פירער! א דיקטעטער! ווייל זיין איידעם איז א איד און נעמט זיך אן פאר די מדינה מיינט נאך גארנישט! א מענטש וואס וויל אלעס אוועקנעמען פון זיינע אייגענע וויילער און שטיצער.

טראמפ׳ס אנשיקענישן דארף מען פייטן פונקט ווי מ׳דארף פייטן קום זשאונג אן, יעדע רעכטדענקיגע געלערנטע מענטש אין די וועסט פארשטייט אז ער איז א קענסער פאר הומענטי און פאר די פראגרעס פון די וועלט!-בעליוו מי!

טויט צו פאשיזים! טויט צו טראמפיזים!

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:35 pm

· #366560
דער לעבט אין א חלום.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:37 pm

· #366561
יא יא! די זיבצן טויזענטע דורכפאל פאר טראמפ די וואך אליינס! בעליוו מי!

בעליוו מי! אז טראמפ גייט גיין קאקן אויפן רויטען ים הגדול! אבער קיין העלטקעיר פון ארימע גייט ער נישט אוועקנעמען-בעליוו מי!

אין די לעצטע אנטוויקלטע פעיק ניוס:
In Major Blow To Trump, GOP Health Care Bill Vote Delayed - NPR
<a class="postlink" href="https://apple.news/AFeH7h0DhS_aiLhDDYndzdA">https://apple.news/AFeH7h0DhS_aiLhDDYndzdA</a>

ליפא » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:40 pm

· #366562
דו האסט דאך געשריגן א האלב יאר צוריק אז טראמפ וועט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט. פארוואס דיר גלייבן יעצט?

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:48 pm

· #366564
ליפא
דו האסט דאך געשריגן א האלב יאר צוריק אז טראמפ וועט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט. פארוואס דיר גלייבן יעצט?


בעליוו מי!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:50 pm

· #366565
דעס איז די איינציגסטע תירוץ פון די רעכטע-חוץ דעם האבן זיי גארנישט וואס צו ענפערן!

בעליוו מי

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:04 pm

· #366575
דער ״בעליוו מי״ איז מעהר ווייניגער פארטיג!

<a class="postlink" href="http://www.independent.co.uk/news/world/americas/fbi-treason-donald-trump-russia-us-election-alt-right-websites-george-w-bush-ethics-lawyer-a7644966.html">http://www.independent.co.uk/news/world ... 44966.html</a>

FBI have uncovered 'evidence of treason' among alt-right websites, says George W Bush's ethics lawyer

בעליוו מי!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:16 pm

· #366578
געוואלדיג, קורקלענד, ליפא, אלע אנדערע טראמפיסטן.

ענק קענען זאגן ביז מארגן ״בעליוו מי״, און זאגן אז סאיז נישט געפערליך, אבער איין זאך מעגן ענק זיין זיכער, די לינקע און ליבעראלע גייען אים בלאקירן יעדע איינציגע ריר זיינע, סיי זיין פריוואטע ביזנעס, און סיי אלץ פרעזידענט, אויב בלייבט עראויפן בענקל-וואס איך גלייב נישט, גייט מען אים מיט זיינע פריינד רודפן עד חרמה, ער האט אזוי סאך שונאים אין אמעריקע און אין די פרייע-וועלט אז נאר!, די גרעסטע און קלוגסטע מענטשען אין אמעריקע זענען פייער קעגן אים! די גרעסטע הארווארד און יעיל לאו פראפעסארס גרייטן זיך אריינצוגעבן יעדע פינף מינוט לאו-סאוטס קעגן אים. א און דערווייל איז ער טאקע די גרעסטע חוזק און לוזער ווייל די לינקע האבן אים געבלאוקט אלעס! קודאס צו בערני סענדערס-די מערסטע פאפיולער פאליטשאון אין אמעריקע, און די הויכגעשעצטע פריינד פון הומאן-קיינד עליזעבאט ווארען פון מעסעטשוסעס.

מגייט אים צובינדן די הענט ! בעליוו מי! די לינקע גייען אים אויפעסען לעבעדיגערהייט!

גר ותושב » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:20 pm

· #366595
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
JUST IN: House plans vote Fri. on health care; if it doesn't pass, Trump plans to move on to other priorities - NBC <a class="postlink" href="https://t.co/Qb5TUrjUkq">https://t.co/Qb5TUrjUkq</a>
נישט פארגעסן אז מען האט דא צוטוהן מיט די בעסטע נעגושיעטר און די גרעסטע משוגענער וואס נאר ער קען אויספירן אלעס וכו וכו

גאנצל » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:00 am

· #366623
שבת אחים
געוואלדיג, קורקלענד, ליפא, אלע אנדערע טראמפיסטן.

ענק קענען זאגן ביז מארגן ״בעליוו מי״, און זאגן אז סאיז נישט געפערליך, אבער איין זאך מעגן ענק זיין זיכער, די לינקע און ליבעראלע גייען אים בלאקירן יעדע איינציגע ריר זיינע, סיי זיין פריוואטע ביזנעס, און סיי אלץ פרעזידענט, אויב בלייבט עראויפן בענקל-וואס איך גלייב נישט, גייט מען אים מיט זיינע פריינד רודפן עד חרמה, ער האט אזוי סאך שונאים אין אמעריקע און אין די פרייע-וועלט אז נאר!, די גרעסטע און קלוגסטע מענטשען אין אמעריקע זענען פייער קעגן אים! די גרעסטע הארווארד און יעיל לאו פראפעסארס גרייטן זיך אריינצוגעבן יעדע פינף מינוט לאו-סאוטס קעגן אים. א און דערווייל איז ער טאקע די גרעסטע חוזק און לוזער ווייל די לינקע האבן אים געבלאוקט אלעס! קודאס צו בערני סענדערס-די מערסטע פאפיולער פאליטשאון אין אמעריקע, און די הויכגעשעצטע פריינד פון הומאן-קיינד עליזעבאט ווארען פון מעסעטשוסעס.

מגייט אים צובינדן די הענט ! בעליוו מי! די לינקע גייען אים אויפעסען לעבעדיגערהייט!


ליבעראלע דיקטאטארן

גאנצל » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:14 am

· #366625
גר ותושב
JUST IN: House plans vote Fri. on health care; if it doesn't pass, Trump plans to move on to other priorities - NBC <a class="postlink" href="https://t.co/Qb5TUrjUkq">https://t.co/Qb5TUrjUkq</a>
נישט פארגעסן אז מען האט דא צוטוהן מיט די בעסטע נעגושיעטר און די גרעסטע משוגענער וואס נאר ער קען אויספירן אלעס וכו וכו


ער קען נעגוישיעיטן מיט 'מענטשן' אזוי ווי ער האט נעגוישיעיד מיט צענדליגער גרויסע ביזנעס לייט זינט ער האט איבערגענומען פרעזידענטסי אבער מיט חמורים קען מען נישט נעגוישיעיטן האסט נישט מיט וועם צו רעדן זיי זענען דא פאר איין זאך איבער צו נעמען די לאנד מיט כח דעטס איט

נעם אזא שבת אחים פון אונזער שטיבל פאר א דוגמה די לינקע זענען קלוגע געלערנטע וואוילע רחמנותדיג איי זיי לאזן קיינעם נישט לעבן לייגן זיך ארויף אויף ביזנעס לייט מיט די שווערסטע רעגולאציעס גנבענען אפ נארמאלע העלט קעיר פון מיליאנען לאו מידל קלעסס פארדינער לאדענען אריין צו אונזער לאנד אלע טראק דרייווערס און שוחטי אדם

אבער דו זאלסט ענדערש רעדן צום וואנט ווי צו רעדן צו שבת איך בין קלוג און פערטיג אלעס איבריגס קומט נישט אריין אין זיין ארגיומענט די זעלבע איז מיט די דיטאקטוירישע לינקע דעמאקראטען זיי גייען איבער נעמען די לאנד מיט כח ס'וועט זיין בערך אזעלכע וואלן וואס עס איז דא אין איראן ווייל זיי האבן 2 אפשענס אדער געווינען מיר אז נישט וועט מען נעמען די מידיע און מאכן מעשיות און דיך מאכן אויס פרעזידענט און רודפן אויף טריט און שריט

החוקר » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:53 am

· #366631
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
גאנצל
ער קען נעגוישיעיטן מיט 'מענטשן' אזוי ווי ער האט נעגוישיעיד מיט צענדליגער גרויסע ביזנעס לייט זינט ער האט איבערגענומען פרעזידענטסי אבער מיט חמורים קען מען נישט נעגוישיעיטן האסט נישט מיט וועם צו רעדן זיי זענען דא פאר איין זאך איבער צו נעמען די לאנד מיט כח דעטס איט

די ווייסט אפילו וואס דו זאגסט? ער האט די מערהייט אין ביידע הייזער, ווען זיין פארטיי זאל שטיצן די ביל, קען ער עס דורכפירן אן די דעמאקראטן. די פראבלעם איז אז ער איז נישט אזוי 'גרעיט' ווי ער האט פארקויפט.

You have your facts WRONG, but no surprise there.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25