☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

1205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11252
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 3:08 am

· #410559
קורקלענד
ס'ווערט ברייט באריכטעט אין די אלגעמיינע מידיא די לעצטיגע אנקעטע וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די אמי מאגאזין וואס צייגט אז איבער ניינציג פראצענט פון די ניו יארקער ארטאדאקסישן אידענטום שטיצן פרעזידענט טראמפּ!


די צוריקגעשטאנענע ״עמי מאגאזין״ כאפט נישט אז סאיז א בושה... לאמיר האפן אז ס׳זאל נאר נישט ארויסרינען צו די ״מעינסטרים מידעא״ אז קינדער פון אימגראנטן וואס לעבן אויפן חשבון פונעם פעטער זענען היינטיגע צייטן הייסע רעכטע ריפובליקאנער וואס רודפן אלע מינארטיס עד חרמה אריינגערעכענט אידישע קינדער...
ליידער א בושה און א חרפה פאר די ארטאדאקסישע געמיינדע צו ווארפן זייער בלינדע שטיצע אינטער א קאראפטירטע ריפובליקאנער אדמינסטראציע וואס שטיצט נישט קיין ״מולטי קולטוריזם״ און ״בענפיטס פאר די ארימע״ פון וואס רוב ארטאדאקסן געניסן... אויב זענען מיר-חרדישע אידן נישט גענוג ללעג ולקלס אין די היינטיגע סעקיולער-וועלט וועט די אלגעמיינער מידעא מאכן פון אונז ״אייערשפייז״ פארן זיין בלינדע היפקאריטן.... לאמיר נאר האפן אז ס׳בלייבט ביי די עמי מאגאזין און אז די גאס זאל נישט געוואר ווערן דערפון...

הייסט עס אלע חסידים שטיצן דעם רוסישן שפיאן??? מוראדיג!... סקען נישט זיין קיין בעסערע שידוך... איין היפאקריט פארשטייט זיך מיטן צווייטן... איין קרימינאל פארשטייט דעם צווייטן... איין אומגעלערנטע נער פארשטייט דעם צווייטן אומגעלערנטע נער... איין ראסיסט שטיצט דעם צווייטן ראסיסט... זיינע איינציגסטע פארבליבנע געטרייע שטיצערס זענען די ״עקסטרעימער קריסטן״ און להבדיל די ״עקסטרעימע רעליגעזע אידן״... ווייל א מעסיגער נארמאלער מענטש קען קיין ריפובליקאנער נישט זיין און זיכער נישט ווארפן זייער שטיצע אינטער דאנאלד טראמפ וואס איז ווייט פון א חכם, פירט זיך אויף ווי א קליין קינד ממש און איז סתם א רייכער צוהיצטער אידאט וואס קריגט זיך יעדע מינוט מיט א צווייטען און אלע זיינע פאליסיס האט צוטוהן מיט ״אים״ און זיין ״כבוד״ און זיין ״רייכטום״ און זיינע ״זונות״....

ס׳שטימט טאקע מיט די פאקט: אז רוב טראמפ שטיצער זענען אומגעלערנטע, אומציוויליזירטע רעכטע קריסטליכע חיות. און היות רוב ארטאדאקסישע אידן זענען נישט עדיוקירט געווארן און האבן נישט די מעגליכקייטן פון טראכטן מיט לאגיק ווערן זיי פארכאפט פאר אזא ״קאן ארטיסט״ ווי טראמפ. א נארמאלע געלערנטע ציוויליזרטע מענטש כאפט גלייך מיט וועמען מ׳האט דא צוטוהן און אז ער איז אומקוואליפיצירט און א טיפוש, שקרן, בלאפער, נארסיסט, מאניפאלעיטאר, נואף, חזיר, טשעפעניאק, אויסנוצער, העיטער, גנב, שווינדלער, פאפער, אומגעצאכטענער, אומעטישער, סעלפיש, צודרייטער, אומסימפאטישער, שלעכטער, אומוויסענדער, ראסיסט, טרעיטאר וואס איז בכלל נישט סטאביל און איז נישט דא לטובת הציבור. און אלעס וואס ער טוט האט ער נאר אינזינען זיך און זיין כבוד. א מענטש וואס האט באנקראטירט יעדע ביזנעס אין וואס ער איז נאר געוועהן און באשווינדלעט די קליינע מענטשען... איינער וואס זייעט אן קריגערייען און חרבנות ווי ער גייט און שטייט... ענק האבן נישט געטראפן קיין בעסערע היראו? איינער וואס לעקט א פאלנער רוצח׳ס טאכעס ווייל ער האט אים געהאלפן געוואונען און טוט מיט אים אינטערערדישע- אומליגאלע ביזנעס??? מוראדיג!!!

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 8:24 am

· #410564
פרעזידענט קאַרטער און אובּאַמאַ האבן זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין די בעסטע פרעזידענטן לטובת די אידן. זייער אידילאגיע פון ליבעראליזם און מולטי קאלטוריזם האבן זיך ארויסגעוויזן אלס א שטארקע טובה פאר די ארטאדאקסישע אידנטום........

אידן האבן נאך נישט געהאט אזעלכע גוטע צייטן אונטער סיי וועלכע פרעזידענט ווי מיר האבן אונטער טראמפּ.

בד''וו, עמי איז נישט קיין חסידישע אויסגאבע, ס'איז אן ארטאדאקסישע אויסגאבע.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 11:07 am

· #410568
קורקלענד
פרעזידענט קאַרטער און אובּאַמאַ האבן זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין די בעסטע פרעזידענטן לטובת די אידן. זייער אידילאגיע פון ליבעראליזם און מולטי קאלטוריזם האבן זיך ארויסגעוויזן אלס א שטארקע טובה פאר די ארטאדאקסישע אידנטום........

אידן האבן נאך נישט געהאט אזעלכע גוטע צייטן אונטער סיי וועלכע פרעזידענט ווי מיר האבן אונטער טראמפּ.

בד''וו, עמי איז נישט קיין חסידישע אויסגאבע, ס'איז אן ארטאדאקסישע אויסגאבע.


הונדערט פראצענט קארטער און אבאמא זיי זענען געוועהן נארמאלע געלערנטע מענטשען נישט אזא קליין ׳יונגלע׳ ווי דיין טראמפ און כאטש נישט קיין ״טרעיטאר״... זיי האבן אויך נישט באגנבט קיין קליינע מענטשען.... און געפייניקט מינארטיס על לא דבר...

די עמי איז א ארטאדאקסישע אויסגאבע? און וואס זאג איך???

קליין קינד! אידן האבן גיטע צייטן? פון א פרעזידענט וואס שטיצט נאציס? פארדעם האבן אלע אידישע ארגאנזאציעס פארדאמט טראמפ???

און נאכדערצו איז ער גוט פאר ״היימישע אידן״ ער וויל דאך זיי געבן ״שבת פעקלעך״ אנשטאט פוד סטעמפס!!! 😂

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:12 pm

· #410579
שבת אחים
לאמיר האפן אז ס׳זאל נאר נישט ארויסרינען צו די ״מעינסטרים מידעא״ אז קינדער פון אימגראנטן וואס לעבן אויפן חשבון פונעם פעטער זענען היינטיגע צייטן הייסע רעכטע ריפובליקאנער וואס רודפן אלע מינארטיס עד חרמה אריינגערעכענט אידישע קינדער...
ליידער א בושה און א חרפה פאר די ארטאדאקסישע געמיינדע צו ווארפן זייער בלינדע שטיצע אינטער א קאראפטירטע ריפובליקאנער אדמינסטראציע וואס שטיצט נישט קיין ״מולטי קולטוריזם״ און ״בענפיטס פאר די ארימע״ פון וואס רוב ארטאדאקסן געניסן... אויב זענען מיר-חרדישע אידן נישט גענוג ללעג ולקלס אין די היינטיגע סעקיולער-וועלט וועט די אלגעמיינער מידעא מאכן פון אונז ״אייערשפייז״ פארן זיין בלינדע היפקאריטן.... לאמיר נאר האפן אז ס׳בלייבט ביי די עמי מאגאזין און אז די גאס זאל נישט געוואר ווערן דערפון...

כ'זעה נישט פארוואס איר זענט אזוי געזארגט, די מאנכע דארט פון די לינקע לאגער וואס ווערן פון צייט צו צייט אויך אנגערופן ביים נאמען 'מעין סטריעם מידיא', האבן זייערע שטארקע ווירדן באזירט אויף זייערע יסודית'דיגע אידילאגיע פון מאלטי קאלטוריזם און טאלעראנץ פון קעגנווארטיגע מיינונגן.... כ'בין זיכער אז טאמער וועלן זיי געוואויר ווערן אז רוב אידן שטיצן טראמפּ וועלן זיי עס אויפנעמען מיטן גרעסטן מאָס רעספעקט.....

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:34 pm

· #410582
החוקר
📎 2018-08-06-01-52-08.jpeg[emoji3]

איר קענט זיך אליין'ס אבערצייגן. דא האט איר א דינאמיק מאפע פון די ניו יארק טיימס וואס צייגט גענוי וואו די טראמפ וויילער געפינען זיך.
📎 BP.JPG

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:36 pm

· #410583
📎 Will.JPG

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:37 pm

· #410584
📎 5 towns.JPGפייוו טאונס

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:37 pm

· #410585
פלעטבוש
📎 FB.JPG

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:38 pm

· #410586
קרית יואל
📎 KJ.JPG

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:38 pm

· #410587
לעיקוואוד
📎 Lakewood.JPG

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:38 pm

· #410588
סיגעיט
📎 SG.JPG

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:39 pm

· #410589
מאנסי
📎 Monsey.JPG

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:39 pm

· #410590
סטעטן איילענד
📎 SI.JPG

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:42 pm

· #410591
וואו נאר ס'וואוינט א איד איז פארשמירט רויט.

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 12:47 pm

· #410593
שבת אחים

הונדערט פראצענט קארטער און אבאמא זיי זענען געוועהן נארמאלע געלערנטע מענטשען נישט אזא קליין ׳יונגלע׳ ווי דיין טראמפ און כאטש נישט קיין ״טרעיטאר״... זיי האבן אויך נישט באגנבט קיין קליינע מענטשען.... און געפייניקט מינארטיס על לא דבר...

די עמי איז א ארטאדאקסישע אויסגאבע? און וואס זאג איך???

קליין קינד! אידן האבן גיטע צייטן? פון א פרעזידענט וואס שטיצט נאציס? פארדעם האבן אלע אידישע ארגאנזאציעס פארדאמט טראמפ???

און נאכדערצו איז ער גוט פאר ״היימישע אידן״ ער וויל דאך זיי געבן ״שבת פעקלעך״ אנשטאט פוד סטעמפס!!! 😂

די אזוי גערופענע אידישע ארגענעזאציעס רעפרעזענטירן נישט די ארטאדאקסישע אידנטום. זיי האבן קיינמאל נישט געשתדלט פאר אונזערע רעליגיעזע געברויכן. די אלע גוטע מתנות וואס די רעגירונג פארטיילט איז פאר אונז נישט קיין טובה, ס'איז סך הכל א טובה פאר דיינע לינקע פאליטישאנס וואס ווילן אז מ'זאל זיין אנגעוויזן אויף זיי. איך וואלט ליבערשט געקענט באשטיין נהנה צו זיין פון א טיי אווענט אדער א תומכי שבת פעקל ווי פון די פעדעראלע רעגירונג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 2:05 pm

· #410596
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
הכרת הטוב ביי וואוטינג איז זינלאז, ופשוט. ווען מ׳זאגט הכרת הטוב, מיינט עס די צוקונפטיגע טובות. איך ווייס נישט די גרויסע טובה וואס איך, אדער אנדערע אידען, האבען פון א פרעזידענט טראמפ. רוב זאכען זענען בלויז לפנים, נישט זאכליך. אן עמבאססי אין ירושלים העלפט קיינער אחוץ דער וואס פארדינגט די שטח צום אמעריקאנער רעגירונג. באפרייען רובאשקין האט מיר גארנישט געהאלפען, און רודפ׳ן מעקסיקאנער איז נישט קיין טובה פאר מיר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטער חכם » מאנטאג אוגוסט 6, 2018 2:33 pm

· #410598
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
פרעזידענט קאַרטער און אובּאַמאַ האבן זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין די בעסטע פרעזידענטן לטובת די אידן. זייער אידילאגיע פון ליבעראליזם און מולטי קאלטוריזם האבן זיך ארויסגעוויזן אלס א שטארקע טובה פאר די ארטאדאקסישע אידנטום........

אידן האבן נאך נישט געהאט אזעלכע גוטע צייטן אונטער סיי וועלכע פרעזידענט ווי מיר האבן אונטער טראמפּ.

בד''וו, עמי איז נישט קיין חסידישע אויסגאבע, ס'איז אן ארטאדאקסישע אויסגאבע.

עס האט נישט מיט אבאמא אדער קארטער, אבער מולטיקולטורעליזם האט ערמעגליכט חרד'ישע אידן צו לעבן אזויווי מיר האבן געלעבט די לעצטע זיבעציג יאר.
און אייראפע ווי זיי האבן שוין אויפגעגעבן אויף מולטיקולטורעליזם, הייבן שוין חרדי'שע אידן אהן עס צו שפירן.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 5:21 pm

· #410716
ווען איך גיי צו די וואלן רעכן איך זיך בעיקר וואס איז בעסער פאר מיר בפרטיות. איך רעכן זיך ווייניגער מיט וואס ס'איז בעסער פארן כלל, און אוודאי נישט מיט וואס מ'רעדט איין די המון עם אז ס'איז בעסער פאר אונז.

איך האב געשטימט פאר טראמפּ נישט ווייל איך האלט אז ער איז אן ארענטליכער, און אויך נישט מיטן מיינונג צו ער גייט יא אדער נישט זיין פרעזידענטואל, אויך איז מיר נישט נוגע געווען מיט וויפיל מענטשן ער איז געלעגן, אדער וואס זיין מיינונג איז אויף טראנסגענדער. איך האב נאר געטראכט וואס פאר א נפקא מינה וועט עס מאכן פאר מיר. מיינע האפענונגן זענען נישט געווען צו הויעך. איך האב נישט געהאלטן אז ער וועט געוואונען, און טאמער יא האב איך נישט געהאלטן אז ער וועט עפעס אויספירן. למעשה בין איך געווען ראנג אויף אלע פראנטן. ער האט מיר גענידערט די שטייערן, און ער איז פטור געווארן פון די אובאמאקעיר מאנדאט. אויך האט שנאה פון די עסטאבלישמענט גורם געווען אזא למכה מצרים בבכוריהם דארט אין וואשינגטאן, אזוי אז די אמת'ע קאלירן פון אונזער א''ג יוסטיץ סיסטעם ווייזט זיך ארויס וואס א טאג מער און מער, און ס'איז צום מזל דא עטוואס מער האפענונג פאר קרימינאל יוסטיץ רעפארם, ווייל איצט הייבן עס אלע פאליטישענס אן צו פילן אויף די אייגענע הויט. וואס א טאג מער ס'גייט אדורך ווערן די אלטע פראטעקטעד עליט'ס, א שטייגער ווי קאומי און מקקעיב ווייניגער און ווייניגער עקזעמפט פון פאראנטווארטליכקייט אויף זייערע אייגענע מעשים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 5:56 pm

· #410718
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
אינטרעסאנט אז דיר איז ווייניג וויכטיג די טאלעראנץ לעוועל פון לאנד, אלס א מינאריטעט. אבער דער פאראנטווארטליכקייט פון קאומי איז דיר געפערליך וויכטיג און נייטיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 6:09 pm

· #410719
איך האב נישט געזעהן קיין שום שינוי אין די טאלעראנץ לעוועל זייט טראמפ איז פרעזידענט.

די סיבה פארוואס קאומי אינטערסירט מיר פערזענליך איז נישט ווייל איך האב סיי וועלכע אינטערעס אין זיינע מעשים, און אויך נישט ווייל איך וויל דווקא צוקוקן וויאזוי ער ווערט געפאניגט. מיר איז עס פערזענליך גוט פשוט ווייל ווען אזעלכע ווי איהם טרעפן זיך אין דאס זעלביגע מצב וואס זיי האבן אנגעמאכט פאר אזויפיל אנדערע, אפטמאל אומשולדיגע, און זיי ווערן געפיטערט פון די אייגענע סם, וועט עס פיינעלי מעגליך פאראורזאכן די לאנג ערוואטענע רעפארמען. די סיבה פארוואס ס'האט נאך נישט פאסירט איז ווייל ס'זיי קיינמאל נישט געווען נוגע, ווייל זיי זענען אייביג געווען איבער די געזעץ. ווער ס'איז נאר געווען אין זייער וועג האבן זיי כסדר אפגעווישט למען 'נאציאנאלע זיכערהייַט'. א דאנק טראמפּ'ס געווינס וועלן אט די זאכן נעמען א אויבן אָן אויפן טיש. פארשטייט זיך אבער נאר אויב טראמפ וועט אויספירן, און דעריבער איז וויכטיג די שטיצע פאר טראמפּ.

אויב קאומי אדער זיינס גלייכן וועט דארפן גיין אין טורמע אז איך זאל קענען שלאפן רואיגער מיט ווייניגער פחד פון די פעד'ס דאן זאל זיין אזוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 7:37 pm

· #410721
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
אדער ביסטו א געזונטע בעל דמיון, אדער זאגסטו ליגענט צו זיך אליינס. האסט עכט מורא אז דו וועסט פארווישט ווערען צוליעב נאציאנאלע זיכערהייט סבות? וואס האט עס מיר דיר אז נאך א פאליטיקאנט ווערט פארווישט? וויאזוי ווערט עס דיין פראבלעם?

און נאך מער, דו מיינסט טאקע אז די זעלבע זאך פאסירט נישט יעצט? יעצט איז קאומי אין דער וועג פון א פאליטיקאנט, ווערט ער פארווישט. עס איז פונקט די זעלבע ווי אמאל, נאר היינט איז די מאכט ביי די רעכטער עקסטרעמיסטען און אמאל איז עס געווען ביי די סענטריסטען (די עכטע לינקע זענען ביזדערווייל קיינמאל נישט געווען אין מאכט אין אמעריקא).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 7:52 pm

· #410722
איך האב מורא אז ווען חלילה א פראסעקיוטער זאל זיך אמאל ארויפלייגן אויף מיר אדער א נאענטער מיינע, וועל איך זיך נישט קענען ארויסדרייען אפגעזען צו איך בין שולדיק אדער נישט. די סיסטעם איז זייער איין זייטיג אפגעזען ווי שולדיג אדער אומשולדיג איר זענט.

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:30 am

· #411728
“I will hire the BEST PEOPLE and Mexico will pay for it because TRUTH ISN’T THE TRUTH”

Source: FAKE NEWS

דאס איז די היינטיגע רעטאריק פון די קאראפטירטע רעפובליקאנער שווינדלער... 😂 😉 🙄 😃

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 12:02 pm

· #411730
TRUTH ISN’T THE TRUTH "סקאנדאל" איז די בעסטע באווייז אויף פעק-נאז
א יעדער גלייך דענקיגער מענטש וואס האט געהערט ראדיא פארשטייט וואס ער האט געזאגט

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:23 pm

· #415765
קורקלענד
איך בין אויך שוין פלענטי ארום געפארן אונזער לאנד אין די לענג און אין די ברייט, און כסדר געכאפט שמועסן מיט אלע סארטן מענטשן. און קיינמאל זיך נישט באגעגנט מיט שבת'ס עקספיריענס. אין ביזנעס קומט מיר אויס אסאך צו האנדלען מיט די רעדנעקס, אסאך פון זיי זענען עקלהאפטיג אבער זיי האבן גארנישט קעגן אידן, זיי דיסקרימינירן יעדן אייניג. איך האב זיך אבער נישט ליעב צו דינגען אויף אזעלכע פאקטן, ווייל די גאנצע ויכוח ווערט א געשריי פון 'הי סעד שי סעד' און ווער ס'שרייט העכער זעהט אויס ווי די געווינער. דעריבער ווען ער קומט מיט 'זיינע' פאקטן איגנאריר איך עס און א גוטן טאג.

היינט אינדערפרי זיך געטראפן מיט א לויער, איצט ארויס פון קאלעדזש, ער קען נישט גלייבן אז איך האלט פון טראמפ, ווען איך צייג איהם אן וואס טראמפ האט פאר מיר געטוהן, זאגט ער נו, און פארדעם האלטסטו פון איהם? האב איך איהם געפרעגט וואס ס'איז שלעכט מיט איהם? טראכט ער א מינוט, און דערנאך זאגט ער מיר, מ'קען זעהן איבעראָל וואס די פראבלעם מיט איהם איז..... פרעג איך איהם, זאג עפעס וואס ער האט געטוהן וואס ס'זאל זיין גענוג שלעכט אז ס'זאל זיך מיר לוינען אויפצוגעבן אויף זיינע מעלות, איז ער געבליבן סטאק. דערנאך זאגט ער מיר אז איך זאל נישט לייענען פאקס, און דראדזש. ער איז נישט מסכים צו לייענען גארנישט אויף טראמפּ'ס זייט, און מיט מיר האט ער א פראבלעם אז איך האב געקוקט אהין.

ס'מיר געווען אזוי שאקירנד אז איינער זאל האבן אזא האס וואס אומבאזירט אויף גארנישט! ער ווייסט ניטאמאל די לאגיק. אבער מ'טאר נישט בארעכטיגן טראמפ אפי' פאר זיינע עקאנאמישע פאליסיס וויבאלד ער איז **** טראמפּ, אנע פארוואס. האב איך שוין געהאט א ערשט האנטיגע עקספיריענס מיט א אויטענטישע סנאו-פלעיק.

אונטער חכם » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 5:52 pm

· #415796
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט דיר נישט געקענט ענטפערן, מסתמא איז ער פשוט געווען שאקד ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט אזא פראגע.

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 7:36 pm

· #415807
איך בין געווען שאקד אז די ליבעראלע טאלאראנץ איז גארנישט אזוי טאלעראנט, ער איז גארנישט אזוי אפען און ברייט פאר אנדערע קאנצעפטן..... זיי זענען גאנץ קאנסערוואטיוו און פארמאכט צו מאנדאטן פון זייער אידיאלאגיע. מ'דארף גלייבן, מ'טאר נישט פרעגן........ איך האב מיך געפילט ווי אין א חסידות.......

ס'איז מיט מיר געווען דארט נאך איינער פון זיין קלאס א חבד'סקער, האט ער מיר שפעטער מסביר געווען אז דעס איז די סטייל היינט אין די אוניווערסיטעטן פאר די וואס ווילן זיין 'וויטה איט', זיי ניצן נישט די אייגענע שכל, זיי פארלאזן זיך אויף די אנדערע עליט'ס........

קורקלענד » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:44 pm

· #420040
איך האב אזוי ערווארטעט און ארויסגעקוקט, אז פיינעלי זאל אונזער אלעמען באקאנטען אנטי-מלחמה, אנטי מיליטערישע וועלט'ס פרעזנס, פרא שלום ניק, וואס איז זייער באקאנט דא אונטער א ניק @שבת אחים, זאל אפיר קומען און אפּלאדירן די אמעריקאנער פּרעזידענט פאר זיין העראישע אקטן פון זיך ארויסציען פון סיריע און אפגאניסטאן!

שוין יארן לאנג וואס שבת רעדט זיך אפ דא אין שטיבל אויף די שרעקליכע רציחות וואס אמעריקע מיליטער זייעט אן איבער די גאנצע וועלט, וויאזוי זיי האבן אזוי אומגליקליך געמאכט אזויפיל מענטשן בעת ווען די מיליטערישע עליט מיט זייער קאפיטאליסטישע דעפענס פירמעס שארן גאלד אין נאר פון רציחה!

אצינד האב איך געפילט אז ער וועט אפלאדירן טראמפ נאך איין מאל ספעציעל פאר די אקט, אבער זעהט אויס אז זיינע פרינציפן זענען נישט באזירט אויף די אנגעבליכע סיבות, איך מיין אז ס'ווענדט זיך אין די קאליר האר וואס די פרעזידענט טראגט....

שבת אחים » זונטאג יאנואר 6, 2019 5:48 am

· #421202
קורקלענד
איך האב אזוי ערווארטעט און ארויסגעקוקט, אז פיינעלי זאל אונזער אלעמען באקאנטען אנטי-מלחמה, אנטי מיליטערישע וועלט'ס פרעזנס, פרא שלום ניק, וואס איז זייער באקאנט דא אונטער א ניק @שבת אחים, זאל אפיר קומען און אפּלאדירן די אמעריקאנער פּרעזידענט פאר זיין העראישע אקטן פון זיך ארויסציען פון סיריע און אפגאניסטאן!

שוין יארן לאנג וואס שבת רעדט זיך אפ דא אין שטיבל אויף די שרעקליכע רציחות וואס אמעריקע מיליטער זייעט אן איבער די גאנצע וועלט, וויאזוי זיי האבן אזוי אומגליקליך געמאכט אזויפיל מענטשן בעת ווען די מיליטערישע עליט מיט זייער קאפיטאליסטישע דעפענס פירמעס שארן גאלד אין נאר פון רציחה!

אצינד האב איך געפילט אז ער וועט אפלאדירן טראמפ נאך איין מאל ספעציעל פאר די אקט, אבער זעהט אויס אז זיינע פרינציפן זענען נישט באזירט אויף די אנגעבליכע סיבות, איך מיין אז ס'ווענדט זיך אין די קאליר האר וואס די פרעזידענט טראגט....


איך בין נישט אריין אין די נישא בכלל. דו פארדרייסט מיינע ווערטער. נעקסט קעיס... מקען נישט מיט דיר רעדן.

שבת אחים » זונטאג יאנואר 6, 2019 5:57 am

· #421203
אוי איז דער מענטש משוגע!!!

Trump Claims Again ‘Most of the Workers Not Getting Paid Are Democrats’’ But Says He Doesn’t Care
<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/www.mediaite.com/online/trump-claims-again-most-of-the-workers-not-getting-paid-are-democrats-but-says-he-doesnt-care/amp/">https://www.google.com/amp/s/www.mediai ... -care/amp/</a>

ער קלעמיט אז ״אלע פעדעראלע ארבייטארער״ זענען דעמאקראטן 😢 🙄

סאיז פונקט ווי בוש וואלט געזאגט נאך 9/11: וואס גייט מיך אן אז אפאר אראבער האבן אטאקירט ניו-יארק און וואשינגטאן- זיי זענען דאך במילא דעמאקראטן.....

כבין כמעט זיכער אז קיין שום פרעזידענט אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע-שטאטן האט אמאל געזאגט אזא זאך... זינט ווען קימערט זיך דער פרעזידענט נאר מיט זיין פארטיי און סגייט אים נישט אן אז 800,000 פון ״זיינע ארבייטארער״ אין ״זיין רעגירונג״ באקומען נישט קיין געהאלט ווייל זיי זענען נישט פון זיין פארטיי??? דאס איז כתה ב׳ רעטאריק.... שרעקליך!!!!

און פון וואנעט נעמט ער זיינע סטאטיסטיקס??? פון סטיווען מיללער???

א מין אפגעפליקטער משוגענער.... ער איז נעבעך אינגאנצן צודרייט און די דרייסיג פראצענט וואס שטיצן אים זענען ראסיסטן, און מענשטען וואס האלטן נישט ביים באצאלן קיין שטייערן. און בלעימען קאומי גאר פאר אלעס...

באשעפער...!

ער ענטפערט שוין נישט נישט קיין קשיות פון די מידיע בכלל. ער רופט די ״ניו יארק טיימס״ און די מידיע, די ״enemy of the people”...

ער מאכט אויף נומבערס און סטאטיסטיקס, כאילו סאיז עפעס א עמערדזשענסי צו בויען א וואנט... בשעת ער מיט זיינע קראוניס האלטן אז יעדער משוגענער אין אמעריקע מעג האבן הונדרעטער געווער און שיסערס. וואס טעגליך ווערן מענטשען און קליינע קינדער געשאסן און גערצחט אין אמעריקע. דאס אלעס איז גארנישט! אמעריקאנע רעדנעקס מיט ביקסן מעגן הארגענען און פלינדערן אבער מעקסיקאנער וואס ווילן ארבעטן פאר מינימום וועידזש זיי זענען גאר די פראבלעם...

הער איך שוין וואס דא טוט זיך... ריינע ראסיזים! מענטשען וואס קענען נישט צוקוקן אז סאיז דא מיליאנען שפאנישע וואס רעדן נישט קיין ענגליש- און די זעלבע attitude האבן זיי צו אונז ווען זיי וואלטן געהערט אז מיר רעדן אידיש אין אמעריקע אלץ די ערשטער שפראך... אונז זענען נאר א קליין הייפעלע פון אידן וואס וואוינען מערסטענס אין ניו יארק, ניו זשערזי אומגעגענט. אבער די ספאנישע נעמען דאך באלד איבער גאנץ אמעריקע-לויט זייערע נערישע רעטאריק...

מענטשען האבן שווערע פראבלעמען... מיט זיבעציג יאהר צוריק איז עס געוועהן ״די אידן״ יעצט איז עס ״די ספאנישע״. און אזוי דרייט זיך די רעדל, אייביג דארף מען איינרעדן דעם עולם-גולם אז ״דער און יענער״ איז שולדיג אויף אלע ״אונזערע״ פראבלעמען...

די גרעסטע וויץ איז נאך אז דער צודרייטער טראמפ קלעימט ״אז רוב אמעריקאנער ווילן א וואנט״- בשעת סאיז גאר פונקט פארקערט! רוב אמעריקאנער- ״זיבעציג פראצענט״ ווילן שטערקערע ״גאן-קאנטראל״ און בערך דרייסיג עפעס פראצענט ווילן די וואנט... און ער שרייעט נאך אויף יענעם ״פעיק נוס״... איר הערט וואס דא טוט זיך???

מעקסיקא גייט באצאלן פאר די וואנט... כהאב טאקע געזעהן גלייך ווען טראמפ האט געוואונען האט אים די מעקסיקאנער פרעזידענט געפרעגט: צו וועמען שטעל איך אויס די טשעק פון דרייסיג ביליאן דאללער פאר די וואנט???

שבת אחים » זונטאג יאנואר 6, 2019 8:16 am

· #421207
<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/posting.php?mode=edit&f=8&p=421206">posting.php?mode=edit&f=8&p=421206</a><!-- l -->

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 12, 2019 5:02 am

· #424285
עקאנאמיסט ראבערט רייך איז גערעכט! די עוורידזש אמעריקאנער באקומט צוריק א קלענערע טעקס-ריטורען אסאך ווייניגער ווי ביי אבאמא׳ס צייטן בשעת די רייכע האבן באקומען גאר גרויסע טעקס-קאוטס וואס האט נאר צוגעלייגט טריליאנען צו די אמעריקאנער דעפיציט.

רעדסט אייך נישט איין פאר קיין איין רגע אז די רעפובליקאנער טעקס-שניטן זענען לטובות די אלגעמיינע ציבור. זיי זענען אפגעקויפט ביי די רייכע און עליטע וואס שטיצן זייערע קאמפיינס און גניבות. יעדע נארמאלע לאנד אויף די וועלט וואס איז אסאך ארימער פון אמעריקע באקומען די מענטשען אסאך מעהר פון זייער גאווערמענט ווי אמעריקע...
דא אין די רייכע אמעריקע קימערט מען זיך נאר מיט ווער סהאט געלט און פאוער, די רעשט פון די מענטשען גייט זיי גאנץ קנאפ אן.

Trump offers socialism for the rich, capitalism for everyone else
Robert Reich


<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/amp.theguardian.com/commentisfree/2019/feb/11/trump-offers-socialism-for-the-rich-capitalism-for-everyone-else">https://www.google.com/amp/s/amp.thegua ... ryone-else</a>

Millions of Americans could be stunned as their tax refunds shrink
<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/www.washingtonpost.com/amphtml/business/2019/02/10/millions-americans-could-be-stunned-their-tax-refunds-shrink/">https://www.google.com/amp/s/www.washin ... ds-shrink/</a>

MSNBC PANELIST SAYS IT'S 'WONDERFUL TO WATCH THESE TRUMP VOTERS LEARN' AS SOME AMERICANS COMPLAIN ABOUT SMALLER TAX REFUNDS
<a class="postlink" href="https://www.newsweek.com/msnbc-panelist-says-its-wonderful-watch-trump-voters-learn-some-americans-1325842">https://www.newsweek.com/msnbc-panelist ... ns-1325842</a>


Under new Trump tax code, average refund is 8.4 percent smaller
Frustrated taxpayers are using the hashtag #GOPTaxScam to vent about their smaller than expected tax refunds
<a class="postlink" href="https://www.nbcnews.com/business/taxes/under-new-trump-tax-code-average-refund-8-4-percent-n970066">https://www.nbcnews.com/business/taxes/ ... nt-n970066</a>

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:45 am

· #424294
דער wannabe דיקטעטאר דאנאלד טראמפ רעדט זיך נעבעך איין אז אמעריקע איז עפעס א פאשיסטישע לאנד ווי מ׳טאר נישט פארציילן דעם אמת.... וואס איז געשעהן מיט פרידאם אף ספיטש? ער מיינט אז ער איז עפעס פוטין וואס קען דיקטעטן יעדעם איינעם וואס צו רעדן און אז איינער רעדט חלילה קעגן אים דארף מען יענעם אראפרוימען פון וועג...

א בושה אז דער פרעזידענט פון די ״פרייע-לאנד״ אמעריקע זאל כאטש נישט וויסן די א״ב אויף וואס די לאנד באשטייט!!! די ערשטע amendment
אין די Constitution איז פרידאם אויף ספיטש און פרידאם אויף press.

יעדער מעג רעדן דא וואס ער וויל אפילו קעגן דעם פרעזידענט ער איז נישט עפעס א קעניג וואס קען דיקטעטן די מענטשהייט...

ער אטאקירט יעדער וואס רעדט קעגן אים און יעדער וואס פארציילט די ״סודות פון חדר״, די כאאס אין דעם ״ווייסען הויז״ פון זיין וואקעלדיגע אדמינסטראציע... פאר דעם טאקע האלט ער אין איין אטאקירן די מידעא און די פרייע פרעסע. ער שרייט נאך אז זיי זענען ״פעיק-נוס״ בשעת דער מענטש האלט ביי די אכט טויזנטע ״אפענע ליגענט״ זינט ער איז אין אפיס- א עוורידזש טאג זאגט ער אפאר אפענע ליגענט וואס יעדער קען זיך אליינס איבערצייגן אז סאיז הוילע ליגענט אן קיין שום בושה! (די וואשינגטאן פאסט האלט א ליסטע פון אלע זיינע ליגיונת) ער מעג יעדעם אטאקירן אפילו אזעלכע גרויסע אמעריקאנע העלדן ווי דזשאן מעקעין אבער ווען איינער וואס האט געארבעט פאר אים אין ווייסען הויז פארציילט דעם אמת קומט גלייך א Lawsuit...

אוי רבש״ע...

Former White House aide Cliff Sims sues Trump after attack over tell-all book

<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/politics/former-white-house-aide-cliff-sims-sues-trump-after-attack-over-tell-all-book/2019/02/11/2514c286-2e55-11e9-86ab-5d02109aeb01_story.html?noredirect=on&utm_term=.654cab33955c">https://www.washingtonpost.com/politics ... 4cab33955c</a>

'I just don't like bullies': Former aide sues Trump

<a class="postlink" href="https://www.msnbc.com/morning-joe/watch/-i-just-don-t-like-bullies-former-aide-sues-trump-1441192515650">https://www.msnbc.com/morning-joe/watch ... 1192515650</a>

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 12, 2019 10:25 am

· #424300
די קאנסטאטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן שרייבט דייטליך פאר, אז דער רעפרעזאנטן הויז זאל האלטן א וואכזאם אויג אויף די טעטיקייטן פונעם עקזעקוטיווער פליגל.
די ערשטע טאטעס פון אמעריקע האבן געוואלט דערמיט פארזיכערן אז דער עקזעקוטיווער פליגל זאל נישט פארמאגן צופיל מאכט. זיי האבן געוואלט אז דער רעגירונג זאל זיין אייניג באלאנסירט דורך דריי באזונדערע פליגלען.

זינט די סאציאליסטישע ליבעראלן האבן זיך דערווארבן די מאכט אינעם רעפרעזאנטן הויז, האבן זיי בלויז איין ציל. אונטערצוברענגען דעם אמאריקאנער פרעזידענט! זיי האסן אים צום טויט. ווייל ער שטייט ווי א שיינענדען פאקל און ערלויבט זיי נישט צו פארוואנדלן די פאראייניגטע שטאטען צו א סאציאליסטישע לאנד. זיי זענען פולשטענדיג גרייט צו פארניכטען די פאראייניגטע שטאטען פאר זייער משוגענע סאציאליסטישע קאפריזן. עס איז זיך ממש נישט צו גלייבן ווי נידעריג די ליבראלן האבן זיך דערקיילקלט.

די סאציאליסטן און מארקיסטן אינעם רעפרעזאנטן הויז פארשלייערן זיך אונטער זייערע קאנסטאטוציאלע רעכט, פון צו האלטן א וואכזאם אויג אויף די טעטיקייטן פונעם עקזעקוטיווער פליגל, צו עפענען לופטיגע אויספארשונגען באזירט אויף לופטיגע אלוזיעס וואס שטאמען בלויז פון האס צום פרעזידענט, און ס'האט ווירקליך גארנישט צו טאן מיטן ריאלעטעט. זייער ציל איז בלויז אראפצוברענגן דעם פרעזידענט, וואס שפאנט מיט ריזיגע טריט פאראויס, אפצווישן די אפפאל פון זיין פארגייער פרעזידענט אבאמא, און צוריק צו פארוואנדלן די פאראייניגטע שטאטן צו איר אמאליגען גלארייכער שטאנד צו א מעכטיגער רייכער קאַפּיטאַליסטישער גרויסמאכט, גענוי ווי די ערשטע טאטעס פון אמעריקע האבן איר אראפגעשטעלט.

די סאציאליסטן באנוצן זיך מיט די רעכטן פון די קאנסטאטוציע בלויז פאר זייערע נידעריגע אמביציעס און אנטשואונגען, זיי זענען אויסן אויסצורייסן דעם קאנסטאטוציע מיטן גאנצן ווארצל. די קאנסטאטוציע איז זייער גרעסטער שטער צו פארוואנדלן די פאראייניגטע שטאטן צו א סאציאליסטישע לאנד.
דער פרעזידענט האט נישט קיין פראבלעם מיט די קאנסטאטוציאלע רעכטן פונעם רעפרעזאנטן הויז. ער האט בלויז א פראבלעם מיט דעם וואס די סאציאליסטן און מארקיסטן באנוצען זיך מיטן אנגעבליכער רעכט, אים צו שטערן אויסצופירן זיינע פרעזידענטליכע פליכטן.
נאך מער. אויב איז פארהאן פרייהייט פון אויסדרוק, דאן פארוואס זאל דער פרעזידענט זיך נישט מעגן באנוצן דערמיט אפצושלאגן די זינלאזע אטאקעס פון די סאציאליסטן און מארקיסטן? פרייהייט פון אויסדרוק גייט אויף ביידע וועגן...

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 12, 2019 10:57 am

· #424303
כהאב נאך אפילו נישט געליינט דיין תגובה. איך גיי עס באלד ליינען. אבער פאר איך ענטפער דיר בכלל. האב איך צו דיר א אלטע קשיא, א אלטע חוב פון ווען איך האב מיך לעצטע מאל געטענהט מיט דיר אין א אנדערע אשכול. און מיר האבן נישט געפארטיגט די שמועס.

דארט האסטו אן קיין שום בושה צוגעגליכן די ״היינטיגע סאציאליסטן״ א שטייגער ווי קאנאדא און שוועדן צו די נאציס ימ״ש! פשוט ווייל די נאציס האבן זיך גערופן ״נאצינאלע סאציאליסטן״...

ווער איז נענטער צו די נאציס??? טראמפ דער זעלבסט באקרוינטער ״נאציאליסט״ אדער די היינטיגע סאציאליסטן???

אנטשולדיגט מיר ״נאציאנאליזם און פאשיזאם״ איז אסאך אסאך נענטער צו די נאציס ווי אלע היינטיגע סאציאליסטן... סאיז דאך ממש היינו הך, די זעלבע אידאלאגיע!?

אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס די היינטיגע סאציאליסטן זענען בכלל דומה צו די נאציס??? די סאציאליסטישע לענדער זענען דאך ממש די פרייעסטע לענדער אויף די וועלט, וואס קריגן זיך נישט מיט קיינעם און נעמען די בעסטע קעיר פון זייערע בירגער...

באלד גיי איך ליינען דיין תגובה און איך וועל דיר אפשר ענטפערן... קודם ערווארט איך א תשובה אויף דיינע נערישע שיטות ווייל סאיז ממש אבסורד...

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 12, 2019 11:44 am

· #424305
דער פרעזידענט מיט זיינע רעכטע קריסטליכע רעפובליקאנער-נאציס וואס לייגן אריין קליינע ספאנישע קינדער אין cages און האלטן זיי איינגעשפארט אוממענטשליך פאר חדשים לאנג, פאר גארנישט און פאר נישט איז עס אקעי מיט דיר אבער די סאציאליסטן רופט ער נאציס!!! נישטא ווער סזאל וויינען... אט פונקט דאס האבן די נאציס געטוהן פאר די אידן מיט זיבעציג יאהר צוריק.

דער פרעזידענט וואס זאגט אפען אז אונז אמעריקאנער הארגענען פונקט אזוי Journalist ווי די היינטיגע ״פוטין רעזשים״ איז ביי דיר א גאנצע העלד!? אבער די פרייעסטע נארמאלסטע לענדער אויף די וועלט ממש רופסטו נאציס!?

טוה מיר א טובה!

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 12, 2019 12:24 pm

· #424311
דער באַגריף פון פאשיזם, סאציאליזם, מארקסיזעם איז מער ווייניגער, אז אלעס ווערט קאטראלירט דורך רעגירונג. די פירער פון די פארטיי שטעלט אראפ זיין אגענדע, און די רעגירונג פאלגט דאס אויס. צ.ב.ש. דער פארטיי פירער באשלוסט ראסע געזעצן, אדער דער פארטיי פירער באשלוסט אז יעדע בירגער פון לאנד זאל האבן מעדיצינישע פארזיכערונג אדער פריי ערציאונג, ווערט דאס אינפארסירט דורך די רעגירונג, אפגעזען צו דאס פאלק שטימט צו אדער נישט. און ווי אזוי ווערט דאס באצאלט? זייער גלייך! די רעגירונג האט די רעכט אוועק צו רויבן דיין געלט פאר וואס די האסט ביטער און שווער געארבייט, און עס שענקן פאר דער כולל יונגערמאן וואס האט באשלאסן צו פארבלייבן א פראזיט אויף א גאנץ לעבן. יא! דער שווערער ארבייטער ווערט בארויבט דורך די רעגירונג צו שטיצן פראזיטן. דער דאזיגער סיסטעם איז קעגן די אמעריקאנער ווירדן, און קעגן אלעס וואס אמעריקע שטעלט מיט זיך פאר.
די באגריפן פון: א טאטאלער רעגירונג קאנטראל אויף די באפעלקערונג, נישט דארפן ארבייטן, נישט האבן קיין אינווידואלע רעכטן און קיין מאטריאליסטישע פרייהייט, אונטערברענגן אינדאסטריע, פארארימען דאס לאנד, נידעריגע מאראל, זענען אומאקסעפטירבאר אין די פאראייניגטע שטאטן. דאס זענען געווען די אנטשויאונגען פון היטלער און פון סטאלין.

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 12, 2019 12:32 pm

· #424312
שבת אחים
דער פרעזידענט מיט זיינע רעכטע קריסטליכע רעפובליקאנער-נאציס וואס לייגן אריין קליינע ספאנישע קינדער אין cages און האלטן זיי איינגעשפארט אוממענטשליך פאר חדשים לאנג, פאר גארנישט און פאר נישט איז עס אקעי מיט דיר אבער די סאציאליסטן רופט ער נאציס!!! נישטא ווער סזאל וויינען... אט פונקט דאס האבן די נאציס געטוהן פאר די אידן מיט זיבעציג יאהר צוריק.

דער פרעזידענט וואס זאגט אפען אז אונז אמעריקאנער הארגענען פונקט אזוי Journalist ווי די היינטיגע ״פוטין רעזשים״ איז ביי דיר א גאנצע העלד!? אבער די פרייעסטע נארמאלסטע לענדער אויף די וועלט ממש רופסטו נאציס!?

טוה מיר א טובה!


איך פארשטיי נישט, ווי אזוי באגייט מען זיך מיט פארברעכער אין א סאציאליסטישער לאנד? מ'גייט אינאיינעם מיט די ווייבער און קינדער אריין אין חד גדיא אריין? אדער די פאמיליע ווערט צושפליטערט?
אין די פאראייניגטע שטאטן איז פארהאן געזעצן, פארלעצער ווערן באשטראפט! וואס ווילסטו? אז מ'זאל נעמען מענטשן וואס פארלעצן דאס געזעץ פון לאנד, און איינקוואטירן אין ווילאס ביים בארטן פון ים? וואו זיי זאלן זיך אויסלעבן די יארן מיט די פאמיליעס אינאיינעם, און מיר לעגאלע אמעריקאנער בירגער זאלן זיי צאלן פאר זייער פלעגונג און מעדיצינישע קאסטן? זאג די הייסט פילייכט אלעקסאנדריע קאָרטעז? וואס רייכערסטו?

קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 15, 2019 10:08 am

· #424548
אז מ'דערלעבט דערלעבט מען.

ניו יארק איז געווען די ערשטע צו ליידן פון די נייע סאציאליסטישע ווינטן וואס האבן אנגעהויבן צו בלאזן אין לאנד.

די בארימטע עמעזאן פירמע האט זיך געגרייט אויפצושטעלן איר נייער הויפטקוואטיר אין לאנג איילענד. א שריט וואס וואלט ווען צוגעברענגט 25 טויזענט פרישע ארבייט פאזיציעס, זיי האבן זיך אבער צוריקגעצויגן דערפון. מערסטייל צוליב די קעגנשאפט פון די פרישע סאציאליסט אלעקסאנדריע קאָרטעז. גיבערנאטור קאומא וועלכע איז זעלבסא א געשוואורענער דעמקראט איז שרעקליך אויפגעברויזט, אבער אצינד וועט ער שוין ווארשיינליך איינזען דאס חורבן וואס סאציאליזם ברענגט אויף דער וועלט.

דאקאגען קאָרטעז האט נישט גענוג וועגן זיך אויסצודרוקן איר נארישע פרייד איבער איר אנגעבליכער מעכטיגע געווינס. זי האט היינט געזאגט אז דאס צייגט אז דאס פאלק האט דאס ווארט, און נישט דער רייכסטער מאן אין לאנד, (וואס איז אייגענטליך אויך א דעמקראט)

פרוי קאָרטעז איז דאך אזא שמאלקעפיגע באשעפעניש און אזא נארישע פרוי, אזש מאנכע זענען ביי די מיינונג אז זי איז נאך מער משוגע ווי זי קוקט אויס. זי איז א געפאר פאר די וואוילזיין פון די מענטשהייט. עס גייט איר נישט אן קיין ארבייט פאזיציעס, גארנישט! די גאנצע באפעלקערונג זאל לעבן אויף די רעכענונג פון די רעגירונג, און אז די לופט זאל זיין זויבער, זי געטרויעט נישט ג-ט צו פירן זיין וועלטל ווי ער פארשטייט, זי וויל וויל אים העלפן צו רעגולירן די לופט, א סארט פארזעעניש....

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:14 am

· #424552
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
איך ווער דיזי. גוטע נייעס איז, ווען זאכען ווערן שלעכט. ווייל דעמאלס זעט שוין ׳יעדער׳ איין? די ווערטער ׳יעדער זעט איין׳ הערן זיך עפעס באקאנט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:26 am

· #424553
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווער דיזי. גוטע נייעס איז, ווען זאכען ווערן שלעכט. ווייל דעמאלס זעט שוין ׳יעדער׳ איין? די ווערטער ׳יעדער זעט איין׳ הערן זיך עפעס באקאנט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


סליחה, אין לי עסק בנסתרות.

שבתא טבא.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:38 am

· #424554
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
או בנגלות

שבתא טבא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » פרייטאג פעברואר 15, 2019 12:57 pm

· #424555
קאך לעפל, איך אפפער דיר א לייק יעדן טאג פאר א פרישן טעגליכן אנאליז. אבער ס'מוז זיין טעגליך.

הוגה » פרייטאג פעברואר 15, 2019 4:07 pm

· #424575
איך פארשטיי נישט וואס איז שלעכט מיט דעם אז אמאזאן קומט נישט קיין נו יארק. מיר וואלטן זיך געדארפט פרייען. אמאזאן רעפרעזענטירט אלעס וואס איז שלעכט אין די עקאנאמיע. אמאזאן נעמט ארויס די מיטל-קלאס פון ביזנעס. אמאזאן באצאלט נישט קיין פעני טעקסעס אויף די ביליאנען וואס זיי פארדינען. אמאזאן וויל אפילו ארויסרוקן פון ביזנעס אזא (קאנסערוויטיווע) ריז ווי וואלמארט. אמאזאן outsources די ארבייט צו אנדערע לענדער ווי טשיינע. אמאזאן זוכט צו אטאמאטירן אלע דזשאבס ביז זיי וועלן נישט דארפן האלטן ארבייטער. אין מיינע אויגן דארף מען טון וואס מעגליך זיי אונטערצוברענגן. אויב נאך סטעיטס וועלן נאכטון וואס נו יארק האט געטון, איז מעגליך אז די evil force וואס הייסט אמאזאן וועט זיך צוברעכן.

איי טענה'סטו אז זיי פארשפרעכן פינף און צוואנציג טויזנט דזשאבס? ערשטענס, איך גלייב זיי נישט. צווייטענס, עס איז יצא שכרה בהפסידה ווי כ'האב פריער געשריבן. דריטענס, איך גלייב אז ביז א קורצע צייט וועלן רוב פון די פאזישנס פארביטן ווערן צו ווערן געטון דורך ראבאטן. פערטענס, והיא העיקר, אויב אמאזאן איז א force of evil, איז דזשאבס נישט קיין תירוץ זיי צו העלפן.


.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:36 pm

· #424582
@הוגה יפה דברת און א לייק אויף דיין קאפ פאר די אמתע רייד. קיינער דארף זיי נישט האבן דא. אין א נארמאלע סאסייעטי וואלט מען דעם בעזאס שוין לאנג געדארפט צונעמען זיין גאנצע געלט און שיקן קיין סיביר. איך פלאן טאקע צושרייבן א לאנגע ארטיקל וועגן דעם. זיין הענט און זיין געלט איז פארשמירט מיט בלוט וואס ער האט געגענבט פון אומשולדיגע שווערע ארבעטס-קלאס מענטשען. ער איז א רודף. סאיז נישטא דערווייל כמעט קיין אנליין געזעצן וואס האלטן אים צוריק פון צונעמען יענעמס ערליך פארדינטע ברויט. ער האט די מאנאפאלי. ער גנבט יעדען טאג פון מענטשען אויף גאר א מיאוסען אופן. און ער צאלט נישט קיין טעקס און גיט ניטאמאל א האלבע פראצענט צדקה! די רייכעסטע מענטש אויף די וועלט!
גארנישט אנדערש ווי די אלטע-רשעותדיג פרוצים אינדערהיים.


אבער למען האמת איז יא דא פארלירער א שטייגער ווי שמעון דשונסקי-יצחק ראבינאוויטש און אסאך אנדערע אידן וואס האבן אסאך ריעל עסטעיט אין די געגענט פון לאנג איילענד סיטי און גרינפוינט וואס ס׳וואלט מסתם ארויפגעשפרינגן די וועליו פון די פראפערטי. הגם ער איז די לעצטע אויף מיין ״רחמנות ליסטע״. היינט איז געוועהן אין די ״ריעל דיעל״ אז ער האט יעצט פארקויפט א פראפערטי אין ברוקלין פאר א נישטיגע 130 מעלאנס...

חוץ מזה כבין נישט אזוי זיכער אז סהאט בכלל צוטוהן מיט סאציאליזים און מיט קארטעז.


גוט שבת.

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:42 pm

· #424583
קאך_לעפל
אז מ'דערלעבט דערלעבט מען.

ניו יארק איז געווען די ערשטע צו ליידן פון די נייע סאציאליסטישע ווינטן וואס האבן אנגעהויבן צו בלאזן אין לאנד.

די בארימטע עמעזאן פירמע האט זיך געגרייט אויפצושטעלן איר נייער הויפטקוואטיר אין לאנג איילענד. א שריט וואס וואלט ווען צוגעברענגט 25 טויזענט פרישע ארבייט פאזיציעס, זיי האבן זיך אבער צוריקגעצויגן דערפון. מערסטייל צוליב די קעגנשאפט פון די פרישע סאציאליסט אלעקסאנדריע קאָרטעז. גיבערנאטור קאומא וועלכע איז זעלבסא א געשוואורענער דעמקראט איז שרעקליך אויפגעברויזט, אבער אצינד וועט ער שוין ווארשיינליך איינזען דאס חורבן וואס סאציאליזם ברענגט אויף דער וועלט.

דאקאגען קאָרטעז האט נישט גענוג וועגן זיך אויסצודרוקן איר נארישע פרייד איבער איר אנגעבליכער מעכטיגע געווינס. זי האט היינט געזאגט אז דאס צייגט אז דאס פאלק האט דאס ווארט, און נישט דער רייכסטער מאן אין לאנד, (וואס איז אייגענטליך אויך א דעמקראט)

פרוי קאָרטעז איז דאך אזא שמאלקעפיגע באשעפעניש און אזא נארישע פרוי, אזש מאנכע זענען ביי די מיינונג אז זי איז נאך מער משוגע ווי זי קוקט אויס. זי איז א געפאר פאר די וואוילזיין פון די מענטשהייט. עס גייט איר נישט אן קיין ארבייט פאזיציעס, גארנישט! די גאנצע באפעלקערונג זאל לעבן אויף די רעכענונג פון די רעגירונג, און אז די לופט זאל זיין זויבער, זי געטרויעט נישט ג-ט צו פירן זיין וועלטל ווי ער פארשטייט, זי וויל וויל אים העלפן צו רעגולירן די לופט, א סארט פארזעעניש....


וואו קען איך צוריק באקומען די מינוט וואס איך האב יעצט פארלוירן ליינענדיג דיין נערישע תגובה???

קודם כל גאט אליינס זאגט אז מזאל היטן אויף די לופט און אויף די געזונט! קוק אריין אין די תורה! וואס רעדסטו? דו ביסט ממש נישט ביי זיך...!

זי וויל די גאנצע באפעלקערונג זאל לעבן אויפן חשבון פון די רעגירונג??? אזוי גאר! אלע טראמפיסטן האבן נישט קיין פראבלעם מיט אפענע ליגענט!
זיי זענען נאך קריסטן אויך צו אלע צרות וואס גלייבן אין די תורה וואס שטייט ״מדבר שקר תרחק״...

איך גיי דיר בל״נ מעהר אפילו נישט ענטפערן און נישט ליינען דיינע תגובות. סאיז נישט ווערט צורעדן מיט דיר. סאיז ממש א שאד די צייט. ביסט א פשוטע טראלל אזויווי טראמפ. דיין אויבערשטע תגובה ווי דו ענטפערסט מיר עפעס וועגן סאציאליזם האב איך ניטאמאל געליינט. ס׳אינטערסירט מיך נישט. אנטשולדיגט מיר סקומט ממש צוברעכן ווען איך לייען דיינע תגובת, א בארג פון שקרים, מיס-אינפארמאציע, ריינע קינדערישע טיפשות און פראפאגאנדע וואס איז גרויל און אפשיי פאר יעדע רעכטדענקיגע ציוויליזרטע הומען-ביאונג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 16, 2019 8:38 pm

· #424589
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
אויב אזוי, איז ממש פארקערטק וויבאלד עס איז א גוטע זאך, איז עס גאר שלעכט פאר אונז. בנגלה ובנסתר.

ערנסט גערעדט, אפילו ווען בעזאס איז ארויס פון נ.י., דאס מיינט נישט אז ער פארמאכט זיך. די שאלה איז נישט צו עס גייט עגזיסטירן, נאר צו עס גייט זיין אין נ.י..

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הוגה » מוצ"ש פעברואר 16, 2019 10:08 pm

· #424601
ליטוואק פון בודאפעסט
אפילו ווען בעזאס איז ארויס פון נ.י., דאס מיינט נישט אז ער פארמאכט זיך. די שאלה איז נישט צו עס גייט עגזיסטירן, נאר צו עס גייט זיין אין נ.י..

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס איז נישט קיין טענה. אויב זענען זיי שלעכט איז נישט קיין נפק"מ וואס אנדערע סטעיטס טוען. דיין טענה הערט זיך ווי איינער וואס וועט דזשאסטיפייען אמעריקא נישט ארויסווארפן אן אימלעגאלע אימיגראנט וואס איז א פארברעכער ווייל ער וועט סייווי טון זיינע קרימינאלע אקטן אין אנדערע לענדער.


.

קלוגסטער פון אייראפע » זונטאג פעברואר 17, 2019 12:55 am

· #424619
📎 IMG-20190217-WA0028.jpg

שבת אחים » זונטאג פעברואר 17, 2019 6:04 am

· #424626
קלוגסטער פון אייראפע
📎 IMG-20190217-WA0028.jpg


חכם ווען בעזאס קומט קיין ניו יארק אלץ א אומלעגאלע אימיגראנט וואלט דאך די ״טראמפ ארגאנעזאציע״ אים גענוצט אלץ א קאנטראקטער צו בויען זיינע ״טראמפ טאוערס״ און ער וואלט אים נאר באצאלט דריי דאללער א שעה.... רייך ווערן אויף די חשבון פון אראפדרוקן ארימע איז טראמפ׳ס signature...

דאס איז נישט קיין וויץ דאס איז אמת. טראמפ וואס שרייעט יעצט אז די אומלעגאלע אימיגראנטן זענען ממש א עמערדזשענסי האט זיך א גאנץ לעבן באנוצט מיט אומלעגאלע אימגראנטן און זיך אויפגעפירט מיט זיי מיט די גרעסטע אוממענטשליכקייט. דעמאלטס זענען זיי פשוט גוט געוועהן פאר זיין טאש און סאיז בכלל נישט געוועהן קיין עמערדזשענסי. אבער יעצט ווען ער דארף באפרידיגן זיינע רשעותדיגע בליענדע שטיצער אין די צוריקגעבליבנע אומציוויליזירטע רעפובליקאנער שטעט וואס האבן פיינט יעדער וואס איז נישט געבוירן געווארן ביי א ווייסע טאטע און מאמע זינגט ער פלוצלינג א אנדערע ניגון. כאילו סאיז ממש עפעס א עמערדזשענסי... בשעת רוב אמעריקאנער ווילן בכלל נישט קיין וואנט און האלטן נישט אז סאיז בכלל עפעס א עמערדשענסי. נישטא ווער ס׳זאל לאכן... אין די לעצטע פאר יאהר איז די ראטע פון קרימינאלען וואס שווערצן זיך אריבער פון מעקסיקא דראסטיש געפאלן...

די אמתע עמערדזשענסי אין אמעריקע איז ״גאנס און געווער״ און דאס אז א יעדער משוגענער קען איינהאנדלן וויפל וואפן ער וויל, יעדען טאג ממש ווערן געשאסן אומשולדיגע מענטשען. סאיז אסאך א גרעסערע עמערדזשענסי ווי מעקסיקאנער אבער דאס גייט די רעכטע רעפובליקאנער שוטים גאנץ ווייניג אן, ווייל רוב פון די געווער ליגט דאך ביי ״ווייסע רעדנעקס״ אין די הענט... ווילאנג די ווייסע זענען רוצחים איז דאך אלעס אקעי. נאר די ברוינע וואס ארבעטן דא ביטער און שווער ווי שקלאפן זיי זאלן ח״ו נישט אריינקומען און פארפעסטיגן אונזער לאנד... די צווייטע אמתע עמערדזשענסי איז ״גלאובעל ווארמינג״ ווי אלע סייענטיסטן און חכמים פון די גאנצע וועלט ממש שרייען אז די וועלט האט צווישן 12-ביז 20 יאהר (לויט די ראטע ווי עס לויפט יעצט) ביז ווילאנג טאקיא און ניו יארק וועט זיין אינטער וואסער... און די אומגעלערנטע,
אומפאראנטווארטליכע רעפובליקאנער פויערן וואס באנוצן זיך מיט אלע חכמות פון היינטיגע סייענטיסן לאכן זיי אין פנים אריין, ווייל זיי באקומען ביליאנען (בלי גוזמא) אין שוחד פון די אויל אינדאסטריע און זיי פארלאזן זיך אויף ניסים פון זייער יאשקע און זייערע געטשקעס זיי אפצוראטעווען...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25