ליפאשבת אחיםTrump’s agenda on the line in a hard-fought Georgia House race
<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/powerpost/trumps-agenda-on-the-line-in-a-hard-fought-georgia-house-race/2017/06/19/26db597a-551e-11e7-b38e-35fd8e0c288f_story.html?utm_term=.06e1393f76c6">https://www.washingtonpost.com/powerpos ... e1393f76c6</a>
האהא רעפובליקען געווינט! יא טראמפ'ס אגענדע געווינט....
אזוי???
אפשר קענסטו נישט פשוטע חשבון...
כאפסט אז מ׳רעדט דא פון
״רויטע קאנסערוועטיוו-דאמינירטע-טעריטאריע״ ווי די דעמקראטן געוואונען
קיינמאל נישט דארט?
קודם כל שטעל דיך פאר אין די לינקע קאליפארניע אדער ניו יארק געוואונען די דעמקראטן א זיץ וואס זיי האלטן שוין אן יאהרן לאנג נאר מיט קוים צוויי דריי פראצענט??? דאס הייסט געוואונען? אדער דאס מיינט ״צרות-צרורות״??? ❗ ❓ ❓ ❓
צווייטענס. אין די זעלבע צוויי דיסטריקטס ווי עס איז היינט געוועהן וואלן ווי די ריפובליקאנער האבן זיך געראכטן פאר א ״געוואונס״ און זיי האבן למעשה ״אויסגעקראצט״ א ״שמאלע געוואונס״, האבן די ריפובליקאנער
מיט פיר חדשים צוריק ״שטארק געוואונען״ קעגן הילערי קלינטאן, און אין
די לעצטע פיר חדשים האבן די ריפובליקאנער דארט פארלוירן לויט די היינטיגע וואל-רעזולטאטן אזא צוואנציג ביז דרייסיג פראצענט שטימען, דאס מיינט אז זיי פארלירן ground אין זייערע שטעקסטע בעיסעס.
און אז א ריפובליקען געוואונט אין זייערע רויטע strongholds סטעיטס מיט א קליינע מארזשין פון 2-3 פראצענט איז נישט קיין גיטע נייעס פאר די רעכטע.
איך האב מיך בכלל נישט געראכטן פאר א היינטיגע געוואונס.
און ווען איך וואלט יעצט געוועהן א רופבליקען קאנגערסמאן אדער א סענעטאר אין פענסעלוועניע, מישיגען, אהייא, וויסקאנסין, אינדיענע, אילינוי, קאלאראדא, נעוועדא, מיזורי, מינסודה, ארעגעאן, ניו מעקסיקא, נעברעסקע, אייאווא, קענזעס, מעין, ניו העמפשיר, ניו יארק, ניו זשורזי, מערילאנד, ווירדזישניע, וועסט ווירדזשינע, אקהאלאמע, נארט קארליינע, ווייאמינג, און אפילו געוויסע פלעצער אין טעקסעס, וואלט איך געוועהן זייער באזארגט פאר מיין ווידערוויילונג, ווייל אז אין צוויי שטארקע ריפובליקען סטעיטס זענען די דעמקראטן געקומען מיט צוויי פוינטס פון פליפן די דיסטריקט, מיינט דאס גרויסע צרות פאר די ריפובליקאנער אין סטעיטס ווי עס איז נישט אזוי רעכט געשטימט ווי אין די טיעפע סאוט, און אז די דעמקראטן וועלן אריינלייגן אסאך עפפארט און געלט קען זיי פיין פליפן איין דיסטריקט נאכן צווייטן.
די היינטיגע ״ספעשעל עלעקשאון״ רעזולטאטן זענען א קלארע שארפע מעסעדזש פאר די רעכטע אז אין די ״מידטעארם עלקעשאון״ קענען אסאך פארמעסטן גייען צו די לינקע.