☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

1205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11252
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

mevakesh » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 6:17 pm

· #363019
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

החוקר » פרייטאג פעברואר 17, 2017 12:23 pm

· #363097
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
מארנינג דזשאו מיט אן אנאליז אויף די פרעסע קאנפערענץ.

עס איז אינטערעסאנט צו זען, וויאזוי כמעט יעדע רעפובליקאנער קאנגרעסמאן, דרייט זיך ארויס צו ענטפערן וואס זיי קלערן פון די פרעסע קאנפערענץ, מיטן זאגן אז זיי האבן נאך נישט אנגעיאגט עס צו זען
https://youtu.be/2NIr0i-OQ6c

החוקר » מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:09 pm

· #363363
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
מארנינג דזשאו מיט אן אנאליז אויף טראמפ'ס טוויט אז "די פרעס איז פיינט פון די אמעריקאנער פאלק".

https://youtu.be/Dx4QZOFuAa0

החוקר » דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:23 pm

· #363481
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
,אן אנאליז פארוואס טראמפ זאל ציטערן פון מייק פענס, ער קען אים די בעסטע צופיקסן פון סיי וועם אויפ'ן ערד קוגל.

ער איז צו דראמאטיש אין די טאן פון רעדן, אבער עס איז אינטערעסאנט דאס וואס ער זאגט.
https://youtu.be/atrrVuRqMOs

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 24, 2017 3:45 pm

· #363812
טראמפס אדמינסטראציע גייט ענפאורסן די פעדעראלע געזעצן קעגן מאריוואנא, אפילו אין די סטעיטס ווי די וויילער האבן געוויילט ס׳זאל זיין ליגעאל וועט די פעדעראלע גאווערמענט ענפאורסן די פעדעראלע געזעצן.

לאמיר נאכמאל איבערגיין וואס די טראמפיסטן האבן געטוהן צו מאכן אמעריקע גרעיט עגעין אין די ערשטע הונדרעט טעג פון די נייע פאשיסטע גאווערמענט אנגעפירט דורך דעם צודרייטען טראמפ און זיינע עקסקרעמע רעכטע חברים.

ווי יעדער פארשטייט אליינס זענען דאס די מערסטע וויכטיגסטע זאכן וואס פלאגט אמעריקע אין טראמפס נייע ערא. און אט די שריט וועט זיין די ״ראוד-מאפע״ צומאכן ״אמעריקע גרעיט עגעין:

1)מעקסיקאנער

ווייל ווי יעדער ווייסט האבן די מעקיסקאנער ממש חרוב געמאכט אמעריקע אין די לעצטע הונדרעט יאהר.... סיי עקאנעמיש סיי פאליטיש און סיי גייסטיש...

2)מוסלימענער אימגראנטן וואס קומען אריין אין אמעריקע

ווייל ווי יעדער ווייסט דאך האבן די אלע מוסלימנער וואס זענען אריינגעקומען דא קיין אמעריקע געהארגט טויזענטער מענטשען און ממש חרוב געמאכט גאנצע שטעט, אפגעדעדט אז זייערע צוועלפטע קאזינס זענען טעראריסטן און אנפירערס פון אייסעס...

3)טראנסגענדערס זאלן נישט האבן קיין אייגענע ביסקיסעס

ווייל אמעריקע איז א קריסליכע לאנד און מיר דארפן נישט נאכגעבן די ליבעראלס אלע זייערע משוגעתן און זייערע תועבת.

4)אבאורשאן

די גאווערמענט דארף נישט שטיצן די ווילן פון א פרוי און זי האט נישט רשות אויף איר אייגענע באדי אויב סאיז נישט אפראוועט ביי יאשקע פאנדריק...

5)מאריוואנע אנשיקענישן

ווי יעדער ווייסט איז שוין ארויסגעקומען ריזיגע מכשולות פון די דראג רייכערס, הונדרעטער מענטשען א טאג ווערן געהארגט פון מאריוואנע, אפילו די מענטשען אין די סטעיטס האבן געוואוט צו ליגעאלייזן מאריוואנא פונקט ווי אלקהאל, פארשטייט אבער דער חכם מכל אדם בעסער, ווי אויך סאיז נישט אויסגעהאלטן זיך נאכצוגעבן די תאוות לויט אסאך רעליגעס...

6)די לינקע מידיע

מיר וועלן מעהר נישט צולאזן קיין ״פעיק ניוס״ און CNN און די ניו יארק טיימס שרייבן ליגענט טאג און נאכט! פון היינט אן און ווייטער וועט נאר ׳פאקס ניוז׳ ברענגן די נייעס פאר אלע אמעריקאנער, נאר נייעס וואס איז אפראוועט ביי טראמפ וועט מען דעקן אין אמעריקע.

7)פארמערן נוקליעאר וואפן

ווייל אמעריקע האט נישט גענוג אמיונאציע נאר חרוב צומאכן האלב פון די יוניווערס, און וואס וועט ח״ו זיין אויב די אנדערע האלב יוניווערס פלאנט מלחמה צוהאלטן מיט אונז, ונוסף גם הוא על שונאינינו?. ע״כ מוז מען זאפארט אנהאנדלן נאך פון די סחורה.

פאר די אלע וואס זארגן זיך אז טראמפ וועט צונעמען זייערע גאונס און געווער וואס איז קיינמאל נישט געוועהן קיין פראבלעם אמעריקע, ווייל אפילו ס׳הארגט מענטשען רעכטס און לינקס איז עס נאכאלץ אין די סעקאונד עמענדמענט און גאר א וויכטיגע שפילצייג פאר די אמעריקע קינדער אין פובליק שולעס...

דע עיקר איז אז איוואנקע איז א איד און זי האלט שבת און אז טראמפ איז א ווייסער וואס האט ליב ארץ ישראל...

החוקר » פרייטאג פעברואר 24, 2017 4:28 pm

· #363817
שבת אחים

7)פארמערן נוקליעאר וואפן

ווייל אמעריקע האט נישט גענוג אמיונאציע נאר חרוב צומאכן האלב פון די יוניווערס, און וואס וועט ח״ו זיין אויב די אנדערע האלב יוניווערס פלאנט מלחמה צוהאלטן מיט אונז, ונוסף גם הוא על שונאינינו?. ע״כ מוז מען זאפארט אנהאנדלן נאך פון די סחורה.

זאג איבער???
מיר קענען חרוב מאכן די וועלט עטליכע מאל מיט א שמיץ אריבער. אבער עס איז נישט גענוג, קוק אהער, מיר דארפן פשוט קענען חרוב מאכן די ניי אנדעקטע פלאנעטן וואס נאסא האט געטראפן, אין קעיס דארט איז דא עליענס. אז מיר גייען א גאנג, איז תמות עם פלשתים, זאל די גאנצע יקום מיטפארן.

איין קאמענטירער זאגט דארט א גוט געדאנק, וזה לשונו:
As an aside, I think the best way to destroy the Earth with nukes is to strategically place enough shaped nuclear explosions on the far side of the moon, and crash the moon into the Earth. Also this has the benefit of causing total panic and terror for quite some time as the Moon slowly crashes to the ground. (I swear, I'm not a bad person...)

ווי האט טרעווער נח זיך אויסגעדריקט, "עס וועט זיין טעריפייאינג, אבער פארט אינטערעסאנט.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 27, 2017 2:21 am

· #363994
!Cadillac Runs INCREDIBLE Anti-Trump Commercial At The Oscars, This Is WONDERFUL
https://www.truthexaminer.com/2017/02/y ... atch-here/

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 27, 2017 8:19 pm

· #364060
,Muslims, Jews come together show of solidarity

The Jewish and Muslim communities of Kensington held a rally on Avenue C to fight hatred in their community and around
.the world

https://m.youtube.com/watch?v=5MicFsd6j_g

http://brooklyn.news12.com/news/muslims ... 1.13174063

ליפא » מאנטאג פעברואר 27, 2017 8:31 pm

· #364064
📎 IMG-20170227-WA0098.jpg

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 27, 2017 8:41 pm

· #364065

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 27, 2017 8:48 pm

· #364066
ליפא
📎 IMG-20170227-WA0098.jpg

לאקשן זאלסטו פארקויפן אין א צווייטע מקוה...
The world might fighting islamic terrorism but it has nothing to do with your puppet Trump! in fact all those countries who fight Terrorisim despise Trump and don't consider him to be a legitimate leader

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:00 pm

· #364070
דער גרויסע מויל מאכער טראמפ נאכדעם וואס ער שרייט שוין די לעצטע יאהר אז ער גייט אפווארפן ׳אבאמאקעיר׳ און עס ריפלעיסן מיט עפעס terrific האט היינט געזאגט די סטעיטמענט:

...Trump: ‘Nobody knew that health care could be so complicated’

http://m.washingtontimes.com/news/2017/ ... mplicated/

רבונו של עולם? ווי זענען זיינע גרויסע פלענער???? ער גייט דיפיטען אייסעס אין דרייסיג טעג? ער קען אפילו נישט אויפשטעלן א נארמאלע קאבינאט? און ער איז ביזי אפצוווארפן א נערישע ביסקיסע געזעץ סתם זיך צו רייצן מיט די לינקע?? דעס איז וויכטיג די ערשטע חודש וואס ער איז פרעזידענט ביפאר ער האט אפילו א נארמאלע קאבינאט?? פארוואס??? און די ספינסט עס נאך אז די דעמקראטן זענען ביזי מיט שטותים? טשולדיגט מיר קוק דיך אין שפיגל. ער האט נישט קיין שום פלענער! ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיין לעבן, דער משוגענער האט נאר אין די ערשטע חודש פון זיין פרעזידענסי זיך צוהארגט מיט אפאר פון אמעריקעס לאנגע גיטע פריינד ווי מעקסיקא, פראנקרייך, אוסטראליע, און ער גייט נאך ווייטער, איך וואלט די מענטש נישט געטראסט מיט גארנישט, ניטאמאל א קינדערגארטן טיטשער צי א טעקסי דרייווער ער גרעבט דאך אלעס וואס ער האט ליעב... א שאנדע פאר אמעריקע אז ער איז אין די ווייסע הויז ! אבער נאך איינמאל א שאנדע!

ליפא » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:06 pm

· #364074
📎 rps20170227_210538.jpg

בן אדם » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:07 pm

· #364076
שבת אחים
און ער איז ביזי אפצוווארפן א נערישע ביסקיסע געזעץ סתם זיך צו רייצן מיט די לינקע??

ער וואלט כאטש געדארפט צושטעלן ביז דערווייל פארטעבל ביסקיסעס פאר די טרענסג'ענדערס אויב וויל ער נישט ארויפצווינגען דאס געזעץ... סארא חוצפה!

החוקר » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:11 pm

· #364078
@ליפא זייער זיס, איך האב געגעבן א שמייכל. אבער יעדע זאך קען מען ספינען, איך קען פונקט אזוי זאגן:

The world is fighting racism, corruption, inequality and starvation, but the Republican's are busy giving guns to the Mentally ill and putting them in school's.

@שבת אחים, טשיל! מען דארף קענען נעמען א זאך לייט, ווער נישט אזוי worked up.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:13 pm

· #364080
בן אדם
שבת אחים
און ער איז ביזי אפצוווארפן א נערישע ביסקיסע געזעץ סתם זיך צו רייצן מיט די לינקע??

ער וואלט כאטש געדארפט צושטעלן ביז דערווייל פארטעבל ביסקיסעס פאר די טרענסג'ענדערס אויב וויל ער נישט ארויפצווינגען דאס געזעץ... סארא חוצפה!

יא! ער וועט עפעס צושטעלן? ער דאך פארנומען צולייגן אמעריקע אין דער ערד! דערווייל איז ער די מערסטע incompetent פרעזידענט וואס מ׳האט נאר געזעהן, רעדן און טוויטן קען ער צו מענטשען וואס זענען נישט עדיוקעיטעט און פאלן פאר זיינע קינדערישע מעשיות, אלעס וואס ער האט דערווייל פראבירט איז געווארן אפגעווארפן. פיין קומען אריין מוסלימענישע פליטים קיין אמעריקע! אין גרויסן! אפילו דער מאנקי אין ווייסע הויז וויל נישט...

ליפא » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:20 pm

· #364082
📎 rps20170227_211936.jpg

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:36 pm

· #364087
החוקר, די סיבה פארוואס איך רעג מיך איז ווייל איך האב פשוט מורא אז
אמעריקע איז ליידער די נעקסטע אויף די ליסט פון טראמפס קרבנות, טראמפ גייט באנקראטירן אמעריקע פונקט ווי ער האט געטוהן מיט רוב פון זיינע ביזנעסער ווי ער האט באנקראטירט און נישט באצאלט פאר די ווענדארס, קליינע קאמפאניס זענען ארויס פון ביזנעס וועגן אים, כיודיע. וואס איז געשעהן מיט טראמפ וואדקע? טראמפ עירליינס? טראמפ יונעווערסטי? טראמפ סטעיקס, טראמפ באורד-געימס? טראמפ קאסינאוס? וכו׳ וכו׳. ווי ער האט אריינגעשטעקט זיין נאז האט ער אלעס חרוב געמאכט! אט דאס איז טראמפ א אנזעצער, א גנב, א ליגענער, א רמאי, א צודרייטערער, א אפארטוניסט, א נארסיסיט, א ראסיסט, און ער רייט אויף די נאיאווע אומגעלערענטע אמעריקאנער.

החוקר » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:47 pm

· #364090
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
דאס די גאנצע?? נו שוין, אויף דעם אידאך דא אנייצע, מאכן בירגערשאפט אין אן אנדערע מדינה קאנאדע, ענגלאנד וכדו', און ווי נאר די מצב ווערט שמאל טראג אפ. איך האב שוין.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 27, 2017 11:49 pm

· #364102
מוראדיגע עצה! איך בין דאך דא געבוירן און דא געוואוינט כמעט מיין גאנצע לעבן, דא וואוינען מיינע עלטערן, מיינע קינדער, מיינע געשוויסטער, מיינע פריינד, מיין ביזנעס, זאל איך יעצט גיין וואנדערן אין גלות אריין און גיין ווערן א אימגראנט און א אנדערע לאנד? וואס פארא שטותים רעדסטו?.

ס׳באדערט מיך שטארק אלץ א אמעריקאנער אז אמעריקע גייט בארג אראפ און פירט זיך אויף ווי חיות, די דיוויידן די מעקיסאנער משפחת בשעת מיר נוצן זיי אלץ עבדים און שפחות, די טראמפ גערעדאכץ ווי ״אמעריקע פירסט״ גרוילט מיך און דערשרעקט מיך שטארק, ח״ו אז אמעריקע פאלט אריין אין א ערנסטע קריזיס -נישט קיין חילוק וואס, צי א מלחמה צי א טעראר אטאקע, צי עקאנמעישע קראך, אינטער אזא incompetent אדמינסטראציע זאל גאט באהיטן פון אלעם בייזן וואס דער אפגעפליקטער משוגענער קען נאך אלץ אפטוהן. ס׳קוקט מיר פאר ווי א זיבן יעריג קינד וואס האט געכאפט די שליסלעך פון זיין טאטעס קאר און האט מחליט געוועהן אז ער איז שוין גענוג א גרויסע טאטע צו דרייווען אויף די מעין ראוד ווייל ער קען דרייווען א טאו-וויהלער בייק. יא יא....

שבת אחים » מאנטאג מערץ 6, 2017 2:28 am

· #364613
http://www.cnn.com/videos/politics/2017 ... newday.cnn

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 4:02 am

· #365844
Trump budget director: Feeding elderly and children has to end, it's not 'showing any results'
unbelievable 😢 😕 😢
אפען און גראב אן קיין טראפ בושות!!! 😢

We can't do that anymore. We can't spend money on programs just because they sound good. Meals on Wheels sounds great. […] I can't defend that anymore. We cannot defend that anymore. $20 trillion in debt. We're going to spend money, we're going to spend a lot of money but we're not going to spend it on programs that show they deliver the promises we made to people

:As for the school children
They're supposed to help kids who don't get fed at home get fed so they do better in school. Guess what? There's no evidence they're actually doing that. There's no evidence they're helping results, helping kids do better in school, which is what -- when we took your money from you to say, we're going to spend them on after-school program, we justified it by saying these kids will do better in school and get jobs. We have no proof that's helping

http://www.dailykos.com/story/2017/3/16 ... ny-results

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 4:09 am

· #365845
די פראגרעם פון געבן עסען פאר עלטערע ארימע מענטשען האבן זיי נעבעך נישט קיין געלט, אבער פאר די מיליטער האבן זיי גענוג און נאך, און פאר זיין סטופיד וואנט האט ער אוועקגעלייגט ביליאנען...

זיינע מאטיווס זענען נישט גענוג קלאר? איר כאפט שוין מיט וועמען אונז האנדלען דא? אדער נאכנישט?.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 4:12 am

· #365846
This is how much it costs ‘Meals on Wheels’ to feed one elderly person for a year

http://www.marketwatch.com/story/this-i ... 2017-03-16

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 6:10 am

· #365852
Van Jones: Trump’s Budget ‘Drops A Bomb Financially’ On His Own Supporters

http://www.huffingtonpost.com/entry/van ... df819?k4c&

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 6:47 am

· #365854
וואס טוט ער??? רבונו של עולם!!! ער לייגט אונז אין דער ערד!!!
Trump Administration Proposes Big Cuts In Medical Research

http://www.npr.org/sections/health-shot ... l-research

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 8:04 am

· #365857
New York Times:
Trump Takes a Gamble in Cutting Programs His Base Relies On

סאיז אומגלויבליך אבער דאך א פאקט!
ס׳זעהט אויס ווי ער געט פשוט נישט קיין ש*ט פאר זיינע בהמות וואס לויפן אים נאך! די נייע בודזשעט וואס ער שטעלט פאר איז פול מיט ריזיגע שניטן פאר זיין אייגענע בעיס!

טראמפס ריספאונס: ??? ליפא ? פעיק ניוס?
ניו יארק טיימס-ליינט און שטוינט:
https://www.nytimes.com/2017/03/16/us/p ... -news&_r=0

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 9:10 am

· #365862
לדעתי איז די טאג זייער נאנט וואס די אנטיסימיטן אין אמעריקע גייען בלעימען טראמפ און קושנער פארן שניידן די פראגראמען פאר די ארימע, זיי גייען זאגן קוקטס וואס די רייכע אידישע ביליאנערן ווי קושנער טוהן ווען זיי זענען אין פאוער, שניידן זיך זייערע אייגענע טעקסעס און נעמען צו אלעס פון די ארימע... און זיי גייען נאך זיין גערעכט אויך!

דעת תורה » פרייטאג מערץ 17, 2017 9:33 am

· #365868
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
שטארקע פוינט. לאקי'לי פאר אונז, זענען רוב אנטיסעמיטן געשוואוירענע טראמפיסטן, אבער דאס איז א קנאפע נחמה. זיי וועלן קרעדיטן א יעדע גוטע זאך וואס קומט נאר ארויס פון די רעגירונג, פאר טראמפ'ן (אפילו אבאמאקעיר... וואשינגטאן פאוסט האט נעכטן געהאט א גוטער ארטיקל צו אילוסטרירן דאס) און די נעגאטיווע זאכן וועלן זיי גרינג בלעימען אויף קושנער.

פארגעס נישט אז אנטיסעמיטיזם, פונקט ווי זענעפאביע און האמאפאביע און איסלאמאפאביע קומט ענדערש פון בויך ווי פון קאפ, ס'איז שווער צו רעדן סענס צו אזאלכע סארט מענטשן. ווער עס האט זיך שוין אמאל באגעגנט מיט עני אנטיסעמיטישע מאטריאל ווייסט וואס כ'מיין. ס'איז מער ווייניגער אלעקס זשאונס ניווא.

גראף » מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:22 pm

· #365944
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
מיין חלום איז (מען מעג נאך?) אז קושנער זאל זיך גיין , ריזיינען פון די ווייסע הויז און זאל בענאן האקען א לעבן ביז מען טראגט עם ארויס פון דארט מיט בושות. אז מען הערט אויס אמאל ראדיאו טאלק שאוס לאו דווקא קאנסעווערטיוו הערט מען כסדר ווי די אריין רופער דערמאנען כסדר וויפיל אידן run the joint.
איך ווייס אז איינער דא גייט זיך אויס לאכען אז ס'איז א גלות איד מענטעליטי אבער אונזערע אנוועזהייט איז זייער זייער נישט פראפארשענעט. און ווען אידן זענען די וואס קומען אויף מיט נייע געדאנקען וואס האבן נישט אלעמאל די תוצאות וואס מען האט זיך פארגעשטעלט עכ''פ פאר א חלק ווערט צומאל ערגער קומט ארויס די האס מער אפען ה' ישמר.

קורקלענד » מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:32 pm

· #365947
ס'הייסט אז אובאמא האט געהאט מער אידן אין זיין אדמיניסטראציע ווי סיי וועלכע פרעזידענט.

נ.ב. איך האב עס נישט אינדעפענדענטלי וועריפייעד

גראף » מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:43 pm

· #365952
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
זייער מעגליך אבער איך מיין נישט דווקא טראמפ אדער אבאמא נאר איעדע. בוש, קלינטאן. רעכטס, לינקס, קאנסעווערטיוו אדער ליבעראל. עקזעקיטעוו זשודעשערי אדער לעדזשיסלעטיוו. פעדעראל אדער סטעיט.

קורקלענד » מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:54 pm

· #365954
ס'איז די מידיא וואס מאכט אן די גאנצע גרידער. אונטער אובאמא האבן זיי דאס קיינמאל נישט ארויפגעברענגט איז עס נישט געווען קיין פראבלעם. לאידך גיסא אונטער בוש און בעיקר אונטער טראמפ ווי זיי ווילן איהם שטארק אונטערהאקן ברענגען זיי עס ארויף אסאך אפטער.
אינטערעסאנט איז אויך אז פון די אנדערע זייט שטיפט די זעלבע מידיא א טאן אז טראמפ און זיין אדמיניסטראציע זענען אנטיסעמיטן. וויאזוי ס'ארבעט צוזאמען ווייס איך נישט.
וואס זאלן אידן טוהן? זיך נעמען דאס לעבן? פארוואס זאל א איד זיין אנדערש פון סיי ווער?

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 12:23 am

· #365956
סגעפעלט מיר ווי דער קרוק-לענד, זאגט נעבעך נאך דעם נערישען טראמפ, ״אלעס איז די מידיעא שולדיג״! און ער גלייכט נאך צי דעם שוטה און סקאנדאלישע פרעזידענט צו די פרידערדיע פרעזידענטן כאילו סאיז ממש די זעלבע זאך!

ער איגנארירט די פאקט אז:

1)טראמפ האט ליגענט געזאגט פאר זיין אייגענע בעיס, און ארבעט בכלל נישט פאר זייערע אינטערסעסן...

2)אז טראמפ שוין אלץ פרעזידענט מאכט אויף מעשיות ווי למשל די ווייער טעיפינג פון אבאמא...

3)אז ער האט געהאט שייכות מיט די רוסן ביי די קאמפיין...

4)אז ער האט אריינגעלייגט אין זיין קאבינאט די רייכעסטע בילאנערן און מיט זיי האט ער זיך ארומגענומען, זיין קאבינאט איז די רייכעסטע קאבינאט אין היסטאריע וואס ארבעטן נישט לטובת די מענטשען בכלל, און האבן אינזינען נאר די רייכע און קארפעראושענס

5)אז טראמפ נוצט נאכאלץ זיין פריוואטע טלעפאון צו שיקן טוויט׳ס און ער טוט וויילעיטן אונזער סעקיורעטי, הונדרעט מאל ערגער ווי הילערי אימעלס.

6)אז ער איז קארפטירט פון קאפ ביז פיס און זאגט ליגענט רעכטס און לינקס.

7)ער טשעפעט זיך יעדען טאג מיט א צווייטען, פירט זיך אויף צו אנדערע וועלט פירער ווי א קליין קינד, ווער סהאט געזעהן די לעצטע באגעעגניש צווישן טראמפ און די דייטשע קאנצלער מערקעל, און וויאזוי דער בהמה האט זיך אויפגעפירט ווייסט גאנץ גיט וואס איך מיין.

8)ער האט ארויסגענומען אלע פראגרעמען פאר ארימע פון די נעקסטע בוזשעט, אפילו אזא פראגראם ווי meals on wheels, וואס געט צו עסען פאר אלטע קראנקע מענטשען, געשניטן טעקסעס פאר די רייכע און פאר זיך און זיין קאבינאט, געהעכערט פאנדינג פאר די מיליטער, געשניטן פון מעדיקעל ריסערוטש, און אריינגעלייגעט ביליאנען פאר א וואנט- ווייל ער און זיינע רעכטע זענען ראסיסטן.

אבער נאך דעס אלעס האסטו נאר געטראפן חסרונות אויף ״די מידיעא״ ווידער אויף דיין סבא קדישא טראמפ? ער איז נעבעך אזא צדיקל....!!!
ער איז נעבעך אומשולדיג! די מידיעא האט זיך נעבעך פארלייגט אויף אים פאר גארנישט און פאר נישט...און זיי פארציילן נאך דעם אמת... אלזא מוז מען זאפארט שרייען זייער הויך אלע צוזאמען
״פעיק ניוס״!!!

#טיפוש

קורקלענד » זונטאג מערץ 19, 2017 12:44 am

· #365961
לאמיר גיין איינס אויף אמאל.

1) ביטע ברענג עפעס ספעציפיש. איך בין נישט זיכער וואס די מיינסט אבער מען הסתם וועסטו זיך סייווי מחלק זיין מיט מיר אויף ווער זיין 'בעיס' איז.

2) די ווייסט נישט אז ס'נישט אמת.

3) מהיכי תיתי? דיינע ראיות אויף דעם זענען אזוי שטארק ווי זיינע ראיות אויף די ווייערטעפ.

4) יא ער האט די רייכסטע קאבינעט. א קאבינעט וואס האט עקאמפלישט פאר דיך און פאר די וועלט פילפאכיג מער ווי סענדערס און ווארען. יעצט האבן זיי א געלעגנהייט צו העלפן אנדערע. דו ווייסט נישט פאר וועמענ'ס אינטערעסע זיי ארבעטן. מ'וועט זעהן אין פיר יאר.

5) די האקסט אין קאפ. דיין טענה איז באזירט אויף די ארטיקל וואס רעדט בתורת ספק בכלל. גראדע רוב פון זיינע טוויטס קומען נישט פון זיין פריוואטע טעלעפאן.

6) און אז ס'זאל זיין אזוי איז עס די זעלבע זאך ווי קלינטאן. האב איך ווייטער גארנישט פארלוירן. דא אויך האסטו סתם געשאסן אן קיין ספעסיפיקס.

7) אובאמא האט זיך גאר שלעכט אויפגעפירט צו וועלט פירערס וואס זענען אונזערע פריינט. עיין ביבי ומובאראק ועוד און זיך געלעקט צו איראן וכדו' גאר שטארק. דאס טשעפענען מיט יעדער איז נישט איידל אבער ער טוהט עס בלית ברירה.

8) פראגראמען פאר ארימע האב איך דיר שוין געזאגט מאכט נאר רייכער די רייכע. טעקסעס איז א געפערליכע זאך מען דארף שניידן וואס מער. פאנדינג פאר מיליטער בין איך נישט באהאווענט. און די אויך נישט.

ער איז נישט קיין צדיק'ל. א צדיק'ל וואלט די פרעזידענסי נישט געקענט האלטן.

רופן מענטשן מיט נעמען א שטייגער ווי קרוק-לענד איז א זאך וואס באלאנגט פאר טראמפ. נישט פאר אזא איידעלער ווי שבת אחים.

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 12:48 am

· #365962
קורקלענד
לאמיר גיין איינס אויף אמאל.

1) ביטע ברענג עפעס ספעציפיש. איך בין נישט זיכער וואס די מיינסט אבער מען הסתם וועסטו זיך סייווי מחלק זיין מיט מיר אויף ווער זיין 'בעיס' איז.

2) די ווייסט נישט אז ס'נישט אמת.

3) מהיכי תיתי? דיינע ראיות אויף דעם זענען אזוי שטארק ווי זיינע ראיות אויף די ווייערטעפ.

4) יא ער האט די רייכסטע קאבינעט. א קאבינעט וואס האט עקאמפלישט פאר דיך און פאר די וועלט פילפאכיג מער ווי סענדערס און ווארען. יעצט האבן זיי א געלעגנהייט צו העלפן אנדערע. דו ווייסט נישט פאר וועמענ'ס אינטערעסע זיי ארבעטן. מ'וועט זעהן אין פיר יאר.

5) די האקסט אין קאפ. דיין טענה איז באזירט אויף די ארטיקל וואס רעדט בתורת ספק בכלל. גראדע רוב פון זיינע טוויטס קומען נישט פון זיין פריוואטע טעלעפאן.

6) און אז ס'זאל זיין אזוי איז עס די זעלבע זאך ווי קלינטאן. האב איך ווייטער גארנישט פארלוירן. דא אויך האסטו סתם געשאסן אן קיין ספעסיפיקס.

7) אובאמא האט זיך גאר שלעכט אויפגעפירט צו וועלט פירערס וואס זענען אונזערע פריינט. עיין ביבי ומובאראק ועוד און זיך געלעקט צו איראן וכדו' גאר שטארק. דאס טשעפענען מיט יעדער איז נישט איידל אבער ער טוהט עס בלית ברירה.

8) פראגראמען פאר ארימע האב איך דיר שוין געזאגט מאכט נאר רייכער די רייכע. טעקסעס איז א געפערליכע זאך מען דארף שניידן וואס מער. פאנדינג פאר מיליטער בין איך נישט באהאווענט. און די אויך נישט.

ער איז נישט קיין צדיק'ל. א צדיק'ל וואלט די פרעזידענסי נישט געקענט האלטן.

רופן מענטשן מיט נעמען א שטייגער ווי קרוק-לענד איז א זאך וואס באלאנגט פאר טראמפ. נישט פאר אזא איידעלער ווי שבת אחים.

איך הייב אן מיט נומבער אכט

פארוואס מאכט פראגרעמס פאר ארימע רייכער די רייכע? וועמען ? וואס רעדסטו??? שקרן!!!-א מין גערעדאכץ???. א מין גראבע שקר אין פנים אריין!

פלוצילנג ביסטו נישט באהאווענט מיט די מיליטער? אלעס ווייסטו חוץ דעס? אוואדי ווייל רייט ווינג ראדיא שויעס ווי ראש לימבא רעדן נישט פון דעם???

ענטפער ביטע פארוואס דיין פרעזיענט גייט יעצט אריינלייגען ביליאנען אין די ארמיי וואס די ארמיי אליינס זאגט אז זיי דארפן נישט און אין די זעלבע צייט שניידן זיי אלע פראגרעמס פון די ארימע???? און בויען א וואנט פאר איבער צוואנציג ביליאן דאללער אין די נעקסטע פאר יאהר????

קום מיר נישט זאגן אז ״קענסט זיך נישט אויס מיט די מיליטער״, שפיל מיר נישט חדר יונגל דא,
מאך די ריסערוטש פונקט ווי דו האסט געמאכט אלע אנדערע ריסערוטש.

פארוואס איז א גיטע זאך צו שניידן טעקסעס פאר די רייכע, סהעלפט נישט קיינעם נאר די גאלפערס און קאק טעיל פארטיס ווי טראמפ...

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 12:59 am

· #365964
יעדע ווארט פון דיין פאריגע תגובה שרייעט איגנאראנץ! און ליגענט!! יעדע איינציגסטע ווארט...

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 1:04 am

· #365965
א מענטש וואס קען אפילו נאכזאגן אזא רשעותדיגע גראבע ליגענט און סופארטן אזא גראבער יונג ווי טראמפ מיט ליגיונת אז שניידן פראגרעמס פאר ארימע איז גאר פאר זייער בענעפיט פארדינט לדעתי ערליך דעם נאמען

קרוק-לענד!!! אפשר קרוק אליינס...

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 1:11 am

· #365966
BBC Documentary - Trump - The Kremlin Candidate

https://www.youtube.com/watch?v=r6hqM1DJkDw

קורקלענד » זונטאג מערץ 19, 2017 1:14 am

· #365967
אקעי. ביז אכט זעהט אויס שטיי איך גוט.

סאעקשאן 8 גייט פאר די רייכע לענדלארס. פון סטעמפס גייט פאר די רייכע געשעפט אייגנטומער. וואוטשערס גייט פאר די רייכע מוסדות. וועלפעיר געלט גייט אויך גלייך ארויס פונעם ארימאן'ס האנט.
זיי העלפן נאר די ארימאן בכדי חי אבער זיי זענען אויסגעשטעלט איהם צו האלטן ארעם. איינמאל מ'איז אנגעוויזן אויף די פראגראמען דארף מען בלייבן ארעם צו קענען בלייבן לעבן.
יא די פראגראמען נישט נאר מאכן נישט די ארימע רייך נאר זיי מאכן זיכער אז ער בלייבט אן ארימאן.
אדרבה ווייז מיר פראגראמען וואס האבן ארויסגעברענגט מענטשן פון ארעמקייט.

איך בין נישט באהאווענט און די מיליטערישע אנגעלענהייטן. וויפיל איך זאל ליינען וועל איך די אמת סייווי נישט וויסן. דו אויך. ווייל די אמת איז קלאסיפיצירט.

ראש לימבאו איז נישט מיין רבי. איך הער נישט טאלק ראדיא. חוץ מארק סימאון. מארק איז א גראבע ליגענער אבער פארט געשמאק צו הערן.

א וואנט דארף מען האבן. האסט אמאל געהערט פון א לאנד אן א גרעניץ ווי יעדער קען אריינקומען אן קיין חשבון? וואס האקסטו אין קאפ? קלינטאן בשעתו האט אויך צוגעזאגט א וואנט. קאנגרעס האט שוין מיט יארן צוריק געשטימט צו בויען א וואנט. נאר קארופציע האט עס אפגעהאלטן.

רייכענען פארשטייסטו אז אויב מ'לייגט שטייערן וועלן מענטשן רייכערן ווייניגער. טא וואס איז ארבעט אנדערש?

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 1:30 am

· #365968
ש ק ר!!!
דו האסט געלערנט עקענאמיקס? ווייל דערווייל רעדסטו פון בויך ארויס און זאגסט נאך דעם אלטן ״טריקל דאון עקענאמיקס״ סיסטעם...
פון ווי נעמסטו דיינע סטאטיסטיקס?

פון אלע פארגעשריטנע לענדער אויף די וועלט האט אמעריקע די מערסטע ארימלייט און האומלעיסעס פראצענטיאל, ווידער די רייכעסטע אמעריקע געט דו ווייניסטע פון אלע פארגעשריטנע לענדער פאר די ארימע... האלטס אז סהאט נישט קיין שייכות??? א בלינדע מענטש קען גלייך זעהן וואס דא טוט זיך.

איך גיי אפילו נישט ווייטער פאר די ענפערסט מיר קלאר און דייטליך פארוואס האט ער אראפגענומען דריי ביליאן דאללער פון meals on wheels? קראנקע ארימע מענטשען דארפן זיי נישט העלפן? אבער טעקסעס פאר די רייכע צושניידן איז זייער וויכטיג?

איך האב אנגעהויבן ביי נומבער אכט, ווייל דעס איז די וויכטיגסטע, דו גלייכסט בכלל צו וויאזוי אבאמא האט זיך אויפגעפירט צו וועלט פירער צו טראמפ? פלוז! ער איז אפאר וואכן אין די ווייסע הויז האט שוין געהאט צוטוהן מיט די האלבע וועלט, בשעת אבאמא איז געוועהן א אמתע שטאטסמאן און אין די גאנצע אכט יאהר זיינע האסטו אויסגעקראצט איין נתניהו וואס נתניהו אליינס האט געזאגט אז אבאמא איז געוועהן א פריינד פאר ישראל, קיינער האט אים נישט געהייסן אינטערהאקן פיסלעך פאר די ״איראן דיעל״ און קומען קיין אמעריקא אומגערופן רעדן צום קאנגערס אקעגן אבאמא נאך די אלע טובות, געלט, אינטעלעגענטס, וואס אבאמא האט געטוהן פאר ישראל פאר די אינצידענט, ער איז געוועהן א אויבער חכם וועגן זיינע פריוואטע פאליטיק... אבער צוגלייכן צו טראמפ??? קמאן!, אלע וועלט פירער קוקן אים אן ווי א קליין קינד און נישט אלץ די פירער פון די פרייע וועלט.

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 1:35 am

· #365970
רוב מענטשען וואס אונז קענען פערזענליך קענען נישט דורכלעבן אן די גאווערמענט פראגרעמס חודשליך, ספעציעל אונזער אחבנ״י, אפילו א קליינע שניט אין די פראגרעמס גייעט עס האבן א שטארקע עפעקט אויף זייער לעבן, ווידער די רייכע אפילו זיי וועלן צאלן נאך דרייסיג פראצענט טעקסעס גייען זיי עס ניטאמאל פילן בכלל!!!

ליגענט זאלסטו נישט זאגן!

רוב מענטשען וואס דו קענסט פערזענליך דארפן צו קומען צו די גאווערמענט חודשליך! יא אדער ניין???

קורקלענד » זונטאג מערץ 19, 2017 1:39 am

· #365971

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 1:48 am

· #365974
אמת, די גאווערמענט פלעגט אבער געבן ביליאנען פאר דעם, און דיין קאלטבלוטיגע רשע האט עס געשניטן, סאיז גאנץ א קליינע חילוק צי סאיז יא א פעדעראלע פראגרעם אדער נישט...

פארוואס דארף מען יעצט נאך ביליאנען פאר די מיליטער? זיי האבן געבעטן געלט???

פארוואס האט ער גשעניטן געלט פאר סייענס און מעדיקעל ריסערוטש דעס העלפט דאך יעדעם איינעם און לייגט אונז אויף די טאפ!?

פארוואס איז בויען וואנט וויכטיגער ווי מעדיקעל ריסערוטש?

אלעס ווייסטו אפילו אז meals on wheels איז נישט קיין פעדעראלע פראגרעם חוץ ווען מ׳קארנערט דיך מיט די מיליטער זאגסטו

״איך וועיס נישט״
ווי יענער רבי פון דזשאולענד... נייס...

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 1:56 am

· #365976
איך בין פארטיג מיט דיר ווי לאנג דו זאגסט מיר נישט פארוואס פאר די מיליטער יא און פראגרעמס פאר ארימע נישט. פארוואס איז אמעריקע אזוי געפלאגט מיט 50 מיליאן ארימע מענטשען??? זיי זענען די רייעכסטע לאנד אין די היסטאריע פון לענדער?...

אוואדי טריקל דאון עקענאמיקס.

לויט דיר און דיינע רעכטע קריסטן דארפן די רייכע אינגאנצן אויפהערן צו צאלן טעקסעס און מ׳דארף אינגאנצן אויפהערן צוגעבן פראגרעמס פאר די ארימע דעמאלטס גייט משיח קומען...

פלוז! אזא פארדרייטע לאגיק! רבש״ע ווי באהאלט מען זיך דא!?.

נאך איין מאל:

״רוב מענטשען וואס דו קענסט קענען דורכלעבן דעם חודש אויב מ׳נעמט זיי צו די פראגרעמס און מ׳געט טעקס-קוטס פאר די רייכע״????

קוק ווי ער דרייט זיך ארויס צו ענפערן אויף די ריכטיגע שאלות...

גוד ביי קרוק! כהאב בעסער וואס צוטוהן מיט מיין צייט, גיי פארדריי א קאפ פאר א צווייטן.

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 2:10 am

· #365979
פון די אשכול קען מען קלאר זעהן וויאזוי אזא נארסיסט משוגענער רמאי ווי טראמפ האט געווינען, אז נארמאלע מענטשען קענען אפילו נאכזאגן די טיפשותדיגע טריקל דאון עקענאמיקס וואס די רעכטע זאגן וואס איז נישט אויסגעהאלטן ביי 99 פראצענט עקענאמיסטן אויף די וועלט, פארקערט זיי אלע שרייען קוקטס אויף די האלבע-סאושליסט לענדער און קוקטס אויף אמעריקא, די נומבערס זאגן נישט קיין ליגענט! טראמפ און זיינע הארצלאזע חוצפהדיגע רעכטע זענען גראבע ליגענער. נאכנישט געוועהן אזא פרעזידענט אזא ליגענער און דרייקאפ ווי אים אזש אז זיין אייגענע פארטיי שעמט זיך מיט אים און מיט זייערע פארשלאגן, און זענען ניטאמאל שטאלץ מיט די נייע ״טראמפקעיר״ אבער אויף אבאמא האבן זיי געשימפט, פשוט ווייל אבאמאקעיר האט געהאט אבאמס נאמען אויפן דעקל...

ער גייט אראפווארפן 24 מיליאן ארימע מענשטען פון העלט קעיר ווייל סאיז בעסער פאר די עקאנאמיע! אוואדי...

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 2:13 am

· #365981
אבער צו קאנטראלירן און דאמינירן די וועלט האבן זיי גענוג און נאך געלט, ביליאנען פאר לא יחרץ געלט! נאר פאר העלט קעיר וואס יעדע פארגעשריטנע לאנד היינטיגע צייטן געבן פאר זייערע בירגער האבן זיי נישט...

קורקלענד » זונטאג מערץ 19, 2017 2:15 am

· #365982
אקעי. איין מאל פאר אלע מאל.
איך בין נישט קיין רעכטער. און נישט קיין קריסט.
איך האלט אז טעקסעס דארפן זיין וואס ווייניגער. ווי אויך פאר יעדעם גלייך.
קענסט עס דרייען וויאזוי דו ווילסט אבער דו ווייסט גאנץ גוט אז רייכע צאלן די ווייניגסטע אין שטייערן כאטש אפי' זייערע ראטעס כהיום זענען אסאך העכער ווי די נידעריגערע קלאסן. די ווייניגער א מענטש פארדינט די מער באצאלט מען. די רייכע האבן גענוג געלט זיך ארויסצודרייען.איך נישט. דיין דעמאקראטישע פארטיי האט גארנישט געטוהן צו פארמאכן די לעכער וואס לאזט די רייכע זיך ארויסדרייען.
האסט אויך אויסגעלאזט אז אין אמעריקע געט מען פראצענטועל מער טשעריטי ווי אין די גאנצע וועלט מרצון הטוב. אולי ווען נישט די גאווערמענט פראגראמען און הויכע שטייערן וואלטן מער מענטשן געגעבן טשעריטי.
טיילן געלט פאר ארימע גייט אויף וועמענס חשבון? פון וואו נעמסטו די רעכט אוועקצונעמען יענעם'ס שווער פארדינטע דאלער פאר איינער וואס ארבעט נישט. ס'איז ריין גניבה.

קורקלענד » זונטאג מערץ 19, 2017 2:16 am

· #365983
שבת אחים
אבער צו קאנטראלירן און דאמינירן די וועלט האבן זיי גענוג און נאך געלט, ביליאנען פאר לא יחרץ געלט! נאר פאר העלט קעיר וואס יעדע פארגעשריטנע לאנד היינטיגע צייטן געבן פאר זייערע בירגער האבן זיי נישט...

גאווערמענטס תפקיד איז צו באשיצן זייערע בירגער. דאס איז די ערשטע סיבה פארוואס מיר באצאלן שטייערן.

שבת אחים » זונטאג מערץ 19, 2017 2:29 am

· #365985
איך האב געמיינט אז דו קענסט זיך נישט אויס אין די מיליטער?

די מיליטער דארף קלאר נישט די געלט!!! זיי נוצן עס נישט! זיי זענען שוין די שטערקסטע מיליטער אויף די וועלט זייט די וועלט שטייט! דעס איז נאר פאר קאנטרעקטס!

און לאמיר שוין זאגן סאיז אמת, פארוואס מוז אמעריקע דאמינירן די וועלט מעהר ווי א צווייטן? דעס איז וויכטיגער ווי 25 מיליאן מענטשען נישט האבן קיין העלט קעיר? דעס האט ער געמיינט ווען ער האט געזאגט אז ער גייט אפילן אבאמאקעיר און ריפלעיסן מיט something terrific ??? וואס איז אזוי טעריפיק אז 24 מיליאן מענטשען גייען פארלירן זייערע בענפיטס וואס יעדע נארמאלע לאנד געט יא???
מיט דעם האבן ענק געמיינט
MAKE AMERICA GREAT AGAIN

סגעפעלט מיר ווי די פארשטייסט אז די גאווערמענט דארף פראטעקטן די אייגענע בירגער, אבער אין די זעלבע זאץ זאגסטו אלע ארימע זאלן שטארבן אן קיין העלט קעיר, האהא! דעס הייסט פראטעקטען די בירגער אדער פראטעקטן די רייכע???

אבער האסט מיך נאכאלץ נישט גענטפערט:

רוב מענטשען וואס דו קענסט קענען אדורכלעבן אן די גאווערמענט??? א פייג!!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25