☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

1205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11252
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

גר ותושב » מיטוואך אפריל 5, 2017 7:57 pm

· #368194
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
גר ותושב

עוד הפעם זאג איבער נאכאמאל ברעינג די מקור פון די נייעס און זאג מיר צו די טוויט פון די טוויטער און טשיף איז דיר שוין פארענטפערט געווארן.

קודם כל איך האב עס בעיקר ציטירט ווייל די האסט דאן געזאגט אז די סיבה פארוואס מ'האט איהם שפיאנירט איז דייקא וועגן זיין קשר מיט רוסלאנד. ס'האט זיך לעת עתה ארויסגעוויזן מער און מער אלס שקר.

נעקסט. זיין טוויט. אויב האלטסטו ווילאנג ס'קומט נישט ארויס א קליפ וואס צייגט אז אבאמא בכבודו ובעצמו האט אינסטאלירט א ווייערטעפ געצייג אין די טראמפ געביידע דאן.... אבער דו ווייסט גאנץ גוט אז ס'איז געווען מער ווי איין מענטש אין זיין אדמיניסטראציע וואס האט געהאט א פינגער דערין איז גאנץ יתכן אז ס'שטינקט פון אויבן. לעת עתה האב איך אפי'אויך נישט געזעהן גענוג באווייזן וואס זאל בארעכטיגן די פאקטן וואס ער האט געברענגט. אבער איך האלט נישט אז מיט דעם האט ער ליגנט געזאגט. טיים וויל טעל.

צוויי נקודות קודם כל איך האב געזאגט אז מהאט עים "נישט" נאכגעקוקט נישט אז מהאט עים נאכגעקוקט וועיגן רוסלאנד.
ועוד איך ערווארט נישט א קליפ פון אבאמא אריין לייגן א קאמרע אין טראמפס מייקראוועיב אבער פון incidently אופכאפונג ביז wiretapping איז א ווייטע מהלך און עס שטייט נאך אלס ביי די זעלבע אז די מערסט מאכטפולסטע מענטש (געדעינקסט נאך ראש לימבא מיט די אנדערע וואפ פלעיגן שעלטן אבאמא פארן דערנידערן די כבוד פון אמעריקע?) האט ארויס געלאזט אן הפחה (טוויט בלעז) בקול רעש גדול וואס האט נישט קיין דעקונג.
הצלחה מוועט זיך טרעפן קומענדיגע מאל די וועקסט זיך אויף.

קורקלענד » מיטוואך אפריל 5, 2017 8:38 pm

· #368195
גר ותושב

צוויי נקודות קודם כל איך האב געזאגט אז מהאט עים "נישט" נאכגעקוקט נישט אז מהאט עים נאכגעקוקט וועיגן רוסלאנד.

ניין?

גר ותושב
די איינציגסטע נייעס וואס איך נעם ארויס פון די היינטיגע breaking news איז אז עס איז ענדליך דא פראף אז די טראמפ חברה האבן געהאנדלט מיט רוסישע חברה וואס זענען אונטער פארדאכט און דערפאר אונטער די ראדאר פון די אינטעליזענס קאמיוניטי.

גר ותושב » מיטוואך אפריל 5, 2017 9:02 pm

· #368198
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
גר ותושב
קורקלענד

קודם כל איך האב עס בעיקר ציטירט ווייל די האסט דאן געזאגט אז די סיבה פארוואס מ'האט איהם שפיאנירט איז דייקא וועגן זיין קשר מיט רוסלאנד. ס'האט זיך לעת עתה ארויסגעוויזן מער און מער אלס שקר.

איך האב קיינמאל געזאגט אז מהאט עים נאכגעקוקט וועיגן רוסלאנד.

קורקלענד
גר ותושב

צוויי נקודות קודם כל איך האב געזאגט אז מהאט עים "נישט" נאכגעקוקט נישט אז מהאט עים נאכגעקוקט וועיגן רוסלאנד.

ניין?

גר ותושב
די איינציגסטע נייעס וואס איך נעם ארויס פון די היינטיגע breaking news איז אז עס איז ענדליך דא פראף אז די טראמפ חברה האבן געהאנדלט מיט רוסישע חברה וואס זענען אונטער פארדאכט און דערפאר אונטער די ראדאר פון די אינטעליזענס קאמיוניטי.

גר ותושב
קורקלענד
איש את רעהו

Nunes described the surveillance as most likely being “incidental collection.” This can occur when a person inside the United States communicates with a foreign target of U.S. surveillance.

האסט אבער פארגעסן אז פארדעם אדער נאכדעם האט ער קלאר ארויסגעשלאסן רוסלאנד, ממילא מיינט נישט דא אויסלאנד רוסלאנד, ס'קען אויך מיינען דייטשלאנד.

איש את רעהו
but said he was concerned because it was not related to the FBI’s investigation into Russia’s meddling in the election

סך הכל זאגט ער אז עס האט נישט געהאט מיטן אויספארשונג אויף רוסלאנד אבער ער זאגט נישט אז עס איז נישט די רוסן,
איז עס קען זיין די רוסן פונקט ווי די דייטשן אבער קוק מיט וועים מיכאל פלין האט גערעדט און מיט וועים פאול מאנס פערד האט געהאט צוטוהן וועט עס דיר אביסל קלארער מאכן די בילד.

סך הכל האב איך געזאגט מהאט זיי אויגעכאפט בשעת רעדן מיט רוסלאנד און די נפקא מינה ציווישן וואס איך האב געזאגט און וואס די זאגסט אז איך האב געזאגט איז כרחוק incedently צו wiretapping.
ועוד איך האב נאכאלץ נישט געזעין אויסגעשפראכן אז זיי האבן נישט גערעדט צו די רוסן בשעת מהאט זיי אויפגעכאפט אויב האסטו א מקור אדרבא ברעינג עס אראפ און אפילו לאמיר זאגן עס איז געוועין די טשייניז וכדומה מיט דעים אלעם קיינער האט נישט wiretapped טראמפ און טראמפס טוויט ווערט נאך נישט פארענטפערט ועדיין הדברים עומדים.

קורקלענד » מיטוואך אפריל 5, 2017 10:52 pm

· #368204
אנטשולדיגט אבער ס'זעהט אויס ווי איר דינגט זיך מיט די אנגעגעבענע פאקטן.

קודם כל לאמיר דעפינירן 'אינצידענטלי'. דאס איז א ווארט וואס מיינט אז מ'איז אקעגן געקומען געוויסע אינפארמאציע וכדו' בדרך אגב אדער אומגעראכטן. דהיינו אז מ'האט רעקארדירט/ווייערטעפט וועם ס'זאל נישט זיין בנוגע א געוויסע נושא און אינצידענטיש איז רעקארדירט געווארן א שמועס ציווישן יענע אנגעגעבענע מאן מיט אן אמעריקאנער וואס איז דעם נושא איינער פון טראמפ'ס חברה.
ניטאמאל דאס האט פאסירט. וואס האט פאסירט איז אזוי. די אמעריקאנע רעגירונג רעקארדירט אלעס און יעדער. אפיציעל קענען זיי נישט לעגאל טארגעטן קיין אמעריקאנער נאר מיט א ווארענט. אבער דא האט מען נישט רעקארדירט דירעקט אמעריקאנער ממילא האבן זיי קיין ווארענט נישט געדארפט. אלע שמועסן וואס ווערן רעקארדירט ווערן גע'טעג'ט מיט אינפארמאציע ווי למשל ווער איז אלס געווען א חלק פון די שמועס אדער וואו ס'האט פאסירט אא''וו. אבער אויב אן אמעריקאנער איז א חלק דאן ווערט ער נישט גע'טעג'ט אין די סיסטעם. כדי איהם צו קענען טעג'ן (אנ-מעסקן) דארף מען דורכגיין א פראצעס. פון דעם רעדט מען. מ'האט גע'טעג'ט אסאך טראמפ חברה (מעגליך ער אויך) און צוזאמען געשטעלט א ספרעדשיט פון אלעס וואס מ'האט 'אינצידענטלי' אונטערגעהערט בנוגע טראמפ און זיינע חברה.

דאס הייסט ביי דיר אינצידענטיש?

גר ותושב » מיטוואך אפריל 5, 2017 11:02 pm

· #368207
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
א מ'האט גע'טעג'ט אסאך טראמפ חברה (מעגליך ער אויך) און צוזאמען געשטעלט א ספרעדשיט פון אלעס וואס מ'האט 'אינצידענטלי' אונטערגעהערט בנוגע טראמפ און זיינע חברה.

דאס הייסט ביי דיר אינצידענטיש?

איש את רעהו

Nunes described the surveillance as most likely being “incidental collection.” This can occur when a person inside the United States communicates with a foreign "target" of U.S. surveillance. In such cases, the identities of U.S. citizens are supposed to be kept secret — but can be “unmasked” by intelligence officials under certain circumstances.

איר האט א טעות מהאט נישט געטעגט קיין שום טראמפ חברה סך הכל טראמפס חברה האבן גערעדט מיט געטעגטע מענטשן פון אנדערע לענדער.

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 12:05 am

· #368214
גר: איר הענגט אויף עפעס אן אלטער זאץ פון איז איש את רעהו. זייט יענע הודעה זענען שוין ארויסגעקומען פיל מער פרטים.

אבער אפי' אויף דאן.

איש את רעהו

Nunes described the surveillance as most likely being “incidental collection.” This can occur when a person inside the United States communicates with a foreign "target" of U.S. surveillance. In such cases, the identities of U.S. citizens are supposed to be kept secret — but can be “unmasked” by intelligence officials under certain circumstances.

דארט רעדט מען פון וועלכע אמעריקאנער? וויאזוי קענסטו וויסן אז ס'איז מייקל פלין אויב די האסט איהם נישט גע'טעג'ט?

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 7:57 am

· #368226

איך האב נישט געזעין קיין שום נייע פרטים אויף די נקודה יעדער זאגט אז די איינציגסטע פראבלעים אויב עס איז געוועין א פראבלעים איז נאר די unmasking דאס הייסט אז מען האט נישט געטארגעט טראמפס חברה אויב האסטו אנדערע נייעס ברעינג א מקור.
און לגבי פלין ווייסט מען אז סאיז עים ווייל די סיסטעם ווייסט פונקטליך ווער רעדט צו וועים סך הכל ווען עס איז דא א אינטערסאנטע שמועס unmasked מען די אנדערע זייט טרייבעל און דאס האט מען געטוהן איז מען געוואר געווארן די נעמען פון טראמפס חברה.

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 2:25 pm

· #368246
אדער איגנארירס'טו אלע נייע פאקטן זייט דעמאלסט. אדער פארשטייס'טו נישט די גאנצע היינטיגע מהלך אין שפיאנאזש וויאזוי די רעגירונג האנדלט. אדער שפילס'טו סתם מיט מיינע נערוון. איך האב נישט קיין צייט כח און טינט אין מיין פעדער איבערצושרייבן פאקטן. טוה דיין היים ארבעט.

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 2:38 pm

· #368249
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
אדער איגנארירס'טו אלע נייע פאקטן זייט דעמאלסט. אדער פארשטייס'טו נישט די גאנצע היינטיגע מהלך אין שפיאנאזש וויאזוי די רעגירונג האנדלט. אדער שפילס'טו סתם מיט מיינע נערוון. איך האב נישט קיין צייט כח און טינט אין מיין פעדער איבערצושרייבן פאקטן. טוה דיין היים ארבעט.

פיין איך האב געמאכט אביסל האום ווארק דאס איז פון היינט צופרו איך זעי נישט קיין שום חידושים אדער נייע פאקטן ווי די רופסט עס.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/Q2Qw4Kijk0M">https://youtu.be/Q2Qw4Kijk0M</a>

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 3:01 pm

· #368252
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
הרב קורקלענד איר האט נישט ארויס די נפקא מינא ציווישן unmask און targeting און לכאורה האט טראמפ אויך נישט ארויס די נפקא מינה עס איז טאקע עינבי הראשינקע בעינבי הראשינקע...

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 3:22 pm

· #368253
אינטערעסאנט. מ'האלט אין איין אנ-מעסקן טראמפ'ס חברה אונטער אינדירעקט שפיאנאזש. און די סיבה פאר די אנ-מעסקן האט גארנישט צוטוהן מיט די טארגעט. איז דער אפיציעלער טארגעט באמת געווען די טארגעט?

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 3:47 pm

· #368256
דיין לינק צו א ווידיאו פון די די.ען.סי. טעלעוויזיע טשענעל המכונה עם.עס.ען.בי.סי. איז איין זייטיג און לאזט אויס אסאך פרטים. ווי אויך האבן זיי ניטאמאל ארויפגעלייגט אפי' איין קאנדידאט פון טראמפ'ס לאגער. ס'איז כדי אז ווען די ווילסט אביעקטיוו'דיג פארשטיין א נושא צו קוקן אויף ביידע זייטן.

עם כל זה האבן זיי נישט אינגאנצן פארענטפערט רייס. נאר געזאגט אז זי האט עס געטוהן לעגאל.

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 4:40 pm

· #368265
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד

עם כל זה האבן זיי נישט אינגאנצן פארענטפערט רייס. נאר געזאגט אז זי האט עס געטוהן לעגאל.

אויב עס איז ליגאל וואס נאך דארף פארענטפערט ווערן.

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 4:40 pm

· #368266
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
דיין לינק צו א ווידיאו פון די די.ען.סי. טעלעוויזיע טשענעל המכונה עם.עס.ען.בי.סי. איז איין זייטיג און לאזט אויס אסאך פרטים. ווי אויך האבן זיי ניטאמאל ארויפגעלייגט אפי' איין קאנדידאט פון טראמפ'ס לאגער. ס'איז כדי אז ווען די ווילסט אביעקטיוו'דיג פארשטיין א נושא צו קוקן אויף ביידע זייטן.

אדרבא ברעינג מיך אנדערע מקורות

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 4:42 pm

· #368267
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
אינטערעסאנט. מ'האלט אין איין אנ-מעסקן טראמפ'ס חברה אונטער אינדירעקט שפיאנאזש. און די סיבה פאר די אנ-מעסקן האט גארנישט צוטוהן מיט די טארגעט. איז דער אפיציעלער טארגעט באמת געווען די טארגעט?

ווער זאגט מען האלט און איין אנמעסקן סך הכל האט מען איינמאל אנמעסקט.
ווער זאגט די סיבה האט נישט צוטוהן מיטן טארגעט?

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 5:40 pm

· #368276
גר ותושב
קורקלענד

עם כל זה האבן זיי נישט אינגאנצן פארענטפערט רייס. נאר געזאגט אז זי האט עס געטוהן לעגאל.

אויב עס איז ליגאל וואס נאך דארף פארענטפערט ווערן.

אלעס וואס איז ליגאל איז אויסגעהאלטן? אלעס וואס איז לעגאל איז ריכטיג?

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 5:44 pm

· #368277
גר ותושב

ווער זאגט מען האלט און איין אנמעסקן סך הכל האט מען איינמאל אנמעסקט.
ווער זאגט די סיבה האט נישט צוטוהן מיטן טארגעט?

די ארטיקל האסטו געזעהן?

שטייט דארט אזוי.

The intelligence reports were summaries of monitored conversations -- primarily between foreign officials discussing the Trump transition, but also in some cases direct contact between members of the Trump team and monitored foreign officials. One U.S. official familiar with the reports said they contained valuable political information on the Trump transition such as whom the Trump team was meeting, the views of Trump associates on foreign policy matters and plans for the incoming administration.

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 9:02 pm

· #368287

קודם כל פון דער ארטיקל ברעינגסטו מיר א גוטע ראיה אז עס נישט געוועין קיין טארגעטינג אקעיגן טראמפ וכת דיליה סך הכל האבן זיי גערעדט צו monitored foreign officials וואס דורך דעים האט זיי אויפגעכאפט יעצט כדי צו unmask א נאמען דארף עס ווערן אפראווד עס איז נישט דא קיין שום הוכחה אס מהאט unmasked מער פון איינמאל Susan rice האט באקומען א הויפן רעפארטס אז אמעריקאנער רעדן foreign policy matters מיט חברה וואס זענען monitored האט זי unmasked די נעמען דאס איז די גאנצע וואס מען ווייסט ביז דערווייל.

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 9:06 pm

· #368288
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
קורקלענד
גר ותושב
קורקלענד

עם כל זה האבן זיי נישט אינגאנצן פארענטפערט רייס. נאר געזאגט אז זי האט עס געטוהן לעגאל.

אויב עס איז ליגאל וואס נאך דארף פארענטפערט ווערן.

אלעס וואס איז ליגאל איז אויסגעהאלטן? אלעס וואס איז לעגאל איז ריכטיג?

די האסט געזאגט אז זיי האבן איר נישט פארענטפערט האט איך געזאגט עס איז נישט דא אויף וואס צו פאענטפערן און איך פארשטיי נישט דיין תשובה.

גראף » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 12:28 pm

· #368496
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
<a class="postlink" href="http://www.vox.com/2017/4/12/15279654/trump-north-korea-xi-10-minutes">http://www.vox.com/2017/4/12/15279654/t ... 10-minutes</a>

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 12:35 pm

· #368497
ס'זעהט אויס ווי ס'איז דערנאך מיט טראמפ. זיין איידעם דזשארעד האט משכנע געווען צו טוישן זיינע שיטות פון דרייסיג יאר. פלוצלינג האט ער א נייע מיינונג אויף די עיקר זאכן וואס ער האט קאמפיינט און געווינען. אין מיין מיינונג האט ער ווי עס​ווייזט אויס זיך אונטער געבראכן פאר די עסטאבלישמענט און קארופציע.

איינער פון די גרעסטע ראיות זענען אז סי.ען.ען און דזשאן מקעין האבן אויך געטוישט זייער מיינונג אויף איהם. יעצט שטעלט זיך א פראגע אז לויט וואס זיי האבן אויף איהם אזוי געהאקט ביז היינט איז דען מעגליך אז מען זאל זיך אויף איהם קענען פארלאזן?

א לינק און קורצן פון די עיקר שיטות וואס האבן זיך פלוצלינג געטוישט.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 1:28 pm

· #368498
מעיק אמעריקע רעסיסט עגעין...

די קריסטן (ריפובליקאנער) בראשם פון זייער clown דאנאלד טראמפ [פארמעקט] ברענגן צוריק די אלטע ״אינקוואזיציע״ נוסח 2017....

אט אויף דעם האט יעדער אין אמעריקא געווארט! אז אין אונזער ״גאלדענע מדינה״ זאל מען פייניקן מינארטיס, ארימלייט, אימיגראנטן, אין נאמען פון טראמפ׳ס אמעריקא...

די איינציגסטע אימיגראנטן וואס וועלן נישט ווערן געפייניקט איז די וואס עקלען זיך נישט צו שלאפן מיט דעם אלטען פאשיסטישע פויער און חסר דעה, אלע אנדערע וועט מען פייניקן אויף א שקרעליכע פארנעם, ערוואקסנע און קינדער צוגלייך...

למעשה האבן דאך די שפאנישע א אנדערע קולטור ווי טראמפ און די אמעריקאנע רעכטע קריסטן און מ׳טאר נישט צולאזן אז זיי זאלן זיך פארשפרייטערן און באקוועם מאכן אין אמעריקא ווייל לויט טראמפ און די רעכטע איז דאך אמעריקא נאר געמאכט פאר ווייסע אייריש, ענגליש און דייטשע אפשטאמיגע... ווידער אלע אנדערע מענטשען וואס זענען געבוירן א טראפקעלע אנדערש ווי טראמפ זאלן גיין קאקן אויפן רויטן ים הגדול...

Separate mothers and children: a Trump threat deterred illegal migrants

<a class="postlink" href="http://mobile.reuters.com/article/idUSKBN17F23M?utm_source=applenews">http://mobile.reuters.com/article/idUSK ... =applenews</a>

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 2:38 pm

· #368499
טראמפ פרובירט אויס זיינע נייע טוי׳ס וועט ער האט באקומען פאר אפיקומן... 🙄
ער זעהט אז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו ווערן פאפיולער אין אמעריקא איז דורך באמבעדירן אנדערע לענדער... אזוי וועלן אים עטליסט זיין אייגענע באזע- די בלוט-דארשטיגע ריפובליקאנער קריסטן שטיצן...

U.S. drops "mother of all bombs" in Afghanistan, marking weapon's first use

The U.S. dropped a bomb containing 11 tons of explosives on an ISIS cave complex in Afghanistan’s Nangarhar province on the border with Pakistan on Thursday, a Pentagon spokesman confirmed to CBS News’ David Martin.
The bomb is officially called a GBU-43 or Massive Ordnance Air Blast (MOAB), leading to its nickname as the “mother of all bombs.” The weapon is the largest non-nuclear bomb in the U.S. arsenal and has never before been used in combat.
<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/news/us-drops-mother-of-all-bombs-in-afghanistan-marking-weapons-first-use/?ftag=CNM-00-10aac3a">http://www.cbsnews.com/news/us-drops-mo ... 00-10aac3a</a>

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 3:18 pm

· #368500
יא יא...

Investigators now have ‘concrete evidence’ of collusion between Trump camp and Russian govt: source

<a class="postlink" href="http://www.rawstory.com/2017/04/investigators-now-have-concrete-evidence-of-collusion-between-trump-camp-and-russian-govt-source/">http://www.rawstory.com/2017/04/investi ... vt-source/</a>

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 5:33 pm

· #368504
שבת אחים
יא יא...

Investigators now have ‘concrete evidence’ of collusion between Trump camp and Russian govt: source

<a class="postlink" href="http://www.rawstory.com/2017/04/investigators-now-have-concrete-evidence-of-collusion-between-trump-camp-and-russian-govt-source/">http://www.rawstory.com/2017/04/investi ... vt-source/</a>

שיין מודה געווען אז די אובאמא אדמיניסטראציע האט זיך יא באניצט מיט ענגלאנד'ס שפיאנאזש אונטערצוהערן די טראמפ קאמפיין און טראנזיציע.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:07 pm

· #368509
קורקלענד
שבת אחים
יא יא...

Investigators now have ‘concrete evidence’ of collusion between Trump camp and Russian govt: source

<a class="postlink" href="http://www.rawstory.com/2017/04/investigators-now-have-concrete-evidence-of-collusion-between-trump-camp-and-russian-govt-source/">http://www.rawstory.com/2017/04/investi ... vt-source/</a>

שיין מודה געווען אז די אובאמא אדמיניסטראציע האט זיך יא באניצט מיט ענגלאנד'ס שפיאנאזש אונטערצוהערן די טראמפ קאמפיין און טראנזיציע.

אויב איז עס אמת איז ״קודאס צו די אבאמא אדמינסטראציע״!!! זייער גיט האבן זיי געטוהן! אזוי פירט מען זיך אויף צו קרימינאלס וואס פרובירן צו פארכאפן די אמעריקאנע גאווערמענט דורך ארבעטן צוזאמען מיט אמעריקעס פיינט און דיקטעטאר -דער רוצח און פאשיסט וואלדמיר פוטין...

יעדע נארמאלע פירער וואס האט נאר א אונס שכל אין זיין קאפ און האט באמת אינזינען זיין לאנד וואלט געטוהן די זעלבע!

ווען דו וועסט זיך כאפן אז דיין טראמפ איז גארנישט מעהר ווי א שפיצל פון דעם פאשיסט ווילאדמיר פוטין געב מיך א קאול...

כפארשטיי נאכנישט וויאזוי דו שעמסט זיך אפילו נישט צו שרייבן אז אבאמא האט נישט ריכטיג געטוהן??? האלטס זיך נאך ביי דיינס...

דו ווייסט אז אמעריקא הערט אינטער יעדעמס טעלפאן אויף די וועלט, אריינגערעכענט זייער אייגענע פריינד פערזענליכע סעלפאונס (עיין ערך קאנצלער מערקעל פריוואטע סעלפאון וואס זי רעדט מיט איר מאן 😉 ) און אז אויב טראמפ האט מיטגעארבעט מיט די רוסן דארף זיך דא פלוצלינג אלעס אפשטעלן??? די גאנצע אמעריקאנע אינטערהער אפאראציע איז נאר געמאכט צו שפיניארן אויף ליבעראלס אזויווי קאנצלער מערקעל? 🙄 פארוואס זיך אפשטעלן ביי טראמפ? ווייל ער איז דיין ליבלינג? ווייל ער האט געלט? ווייל ער איז א ראסיסט און האט פיינט מינארטיס פונקט ווי אלע דיינע רעכטע?.

פארוואס? ווייל דו טראסט טראמפ ? איך טראסט אים גאר ווייינג און הונדרעט פראצענט אז מ׳דארף דעם מענטש נאכקוקן יעדע שריט וואס ער טוט, ער איז אסאך ערגער ווי ניקסאן, און איז דערווייל די מערסטע סקאנדלישע קאנטראווערסיול פאליטשאן אמעריקא האט נאר אמאל געזעהן אין זייער היסטאריע פון 200 פלאוס יאהר!

אבאמא איז עכטע אמעריקאנע פאליטשאן מיט א גיטע רעקארד, ער האט געהאט גיטע סיבות צו שפיאנערן אויף דיין טראמפ מיט זיינע מענטשען! סאיז דא א גיטע סיבה פארוואס מייקל פלין האט רעזיגנירט פון זיין אמט ממש געציילטע טעג נאך זיין איינשווערן...

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:12 pm

· #368512
כפול

החוקר » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 8:58 pm

· #368515
קורקלענד

שיין מודה געווען אז די אובאמא אדמיניסטראציע האט זיך יא באניצט מיט ענגלאנד'ס שפיאנאזש אונטערצוהערן די טראמפ קאמפיין און טראנזיציע.

די טוסט פשוט נישט גוט לעזן ענגליש, אשר ע"כ לאמיר דיר ארויס העלפן.

GCHQ passed the information it had uncovered along to U.S. intelligence agencies as part of the routine exchange of information and for the next six months until summer of 2016, U.S intelligence agencies were receiving information about the contacts from European agencies in Germany, Estonia and Poland.

"It is understood that GCHQ was at no point carrying out a targeted operation against Trump or his team or proactively seeking information,”[/b] the Guardian said. “The alleged conversations were picked up by chance as part of routine surveillance of Russian intelligence assets.

דאס איז טייטש, מען האט נישט נאכשפיאנירט טראמפ, נאר דורכ'ן שפיאנירן רוסן איז מען ארויפגעקומען אויף דעם.

ווייטער...
Sources close to the GCHQ told the Guardian that it looks like U.S. intelligence agencies “were asleep” with regards to Russia and its alliance with the Trump team.

“They [the European agencies] were saying: ‘There are contacts going on between people close to Mr Trump and people we believe are Russian intelligence agents. You should be wary of this,’” the source said. “The message was: ‘Watch out. There’s something not right here."
דאס מיינט אז ווען
די ענגלישע שפיאנאזש האט שפיאנירט טראמפ, און די אמעריקאנער זענען ניטאמאל געווען באוואוסטזיניג פון די טראמפ-רוסישע קאנעקשן.

דא איז ער מסביר וויאזוי עס קען טאקע זיין אז אמעריקא האט נישט געוואוסט.

U.S. spy agencies, however, are forbidden from spying on citizens without a warrant — warrants that are very difficult to obtain.
“They are trained not to do this,” the source said, which slowed down the time it took for U.S. agencies to become aware of the threat and respond, which it did in the late summer of 2016.

אין פשוט אידיש מיינט עס אז אבאמא האט דירעקט יא געטון אלעס לעגאל, און קען אפילו זיין אז צוליב דעם האט מען נישט גענוג שנעל אויסגעפינען די אינפארמאציע אפצושטעלן טראמפ.

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 9:36 pm

· #368516
היינט צוטאגס רעקארדירט די רעגירונג אלע טעלעפאן פארבינדונגען אויטאמאטיש אדער אין אנדערע ווערטער 'אינצידענטלי'. והמבין יבין.

לייען גוט איבער מיין הודעה ווייל איר שרייבט אז איך האב געשריבן עפעס בנוגע די לעגאליטעט. איך האב גארנישט געשריבן בנוגע די לעגאליטעט. און אפי' ס'איז יא געווען לעגאל איז עס נישט ריכטיג.

איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט קאמוניקאציע מיט רוסלאנד בכלל. ס'ווענדט זיך וואס איז געווען די תוכן פון די קשר.

ס'זעהט מיר אויס מער און מער ווי דאס איז געווען א בלעקמעיל אקציע פון די עסטאבלישמענט און אליגארכיע.

החוקר » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 10:32 pm

· #368518
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נישט נאר וואס דו ליינסט נישט קיין ארטיקלן און מיין תגובה דערויף, דו ליינסט נישט דיינע אייגענע ווערטער.
קורקלענד
לייען גוט איבער מיין הודעה ווייל איר שרייבט אז איך האב געשריבן עפעס בנוגע די לעגאליטעט. איך האב גארנישט געשריבן בנוגע די לעגאליטעט. און אפי' ס'איז יא געווען לעגאל איז עס נישט ריכטיג.

קורקלענד
ס'זעהט מיר אויס מער און מער ווי דאס איז געווען א בלעקמעיל אקציע פון די עסטאבלישמענט און אליגארכיע.

לאמיר דיר מסביר זיין די סתירה אין דיינע ווערטער.
אז עס איז לעגאל איז עס נישט בלעקמעיל, און אז עס איז בלעקמעיל איז עס נישט לעגאל.

צום שלוס: ביטע ענטפערט מיר נישט ווייל איך גיי דיר בל"נ נישט ענטפערן, מען קען נישט פירן א זאכליכע שמועס מיט איינעם וואס פראבירט אפילו נישט אז איין ווארט זאל קלעבן צום צווייטן. איך האב גארנישט קעגן דיר, אבער איך קען מיט דיר נישט פירן קיין דיסקוסיע. האב מיר א גוטן מועד.

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 10:45 pm

· #368519
ווען ס'וואלט געווען א סתירה וואלסטו עס נישט געדארפט מסביר זיין.

שבת אחים » זונטאג אפריל 16, 2017 1:45 pm

· #368561
נעכטען אפריל פופצן-טעקס דעי, האבן צענדליגער טויזענטער מארשירט אין יעדע גרויסע שטאט אין אמעריקא פארלאנגן אז טראמפ זאל אויפדעקן זיינע טעקס-ריטורנס אזויווי יעדע מאדערן פרעזידענט האט געטוהן...

די גרויסע פראטעסטן זענען געוועהן:

אין וואשינגטאן די סי
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=4i3ZTlFA_FE">https://m.youtube.com/watch?v=4i3ZTlFA_FE</a>

אין לאס אנגלס
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=Lv6UA4jVwfg">https://m.youtube.com/watch?v=Lv6UA4jVwfg</a>

אין ניו יארק
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=Lm-kFt4ghMQ">https://m.youtube.com/watch?v=Lm-kFt4ghMQ</a>

אין שיקאגוי
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=Da3pz7mk-yU">https://m.youtube.com/watch?v=Da3pz7mk-yU</a>

ליפא » זונטאג אפריל 16, 2017 1:49 pm

· #368562
טראמפ איז נישט מאדערן, ער איז א חסידישע פרעזידענט פארדעם האט ער באקומען די חסידישע שטימען

שבת אחים » זונטאג אפריל 16, 2017 3:59 pm

· #368565
יא אקאורט! ער איז א חסידישע פרעזידענט, און ער פירט זיך אויף אסאך ערגער ווי די היינטיגע חסידישע רשעותדיגע מנהיגים, זיי זאגן אז זיי זארגן זיך פאר די המון עם דערווייל נעמען זיי אריין נאר בחורים אין זייערע ישיבות נאר אויב דער טאטע האט צו צאלן שוחד-געלט, אדער אז ער איז א עילוי, וואס זאל מאכן זייער ״ברענד״ בעסער...

טראמפ פירט טאקע די מדינה כאילו סוואלט געוועהן א חסידישע ישיבה, זיי גלייבן ביידע נישט אין קיין פאקטן און אין קיין סייענס, זיי גלייבן אין זיך און אין זייער איגאו.. זיי לעקן זיך ביידע נאר צו די אויבערשטע פון שטייסל און די ארימע און מינארטיס ווארפן זיי צום טייוול- זייער א גיטע צוגלייך!

חסידישע מנהיגים פארן אויך אזוי סאך אויף דאטשע ווי דיין פרעזידענט קיין מאר-א-לאגא.

פונקט ווי די רביס דארפן נישט אפגעבן דין וחשבון פאר די חסידים, דארף טראמפ אויך נישט ענטפערן ווער סקומט און סגייט און די ווייסע-הויז, די רבנים האלטן נישט קיין לאג דארף ער אויך נישט.

די זעלבע ווי ביי חסידים ווען די רבי ווערט אלט און ער ווייסט שוין נישט בחייכון-ווען-איך-מיכן, נעמט מען אויף דעם רבי׳נס קינדער צופירן ווייטער די מלוכה, און ס׳ווענדט זיך נישט לויט credentials ווער פון די קהילה איז ראי׳ לאותו איצטלא נאר מיט ״בלוט״, די זעלבע איז מיט דיין טראמפ, איוואנקע און קושנער זענען ביי די לייצעס, ווייל זייער טאטע דער אידיאט קען דאך נישט איינרוהן און זיך אויפפירן פאר א מינוט ווי א נארמאלע מענטש.

די זעלבע ווי ביי חסידים זענען פרויען ״צווייטע-קלאס״ בירגער, די זעלבע איז טאקע ביי דיינע ריפובליקאנער, א פרוי אין דיינע רויטע מדינות האט גאנץ ווייניג רעכטן אויף איר אייגענע באשלוסן, די באשלוסן ווערן געמאכט דורך זייער ״פאלשע קריסטליכע תורות״ וואס איז געשריבן דורך פרימיטיווע מענשטען פאר צוויי טויזנט יאר צוריק...

אויב סאיז טאקע א חסידישע מדינה? ווען גייט מען קענען אנפאנגן אויפשרייבן ביי די איזי-פעיס? 😂

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 28, 2017 7:32 pm

· #369395
Trump now agrees with the majority of Americans: He wasn’t ready to be president

<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/amphtml/news/politics/wp/2017/04/28/trump-now-agrees-with-the-majority-of-americans-he-wasnt-ready-to-be-president/">https://www.washingtonpost.com/amphtml/ ... president/</a>

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 12:02 pm

· #369444
Elizabeth Warren: This Fight Is Our Fight | Real Time with Bill Maher HBO
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=zX099yxeOdI">https://www.youtube.com/watch?v=zX099yxeOdI</a>

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 12:14 pm

· #369451
Think Trump's Stupid? Get A Load Of This Interview

אומגלויבליך! אזא בהמה!
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=35aT9ikWcqc">https://www.youtube.com/watch?v=35aT9ikWcqc</a>

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 12:16 pm

· #369453
‘Does he want me to stop buying his products?’: Jake Tapper assails Trump’s ‘Buy American’ hypocrisy

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=d_i2l4bl-Mg">https://www.youtube.com/watch?v=d_i2l4bl-Mg</a>

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 12:18 pm

· #369454
New Rule: Change Anxiety | Real Time with Bill Maher HBO

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=jWc2SvkQSoQ">https://www.youtube.com/watch?v=jWc2SvkQSoQ</a>

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 2:16 pm

· #369463
Governing Is Hard...Who Knew? | Real Time with Bill Maher
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=hKxNyOYUap8">https://www.youtube.com/watch?v=hKxNyOYUap8</a>

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 5:49 pm

· #369498
הונדרעט טעג ווי די גאנצע וועלט און אלע ציוויליזרטע נארמאלע מענטשען קוקן זיך אום מיט וואונדער וויאזוי אמעריקע פארט מעהר און מעהר בארג אראפ, אנגעהויבן אז דער וואס האט אקטיולי פארלוירן (די פאפיולער שטימען) איז גאר געווארן די פרעזידענט! אין א פרייע לאנד ווי אמעריקע האט מען געקרוינט די ״לוזער״ וואס האט געהאט מיט דריי מיליאן שטימען ווייניגער... נישט אין פאקיסטאן איז דאס געשעהן! נישט אין רוסלאנד, כינע, נארט קארעא, נאר אין די ״פרייע אמעריקא״!. און נאכן געווינען אנשטאט ער זאל פרובירן צו פאראייניגן די פאלק האט ער זיך ארומגענומען מיט א קליינע סירקול פון ריפובליקאנער עקסטרעמע רעכטע ביליאנערן און עליטס וואס לאכן זיך אויס אפען אין פנים אריין פון ״יעדע קאמפיין צוזאג״ און זיי טוהן אלעס פונקט פארקערט פון וואס טראמפ האט צוגעזאגט ביי די קאמפיין, און ביי יעדע דורכפאל בלעימן זיי גלייך אבאמא און די פאריגע אדמינסטראציע 🙄 , ער לייגט די רייכעסטע און פאוערפולסטע לאנד די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא און די גאנצע וועלט צוגלייך אין דער ערד אריין, ער רייצט זיך און קאכט אן מלחמות מיט די ערגסטע עלמענטען און פירער פון די וועלט וואס קען עווענטלי צוקומען חלילה צו כאאס אדער גאר א דריטע וועלט-מלחמה במלוא מובן המילה, און די ריפובליקאנער בהמות שטיין גלייכגיליטיג, קלאפן זיך נאך דעם בויך אז א R איז ביי די מאכט און ס׳גייט זיי גאנץ ווייניג אן אז טראמפ איז נאר א פאפעט און א געלונגע שפיצל פון רוסלאנד׳ס דיקטעטאר ווילאדמיר פוטין, און ריקט אמעריקע צו א צוריקגעשטאנענע צושטאנד פון הונדרעט יאהר צוריק.

וואס זאגט שאן הענעטי? סאיז געוועהן די בעסטע הונדרעט טעג פאר אמעריקע? עפעס אזוי? אוואדי! די בעסטע הונדרעט טעג פאר אמעריקעס קארפעירעשאונס און די אויבערשטע איין פראצענט פונעם שטייסל, פאר די רייכע ביליאנערן ווי פאר טראמפ זעלבסט איז די טראמפ אדמינסטראציע געוועהן א זיכערע געווינס! ביז זיי און זייערע אייגענע קינדער וועלן דערשטיקט ווערן פון די שווערע שעדליכע פארטעמפטע לופט וואס זיי האבן איינגעפירט און איינגעשטעלט אין אמעריקע אלעס כדאי צו כאפן נאך אפאר דאללער פאר די ביליאנערן- גאר וויכטיג! ווייל זיי האבן נעבעך נאכאלץ נישט גענוג געלט, פאלאצן, ארט, באדינערס, משרתים, פלגשים, פריוואטע זשעטס, שיפן, יאכטן, אנטיקן, גאלד, זילבער, לוקסוס, און פרייוואטע אינזילען..

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 6:26 pm

· #369501
ווי איז @קורקלענד-די געטרייע טראמפ שטיצער צוגעבן א 100 טעג ריפארט-קארד פאר זיין ליבלינג טראמפ???

ער צו ביזי זוכן מציאות ביי קאסטקאו? 😈

קורקלענד » זונטאג אפריל 30, 2017 10:59 pm

· #369530
@שבת אחים. איך בין דא. איך וויל אייך אבער דערמאנען וואס איך האב נישט לאנג צוריק געשריבן. זייט דעמאלסט בין איך אסאך א שוואכערע חסיד זיינער. די מער סי.ען.ען. האט איהם ליעב די גרעסער ווערט מיין שנאה. למעשה זעהט נישט אויס ווי מען האט איהם אינגאנצן פארלוירן. איך וועל זעהן אי''ה סוף פון זיין טערמין וואס ער האט אויפגעטון.

קורקלענד
ס'זעהט אויס ווי ס'איז דערנאך מיט טראמפ. זיין איידעם דזשארעד האט משכנע געווען צו טוישן זיינע שיטות פון דרייסיג יאר. פלוצלינג האט ער א נייע מיינונג אויף די עיקר זאכן וואס ער האט קאמפיינט און געווינען. אין מיין מיינונג האט ער ווי עס​ווייזט אויס זיך אונטער געבראכן פאר די עסטאבלישמענט און קארופציע.

איינער פון די גרעסטע ראיות זענען אז סי.ען.ען און דזשאן מקעין האבן אויך געטוישט זייער מיינונג אויף איהם. יעצט שטעלט זיך א פראגע אז לויט וואס זיי האבן אויף איהם אזוי געהאקט ביז היינט איז דען מעגליך אז מען זאל זיך אויף איהם קענען פארלאזן?

א לינק און קורצן פון די עיקר שיטות וואס האבן זיך פלוצלינג געטוישט.

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 12:09 am

· #369545
כבין זיכער אז א חלק פון זיינע שיטות גייען זיך נאך טוישן ביז מארגן צופרי...

וואס האב איך ענק געבעטן? גלייבט אים נישט קיין איינציג ווארט! ער איז א ליגענער און א אפערטוניסט-דאס אלעס!

קורקלענד » מאנטאג מאי 1, 2017 12:34 am

· #369546
חכם איינער. מיין פראבלעם איז אז ער האט געטוישט זיינע פאזיציעס צו דיין זייט. קומסטו שרייען אז ס'איז שוין ווייטער נישט גוט. אויב איז ער באמת בשיטה נישט וואס ער האט קאמפיינט דאן איז ער דאך אויף דיין זייט?

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 1:16 am

· #369550
חכם איינער! ער איז קיינמאל נישט געוועהן אויף קיין שום זייט! דו מיט נאך מיליאנען אמעריקאנער האבן זיך געלאזט נערן פון אים אז ער איז אויף ״זייער זייט״, איך האב געטענהט גלייבטס אים נישט! ער איז נישט אויף קיין שום זייט! ער איז א פאפיוליסט וואס זאגט ליגענט פאר פרנסה, די איינציגעסטע זייט ווי ער איז, איז אויף די זייט פון ״זיין איגאו״.

טראמפ איז אויף מיין זייט הייסט עס? זייט ווען? אפשר רעכענסטו מיר אויס צוויי זאכן מיט וואס איך און טראמפ אגריען?

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 11:39 am

· #369596
Trump Aide Sebastian Gorka May Leave White House
<a class="postlink" href="http://www.nbcnews.com/politics/white-house/trump-aide-sebastian-gorka-may-leave-white-house-n753116">http://www.nbcnews.com/politics/white-h ... se-n753116</a>

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 11:40 am

· #369597
Reports: Sebastian Gorka To Leave White House Following Outcry Over Extremist Links
The controversial national security aide appears to be on his way to a new role.

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/reports-sebastian-gorka-out-as-assistant-to-trump_us_590650d7e4b0bb2d086f6151?ncid=inblnkushpmg00000009">http://www.huffingtonpost.com/entry/rep ... mg00000009</a>

ליפא » מאנטאג מאי 1, 2017 11:44 am

· #369600
Sanders: Trump on right track with North Korea

<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2017/04/28/politics/bernie-sanders-north-korea-donald-trump-cnntv/">http://www.cnn.com/2017/04/28/politics/ ... ump-cnntv/</a>

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 2:01 pm

· #369608
ליפא
זאג? אין די דאזיגע קליפ וואס דו האסט ארויפגעלייגט דא, פון 1:07 ביז די ענדע רעדט בערני פון טראמפס טעקס שניטן פאר די רייכע מיט דעם ביזטו אויך מסכים?

די רפובליקאנער זייט איך קען זיי, זענען זיי נאר ביזי מיט די גאנצע וועלט, נישט אינערן פאלסי נאר אויסערן פאליסי, סאיז א פשוטע טריק צו פארדרייען די המון עם דעם קאפ, אז זייערע פראבלעמען זענען נישט אין אמעריקע נאר אין מעקסיקא, קאנדא, סוריא, אפאגאניסטאן, תימן, נארט קארעא. וואס קוקט עטץ אויף מיר? איך בארויב ענק טאקע אבער דער חוצפאניק קים דשאונג אן האט געזאגט א מיסע ווארט!

קוקטס נישט אויף די ריפובליקאנער וואס בארויבן ענק! לאמיר זיי דיסטרעקטען אז זייערע פראבלעמען זענען גאר מעקסיקא! זיי זענען די אמעריקאנע פראבלעם! זיי נעמען צו אלע אונזערע זשאבס! און ווער סגייט זיך וואגן צו רעדן א ווארט אויף אמעריקעס פאליסיס איז אחת דתו להמית, און דערווייל לויפן אלע ריפובליקאנער צו די בענק...

דעס וואס אמעריקא פלאגט זיך מיט מעהר 50 מיליאן ארימע מענטשען וואס האבן קיין ברויט נישט! דעס איז נישט קיין פראבלעם נאר מעקסיקאנער זענען א פראבלעם! אוואדי!

דעס איז די עלצטע טריק אין די BOOK! איך בין א טאג עלטער פון דעם...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25