☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ארי אויסטערליץ טראגעדיע

ארי אויסטערליץ טראגעדיע

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11248
בלאט: 1 2 3 4

כלבאשבוע » פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:22 am

· #360222
ארי אויסטערליץ טראגעדיע
BD" E: New Square Yingerman just shot himself to death at the viola park name is Aron Osterlitz CSE on scene.

Photos, of the Dedicated Volunteers from @ChesedShelEmes & @ChaverimRocklnd o/s in Viola Park were the yingerman shot himself to death.





פראטעסט קעגן דעם נפטר אכט יאר צוריק:

קל וחומר » פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:40 am

· #360225
Re: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה: ארי אויסטערליץ
וואס איז געווען די מערכה דארט?

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:44 am

· #360226
לאל, איבער א שמיטה יאר גארנישט מיט סקווירא, זיין נעמען דאס לעבן האט מיט סקווירא וואס איך האב מיט פאפא רב,
אבי געלייגט א נאסע שמאטע,

בן ישי » פרייטאג יאנואר 20, 2017 3:43 am

· #360229
ווי האט ער געוואינט די לעצטע פאר יאר? איינער האט א בילד פון עם?

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 20, 2017 4:23 am

· #360232
שוין צייט זיך אויסצולערנען אז חרדים זענען קיינמאל נישט שולדיג.

מען זאגט אז חובל איז מלשון חבל, אזויווי א שטריק, מען גיט א צי דעם עק דערפון און ווייט אוועק ביים אנדערן עק דערשטיקט עס א מענטש.

אברעימל » פרייטאג יאנואר 20, 2017 9:38 am

· #360245
[ציטאט אראפגענומען]


שטאפענע קאפעליטש
לאל, איבער א שמיטה יאר גארנישט מיט סקווירא, זיין נעמען דאס לעבן האט מיט סקווירא וואס איך האב מיט פאפא רב,
אבי געלייגט א נאסע שמאטע,



עיין עוד בדברי @געוואלדיג כאן.

א איד » פרייטאג יאנואר 20, 2017 10:45 am

· #360249
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
ברוך דיין האמת.
עם נישט געקענט פערזענליך, אבער עם אסאך געזעהן.
זאל זיך מיט דעם ענדיגן אידישע צרות

סמבטיון » מוצ"ש יאנואר 21, 2017 11:20 pm

· #360280
שרעקליך, קען איינער אריינקומען מיט מער פרטים? איך האב אים גראדע יא געקענט פערזענליך.

אישתישבי » זונטאג יאנואר 22, 2017 9:18 am

· #360294
אפשר האט די פראטעסט טאקע נישט קיין שייכות מיט זיין זעלבסט מארד, אבער עס האט זייער שייכות מיט דער מענטש וואס איז אוועק פין דער וועלט.

קיין איינער ביטע שרייבען אביסל וועגן דער נפטר און זיינע מעשים?

חקרן » זונטאג יאנואר 22, 2017 3:35 pm

· #360324
וואס גייט פאר מיט סקווירא? - ער האט יא מיט סקווירא אדער נישט מיט סקווירא, אין פאקט איז ער דער צווייטער מענטש אין די לעצטע פאר יאר, וואס איז געוואקסן אין סקווירא און האט קאמיטעט סועסייד... פארוואס פאסירט עס פונקט פון דארט?


סקווירא דארף מאכן א חשבון-הנפש.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 22, 2017 3:45 pm

· #360328
moshav zekeinim
שוין צייט זיך אויסצולערנען אז חרדים זענען קיינמאל נישט שולדיג.

מען זאגט אז חובל איז מלשון חבל, אזויווי א שטריק, מען גיט א צי דעם עק דערפון און ווייט אוועק ביים אנדערן עק דערשטיקט עס א מענטש.

מושב זקנים דו מיט דיין פארשאלטענע וויסטע אגענדא זענען אזוי ווי פרעה. ווי ס'שטייט טאקע אין פסוק..."ויכבד ה' את לב פרעה"...! אפילו אזא הויכגעשעצטן מאמר פון א הייליגן צדיק זי"ע וועלכן ער האט געזאגט בדרך מוסר טוסטו פארדרייען אז ס'זאלל אריינפאסן אין דיין אגענדא. להבדיל (פון דיר.) דער הייליגער שר שלום פון בעלזא, ווען מ'איז איהם געקומען זאגן אז איינער פון די יושבים האט זיך געפוצט די שטיוול, האט ער בלשון קדשו געזאגט דעם פסוק..."יעקב חבל נחלתו"...! אז די אידן זענען פארבונדן אזוי ווי א שטריק. אז איעדער איד איז פאראנטווארטליך מיט זיין התנהגות פאר כלל ישראל. אז ווען א יושב פוצט זיך די שטיוול אין בעלזא, שמד'ט זיך א איד, ר"ל אין פאריז...!

שבת אחים » זונטאג יאנואר 22, 2017 7:31 pm

· #360360
ר׳ בערל לאמיר זעהן צו איך פארשטיי דיין פריערדיגע תגובה.

מושב איז אייניקל פונעם שר שלום און ער האט געוואלט זאגן אז פרעה מיט זיינע פעטע קיען האבן געוואלט איינשלינגן זיין וויסטע אגענדא האט מען גערופן דעם הויכגעשעצטער סענדער דער דויטש פון פאריז זאל פוצן די שיך פון א משומד און אזוי האט מען ממתיק געוועהן די דינים און עס איז געווארן שלום על ישראל אויף אלע בעלזער יושבים. איא? 🙂

עפעס אזוי האב איך פארשטאנען. אויב מאך איך א טעות בעט איך אייער אנטשולדיגונג.

קל וחומר » מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:04 am

· #360376
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
/

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:16 am

· #360378
זיין ווייב האט אים איבערגעלאזט געציילטע וואכן איידער ער האט פארלאזט דעם עולם.
ער האט זיך געבעטן ביי זיינע פריינט אז מען זאל אים ארויסהעלפן צוריקצוברענגען זיין ווייב ווייל ער קען נישט צוקוקן די צער פון זיין בחור'ל וואס בלייבט אן א מאמע.
ער האט עס טאקע נישט געקענט צוקוקן דעריבער איז ער געבליבן ביים מאמע'ן און נישט ביים טאטע'ן.
עד כאן שמעתי.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 23, 2017 1:40 am

· #360387
מען ווייסט דאך נאך נישט. איינער וואס שטארבט טראגיש נאכן זיך אמפערן מיט חרדים דארף זיין טויט אן ערנסטער אינוועסטיגעשן.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 23, 2017 2:10 am

· #360389
פאר מ׳רעדט די אלע דיטעילס זאל איינער געבן א קורצע דיסקריבשאן וועגן אים, וויפל קינדער ער האט איבערגעלאזט, ווי ער האט געוואוינט, ווי ער האט זיך געדרייט וכודומה.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 23, 2017 2:43 am

· #360390
שבת אחים
ר׳ בערל לאמיר זעהן צו איך פארשטיי דיין פריערדיגע תגובה.

מושב איז אייניקל פונעם שר שלום און ער האט געוואלט זאגן אז פרעה מיט זיינע פעטע קיען האבן געוואלט איינשלינגן זיין וויסטע אגענדא האט מען גערופן דעם הויכגעשעצטער סענדער דער דויטש פון פאריז זאל פוצן די שיך פון א משומד און אזוי האט מען ממתיק געוועהן די דינים און עס איז געווארן שלום על ישראל אויף אלע בעלזער יושבים. איא? 🙂

עפעס אזוי האב איך פארשטאנען. אויב מאך איך א טעות בעט איך אייער אנטשולדיגונג.

שבת אחים: דו האסט גאנץ גוט פארשטאנען מיין תגובה. און איך מיין אז ס'האט אפשר בארירט א פינטל אין דיין צענטראללן נערוו סיסטעם. ס'האט אפשר געגעבן א שטיקל טרייסל דיין פארבלאנדזשעטע נשמה. אפשר אז דער בת קול היוצא מהר חורב איז געווען אויף די ריכטיגע פריקוענסי (פרעקווענץ/וועללע לענג) און דו האסט געהאט א שטיקל הירהור פון תשובה. נאר דו ווילסט עס פארטייבן מיט ליצנות און סארקאזם.

איך האב שוין פון לאנג געזאגט אז אין דיין אריגינאללן וויזשניצער חעידער האט מען נישט געלערנט קיין שום לימודי והנהגות העולם. און ווען דו האסט (כביכול) דיר ..."געעפנט די אויגן"...האסטו אין די זעלבע צייט אויך פארלוירן די אמונה בהשי"ת. נאר דיין פערספעקטיוו איז נאכאלץ פארבליבן דער העימישער, דארפישער, מארמארישער.און מחמת חוסר ידיעה האסטו מחליט געווען אז הקב"ה כביכול, איז א דוממער, נישט וויסנדער וועזן. און ער האט געגעבן א דוממע, נישט וויסנדע תורה און רעליגיע פאר דעם אידישן פאלק. אבער דו ביסט שוין קלוגער פון דעם. און דו קוקסט אן דיינע ברידער וועלכע זענען נאך פארבליבן רעליגיעזע מאמינים בה' ובתורתו מיט רחמנות...!

לויט מיין אנאליז, וואלט געווען זייער שטארק נוצליך און ווירקזאם פאר דיר צו נעמען קורסעס אין די עלעמענטארע סובדזשעקטס פון הנהגת העולם פון אן ערליכן אינסטיטוציע ווי טורא קאלעדזש וכדומה. וואו דו וועסט לערנען צו רעדן, ליינען און שרייבן א פראפעסיאנאללן ענגליש. אויך וועסטו דארט לערנען געאגראפיע, וועלט היסטאריע, אמעריקאנער היסטאריע, אידישע היסטאריע און סאציאלע שטודיעס. אויך, כדי צו קענען מבחין זיין און פארשטיין דעם חילוק פון סאציאליזם ביז קאמוניזם און קאפיטאליזם. אויך דעם צוזאמענשטעלל פון רעגירונגען און פאליטישע פארטייען.

ווען דו וועסט שוין בעזהשי"ת האבן דערגרייכט א לעוול/שטאפל פון וועלטליכע בילדונג וועסטו ערשט איינזעהן אז גאט ברוך הוא איז גאנץ קלוג. ער איז נישט אזוי דום ווי מ'האט געמיינט אין די בערג פון מארמאראש. און די תורה איז אויכעט נישט אוועקצומאכן. און די גמרא/תלמוד איז גאנץ א קלוגער און נוצליכער דאקומענט.

אדער אפשר, טאמער ווילסטו דיר שפארן געלט, זאלסטו ליינען דעם ספר הברית...! איך וואלט דיר רעקאמענדירט אז דו זאללסט עס קויפן אין די ענגלישע שפראך. אבער כ'האב מורא אז דו קענסט נאכנישט גענוג גוט ענגליש צו פארשטיין וואס ער זאגט. אויף אידיש אדער ראמעניש , מייניך איז עס נישט דא צו באקומען...!

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:16 am

· #360392
איך האב נאר געוואלט באמערקן אז דער אשכול איז שוין אזוי ווייט פארפארן פון די רעלסן, אז מ'רעדט פון אלעם אויף דער וועלט. נאר נישט פון דעם עיקר.

איך (און רוב עולם) הייבן נישט אן צו וויסן די גאנצע השתלשלות, און דעם בעקגראונד פון דעם מענטש ארי אויסטערליץ. איך האב געהערט דערמאנען זיין נאמען בקשר מיט דעם הייליגן ליזענסקער רבי'ן, ולא לפניו ולא לאחריו. ס'וואלט כדאי געווען ווען איינער אן אמת'ער ידען זאלל געבן אן איבערבליק איבער דעם מענטש און זיין (קורצן) לעבן מרישא ועד גמירא. די סיבה פאר זיין ווערן ארויסגעטריבן פון סקווירא. דאס אינטרעסירט מיך ספעציעל. ווייל אז דארט האט מען איהם אנגעקוקט קרום, מיינט אז ער האט עפעס חוטא געווען אקעיגן דעם העיליגן צאדיק...איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן...און זיינע איבריגע פעולות. אויך. צו איז ער געווען א גרוש. אדער געהאט א ווייב און קינדער...!

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:45 am

· #360395
berlbalaguleh
שבת אחים
ר׳ בערל לאמיר זעהן צו איך פארשטיי דיין פריערדיגע תגובה.

מושב איז אייניקל פונעם שר שלום און ער האט געוואלט זאגן אז פרעה מיט זיינע פעטע קיען האבן געוואלט איינשלינגן זיין וויסטע אגענדא האט מען גערופן דעם הויכגעשעצטער סענדער דער דויטש פון פאריז זאל פוצן די שיך פון א משומד און אזוי האט מען ממתיק געוועהן די דינים און עס איז געווארן שלום על ישראל אויף אלע בעלזער יושבים. איא? 🙂

עפעס אזוי האב איך פארשטאנען. אויב מאך איך א טעות בעט איך אייער אנטשולדיגונג.

שבת אחים: דו האסט גאנץ גוט פארשטאנען מיין תגובה. און איך מיין אז ס'האט אפשר בארירט א פינטל אין דיין צענטראללן נערוו סיסטעם. ס'האט אפשר געגעבן א שטיקל טרייסל דיין פארבלאנדזשעטע נשמה. אפשר אז דער בת קול היוצא מהר חורב איז געווען אויף די ריכטיגע פריקוענסי (פרעקווענץ/וועללע לענג) און דו האסט געהאט א שטיקל הירהור פון תשובה. נאר דו ווילסט עס פארטייבן מיט ליצנות און סארקאזם.

איך האב שוין פון לאנג געזאגט אז אין דיין אריגינאללן וויזשניצער חעידער האט מען נישט געלערנט קיין שום לימודי והנהגות העולם. און ווען דו האסט (כביכול) דיר ..."געעפנט די אויגן"...האסטו אין די זעלבע צייט אויך פארלוירן די אמונה בהשי"ת. נאר דיין פערספעקטיוו איז נאכאלץ פארבליבן דער העימישער, דארפישער, מארמארישער.און מחמת חוסר ידיעה האסטו מחליט געווען אז הקב"ה כביכול, איז א דוממער, נישט וויסנדער וועזן. און ער האט געגעבן א דוממע, נישט וויסנדע תורה און רעליגיע פאר דעם אידישן פאלק. אבער דו ביסט שוין קלוגער פון דעם. און דו קוקסט אן דיינע ברידער וועלכע זענען נאך פארבליבן רעליגיעזע מאמינים בה' ובתורתו מיט רחמנות...!

לויט מיין אנאליז, וואלט געווען זייער שטארק נוצליך און ווירקזאם פאר דיר צו נעמען קורסעס אין די עלעמענטארע סובדזשעקטס פון הנהגת העולם פון אן ערליכן אינסטיטוציע ווי טורא קאלעדזש וכדומה. וואו דו וועסט לערנען צו רעדן, ליינען און שרייבן א פראפעסיאנאללן ענגליש. אויך וועסטו דארט לערנען געאגראפיע, וועלט היסטאריע, אמעריקאנער היסטאריע, אידישע היסטאריע און סאציאלע שטודיעס. אויך, כדי צו קענען מבחין זיין און פארשטיין דעם חילוק פון סאציאליזם ביז קאמוניזם און קאפיטאליזם. אויך דעם צוזאמענשטעלל פון רעגירונגען און פאליטישע פארטייען.

ווען דו וועסט שוין בעזהשי"ת האבן דערגרייכט א לעוול/שטאפל פון וועלטליכע בילדונג וועסטו ערשט איינזעהן אז גאט ברוך הוא איז גאנץ קלוג. ער איז נישט אזוי דום ווי מ'האט געמיינט אין די בערג פון מארמאראש. און די תורה איז אויכעט נישט אוועקצומאכן. און די גמרא/תלמוד איז גאנץ א קלוגער און נוצליכער דאקומענט.

אדער אפשר, טאמער ווילסטו דיר שפארן געלט, זאלסטו ליינען דעם ספר הברית...! איך וואלט דיר רעקאמענדירט אז דו זאללסט עס קויפן אין די ענגלישע שפראך. אבער כ'האב מורא אז דו קענסט נאכנישט גענוג גוט ענגליש צו פארשטיין וואס ער זאגט. אויף אידיש אדער ראמעניש , מייניך איז עס נישט דא צו באקומען...!

כהער וואס איר האט צוזאגן, און טאקע פירסט טינג אין די מארנינג וועל איך מיך גיין איינשרייבן אין טורא קאלעדזש וואס איז טאקע איינע פון די אויסגעצייכענטע יוניווערסעטיס אין די וועלט גלייך נאך הארווארד, יעיל, און קאלאביע. און זיך גיין בילדן ווייל כ׳זעה טאקע בחוש אז אלע געבילדטע מענטשען וואס קומען ארויס פון קאלעדזשעס זענען שטארקע גלייביגע און גלייבן אין בריאת העולם לויט די קרעאטיאניסט ווערסיע און האלטן זיך אן שטארק צום רביזיכורנוליווראכא. איך בין זיכער אז טורא קאלעדזש וועט מיר ערקלערן איינמאל פאר אלעמאל די חילוק צווישן סאציאליזם, קאמוניזם, און קאפיטאליזם וואס מוטשעט מיר אזוי שטארק שוין א לענגערע צייט, און אויב סאיז דא איין פלאץ אויפן כדור הארץ ווי מ׳קען דעס אויסקלארן איז זיכער נאר אין טורא קאלעדזש בלי שום ספק.

פון ווי האסטו געוויסט אז איך קען בכלל נישט קיין ענגליש?, שיק עס מיר טאקע אין רומעניש...רוה״ק אומרת כאן?, א ׳בעל עגלה׳ ???.

דער אהבת ישראל זצ״ל האט געזאגט אמאל פאר זיין ברודער דער אנטוניער זצ״ל אויף מיין עלטער זיידע וואס איז געוועהן א ׳בעל עגלה׳ "אונז רבי׳ס קענען זיך פארשטעקן פאר די צדקות פון די היינטיגע בעלי עגלות", זעהט אויס אז איר זענט אויך אנגעקומען צו די מדריגה...

בד״וו די מעשה מיטן אהבת ישראל איז אמת, און מיינע זיידעס זענען גראדע נישט געוועהן קיין מארמארישע פויערן זיי זענען געוועהן תלמידי חכמים מיין טאטעס טאטע למשל האט געקענט גאנץ ששה סדרי משנה מיט גאנץ אוה״ח הק׳ אויפן לשון, מיין גאנצע משפחה איז געוועהן פארעכענט פון די חשובסטע משפחות אין וויזניץ ווי הרה״ח ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל כיודיע.

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:51 am

· #360396
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
שבת אחים

דער אהבת ישראל זצ״ל האט געזאגט אמאל פאר זיין ברודער דער אנטוניער זצ״ל

וואס האט ער מיט די אנטיניער רבי וואס איז די טעג אין ניו יארק?
שבת אחים

מיין גאנצע משפחה איז געוועהן פארעכענט פון די חשובסטע משפחות אין וויזניץ כיודיע.

מרדכי חנא?

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:58 am

· #360397
איך ווייס נישט וועלכע אנטוניער איז געוועהן אין ווימסב״ג, קען זיין א אייניקל, דער אנטוניער אינדערהיים איז געוועהן א גרויסע חסידות, נאכן קריג זענען רוב אנטוניער וואס האבן איבערגעלעבט געווארן וויזניצע חסידים פון ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל.

מיין עלטער זיידעס נעפיו איז געוועהן ר׳ מרדכי חנא ז״ל (זיין ברודערס זוהן).

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:00 am

· #360398
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
שבת אחים
איך ווייס נישט וועלכע אנטוניער איז געוועהן אין ווימסב״ג, קען זיין א אייניקל, דער אנטוניער אינדערהיים איז געוועהן א גרויסע חסידות, נאכן קריג זענען רוב אנטוניער וואס האבן איבערגעלעבט געווארן וויזניצע חסידים פון ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל.

מיין עלטער זיידעס נעפיו איז געוועהן ר׳ מרדכי חנא ז״ל (זיין ברודערס זוהן).

ווער האט געזאגט וויליאמסבורג?
איך רעד פון שבת אין בארא פארק, ער האט טאקע געפירט אין וויזניצער בית המדרש אין בארא פארק.

איך האב געמיינט אז אנטיניא מיט ויזניץ זענען צוקריגט?!?!

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:14 am

· #360401
קלוגע יודל
שבת אחים
איך ווייס נישט וועלכע אנטוניער איז געוועהן אין ווימסב״ג, קען זיין א אייניקל, דער אנטוניער אינדערהיים איז געוועהן א גרויסע חסידות, נאכן קריג זענען רוב אנטוניער וואס האבן איבערגעלעבט געווארן וויזניצע חסידים פון ר׳ חיים מאיר׳ל זצ״ל.

מיין עלטער זיידעס נעפיו איז געוועהן ר׳ מרדכי חנא ז״ל (זיין ברודערס זוהן).

ווער האט געזאגט וויליאמסבורג?
איך רעד פון שבת אין בארא פארק, ער האט טאקע געפירט אין וויזניצער בית המדרש אין בארא פארק.

איך האב געמיינט אז אנטיניא מיט ויזניץ זענען צוקריגט?!?!

דו מיינסט אפשר אינדערהיים האבן זיך געוויסע אנטוניא חסידים געקריגט מיט וויזניצע חסידים. ווי ווייט איך ווייס איז קיינמאל נישט געוועהן קיין עמטליכע מחלוקה. היינט צוטגאס איז נישטא קיין אנטוניא חסידים בכלל מיט וועמען זיך צוקריגן.

איך אויך » מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:51 am

· #360402
שוין אז דו ביסט ר' מרדכי חנא'ס משפחה מובטחני אז דו וועסט נישט שטארבן אן תשובה.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 23, 2017 5:04 am

· #360403
[quote="berlbalaguleh"][quote=]


לויט מיין אנאליז, וואלט געווען זייער שטארק נוצליך און ווירקזאם פאר דיר צו נעמען קורסעס אין די עלעמענטארע סובדזשעקטס פון הנהגת העולם פון אן ערליכן אינסטיטוציע ווי טורא קאלעדזש וכדומה. וואו דו וועסט לערנען צו רעדן, ליינען און שרייבן א פראפעסיאנאללן ענגליש. אויך וועסטו דארט לערנען געאגראפיע, וועלט היסטאריע, אמעריקאנער היסטאריע, אידישע היסטאריע און סאציאלע שטודיעס. אויך, כדי צו קענען מבחין זיין און פארשטיין דעם חילוק פון סאציאליזם ביז קאמוניזם און קאפיטאליזם. אויך דעם צוזאמענשטעלל פון רעגירונגען און פאליטישע פארטייען.

ווען דו וועסט שוין בעזהשי"ת האבן דערגרייכט א לעוול/שטאפל פון וועלטליכע בילדונג וועסטו ערשט איינזעהן אז גאט ברוך הוא איז גאנץ קלוג. ער איז נישט אזוי דום ווי מ'האט געמיינט אין די בערג פון מארמאראש. און די תורה איז אויכעט נישט אוועקצומאכן. און די גמרא/תלמוד איז גאנץ א קלוגער און נוצליכער דאקומענט.

[/quote]
בנוסף צו מיין פריערדיגע ענטפער אויף דיין זינלאזע תגובה וואלט איך געוואלט צולייגן
ר׳ בערל טייערער מ׳שיסט נישט צוריק א געשאסענע פאל, אין יענע אשכול האב איך דיר געפרעגט צו דו ווייסט די חילוק צווישן קאמוניזם און סאושליזים? ווייל סהאט נישט אויסגעקוקט אז איר כאפט פון וואס ס׳האנדלט זיך דא.
יעצט האב איך שוין א שותף מיט וועם צוגיין אין טורא קאלעדזש. 😂
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/346082">viewtopic.php?p=346082#p346082</a><!-- l -->

א איד » מאנטאג יאנואר 23, 2017 9:47 am

· #360405
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
moshav zekeinim
מען ווייסט דאך נאך נישט. איינער וואס שטארבט טראגיש נאכן זיך אמפערן מיט חרדים דארף זיין טויט אן ערנסטער אינוועסטיגעשן.

האסט געמאכט א הנחה, אז זיין טויט האט צוטוהן וועגן זיך אמפערן מיט חרדים.
אפשר האט זיין טויט צוטוהן ווייל ער האט זיך צוקריגט מיט ליזענסקע רבין, אפשר ווייל זיין ווייב האט זיך אפגעטיילט מיט עם, אפשר גאר וועגן עפעס אנדערש.
די מעשה אז מען האט עם משלח געווען פון סקווירא, איז געווען פאר די צוויי מעשיות.

דו האסט אן אגענדע קעגן חרדים, דארפסטו נישט אין יעדן טראגעדיע זעהן חרדים זענען שולדיג.
ועוד, לו יהא אז סקווירא איז שולדיג דערין, ווייסט דאך גאנץ גוט אז סקווירא רעפעזענטירט נישט דאס חרדישע אידנטום, (א חוץ און די מייל ארום דעם שטעטל).
איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, שנייד די קרעפ, און זיך וואס צו טוהן פאר א ליווינג, און לאז די חרדים זיך ספראווען אליינס מיט זייערע פראבלעמען, דאנק גאט א יעדן טאג אז דו לעבסט נאך, און טוה עפעס אויף פאר די סאסייעטי.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 23, 2017 10:58 am

· #360406
moshav zekeinim
מען ווייסט דאך נאך נישט. איינער וואס שטארבט טראגיש נאכן זיך אמפערן מיט חרדים דארף זיין טויט אן ערנסטער אינוועסטיגעשן.

וועגן דעם דארף מען דורכטוען זיינע פריוואטע אנגעלהייטן און פובליק? לויט ווי ס'קוקט אויס לעת עתה איז נאך קיינער נישט אפיר געקומען אז דא רעדט מען פון א רבים וואס האט שולח יד געווען?
אויב איינער פון די וואס דו ריפסט אן חרדים טוט עפעס נישט ריכטיג איז עס א קאפי פעיסט אויף אלע חרדים לשיטתך! און נישט נאר דאס נאר אלע האבן געהאט א יד אין דעם אויך! אזוי מיז זיין!
איך חרדי בין מן הסתם פערזענליך שולדיג אויכעט ווייל ער האט זיך געאמפערט מיט געציילטע חרדים?
ווי @אנאנים האט ערקלערט און דערמאנט אז ק"ש איז נישט קיין פלאץ צו צונעמען מענטשן בפרטיותץ און נאר אויף פאבליק אנגעלהייטן. און לעת עתה אלע לשון הרע'ס וואס מען האט דא געברענגט איז די רעדע נאר פון זיינע פריוואטע צרות וואס האט מיטן רבים גאנישט. ממילה האט ער מעורר געווען אז דא איז נישט די פלאץ פאר דעם.
און אן "ערענסטער אינוועסטיגעישן" מיינט נישט אז מען דארף ארויפברענגען און צולייגן אויף א פאבליק פלאטפארמע א מענטזעס פריוואטע צרות.
נאר אזוי ווי די ביזט מער נישט קיין חרדי און לכאורה נישט אפי' רעליגיעז ממילה האסטו נישט קיין שום מאראל אחריות זעהסטו נישט קיין פראבלעם.

מרדכי ישראל » מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:31 pm

· #360428
קען איינער פליז שרייבן וואס די מעשה איז געווען?

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 23, 2017 6:35 pm

· #360434
א שאד דיין גאנצע רעדעריי קורקלענד, איך פארשטיי אליין'ס אז יעדער שלעכט ווארט קעגן די חרדיםוועסטו ארונטערייסן, האסטו יעצט געטראפן א תירוץ "מאראל", דער חרדי וואס ווייקט זיך אין אן אטמאספער פיל מיט השחתה איז מיר פלוצלינג געווארן מאראליש. דער חרדי וואס ווייקט זיך אין גיפטיגקייט און יכנאות יומם ולילה קען פלוצלינג נישט פארנעמען ווען מען רעדט פון יענעם'ס טראגעדיע לצורך אינוועסטיגירן.

איך זאג דיר צו אז דו מיינסט נישט אויף א מינוט אז איך האב א האבי אין אריינקריכן אין פריוואטע גארבידזש, דו ווייסט אז מיין ציל איז דא צו אינוועסטיגירן חרדיזם. געפעלט דיר נישט מיין מערכה קעגן ענקערע בורות נשברים דאן שריי שייגעץ ארויס אדער אנדערע זינלאזע חרדישע לאזונגען, ווער מיר אבער נישט אזוי עטיש דא.

אגב, איך דערמאן זיך יעצט אז דו ווילסט נישט דעבאטירן מיט מיר ווייל אטד חשוב כמת.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 23, 2017 6:40 pm

· #360436
א איד
זיך וואס צו טוהן פאר א ליווינג, און לאז די חרדים זיך ספראווען אליינס מיט זייערע פראבלעמען, דאנק גאט א יעדן טאג אז דו לעבסט נאך, און טוה עפעס אויף פאר די סאסייעטי.


איך בין יעצט אין האומדיפא, איך זיך גוטע גלו וואס זאל צוקלעבן איין זאץ דיינע מיט די אנדערע.

חרדיזם בתפארתו

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 23, 2017 7:45 pm

· #360441
סתם פאר די רעקארד, עס נעמען זיך נישט מער חרדים דאס לעבן ווי סיי וועלכע אנדערע סארט קולטור אין די וועלט.
דעריבער איך מיין אז דו זאלסט זיך אריינגעבן אלס אן אונטערנאצינאלער אינוועסטעגירער, וועסט קענען מאכן אפאר דאלער אין די זייט אויך.
איך מיין אז דו טויגסט גראדע, אינפארמאציע פרובירסטו צוזאמצוקראצן דא אין ק"ש. ווען מען גיבט דיר נישט קיין דעטאלן (ווייל עס איז נישט פארהאן וואס דו ווילסט הערן...) שעלסטו יעדעם פארן נישט וועלן געבן. סאו איך מיין אז דו וואלסט געקענט ארויסקעשן אסאך געלט פון אזא ארבעט.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 23, 2017 8:16 pm

· #360446
moshav zekeinim
דער חרדי וואס ווייקט זיך אין אן אטמאספער פיל מיט השחתה איז מיר פלוצלינג געווארן מאראליש. דער חרדי וואס ווייקט זיך אין גיפטיגקייט און יכנאות יומם ולילה

זייער ברייט און כלליות'דיג געשריבן. ביטע זייט מסביר קלארער פון וואס די רעדסט ס'מיר שווער צו פארשטיין.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 23, 2017 10:18 pm

· #360452
איסר האטלקי
אינפארמאציע פרובירסטו צוזאמצוקראצן דא אין ק"ש. ווען מען גיבט דיר נישט קיין דעטאלן (ווייל עס איז נישט פארהאן וואס דו ווילסט הערן...) שעלסטו יעדעם פארן נישט וועלן געבן.

וואו שעלט איך פארן נישט וועלן געבן אינפארמאציע? און וואו פראביר איך בכלל צאמצונעמען אינפארמאציע אין שטיבל?

האלא סתם שיסן איז נישט קיין חכמה.

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 23, 2017 10:21 pm

· #360453
moshav zekeinim
די חרדים הארורים ....דער חרדי וואס ווייקט זיך אין אן אטמאספער פיל מיט השחתה .... דער חרדי וואס ווייקט זיך אין גיפטיגקייט און יכנאות יומם ולילה....

איך זאג דיר צו אז דו מיינסט נישט אויף א מינוט אז איך האב א האבי אין אריינקריכן אין פריוואטע גארבידזש, דו ווייסט אז מיין ציל איז דא צו אינוועסטיגירן חרדיזם. .

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 23, 2017 10:29 pm

· #360454
שבת אחים: איך וויל דיר דא בעטן מחילה ברבים. ווייל אין איינס פאר די לעצטע תגובה האביך ארויסגעטרעטן אקעיגן דיר א ביסל צו שארף. הלא אנשים אחים אנחנו. אונז זענען דאך גוטע פריינד. מאז ומקדם. נאר דיין סארקאזם האט מיך א ביסל געשטאכן...! האביך געוואלט ווייזן אז איך קען אויכעט א ביסל די מלאכה. אבער איך האב גרויס רעספעקט פאר דיינע מיינונגען. און פאר דיין גוטן כאראקטער...ואתך הסליחה... 😂 🙄

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 23, 2017 11:09 pm

· #360458
איסר האטלקי
moshav zekeinim
די חרדים הארורים ....דער חרדי וואס ווייקט זיך אין אן אטמאספער פיל מיט השחתה .... דער חרדי וואס ווייקט זיך אין גיפטיגקייט און יכנאות יומם ולילה....

איך זאג דיר צו אז דו מיינסט נישט אויף א מינוט אז איך האב א האבי אין אריינקריכן אין פריוואטע גארבידזש, דו ווייסט אז מיין ציל איז דא צו אינוועסטיגירן חרדיזם. .


אבער וואס האט דאס מיט בעטן אינפארמאציע?

א איד » מאנטאג יאנואר 23, 2017 11:17 pm

· #360459
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
האסט שוין פארשאפט די גלו?

פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 23, 2017 11:46 pm

· #360463
גוט געקענט, אסאך פארברענגט מיט אים. געווען א זיסע געשמאקע איד. אוי דאס הארץ רייסט.

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 24, 2017 12:01 am

· #360465
בערל
ווען כ'האב געזעהן ווי די ביסט מייעץ שבת אחים צו לערנען דער ספר הברית, כדי קונה זיין ידיעות אין נאטור, וואס זאל איך זאגען, אשפגתני אין גרויסען

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:17 am

· #360470
די אמת'ע סיבה פאר דעם פראטעסט אין סקווירא איז געווען אויף עפעס א מימרא וואס ער האט געטשעפעט דעם רבי'ן פערזענליך אין פרצוף אריין, ער האט זיך שפעטער מודה געווען און איבערגעבעטן דעם רבי'ן.
אודאי געוויס איז געווען א בעפאר און א נאכדעם, אבער דאס איז געווען די מעשה, ער איז קלאר נישט געווען אויסגעשלאסן דאן פון סקווירא.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:50 am

· #360472
אישתישבי
בערל
ווען כ'האב געזעהן ווי די ביסט מייעץ שבת אחים צו לערנען דער ספר הברית, כדי קונה זיין ידיעות אין נאטור, וואס זאל איך זאגען, אשפגתני אין גרויסען

אישתשבי: דאס איז בעצם אויך געוען א שטיק ליצנות...! דו האסט געהאט א הוה אמינא פאר איין מינוט אז איך מיין עס ערנסט...?!

סמבטיון » דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:50 am

· #360516
/

א איד » דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:57 am

· #360517
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
איז דאך מושב יא גערעכט הייסט עס, אז די חרדים (בלשון כללי) זענען שולדיג, ווייל ווי באקאנט איז דער ליזענסקע רבי דער פארטרעטער און דער פאן טרעגער, פון די גאנצע חרדישע אידנטום, און אז ער איז שולדיג אין די טראגעדיע, דארף מען שוין אינוועסטיגערן די חרדים.

אויב איינער קען שיקן גלו פאר מושב, ער זאל קענען צוזאמען קלעבן.

א איד » דינסטאג יאנואר 24, 2017 12:11 pm

· #360519
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
אבער דאס האט נישט מיט חרדים, דאס האט לכל היותר מיטן סקווירא חצר, און די ליזענסקע חצר.

קאלטגעבראטן » דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:41 pm

· #360572
למען האמת, וועט מען קיינמאל נישט וויסן די אמת וואס האט עהים געברענגט דערצו.
עס איז סך הכל וויאזוי אונז ווילן פארשטיין מיט אונזער מוח וויאזוי ער האט געפילט בשעת מעשה,

אשר על כן וויל איך פארשטיין אז אנשטאט פרובירן צו פארשטיין דעם מענטש וואס איז שוין נישטא לאמיר פרובירן זיך אריינצולייגן אינעם מצב פון זיין משפחה און וואספארא עפעקט די פאלשע לשון הרע'ס האבן און וועלן האבן???

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:34 am

· #360605
<a class="postlink" href="http://hudsonvalley.news12.com/news/questions-surround-death-of-rockland-man-1.13004212">http://hudsonvalley.news12.com/news/que ... 1.13004212</a>

ישראל גלויבער » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:55 pm

· #360685
ס'מיר א חידוש אז מ'ווייסט נישט וואס האט עהם געברענגט צו דעם.
ער האט געהאט א מחלה - עפעס וואס האט עהם געמאכט געפערליכע מייגרעין אין קאפ, כ'קען נישט די נאמען, אבער ס'קלאר אז ער האט לעצטענס געליטן פון דעם.
אגב, אויך ראבין וויליאמס האט פאר א ענליכע זאך געטון דאס.

בן אדם » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:58 pm

· #360687
יא, דאס איז דער אפיציעלער סקווערער רעספאנס צו די טראגעדיע.

סמבטיון » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:13 pm

· #360690
אמת ער האט געהאט שרעקליכע שמערצן די לעצטע פאר יאהר, ער האט איבערגעלאזט חשובע פיינע קינדער, זאל זיי דער אייבישטער געבן כח אדורך צוגיין דעם שווערן טראגעדיע.

איך אויך » מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:06 pm

· #360713
אינטרעסאנט אז קיינער צייגט נישט אן אז ער האט שוין אסאך יאר געהאט א לייסענס פאר זיין גאן. קען מען אנהייבן א היימישע גאן קאנטראל דיבעיט.
בלאט: 1 2 3 4