berlbalagulehאון ביי דעם עפיזאד וואו משה רבינו טרייט מסביר צו זיין די עשרת הדיברות. און די איזראעלי פרוי האלט אין איין פרעגן פראוואקאטיווע קשיות. און משה רבינו דערלאנגט איהר איבער'ן קאפ מיט די לוחות, נאכ'ן מסביר זיין איינמאל און נאכאמאל דעם טעם פון לא תרצח. איז דער מעסעדזש אז זיי מאכן חוזק פון די איזראעליס וואס פרעגן צופיהל קשיות אויף אלץ און אלעמען און דערקוטשען די יארן . און זיי וויללן אייביג זיין גערעכט...!
זיכער איז דאס נישט קיין געהויבענער שוי וועלכער פאסט צו פארשטעללן פאר קינדער. אבער א דערוואקסענער מענטש קען זעהן די איראניע און הומאר וואס ליגט אין די סיטואציע.
נישט דארט ליגט די אמונה אדער כפירה.נאר ווען איינער האקט טאג טעגליך די גרעסטע שטותים פון די טיפשים צווישן די גויים ווי דארווין, למשל מיט זיין טעאריע פון עוואלוציע. און פרעדיגט דאס טאג טעגליך. און אז מענטשן קומען פון מאנקיס. און אז די וועלט איז שוין ביליאנען יארן אלט. שטאטס אנצונעמען און פארשטיין וואס אפילו די קלוגע סייענטיסטן צווישן די גויים נעמען אן אז יש בעל לבירה. ס'איז דא א מנהיג העולם. דער באשעפער. און ער האט באשאפן אלע ברואים און פלאנצונגען אויף די וועלט און כביכול, ער קאנטראלירט די קלימאט אז מ'זאלל קענען וואוינען אויפ'ן כדור הארץ.אט די אמונה אדער כפירה אין בורא עולם און אין בריאת העולם. דאס איז די פרוף פון אמונה. זיכער. דארווין וסייעתו גלייבן נישט אין באשעפער. און אז א איד צו ער גייט יא, אדער נישט מיט ווייסע זאקן (אפילו מיט שווארצע) האלט זיך צו זיינע אפיקור'סישע שטותים. אט דאס הייסט כפירה. נישט א נארישער טעאטער שפיעל...!
מדבר שקר תרחק, עוועלאציע איז מעהר נישט קיין טעאריע!.
מיט דעם וואס דו שרייבסט טיפשים -גוים וואס גלייבן אין עוועלאציע, וויל איך דיר מודיע זיין אז רוב אידן היינטיגע צייטן גלייבן אין עוועלאציע, גארנישט מיט גוים/דארווין, עוואלציע איז א חלק פון קאנטעמפארערי סייענס. אין די לעצטע פאר יאהר בשעת איר זענט געוועהן פארנומען דרייווען באסעס און פייפן אויף די גערעגטע רוסישע טעקסי דרייווערס האבן די
קלוגסטע מענטשען אויף די וועלט געפראוועט אז עוועלאציע איז אמת און איז היינט א חלק אין ביאלאגיע, קיין טעאריע איז עס מעהר נישט! מעגסטוך שוין אפּדעיטן איינמאל פאר אלעמאל. וויאזוי שעמט איר זיך נישט צושרייבן טיפשים בשעת איר מיט אייערע קינדער און אייניקלעך האבן הנאה פון די זעלבע סייענטיסטן און באנוצן זיך מיט זייער חכמה טאג טעגליך אין יעדע עספּעקט אין זייער לעבן פארשטיי איך נאכנישט.
ר׳ בערל
סטיווען דזשעי גולד איז געוועהן א איד און נישט קיין גוי.
אזוי אויך
קארל סעיגען,
ריטשארד פיינמעאן זיי אלע האבן געהאלטן ווי דעם טיפיש דארווין. 🙄 🙄 🙄