☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ארי אויסטערליץ טראגעדיע

ארי אויסטערליץ טראגעדיע

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11248
בלאט: 1 2 3 4

בן אדם » מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:15 pm

· #360714
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב אויך נישט געוואוסט, נאר נאך ר' ישראל גלויבער האט עס געזאגט שטעל איך מיך פאר אז דאס איז די סקווערער שטעלונג.

moshav zekeinim » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:27 pm

· #360749
סמבטיון
אמת ער האט געהאט שרעקליכע שמערצן די לעצטע פאר יאהר, ער האט איבערגעלאזט חשובע פיינע קינדער, זאל זיי דער אייבישטער געבן כח אדורך צוגיין דעם שווערן טראגעדיע.

זענען די קינדער געווען מיטן טאטן? האט דער טאטע געהאט נחת פון דער סארט חשיבות פון וואס דו רעדטס?

אויב נישט דאן האט נישט קיין שום פשט צו באציען זיינע קינדערס חשיבות צום נפטר ואדרבה עס איז דיסריספעקטפול.

קורקלענד » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:37 pm

· #360753
יעצט אין הימל איז ער איבערצייגט געווארן וואס עס מיינט אמת'ע נחת ממילא איז יא ריכטיג צו באציען די חשיבות לאחר פטירתו.

moshav zekeinim » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:39 pm

· #360754
שלום עלכם א איד וואס ווייסט וואס טוט זיך אין הימל

קורקלענד » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:45 pm

· #360755
יעצט אז די ווייסט שוין ווי ווייט מיין וויסנשאפט גייט אפשר העסטו מיר געבן מער רעספעקט. 😉

ספרא וסייפא » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:54 pm

· #360756
Just saw this story is on News12 television where they are clearly blaming his death on that protest

anyone have a link to the clip?

א איד » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:26 am

· #360764
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
moshav zekeinim
שלום עלכם א איד וואס ווייסט וואס טוט זיך אין הימל

עליכם השלום, וואס ווילט איר וויסן?

פריש וואסער » פרייטאג יאנואר 27, 2017 10:00 am

· #360905
moshav zekeinim
סמבטיון
אמת ער האט געהאט שרעקליכע שמערצן די לעצטע פאר יאהר, ער האט איבערגעלאזט חשובע פיינע קינדער, זאל זיי דער אייבישטער געבן כח אדורך צוגיין דעם שווערן טראגעדיע.

זענען די קינדער געווען מיטן טאטן? האט דער טאטע געהאט נחת פון דער סארט חשיבות פון וואס דו רעדטס?

אויב נישט דאן האט נישט קיין שום פשט צו באציען זיינע קינדערס חשיבות צום נפטר ואדרבה עס איז דיסריספעקטפול.

וואס האקסטו? דו קענסט די משפחה?
יא די קינדער זענען געווען מיטן טאטן, און ער האט זייער מחשיב געווען זייער ערליכקייט און געהאט נחת פון זיי (והא ראיה, ווען עס איז א משהו נישט געווען אזוי האט אים עס אויפגעגעסן).

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 27, 2017 10:19 am

· #360911
אז דו ווייסט אזוי דאן זאג איך גארנישט. איך האב נאר געוואלט זיכער מאכן אז מען מאכט נישט דא קיין על כיסוי הדם אזויווי מען טוט אין א סך ענדליכע פעלער.

נעקסטע מאל פאר די כאפסט א כעס אטאקע פון איינעמס ווערטער קוק אביסל בעסער וואס יענער שרייבט.

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 27, 2017 3:42 pm

· #360941
יא מושב. אין יעדע ביטערע פאסירונג ציווישן חרדישע געזעלשאפט זענען אלע חרדים שולדיג ביז מען קען אויפווייזן מאטעמאטיקלי שווארץ אויף ווייס אז נישט!
אומשולדיג ביז מען ווייזט אויף אז מען איז שולדיג איז נאר פאר א. ט. ד. דאס איז איינער פון די מעלות פון גיין אהין.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 8:01 pm

· #360951
עיין דעברא פעלדמאן...וואספארא גליק האט זי יעצט באטראפן. זי וואוינט מיט א דייטשן גוי (וואס ס'מעגליך אז זיין עלטער זיידע האט געהרג'ט איהר עלטער זיידן און באבע) און זי ברעכט זיך די ציין צו רעדן הויך דויטש... 😂 🙄

ישראל גלויבער » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 8:09 pm

· #360952
און וואס א גליק באטרעפט אונז, ווען מיר בארעדן אונזערע אייגענע ברודער, ווייל מיר ווילן משלים זיין חשבונות נקמה פון נעכטן און אייערנעכטן. נישט די זעלבע פנים?

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 8:18 pm

· #360955
ישראל גלויבער: וועלכע ברודער...? ווער בארעדט...? צו וועם צילסטו דא...?

חשן משפט » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 10:39 pm

· #360980
טייערע חברים פאר מען איז מקבל לשון הרע (יא יא דעס איז אויך לשה"ר) לאמיר לערנען א שטיקל מחבר אין יורה דעה סימן שמ"ה (איך האף אז איך האב רשות כתיבה אויף יורה דעה)

איזהו מאבד עצמו לדעת כגון שאמר הרי הוא עולה לראש הגג, וראוהו שעלה מיד דרך כעס, או שהיה מיצר, ונפל ומת, הרי זה בחזקת שאיבד עצמו לדעת. אבל אם ראוהו חנוק ותלוי באילן או הרוג ומושלך על גבי סייפו, הרי הוא בחזקת כל המתים, ומתעסקים עמו ואין מונעין ממנו דבר.

moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 29, 2017 5:46 am

· #361018
עס לוינט זיך פאר סקווירא אפציווישן דער סועסייד פאקט. אבער דער אמת וועט מען נישט קענען באהאלטן. יא ער איז באגאנגען זעלבסמארד, און דער פלעק וועט פאלן אויף די סקווירע קעפ. צו וויסן ווער זיינע מערדער זענען, דאס איז דער געסטער כבוד המת.

פריש וואסער » זונטאג יאנואר 29, 2017 11:17 am

· #361041
עכ"פ די משפחה באשולדיגט זיכער סקווירא.
ווער די רבי'ס צוויי קינדער זענען געקומען מנחם אבל זיין, איז ארויס אזאלכע קולות אויף זיי פון ווייבער צימער, אזש זיי האבן געברויכט הייבן פיס.

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 29, 2017 12:56 pm

· #361045
דאס הייסט אז ס'איז געלונגען?

בן אדם » זונטאג יאנואר 29, 2017 2:28 pm

· #361054
ישראל גלויבער
דאס הייסט אז ס'איז געלונגען?

דו פרעגסט, צו דו זאגסט?

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 29, 2017 5:09 pm

· #361092
ווען ס'פאסירט אזא זאך, און מ'שילדערט אז די משפחה האט איינעם באשולדיגט וכולהו. קוקט עס אויס, ווי ס'האט זיך געלוינט די גאנצע זאך, אז מ'האט יענעם און יענעם בא'שייגעצט. און ווי געזאגט ס'האט זיך אויסגעצאלט..
וואס דען ווערט דאס געשילדערט מיט זאפט, און קענטיגע נקמה און הנאה - וואס פאסט גארנישט פארן פאלק פון רחמנים בני רחמנים.

פרעג איך צו דאס הייסט אין קורצן אז ס'איז געלונגען

בן אדם » זונטאג יאנואר 29, 2017 8:45 pm

· #361108
ווענד זיך ביי וועם... (עי' בפרשת א.ח.ר. וסקווער)

ישראל גלויבער » זונטאג יאנואר 29, 2017 8:50 pm

· #361109
בן אדם
ווענד זיך ביי וועם... (עי' בפרשת א.ח.ר. וסקווער)

דארט איז עס יא געלונגען?

שלמה המלך » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:02 am

· #361121
געקענט ארי'ן פערענליך - באמת א טייערע איד געוועהן מלא רגש!
ער איז דורך אין זיין לעבען גאר אסאך, איך האב מיט סקווירא פינקט וויפיל ארי האט געהאט מיט פאפא אבער אין פאקט האט ער נאך סקווירא זיל אסאך מער אנגעליטען פון אנדערע וואוילע מענטשען גארנישט געהאט מיט סקווירא.
עכ"פ נישט קיין ניפקא מינא היצטערט ווער עס איז שילדיג, 'עס איז נאר א בחינה פון והחי יותן אל לבו! אז מ'דארף זיך מחזק זיין מיט אמונה און בטחון און אנגיין ווייטער! נאר אזוי קען מער אדורך גיין דעם ביטערן גלות! אז נישט קיקט מען אויס ווי מושב וכת דיליה, שעלט אן א אויפהער ווי א סוער אזש עס סרח'ט פחדים'דיג
מ'דארף זיכער מאכען אז מושב האט נישט קיין רעוואלווער ווייל עס איז א סכנה! -פאר אים זעלבסט...
היצטערט רבותי עס איז צייט צו גיין ווייטער נישט זיך טינקען מיט א מיטגעמאכטע נשמה וואס אזויפיל מטגעמאכט בחייו און קימט איהם נישט לאחר מטתו צו אויהענגען זיין וועש אויף לי עוועניו - כאטש יעצט לאמיר איהם שוין אראפצונעמען פון טיש...
ווי האלט טראמפ? בען? פראטעסט?

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:24 am

· #361123
.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 30, 2017 2:30 am

· #361129
איך מיין אז דער עולם דארף איינעמען א ׳טשיל פיל׳ אדער אפשר א ׳שטיל פיל׳, די לופט איז אנגעפילט מיט פיינטשאפט און האס, איינער שרייט רשע, איינער שרייט שייגעץ, דער אנדערער שרייט אכזר, מ׳שעלט זיך אויס איינער דעם צווייטן. יעדער זאל טיעף אריינאטעמען און שטייטלעך ארויסבלאזן. בארוהיגט זיך יעדער איינער.
אז נישט וועט מען מוזן אריינמישן דא די עסקנים... 🙂

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 5:42 am

· #361132
ניין, איך האלט אז דער @שלמה ה. איז א אמת'ע רשע. צו זאגן אזעלעכע ווערטער אז עס איז נישט קיין נפקא מינא ווער עס איז שולדיג עפ"ל.

כאילו דער נפטר וואלט געלאזט צוואה אז מען זאל עס האלטן שטיל.

יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:05 am

· #361143
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
מושב זקנים האסט אויף אזוי פיל גע׳פועל׳ט אז טאמער אזא מעשה וועט פאסירן מיט דיר וועלן מיר זיך אלע זעצן אדורך טוהן דיין גאנצע לעבן און זעהן וועם די האסט גע׳טשעפעט און פארקערט און מען וועט אויספאקן דיין גאנצע שמוץ וועש פון אלע יארן פארן פאבליק אז ממנו ילמדו וכן יעשו

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:27 am

· #361146
וואס מושב באדערט איז, אז שלמה שלאמלך, זאגט מען זאל זיין שטיל לטובת דער נפטר, און דער אמת האט ער דער כבוד פין נפטר טיף טייער, ער האט אנדערע אגענדעס פארוואס ער וויל מען זאל נישט אויספאקען זיינע שמוץ וועש.

פריש וואסער » מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:15 pm

· #361179
moshav zekeinim
כאילו דער נפטר וואלט געלאזט צוואה אז מען זאל עס האלטן שטיל.

יא, די אלע וואס האבן געקענט ארי פערזענליך די לעצטע יארן ( ואני בתוכם ), און די טראגעדיע האט זיי באנומען פערזענליך, פארפירן נישט ווי מושב.
זעט אויס אז ארי האט טאקע געלאזט א כעין צוואה.

ישראל גלויבער » מאנטאג יאנואר 30, 2017 3:00 pm

· #361235
איינער וואס שיסט זיך אין קאפ, איז נישט מיט אלעמען, ער איז געבוירן א יתום, האט באשולדיגט זיינע חדר מלמדים יארן צוריק, נאכדעם האט ער געפירט די בוטשער אין סקווער, און געמאכט א מעכטיגע פייער אינעם בוטשער ווען ער האט נישט באקומען באצאלט.
שפעטער האט ער געוואלט ווייזן אז מ'קען עהם נישט הייסן וואס צו טון, האט ער אויפגעבראכן א שלאס אין שבת אינעם ישיבה בנין, וואס איז געווארן פארשלאסן דורך די דיין הרב אייזנבערגער, ווייל אחים דירנפעלד בני אברהם - יענע וואס פירן אן דעם קאנטער פראטעסט זייט יענע טאג - האבן גערייכערט אין שבת דארט אין ישיבה היכל.
נאכן אויפברעכן די שלאס, האט דער דיין געזאגט אז ער האט נישט וואס צו זוכן אינעם קהילה, האבן די בני ישיבה געשריגן די קומענדיגע וואך אין פארנט פון זיין הויז, ארי ארויס פון דא.

ער איז ארויס פון שטעטל און אפגעהאקט מיט סקווער, געווארן גבאי ביים ליזענסקער, נאך אפאר יאר זיך צושלאגן מיטן ליזענסקער וואס דא איז חסר מן הספר... זאל עס א צווייטער פון ליזענסק משלים זיין.
ער האט זיך איבערגעבעטן מיט סקווירא, אריינגעלייגט זיין זון אין סקווערע ישיבה לערנען, באקומען עפעס א געוואוקס אדער עפעס ענליך אין קאפ, און האט געהאט א קראנק לעבן אפאר יאר. און... זיך געשאסן!

און... די אלטע בחורים דירנפעלדס פון קאלעדזש האבן זיך פארבינדן מיט דזשורנעל נויס צו מאכן א מצב קעגן סקווער, און... קאווע שטיבל סעלף העיטינג דזשוס שפריצן זאלץ וואסער.
ויהי אחרי המגיפה..

ארי נוהם » מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:24 pm

· #361270
צוזאמען מיט אלע אנדערע, האף איך אז קיינער איז נישט שולדיג אין זיין טויט, און אויב יא - זאל מען הענגען זייערע נעמען אויף א שאנד סלופ. איך וויל נישט אז מזאל פארדעקן קיינע מעשי תעתועים אויב זיי זענען פארגעקומען.


אבער וואס קרענקט מיר דא דורכאויס די דערווייל פיר בלעטערדיגע אשכול, איז די וועג וויאזוי מושב זקנים באציט זיך צום עסק ביש. זיין עקלדיגע שפראך קעגן א כלל, קעגן אלע ניקס וואס זאגן זייער פריוואטע מיינינג, און קעגן יעדעס ביסל צדק ויושר ביי א דין ומשפט, איז גרויליג און נישט פאסיג פאר א נארמאלע פלאץ ווי מלופטערט זיך אויס.

עס זעט מיר אויס ווי:

מושב זקנים איז מתפלל יעדן טאג אז נאך אפאר חרדים אדער אט"ד'ס זאלן קאמיטן סועסייד, אזוי אז ער זאל קענען באשמוצן די חרדים מיט זייער זעלבסטמארד.

מושב זקנים גלייבט נישט אז א אט"ד קען זיך שיסן צום טויט צוליב אייגענע פראבלעמען, אלעמאל מוזן חרדים זיין אויפן באשולדיגינגס באנק, און ווילאנג מווייזט נישט אויף זייער אומשולד זענען זיי בחזקת שולדיג.

מושב זקנים רעגט זיך אויף די אומציוויליזירטע חרדים, אבער שיינט צו זיין דעם מערסט אומציוויליזירטע ניק אין שטיבל, מיט א שמוציג פיסק און שמוציג אגענדע, וואס רייסט אראפ יעדער וואס האט אן אנדערע מיינינג ווי עם.

מושב זקנים איז א ריכטיגע באווייז אויף כל זמן שמזקני"ם דעתן מטפשת עליהם, אבער מיר מוזן אלע פארדייען זיין טעגליכע דאזע צואה רותחת. איך ווארט שוין אויף די צואה וואס ער וועט יעצט גיסן אויף מיין קאפ, פארן זיך אנרופן.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:33 pm

· #361271
טאמער שטייסטו פעסט אונטער דיין ערשטער פארגראף, זעה איך נישט קיין סיבה פארוואס צו גיסן א בארג צואה רותחת אויף דיר, מיר זענען אויף איין פעידזש.

וואס עס בלייבט מיר איבער צו זאגן איז, אז דו האסט א פאלטשער בליק אויף מיין כוונה.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:49 pm

· #361273
@ארי נוהם האט זיך נישט באצויגן צו דיינע כוונות נאר צו וואס די האסט קלאר געשריבן. אויב דיינע כוונות זענען אנדערש ווי דיינע שרייבאכצער דאן זייט מוחל און שרייב דיינע כוונות. הצלחה.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:00 pm

· #361276
אוודאי איז מיין כוונה אונטערצוברענגען חרדיזם, איך פראביר דאס חלילה נישט צו לייקענען פאר קיין איין מינוט, אבער עס איז נישט סתם צוליב בלינדע שנאה, עס האט א סיבה פארוואס כידוע לכל שוחרי היושר והצדק.

אייז קריעם » מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:07 pm

· #361282
א באנדע פסיכאלאגן דרייען זיך דא! איינער טענהט סקווירא איז שולדיג, א צווייטער שרייט ליזענסקער האבן דאס אנגעמאכט, און דער דריטער לייגט דאס אן גאר אויף א געוואוקס.

באדעם ליין איז, יעדער ספינט עס וויאזוי זיינע געדערים דרייען זיך. מען קען נישט בלעימען סקווירא אויף יעדע סואיסייד פונקט ווי מען קען זיי נישט בלעימען פאר יעדער וואס איז געווארן קראנק און געשטארבן.
א מענטש איז געבויעט פון א קאמליצירטע קאמבינאציע פון לייף עקספיריענסעס און איין פאקטאר אליין איז נישט מכריע.

בד"ו, מענטשן זענען דורך דעם לאגער און זיך נישט געשאסן. חוץ טאמער ווילסטו זאגן אז נאר די געזינסטע זענען געבליבן לעבן. אבער דאס איז א נושא פאר זיך.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:18 pm

· #361286
ק"ש איז א מקום צו שמועסן און פארברענגען. יעדער קען שרייבן כל מיני סברות אויף וואס מען וויל פון קאלטור, רעליגיע, השקפה, חסידות, חרדית, דת וחלופיהן. אבער ס'איז דא זיכער נישט קיין פלאטפארמע פון וואו צו פירן עקסקלוסיווע אגענדעס און פרובירן צו פארשטילן און פארשעמן סיי וועם פאר סיי וועלעכע סיבה.
האסט אן אגענדע אונטער צו ברענגען חרידיזם מאך אן אשכול און רעדט דיך אויס געב דיך אויס און שרײַב וואס דיין הארץ וויל, אבער קומען און פארדרייען יעדע צווייטע אשכול צו דיין אגענדע איז זייער נישט יושר'דיג.

נ.ב. איך וויל דיר דערמאנען אז דא איז דא אסאך חברי השטיבל וואס זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ווי דו און אזוי ווי דו פארשטייסט אז דו האסט רעכט צו טראכטן און האלטן וואס דו ווילסט און ווי אזוי דו ווילסט האבן זיי אויך די זעלבע רעכטן ווי דיר. ממילא האלט איך אז ס'נישט יושר'דיג סתם צו אטאקירן מענטשן ווייל זיי האלטן אנדערש.

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:16 pm

· #361297
אז דו מעגסט פארדרייען יעדער איינציגסטער אשכול מעג איך פארדרייען יעדער צווייטער אשכול

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:22 pm

· #361300
אייז קריעם

באדעם ליין איז, יעדער ספינט עס וויאזוי זיינע געדערים דרייען זיך. מען קען נישט בלעימען סקווירא אויף יעדע סואיסייד פונקט ווי מען קען זיי נישט בלעימען פאר יעדער וואס איז געווארן קראנק און געשטארבן.

דו מאכסט די זאך במזיד פיל מער קאמפליצרט ווי עס איז. דא רעדט מען פון א יונגערמאן וואס האט זיך מאיזה סיבה צואמפערט מיט דער ביג באס, ער האט געכאפט א גוטן טרעט פון די סקווירא שטיוול, און עליכע יאר דערויף נישט גוט אפגעשניטן. מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מפלפל און קאנספאריקער צו ציען א קשר צווישן זיין טויט און סקווירא.

ישראל גלויבער » מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:29 pm

· #361301
moshav zekeinim
אייז קריעם

באדעם ליין איז, יעדער ספינט עס וויאזוי זיינע געדערים דרייען זיך. מען קען נישט בלעימען סקווירא אויף יעדע סואיסייד פונקט ווי מען קען זיי נישט בלעימען פאר יעדער וואס איז געווארן קראנק און געשטארבן.

דו מאכסט די זאך במזיד פיל מער קאמפליצרט ווי עס איז. דא רעדט מען פון א יונגערמאן וואס האט זיך מאיזה סיבה צואמפערט מיט דער ביג באס, ער האט געכאפט א גוטן טרעט פון די סקווירא שטיוול, און עליכע יאר דערויף נישט גוט אפגעשניטן. מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מפלפל און קאנספאריקער צו ציען א קשר צווישן זיין טויט און סקווירא.

שני דברים
איינס, דו גייסט נישט דערלעבן אונטערצוברענגן חרדיסיזם.
שנית, דיינע ווערטער טוישן נישט קיין מציאות, מענטשן, לייענער, אפשר אנסקריבלען אפאר בלעטער דא יא..
צו שרייבן העסע און ברעכאץ, וועסטו שנעל פארעקלן די סביבה. ממילא האלד יור הארסעס!

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:18 pm

· #361314
גלויבער טייערער, איך בעט דיר יעצט זייער קלאר, הער אויף צו טראלן אויף מיינע תגובות. איך קום דא מיט ארגומענטן קומסטו מיט חסידישע אייער ווארפעריי.
ווילסט ציען א געזונטער ארגומענט ביסטו מער ווי וועלקאם.

ישראל גלויבער » מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:36 pm

· #361317
מושב עקלדיגער, מיר זענען גלויביגע בני אברהם יצחק ויעקב, און מיר האסן נישט קיין אייגענע ברודער אפציעל, מיר האבן צומאל ווייטאג!
דו מושב וואלסט מיט צוואנג געברויכט טוישן דיין שאנדע נאמען צו דופן עקומה.. וואס א סארט חלבנא אינעם שטיבל, וואס זאל אפציעל שטרייטן קעגן אונזער געמיינדע? אפציעל זאגן איך וויל צעקלאפן אלע חרדים די יסודות.
ווילסט אויפמערקן ווייטאגליכע נושאים ביסטו ווייטער וועלקאם, ווילסטו אונז אריינכאפן אין דיין מרה שחורה זאק, היו לא תהיה

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 30, 2017 11:54 pm

· #361318
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
גלויבער דו פארלעצט דו תקנות פון קאווע שטיבעל

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:22 am

· #361322
moshav zekeinim
אוודאי איז מיין כוונה אונטערצוברענגען חרדיזם.

דערמאנסט מיך פון די מעשה מיט די כעלעמ'ע וואס האבן פרובירט צו שטופן דעם בארג כדי גרעסער צו מאכן די שטאט, ווען זיי זענען געווארן הייס פון אזויפיל שטופן האבן זיי אויסגעטון זייערע קליידער און ווייטער געשטופט, ביז איין גנב האט אפגעצויגן מיט אלע קליידער. ווען זיי האבן זיך אויסגעדרייט און באמערקט אז מען זעט שוין נישט די קליידער זענען זיי געווארן מלא שמחה אז מען האט שוין גערוקט דעם בארג אזוי ווייט, מען קען שוין אפילו נישט זען די קליידער...

לענינינו, דעם בארג גייסטו נישט קענען שטופן, ניטאמאל קיין פיס ווייטער. אויב זעסטו מיטאמאל אז חרידיזם איז אונטערגעגאנגען, מען זעט עס מער נישט פאר די אויגן, דאן זאלסטו וויסן אז דו ביזט שוין גוט אין די ערד!! און דאן איז שוין העכסט צייט אז דו זאלסט זיך אויך נעמען דאס לעבן...

אגב, איך בין מיך מקבל לעילו נשמתך הטהורה, אז נאך וואס דו שיסט דיך/ הענגסט זיך/דערווערגסט זיך/שפרינגסט/ צום טויט וועל איך אויסשרייען דא און אויף אלע מקומות וואו חרדים דרייען זיך נאר, אז די סיסטעם איז שולדיג, עס האט גארנישט געהאט מיט דיר צוטון, בלי נדר.

אויך, געדענק מיטצונעמען די רעזולטאטן פונעם אלטוועלטליכן 'חרידיזם סיסטעם אינוועסטיגאציע', און זאלסט עס צייגן פארן בית דין של מעלה.

יהודי פשוט » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:34 am

· #361325
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
מושב זקנים איך האלט אז די ביסט שולדיג אין די גאנצע אויסטערליץ מעשה....פרעג מיך אפ.....

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:45 am

· #361327
נישטא ווער עס זאל לאכן. די לעצטע פאר וואכן אין ניו יארק אליין זענען צענדליגע חרדים ארויס פונעם סיסטעם. חרדיזם ברעכט לעצטנס אונטער ווי קיינמאל בעפאר. אין די לעצטע יאר אליין האט זיך אטד פארטאפלט. די גרעסטע קעפ ביי חרדים זיכן דעם וועג ארויס פון דעם פלאץ. די געליטענע זיצן מער נישט מיט פארלייגטע הענט אזויווי אמאל. יונגע שנוציקעס געוועזענע חרדים הייבן אן פירן גרויסע ביזנעסער, מאכן קאנעקשנס.

באהאלט ווייטער דיין קליינעם חרדישן מוח אין דיין אויסגעגרעפסטן טעלער טשאלענט, יאכנע אויס א האלבער שטאט מיט נאך א טיץ פארביטערטע חרדים.

האלא, די וועלט ריקט זיך פאראוס, די קעפ שטיק לאזן די דום קעפ פון אינטן איבערקייען די ראפאגאש פון די אונגארישע באבעס און קאשע פון די פוילישע דריבקעס.

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:46 am

· #361328
יהודי פשוט
מושב זקנים איך האלט אז די ביסט שולדיג אין די גאנצע אויסטערליץ מעשה....פרעג מיך אפ.....

ןוגיכ ןיכ'םוןמבןוי'ירקןעב עןוביע וןרקיעב רןיערעןוירק רביקןויערוןרקעעא''ריעס רעןיע]םרעישעילשעער

יהודי פשוט » דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:48 am

· #361330
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
מושב זקנים: ווען די ענדיגסט ברעכן געדענק צו פלאשן

שלמה המלך » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:03 am

· #361336
סאשי פיש
גלויבער דו פארלעצט דו תקנות פון קאווע שטיבעל

דיך פארשטיי איך אינגאנצען נישט! מילא דעם נבילה סרוחה ענפער איך אפילו נישט עס איז אסור צו פארהאנדלען, ענטפערען, אדער בכלל זיך קימערן מיט א משומד, איך בין גארנישט באזארגט יבא בעל הכרם ויכרות את הקוצים... וואטש ענד סי, אבער די? גלויבער האט מער אטאקירט פערזענדליך ווי דעך מנובל הידוע פונעם מושב באקיינעם? ער האלט אין איין אטאקירען יעדער ציווילער בירגער דא, און דיך באדערט גארנישט ער פארלעצט די תקנות! גלויבער שטערט דיך זייער שטארק??
דער אפיקורס כאפט גארנישט - און די אויך נישט זעט אויס - אז זיין גאנצער עקזיסטענס דא איז פון די סבלנות פון די חרידיזם, זאל ער פרובירן אזוי צו רעדן און זייערע שטיבלעך מ'וואלט שוין לאנג צושפלערענט זיין שמוציגען מח, אבער דא לאט מען איהם סרח'נען ווי א סוער פלענט און מ'איז איהם נישט חוסם...
עכ"פ קיק איבער אלע אשכולות ווי ער גרעפעצט אדער אפילו נאר און דעם אשכול קיק ווער עס פארלעצט די תקנות פאר די נעמסט דיך אויף א אומשולדער מענטש וואס האט געשריבען פשוט צו דער זאך און מילד!

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:15 am

· #361339
moshav zekeinim

באהאלט ווייטער דיין קליינעם חרדישן מוח אין דיין אויסגעגרעפסטן טעלער טשאלענט, יאכנע אויס א האלבער שטאט מיט נאך א טיץ פארביטערטע חרדים.
.

מילא איך שוין, אבער דו, יא דו אפגעריסענער, כ'מיין צו זאגן: אויפגעקלערטער, קענסט מיר זאגן וואס דו טיסט דא? גיי לעק דיך צו די חברה! האלאו, זיי האבן קאנעקשענס, גיי אהין, זיי וועלן קייען דיינע שטרוי ימיט דיר אינאיינעם.
דא, אין קאווע שטיבל, מיט פארביסענע חרידים זיצטו אפ??? כ'מיין, האסט טאקע נישט געטראפן בעסערס וואו צו גיין? און איך דארף דיר גלייבן אז עס קומט פאר יום טוב מיט די אטד, האהאהא... ב"ה ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן מיט מיר.

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:05 am

· #361343
moshav zekeinim
נישטא ווער עס זאל לאכן. די לעצטע פאר וואכן אין ניו יארק אליין זענען צענדליגע חרדים ארויס פונעם סיסטעם. חרדיזם ברעכט לעצטנס אונטער ווי קיינמאל בעפאר. אין די לעצטע יאר אליין האט זיך אטד פארטאפלט. די גרעסטע קעפ ביי חרדים זיכן דעם וועג ארויס פון דעם פלאץ. די געליטענע זיצן מער נישט מיט פארלייגטע הענט אזויווי אמאל. יונגע שנוציקעס געוועזענע חרדים הייבן אן פירן גרויסע ביזנעסער, מאכן קאנעקשנס.

באהאלט ווייטער דיין קליינעם חרדישן מוח אין דיין אויסגעגרעפסטן טעלער טשאלענט, יאכנע אויס א האלבער שטאט מיט נאך א טיץ פארביטערטע חרדים.

האלא, די וועלט ריקט זיך פאראוס, די קעפ שטיק לאזן די דום קעפ פון אינטן איבערקייען די ראפאגאש פון די אונגארישע באבעס און קאשע פון די פוילישע דריבקעס.

איך זע פונקט פארקערט, לעצטענס האבן חרדישע שטערנס באקומען גאנץ פיינע דערגרייכונגען, אין אסאך געביטן, איך רעדט שוין נישט וועגן מנשה לוסטיג'ס נייע פילם, וואס ווערט אומגלויבליך אויסגעלויבט אין די גרעסטע פלעצער אין די וועלט, און אפילו ליפא שמעלצער איז באמת אויך נישט קיין א.ט.ד. נאר פשוט איינער וואס האט זיך אביסל געעפענט די פאסיק, און פונקטליך ווער פון די אטד זענען אזוי סוקסעספול אז עס זאל טרייבן אונזער ציבור אהין איידער צום זעלבסטמארד?

בן אדם » דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:51 am

· #361355
משמועסט עפעס אז ליפא דערנענטערט זיך צוריק צו סקווירא...
בלאט: 1 2 3 4