☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ארי אויסטערליץ טראגעדיע

ארי אויסטערליץ טראגעדיע

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11248
בלאט: 1 2 3 4

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:02 pm

· #361379
ליפא שמעלצער איז מסתמה נישט דער פרייער אטד, אבער ער איז אויסדרוקליך נישט קיין חרדי, ער פירט דאך אן אפענער מלחמה קעגן זיי. איינער וואס אידענטיפיצירט זיך היינט מיט ליפא איז אויף די אנטי חרדי זייט. רוב שטערנס פון וועמען דו רעדסט, זענען אנטי חרדים. למשל יהודה גרובייס כאטש ער גייט א חרדישער לבוש איז ער קעגן די חרדישע שאאטוטן. ד.ה. ער איז א "קולטורעליעזער חרדי", אדער "חרדי מיט א טוויסט".

גאנץ חרדיזם שטייט יעצט פאר א גורל'דיגער ווענדונג פונקט, ליפא שמעלצער און הרב מנדל רוטה ודומיהן האבן אפגעמאכט נישט צו אנטלויפן פונם חרדישן געמיינדע, נאר פשוט לויז צו מאכן די ענגע כללים פון וואס חרדיזם באשטייט. פון צווייטן זייט שטייען ראבינאווישלעך און צימערמאן'ס ודומיהן און פראבירן ענגער צו מאכן. און אינדערמיט שטייען די שיינע אידן און ווארטן צו זעהן ווער עס האט די אויבער האנט, ולאורם ילכו.
עס איז קיין ספק נישט אז חרדיזם האלט פאר א טראנסשיפט ווי קיינמאל בעפאר.

קומזיץ » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:09 pm

· #361381
איך וויל רעאגירן צו מושב'ס תגובות , אזוי ווי די האסט שוין ארויסגעברעגנט אסאך מאל אז די ביסט דא מיט א אגענדע אין א ציל אראפצורייסן חרדיז'ם , איך גיי נישט אריין און די נושא אויב חרדיז'ם איז אינגאנצן א שלעכטע זאך אדער ס'איז א גיטע סאוסייעטי וואס ס'איז דא שלעכטע מענטשן וואס טוען שלעכט'ס מיט א קאווער אפ פון די סיסטעם , אבער אפילו לשיטתך אויב ביסטו ממשיך אזוי וועסט די ביילד קענען רעדן צו דיר אליין!! , פון א פלאטץ וואס יעדע אשכול איז געוועהן נאך א טוץ פון ידועות נאך א מהלך המחשבה איז עס געווארן א פריוואטע געפעכט פון איין ניק מיט די אנדערע ... אין דעיע חלק איז אסאך דיר צו פארדאנקען .
און אויב די מיינסט אז איינער גייט טוישן זיין מהלך המחשבה אויף חרדים צוליב דיינע תגובות , אויב עפעס איז עס נאר אויף להיפך , קיינער קומט נישט דא פארברענגען אויף קאווע שטיבל כדי צו ווערן אטד , עס איז דא אנדערע פלעטצער וואס איז געמאכט פאר דעם יא, ס'איז אמת אז מ'האט ליב צו האקן אויפן סיסטעם און מפראבירט צו פארעכטן בכלל און בפרט די פראבלעמען פון די סיסטעם , אבער פון דעם ביז א אגענדע און זיין פארנומען אגאנצען צייט מיט העסליכע תגובות קעגען חרדים וואס כמעט אלע שרייבערס דא זענען א חלק דערפון ,ברענגט עס נאר ארויף א קאנטער אטאקע אז דעיע מושב קען מען גארנישט גלייבן ער איז משוגע לאותו דבר און אפילו א נארמאלע ארגומענט וועט מען אויף נישט אנעמען ,
איז מושב אלס רעספעקט פאר די חברים דא און פאר אייער טובה וואלט געוועהן א גיטע זאך אז די ביסט נישט מגיב יעדע אשכול פון חרדים מיט העסליכע תגובות
הצלחה רבה

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:25 pm

· #361383
דיין באבן זאלסטו איינרעדן אז איינע פון די חרדישע קנאים'לעך דא וואס רייסן מיר אונטער זענען אינטרעסירט אין אן אינטעליגענט ווארט.

גיי נאר אריין אינעם היסטאריע אפטיילונג, טרעף מיר דארטן איינע פון די ניקס, איסר איטלקי, קורקלענד, נאך א מיינונג, איש את רעהו, ישראל גלויבער, יהודי פשוט.

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:53 pm

· #361406
איך בין גראדע נישט קיין חרדי, אבער איך בין משפחה מיט היבש חרדישע משפחות, און כ'זע נישט וואס דו שפרייטסט אויס א שמעקעדיגע האנטוך אויף גאנץ יהדות החרדית, אויסער אז דו שטונקסט אליינס

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:54 pm

· #361409
בן אדם
משמועסט עפעס אז ליפא דערנענטערט זיך צוריק צו סקווירא...

כ'האב עס אויך געהערט, אבער איך גלייב עס נאכנישט. וואס גראדע האט ער נישט קיין פראבלעם איין שיינעם טאג צוריקצוגיין צו זיי - נישט וואוינען אבער מיטהאלטן.
ער שעמט זיך נישט פון קיינעם היינט.

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 3:13 pm

· #361416
ישראל גלויבער
איך בין גראדע נישט קיין חרדי, אבער איך בין משפחה מיט היבש חרדישע משפחות,


דו ביסט נישט קיין חרדי?

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 31, 2017 4:38 pm

· #361433
moshav zekeinim
ישראל גלויבער
איך בין גראדע נישט קיין חרדי, אבער איך בין משפחה מיט היבש חרדישע משפחות,


דו ביסט נישט קיין חרדי?

איך קום נישט פון קיין היימישע שטוב, אבער איך פאר קיין סקווער אסאך

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:10 pm

· #361436
moshav zekeinim
דיין באבן זאלסטו איינרעדן אז איינע פון די חרדישע קנאים'לעך דא וואס רייסן מיר אונטער זענען אינטרעסירט אין אן אינטעליגענט ווארט.

גיי נאר אריין אינעם היסטאריע אפטיילונג, טרעף מיר דארטן איינע פון די ניקס, איסר איטלקי, קורקלענד, נאך א מיינונג, איש את רעהו, ישראל גלויבער, יהודי פשוט.

כ'האב יעצט פארזוכט דארט אין די היסטאריע אפטיילוג און כ'זעה אז כ'האב שוין געדעקט רוב דערפון.
כ'בין נישט קיין שרייבער לעת עתה פארדעם בינעך נישט אזוי אקטיוו דא אין שטיבל.
איך בין אבער איבערצייגט אז פאר יעדע שרייבער וואס ס'נאר דא אין דער מקום איז דא אסאך מער לייענרס. איך קען פערזענליך אסאך וואס האלטן דא מיט יעדע טריט און שריט אבער זיי שרייבן נישט דא.
כ'זאג דיר קלאר אז איך און מיינע חבירים אפרישיעטן כמעט יעדען דא צו ס'זאל הייסן שמעקעדיג, שבת, ראובן, שש, יואליש, יאיר, וכו' אפי' כ'האלט אנדערש ווי זייער אסאך פון זיי.
ס'נישט דא כמעט קיינער דא וואס באדערט וואס דו האלטסט אדער טוהסט. ס'באדערט אז די פארעקעלסט דעם פלאץ מיט די פאקט אז דו קענסט נישט יענעם סובל זיין ווייל ער האלט אנדערש ווי דיר.
דו האסט נאר אזויפיל אנגעמכט אז פון די אלע וואס זיצן אויף די זייט שטיל און לייענען כסדר האבן געפילט פאר וויכטיג ארויסציקומען פון די קלאזעט דיר צו מעורר זיין אז די האסט א פעילינג סטראטעגיע.

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:14 pm

· #361437
moshav zekeinim
נישטא ווער עס זאל לאכן. די לעצטע פאר וואכן אין ניו יארק אליין זענען צענדליגע חרדים ארויס פונעם סיסטעם. חרדיזם ברעכט לעצטנס אונטער ווי קיינמאל בעפאר. אין די לעצטע יאר אליין האט זיך אטד פארטאפלט.

און חרדים האט זיך געטריפלט און ס'וואקסט אסאך שנעלער ווי די וואוקס ראטע פון די וואס פאלן ארויס.

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:43 pm

· #361444
חרדים האט זיך געטריפלט די לעצטע יאר? ששה בכרס אחד? וואס רעדסטו שוין ווייטער אין די וועלט אריין?!
אויף אטד ווייס איך פאר א פאקט אז עס האט זיך איבער די לעצטע יאר געטאפלט.

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:55 pm

· #361445
קורקלענד
דו האסט נאר אזויפיל אנגעמכט אז פון די אלע וואס זיצן אויף די זייט שטיל און לייענען כסדר האבן געפילט פאר וויכטיג ארויסציקומען פון די קלאזעט דיר צו מעורר זיין אז די האסט א פעילינג סטראטעגיע.

אלע זענען צוזאמען פלוצלינג ארויס געקומען פון קלאזעט פשוט מיר מעורר צו זיין אז איך האב א פעילינג סטראטעגיע. און צופעליג זענען די אלע אזעלעכע וואס האבן קיין ברעקל קריטיקל היסטאריע נאך נישט געשריבן.

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:57 pm

· #361446
אויף זיי קען איך נישט מעיד זיין ווייל איך קען זיי נישט.
אבער אויף מיר קען איך זאגן אז איך שרייב נישט היסטאריע אבער איך לייען גאר אסאך היסטאריע.

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:02 pm

· #361447
ישראל גלויבער
moshav zekeinim
ישראל גלויבער
איך בין גראדע נישט קיין חרדי, אבער איך בין משפחה מיט היבש חרדישע משפחות,


דו ביסט נישט קיין חרדי?

איך קום נישט פון קיין היימישע שטוב, אבער איך פאר קיין סקווער אסאך


ווי קומט צו א נישט היימישער צו קענען שרייבן אין בית רחל אידיש?

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:04 pm

· #361448
קורקלענד
אויף זיי קען איך נישט מעיד זיין ווייל איך קען זיי נישט.
אבער אויף מיר קען איך זאגן אז איך שרייב נישט היסטאריע אבער איך לייען גאר אסאך היסטאריע.


איז שרייב עפעס אין היסטאריע

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:29 pm

· #361451
יבא יומו. לעת עתה איז מען תריד על המחיה ועל הכלכלה.

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:31 pm

· #361453
moshav zekeinim
חרדים האט זיך געטריפלט די לעצטע יאר? ששה בכרס אחד? וואס רעדסטו שוין ווייטער אין די וועלט אריין?!
אויף אטד ווייס איך פאר א פאקט אז עס האט זיך איבער די לעצטע יאר געטאפלט.

כ'גלייב נישט אז די קענסט וואוסן פאר א פאקט. ס'שווער און כמעט אומעגליך צי ציילן.

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:48 pm

· #361459
ס'גארנישט שווער, איך זעה אויף די אטד גרופעס וויפיל עס זענען געווען פאראיאר און וויפיל עס זענען דא יעצט.

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:56 pm

· #361460
moshav zekeinim
ס'גארנישט שווער, איך זעה אויף די אטד גרופעס וויפיל עס זענען געווען פאראיאר און וויפיל עס זענען דא יעצט.

די גרופעס האבן זיך געדאפלט. ס'איז א אינדיקעיטאר אבער ווייט פון א פאקט.

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 7:31 pm

· #361461
קורקלענד
moshav zekeinim
ס'גארנישט שווער, איך זעה אויף די אטד גרופעס וויפיל עס זענען געווען פאראיאר און וויפיל עס זענען דא יעצט.

די גרופעס האבן זיך געדאפלט. ס'איז א אינדיקעיטאר אבער ווייט פון א פאקט.


עד כאן, אז דו קומסט שוין אוועק מאכן אפענע פאקטן האב איך נישט וואס צו רעדן מיט דיר. זיי געזונט.

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 31, 2017 7:41 pm

· #361463
וועלכע אפענע פאקט האב איך געלייקענט?

ישראל גלויבער » דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:26 pm

· #361468
דאס הייסט אז אטד נעמט בקרוב סיטי פילד? וואו מושב זקנים ציט ספיידער געמויזעכצער.. אזעלכע הצלחות ווער דארף נאך א עולם

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 31, 2017 10:34 pm

· #361478
moshav zekeinim
קורקלענד
moshav zekeinim
ס'גארנישט שווער, איך זעה אויף די אטד גרופעס וויפיל עס זענען געווען פאראיאר און וויפיל עס זענען דא יעצט.

די גרופעס האבן זיך געדאפלט. ס'איז א אינדיקעיטאר אבער ווייט פון א פאקט.


עד כאן, אז דו קומסט שוין אוועק מאכן אפענע פאקטן האב איך נישט וואס צו רעדן מיט דיר. זיי געזונט.

מוישעוו (עושה צרכיו): ס'איז אנגעשריבן ביי די אלע גרופעס וואס דו זאגסט, אז זיי זענען או.טי.די....?! ס'איז ביי זיי אנגעשריבן אויפ'ן נאז...?!

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 31, 2017 10:59 pm

· #361485
ישראל גלויבער
דאס הייסט אז אטד נעמט בקרוב סיטי פילד? וואו מושב זקנים ציט ספיידער געמויזעכצער.. אזעלכע הצלחות ווער דארף נאך א עולם

ווייטער ווארפסטו זאמד אין די אויגן? איך קום מיט פאקטן קומסטו מיט הוילע באלונס.
ווייסט וואס, איך האב מיט דיר נישט מער וואס צו רעדן, אז קיין פאקט מיינט ביי דיר גארנישט איז כל טוב.

סמבטיון » דינסטאג יאנואר 31, 2017 11:30 pm

· #361487
מושב, אויב דו סטאפסט נישט צו פארעקלען דעם שטיבל דא, גייט גיין פעטש! געניג איז געניג! לאז אונז דע מצוה אליינס!

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 31, 2017 11:35 pm

· #361488
לאמיר נאכאמאל איבערגיין קלאר.
האסט געזאגט א סטעיטמענט אז אטד האט זיך געדאפלט.
האסט געזאגט אז די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט איז א פאקט.
האט מען געפרעגט פאר א מקור פון וואו דו ווייסט.
האסטו געזאגט אז די באזירסט עס אויף די פאקט אז עפעס א גרופע פון אטד האט זיך געדאפלט אין בלויז א יאר.
האב איך דיר געגעבן צו פארשטיין אז דאס אז די גרופע האט זיך געדאפלט מיינט נישט אז די עצם פאפולעריטעט פון אטד האט זיך געדאפלט.
קומסטו שרייען אז די קענסט מיר נישט ענטפערן ווייל איך לייקען פאקטן.

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 1, 2017 10:30 am

· #361525
ס'נישט ריכטיג וואס דער מושב טוט, אז ער וויל אויפטון פאר יידישקייט - כ'מיין גויאישקייט. און באהאלט זיך אונטערן שלייער און ארבעט בעקיפין.
דו האסט די געלעגענהייט צו איבערדרייען כלל ישראל אויפן גוטע וועג און קומסט נישט ארויס עפענטליך? דו מוזט נעמען די זאך צום נעקסטן שטאפל.

קל וחומר » מיטוואך פעברואר 1, 2017 11:34 am

· #361533
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
ס'גרוילט מיר די פאקט אז מושב לאזט דא זיין צואה און די עולם באשעפטיגט זיך דערמיט.

ביטע פארן טובה פונעם שטיבל לאמיר אים גענצליך איגנארירן ווען ער רעדט פון די סארט נושאים. ס'איז א סגולה בדוק ומנוסה!

איך אויך » מיטוואך פעברואר 1, 2017 12:35 pm

· #361541
פון די אנדערע זייט, אזוי ווי יעדער האט שוין אנגעצייכענט מאכט דער טיפש מופלג די בעסטע סערוויס פאר די או.טי. די'ס וואס עס איז נאר שיך. מען דארף נישט מער ווי געבן א בליק אויף עם פאר א רגע און אלע גאלדענע גליקן תאוות ווערן נעלם לעולם.

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 1, 2017 12:46 pm

· #361544
לדעתי איז ער סתם פארווייטאגט, און אפאר דאלער צו א גוטע דזשאב, אפשר פשוט א גוט ווארט, וועט עהם מאכן זיך איבערבעטן מיטן באשעפער.

מיש-נייעס » מיטוואך פעברואר 1, 2017 3:02 pm

· #361579
ישראל גלויבער
לדעתי איז ער סתם פארווייטאגט, און אפאר דאלער צו א גוטע דזשאב, אפשר פשוט א גוט ווארט, וועט עהם מאכן זיך איבערבעטן מיטן באשעפער.


אפשר טרעפסטו עפעס אין דיין אמעיל וועגען די פרשה, איך מיין אז עס דארף עני מינוט אריינקומען א אימעיל צו דיר וועגען סקווירא, אבער די מלאך וואס שיקטיר עס איז א סקווער געשטימט סאוי ער שרייבט יא ר' אויף סקווירא רבי אדער סקווירא חסידים
ישראל! אנטויש אויז נישט, מיר ווארטן אויפן אימעיל...

ישראל גלויבער » מיטוואך פעברואר 1, 2017 3:06 pm

· #361581
giushv222gmail.com

זכרונו לברכה » זונטאג פעברואר 26, 2017 12:11 pm

· #363890
א בריוו פון אהרן אויסטערליטץ
א גיטן חודש, דא רעדט צו אייך אהרן אויסטערליטץ.

עס האט מיר גענומען אסאך שוועריקייטען אהער צו קומען, אבער ענדליך בין איך דא.
אין מיין היכל האט מיר א פריש געשטארבערנער דערציילט אובער קאווע שטיבעל, אין אז איך ווער דארט צושמירט אויף קליין געלט. האב איך געארבעט אויף א ספעשל ערלויבעניש צו קענען אהער קומען מיט א בקשה און א תחינה מיר צוריה צו לאזן.

איך וועל רעדען אין לשון הקודש:

עֲנָפִים צָלְלוּ בְּאוֺר הַיֶרַח
מִבַּיִת וּמִבַּחוּץ גוּפִי קֶרַח
יָחִיד אֲנִי בְּמַחֲשַׁכֵּי יַעַר
אָחוּז שַׂרְעַפִּים בִּיְגוֹנֵי צַעַר

בְּיָדִי בּוֹעֵר כְּלִי הַזַיִן
וְרֹאשִׁי כִּמְעַט תִבְעַר לָאַיִן
חַיֵי חֶלְדִי הַבּוֹעַרִים מֵאָז
אַחַת וּלְתָּמִיד יִסְתַּיימוּ נוֹעָז

אֶקְרַב יָדִי לְקָדְקֹד גֵוִי
וְיָרֹה יִיָרֶה בֶּן לֵוִי
נָחוּשׁ אֲנִי בְּהַחְלָטָתִי לַעֲשוֹת
וּמָקוֹם לְחֲרָטָה אֵין לְנַסוֹת

גֵיהִנֹם מִתַּחַת פִּיהָ פּוֹעֶרֶת
וּמִדַת הַדִין מִלְמַעֲלָה סוֹעֶרֶת
יָדַעֲתִּי בְּכַף הַקֶלַע אֶנְעַר
וְהִשְׁלַמְתִּי מִכְּבָר גוֹרָלִי הַמַר

עַל מִשְׁפַּחְתִּי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
שְׁסוּעָה וּמְשִׁיסָה הִיא לָרוֹב
עַל יְדִידַי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
בְּהֶלֶם יוּכּוּ וּבְתִמְהוֹן לֵב-טוֹב

בְּסוֹד מְרֵעִים עָלַי יִתְלַחֲשׁוּ
וּמִגְדָלִים פּוֹרְחִים בַּרֶשֶׁת יְנַחֲשׁוּ
יָדוֹנוּ וְיִתְוַכְּחוּ בְּקַוֵי גַעַל
יַד מִי הָיְתָה בְּמַעַל

רוּחִי תִּסְתַּעֵר מִקִבְרִי בַּקִיר
וּמֵאֶבֶן-גוֹלֵל אֲחַקֶה עֵט לָשִׁיר
וְדַם נַפְשִׁי יִהְיֶה לִדְיוֹ
לָשׁוּב אוֹיְבַי דָבָר דַיוֹ

שָׁוְא לָכֶם מְאַחֲרֵי שֶׁבֶת
דוֹפְקֵי כַּפְתּוֹר בִּתְּקוּפַת טֵבֵת
הֲאֵין לָכֶם אֲרִי חַי כָּרָגִיל
חֲמַדְתֶּם כֶּלֶב מֵת לְדַבֵּר רָכִיל

חָנוּנִי חָנוּנִי אַחַי וִיְדִידִי
הֲנִיחוּנִי הֲנִיחוּנִי בַּקֶבֶר לְבַדִי
שָׁם אֶמְצָא נוֹחַ לְיַד הַקִיר
עַד שׁוּבִי אֲלֵיכֶם לְדַבֵּר בַּשִׁיר.

מפוזרי » זונטאג פעברואר 26, 2017 12:33 pm

· #363892
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
איך ווייס נישט ווער איר זענט, אבער די פאעמע איז זיכער עפעס out of this world.

קל וחומר » זונטאג פעברואר 26, 2017 1:09 pm

· #363899
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
אזא שטיקל פאעזיע פאסט פארן רמח"ל זעלבסט.
נאכנישט געזען אזא יצירה זינט די לעצטע יאר-הונדערט!

לפלאות הנחתני
ולהלם שמתני
גדול כשרון לראות
ועמקי רגש לחוות
עוד אבקש טרם גמרי
לבל יעדר אורך מלהאירי
יחוש מר בעטיו לזכנו
ויהיה אור עוטה בעדנו.

moshav zekeinim » זונטאג פעברואר 26, 2017 5:08 pm

· #363935
איך וויל דא קלאר מאכן פאר ווער עס איז צומישט: "ארי אסטערליץ איז נישט אראפ געקומען פון יענער וועלט איבערגעבן די משא נביאה", עס איז ליבערש געשיקט געווארן ממעון קדשו והנשגב של מעריצי הצדיק מקאלאראזש שליט"א, מיט די טרויעריג בארימטער אגענדע צו דערשטיקן דעם "מי ידו במעל".

עס איז זייער א א טאלאנטפולער רעטארישער פיוט, עס וואלט געווען א ניצליכער תוכחה ווען עס וואלט זיך דא געהאנדלט פון פשוט'ע גאסיפ תאוות, דער פאקט ווייסטו אבער טייערער פייטן בעסער פון גוט, "עס איז אן ענין פון גערעכטיגקייט" און דו טוסט מיט פארצייטישע מוסר לשונות דורך פייטונישע טאלאנט מיניפולירן אן ערנסטער ארגומענט עס צו מאכן אויסקוקן ווי א פראסטער יצר הגאסיפ, און כאילו די גאנצע חנינה וואלט געווען אין די אינטערעס פון דעם בעל המעשה.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 5:16 pm

· #363936
זכרונו לברכה: יהא בואך לברכה. אזא פאוערפול מעסעדזש. און אזוי פליסיג. און די גראמען שטימען אויך. דו ביסט כאחד הגדולים דא אין קאווע שטיבל, ווען ס'קומט צו פאעזיע. כ'ווייס אז ס'מיינט אפשר נישט קיין סאך. אבער דאך. דער אייבישטער זאלל העלפן אז דו זאלסט אונז קענען מבשר זיין בשורות טובות און פרייליכע בשורות דורך דיין כח אין פאעטרי...!

moshav zekeinim » זונטאג פעברואר 26, 2017 5:18 pm

· #363938
קען מיר איינער טרענזעלעיטן אין מאמע לשון די צוויי פאלגענדע בתים פון ארי אסטערליץ?

גֵיהִנֹם מִתַּחַת פִּיהָ פּוֹעֶרֶת
וּמִדַת הַדִין מִלְמַעֲלָה סוֹעֶרֶת
יָדַעֲתִּי בְּכַף הַקֶלַע אֶנְעַר
וְהִשְׁלַמְתִּי מִכְּבָר גוֹרָלִי הַמַר

עַל מִשְׁפַּחְתִּי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
שְׁסוּעָה וּמְשִׁיסָה הִיא לָרוֹב
עַל יְדִידַי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
בְּהֶלֶם יוּכּוּ וּבְתִמְהוֹן לֵב-טוֹב

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 5:20 pm

· #363939
מושב זקנים: אבער ווער האט גורם געווען אז די שותי שכר און יושבי קרנות זאללן לאזן זייער גאססיפ אין גאנג. אויב נישט דער העיליגער קאלאראשער צאדיק (מיט'ן ספאדיק)...?!

קורקלענד » זונטאג פעברואר 26, 2017 5:29 pm

· #363940
@זכרונו לברכה. זייער שיין. האסט א שטארקע כח. זאג נאר יעצט אז טראמפ איז פרעזידענט בין איך נייגעריג וואס וועט זיין. וואס זאגט מען אויף יענע וועלט? די מארקעטס גייען גיין העכער אדער ס'גייט קראכן?

מפוזרי » זונטאג פעברואר 26, 2017 6:43 pm

· #363946
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
moshav zekeinim
קען מיר איינער טרענזעלעיטן אין מאמע לשון די צוויי פאלגענדע בתים פון ארי אסטערליץ?

גֵיהִנֹם מִתַּחַת פִּיהָ פּוֹעֶרֶת
וּמִדַת הַדִין מִלְמַעֲלָה סוֹעֶרֶת
יָדַעֲתִּי בְּכַף הַקֶלַע אֶנְעַר
וְהִשְׁלַמְתִּי מִכְּבָר גוֹרָלִי הַמַר

עַל מִשְׁפַּחְתִּי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
שְׁסוּעָה וּמְשִׁיסָה הִיא לָרוֹב
עַל יְדִידַי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
בְּהֶלֶם יוּכּוּ וּבְתִמְהוֹן לֵב-טוֹב

פון אונטן לויערט די גיהנם מיט א ברייט געעפענט מויל
און פון אויבן די מידת הדין בוזשעוועט
איך ווייס אז אין כף הקלע וועל איך טרייסלען
אבער איך האב שוין משלים געווען מיט מיין ביטערע גורל


פון מיין משפחה טו איך יעצט נישט טראכטן
זײ זענען שוין ממילא צעשפליטערט און צעטראטן
אויך פון די גוטע פריינט טו איך נישט מער קלערן
אז ס'וועט זײ שלאגן מיט שאק און פארטעמפטקייט - גוט, מעג עס אויך אזױ ווערן

moshav zekeinim » זונטאג פעברואר 26, 2017 9:42 pm

· #363969
שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.

איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 26, 2017 11:01 pm

· #363976
מושב זקנים: דו האלטסט דאך אז לית דין ולית דיין. איז דאך דיר נישט קיין נפקא מינה וואס ארי אויסטערליץ זאגט. ר'איז געשטארבן. און געענדיגט. נגמר הסיפור. לשיטתך, ביסטו גערעכט. איך.. פארשטיי טאקע נישט פארוואס דו גייסט נישט ארויס און דו הייבסט אן האקן א לעבן. מיט'ן גאנצן לבוש. מיט די ווייסע זאקן. נאכל ונשתה כי למחר נמות. אזוי ווי דער איד דער מצבה קריצער האט געזאגט פאר דעם טישלער, דעם געווארענעם גבאי פונ'ם שטומען מנין, ווען ר'האט זיך געשלעפט מיט די שווערע פעק האלץ אויף זיינע פלייצעס. אזוי ווי ס'שטייט אין חומש...ויולד, וימות...געבוירן. געשטארבן... און פארטיג...נאר אינצווישן איז דא א ביסעלע משקה וואס מ'טרונקט. די אלע איבריגע זאכן זענען נישט אינטרעסאנט...!

אישתישבי » זונטאג פעברואר 26, 2017 11:50 pm

· #363982
moshav zekeinim
שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.

איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.


אז ער האט זיך אליין דן געוועהן צו שטארק.

און ער ווייסט עס, און ער זעהט נישט קיין וועג ארויס.

moshav zekeinim » מאנטאג פעברואר 27, 2017 12:02 am

· #363983
בערל בעל עגלה, וואס קומסטו מיר מוסר'ן וועגן אמונה, אז דו קענסט קוקן אן קיין שום פראבלעם אויף די סעריע היהודים באים וואס אנטהאלט די גרעסטע מאס כפירה וואס שייך, אז אפילו א סך פרייע תלאביבית האבן גע'האלטן אז זיי ציען איבער דעם שטריקל, אז דו קענסט עס קוקן און נאך הנאה האבן דערפון, זיי מוחל שווייג.

moshav zekeinim » מאנטאג פעברואר 27, 2017 12:04 am

· #363984
אישתישבי
moshav zekeinim
שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.

איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.


אז ער האט זיך אליין דן געוועהן צו שטארק.

און ער ווייסט עס, און ער זעהט נישט קיין וועג ארויס.


זיי זיך ביטע אביסל מער מסביר

מפוזרי » מאנטאג פעברואר 27, 2017 8:15 pm

· #364058
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
moshav zekeinim
שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.

איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.


איך האב נאר פארטייטשט ע"פ פשט. אבער מ'קען אוודאי אויסטייטשן א הימלישע טעקסט בדרך פרד"ס.

למעשה זע איך נישט סתם א הויפן פון קינות. ער איז זיך מתמודד מיט פארשידענע טענות פארוואס ער זאל זיך צוריקהאלטן און ער איז עס דוחה.
די ערשטע טענה איז וואו אנטלויפסטו, דו ווייסט וואס ווארט דיך אפ? און די תשובה, אז קיין בעסערע עתיד האט ער מילא נישט.

די אנדערע טענה, וואו קענסטו עס טון צו די משפחה? און די ענטפער, זײ זענען שוין ממילא חרוב.

און צום סוף, פארוואס וויי טון די חברים? והתשובה, שאדרבא זאל עס זײ וויי טון, דאס איז א סיבה אויף יא.

און וואס האט איר דא אלץ געזען? אדרבא, ס'מיר תמיד א פארגעניגן צו דיסקוסירן פאעזיע.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:11 pm

· #364093
moshav zekeinim
בערל בעל עגלה, וואס קומסטו מיר מוסר'ן וועגן אמונה, אז דו קענסט קוקן אן קיין שום פראבלעם אויף די סעריע היהודים באים וואס אנטהאלט די גרעסטע מאס כפירה וואס שייך, אז אפילו א סך פרייע תלאביבית האבן גע'האלטן אז זיי ציען איבער דעם שטריקל, אז דו קענסט עס קוקן און נאך הנאה האבן דערפון, זיי מוחל שווייג.

מושב זקנים: איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס. אבער היהודים באים, איז בכלל נישט קיין כפירה און אפיקורסות. ס'איז סך הכל א ביסל סאטירע און הומאר. זייער גוט געשפיעלט. יא. אפשר ציען זיי אמאל א ביסל איבער דאס שטריקל מיט אהערשטעללן אוויף א הומאריסטישן וועג זאכן וועלכע זענען פארהייליגט ביי אידן. אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז אפיקורסות און כפירה. זיי מאכן פונקט אזוי חוזק פון די פארהייליגטע ציוניסטישע טראדיציעס און פערזענליכקייטן. פון די מייסדי המדינה. איך אפרישיעיט שטארק הומאר.

משא"כ. די מיינונגען וועלכע דו לאזט דא הערן זענען נישט געוואנדן אקעיגן די שטותים און טראדיציעס של הבל פון די היימישע קהילות. נאר זיי רירן אן די יסודי האמונה אין א נעגאטיוון וועג. אט דאס איז וואס גרעניצט זיך מיט כפירה און אפיקורסות. פונקט אזוי ווי א לץ הייסט נישט איינער וועלכער זאגט גלייכווערטלעך און דזשאוקס. נאר איינער וועלכע שפעט אפ פון אלעם וואס איז הייליג. ער גלייבט נישט אין גארנישט. ר'איז א ציניקער. קוק דעם פירש"י אויפ'ן פסוק...אברהם הוליד את יצחק...זאגט רש"י...לפי שהיו ליצני הדור אומרים...מאבימלך נתעברה שרה...מה עשה הקב"ה...?! צר קלסתר פניו של יצחק לזה של אברהם...!

סמבטיון » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:21 pm

· #364094
מושב דו מוזט האבן אסאך גאטס, דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז דער עולם ברעכט שוין פון דיר, און פון דיינע שני וחמישי העסליכע אשכולות, און דאך קומסט אריין יעדן טאג און לאזט הערן פון פריש דיינע דרעקלאזע מיינונגען,

איש את רעהו » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:22 pm

· #364095
moshav zekeinim
בערל בעל עגלה, וואס קומסטו מיר מוסר'ן וועגן אמונה, אז דו קענסט

זיי מוחל שווייג.

וואס שייגעצטע אן א איד וואס וויל בלייבן מיט די אידשע אמונה
סטאפ צו פרעדיגן דיין בא'מושבטע אפיקורסות

moshav zekeinim » מאנטאג פעברואר 27, 2017 11:06 pm

· #364099
בעל עגלה, היהודים באים מאכט טאקע אויכעט חוזק פון די מדינה, אבער מאכן געפערליך חוזק פון די אמונה...

עס שפעט אפ פון מצוות מילה,...

עס שפעט פון משיח מיט זיין חמור,

עס מאכט חוזק פון גאט אליין..
בלאט: 1 2 3 4