☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?

וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10674
בלאט: 1 2

קאמענטירער » זונטאג יולי 3, 2016 1:46 pm

· #339977
וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
כדי די נושא זאל דערהערט ווערן עפן איך די אשכול:
שלום על ישראל

הער איך. סא ס׳איז א שגץ-שטיק ווען ער לייגט זיין קרעדיט אויף עפעס ער נעמט פון ק״ש, אבער ווען ק״ש לייגט ארויף א וואסערמארק אויף בילדער גענומען פון די אינטערנעט, און אפילו פון טעלעגראם, איז ער א קליגע זאך. און די אבריגע מאנארכן זינגן מיט מיט מיטלייד כאילו זיי פארשטייען די עסק ה׳פליגעיריסם.
זאגטס נאר חברה, האט עטץ גענומען די בילדער דא אויפן שטיבל, מיט ענקער קעמרא אדער טעלעפאון? סארא היפאקריטיע!
ווער רעדט נאך ווען קאווע שטיבל לייגט בילדער גענומען פון דזשואיש מידיע, אהן קיין שמץ קרעדיט, ניטאמאל כאפענדיג אז די וואסערמארק איז זייערס...
אנטשולדיגט פאר אלע וואס שפירן אס איך בין צו שארף און פרעזענליך. אבער איך קען נישט פארנעמען די זעלבס-ריכטיגקייט (self-righteous) וואס עסקנ׳ן שרייבענדיג קעגען פליגעיריזם מיטן גע׳גנב׳טע פעדער.

ר' איד איר האט א טעות איך בין נישט קיין קעמפער פאר יוסטיץ און איך קעמפ נישט קעגן פליגעיריזם
און ביזט ווען גערעכט מיט די נושא פון בילדער ווייל ווער עס ווייסט סאיז א נארמאלע זאך אז סדא איין סילד וואס דאס פארט היינט ארום אויף אלע גרופס און די נעקטע טאג א צווייטע און באמת וואלט נישט געדארפט זיין קיין וואטערמארקס אויף בילדער
נאר וואס דען שטערט פאר די שרייבערס דא?כגלייב אז פאר די שרייבערס דא שטערט אז:
קיינער באקומט נישט דא באצאלט געלט צו שרייבען ארטיקלען די איינציגע וועג וואס שרייבערס דא אנליין קענען צוריק באקומען א טובת הנאה איז:
ריספאנד
צו זאל עס זיין א שכח א לייק וכו' אדער א קאמענט הערה קריטיק
און ועל כולם והוא העיקר אז מענטשען וועלן ליינען זייער ארטיקעל וועט זיין קנאת ''סופרים'' תרבה חכמה און סוועט זיך מערן א טרעפיק פון ארטיקלען, אזוי ארום קומט אויס אז איך וועל שרייבן אן ארטיקעל אדער עפענען אן אשכול וועט צוקומען נאך וואס צו ליינען, אזוי ארום קען דער שרייבער וואס האט אריינגעלייגט מח און כח אין זיין ארטיקעל עפעס צוריק באקומען אן טובת הנאה

יעצט גייט דער .......(נישטא קיין טיטעל) בעל הטשענעל געבט א נעם די סמעטענע ארטיקלען און קאפי פעסט עס פארן גאנצען עולם, און ער נעמט אוועק די גאנצע טרעפיק פון דא און אזוי ארום נעמט ער אוועק די טובת הנאה וואס די ארגענעלע שרייבער דארף צו באקומען און וואס פארדין מיר אונז?
און איין ווארט
''ווייניגער ארטיקלען''

דאס איז אונזער פראבלעם אנשטאטס דא זאל ווען די צענטער ווערט עס פארוואסערט, ממילא די זעלבע איז מיט בילדער ניין! קאווע שטיבעל האט נישט ''גענומען'' די בילדער, וואס יא די שרייבערס דא האבען עס ''צאמגענומען'' גייט דער א.ד. זיצט דא שטילערהייט און לאקערט אויף די סמעטענע מכל הבא לידו פארוואס? ווייל די שטיבעל מאכט דיר גרינגער די ארבעט קומט נישט אויף די בילדער קיין שטיבעל וואטערמארק?

גראף » זונטאג יולי 3, 2016 1:53 pm

· #339982
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
איז שוין דא אן אנקענטע וואס האט געוויזען אז דאס איז דער אדער איינער פון די סיבות פארוואס דער שטיבעל פארלירט שרייבערס?

שלום על ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 2:05 pm

· #339986
איך בין נישט זיכער פארוואס דו ווילסט עפענען נאך אן אשכול צו דיסקוסירן די זעלבע נושא (כאטש וואס דארט האט עס נישט בעלאנגט).

עניוועי, איך פארשטיי דיך זייער קלאר אז עס באדערט, אבער דאס איז נישט קיין טענה; נאר די וועג פון לעבן. ק״ש אליינס פעיסט אריין טעגליך ארטיקלען אהן קיין רשות (למשל דא און דא).

איך פארשטיי גראדע נישט די ארגומענט אז די שרייבער מאכן נישט קיין געלד דא. די אלע זייטליך פון ווי ק״ש קאפירט ארטיקלען באקומען יא די שרייבער באצאלט, און זיי וואלטן לכאורה לענ״ד געקענט האבן בעסערע טענות, הלמאי מ׳נעמט זיי צו די פרנסה. צו ס׳איז די שרייבער וואס באקומט דירעקטלי באצאלט לפי די סכום מענטשן וואס ליינען אדער לייקן, שערן, קאמענטירן וכדומה, צו די שרייבער וואס באקומען באצאלט פלאך און די זייטל איז בעה״ב מיט די זעלבע טענות.

קאמענטירער » זונטאג יולי 3, 2016 2:07 pm

· #339987
גראף
איז שוין דא אן אנקענטע וואס האט געוויזען אז דאס איז דער אדער איינער פון די סיבות פארוואס דער שטיבעל פארלירט שרייבערס?

וואס האלטסטו אויב מען שרייבט דא עפעס און סאיז דא א שוואכע ריספאנד וועט עס צוגעבן אפעטיט און חשק צו שרייבען נאך?
אויב דו ביזט אויפגעסיינט אויף א גראופ און דו באקומסט אלע אינטערסאנטע ארטיקלען מיט די בילדער פון די סייט וואלט דיר עס געגעבן חשק צו בלייבען דא?
סמוז נישט זיין אז דאס איז די סיבה אבער סאיז גאנץ מעגליך אז סמאכט אויס איך האלט אז יא
וואס האלטסטו?

שלום על ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 2:10 pm

· #339988
אין רעטראספעקט, וויפיעל לייענערס פון טעלעגראם וואלטן נישט סתם גע׳קליק׳ט דעם לינק צו עפעס אן ארטיקל, אבער נאכן לייענען די גוטע ארטיקל דארט, און ווילענדיג נאך סחורה, וועלן זיי קליק׳ן איך די לינק צום סוף.

גראף » זונטאג יולי 3, 2016 2:13 pm

· #339991
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
יא ס'מאכט אויס אין געפיל פאר א שרייבער אבער וויפיל זענען טאקע אוועק פון ק''ש צוליב דעם? ס'איז דא אסאך סיבות פארוואס איינער שרייבט ווייניגער אדער הערט אויף אינגאנצן. איך ווייס נישט ווי ווייט עס איז צוליב קאפי ענ פעיסט אן קרעדיט . זאלען די שרייבער זיך לאזן הערן. איך בין נישט א שרייבער ממילא פיל איך עס נישט אבער זיכער פארשטיי איך דיר.

גראף » זונטאג יולי 3, 2016 2:17 pm

· #339994
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
שלום על ישראל

אין רעטראספעקט, וויפיעל לייענערס פון טעלעגראם וואלטן נישט סתם גע׳קליק׳ט דעם לינק צו עפעס אן ארטיקל, אבער נאכן לייענען די גוטע ארטיקל דארט, און ווילענדיג נאך סחורה, וועלן זיי קליק׳ן איך די לינק צום סוף.

קען טאקע זיין אז דו ברענגסט מער מעמבערס/ליינערס דא אהער.

קאמענטירער » זונטאג יולי 3, 2016 2:18 pm

· #339995
שלום על ישראל
איך בין נישט זיכער פארוואס דו ווילסט עפענען נאך אן אשכול צו דיסקוסירן די זעלבע נושא (כאטש וואס דארט האט עס נישט בעלאנגט).

עניוועי, איך פארשטיי דיך זייער קלאר אז עס באדערט, אבער דאס איז נישט קיין טענה; נאר די וועג פון לעבן. ק״ש אליינס פעיסט אריין טעגליך ארטיקלען אהן קיין רשות (למשל דא און דא).

איך פארשטיי גראדע נישט די ארגומענט אז די שרייבער מאכן נישט קיין געלד דא. די אלע זייטליך פון ווי ק״ש קאפירט ארטיקלען באקומען יא די שרייבער באצאלט, און זיי וואלטן לכאורה לענ״ד געקענט האבן בעסערע טענות, הלמאי מ׳נעמט זיי צו די פרנסה. צו ס׳איז די שרייבער וואס באקומט דירעקטלי באצאלט לפי די סכום מענטשן וואס ליינען אדער לייקן, שערן, קאמענטירן וכדומה, צו די שרייבער וואס באקומען באצאלט פלאך און די זייטל איז בעה״ב מיט די זעלבע טענות.

יא האסט צוגטראפען דארטען איז די נושא שלא מן הענין
יעצט לגבי דיין תגובה
א.איך ווייס אז דאס איז די וועג פון לעבן און איך ווייס נישט קלאר וואס מקען טון דערוועגן חוץ לייגען
ווארטערמארק'ס
ב. לגבי דאס וואס ק''ש קאפירט איז קודם כל איז עס א קליינע פראצענט פון די תגובת דא ב''ה, און שנית מרעדט נישט פון די סארט ארטיקלען וואס קומען פון צייטינגען וכדו' איך רעד פון די ארטיקלען וואס מהאט ספעציעל געשריבן דא פארן שטיבעל

שלום על ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 3:11 pm

· #340004
[ציטאט אראפגענומען]

Start by living up to your own standard

שלום על ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 3:14 pm

· #340005
קאמענטירער
לגבי דאס וואס ק''ש קאפירט איז קודם כל איז עס א קליינע פראצענט פון די תגובת דא ב''ה, און שנית מרעדט נישט פון די סארט ארטיקלען וואס קומען פון צייטינגען וכדו' איך רעד פון די ארטיקלען וואס מהאט ספעציעל געשריבן דא פארן שטיבעל

די ק״ש ארטיקלען זענען אויך א קליינט פראצענט פון די סחורה אויף די טעלעגראם טשענעל.

די אויפטי אז די שרייבער דא שרייבן ספעציעל פארן שטיבל, איז אומפארשטענדליך. יעדער שרייבער שרייבט ספעציעל פאר די אינסטיטוציע פאר וועם ער שרייבט.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 3, 2016 5:46 pm

· #340029
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: קודם כל בעט איך רשות צו קוואוטן דיין ארטיקל (וואס געשעהט ממילא, ווען דו דרוקסט דעם ..."קוואוט"...באטטאן.).
והשנית: והאטשייניז. איך האב נישט אדורכגעליינט די גאנצע פיינ-פרינט מגילה פון קאווע שטיבל. אבער, לפי ידיעתי (פון אנדערע וועבסייטס) שטייט דארט אז אלע זאכן און ארטיקלען וועלכע ווערן געפאבלישט אויף אט די סייט, ווערן אויטאמאטיש די אינטעלעקטואלע אייגנטום פון די וועבסייט. אנגעבליך, ווייל זיי לאזן דיך עס פאבלישן, אומבאצאלט...!
נ.ב.: איך וואלט אפשר געדארפט אין מיינע יוגנט יארן זיך מער קאנצענטרירן איבער לעגאלע עניינים און וויאזוי אפצוטייטשן די פיינ-פרינט פון לעגאלע פאפירן, ווי איידער זיך פארנעמען מיט פערד-און וואגן...!

כוכב » זונטאג יולי 3, 2016 6:26 pm

· #340034
עס איז פשוט און ברור אז אזעלכע טשענעלס ווי שלום על ישראלס, טוען אונטערגראבן קאווע שטיבל און איך טו זיך מצרף זיין צום איסור און צום מחאה, און מיינע ארטיקלען זאל מען בשום אופן נישט קאפירן, סיידן למשל א פה סח אויסגאבע, וואס קאווע שטיבל ערשיינט גענוג פערמאנאנט און איז געמאכט עס זאל צירקולירן.
#שלוםנעםאראפדיינעלאפעסהעראויףמאכןאלאךאיןדישיףאוןגעענדיגטמיטדיגניבה

קאמענטירער » זונטאג יולי 3, 2016 6:33 pm

· #340035
איך וויל אביסעל מער קלאר מאכען אז:
מעגליך
1. סאיז נישט דא קיין געזעצן וואס זאלן מאכען אזעלעכע שטיק אומלעגאל
2. אפי סאיז אומלעגאל איז דאס א חלק פון לעבן און מקען גארנישט טון דערקעגן
אבער סאיז אויך מעגליך
1. אז סשטערט און טוט וויי פאר די שרייבערס
2. און ססמאכט שוואך די טרעפיק ברענגעדיג דערצו די ארטיקלען זאלן זיין פותח והולך
וואס קען מען טון דערצו?
1. בילדער זאל מען זעהן צו לייגען א וואטערמארק
2. כאטש אויסדרוקען א מחאה'לע פאר וועמען סשטערט

בן אדם » זונטאג יולי 3, 2016 6:36 pm

· #340036

שלום על ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 7:05 pm

· #340037
@אנאנים און @כוכב, דו קענסט אסר'ן וואס איז דיינס, אבער ס'איז ווייט פון פשוט אז די ארטיקלען דא אויפ ק"ש איז דיינס. דו לייגסט עס ארויס פארן פובליק, און דיינע תנאים זענען void.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 3, 2016 8:07 pm

· #340045
# א רואיג ווינקל צו פארברענגען...

דזשאסט א רעמיינדער. גיבטס א שמייכל!!

שטילע אינגערמאן » זונטאג יולי 3, 2016 10:10 pm

· #340049
מיינע ארטיקלעך זענען שוין געווארן געקאפי פעיסט מער ווי איין מאל אין מער ווי צוויי מאל.
סאיז א חוצפה נורא, איך שרייב מיינע סחורה עקסלוסיוו פאר ק״ש.
די תירץ וואס די זאגסט אז איינער שיקט אריין די ארטיקלעך גלייב איך נישט היות ביסט זיעער עקטיוו דא אין די זעהסט פונקטליך ווען מקומט אריין מיט א נייע ארטיקעל.
די איינציגסטע וועג איך קען באשטיין די זאלסט שיקן די סחורה ווייטער איז טאמער די שרייבסט אונטער אז דאס קומט פון קאווע שטיבעל אין @שלום על ישראל
כבין א פאטריאט פארן פלאץ אין כוויל אז דא זאלן ווערן מער טרעפיק.
טאמער וועט דיינע התנהגות אן גיין וועל איך זעהן מזאל שפארן דיין טעלעגראם עקאונט ״אין אויך דיין ניק״.

שלום על ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 11:36 pm

· #340056
שטילע אינגערמאן
מיינע ארטיקלעך זענען שוין געווארן געקאפי פעיסט מער ווי איין מאל אין מער ווי צוויי מאל.
סאיז א חוצפה נורא, איך שרייב מיינע סחורה עקסלוסיוו פאר ק״ש.
די תירץ וואס די זאגסט אז איינער שיקט אריין די ארטיקלעך גלייב איך נישט היות ביסט זיעער עקטיוו דא אין די זעהסט פונקטליך ווען מקומט אריין מיט א נייע ארטיקעל.
די איינציגסטע וועג איך קען באשטיין די זאלסט שיקן די סחורה ווייטער איז טאמער די שרייבסט אונטער אז דאס קומט פון קאווע שטיבעל אין @שלום על ישראל
כבין א פאטריאט פארן פלאץ אין כוויל אז דא זאלן ווערן מער טרעפיק.
טאמער וועט דיינע התנהגות אן גיין וועל איך זעהן מזאל שפארן דיין טעלעגראם עקאונט ״אין אויך דיין ניק״.

דיין סטראשע איז פוסט, און דו קענסט עס נישט אויספירן. איך רוף דא אויס דיין בלאף! דו האסט ניטאמאל די מינדעסטע השגה וואס קאפירייט באדייט, און ביזט נישט דער ערשטער צו ארומווארפן די סטראשע אין די לופט.

סתם פאר נייגעריגקייט, באשטייט טאקע דער שטיבל נאר פון אפאר ווילדע כוליגאנעס וואס האבן נישט קיין בעיסיק חוש פאר קאמיוניקאציע? די טעלעגראם ביזנעס גייט שוין אהן פאר א שיינע צען חדשים, און קיין אין גם אחד דא האט נישט גענומען די מי צו רעדן מיט שיינעם, דא אין שטיבל אדער דארט אויף טעלעגראם. (די איינציגע וואס האבן יא גערעדט צו די אדמין, זענען צופרידענגעשטעלט געווארן ביז נרצה.)

הוגה » זונטאג יולי 3, 2016 11:39 pm

· #340057
די איינציגסטע דא וואס סאונדט ווי א bully איז דו. וויש דיר אפ די נאז, זאג טעיתי, און נעם דיך פאר מהיום והלאה צו טון די ריכטיגע זאך.

שלום על ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 11:50 pm

· #340060
די איינציגסטע סיבה איך ׳סאונד׳ ווי א בולי, אז ווייל ס׳וויל זיך נישט לאזן טרעטן פון אפאר חברה. איך האב איינעם וועם געסטראשעט?

קאפירן ארטיקלען מיט די קרעדיט אדער לינק איז א העכסטס נארמאלע ערשיינונג, איבערהויפט דא אינעם שטיבל. זיי מיר מסביר ביטע פון ווי נעמט זיך די דאפלטע סטאנדארד?

ע״פ בקשות פון איינער פון די חברים דא וואס האט מיך פריוואט געפרעגט וואס הייסט אז איך האב צופרידענגעשטעלט, און נאך וואס כ׳האב אים געענטפערט האט ער געבעטן אז כ׳זאל עס דא ארויסלייגן לתועלת, וועל איך צוליב טוען.

ווי יעדער ווייסט, ווערט דא טעגליך ארויסגעלייגט א וועטער באריכט מיט אסאך ארבייט אריינגעלייגט, און איינע פון די Z9 טשענעלס האבען ציטירט די באריכט פון דא. די וועטער באריכט ניק האט פארלאנגט א קרעדיט (און פונקטליך געזאגט וואס עס דארף דארט שטיין), און עס איז נישט אריבער קיין איין באריכט אהן די ספעציפישע קרעדיט, כאטש וואס דער באריכט ווערט טעגליך איבערגעארבייט מיט אסאך דעטאלן.

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 10:10 am

· #353888
[ציטאט אראפגענומען]

די בילדער וואס דו און איך נעמען פון די אינטערנעט איז נישט דיינס! האק דאס ארויס פון קאפ. ק״ש נעמט פונקט אזוי סחורה פון די געוועב און פון מיר, און לייגט ארויף די ק״ש סימבאל. דאס איז שוין איבערגעקייט געווארן צענדליגע מאל.

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 10:19 am

· #353890
[ציטאט אראפגענומען]

דו האסט עס דיזיין׳ד?

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 10:26 am

· #353894
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
לאמיר ווען זאגען אז ס׳איז אמת, דארף דאס קיינער נישט וויסען, און די קאפי-פעיסט מענטאליטעט איז אהנגענומען איבעראל, אריינגערעכענט דא אין ק״ש.

הוגה » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 10:30 am

· #353896
אן נעמען א צד אין די דעבאטע (איך האב סיבות צו בארעכטיגן ביידע זייטן), וואס גייט דיר אן צו געבן קרעדיט פאר ק"ש און שרייבן "גענומען פון kaveshtiebel.com?" אינאיינוועגס וועסטו דערמיט ברענגן טרעפיק צום סייט וואס דו האסט אזוי ליב. וואס פארלירסטו דערפון? ביטע ערקלער.

.

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 10:30 am

· #353897
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
ווען ק״ש האלט ווען איין די תקנה, וואלט איך מיך ווען געדארפט טענה׳ן צו דאס איז יעדעם מחייב.

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:28 am

· #353913
הוגה
אן נעמען א צד אין די דעבאטע (איך האב סיבות צו בארעכטיגן ביידע זייטן), וואס גייט דיר אן צו געבן קרעדיט פאר ק"ש און שרייבן "גענומען פון kaveshtiebel.com?" אינאיינוועגס וועסטו דערמיט ברענגן טרעפיק צום סייט וואס דו האסט אזוי ליב. וואס פארלירסטו דערפון? ביטע ערקלער. .

עס דארף גיין ביידע וועגען. אויב וועט יעדער דארפן גיבן פאר ק"ש קרעדיט, דארף ק"ש אויך גיבן קרעדיט פאר יעדע שטיקל פון ווי זיי האבן עס גענומען. עס קען נישט זיין קיין דאפעלטע סטאנדארד.

דא האסטו עטליכע פעלער וואס כ'האב געטראפן ווי ק"ש ניצט בילדער פון Z9 אהן קיין קרעדיט:
[list]
[*]1[/*:m]
[*]2[/*:m]
[*]3[/*:m]
[*]4[/*:m]
[*]5[/*:m]
[*]6[/*:m]
[*]7[/*:m]
[*]8[/*:m]
[*]9[/*:m]
[*]10[/*:m]
[*]11[/*:m]
[*]12[/*:m][/list:u]

[ציטאט אראפגענומען]

יעצט קיינער ווייסט נישט וועליכע פון די Z9 בילדער זענען געווען עקסקלוסיוו; אזוי אויך וואלט געווען גלייך ווען דו קענסט פארשטיין אז Z9 אדמין לייט ווייסן אויך נישט וואס איז עקסקלוסיוו צום ק"ש. ווען עס וואלט געווען א סיסטעם ווי מ'קען וויסן "און גלייבן" (ד.ה. נישט אביוזן די סיסטעם) וואס איז באמת ק"ש עקסקלוסיוו, וואלט יעדע שטיקל געהאט קרעדיט פאר ק"ש. וראיה לדבר, ארטיקלען גענומען פאן דא די לעצטע פאר חדשים האבן אלע קרעדיט, די טעגליכע וועטער רעפארט האט קרעדיט, א.א.וו.

[ציטאט אראפגענומען]

Z9 איז יא א מענטש? דו מיינסט אז איין אדער צוויי מענטשן שטעלן ארויף צענדליגע זאכען אויף צענדליגע טשענעלס? עס זענען פארהאן איבער 20 אדמין לייט. אז מ'רעדט שוין יא פון זיי, זיי וויסען עס איז שווער צו קאנטראלירן אזויפיהל חברה, ובפרט ווען א חלק פון זיי זענען גאר יונג און פארשטייען נישט געוויסע מאראלישע באגריפן.

[ציטאט אראפגענומען]

אבי געשאסן. א ריזיגע חלק? ניטאמאל 5%.
[ציטאט אראפגענומען]

זעה וואס איך האב אויבן געשריבן דערוועגן.

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 11:44 am

· #353921
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז ווידער א קלארע דאפעלטע סטאנדארד. רוב חברה אויף די וועב ווייסען נישט וואס די סימבאל מיינט און די קלארקייט פון די ק"ש וואטערמארק איז נישט עפעס וואס איך דארף פארטיידיגען... מענטשליכקייט גייט ביידע וועגן.

[ציטאט אראפגענומען]

האב איך דיר שוין געענטפערט:
שלום על ישראל
קיינער ווייסט נישט וועליכע פון די Z9 בילדער זענען געווען עקסקלוסיוו; אזוי אויך וואלט געווען גלייך ווען דו קענסט פארשטיין אז Z9 אדמין לייט ווייסן אויך נישט וואס איז עקסקלוסיוו צום ק"ש. ווען עס וואלט געווען א סיסטעם ווי מ'קען וויסן "און גלייבן" (ד.ה. נישט אביוזן די סיסטעם) וואס איז באמת ק"ש עקסקלוסיוו, וואלט יעדע שטיקל געהאט קרעדיט פאר ק"ש. וראיה לדבר, ארטיקלען גענומען פאן דא די לעצטע פאר חדשים האבן אלע קרעדיט, די טעגליכע וועטער רעפארט האט קרעדיט, א.א.וו.

[ציטאט אראפגענומען]

איך גיי נישט גיין מיט דיר ארום אין א קרייז נאכאמאל און נאכאמאל. וואס אימער דו ווילס אז Z9 זאל דיר גיבן דארפסטו פארזיכערן אז ק"ש וועט צוריקגיבן. עס דארף גיין ביידע וועגן.

טרויבן88 » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 1:42 pm

· #354109
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
יעדי זאך וואס איך נעם פון Z9 האט מיינעך געהאט א וואטערמארק, און רוב מאל פארלאז איך מיך אג סהאט, איך מיין אז אלע האבן די וואטערמארק, סא מיט א וואטערמארק וואס איז די פראבלעם? וואס פארשטיי איך נישט דא?

שלום על ישראל » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 1:59 pm

· #354114
טרויבן88
יעדי זאך וואס איך נעם פון Z9 האט מיינעך געהאט א וואטערמארק, און רוב מאל פארלאז איך מיך אג סהאט, איך מיין אז אלע האבן די וואטערמארק, סא מיט א וואטערמארק וואס איז די פראבלעם? וואס פארשטיי איך נישט דא?

פונקט ווי די Z9 האט א רעכט צו לייגן א וואסערמארק (און אז זיי לייגן נישט, פארלירן זיי טאקע די מינימאלסטע קרעדיט), און דאן קען יעדער עס לייגן דא אין שטיבל אהן קיין באזונדערע קרעדיט, אזוי אויך האט ק"ש א רעכט צו לייגן א וואסערמארקע, און דאן קען Z9 עס שטעלן אויף זייער טשענעל אהן קיין באזונדערע קרעדיט. (איך רעד נישט דא פון קיין ארטיקלען וואס פארלאנגט יא א קרעדיט זינט א וואסערמארקע איז נישט שייך.)

וואס פארשטיי איך נישט דא?

טרויבן88 » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 2:06 pm

· #354119

סא צי מיר איז דאס קלאר! סא וואס רעגט מען זיך דא?

שלום על ישראל » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 2:14 pm

· #354122
טרויבן88
שלום על ישראל
פונקט ווי די Z9 האט א רעכט צו לייגן א וואסערמארק (און אז זיי לייגן נישט, פארלירן זיי טאקע די מינימאלסטע קרעדיט), און דאן קען יעדער עס לייגן דא אין שטיבל אהן קיין באזונדערע קרעדיט, אזוי אויך האט ק"ש א רעכט צו לייגן א וואסערמארקע, און דאן קען Z9 עס שטעלן אויף זייער טשענעל אהן קיין באזונדערע קרעדיט. (איך רעד נישט דא פון קיין ארטיקלען וואס פארלאנגט יא א קרעדיט זינט א וואסערמארקע איז נישט שייך.)

וואס פארשטיי איך נישט דא?

סא צי מיר איז דאס קלאר! סא וואס רעגט מען זיך דא?

פאר געוויסע איז עס געוויס נישט קלאר.

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 2:07 pm

· #356252
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס דאפסטו יעדעס מאל אנהייבן מיט דיינע ווילדע שטיק?! דו האסט טאקע נישט קיין מינוט אין לעבן ווען דיין כעס און שנאה איז אביסל באלאנסירט? האסטו מיר איינמאל פראבירט צו פרעגן אין אישי? האסטו אמאל זיך פראבירט צו דורכקומען מיט שיינעם?

#בלינדע_שנאה

למען האמת, האב איך באוויזן צו איבערצייגן קרוב צו 20 אדמינען פון די Jewish Media טשענעל נישט צו נעמען דיינע ארטיקלען בכלל, און יענעמ'ס נאר מיט קרעדיט. דאס איז א פאליסי וואס ווערט נישט פראקטיצירט ביי קיין שום אנדערע טשענעל אויף טעלעגראם, אבער דו און דיינע חברים סיקריקים האבן עס קיינמאל נישט אנערקענט, און אוודאי נישט קאמפלימענטירט.

יעצט די א.ד. ארטיקל איז ארומגעפארן נעכטן נאכט אָלל אָווער. דער אדמין וואס האט דאס ארויפגעשטעלט האט - ווי מיר טוען יעדעס מאל - פראבירט צו געוואר ווערן פון ווי עס קומט. ער האט גע'גוג'ט און באקומען גארנישט. ווי דו קענסט זיך מסתם נישט פארשטעלן, זענען פארהאן 100'טער ארטיקלען וואס דרייען זיך ארום די וועב און סאשעל מידיע און קומט נישט פון דיר און דיינע באָדיס. האט יענער עס געשטעלט און אהן קיין קרעדיט.

(יעצט קומט דיינס שוין ארויף אויף גוגל, צוזאם מיט די אייוועלט קאפי.)

די ארטיקל אויף טעלעגראם, געשטעלט פאר די Z9:
JTC.png
(זעה אויבן ווי די ארטיקל איז אויף טעלעגראם נאך פאר Z9; די Z9 ארטיקל איז געשטעלט געווארן ערשט 10:20).

ב.ד.וו., אני לכשעצמי, האב ערשט יעצט געזעהן די ארטיקל דאס ערשטע מאל, ווי נאר כ'האב באקומען א מעסעדזש אז כ'בין גע'טעג'ד געווארן:
Stalin.png

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 2:11 pm

· #356253
אפילו יעצט האט גוגל דיין ארטיקן ערשט נאך אייוועלט.
מסטאלין.png

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 2:27 pm

· #356254
שלום על ישראל

פארוואס דאפסטו יעדעס מאל אנהייבן מיט דיינע ווילדע שטיק?! דו האסט טאקע נישט קיין מינוט אין לעבן ווען דיין כעס און שנאה איז אביסל באלאנסירט? האסטו מיר איינמאל פראבירט צו פרעגן אין אישי? האסטו אמאל זיך פראבירט צו דורכקומען מיט שיינעם?

#בלינדע_שנאה

סתם פאר די רעקארד, האסטו איינמאל פראבירט אים צו פרעגן אין אישי צו די קענסט ארויפשטעלן זיין'ס אן ארטיקל איידערן עס ארויפלייגן דוירט?

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 2:43 pm

· #356256
לית דין בר נש
שלום על ישראל

פארוואס דאפסטו יעדעס מאל אנהייבן מיט דיינע ווילדע שטיק?! דו האסט טאקע נישט קיין מינוט אין לעבן ווען דיין כעס און שנאה איז אביסל באלאנסירט? האסטו מיר איינמאל פראבירט צו פרעגן אין אישי? האסטו אמאל זיך פראבירט צו דורכקומען מיט שיינעם?

#בלינדע_שנאה

סתם פאר די רעקארד, האסטו איינמאל פראבירט אים צו פרעגן אין אישי צו די קענסט ארויפשטעלן זיין'ס אן ארטיקל איידערן עס ארויפלייגן דוירט?

וואס הייסט פרעגן? איך זאג דאך אז מ'לייגט בכלל נישט זיינע ארטיקלען. פיריעד.

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 4:14 pm

· #356262
אנטשולדיגט רבי שלום דא רעדט מען נישט פון היינט דער אשכול איז שוין א תקופה אלט די פלעגסט לייגן זיינע זאכן, ער האט דיר פארגעהאלטן דערויף און עס איז געגאנגען אהין און צוריק.
יעצט שרייבסטו אז די האסט גיבעטן דוירט אז מען זאל מער נישט לייגן זיינע סחורה, זייער שיין פון דיר.
יעצט האסטו טענות אויף אים אויב ער האט פראבירט זיך אויסצוקומען מיט דיר אין אישי
פרעג איך דיר, ווען די פלעגסט יא לייגן זיינע זאכן (די גידענקסט האסט אמאל יא געלייגט?) האסטו פראבירט אים פרעגן אין אישי רשות?

אויב פארשטייט איר נישט מיין שאלה וועל איך בלי"נ שרייבן א פי' תוס' אויך.

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 4:24 pm

· #356265
לית דין בר נש
אנטשולדיגט רבי שלום דא רעדט מען נישט פון היינט דער אשכול איז שוין א תקופה אלט די פלעגסט לייגן זיינע זאכן, ער האט דיר פארגעהאלטן דערויף און עס איז געגאנגען אהין און צוריק.
יעצט שרייבסטו אז די האסט גיבעטן דוירט אז מען זאל מער נישט לייגן זיינע סחורה, זייער שיין פון דיר.
יעצט האסטו טענות אויף אים אויב ער האט פראבירט זיך אויסצוקומען מיט דיר אין אישי
פרעג איך דיר, ווען די פלעגסט יא לייגן זיינע זאכן (די גידענקסט האסט אמאל יא געלייגט?) האסטו פראבירט אים פרעגן אין אישי רשות?

אויב פארשטייט איר נישט מיין שאלה וועל איך בלי"נ שרייבן א פי' תוס' אויך.

דיין צינישקייט איז אן עקל, און קומט נישט קיין ענטפער.

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 5:03 pm

· #356275

דאס איז דאך די בעסטע ענטפער 😂

שמעלקא'לע » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 5:55 pm

· #356278
וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
דא גייט פעטש...
דאס איז וואס עס שטערט פאר אונז שרייבער'ס...
פארוואס קען מען נישט פארברענגען אין א ברודערליכן אטמאספערע?
איך גיי שוין זיין וואויל.
און דו?

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 6:04 pm

· #356280
[ציטאט אראפגענומען]

ר' @אנאנים, שכוח פאר די ציוויליזירטע שפראך, א אטעם פון פרישע לופט.

'מיר' האבן אויפגעהערט צו פעיסט'ן דיינע ארטי'לען, ווייל דו האסט אזוי פארלאנגט. 'מיר' באיקאטירן נישט דיינע ארטיקלען, נאר מיר שטעלן נישט קיינע לינקס צו אינדרויסענדיגע ארטיקלען בכלליות. איך דריי מיך נישט צופיהל אויף ק"ש די לעצטע פאר וואכן ווייל כ'בין ב"ה פארנומען, אבער למען האמת האט עס נישט קיין סאך מיט מיר, ווייל נישט איך בין דער וואס נעמט עס.

קוקענדיג יעצט אזוי, האסטו פלענטי פיינע סחורה, און איך וואלט גערן איבערגעגיבן פאר די Z9 חברה אז מ'זאל לייגן דיינע סחורה, ווי נאר דו גיבסט רשות, פארשטייט זיך.

ווידער, איבער דיין באשולדיגונג אז איך האב יא עס געזעהן דא פארן לייגן, האב איך דיר שוין אויבן געלייגט א סקרינשאט ווי עס ווייזט אז כ'האב עס נישט געלייענט דא (זעה די רויטע קעסטעל). בכלל מעגסטו ווען אליינס זיך ווינדערן פארוואס קיין איין פון דיינע ארטיקלען איז נישט געלייגט געווארן פאר חדשים, און יעצט עפעס פונקט מיט דאס האט מען זיך אנגעפיפן. איז נישט געווען עפעס בעסערס ווי איינער וואלט געהאט די תאווה פאר היינט?

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 6:22 pm

· #356282
[ציטאט אראפגענומען]

איי עם סארי, אבער דו מישט אויף דזשואיש מידיע מיט דזשואיש נויז.

שלום על ישראל » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 6:35 pm

· #356287
דו ביסט וואויל גערעכט. אלע זענען זיי טעותים. זיי טוען עס נישט נארמאל.

שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 11:41 am

· #356335
שמעלקא'לע
דא גייט פעטש...
דאס איז וואס עס שטערט פאר אונז שרייבער'ס...
פארוואס קען מען נישט פארברענגען אין א ברודערליכן אטמאספערע?
איך גיי שוין זיין וואויל.
און דו?

פון דעם רעדט איך טאקע

שלום על ישראל » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:09 am

· #359859
[ציטאט אראפגענומען]

@אנאנים פון נעמט זיך די גרויליגע שפראך? ווי איז דיין א.ג. ציוויליזירטע פערזאָנע?

שלום על ישראל » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:21 am

· #359863
דו האסט בכלל נישט קיין רעכט פאר קיין רוגזא. זילטש!

דו האסט געשריבן אן ארטיקל און אונזערס אן אדמין האט עס ארויפגעלייגט מיט קרעדיט פאר דיין נאמען.

ווילסט עס אנדערש?

ווילסט א לינק אויך?

ס'שטערט דיר עפעס?

רעד ווי א נארמאלע מענטש!

עס האט א שיעור וויפיהל מיליטאנטישע פירקלעריי איך קען פראבירן צו פארענטפערן פאר מיינע אדמינען פאר זיי וועלען עס אינגאנצן איגנארירן און קאפירן אהן קיין זארג. איך בין נישט ריספאנסעבל פאר יעדע עוולה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:25 am

· #359865
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
The nuremberg defence

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כוכב » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:50 am

· #359869
איך בין שוין סיק ענד טייער פון שלום על ישראל'ס העסליכע אטאקעס און גניבה'רייען און יעדעס מאל איינער האלט אים פאר שפילט ער דעם קאזאק הנגזל און בלעים דע וויקטים, פארוואס עפעס מ'קישט אים נישט די פאלעס און מ'האט די חוצפא צו רעדן צו אים נייס.
אדער איז ער אן אוממאראלישער מענטש און א גנב, אדער ליידט ער פשוט א פערסאנעליטי דעסארדער וואס ווייסט נישט דער חילוק צווישן גוטס און שלעכטס, קומטס זיך נישט אויס מיט מענטשן. אז יעדער איז אים אלעמאל שולדיג און ער איז אלעמאל גערעכט. וואלט עס געווען בידי וואלט איך געהאלטן אז מ'זאל אים אויסשפארן, זאל ער ווייטער גנב'ענען אבער עט ליעסט נישט קענען שיקאנירן און אטאקירן אונזערע חברים און נאך וויינען קראקאדייל טרערן אלס דער בא'עוול'טער.
אגב געפעלט מיר די זיסע שפראך פון די אדמינס און די יוצר משרתיו וואס פאלן צום באפעל פאר דעם מעכטיגן עקזעקוטיוו פון די ריזיגע זשואיש מידיע פירמע.
גראו אפ.

כוכב » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:52 am

· #359871
שלום על ישראל
ד איך בין נישט ריספאנסעבל פאר יעדע עוולה.

פרייע לעסאן: א געזונטער מענטש ענטפערט ווי פאלגנד.:אנטשולדיגט, טאקע נישט גערעכט, איך האב עס פערזענליך נישט געטון און איך וואלט עס נישט געטון, לאמיך א קוק טון ווער פון די אדמינ'ס האבן עס ארויפגעלייגט און צולייגן קרעדיט און א לינק פאר קאווע שטיבל. נאכאמאל אנטשולדיגט.

שלום על ישראל » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:53 am

· #359872
דארפסט נישט אויסשפארן, איי עם אוט אוף העיר. יעצט גייטץ פייטן סיטי האל.

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:47 am

· #359879
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
שפאר צו די טיר אונטער דיך די קעלט זאל נישט אריינגעקומען.
בלאט: 1 2