☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #10758

אשכול אן א טיטל #10758

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10758

— » מאנטאג יולי 25, 2016 3:07 pm

· #343451

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 25, 2016 3:28 pm

· #343457
הערליך שיין. לאמיתה של תורה.

אפשר וועגען דעם איז פארשוואונדען געווארען דער תחש און חרבה המשכן. צוליעב די מאדערנקייט!

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

געוואלדיג » מאנטאג יולי 25, 2016 3:30 pm

· #343458
איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן, איז געקומען ר' שש און מיר מאיר עינים געווען, עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס איך האב אריינגעלאזט אינדערהיים די ג'אסר'טע בענדענע, און עס איז ליידער מקוים געווארן ביי מיר, היום אומר לו עשה כך וכו',

#ממני_ילמדו_וכן_לא _יעשו

גאנצל » מאנטאג יולי 25, 2016 3:37 pm

· #343461
גוט געזאגט אבער פאסט נישט פאר @שש די גאנצע זאך אז מ'שטייט ווי פארציקענדע טיגער און מ'זוכט זיך ווי אנצולייגן אויפ'ן עולם איז א בעבישע געדאנק וואס פאסט נישט פאר אזא עהרנפולע פערזאן ווי דו

געוואלדיג » מאנטאג יולי 25, 2016 3:38 pm

· #343462
#פארטייאלערט

וואלווי » מאנטאג יולי 25, 2016 3:45 pm

· #343465
@אנאנים מיט די קאלירן פארשטייט צו די תחש קאלירן. זיין אומנות.

איך ווייס נישט פארוואס פארוואס די רבנים איז נישט איינגעפאלען צו מאכען א גאנצע פארקערטע עסק פון דעם וואס יעקב איז נענש געווארן ווען ער האט יא באהאלטן דינה פון עשו. ווען זי וואלט ארויס צו עשו מיט א תחש'דיגע סנוד וואלט עשיו חוזר בתשובה געווען.

אפשר קען שש דאס מגיד'יש אראפלייגען ווי אזוי עס וואלט געארבעט...

בן אדם » מאנטאג יולי 25, 2016 4:03 pm

· #343469
בעלי תשובות אין אונזער קאמיונוטי?? ח"ו-היל"ת!!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2016 4:05 pm

· #343470
אנאנים:יישר כח גדול פאר'ן מסביר זיין די פארצווייגטע סוגיא מיט אלע מפרשים. דבר דבור על אופניו. און נאכדערצו פאסט עס אריין אין פסוק ממש געגאסן.
דו (און אלע אנדערע אויפגעקלערטע, משנאי ה' און ציונים) דארפסט/ן אבער פארשטיין אז אונז האבן ב"ה א שטארקן ועד משמרת הצניעות מיט אפגעהיטענע יונגעלייט וועלכע קוקן נאך א יעדע פרוי אין אונזער קריה הנאמנה קר"י אויב זי פיהרט זיך בצניעות ע"פי דרך הקדוש והטהור המסלולה לנו ע"י רבותינו הקדושים והטהורים, זצוקללה"ה...!אונזערע יונגעלייט קוקן נאך א יעדע אשה אויב זי שערט זיך אפ אינגאנצן מיט א 000. און האט נישט ח"ו קיין ביי האר. און אויב די סקוירט איז גענוג לאנג און די שטרימפ האבן א סיעם. (ס'מעג זיין דין און דורכזיכטיג. אבער ס'מוז האבן א סיעם.) און אונזערע אפגעהיטענע יונגעלייט מיט די הייליגע אויגן האבן לעצטנס באמערקט אז ס'איז ליידער געווארן א גרויסע און שרעקליכע פירצה בחומת הצניעות, ווען מערערע פרויען האבן אנגעטון דעם סנוד/בערעט, וועלכער רופט זיך שינעללל. (אויך א גרייז. אבער אונז לערנען דאך נישט ענגליש אדער פראנצויזיש, כידוע.).און אויב די פירצה וועט ווייטער אנהאלטן, וועללן מיר מוזן ארויסקומען מיט מער שרייענדיגע קול קורא'ס און אפשר אויך גוזר תענית זיין און מאכן א יום תפילה.
(און אפשר אויסזעצן די פענצטערס ביי דעם שייגעץ וועלכער האט די חוצפה צו אימפארטירן דעם בגד טמא, מכשיל צו זיין די בנות ישראל הכשרות...!)

Chenille......ליינט זיך שעניל נישט שינעל...!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2016 4:10 pm

· #343471
בן אדם
בעלי תשובות אין אונזער קאמיונוטי?? ח"ו-היל"ת!!

ס'דא. אבער נישט דורך די קאלירפולע סנוד'ס... 😂

בן אדם » מאנטאג יולי 25, 2016 4:16 pm

· #343472
ר' בערל, כ'האב גערעדט לגבי וואלווי'ס טענה

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2016 4:54 pm

· #343482
בן אדם
ר' בערל, כ'האב גערעדט לגבי וואלווי'ס טענה

בן אדם: הבנתי...! און איך האב געוואלט אומדירעקט אריינפליקן פאר די חשוב'ע אידן וועלכע גייען מיט'ן קאפ אין וואנט. אין קיין שום פאל וואס איך געדענק האביך נאכנישט געזעהן אז זיי זאללן גיין מיט'ן שכל הישר...!

שמעון וואלף » מאנטאג יולי 25, 2016 7:42 pm

· #343498
טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא


פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר
📎 Cn-q8YpXgAA38Ca.jpg

נעגעל וואסער » מאנטאג יולי 25, 2016 8:08 pm

· #343504
@אנאנים געוואלדיגע שטיקעל תורה! דפח"ח וש"ק.
קום אריין מער אפט מיט דיינע בליציגע רעיונות, ווארט נישט אויף די נעקסטע סומאטוכע כדאי צו מהנה זיין דעם עולם מיט דיינע חידושים...

____

איך וואונדער מיר פארוואס פונקט דער ר' אהרן ווייסט אייביג פונקטליך וואס טוהט זיך אין עזרת נשים? איז שחיטה מונחת שוין דורכגעפאלן אז ער וויל זיך נעמען מאכן שחיטה מונחת אויף די מענטשליכע בהמות..

____

איינער ווייסט צו סאטמאר/פאפא האט ג'אסרט די בענדענעס בשעתו? ס'האט די זעלבע חשש פון מאדעס און פון היה לא תיהי'?

נעגעל וואסער » מאנטאג יולי 25, 2016 8:20 pm

· #343506
דער אמת איז אז אונז ווייסען נישט ווי שוואך די דור איז, איין בלאז און די גאנצע עולם גולם מאכט עס נאך, עס לויפט סאך שנעלער ווי מ'מיינט.
מיר פערזענליך גרוילט מיר שוין צו זעהן די אלע קול קורא'ס, און דערפאר קוק איך נישט אויף זיי, אבער ס'איז אפשר יא כדאי, אזוי וועלן כאטש בלייבן אפאר ווייבלעך וואס פאלגן די אלע תקנות חדשים לבקרים, כדאי צו האלטן די בעלענס, יידישקייט קונמט צו זיין קאלירפול.. אויב יעדע גייט מיט דעם איז דאך נישט אינטערסאנט..

__

כ'האב נעכטען געוויזן די קול קורא פאר מיין ווייב, נאכן זיך רעגן און זיך צושמייכלן, דערציילט זי מיר אז זי האט פונקט געזעהן א היימישע ווייבל, וואס גייט אזא סנוד, און יא! זי האט זיך נישט אפ'געגאלט.
זי האט פארשטייט זיך זיכער געמאכט אז ס'זאל ארויסשטעקן אזוי זאל יעדער זעהן איז זי איז טאקע אויפגעקלערט.. דאס וואלט לכאורה קיינמאל פאסירט אויב אלע וואלטן געגאנגן מיט די הייליגע טורבאנס.
אז יש דברים בגו. כמה גדולים דברי חכמים.

פרייוויליג » מאנטאג יולי 25, 2016 8:41 pm

· #343507
ווען איך האב געזען די צעטל - קול תורא - האב מיך א שווינדל אנגעכאפט די געדערעם. מיין מוח האט זיך גענומען ווארפן מיט פייפענדע קאלירן, אפשר איז דאס די אלע סנוד קאלירן וואס איך האב צוזאמגעזען ל״ע? מיין מוח האט גע-yield צו א געדעכטע שליימיגע בארג פון קורצגעוויקסענע מענטשן, וואס שלייערן זיך אן אין די קלייד פון מסורת משה, און פארקויפן מיסיאנערישע שלעכט אנגעגעסענע פרימע שטיק, אין פארעם פון קול קורא׳ס. דער שרעק דערפון איז, אז די אלע קול קורא׳ס אימברעסט קיצוניות אויף א שטערבליכן אופן. און עס שוואכט אפ אדער הרג׳ט אינגאנצן די וועליו פון אן איסור/היתר.

ביבער » מאנטאג יולי 25, 2016 10:15 pm

· #343521
שמעון וואלף
טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא


פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר


עפעס מאכט מיר טראכטן אז די סנוד סומאטאכע איז נאך אן עקספערימענט פון אונזער @אנאנים.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 25, 2016 10:23 pm

· #343523
[ציטאט אראפגענומען]

האסט בכוונה אויסגעלאזט 'אנאנים'?

אולי קען זיין, דאס איז געווען די שמחה פונעם תחש, אז ער האט געזען מען וועט אים לייגן לעבן די אנדערע יריעות, אינאיינעם מיט אנאנים, עלה שמחה בלבו, טוב לשש וטוב לשכנו!

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 25, 2016 11:07 pm

· #343528
רבינו שליט"א פון מילקשעיק האט שטארק געקאכט די וואך ביים תורה איבער דעם פירצה, און האט מיט גרויס התלהבות דאשה געזאגט: ענדערשט הונדערט ביי האר ווי איין סענוד.

נאך הבדלה האט הרה"צ בנו יקירו שליט"א צוגעלייגט זיין נופך, אז סענוד איז ראשי תיבות: ס'איז נ'ישט ע'רליך, ו'ד'ל

זבולון » מאנטאג יולי 25, 2016 11:38 pm

· #343531
געוואלדיג
איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.

וואלווי » דינסטאג יולי 26, 2016 12:05 am

· #343532
זבולון
געוואלדיג
איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.


קראקס איז אויך גוט נאר מ'דארף אבער זיין אויף אלערט ווייטער וועגען די תחש'דיגע קאלירן ספעציעל די flourescent colors וואס איז נאך ערגער ווי די סתם שרייעדיגע.

אריינשטעקען jibbitz אין די קראקס איז סתם אזוי אסור מחמת צוואת ר"י החסיד אלס פארשטאפען לעכער...

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 26, 2016 12:42 am

· #343534
זבולון
געוואלדיג
איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.

זבולון: דו האסט ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מיין קיבאורד'ס מויל. ברוך שכיוונתי לדעתך הקדושה... 😂

קנאק-יענקל » דינסטאג יולי 26, 2016 5:15 pm

· #343617
שמעון וואלף
טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא

פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר



דער חידוש איז, אז בלויז א וואך שפעטער נאך וואס קהל מהר"א קרית יואל האט ארויסגעגעבן דעם איסור אויף די סנוד
איז דער זעלבער איסור, און טאקע מיט די סאמע זעלבע לשונות, ארויסגעקומען פון קהל מהרז"ל קרית יואל,

ס'איז געווען געדריקט אין קרית יואל וואכנשריפט פאריגע וואך, ווער ס'האט אין באזיץ קען עס דא צולייגן.

#איך בין אויך פרום/פרומער...

בן אדם » דינסטאג יולי 26, 2016 11:08 pm

· #343659
ברענג שוין אראפ די מא"ד פאר דער געלט (אזוי ווי מח' רש"י - ר"ת, רש"י איז דער ליטוואק און ר"ת איז די חסיד. עי' ערך ר"ת'ס זמן, ר"ת תפילין ור"ת גאטשעס...)

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 27, 2016 12:27 am

· #343668
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: איך האב א פארקערטע ראיה. אז אין די ימי המשנה והגמרא איז נישט געווען די משוגעת פון אכשר דרא.
די משנה אין פ' במה אשה יוצאת זאגט (לפי זיכרוני)..."הערביות יוצאות רעולות"...זאגט רש"י אז דאס מיינט מען די אידישע פרויען וועלכע וואוינען אין די אראבישע מדינות מעגן אום שבת ארויסגיין מיט די אלע פארוויקלטע פארדרייטע שאללן וואס די אראבערס (מלפני ימי הנביא מוהאממעד) פלעגן ארויסצוגיין אויפ'ן גאס. איז דאך משמע פון דעם אז די אידישע פרויען זענען געגאנגען אנגעטון נארמאל, צניעות'דיג...אפילו מיט שייטלעך...!
לפענ"ד. איז די גאנצע אכשר דרא קרענק אויפגעקומען דאהי אין אמעריקע וואו דער פעטער האט געטיילט וועלפעיר טשעקס ביד רחבה. און נאכדעם וואס דער טשעק איז שוין ב"ה אנגעקומען אויף ביידע נעמען. און ס'איז נאך פארבליבן א סאך צייט אין טאג, האט מען אנגעהויבן טראכטן וויאזוי מ'קען צוהעלפן פאר'ן באשעפער פיהרן די וועלט. איז נולד געווארן די אכשר דרא קרענק... 😂

יהושע חיים » מיטוואך יולי 27, 2016 2:21 pm

· #343725

ביליג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:43 pm

· #344517
דערציילט מיר א חבר א באס דרייווער (נישט ר' בערל שיחיו) ; אז נאך די נייע קול קורא זעהט ער אסאך מער סנודס אויף די היימישע מאמעס.
אפשר א קא-אינצודענס אבער די בריוו פאר די מאמעס ביים ברענגען די קינדער צום באס, איז ארויסגעקומען די זעלבע וואך !?
אולי שניהם לדבר אחד נתכוונו

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 7:38 pm

· #344707
ביליג
דערציילט מיר א חבר א באס דרייווער (נישט ר' בערל שיחיו) ; אז נאך די נייע קול קורא זעהט ער אסאך מער סנודס אויף די היימישע מאמעס.
אפשר א קא-אינצודענס אבער די בריוו פאר די מאמעס ביים ברענגען די קינדער צום באס, איז ארויסגעקומען די זעלבע וואך !?
אולי שניהם לדבר אחד נתכוונו

ביליג: ס'זעהט אויס אז די ..."פרומע"...באס דרייווערס און די באס רעבעס (וואס איך בין ב"ה נישט איינער פון זיי) וועללן מוזן ארויסקומען מיט אן אפדעיטעד ליסט פון זאכן וואס די מאמעס טוען און ס'שטערט זיי פון האבן מחשבות והירהורים רעים, רח"ל.
אויב איך וואלט ח"ו געווען איינער פון זיי וואלט איך אויכעט צוגעלייגט צו די רשימה אז די מאמעס גייען מיט ווייסע טורבאנ'ס (בבחינת שלאף קאפל) און בלויע פאנדזשולאס (אן אונגערישע ווארט). און מ'קען ח"ו האבן הירהורים פון ציונות,רח"ל מהאי דעתא. פרעגטס נאר אן ביי הרב ישראל מ. סופר. ער האטציך געדרייט ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע (ווען ר'איז נאך געווען אין די פעמפערס) און ר'האט געהערט ווי רביה"ק זי"ע האטציך אייביג מתמרמר געווען איבער דעם ענין... 😂 🙄

ארי נוהם » דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:19 pm

· #380524
כמה גדול פירצת השעניל ברעי סנוד, אזש ס'האט צוטרעטן דעם כל כבודה בת מלך פנימה, ס'האט גורם געווען אז פרעמדע מענער זאלן אנכאפן א היימישע פרוי, און האט אפילו צוגעברענגט אז איר בילד זאל זיין פארשמירט בראש חוצות.

די טריפה'נע שעניל ברעי האט גורם געווען אז די פרוי זאל זיך משתתף זיין אין א הפגנה, און דאס זענען די תוצאות.


נידער מיט די סנודס!!!
📎 wsi-imageoptim-whatsapp-image-2017-07-27-at-16-46-25.jpeg



פון דא

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:48 pm

· #380529
וואס ווילסטו? דאס איז איהר מאן!