☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רבני סטמר קעגען לערנען א פאך ל"ע

רבני סטמר קעגען לערנען א פאך ל"ע

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10822

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:10 pm

· #346767
רבני סטמר קעגען לערנען א פאך ל"ע
א וואונדער אז עס געפונען דא אזויפיעל גנבים און רמאים אין וויליאמסבורג?
דער פראבלעם איז אז דאס חינוך זייערער מאכט זיכער אז די עולם איז סייווי אומאינטליגענט און קען ממילא נישט גיין אין קאללעדש 😮
📎 סאטמאר אוסרת לימודים בסיסים למקצוע גם כאשר המסגרת והמורים שומרי תורה ומצוות.jpg

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:17 pm

· #346768
.

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:20 pm

· #346769
.

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:35 pm

· #346771
לויט דער לעוועל פון איגנאראנץ פונעם אונגארישען/חסידישען ציבור וועט דער לעוועל פון עניות אין די נעקסטע דור ך זיין פילפאכיג

פלאוויוס » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:58 pm

· #346775
איך גלייב באמת אז "דאס קאפיטאל" האט א שטערקערן כח ווי קול קורא'ס, און לויט די כללים פון קאפיטאליזם וועט דאס שנעלער דערפירן צום חורבן פון חרדיזם, ווי ס'זאל דערפירן צו ארעמקייט.

איך ווייס נישט צי די רבנים ווילן טאקע אנקומען אהין. איך זאג דאס נישט ציניש.

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:03 pm

· #346776
קען זיין אז עקאנאמישע פאקטארען זענען מער פאערפול. אבער די עגמ"נ פון דער טרענזישאן איז אנפורטונעטלי גאר ווייטאגליך.

פלאוויוס » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:12 pm

· #346777
@תורה ומדע, ס'וועט נישט בהכרח דערפירן צו א transition פון יחידים. נישט דאס האב איך געמיינט. איך גלייב אז ס'וועט דערפירן צו א טויש אינעם קאלעקטיוו. חז"ל האבן חושש געווען פון "גזירות שאין הציבור יכולין לעמוד בהן" נישט נאר ווייל ס'איז נישט עטיש צו מאכן אזעלכע גזירות, נאר אויך ווייל ס'איז נישט פראקטיש. דאס דערפירט צו א געזעלשאפט וואס זעט זיך מער נישט אין טערמינען פון רבנישער אויטאריטעט.

איך גלייב נישט אז דער דאקומענט זאל קענען אפהאלטן יונגעלייט וואס מוטשען זיך אויף פרנסה פון זיך איינהאנדלען א פאך אין קאלעדזש (ווער ס'האט אמאל געפילט ארעמקייט אויף דער הויט וועט אויף דעם מעיד זיין... ס'איז נישט שייך עס צו באצוימען מיט קול קורא'ס). ובכן, אפילו ווען ס'זאל שטענדיג בלייבן א גרופע וואס איז זיך מוסר נפש כדי צו פאלגן די קול קורא'ס, וועט אויסקומען אז זיי וועלן דארפן נעמען צדקה ביי די וואס האבן נישט געפאלגט די רבנים, און אזא אויסקום צעווארפט אויטאמאטיש די אלטע נארמען פון דער געזעלשאפט.

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:39 pm

· #346780
פלאוויוס

ריכטיג, אבער אלץ עהרליכער איז וואס געהערט נישט צום אונגארישער/חסידישער חדר טוט דאס מיר זייער וויי.

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:40 pm

· #346781
@פלאוויוס פון ווי נעמסטו אז די גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה איז נישט עטיש ? מיר קוקט עס אויס ווי ס'איז פון א ריין פראקטישן שטאנדפונקט.

לגופו של ענין, איז מיר זייער אומקלאר וואס פונקטליך זיי מיינען, אויסער גיין אין פאקטישן קאלידזש, זעה איך נישט ווי היימישע אינגעלייט פארפעלן א געלעגענהייט צו נעמן קורסן אויף געוויסע פאכן, אין פאקט האט יו דזשעי או, אן אייגענעם פראגראם פון קלאסן אויף כל מיני ענינים, און די משומר/גדר פילטערס לאזן רואיגערהייט אריבער lynda.com, אינגעלייט נעמן היינט פראפעסיאנאלע קלאסן אויף וויאזוי צו זיין גוטע מלמדים אלץ מיט די גוטהייסונג פון גדולי הרבנים, און די ווענט פון די שוהל האבן נישט גענוג פלאץ פאר אלע פראדוקטיוו/שלום בית/חינוך שיעורים עוועילעבל.

בקיצור איך האב נישט קיין גרינעם אנונג וואס דער צעטל ציהלט. איינער מיט מער אינפאו ?

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:46 pm

· #346782
יעקב, אויב דער קורסעס זענען גענוג פאר דיר דארפסטע דאנקען גאט (צוזאמען מיט'ן רבי'ן)

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:09 pm

· #346787
בן אדם
יעקב, אויב דער קורסעס זענען גענוג פאר דיר דארפסטע דאנקען גאט (צוזאמען מיט'ן רבי'ן)

איך בין נישט אהינגעגאנגען, איך האב ב"ה פרנסה אהן גיין אין קאלעדזש, און דער פון אויבן זאל אוודאי העלפן אויף ווייטער.

וואס איך האב געמיינט צו פרעגן איז, וואס פונקטליך איז יעצט געווארן אסור ?

טרויבן88 » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 7:21 pm

· #346798
Re: רבני סטמר קעגען לערנען א פאך ל"ע
יעקב מענטש
בן אדם
יעקב, אויב דער קורסעס זענען גענוג פאר דיר דארפסטע דאנקען גאט (צוזאמען מיט'ן רבי'ן)

איך בין נישט אהינגעגאנגען, איך האב ב"ה פרנסה אהן גיין אין קאלעדזש, און דער פון אויבן זאל אוודאי העלפן אויף ווייטער.

וואס איך האב געמיינט צו פרעגן איז, וואס פונקטליך איז יעצט געווארן אסור ?

איך מיין אז עס איז די ספעשל עד וואס דער איסור איז אדער איז עס טאקע די די היימישע קלאסן וואס מסתם האט מען עס געלאזט ווייל זיי האבן געמיינט אז עס איז א דשזוק אין יעצט אסרט מען

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:42 pm

· #346801
.

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:33 pm

· #346822
hypocrites זיי אליינס עמפלויען היימישע איינגעשטעלטע וואס האבן דיגריס אין עדיוקעישען אין זייער חיניך סיסטעם בעיקר ווייל אזוי ווערט מען געדעקט מיט גאווערמענט פאנדס!

ס'האט גארנישט צי טוהן מיט לערנען א פאך אדער נישט. ס'איז פשוט שטירען אפ-פאל.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:17 am

· #346829
תורה ומדע
קען זיין אז עקאנאמישע פאקטארען זענען מער פאערפול. אבער די עגמ"נ פון דער טרענזישאן איז אנפורטונעטלי גאר ווייטאגליך.

מיין פרעדיקשן: מ'וועט זיי אנפייפן. (די אונגערישע אזוי-גערופענע רע-בנים מיט די גראבע בייכער, וועלכע פיהרן קארופטע דיני תורות און זיצן על סיר הבשר פון סאטמער. די נעקסטע דור וועט יא גיין לערנען. אזוי ווי א גרויסער טייל טוען שוין היינט, ב"ה...!