☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?

וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10674
בלאט: 1 2

סאשי פיש » זונטאג פעברואר 25, 2018 10:56 pm

· #396386
יעצט קאפירט רימון ארטיקעל
<a class="postlink" href="http://www.yiddish.news/2018/02/blog-post_496.html?m=1#more">http://www.yiddish.news/2018/02/blog-po ... l?m=1#more</a>

נעגעל וואסער » מאנטאג פעברואר 26, 2018 8:35 am

· #396434
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
סאשי פיש
יעצט קאפירט רימון ארטיקעל
<a class="postlink" href="http://www.yiddish.news/2018/02/blog-post_496.html?m=1#more">http://www.yiddish.news/2018/02/blog-po ... l?m=1#more</a>

כאטשיג איז דא א לינק אהער

קפה נמס » דינסטאג מערץ 6, 2018 8:28 am

· #396888
יעצט קאפירט מיין ארטיקל גאר אלץ "גאסט עדיטאריעל".
<a class="postlink" href="http://www.yiddish.news/2018/03/blog-post_73.html?m=1">http://www.yiddish.news/2018/03/blog-post_73.html?m=1</a>

קפה נמס » דינסטאג מערץ 6, 2018 10:32 pm

· #396940
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
@ליטוואק פון בודאפעסט,
איך זעה אז דארטן האסטו מוחה געווען אויפ'ן נישט געבן קרעדיט. ער ענטפערט דיר דארט אז ער האט יא געשריבן אויבן אז די שרייבער איז 'קפה נמס', עס קוקט דארט אויס אזויווי קפה נמס האט געשריבן א 'גאסט עדיטאריעל' פאר 'אידישע נייעס'.

עס איז באמת א עוולה, ער האט נישט קיין שום רעכט צו קאפירן א גאנצע ארטיקל וואס איך האב געשריבן פאר קאווע שטיבל, אפגעזען צו ער שרייבט אויבן 'קפה נמס' אדער נישט...

קורקלענד » דינסטאג מערץ 6, 2018 11:04 pm

· #396941
ס'איז א ערנסטע דעבאטע וואספארא רעכטן א שרייבער האט אויף זיינע ארטיקלען איינמאל ס'איז יוצא לאור. מ'קען דן זיין פון א לעגאלע אדער עטישע/מאראלישע און מעגליך אפי' הלכה'דיגע שטאנדפונקט.

אונזער וועטעראן שרייבער ראובן און אנדערע האבן אנגענומען אז געבן קרעדיט איז גענוג. אנדערע דא האבן געזאגט אז ס'אינטערעסירט זיי נישט, ווידער זענען דא אזעלכע וואס ס'טוהט זיי וויי אזוי אויך.

ווי איך פארשטיי איז אזוי. ווען איינער שרייבט עפעס אויף קאווע שטיבל, גייט די רעכטן דעראויף אריבער צו 'קאווע שטיבל'. און ווי איך פארשטיי געט קאווע שטיבל רעכט צו קאפירן אויב מ'גיבט קרעדיט. איך האב נישט נאכגעקוקט די תנאים, אבער ס'דאכט זיך מיר אז אזוי איז.

קפה נמס » דינסטאג מערץ 6, 2018 11:30 pm

· #396943
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
קורקלענד
און ווי איך פארשטיי געט קאווע שטיבל רעכט צו קאפירן אויב מ'גיבט קרעדיט. איך האב נישט נאכגעקוקט די תנאים, אבער ס'דאכט זיך מיר אז אזוי איז.


אויף וואס בויעסטו דאס ?

קורקלענד » מיטוואך מערץ 7, 2018 12:05 am

· #396945
בינעך טאקע סורפרייז'ד אז ס'נישט געדרוקט אין ערגעץ וואס די רעכטן זענען. די גבאים וואלטן עס געדארפט קלאר מאכן.

לכתחילה האב איך עס געבויט באזירט אויף די פאזיציע וואס די גבאים האבן גענומען אינעם עבר ווען זיי האבן זיך געלאזט הערן אויף די נושא. ס'קען זיין אז איך געדענק נישט גוט. אדרבה זאל מען עס קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל.

קפה נמס » מיטוואך מערץ 7, 2018 12:19 am

· #396948
Re: וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?
איך זעה בכלל נישט פארוואס קאווע שטיבל זאל אויפגעבן אויף אירע קאפירייט רעכטן און פאדערן א בלויזע דערמאנונג אז עס קומט פון קאווע שטיבל.

אפשר זאל ער אויף די זעלבע וועג ווי ער שרייבט אונטער יעדע נייעסל פון 'פיינע נייעס' "גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס", זאל ער אונטער יעדע ארטיקל גע'גנב'עט פון דא שרייבן "גענומען אהן רשות פון קאווע שטיבל"...
בלאט: 1 2