☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מפרסמים עושי רשעה

מפרסמים עושי רשעה

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10321

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 3:53 pm

· #327154
מפרסמים עושי רשעה
ס'איז דא לעצטענס אפאר אומגעווינטשענע טעלעגראם טשענעל'ס וואס זענען זיך נוהג צו יעדע געלעגנהייט צו גנב'ענען סחורה פון קהלתינו הק' 'קאווע שטיבל' אן צו געבן די מינימאלסטע קרעדיט וואס קומט זיך.

אויב ווייסט איר נאכנישט וואס איז די פראבלעם מיט 'אינטערנעט', אט האט איר, גניבה!

רובם בגזל ומיעוטם בעריות

1)
גוטע ווערטלעך
<a class="postlink" href="https://telegram.me/vertlech">https://telegram.me/vertlech</a>

2)
Everything Jewish @Z9
<a class="postlink" href="https://goo.gl/1nUeVK">https://goo.gl/1nUeVK</a>
<a class="postlink" href="https://telegram.me/jewish">https://telegram.me/jewish</a>

מ'בעט יעדער וואס קען זאל משתדל זיין צו פויעלן ביי די יעיניגער זאלן אויפהערן מיט זייערע מעשים תעתועים. ובשכר זה וועט מען נשפע ווערן מיט אלע השפעות טובות עד ביאת גוא"צ בב"א.

שושן פורים » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 4:27 pm

· #327157
גאנץ א אינטערעסאנטע מהלך צו צו באקומען מעמבערס אויף אייער טעלעגראם טשענעלס, המקום ימלא חסרונך

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 4:29 pm

· #327158
שושן, איך בין מוחה, @בן אדם האט מיר שוין נעכטן גע'אישי'ט איבער דעם, ער האט קודם חושש געווען אז איך נעם פון זיי ווייל עס ווערט געפואסט כמעט אין די זעלבע מינוט, נאר נאכדעם וואס איך האב געזאגט אז איך האב נישט קיין טעלעגראם בכלל און וואס איך שרייב אויפן געוועב איז נאר דא האט ער מפרסם געווען, תחזקנה ידיך.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 4:46 pm

· #327161
בן אדם
אויב ווייסט איר נאכנישט וואס איז די פראבלעם מיט 'אינטערנעט', אט האט איר, גניבה!

❗ ❗ ❗

שושן פורים » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 4:52 pm

· #327162
געוואלדיג
שושן, איך בין מוחה, @בן אדם האט מיר שוין נעכטן גע'אישי'ט איבער דעם, ער האט קודם חושש געווען אז איך נעם פון זיי ווייל עס ווערט געפואסט כמעט אין די זעלבע מינוט, נאר נאכדעם וואס איך האב געזאגט אז איך האב נישט קיין טעלעגראם בכלל און וואס איך שרייב אויפן געוועב איז נאר דא האט ער מפרסם געווען, תחזקנה ידיך.

@געוואלדיג
אויב ביסטו גערעכט וויל איך איבערבעטן @בן אדם דא ברבים

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 5:00 pm

· #327164
ס'גוט שושן, דארפסט מיך נישט איבערבעטן.
(כ'האב שוין אויסגעזאגט די רבי סייווי. הא הא)

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 6:11 pm

· #327175
Re: מפרסמים עושי רשעה
גניבה איז עס נישט, אפשר די וואס שיקן ארום די סי די'ס זענען גנבים, עכ"פ 'רשעה' הייסט עס לכאורה נישט, אולי אוממאראליש.
מיינע סחורה האביך קיין פראבלעם אויב איינער נעמט קרעדיט דערפאר, ווילאנג ער לייגט נישט זיינע סחורה אויף מיין נאמען.

בדרך אגב, יישר כוח פארן שערן די טשענעלס!

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 6:41 pm

· #327181
קל וחומר


בדרך אגב, יישר כוח פארן שערן די טשענעלס!

צייט פארברענגעניש

שלום על ישראל » זונטאג יולי 3, 2016 7:19 pm

· #340040
@בן אדם, דיין פינסטערע צוגאנג דא איז צו באווינדערן. אין די זעלבע צייט וואס דו וויינסט מיט קראקידייל איבער די פיינע סחורה וואס ווערט ארויפגעלייגט אויף די טעלעגראם טשענעל, שרייבסטו אז די טשענעל איז א "צייט פארברענגעניש".

זאג נאר, איז איינע פון דיינע ארטיקלן אנגעקומען צו טעלעגראם? (אדער איז דאס וואס שטערט דיך טאקע, אז קיינער האט נישט געפונען קיינן איטערעסע צו לייגן דיינע סחורה...) בכלל, די אלע וואס פארפירן דא אויף די קאפי פעיסט'עריי, דארפן האבן כאטש די צוויי קוואליפיקאציעס צו פיסקעווען?
1. אדער איז עס אייערע סחורה וואס איר האט באשאפן (נישט גענומען פון ערגעץ אנדערש), אדער האט איר קאנפורמ'ד מיטן ארגינעלע שרייבער אז ער איז געשטערט דערמיט
2. איר נעמט זיל דא פאָר ברבים קיינמאל מער נישט צו פעיסט דא אויפן שטיבל (ווי אויך איבעראל, אבער קיינער קען דאס נישט נאכגיין, כמובן) קיין ארטיקל, בילד, אהן די עקספליסיט רשות פונעם שרייבער.

אויב איר קענט נישט נאכקומען כאטש די צוויי תנאים, דאן איז דאס גאנצע פוסקעריי ערגעץ צווישען היפאקריטיע, קנאה און אנגעווייטאגטקייט.

הוגה » זונטאג יולי 3, 2016 8:01 pm

· #340044
איך זעה נישט וואס די big deal צוצושרייבן נאך אן ארטיקל אדער ווערטל "קרעדיט יואב פון קאווע שטיבל" לדוגמא, און צולייגן א געהעריגע לינק, נישט קיין הייפערלינק. איך שלאג פאר אז אויב דער בעל הטשאנעל קומט נישט ארויף דא אויף ק"ש ביז מארגן צופרי און נעמט זיך אונטער צו טון דאס מינדעסטע, זאל מען מאכן א קאמפיין צו אפשפארן זיין טשאנעל דורכ'ן עס רעפארטן.


.

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 4, 2016 12:01 am

· #340063
הוגה
איך זעה נישט וואס די big deal צוצושרייבן נאך אן ארטיקל אדער ווערטל "קרעדיט יואב פון קאווע שטיבל" לדוגמא, און צולייגן א געהעריגע לינק, נישט קיין הייפערלינק. איך שלאג פאר אז אויב דער בעל הטשאנעל קומט נישט ארויף דא אויף ק"ש ביז מארגן צופרי און נעמט זיך אונטער צו טון דאס מינדעסטע, זאל מען מאכן א קאמפיין צו אפשפארן זיין טשאנעל דורכ'ן עס רעפארטן.


.

עס איז בכלל נישט קיין ׳ביג דיעל׳ און איז - ווי ווייט איך האב דא געלייענט - בכלל נישט אויפגעברענגט געווארן. ואדרבה, מ׳לויפט פון איין אשכול צום צווייטען (דריי וואס איך האלט מיט) מיט אסורים און סטראשערייען.

פארוואס דען נישט? אבער זאג מיר, וואס איז מיט די אזוי-גערופענע געלערענטע מענטשן (?) וואס ווערען אזוי ווילד איבער אן אן אישו וואס מ׳האט בכלל נישט פראבירט צו באהאנדלען מיט שיינעם? איז דאס די ברעיקינג-פוינט ווי ענקער ציוויליזאציע ברעכט אונטער? אויף אלעם אן אפענע מיינד, ביז ס׳קומט דערצו?

הזאת קאווע שטיבל?

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 4, 2016 12:04 am

· #340065
[ציטאט אראפגענומען]

מר. שש, ביטע אנטשולדיגט מיין איגנאראנץ, אבער מיין לשה״ק איז ראסטיג. דו שרייבסט אז איך טאר נישט אראפברענגן דעם שרייבער׳ס נאמען? כ׳האב געמיינט פארקערט. קען איינער מיר גיבן דעם תמצות איז אידיש אהן דברי מליצות?

כוכב » מאנטאג יולי 4, 2016 12:13 am

· #340067
שעלט, שימף, צייג דיין חכמה, פרעג באמבאסטישע קשיות הזאת קאווע שטיבל און וועסט ווייט אנקומען.
דיין טשענעל וועט מען באריכטן און מ'וועט דיך פארטרייבן פון דא און אויסשפארן דיין איי פי לעולם ועד. וואס פאר א רעכט האסטו צו קאפירן יואבס אשכול תוך כדי דיבור וואס דאס ערשיינט אין שטיבל. ביי מיר איז נישט קיין ספק אז יואב וויל עס דוקא אין קאווע שטיבל צוליב זיין סימפאטיע צו דעם פלאץ און נישט עס זאל ווערן די אייגנטום פון עפעס א ביליגע גאסיפ טשענעל דורך א בן בלי שם.
זיי א ווייס גיי, ווי וועסטו אנקומען. הייב אן געבן געהעריג קרעדיט נישט קיין גוגל לינק, אדער בעסער נעם רשות איידער דו פארעפנטליכסט יענעמס ווערק, פון דרייען מיט'ן גראבן פינגער צי סאיז לעגאל אדער נישט וועסטו גארנישט האבן, מ'וועט באריכטן דיין טשענעל און וועסט האבן עגמת נפש.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יולי 4, 2016 12:19 am

· #340069
שלום על ישראל
די איינציגסטע סיבה איך ׳סאונד׳ ווי א בולי, אז ווייל ס׳וויל זיך נישט לאזן טרעטן פון אפאר חברה. איך האב איינעם וועם געסטראשעט?

קאפירן ארטיקלען מיט די קרעדיט אדער לינק איז א העכסטס נארמאלע ערשיינונג, איבערהויפט דא אינעם שטיבל. זיי מיר מסביר ביטע פון ווי נעמט זיך די דאפלטע סטאנדארד?


שקרן, ווען די וואלסט געלייגט א לינק אדער געגעבן קרעדיט אויפן טשענעל וואלט מיר נישט געשטערט,
למעשה האסטו גענומען מיינע ארטיקלעך למשל דא אין געטוישט פרטים כאילו סאיז דיין ארבייט אין געגעבן זירא קרעדיט.

יעצט ווען די וואלסט ווען געזאגט אז די ווילסט וויסן טאמער די שרייבערס זענען מסכים אדער אדורך גערעדט די זאך ווי א עדאלט וואלט איך פארשטאנען, למעשה האסטו געלאכט א אונז קענען די נישט שפארען ווייל סאיז נישט קאפי-רייט בלא בלא בלא.

זיי א מענטש, געב קרעדיט פארן ניק, שרייב סקומט פון קאווע שטיבעל, לייג צו א לינק אין יעדער וועט זיין צופרידען.

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 4, 2016 12:29 am

· #340070
כוכב
שעלט, שימף, צייג דיין חכמה, פרעג באמבאסטישע קשיות הזאת קאווע שטיבל און וועסט ווייט אנקומען.
דיין טשענעל וועט מען באריכטן און מ'וועט דיך פארטרייבן פון דא און אויסשפארן דיין איי פי לעולם ועד. וואס פאר א רעכט האסטו צו קאפירן יואבס אשכול תוך כדי דיבור וואס דאס ערשיינט אין שטיבל. ביי מיר איז נישט קיין ספק אז יואב וויל עס דוקא אין קאווע שטיבל צוליב זיין סימפאטיע צו דעם פלאץ און נישט עס זאל ווערן די אייגנטום פון עפעס א ביליגע גאסיפ טשענעל דורך א בן בלי שם.
זיי א ווייס גיי, ווי וועסטו אנקומען. הייב אן געבן געהעריג קרעדיט נישט קיין גוגל לינק, אדער בעסער נעם רשות איידער דו פארעפנטליכסט יענעמס ווערק, פון דרייען מיט'ן גראבן פינגער צי סאיז לעגאל אדער נישט וועסטו גארנישט האבן, מ'וועט באריכטן דיין טשענעל און וועסט האבן עגמת נפש.

איך שטיי און שטוין אויף די שפראך און האסטיליטי דא. געהעריג קרעדיט? וואס רעדסטו פון?

קענסט אפשר גיבן א לינק צו וואס דו שרייסט אזאנס?

ווען איז לעצט געווען א קאפי אהן קיין קרעדיט אדער לינק? דו מיינסט צו זאגן א פולער URL? וואס האסטו דערפון? סתם אויסגיבן די כעס?

ירח בן יומו » מאנטאג יולי 4, 2016 12:35 am

· #340072
אונזערע הויכגעשצטע @וועטערבארכיט האט אויך וואס ארייצנצורעדן דא, ער האט שוין מער ווי איינמאלבאוויינט דעם פראבלעם ווי ער טרעפט זיין טעגליכע דארכגעהארוועטע ארבייט איבעראל אן קיין לינק אדער קיין יישר כח.

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 4, 2016 12:41 am

· #340073
ירח בן יומו
אונזערע הויכגעשצטע @וועטערבארכיט האט אויך וואס ארייצנצורעדן דא, ער האט שוין מער ווי איינמאלבאוויינט דעם פראבלעם ווי ער טרעפט זיין טעגליכע דארכגעהארוועטע ארבייט איבעראל אן קיין לינק אדער קיין יישר כח.

ביזט א מבין ווי דער עולם האמערט אהן קיין שום חשבון.

זאג נאר @ירח בן יומו, דו האסט גענומען די האלבע מינוט מיה צו גיין אויפן טשענעל צו זעהן אויב ס׳ליגט טאקע זיינע באריכן אהן קיין קרעדיט? איז דיר בייגעפאלן צו פרעגן דעם וועטער באריכט צו כ׳האב גענומען רשות בכלל?

איך האב די לעצטע 12 שעה געזעהן די צווייטע זייט פון אסאך ניקן דא. כ׳מיין אז היסטערי וועט זיך מוטשענען דאר צו מסביר זיין.

ירח בן יומו » מאנטאג יולי 4, 2016 12:42 am

· #340074
ניין, איך האב נאר געזען זיינע גרויסע רויטע אותיות.

זיי מיר געזונט און שלום על ישראל

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 4, 2016 12:44 am

· #340075
ירח בן יומו
ניין, איך האב נאר געזען זיינע גרויסע רויטע אותיות.

זיי מיר געזונט און שלום על ישראל

איז דאס געווען אן אפאלאדזשי אדער נאך א סארקאסטישע זעץ?

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 4, 2016 2:08 am

· #340089
דאס איז אויך עטליכע וואכן צוריק. די לעצטע פאר ארטיקלען האבן אלע געהאט קרעדיט אדער לינקס, און פון דעם רעדט מען דא.

שלום על ישראל » מאנטאג יולי 4, 2016 2:20 am

· #340090
יעצט זאלן אלע צולייגער מוחה זיין אז מעןציטירט פון א צייטונג אהן זייער רשות.

#דידאפעלטעסטאנדארד

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 4, 2016 8:17 pm

· #340236
ומודה ועוזב ירוחם

#מפרסמין עושי מצוה

.
📎 media.jpg

בן אדם » מאנטאג יולי 4, 2016 9:03 pm

· #340242
מ'קען שוין פארמעקן דעם אשכול

ווייל אזוי » מיטוואך יולי 6, 2016 11:32 pm

· #340728
בן אדם
מ'קען שוין פארמעקן דעם אשכול (חוץ אויב עטץ ווילטס סעיווען ענקער לייקס).


פאר דערווייל.
מארגן גייט קומען נאך א בחור'ל און אויפמאכן נאך א טעלעגראם טשענעל, ס'עפענען זיך טשענעל'ס ווי שוועמלעך נאך א רעגן, ווארט אויף בין הזמנים וועט זיך אויפמאכן טשענעל'ס ווי שוועמלעך נאך א "מבול" און פארשטייט זיך אז יעדער וויל זיין בעסער פון די צווייטע וועט ער געוויס גנב'ענען פון "קאווע שטיבל" און אויב מ'געט קרעדיט פארלירט עס די חשובות פון די ארטיקל .

כוכב » דאנערשטאג יולי 7, 2016 12:12 am

· #340736
טריביון האט די וואך א בילד פון זשואיש מידיע...

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 12:15 am

· #340737
Re: מפרסמים עושי רשעה
הגונב מן הגנב פטור...

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 12:25 am

· #340741
א שנעלע איבערבליק איבער די צוויי-און-א-האלב טויזענט תגובות דיינע האט באוויזן הונדערטער שטיקלעך וואס דו האסט זיכער נישט אליינס באשאפן, נאר געשלעפט פון וואטסעפפ וכדומה. פרעגט זיך די פראגע (צום וויפילטע מאל), וואס איז מיט די דאפעלטע סטאנדארד?

ווייל אזוי » דאנערשטאג יולי 7, 2016 9:59 am

· #340787
@שלום על ישראל איך זעה אז דו כאפסט טאקע נישט איז לאמיר דיר אביסל מסביר זיין.

ווען איינער שרייבט עפעס אויף וואטס עפפ שרייבט ער עס על דעתא דהכא אז ס'גייט ארומפארן (אפילו ער שרייבט צו "Dont forward") און רוב מאל ליגט אפילו נישט צופיל ארבעט אין דעם.

ווען איינער שרייבט אין א צייטונג, איינמאל ס'איז שוין ארויס האט ער שוין געמאכט זיין געלט, אוודאי קען ער באשטיין צו האבן קרעדיט אבער מהיכי תיתא.

אבער ווען איינער נעמט זיך די מוה און שרייבט א ארטיקל צו וואס אויף "קאווע שטיבל" וויל ער אז ס'זאל זיין אויף קאווע שטיבל און נישט אויף טעלעגראם.


און אויב מ'גנבט שוין יא א ארטיקל פון קאווע שטיבל איז נישט מער ווי יושר צו שרייבן פון ווי ס'קומט.

און אויב מיינסטו אז פון גיין אראפרייסן ניק'ס וועסטו ערגעץ אנקומען בין איך דיר מודיע אז נישט.

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 7, 2016 11:18 am

· #340801
@ווייל אזוי, פאר דו הייבסט אהן אויפקלערן די וואס כאפן נישט, פארשטיי אליינס וואס מ'רעדט דא.

יעדער פארשטייט אז פאר א ארטיקל וואס איינער שרייבט מעצמו פון דאסניי, דארף מען גיבן דאס פארדינטע קרעדיט. מ'האט דאס שוין איבערגעקייט און זיך פארשטענדיגט. (דיין הנחה אז א שרייבער פאר א צייטונג מעג מען עפעס מער ארומשיקן אהן קרעדיט, איז דוקא לאו, און איז שוין אויך אויסגעשמועסט געווארן די לעצטע טעג.)

יעצט האט מען מער-ווייניגער גערעדט פון בילדער א.ד.ג. הרב @סאשי פיש האט געשריבן "הגונב מן הגנב פטור" אויף די תגובה פון "טריביון האט די וואך א בילד פון זשואיש מידיע".

טו מיר נאר די איין טובה, רעד נישט צו מיר וועגן אראפרייסן קיין ניקס, ווען די חברה האבן זיך ארויפגעזעצט רייסן מין ניק, ווען רוב האבן ניטאמאל געהאט די פשוט'ע פאקטן, און קיינמאל נישט געזעהן די טשענעלס. פראביר צו לייענען אביסל די אשכול וואס בעט טאקע אט דאס.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 7, 2016 2:35 pm

· #340828
Re: מפרסמים עושי רשעה
עס טוט זיך יעצט א גאנצע מערכה אויף טוויטער איבער די גרויסארטיגע גניבות וואס גייט פאר

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 7, 2016 2:38 pm

· #340829
לינק ביטע

א איד » פרייטאג יולי 8, 2016 10:57 am

· #341059
Re: מפרסמים עושי רשעה
געוואלדיג
לינק ביטע

גם אני מצטרף

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 14, 2016 8:39 am

· #342021
Re: מפרסמים עושי רשעה
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=104882&cat=10&scat=117">http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=104 ... 0&scat=117</a>
מ'האט געטראפען אן עצה פאר פלאגיאריזם

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:05 pm

· #342103
@קאפיטאן מיר ווארטען איר זאלט נעמען א שטעלונג

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:16 pm

· #342106
@אנאנים דא קען מען באריכטען פאר טעלאגראם @שלום על ישראל פאר זיינע נאכנאנדע גניבות
שיקט אן אימעיל צו: <!-- e --><a href="mailto:abuse@telegram.org">abuse@telegram.org</a><!-- e -->

פאר מער אינפא ליינט דא
<a class="postlink" href="https://telegram.org/faq#q-a-bot-or-channel-is-infringing-on-my-copyright-what-do-i-do">https://telegram.org/faq#q-a-bot-or-cha ... at-do-i-do</a>