☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » געטראפן א אלטע גאליציאנע אוצר

געטראפן א אלטע גאליציאנע אוצר

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8788
בלאט: 1 2

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מאי 2, 2015 11:05 pm

· #271843
געטראפן א אלטע גאליציאנע אוצר
פארגאנגענע וואך בין איך געווען מיט מיין רעבעצין אין א mall, ביים פארקן די קאר האב איך געזעהן א גוי מיטשעט זיך זייער מיט ארויף לייגן א רעדל אויפן קאר, וועלענדיג מאכן א קידוש השם האב איך עיהם געזאגט אז כבין באקאנט אין כהאב אין מיין קאר tools דערפאר ער זאל מיך צולאזן,
דריי מינוט שפעטער איז די גאנצע געשעפט מסודר אין ער איז גרייט צו פאהרן, דא האט ער זיך באדאנקט אין געזאגט ער מיטשעט זיך שוין 2 שעה אין קיינער קוקט נישט זיין זייט אין נאר מיך א איד האט זיך אפגעשעלט און וויסענדיג געמאכט אין בעת רעדן מיט עיהם זאגט ער מיר אז זיינע עלטערן זענען אויך געווען אידן נאר זענען געווארן קאלט צו די מעשה אין האבן זיך אפגעלאזט, אבער ער ווייסט ממש גארנישט פון אידישקייט ממש זירא, אבער זיין טאטע איז אפי' געווען א חסיד זאגט ער.

בשעת מעשה איז שוין מיין רעבעצין אריין אנקויפן אין איך געבליבן מיט עיהם שמוסען, ער האט מיר דערציילט זיין טאטע איז אוועק צוויי יאר צירוק אין זיין טאטע האט עיהם געבעהטן צו זאגן אויפן טאג פונעם יארצייט א געוויסע טשעפטער (קדיש) אין ער איז געגאנגען צו א רעביי אין ער האט געזאגט ביי יענער אין שטוב אפאר ווערטער, אזוי רעדענדיג זאגט ער מיר אז ער האט צוויי דריי באקסעס פון זיין טאטעס חפצים טאמער סמיר אינטרעסאנט, מיר איז געווען זייער אינטרעסאנט אין כ'האב געזאגט אז כהאב חשק צו קוקן דערויף.
ער געבט מיר די גענוי אדדרעסס אין מיר ביידע פאהרן א צוואנציג מינוט דריוו, ער נעמט מיר ארויף צו זיין הערליך הויז, אין נעמט מיר אין קעלער אין צייגט מיר אויף דריי באקסעס פיל מיט אנטיק ספרים אין כתבי יד, אין זאגט מיר אז כקען עס נעמען אבער טאמער איז דא עפעס אינטרעסאנט אדער ווערט עפעס זאל איך עיהם לאזן וויסען אין צירוק ברענגען. אונז האבן געטוישט טעלעפאון נומבער'ס אין כבין צירוק צום mall אפנעמען מיין ווייב.
בשעת כהאב געווארט אין די קאר פאר מיין ווייב צו פערטיגען האב איך געפענט די ערשטע באקס אין כהייב אך ליינען זעה איך אז זיין טאטע איז געווען א גרויסע שרייבער אין האט געשריבען אין צייטונגען אין פון דעים האט ער אמאך געמאכט א שטיקעל קונטרוס.

כהאב אנגעהויבען ליינען אין ממש נישט געקענט אראפ לייגן אזוי שטארק האט מיך עס געצויגען, היות סאיז מיר געווען אינטרעסאנט וועל איף פראבירען אויך אראפ צו ברענגן דא די ארטיקלעך, כהאף כוועל האבן געדולד.

איך וועל אי"ה ארויף לייגן די ערשטע ארטיקעל אין די נאנטע צייט

אפטעמיסט » מוצ"ש מאי 2, 2015 11:10 pm

· #271845
Wow. עפעס ווערדפולע זאכן?

דעת תורה » מוצ"ש מאי 2, 2015 11:12 pm

· #271846
Re: געטראפן א אלטע געליציאנע אוצר
דערצייל ביטע דעם פאטער'ס נאמען

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש מאי 2, 2015 11:27 pm

· #271855
.

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 3, 2015 12:07 am

· #271872
\

פלאוויוס » זונטאג מאי 3, 2015 12:16 am

· #271874
אומגלויבליך! דערצייל אונז דעם פאטער'ס נאמען און דיין נאמען. ווען קען מען זיך טרעפן און איבערגיין דעם אוצר? 🙂

דער עיקר קומט דיר אויסצייכענונג פאר דיין גרייטקייט צו העלפן אנדערע. זאל די מעשה דינען אלס מוסר השכל פאר אנדערע.

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 3, 2015 1:08 am

· #271885
ווען איך בין אלט געווען פינף יאר האב איך שוין געלערנט חומש מיט רש"י, אין יעדען טאג ווען איך בין געגאנגען אין חדר אריין האב איך מיט גענומען מיין חומש'ל אין שטאלצירט דערמיט מיט וואס איך בין שוין א גרויסער, אין לערן שוין חומש מיט רש"י, ניט צופרידען בין איך געווען מיט מיין סידורל וואס איך האב געהאט בשותפות מיט מיין שוועסטער,
מיין שוועסטער איז געווען אינגאצען עלטער פון מיר מיט צווייי יאר. אין די סידורל האט מען פאר איר געקויפט ווען זי האט זיך אויסגעלערנט צו דאוונען, די סידורל איז געווען א געווענדליכע סידורל מיט גרויסע אויתיות ווי פאר א קינד וואס הייבט הערשט אן א' ב'. איך האב זיך דערפאר געשעמט מיט דער סידור וואס איך א אינגעל וואס לערנט שוין חומש מיט רש"י דארף זיך מיט דעים ארום טראגען נישט איין מאל איז מיר אויסגעקומען זיך צו קריגען מיטן שוועסטער ווען כהאב געוואלט נעמען די סידורל אין זי האט נאכנישט געהאט אפגעדאווענט,
כהאב אנגעבויבען צו טראכטען פון א אייגען סידורל. אין נישט אזא ווי די שוועסטער, נאר פון א "כל בו סידור" איך האב ביי מיר געטאראכט אז ווען איך האב א כל בו סידור וואלט איך געווען די קליגלעכסטע אינגעל אויפן וועלט, די רש"י אויתיות קען איך שוין גוט אין ווען די מאמע וועט מיר פרעגן וואס פארא ברכה מון מאכט איבער טייגלעך געב איך א מיש אויף מיין כל בו סידור אין זאג זי שוין דער ברכה. א ברכה אויף א דינור אדער בליץ אין מיין כל בו איז עס שוין דא, ווען די מולד איז אין חודש אין מיין כל בו איז עס פארצייכענט ,אין כל בו איז אלעס וואס א אידיש אינגעל דארף וויסען.
אבער ווי באקומט מען א כל בו סידור? ווער וועט מיר אזא סידור קויפן? מיט מיין טאטע דארף איך אפי נישט פריווען רעדן דערפון, מיין טאטע איז א גרויסע געלערנטע אין א גרויסע חסיד אין דאווענט קיינמאל נישט אין א סידור ער קען אלץ פון אויסענווענדיג אפי די מחזור פון ראש השנה אין יו"כ זאגט ער אויך פון זיכרון ער פלעגט זאגן אז די סידורים אין מחזורים זענען נאר פאר קינדער אין ווייבער. יעדער איד וואס ווייסט דער טייטש פון די ווערטער אין זאגט זיי מיט געפהיל אין הארץ דארף נישט קיין סידור צום דאוונען די ווערטער קריצט מען אריין אין מוח אין געדענק זיי.
מין פאטער וועט מיר א כל בו נישט קויפן, כבין שוין נישט קיין קליין קינד זאגט ער מיר אין דארף שוין קענען דאוונען אן א סידור אין דארף וויסען די טייטש אן א סידור.

די איינציגסטע האפענונג צו קריגען א סידור ווי איך וויל איז געווען אז איך זאל מיך ווענדען צו דער פאטער פון מיין מיטער, מיין זיידע איז געווען א מתנגד אין ער האט מיר שטענדיג געווארענט כ'זאל ניט דאוונען אהן א סידור נאר אריין קוקן אין די ווערטער מיט די נקודות, ווען ניט האט ער מיר געווארענט וועל איך בלייבען א אייביגע גראבע אינג אין א קאליקע אויף די עברי אין איך וועל נישט קענען קיין עכטע ווארט דאוונען אזוי ווי מיין טאטע קאן נישט, ווייל ער דאווענט פון אויסענווענדיג
איצט איז מיין האפפענונג געווען אויף מיין זיידע אז ער וועט מיר אפשר קויפן די כל בו סידור אז איך וועל עיהם שווערן אז איך וועל שטענדיג דאוונען אין דעם סידור.

געווען איז דאס אין חנוכה, אין איך בין געקומען אין ביהמ"ד אריין פרי צום ערשטע מנין ווייל דיר זיידער האט געדאווענט תפלה בזמנה אזוי ווי די מתנגדים זענען זיך נוהג, אין יענע צייט איז געקומען א פאטענטרעגער וואס פארקויט ספרים סדירים אין בימה"ד ביין טיר לעבן אויווען האט דער איד געלייגט זיין ביסעל סחורה אין צוויישען זיין סחורה זענען אויך געוען אסאך כל בו סידורים אזוי זענען אזוי געשטאנען אויסגעשטעלט די גאנצע לענג פון די טיש אין האבן מיט זייערע גדאלדענע אויתיות אויף די טאוועלען געגלאנצט מיט זייערע שיינקייט פאר מיינע אויגן, איך האב מיר נישט געקענט אפרייסען פון קוקן אויף די זאך וואס איך האב אזוי שטארק געבענקט
צו זאגן דעים זיידע וואס איך וויל האב איך זיך געשעמט ווייל ווען אפי ער זאך באשליסען מיר צו קויפן א סידור וועט ער מיר זיכער קויפן א פראסט סידורל צום דאווענען אבער נישט א כל בו סידור, דאס וועט ער מיר זיכער נישט קויפן, אין אזוי ווי איך האב ניט געוויסט וואס צו טעון האב איך זיך שטארק צוויינעטץ
מיין זיידער'ס א ברודער וואס איז דעמאלטס געווען אין ביהמ"ד האט באמערקט ווי איך שטיי אין א ווינקיל אין איך וויין, וואס ווינסטו? האט ער מיר געפרעגט? איך האב נישט געקענט ענטפערן נאר מיטן פינגער געוויזען אויפן טיש פון די כל בו סידורים, ער האט פארשטאנען אז איך וויל מזאל מיר קויפן א כל בו סידור.
ווארט אויס זאגט ער מיר, איך וועל גיין פרעגן דיין זיידע וועט ער דיר קויפן א כל בו סידור, "איך קען גוט רש"י מיט טייטש" האב איך באוויזען אויס צו שטאמעלען, אין כדי צו ווייזען אז איך קען גוט האב איך ארויס גענומען מיין חומש אין אין געזאגט עטליכע ווערטער פון רש"י אין זיי פארטייטשט אין אידיש.
דער ברודער פון מיין זיידע איז אוועק צום ארט ווי מיין זיידע האט געדאוונעט אין מיט עיהם עפעס גערעדט, ביידע זענען דערנאך צו געקומען צו מיר אין די זיידע האט מער געזאגט אז אויב איך וועל צו זאגן אז כ'וועל זיין א ערליכע איד אין איך וועל שטענדיג דאוונען אין סידור וועט ער מיר קויפן א כל בו, איך האב טאקע צוגעזאגט

מיר זענען געגאנגען צום טיש ווי די פאטענטרעגער איז געשטאנען אין די זיידע האט געקליבען, געבלעטערט יעדער סידורל באזינדער ביז ער האט אויסגעקליבען איין סידור אין באצאלט דער פארטערטרעגער וויפהל ער האט געוואלט אין מיא געגעבן די סדר אין היינט אריין אין נאכאמאל אנגעזאגט כ'זאל זיין א ערליכע איד אין דאווענן אין די סידור, אין האב געכאפט די סידור מיט ביידע הענט איך בין מיט דעים געלאפן אהיים צו וויזען מיינע עלטערן וואס פאר א מתנה איך האב באקומען. אינדערהיים האב איך געגעבן די שותפות סידורל צו מיין שוועסטער אין זי געזאגט זי קען שוין זיך דערמיט האלטן אין דאוונען ווי לאנז זי וויל ווייל איך דארף עס שוין נישט אין זי געוויזען מיין נייע כל בן סידור וואס די זיידע האט מיר געקויפט, מיין שוועסטער איז נישט געווען צופרידען וואס איך ווארף מיך אזוי מיט אירע סידור אין געזגאגט אז מיך האט מען מער ליב פון איר אין מען געבט מיר אלץ נאך אין זי האט זיך צעוויינט, איך האב חרטה געהאט וואס איך האב אזוי נישט שיין באהאנדעלט מיט מיין שוועסטער וויל אים האב נישט געקענט זעהן מיין שוועסטער וויינען, ווען זי האט עפעס פארלאנגט פון מיר אין זי האט אנגעהויבן וויינען האב איך אלץ נאכגעגעבן אבי זי זאל נישט וויינען, יעצט ווען זי האט געווינט האב איך צוגעזאגט אז מיר וועלן האבן דעם כל בו בשיתפות אין איך וועל זי לערנען רש"י כתב כדי זי זאל קענען אין די כל בו אלץ וויסען
מיין פאטער איז געזעצן אינעם צווייטע ציממער אין געלערענט ער האט נאכגעהאלטן פארן דאוונען, אלץ חסיד האט ער זייער שפעט געדאוונט, כ'בין אריין אין זיין ציממער אין עיהם געוויזען די מתנה וואס די זיידע האט מיר געקיופט, די טאטע האט גענומען די סידור אין געפענט די ערשטע בלעטל אין באלד צירוק פארמאכט אין די סידור אוועק געריקט אין די זייט אין געזאגט "א מתנגיד בלייבט א מתנגיד" כ'בין געבליבן שטיין פארוואנדערט, וואס האב איך נישט געוויסט וואס מיין פאטער האט אזאנץ געזעהן אין די סידור? וואס האט ער עפעס אזוי שנעל פארמאכט, אוועקגעלייגט אין אפגעריקט? האב איך זיך פארטראכט וואס האב איך נישט געוויסט? אין האב גענומען די סידור אין בין מיט דעים אוועק אין די צווייטע שטיב אריין, איך האב געפענט די שער בלעטעל אין דערזעהן מיט גרויסע אויתיות געדריקט "סידור כל בו כמנהג אשכנז"
ווען איך האב ווייטער געמישט אין סידור האב איך געזעהן אז די גאנצע דאוונען איז אנדיש מיין גאנצע פרייד איז אזוי שנעל ארויס גערנינען ווי וועל איך זיך קענען ווייזען מיט אזא סידור צווישען מיינע חברים אין שטיבעל? וואס וועלן זיי זאגן צו אזא מין כל בו? יעצט ווייס איך שוין פראוואס די זיידע האט אזוי פיהל געקליבען ביי ביים קויפן דעים סידור, איך בין געווען פארצוויפעלט איך האב זיך אראפ געלאזט אויפן דיל אין זיך שטארק צעווינט, מיין מוטער האט מיר געפריווט טרייסטען אז דאס איז א גוטע סידור אין א ברכה פאר א דינר אין א בליץ זענען אלע סידורים גלייך, הן די חסידים אין הן די מתנגדים, מיין שוועסטער האט געזעהן מיין צער אין געזאגט אז מיר וועלט ווייטער האבן דו שותפון אין איערע סידור אבער איך זאל נישט וויינען, כהאב די כל בו סידור אוועקגעשטעלט צווישען מיין פאטער'ס ספרים אין איך האב ווייטער געהאלטען בשותפות מיין שוועסטער דאס אלטע סידורל.
צום זיידע נאך חנוכה געלט בין איך שוין נישט געגאנגען איך האב מיך געשעמט צו דערציילן די גאנצע געשיכטע פן די היים אבער מיין שוועסטער איז יא געווען צום זיידע אין עיהם דערציילט אז די כל בו ליגט צווישען די ספרים ווייל מקען עס נישט ניצן אין מקען עס נישט נעמען צו די שטיביל ווי סדאוונע די חסידים, דאס זיידע האט מיר חנוכה געלט אפגעשיקט דורך מיין שוועסטיער אין האט צוגעזאגט "די קליינע וועט שוין נישט קיין לייט זיין,די פאטער האט עיהם שוין פארדרייט"
מיט יארן שפעטר ווען איך האב גענומען די כל בו סידור אין די האנט אין כ'האב פונקט אויפגעמישט צו די קדושה, ונקישד את שמך עולם האב איך גוט פארשטאנען מייו זיידע פארוואס ער האט נישט געוואלט אויסבייטען די טייערע ווערטער אויף א אנדערע נוסח, די כל בו איז ביי מיר געווען א לאנגע צייט ביז דער מאגיסטראט פון די רוסישע רעגירונג האט עיהם צוגענומין ביי אונז מיט נאך אסאך ספרים וויל עס האט געפעלט דעם שער בלאט וואס דאס איז די ערשטע בלעטעל ווי עס איז געווען די ערלויבעניש פוו די רויסשע צענזור. אבער איך קען דעים כל בו ביז היינט נישט פארגעסען.

דעת תורה » זונטאג מאי 3, 2015 1:21 am

· #271891
Re: געטראפן א אלטע געליציאנע אוצר
ווי אלט איז דער גוי / איד? זיין פאטער - אויב איז ער דער שרייבער - האט שוין געדארפט זיין א גרויס אינגל אדער נאך עלטער, היפש פארן ערשטן קריג כדי דער רוסישער מאגיסטראט זאל אים אוועק נעמען דאס סידור'ל צוליב די צענזור.

בן נריהו » זונטאג מאי 3, 2015 1:55 am

· #271901
דעת תורה, דער פאטער קען עס - די פאפירן - פון דעם זיידע'ן האבן געארבטיילט.

שטילע אינגערמאן, מיט הערצליכע דאנקען.

עס קומט, זייטנסוועג, איבערהויפט נישט אין געדאנק - כאטשיק ביי מיר - דאס וואס מיר זעען דא איז א צוריקבאלוין פאר דער געלינגענעם שפיצל - וויץ - איבער דער איד און דער בלאט צייטונגען, פון די זעלבע מעדיצין...

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 3, 2015 1:57 am

· #271902
דו האסט ערענסט אפגעטייפט יעצט די גאנצע זאך? Wow

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 3, 2015 8:23 am

· #271922
אפשר שטעלסטו ארויף א קאפי פון כתב יד?

אפטעמיסט » זונטאג מאי 3, 2015 9:46 am

· #271929
לבי אומר לי אז עפעס איז דגים דא. שטעל ארויס א בילד פונעם כתב יד ביטע.

נופת צופים » זונטאג מאי 3, 2015 9:49 am

· #271930
Re: געטראפן א אלטע געליציאנע אוצר
אפטעמיסט
לבי אומר לי אז עפעס איז דגים דא. שטעל ארויס א בילד פונעם כתב יד ביטע.

און אויב ביסטו גערעכט, נו, פארגינסט אים נישט אפאר איבעריגע לייקעלעך?

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 3, 2015 9:51 am

· #271931
יא, דא דגים, סנישט געווען אין א mall נאר א האטעל, אין יענער האט זיך נישט געמיטשעט מיט א רעדעל נאר מיט א boost, איי פארוואס האב איך געטוישט? נישט צוקומען צו גילוי ח״ו

אפטעמיסט » זונטאג מאי 3, 2015 9:54 am

· #271932
האלא, פארדריי נישט דעם שמועס. שטעל ארויס א בילד פונעם "כתב יד".

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 3, 2015 9:57 am

· #271934
האלט נישט דערביי, ווילסט מיר נישט גלייבן דאן ליין נישט די ארטיקעלעך איך גיי ארויף לייגען, טאמער זעהסטו סאיז אינטרעסאנט ליין ווייטער נישט ווייל אפשר באק איך אליין די מעשה אדער אפשר איז עס נישט געווען א רעדעל נאר א boost

אפטעמיסט » זונטאג מאי 3, 2015 9:59 am

· #271935
נו, פאסט נישט פאר דיר צו רעדן אזוי. וואס האב איך שוין געבעטן? ס'ווערט מער דגים פון מינוט צו מינוט.

petergrifin » זונטאג מאי 3, 2015 11:02 am

· #271953
Re: געטראפן א אלטע געליציאנע אוצר
אפטעמיסט
האלא, פארדריי נישט דעם שמועס. שטעל ארויס א בילד פונעם "כתב יד".

דו האסטו מורא אז מען לייקט י. מ. סופר'ס ארטיקל'ן?

לית דין בר נש » זונטאג מאי 3, 2015 11:56 am

· #271967
who cares יא דגים נישט דגים
איך האב זייער הנאה געהאט פון דער ארטיקל צו שטילע האט עס געשריבן צו יענעם'ס טאטע האט עס געשריבן.
שטילע די שטעל נאר ארויף נאך ארטיקלן

איך אויך » זונטאג מאי 3, 2015 12:07 pm

· #271972
אמת ,אבער דער נייער גייסט פון נעמען דעם עולם פאר א רייד איז נישט אזוי לרוחי (און כנראה לרוח פון אסאך אנדערע ניקלעך) ,ובפרט אז אפריל איז שוין פאראיבער.

ביבער » זונטאג מאי 3, 2015 12:50 pm

· #271982
שטילע, ווי שווער איז שוין צו אפשרייבן א פאפיר און עס איינטינקען אין קאווע?

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 3, 2015 2:06 pm

· #272009
ערב יו"כ א שטיקעל צייט פאר מנחה האט לייבוש די שמש פון ביהמ"ד אויסגעשפרייט אביסל היי לעבן די בימה און זיך אוועקגעשטעלט מיט א רצועה אין די האנט, אין יעדער איד וואס האט אפגעדאווענט מנחה איז צוגעגאנגען אין זיך אנידערגעלייגט אויף דעם היי אז די שמש זאל עיהם שלאגן מלקות, דאס שלאגן מלקות איז פארגעקומען בלויז אין ביהמ"ד ווי עס האבן געדאווענט די פראסטע עולם, אבער אין די חסידים שטיבעל האט מען קיין מלקות נישט געשלאגען, די חסידים האבן נישט געהאלטן פון דעם מנהג צו שלאגן זיך מלקות ערב יום כיפור.
מיר אינגלעך וואס פלעגן דאוונען מיט די עלטערן אין די חסידים שטיבלעך פלעגן ערב יו"כ לויפן אין ביהמ"ד אריין זעהן ווי מען שלאגט די אידן מלקות און ווי דער שמש ציילט די קלעפ מיטן פסוק והוא רחום.

דער שמש ר' לייבוש איז געווען א בייזער איד און פלעגט אונז אינגלעך ארויסטרייבען פון ביהמ"ד אז מיר זאלן נישט זעהן וועלכע אידן כאפן מלקות, ווייל עס איז געווען אסאך אידן וואס האבן געדאווענט אין די שטיבלעך און זיך גערעכנט פאר חסידים און דאך זענען זיי געקומען אין ביהמ"ד אריין כאפן מלקות און זיי האבן נישט געוואלט אז מיר זאלן זיי זעהן אין דאס דערציילן אין שטיבעל. געווענדליך האט דער שמש געשלאגען יעדער איד באזינדער, קיין צוויי אידן מיט אמאל האט ער נישט געשלאגן.
איינמאל ווען איך בין געווען אין ביהמ"ד און צוגעקוקט ווי מען שלאגט מלקות האב איך געזעהן ווי צוויי אידן לייגען זיך איינער לעבן די אנדערע און האלטן זיך ביי די הענט און ר' לייבוש דער שמש שלאגט ביידע אידן מלקות, און זיי וויינען שטארק אין זיי שלאגן זיך "על חטא", נאר ווי דער שמש איז פערטיג געווארן מיט די קלעפ האבן די צוויי אידן זיך אויפגעהויבן אין זיך געגעבן די הענט און זיך געווינטשען צו דערלעבן איבער א יאר מיט א כתיבה וחתימה טובה.

איך אלס אינגעל בין געווען זייער נייגעריג צו וויסען פארוואס מען האט געמאכט א אויסנאם אין די צוויי אידן געשלאגן אינאיינעם, איך האב געפרעגט מיין זיידע זאל מיך געבן צו פארשטיין, אט דאס איז וואס מיין זיידע האט מיר דערציילט וועגן די צוויי אידן.

אין א דארף נישט ווייט פון שטעטל האט געוואינט א איד, זלמן האט ער געהייסען, יעדעס יאר אויף ראש השנה און יו"כ פלעגט ער קומען אין שטעטל צו זיין צווישן אידן, דאס יאר וואס די דאזיגע האט פאסירט איז יו"כ געפאלן מיטוואך, דער דארפס איד איז נאך ראש השנה אהיים געפארן צוריק צו זיין פאמיליע און ערב יו"כ ווועט ער צוריקקומען אין שטעטל אריין, אבער אין דער צייט האט ער זיך אינגאנצען פארגעסן וועלעכע טאג איז יו"כ, וועמען צו פרעגן האט ער נישט געהאט, און דא איז שוין געווען שבת תשובה, ער האט גוט געוויסט אז אין די טעג דארף שוין זיין יו"כ אבער וועלכע טאג האט ער נישט געוויסט. אמאל זעהט ער לעבן זיין שטוב א איד פון שטעטל, דאס איז געווען נפתלי די דארפס הענדלער, וואס איז ארויסגעפארן פון שטאט אין דארף עפעס צו פארדינען אויף יו"ט, דער דארפס איד זלמן האט זיך געפרייט און געפרעגט ר' נפתלי וועלכע טאג געפאלט יו"כ, נפתלי וועלכע איז געווען פארנומען מיט זיין פרנסה און נישט געהאט קיין צייט האט עיהם אין איילעניש גענטפערט אז יו"כ געפאלט דארנעשטאג אין איז ווייטער געלאפן, צו דער נפתלי האט געוואלט מאכן אביסעל ליצנות פון א דארפס איד וואס ווייסט ניט ווען עס געפאלט אויס יו"כ צו אפשר אליין האט ער אויך נישט געוויסט די טאג? דאס ווייסט מען נישט, אבער זלמן דער דארפס איד האט עס אנגענומען זייער ערענסט אז יו"כ געפאלט אין דאנערשטאג,

מיטוואך אינדערפרי, דאס הייסט אום יום כיפור, איז דער דארפס איד אויפגעשטאנען און זיך צוגעגרייט צו פאהרן אין שטעטל אריין אויף יו"כ, די גאנצע פאמיליע האט געשלאגן כפרות אין צוגעבינדען די עופות מיטצונעמען צום שוחט אין שטאט, די פרוי האט צוגעגרייט אלס וואס מ'דארף מיטנעמען צו עסען און אויף אויספאסטן, דער דארפס איד האט איינגעשפאנט זיין וואגען און פערד און מיט די גאנצע פאמיליע מיט אלע קלאפגעצייג אריינגעפארן אין שטעטעל.

אויף די פעלדער וועלכע ער איז אדורך געפאהרן האבן געארבייט גוים וועלכע האבן אין די צייט געגראבען קארטאפעל, עטליכע גוים האבן עיהם געפרעגט ווי פאהרט ער היינט אין "סאנדי זשען?" אבער ער האט געלאכט פון זיי, ער ווייסט דאך אז סאנדי זשאן איז דאך הערשט מארגען.

ווען זלמן דער דארפס איד איז אנגעקומען אין שטעטל איז געווען עלף אזייגער פונקט אין דער צייט צוויישן שחרית און מוסף, א היפשע צאל אידן זענען אין די צייט צווישן שחרית אין מוסף ארויסגעכאפט זיך פון ביהמ"ד צו כאפן אביסעל לופט און זיך אפקיהלן פון דער היץ וואס איז פארהאן אין ביהמ"ד פון די ליכט, זלמן איז צוגעפאהרן מיט זיין וואגען צום שמש ר' לייבוש זיין בעל אכסניא וואס האט געוואוינט לעבן ביהמ"ד.

מיטאמאל זעהט מען ווי עס פאהרט צו צום ביהמ"ד א א איד אין די וואגען מיט עופות און א גאנצע פאמיליע מיט קינדער, מען האט באלד דערקענט אז דאס איז זלמן פון דארף מיט זיין פאמיליע, אסאך ווייבער האבן אוועקגע'חלש'ט און א טייל האבן גענומען קלאגן און וויינען. א איד איז געפאהרן אין יו"כ? דאס איז א זאך וואס נישט געהערט געווארן. די קולות אין שטאט איז געווארן שרעקליך, אבער אויף וועמען זאל מען דא שרייען? זלמן אליין איז געלעגן אויפן ערד ווי א טויטער, די פרוי און קינדער זענען געווען ווי פאר'חלש'ט און נישט געקענט ארויסברענגן א ווארט אויף זייער מויל, דאס גאנצע שטעטל איז זיך צוזאם געלאפן פון אלע שטיבלעך ווי מ'האט געהאלט אינמיטן דאווענען זענען אלע געקומען זעהן די ווינדער, א איד איז געפאהרן אויף יו"כ. צוויישען די מענטשן וואס זענען געקומען צו לויפן איז אויך געווען ר' נפתלי וואס ער האט געזאגט דעם דארפס איד אז יו"כ געפאלט אין דאנערשטאג. ער האט יעצט געזעהן וואס זיינע ווערטער האבן אנגעטוען.

דער רב אין שטעטל איז געזעצן אין ביהמ"ד אין ווען מען איז אריין געקומען עיהם דערציילען אז א איד פון דארף איז געקומען צו פאהרן און ער ליגט אויפן ערד ווי א טויטער, איז דער רב באלד ארויסגעלאפן און פראבירט צו ראטעווען דעם איד, נפתלי האט באלט דערציילט די אמת אז ער האט געזאגט דעם דארפס איד אז יו"כ איז הערשט דאנערשטאג ווייל ער האט אויך פארגעסן, דער רב האט איינגעשטילט דעם עולם און געהייסען יעדען צוריקגיין אין ביהמ"ד אריין, און דער רב האט שטרענג פארבאטען צו רעדן פון די געשיכטע אויף גאנץ יו"כ, די פרוי מיט די קינדער פון זלמן האט ער געהייסן אריין נעמען צום שמש און זעהן זיי זאלן קומען צו זיך און זיין געזינט. דער דארפס איד מיט ר' נפתלי האט ער געזעצט אין איין ארט צוזאם אין ביהמ"ד און דאוונען פון איין מחזור און זאגן די על חטא ביידע אינאיינעם, ביינאכט נאך מעריב האט דער רב געהאלטן די גאנצע עולם כדי ארויסצוגעבן די פסק דין אז יעדעס יאר דארף דער דארפס איד מיט ר' נפתלי שלאגן על חטא אינאיינעם און יו"כ זיצן אינאיינעם און זאגן די על חטא, און אויך דארף ר' נפתלי קומען יעדעס יאר אין דארף צו ר' זלמן אין זאגן די פונקטליכע טאג פון יו"כ, און דאס האלטן זיי יעדע יאר, און דערפאר האט מען זיי געשלאגן צוזאם.

לית דין בר נש » זונטאג מאי 3, 2015 2:22 pm

· #272011
חסידים געבן זיך נישט קיין מלקות עריו"כ?
אין גאליציע פון ווי דיינע כתבים קומען האט מען יא גיגעבן.

חקרן » זונטאג מאי 3, 2015 2:43 pm

· #272014
הערט מיר אויס אידן, עפעס שמעקט דא...

אין דער אלטער היים האט מען איבעראל געגעבן מלקות, עס איז נישט געווען קיין חילוק צווישן חסידים און נישט. דוכט זיך אז בלויז נאכן קריג איז דער מנהג (דוכט זיך אז עס ווערט אפילו געברענגט אין הלכה) געווארן אפגעשוואכט. די שרייבער פון די ארטיקלען (ווער עס זאל נישט זיין), זאל מאכן בעסער די ריסערטש איידער ער שרייבט.

עס גייט מיר נישט אן, יא אמת נישט אמת, אבער אויב שוין יא זאפטיק, מאך עס כאטש מיט א שלימות, נישט אבי געזונט...

א איד » זונטאג מאי 3, 2015 3:16 pm

· #272022
@שטילע אינגערמאן קוקט מיר אויס ווי די מעשיות פון שלום עליכם וכדו'
כהאב שוין געליינט אזוינע מעשיות,נישט עקזעקטלי די מעשיות וואס דו האסט דא אראפגעברענגט.
אזוי צו אזוי, עס איז זייער גוט, ייש"כ ברענג נאך.

געוואלדיג » זונטאג מאי 3, 2015 5:44 pm

· #272064
אם בריאה, הרי טוב, ואם לאו יברא, מאך דאס אליינס.

זוכער » זונטאג מאי 3, 2015 7:28 pm

· #272129
נישקשה'דיגע סחורה - לבי אומר לי אז עס קומט פון א בוך.

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 3, 2015 7:42 pm

· #272134
די עולם באפאלט מיר כאילו כזאג עפעס ליגענט אין כ׳באהלט עפעס, בסך הכל האב איך שטארק הנאה געהאט פון זיינע ארכיוון, אין כהאב געוואלט מהנה זיין די ק״ש חברים דערמיט, טאמער אבער קומט עס מיט א פעקעדז פון מיר באשרייען שייגץ אין שקרן בין איך זייער בסדר מיט האלטן די סחורה פאר מיר אין נישט מפרסם זיין דא, כמאך נישט קיין געלט אדער כבוד פון עס ארויף לייגן דא סאיז ממש שלא ע״מ לקבל פרס.

איך אויך » זונטאג מאי 3, 2015 8:07 pm

· #272142
די תמימותקייט דא איז אין לשער.

יין שרף » זונטאג מאי 3, 2015 8:55 pm

· #272156
און אפילו אויב יא? הו קעירס!! כאילו יעדער שרייבט נאר די אמת דא... ווילאנג ער שרייבט צום זאך און גוט, כל הכבוד!

דעת תורה » זונטאג מאי 3, 2015 9:17 pm

· #272170
Re: געטראפן א אלטע גאליציאנע אוצר
איך גלייב אים; ס'קאסט נישט קיין געלט.

אויסער דעם האב איך געהאט מסל"ת שמועסן מיט אים אין אישי וואס האבן געצייגט אז ס'איז ריכטיג.

(אגב, גאליציע שטימט מילא נישט ווייל גאליציע איז נישט געווען אונטער רוסלאנד. לעומת זה די חסידים אין גאליציע פלעגן זיך "נישט" שלאגן קיין מלקות ערב יו"כ, און אין רוסלאנד יא. אבער דאס קען זיין - איז מסתמא - פון גרויס פוילן).

און צו לעצט, וואס וועט געשען אויב איך וועל האבן געמיינט אז ס'איז עכט, און דערווייל איז עס נישט? ס'איז עטוואס א בעיבישקייט צו וועלן זיין א טאטע וואס מען קען אים בשו"א נישט אפנארן. איך בין א פשוט'ער בשר ודם, און יא, ס'איז מעגליך אז מען נארט מיר אפ. סאו וואט?

גנדי » זונטאג מאי 3, 2015 9:26 pm

· #272183
איז דאס די זעלבע וועג ווי אזוי די זוהר הקדוש איז נתגלה געווארן?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג מאי 3, 2015 9:35 pm

· #272191
Re: געטראפן א אלטע גאליציאנע אוצר
די מעשה איז 100% אמת ווייל לייבוש דער שמש איז געווען מיין פעטער.

איך אויך » זונטאג מאי 3, 2015 9:43 pm

· #272199
אה.

בעל מדות » זונטאג מאי 3, 2015 11:04 pm

· #272237
שטילע טייערע, לאמיר רעדן מיט דיר קוק אהן אזוי.
ביזט געווארן ווי -עס קוקט אויס- עפענדירט אדער בארירט פון דעם אז געוויסע ניק'ס האבן דיך פרובירט צו אראפלייגן אלץ איינער וואס טרייבט איבער וכדו' אויב די איבערצייגסט נישט מיט בילדער אז האסט טאקע געפונען דעם אנגעבליכן אינטערסאנטן אוצר.
איך קום אבער פון אנאנדער שטרעמונג און איך וואלט דיך פארבעטן ווען מיין נאז שמעקט די פעך פארנט פון דיינע שיך אז זאלסט אינאכט נעמען אז עס זענען פארהאן אסאך מענטשן אויף דעם פלאנעט וועלכע ווערן שרעקליך אנגערייצט ווען מען רעדט פון די אמאל, און היסטאריע איז ביי זיי ווי א נאש פאר א דריי יעריג'ס, אדער ווי א תגובה פון @יואב פאר מיר...און ווען די פובליצירסט אזא מין קאמישע אינטערסאנטע און אינספירירנדע ניצוץ וועלכע פארבט אראפ שטיקער פון אמאל נעמט עס אויס ביי געוויסע מיט א ספעציעלע איבעראשונג און עס ווערט מער און מער פילפארביג מיט יעדן שטיקל וואס די שטעלסט ארויף און די אינטערעסע שטייגט פשוט פון די מאנכע היסטאריע ליבהאבער צו כאפן א קליינע בליק פון וואס מען רעדט דא.

אמת, מאכסט נישט קיין געלט דערפון אבער טוה שוין א'גאנצע ארבעט פאר די וועלכע גלייבן דיך מיט היסטארישע נאמנות און ווילן פשוט מיט טיעפע נייגער כאפן א ארכעאלאגישע אבזערוויר אויף דעם גאר היסטארישע דאקומענטאציע

מיין ווייב פארלאנגט איך זאל שוין אויפהערן פלאפלען...שטילע צום פונקט..איך חלש און קוק ארויס צו א בליק טוהן אויף דעם פענאמענאלע גאליציאנישע מציעה

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 5, 2015 11:02 pm

· #272822
רבותי, ס'איז טאקע גאר א אינטערעסאנטער אוצר. איך האב געזעהן עטליכע פון די בלעטער. שאלה איז אויב ס'איז אמת'ע מעשיות אדער חלקים פון א אידישע נאוועל. דא איז דא סחורה, כ'מיין מ'דארף א שטיקל מערכת אויב שטילע איז מסכים.

יין שרף » מיטוואך מאי 6, 2015 12:30 am

· #272860
וואס שטערט אייך צו פאוסטען א אריגינעלע סעמפל להוציא מלבן של צדוקים?

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 6, 2015 9:29 am

· #272884
דארף מען בעטן שטילע, ס'זיינס.

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 10, 2015 8:03 pm

· #273859
.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 10, 2015 10:16 pm

· #273908
בן נריהו
דעת תורה, דער פאטער קען עס - די פאפירן - פון דעם זיידע'ן האבן געארבטיילט.

שטילע אינגערמאן, מיט הערצליכע דאנקען.

עס קומט, זייטנסוועג, איבערהויפט נישט אין געדאנק - כאטשיק ביי מיר - דאס וואס מיר זעען דא איז א צוריקבאלוין פאר דער געלינגענעם שפיצל - וויץ - איבער דער איד און דער בלאט צייטונגען, פון די זעלבע מעדיצין...

ר' בן נריה: דיין סטיל פון שרייבן אידיש דערמאנט מיך אין מיין נייעם געלעקסיS6 פאון. ווען איך האב געטרענספערט די קאנטאקטס פון מיין אלטן פאון איז אלעס אויסגעקומען משה קאפויער. למשל דער קאנטאקט יאנקי סעלל איז ארויסגעקומען. סעלל יאנקי. אדער באס רבי איז ארויסגעקומען רבי באס וכו'

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 11, 2015 12:35 am

· #273945
איך רייב מיר די אויגן. כ'לייען ריכטיג?
בערל באלעגאלע מיט א גאלעקסי S6 ??
לא יאומן.

זאגסטו אז קאפויער משה איז אויסגעקומען משה קאפויער. מאדנע.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מאי 26, 2015 12:11 am

· #278069
א דאנק @הויזן טראגער פארן איבער דריקען די ארטיקעל.

אין פוילן אין די קליינע שטעטלעך האט די ריסישע ריגיראנג מיט זעכציג יאר צוריק, איינגעפירט אז יעדער בעל הבית דארף האלטן ביי זיך אין הויז א ריסישן זעלנער. אים געבן א ארט צו שלאפן. אין עסען דריי מאל אין טאג. דאס איז געווען א שטראף פאר די פאליאקען וואס האבן מיט עטליכע יאר פריער געמאכט א אויפשטאנד קעגן דעם ריסישען צאר. אבער צים מערסטען האבן פין דעם געליטען די אידין אין די שטעטלעך. ווייל די בעל הבתים אין די שטעטלעך זענען געווען כמעט נאר אידין. אין זיי די אידין איז אויסגעקימען צי האלטען די ריסישע זעלנער אויף זייערע פלייצעס. אין געבען זיי א דירה. אין עסען.
וואב איך וויל דא פערשרייבען, איז פאר געקומען באלד נאך די ימים טובים, אין אהן הייב ווינטער. איך בין דעמאלט אלט געווען דריי יאר אין אהן געהויבען צו גיין אין חדר. איך האב נאך ביז דעמאלט קיין זעלנער נישט געזען. אין קיין ביקס אוודאי נישט... מיט אמאל עס קומט אריין אין שטוב דער סאלטעס מיט א שטעקען אין דער האנד. אין נאך אים גייט א הויכער ריסישער זעלנער מיט א גרויסער ביקס אויף די פלייצעס אין טראגט א גרויסען קאסטעו אויף די אקסלען. אין דער סאלטאס זאגט מיין זיידען וואס איז געווען דע רבעך הבית פין הויז, אז דער זעלנער וועט דא זיין זעקס חדשים. אז מען זאל אים געבען א ארט ווי צי שלאפן, אין אים געבען דריי מאל אין טאג געניג עסען. אז ער זאל זיין זאט. אין קאנען דינען דעם צר. אויב נישט וועט מען ווערען שווער בעשטראפט. האט דער סאלטאס צי געגעבען. אפגעזאגט דעם מזמור איז דער סאלטעס א וועק געגאנגען. אין דער זעלנער מיט זיין ביקס. מיט זיין גרויסען קאסטען איז געבליבען שטיין אינמיטען שטיב אביסעל איינגעבויגען ווייל ער דער זעלנער איז געווען העכער ווי דער באלקאן פין אינזער שטיב.
מיר קליינווארג. דאס הייסט איך אין מיין שוועסטער וואס איז געווען עלטער פין מיר מיט צוויי יאר. האבען זיך צעלאכט פין דעם קאמישען איינדריק וואס דער זעלנער האט אויף אינז געמאכט. אין מיר זענען אנטלאפען אין צווייטען צימער אריין. אבער דע גרויסע מענשען פין שטיב דער זיידע מיט דער באבע. זענען געווען פערצווייפעלט. וואס טיט מען מיט דעם זעלנער?. ווי טיט מען אים אהין?. ווי זעצט מען א וועק?. האבן זיי געטראכט. איבערהויפט איז די באבע געווען דערשראקן. ווייל עס קאן דאך זיין אז ער האט ביי זיך א שטיקעל חזיר....אין ווי קאן עז גאר זיין אז ביי איר כשר אפגעהיטענע שטיב זאל זיך געפינען א זא טריפע זאך ווי חזיר?. די פליישיגע באנק ווי זי מאכט כשר דאס פלייש. וועט זי אים ניט געבען. די מיליכעגע באנק ווי עס שטייט דאס מילכיגע געשיר קאן זי זיכער דעם זעלנער נישט געבען. היינט וואס טיט מען מיט אים?. ריידען מיט אים קאן קיינער נישט א ווארט. ער אליין דער זעלנער איז א "כאכאל" פין טיף ריסלאנד. וואס ווייסט נישט מער ווי זיין כאכלאצקע שפראך. אין ער שטייט נאך אללעס מיט זיין קאסטען אויף די פלייצעס, אין מיט זיין ביקס אין דער האנד. ער שטייט נאך אזוי איינגעבויגען, אזוי ווי פערלוירען. אין ער ווייסט אליין נישט ווי ער איז אין דער וועלט..
ביי מיין זיידען איז געווען א "גארבארנע". ער האט אויס געארבייט פעל אויף לעדער, עס האבען ביי אים געארבייט עטליכע ארבייטער. אללע אידן. ווען זיי האבען דערהערט אז עס איז געקימען א זעלנער וואהנען דא אין הויז, זענען זיי אריינגעקימען פין דער גארבעריי אין שטיב אים זעהן. צווישען די ארבייטער איז געווען איינער וואס האט געקאנט ריידן אביסל ריסיש, אין ער האט שוין די זאך געברענגט אין ארדענאנג. מעו האט אריינגעברענגט א באנק פין דער גארבעריי. אין געמאכט א פלאטץ לעבען אויווען א וועק געשטעלט א עמער מיט וואסער. א בעזינדערע קווארט צי שעפען דאס וואסער. ער זאל נישט ניצען אינזער וואסער. אים א וועק געזעצט אויף זיין ארט לעבען אוווען. געוויזן אים א ארט ווי צי שלאפען. אין אים געזאגט אז מען וועט אים אללעס צי געבען. ער זאל זיך נישט צי רירען מיט זיינע הענט צי קיין שים זאך אין שטיב. עסען האט מען אים ציגעגרייט אין א בעזינדערע כלי, אין א וועק געשטעלט ביי אין אויף זיין ארט ווי ער איז געזעסען. די באבע פלעגט אים געבן פלייש פין אינזער עסען. ווייל קיין טריפה פלייש האט זי נישט געוואלט אריין נעמען אין אינזער הויז. ביי אנדערע בעל הבתים ווי עס איז אויך געווען זעלנער אויף קעסט, האט מען געשמאלצען דאס עסען פין די זעלנער מיט חלב... אבער ביי אינז האט מיין זיידע דאס נישט געלאזט טאן. נען האט דעם זעלנער געגעבען דאס זעלבע עסען וואס מיר האבען געגעסען. נאהר אביסעל מיין... דער זעלנער איז געווען א אינגער אפשר נישט מיין ווי 20 יאר אלט. ער איז געווען א קרעפטיגער מאן, הויך. שיין. אין זייער א שטילער. מען האט פין אים קיין הויך ווארט נישט געהערט. גאנץ פרי איז ער אוועק געגאנגען מיט דער ביקס אין פעלד אריין מיט די אנדערע זעלנער וואס זענען געווען אין שטעטעל, לערנען זיך שיסען. איןי ער איז צריק געקימען נאך מיטאג, ווי זיין עסען איז שוין געשטאנען גרייט פאר אים אויף זיין פלאטץ. קיין ווארט האבען מיר מיט אים נישט געקאנט ריידען. אין נישט ער מיט אינז. ער פלעגט זיצען גאנצע שעהן אהו געשפארט די הענד אין זיין קאפ אויף די דאלענעס אין טראכטען... ליינען אין שרייבען האט ער נישט געקאנט. ער איז געזעסען ווי א שטימער. טויבער. אין געטראכט... ווען איך בין אהיים געקומען פין חדר, פלעג איך זיך א וועק שטעלען לעבן זעלנער אין אויף אים קיקען. אבער די באבע מיינע האט מיך נישט געלאזט קיקען אויף אים. ווייל ער טראגט א צלם אויף זיין האלז. איין מאל ווען איך האב מיך געשטעלט א קעגן דעם זעלנער, האב איך בעמערקט אז ער וויינט. איך האב געזען אז אויף די הענד וואס ער האט אינטער געהאלטן זיין קאפ. רינען טרערען. איך בין געלאפען אין דאס געזאגט מיין שוועסטער. אז דער זעלנער וויינט. מיין שוועסטער איז געווען עלטער פין מיר מיט צוויי יאר. זי איז אלט געווען 5 יאר. מיין קליין שוועסטעראל איז צי געגאנגען זעהן, אין איז צריק געקומען מיט פערו ויינטע אויגן, אין געזאגט אז דאס איז אמת, ער וויינט נעבעך... אין זי האט זיך אויל שטאריק צעוויינט. מיר האבען דאס געזאגט די שטיב מענשען אז דער זעלנער וויינט נעבעך. אבער די שטיב מענשען האבן געזאגט אז מו הסתם האט אים דערזיינער "פעלדפעבעל" גיט אהן געשלאגען. ווייל אויב נישט וואס האט א זעלנער צי וויינען?. וואס פעהלט אים?. אט אזוי איז געווען די ערשטע וואך וואס דער זעלנער איז געוווען ביי אינז. ביז עס איז געקומען שבת. מיר האבן צי געגרייט אינזער טיש צים עסען אין דער צווייטער שטיב. ווייל דער זיידע האט נישט געוואלט מאכן א ברכה, אין מאכן קידוש. אין א שטיב ווי דער זעלנער זיצט מיט זיין צלם אויף דעם האלז. ווען מיר האבען געגעסען די שבתדיגע פיש. איז דער זיידע אויף געשטאנען פין טיש. אין געזאגט. שיינדעלע. (אזוי האט מיין באבע געהייסען). שיינדעלע. גיב מיר א גרויס שטיקעל פיש אויף א בעזינדערען טעלער. אין גרייט צי בעזינדער געשיר פאר דעם זעלנער. ער וועט דא עסען מיט אינז ביי דעם טיש. היינט איז שבת. אין מיר אידין דארפען דעם הייליגען שבת פילען עפעס גרעסער, שענער, ווי מיר פילען א גאנצע וואך. דארטען זיצט א מענש וואס איז אויך בעשאפען געווארען אין גאטס געשטאלט... ער האט אויך זיכער אין זיין היים א פאטער. א מיטער. ער איז דא פרעמד. אין זיין הארטץ איז נעבעך צי ווייטאגט. ער האט די וואך געוויינט. די קינדער האבען דאס געזעהן. דאס איז זיכער פין בענקשאפט. ער איז דא פרעמד אין עלענט. מיר טארען זיך נישט ערלויבען צו זיצען דא אין עסען, טינקען, לכבוד שבת, אין דארטען לעבען אינז זאל זיצען א מענש אזוי פערוויסט אין פערפינסטערט. דאס וועט הייסען אז מיר זענען מחלל דעם הייליגען שבת קודש. נאך די דאזיגע רייד, איז דער זיידע אריינגעגאנגען אין דער שטיב ווי דער זעלנער איז געזעסען. אין אים אהן גענומען ביי דער האנד אין אריינגעפירט אים צים טיש מיט אינז. דער זיידע האט אים אנגעגאסען א גלעזעל בראנפען אפ געשניטען א גרויסע מוצא חלה. אין געהייסען אים זיצען ביים טיש אין עסען. געגעבען אים אלעס פון עסען גלייך מיט אינז. די ערשטע מיניט איז דער זעלנער געווען אזוי ווי פערשעמט. פין דעם שבתדיגען טיש. פיל לייכטער מיט ליכט. וואס ער האט עס נאך מן הסתם אין זיין לעבען נישט געזעהן. אבער ליבלעכע געפילווס האט אינז אללע בעהערשט פין זיידענס רייד, אין דאס געבען אים עסען מיט דער פילער האנד, האט אויף אים געווירקט אז ער זאל זיין צעפרידען. מיר קליינווארג האבן אנגעקוואלן, אין ליב געהאט דעם זיידען פאר וואס ער האט דאס געטאהן. נאכן עסען איז דער זעלנער צריק אריין צי זיך אין שטיב. אין דער זיידע האט זיך געגרייט צים בענטשען. איך האב דערמאנט דעם זיידען אז מיר האבן נאך נישט געזאגט "כל מקדש" אין אויך די אנדערע זמירות. האט דער זיידע מיר געזאגט. אז דאס וואס מיר האבען געטאהן מיט דעם פרעמדען מענשען, דארפען מיר שוין נישט זאגען קיין אנדערע זמירות. ווייל דאס איז דער שענסטער זמר צים אויבערשטען. פאר זיין שבת, צי מארגענס שבת ביי דעם עסען איז אויך דער זעלנער געזעסען ביי דעם טיש אין געגעסען מיט אינז. נאך דעם עסן האט דער זעלנער געוואלט קישען דעם זיידען די הענד. אבער דער זיידע האט דאס נישט צי געלאזט. דער זעלנער איז פין דעם שבת אהן אין ווייטער געווארען א גאנץ אנדערער מענש, ער איז שוין נישט געזעסען אין אהו געשפארט זיין קאפ אין די הענד. ער איז געווארין עפיס פרייליכער, לעבידיגער, ער האט געזענגען. זייער שיינע ליעדער. אמת מיר האבען זיי נישט פערשטאנען. אבער דאס זינגען איז געווען שיין צי הערען. ער פלעגט העלפען אין שטיב מיט וואס ער האט געקאנט. האקען האלץ, ברענגען וואסער, אין דער גארבעריי ווי דער זיידע האט געארבייט מיט זיינע ארבייטער. האט ער מיטגעהאלפען. ער האט נישט געלאזט טאן דעם זיידען קיין שווערע ארבייט. ווי נאר ער האט געזעהן דעם זיידען עפיס טאן. איז ער צי געלאפען אין אים געהאלפען.
איין מאל דאס איז געווען אין מיטן ווינטער. דער באהעלפער איז געקומען מיך נעמען אין חדר אריין. עס איז געווען א גרויסער שניי, אין א פראסט, דער באהעלפער א אינגעל פין 16 יאר. האט מיך געוואלט נעמען אויף די פלייציס זיינע. אין טראגן. ווייל עז איש אממעגליך געווען פאר מיר צי גיין אין שניי. דער זעלנער איז גראדע געווען אין שטיב. אין געזעהן ווי איך קריך ארויף אויף די פלייציס פין דעם אינגל. וואס איז א באהעלפער. דער זעלנער איז צי געלאפען. אין גענימעס מיך אין אויך דעם באהעלפער אויף זיינע פלייציס. אין אינז ביידע א וועק געטראגן אין חדר אריין. ווען דער רבי האט דעם זעלנער געפרעגט צי עס איז אים נישט שווער געווען צי טראגן אינז ביידע ? האט ער געענטפערט אז ער קאן דאס גאנצע חדר מיט דעם רבין אויך א וועק טראגען. אין דער ביי ציגעשמייכעלט...
דער זעלנער פלעגט בעקימען יעדן חודש געלד פין זיין היים פין ריסלאנד. אויף מיין זיידענס אדרעס אין ווען ער האט בעקימען געלד. האט ער דאס אויס געביטען 5 ווער קאפיקעס. אין דאס געטיילט די ארימע לייט וואס זענען געגאנגען אין די הייזער נאך א נדבה. ער האט געזעהן ווי מיר קינדער גיבען א מאל א ארימאן א שטיקעל ברויט. ווייל מיר האבען דאך נישט געהאט קיין געלד ווען די עלטערען זענען נישט אין שטיב געווען. אין כדי דאר ארימאן זאל נישט ארויסגיין פין א אידישע שטיב ליידיג האבן מיר געגעבען א שטיקעל ברויט. האט ער דער זעלנער געקויפט א גרויס ברויט. אין עס צישניטען אויף פיר פערטעל. אין ידען ארימאן געגעבען א פערטעל ברויט. צו זיין נדבה פון פינעף קאפיקעס.
פאר קיין "חזיר" האט מען נישט בעדארפען מורא האבען ביי אינז אין שטיב. ווייל ער האט שוין געוויסט אז דאס דארף ער נישט ברענגנן אין שטיב אריין. צים נייעם יאהר האט מען האט מען די זעלנער געגעבען אין דער ראטע קיכען מיט א פארציע חזיר. פאר זייער חגא. אבער אינזער זעלנעראיז געשטאנען א גאנצע נאכט אין דעראסען ביי דער טיר לעבען אינזער הויז. אין נישט געוואלט אריין גיין אין שטיב. ביז ער האט עס פריער נישט אויף געגעסען. אין זיך גיט אפ געוואשען די הענד. אין דאס מויל.
אינדער פרי האט דער זיידע אים געטראפען שטיין אין דער פראסט אין קעלט אין זיך געריבען מיט שניי די הענד. אז מען זאל נישט דערקאנען אז ער האט חזיר געגעסען. דעם ביישפיל פון זיידען. האבען כמעט אללע אידין פין שטעטעל וואס האבען געהאט זעלנער אויף קעסט. נאכגעטאן. יעדער האט געזעהן אז ער זאל דעם פרעמדען זעלנער מקרב זיין. אין זיך מיט אים גיט איינלעבען. דאס רוב זעלנער זענען געווען פין טיף ריסלאנד. זיי האבען אין זייער לעבען קיין איד נישט געזעהן. אין זענען געווען אזוי ווי קינדער. ווען מען האט זיי גיט בעהאנדעלט זענען זיי געווען גיט אין ארנטלעך. די שכנים אינזערע די שטעטעלשע פאליאקען האבן נישט געקאנט פערטראגען דאס וואס די אידען לעבען גיט מיט זייערע זעלנער די קעסט קינדער. זיי האבען דאב נישט געוואלט צי זעהן. אין געווען צעפרידען וואס די אידען האבען נישט קיין צרות... אויף דעם צווייטען יאר האט מען שוין ציגענימען ביי די בעל הבתים די קעסט קינדער..... נאהר יעדער בעל הבית האט געמיזט צאלען מיט געלד. פאר דעם אויסהאלטען פין די זעלנער. אין די שכנים די פאליאקען זענען שוין געווען ציפרידען. וואס מען נעמט ביי די אידען געלד פאר זייערע זעלנער....

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 26, 2015 10:20 pm

· #278346
וואס מיינט סאלטעס?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 2:01 am

· #278391
שמעקעדיג
איך רייב מיר די אויגן. כ'לייען ריכטיג?
בערל באלעגאלע מיט א גאלעקסי S6 ??
לא יאומן.

זאגסטו אז קאפויער משה איז אויסגעקומען משה קאפויער. מאדנע.

ס'נישט א איך קענמיך אויס מיט די אלע טשאטשקעס און פיטשעווקעס און עפפס. זאללן זיי מיר זיין געזונט. איך קען קוים אריינלייגן קאנטעקטס און רעדן אויפ'ן פאון. א סאך מאל טראכט איך. וואס האט מיר אויס געפעלט אזא שיינע טוי. נאר, אז מ'געט, נעמט מען... 😂

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 2:03 am

· #278392
אנאנים: ייש"כ פאר די עצה טובה. נאר איך האלט נאכנישט דארט. אפשר אין א יאר ארום אי"ה... 😂

בן אדם » מיטוואך מאי 27, 2015 2:40 am

· #278404
berlbalaguleh
אנאנים: ייש"כ פאר די עצה טובה. נאר איך האלט נאכנישט דארט. אפשר אין א יאר ארום אי"ה... 😂

נישט גילטיג און א יאר ארום. עסט שוין אידזשויען דיין גאלעקסי S7 י (free) טוי.

א געלעכטער » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 3:49 pm

· #299898
לבי אומר לי אז די גאנצע מעשה איז א bluf

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:21 pm

· #299941
עיני אומרים לי אז ס'איז אמת. כ'האב געזעהן די צעטלעך פון שטילע.

אדונינו » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 8:51 pm

· #299975
און אונזערע קינדער וועלן בהכרח וויסן אז עס איז אמת, ווייל זיי האבן עס געזען אויף קאווע שטיבל... נאר ווער די לץ איז, דארף מען קלאר מאכן. (שטילע, דער זון, דער טאטע, אדער גאר א פערטער. ימים ידברו...)

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 9:00 pm

· #299976
מיין הער, פארוואס אין די פריקין וועלט זאל איינער דא וועלן חוזק מאכן פונעם עולם? באמת, איך וויל עס פארשטיין. יעדער מאל איינער עפענט עפעס א מיסטריעזע אשכול דארף מען מאכן די גענאר פון יענעם. לעצטענס האב איך ארויפגעלייגט א פרעזענדליכע מעשה און אפאר לצים קומען מיר אריין אין אישי סעקירן. ווט"פ איז ראנג מיט מענטשן? איך דערצייל א מעשה, ווייל איך וויל מיטטיילן מיט חברים מיין עקספריענס מיט עפעס. פארוואס דארף איך דארף צאלן א פרייז מיט הערעסמענט פאר'ן ארויף לייגן שטאף צו ליינען?

אויב גלייבט מען נישט עפעס וואס איינער שרייבט אנליין, וויש אפ די נאז און גיי ווייטער. וואס עפעס חוזק מאכן. וואס קען שוין זיין די כיטרע אגענדע חוזק צו מאכן פון דיר? #פאראגוטגעבענשטיאר
בלאט: 1 2