☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו

מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9820
בלאט: 1 2

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:26 pm

· #309421
מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
איך וויל ניצן די אשכול בעיקר צו באשרייבן מיין אינטערעסאנטע באזוך אין ארץ ישראל אפאר וואכן צוריק, ווי אויך פארשידענע איבערלעבנישן בשעתה. הצעות און פראקטישע עצות כפי בקשת חברינו @Big Boy וועל איך אי"ה באזונדער באשרייבן אין אחיעזר, אין דעם אשכול.

איידער איך הייב אן באשרייבן די נסיעה, וויל איך מיר עפענטליך באדאנקען פאר חברינו היקרים, @שמעקעדיג, @געוואלדיג און @אנאנים פאר זייערע פילע הצעות קודם די נסיעה, וואס האט איר געמאכט גאר רייך און אינטערעסאנט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:07 pm

· #309430
מוצאי שבת וירא, י"ח חשון.

ס'איז מוצאי שבת פרשת וירא, מ'מאכט הבדלה שנעלער ווי א מוצאי יו"כ מעריב און מ'רייסט צו JFK צו כאפן א פליגער צו ארץ ישראל. א לאנד ווי איך בענק שוין די לעצטע פערצן יאר נאכאמאל צו באזוכן. די באזוך איז צושטאנד געקומען צוליב א משפחה שמחה וואס האט מיר ערלויבט צו ערפילן דעם חלום. מיין ווייב ווי אויך אפאר קינדער שטייען אויף די לאנגע שורה איינצוטשעקן די רענצלעך ווען אן ישראלי זיכערהייט אגענט שפראצט ארויס און פרעגט מיר ווי איך האב היינט געדאווענט מעריב(!). דער איז ממשיך מיר אויסצופרעגן זיכערהייט שאלות אין פארעם פון מאדנע רעגליעזע שאלות. ער וויל וויסן ווי אזוי די ד' מינים הייסן און ווי אזוי מ'רופט די תפלה וואס מ'זאגט מוצאי שבת איבער בשמים און לעכט. הפנים, זעהט אויס אז טעראריסטן עסן מוצ"ש אן הבדלה.

יעדער מענטש, אדער אין מיין פאל א גרופע, באקומט איין אישור קארטל אז מ'איז כשר פלייש און יעלה. מ'גייט דורך TSA סעקיורעטי און מ'שטעלט זיך אין די שורה ארויפצושטייגן. איך חכם בין דערווייל געלאפן קויפן איבערגעפרייזטע גאום, און ביים צוריקקומען איז שוין מיין משפחה געווען אויפן פליגער מיט אונזער איינצעלנע אישור קארטל און מ'האט מיר נישט געוואלט ארויפלאזן...

די ווייב רופט, די שווער רופט, ס'איז פריילעך.. דער רויטער בלייבט אין ניו יארק. די חברה האבן מיר גענומען אויף א שטרענגע, ווידער אמאל רעגליעזע אויספארשונג. צוויי זכרים מיט איין נקיבה ווילן וויסן אלעס איבער אידישקייט. זיי ווילן וויסן וואס די פוינט פון שאקלן לולב איז? עממם צו פארטרייבן אלדס בייזן, אינקלאדינק ענק זאג איך. טייל לאכן, טייל האלטן זיך ערענסט, אבער שוין, דער רויטער גאום קייער איז כשר בהמה פלייש. שַלום!

דער פליגער איז הייס און שמאל (אזוי ווי די סטוערדס, לאל) אבער מ'געבט זיך אן עצה. בעת די פרייע שלאפן, זענען די פרומע ביזי קריכן איבער יעדעם מיט'ן שווייסיגען טלית. אבער מי כעמך ישראל, מ'איז נאנטער צום הימל, מ'שפירט זיך נאנט צו גאט, דארף מען אריינכאפען אין די שמאלע עזות פאס צווישן די תנור וכיריים און די שירותים.

רימון » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:51 pm

· #309593
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
א פעטיציע איז אין אפעקט אז רויטע וואנצעס זאל ווייטער ממשיך זיין.

בר-כוכבא » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:01 pm

· #309604
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
רימון
א פעטיציע איז אין אפעקט אז רויטע וואנצעס זאל ווייטער ממשיך זיין.

גר ותושב » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:46 pm

· #309611
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
רימון
א פעטיציע איז אין אפעקט אז רויטע וואנצעס זאל ווייטער ממשיך זיין.

אפשר איז ער נאך אפגעמיטשעט פונעם וועיג.

רימון » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:02 pm

· #309613
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
רויטע, איך רעפרעש יעדע צען מינוט די פעיזש צו זען אויב דו האסט שוין געשריבן.
נעם עס אין קאנסידארעישאן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:05 pm

· #309614
אי"ה מארגן. כ'ווארט אז די ישראלי מנהג פון געג ארדער זאל אראפגענומען ווערן אויף די איבריגס.

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:27 am

· #309664
זונטאג פרשת חיי שרה, י"ט חשון.

ס'איז זונטאג שפעט נאכמיטאג, ווען מיר לאנדן אין לוד לופטפעלד. די וועטער איז פארכמארעט און רעגנעדיג. האט מען געמאכט אן עמערזשינסי לאנדונג אין רעגן'דיגן ענגלאנד? ניין, ס'איז ארצינו הק' אין די צייט פון יאר, ווען זי באקומט איר קריטישע רעגן וואסער.

נאכן שפאצירן דעם גאר לאנגן וועג דורך סעקיורעטי און בארדער קאנטראל, זענען מיר געגאנגען אפנעמען די פעקלעך. די קאנוועיר איז געווען צובראכן, האט מען געדארפט ווארטן פערציג מינוט זיך צו פאראיינגען מיט די טראמא צוריסענע רענצלעך.

אהה.... ארץ ישראל, וויש אפ דיינע רעגן טרערן! בין איך ווירקליך אויף דיינע נאסע זאמד? א סקרוך איז מיר דורך די ביינער פון די רעאליטעט פון זיין דא צוריק אין א לאנד וואס איך האב אזוי סאך קונה געווען בימי נעורי. א פלאץ וואס יעדער - משוגע צו נארמאל - איז באקוועם צו זיין די אמת'ע זיך. א פלאץ ווי יעדער איז ווי איין גרויסע משפחה. א פלאץ וואס דערמאנט מיר פון א ישיבה וואס דער משגיח האט פארגעסן צו קומען איין טאג. ס'איז פרייליך, לוסטיג, ווילד און ברודערלעך. וואס פרעגסטו?! טעראריסטן? סארי, כ'ווייס נישט וואס דאס איז.

נאכן האבן א גאר געשמאקן שמועס מיט'ן דרייווער אויפן וועג, זענען מיר אנגעקומען צו ירושלים. די וועטער דארט איז שוין געווען טריקן און גאר אנגענעם. מיר האבן געברענגט א ניו יארקע טראפיק צו די בית ישראל געגענט, צוליב וואס אונזער טענדער האט בלאקירט די גאס אראפצולייגן א באנדע חסידים מיט א איבערגעטריבענע מאס פעקלעך. וואס קען מען טוען, יעדער האט מיטגעברענגט שטותים פון זייער צווייטע קאזין, איבער צו געבן פאר זייער דריטע קאזין וואס וואוינט טיף אין מדבר יהודה.

די נאכט איז רעשיג, ס'טומעלט זיך א ירושלימער געטומל. מירע ישיבה בחורים לויפן צום קלינערס אויפן וועג צו מנחה, בעת פרושים קערן זיך שוין צוריק פון מעריב. די בחנ'טע בית ישראל שטיבלעך ווירבלט מיט מתפללים און שנארער צוגלייך. איך דאווען מעריב צווישן א ספרדי עובד און א בא'חנ'טע ירושלימ'ער אינגעל און מ'גייט שפאצירן.

מיר שפאצירן אין די נאסטאלגישע מאה שערים געגענט און באטראכטן די שמאל געפאסטע געסעלעך וואס ווארענען אויף שמאל געפאסטע קליידער. די גאס געפלאסטערטע שטיינער רעדט צו אונז פון די אמאל. זיי דערציילן אונז פון קנאות, צניעות, ארעמקייט און צדקות. די הייזער דערציילן אונז פון די פילע צדיקים און וואוילע אידן זי פלעגט ענהאלטן, אין צייטן אזוי ווייט, רייך און נאסטאלגיש.

מיר עסן נאכטמאל אינעם גאר געשמאקען רעסטוראנט, פיטה'לע אויף די מלכי ישראל גאס, ווי די ציפים מיט די שווארמע גיבט אונז כח אויף א גאר אינטערסאנטן מארגן.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 8:47 pm

· #309932
מאנטאג פרשת חיי שרה, כ' חשון. (ח"א)

אודה לא-ל לבב חוקר ברן יחד כוכבי בוקר... די שמעק פון מאפיות נחמה'ס פרישע ברויט, מישט זיך אויס מיט די זינגעריי פון פייגל אונטער א ווארימע ירושלימ'ער זון. אירע שטראלן כאפן זיך אריין ביז צו מיין בעט, אין די פארעם פון שפאלטענעס אין די ראסטיגע גראטעס. מוניות פייפן שוין אויף די גאסן, ווי אין א פארמעסט מיט מיין אלארם זייגער וואס שרייט פון איר באהעלטעניש אונטערן בעט. מ'שטייט אויף מיט א פרישקייט און מ'יאגט זיך ארויף די שיפע בית ישראל גאס אריין צו די בתי אונגארן, וואו מ'גייט פראווען א מקוה נוסח ירושלמי. די נייע הערליכע מקוה אין בתי אונגארן איז א יופי פון א פראיעקט. די מקוה, ווער עס געדענקט, איז געווען א פאנגוס פאסטקע פאר צענדליגע יארן, ביז וואוילע נדיבים בעם האבן איר פארוואנדלט אין א הורדוס מקוה. ריין ציכטיג, פראכטיג און געשמאק, זי שטעלט פאר א סיבה צו זיין א חסידישער איד. מ'טוט זיך אן די צוגעשטעלטע קראקס און מ'גייט זיך צוגרייטן בטהרה, פאר א גאר געהויבענעם שחרית ביים כותל המערבי.

נאכן מקוה זעמער געגאנגען כאפן א קאווע אינעם דערנעבעדיגן בית המדרש פון די תלמידי חתם סופר. די ביהמ"ד איז נאכנישט איבערגעבויעט געווארן פון אינעווייניג, און שטעלט פאר א אוצר פון היסטאריע און נאסטאלגיע. די ברעקל'דיגע קאלעך אויפן דאך קוקט אראפ אויפן ציבור מיט ביטול, ווי צו זאגן "איר זענט הונדערט און פופציג יאר שפעט צו א גלאררייכע תקופה אין דעם מקום קדוש". הכלל, די טעלעפאן צעקלינגט זיך, די זקנים קוקן ברוגז אויף דעם אמעריקאנער מפריע, און איך יאג ארויס צום חצר מיט די מקוה בעג אויף די פלייצע כיוצאי מצרים.

נאכן צאמקראצן אונזער גרופע, איז מען געגאנגען טוישן דאלארן אויף שקלים, קויפן צידה לדרך און געכאפט דעם קו שלש צום כותל המערבי.

דער באס דרייווער האט ווארשיינליך שוין מיטגעמאכט אסאך טראמא אין זיין לעבן, ווייל ער האט גוט פארשטאנען ווי אזוי איר משפיע צו זיין. ווילדע שארפע דרייען מיט פלוצימ'דיגע שארטסטאפס, האט געווארפן די רייזענדע ווי אויף א ברויזענדן ים. די הערליכע פאנאראמע פון די אלט שטאט חומה, אונטער די שאטן פון מאיעסטעטישע טייטל ביימער, האט אבער ממתיק געווען די "שאק און אוי" רייזע.

די אריינגאנג פאר באסעס ביי שער האשפות איז געווען פארמאכט פאר טראפיק, האט מען אונז אראפגעלייגט אביסל ווייטער ביי שער ציון, ווי עס האט זיך אנטפלעקט דער כותל במלוא זיוה והדרה אונטער די שיין פון א בליטשקעדיגן פילפארביגע זון.

מ'שטעלט זיך דאווענען שחרית, בעת ארום אונז טוט זיך א געזינגעכטס פון די פילע בר מצוה מנינים, וואס קומען פאר אויפן פלאץ יעדן מאנטאג (ווי אויך יעדן דאנערשטאג). די ספרד'ישע און מזרח'יסטשע געזאנגען האבן גאר געשמאק געספייסט אונזער קאלטן ברוקלינער שחרית. נאכן עולה זיין הגומל האב איך געכאפט א טענצל מיט'ן חתן הבר מצוה און זיין אויפגעהייטערטע פאמיליע.

אהה.. אט זעהט, נאך און נאך בר מצוה בחורים ווערן געפירט אונטער א ווייסע חופה דורכן שער האשפות. די זינגען מיט די יעללללללללה פייפעריי ברענגט א דמיון פון א רייכע פארגאנגנהייט. ס'דאכט זיך אז די פרחי כהונה באגלייטן דעם כהן גדול צו די עבודה. ס'דאכט זיך אז אידן זינגען בשירה ובזמרה ביים ארויפגיין מקריב זיין א תודה צי א שלמים. עס שפירט זיך דא ווי א יום טוב אינדערוואכן. דער בר מצוה בחור מאכט דעם וועג פונעם חומה צום כותל, בעת דער מאדנע פעטער פון יהודה פויקט און קוויטשעט ווי א פארוואונדעטע חיה. די באבע פון שומרון שטראלט פאר גליק, בעת די מאמע כאפט אומצאליגע בילדער פון איר צדיק. די שמחה איז אזא ארגינעלע, אז די קאלטע טוריסטן פון כינע גליטשן ארויס א זעלטענעם שמייכעל פון קורת רוח. דער גאנצע ככר הכותל ווערט מיטגעשלעפט אין געזאנג... עם ישראל חי.. עם ישראל חי.. עם ישראל, עם ישראל, עם ישראל חי. עוד אבינו חי.. עוד אבינו חי.. עוד אבינו, עוד אבינו, עוד אבינו חי...

רימון » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 9:49 pm

· #309936
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
די אימעזשינעישאן און שפראך איז משוגע צו ווערן.

בר-כוכבא » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 10:18 pm

· #309938
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
זייער שיין! יישר כוח.

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 11:38 am

· #309979
רויטע דו צינדסט מיר אן, איך לעב איבער ירושלים, א ריזן דאנק.

Big Boy » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 9:48 am

· #310127
רימון
א פעטיציע איז אין אפעקט אז רויטע וואנצעס זאל ווייטער ממשיך זיין.



Looks like we have to use reverse psychology with him. If we don't "like" his writing maybe he'll start posting more often

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:44 am

· #310133
כ'בין משתדל יעדע פאר טעג. היינט האף איך. שש, האסט אביסל שרייב עטיק און געדולט צו פארלייען?

שטיינער » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 12:56 pm

· #310147
מיר האבן געליינט מיט הנאה, אין מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן פארזעצונג.

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 3:00 pm

· #310165
מאנטאג פרשת חיי שרה, כ' חשון. (ח"ב)

נאכן דאווענען זענען אונז אריין צו לינקס פונעם כותל, ווי דער כותל איז ממשיך אונטער אלט שטאט. די שטיינער, וואס טייל זענען גאר אלט, איז הערליך שיין. מיר האבן מברר געווען אינפארמאציע איבער ווי מ'קען באזוכן אינעם רובע היהודי און זיך גענומען קריכן די פילע שטיגן אריין אין שטאט.

פרישטאג האבן מיר געגעסן אויפן דאך פון חב"ד, וואס איז הויעך אנקעגן די מקום המקדש. בעת וואס מיט די רעכטע אויער האבן מיר נאך מיטגעהאלטן די בר מצות פון אונטן, האט די לינקע אויער מיטגעהאלטן, ווי א טור גייד פארקויפט פאר זיין אמעריקאנע גרופע פאנטאסטישע מעשיות איבער ישו. ער האט אנגעוויזן מיט א געמאכטע זעלבסטזיכערקייט, אז פון יענעם טורעם דארט.. (נא, איר זעהט נישט יענע.. וועלכע פרעגן זיי, ס'דא צוואנציג?) איז יאשקע ארויף אין הימל.

איינער פון די קריסטליכע תלמידי חכמים ציהט ארויס א בייבל און פרעגט קשיות ווי א בריסקער למדן, אבער די טור גייד האלט שוין ביים נביא מוחאמד. "מ'וועט שפעטער אין באס רעדן לומדות" שאקלט זיך אפ דער ישראלי טור גייד.

אונז זענען ממשיך אביסל ווייטער, און א מאן פַּאפּט ארויס פון א בנין, און דערקלערט, וועלקאם צו "אש התורה". אש התורה איז די וועלט בארימטע תשובה ארגאנעזאציע, וואס פארמאגט אן א שיעור פראגראמען און ישיבות איבער די וועלט. איך וואונדער מיך, וואס איז די גרויסע שמחה ער האט געטראפן אין מיר, ער זעהט איך דארף תשובה טוען? ניין, ער וויל אונז ארויפשיקן אויפן דאך, פון ווי מ'קען זעהן די גאנצע ארום, "פיל העכער פון סיי וועלכע אנדערע פונקט" דערקלערט ער. איך לאז מיך איבערעדן, באצאהל צעהן שקל לגלגלת און מ'פארט ארויף מיט'ן עלעוועטער.

אויפן דאך האט זיך אנטפלעקט אן ערהאבן בילד פונעם גאנצן ארום. די דאך איז העכער ווי דער הר הבית, ממילא קען מען פון דארט אראפקוקן אויפן הר הבית. א וואונדערליכע אויסקוק. ווען אויף רעכטס און לינקס זעהט מען אראבישע שטעט, זעהט מען אינדערמיט די הר הזיתים און די הר הבית פון דערנאנט. דער "ירושלים הרים סביב לה" איז באצירט מיט בנינים און ביימער פון אלע קאלירן. א לידל פון "יפצחו לפניכם רנה" זינגט זיך אונטער, בשעת ס'פילט זיך אין הארץ אזוי אנגענעם און פרידליך. אבער דער מח איז נישט פארנארט אז ס'איז ירושלים בדיוטה התחתונה. פארכאפט צווישן גלות, מלחמה און טעראר.

מיר זענען ווייטער ממשיך אריין אין שטאט, דורך בא'חנ'טע געדרייטע געסעלעך מיט שטיגן ארויף און אראפ. ס'ווערט פרייליך ווען מיר לאזן זיך אראפ אויף א קליינע ארט געשעפט. די מעלער, אנגעטון אין ווייס, באצירט מיט א געל ווייסע בארד, באגריסט אונז אין ענגליש, ווי עס פאסט אויפצונעמען אמעריקאנע געסט מיט דאלארן אין טאש. ער לייגט ארויף זיינע צוויי הענט אויף מיין קאפ, און שרייט מיט א ברען, יברכך ה' וכו', בעת ארום שטייען צענדליגע טוריסטן און בליצן בילדער פונעם מחזה הוד. נישט געפערליך, ס'וועט בלייבן א זכר עולם פון מיר אין פילע פאטא אלבומס ארום די וועלט. מיר בלאזן, אדער בעסער געזאגט, שפייען אריין אין זיין מעטער לאנגע שופר, און מ'לאזט אפאר דאלארן פאר פדיון.

מיר הייבן אן מיט די "מקדש אינסטעטוציע". די "מקדש אינסטעטוציע" איז א מכון וואס גיבט זיך אפ מיט'ן צוגרייטן די כלים פאר די מקדש השלישי. זעהט אויס זיי האבן שוין געשריבן קאנטראקט מיט משיח בן יוסף און די מלאכי השרת. דאס איז זעכער, אז זייער מוזעאם מיט פילע פון די כלים פארענדיגט, איז זייער אינטערעסאנט. מיר גייען דורך יעדע פון די פיר צימערן וואס רעפרעזענטן אנדערע חלקים פון די מקדש, און עס טוליעט אין הארץ צו זעהן די כלים מיט זייער הלכה'דיגע מאס.

דער בית השרוף מוזעאם איז גלייך דערנעבן, אבער היות די שורות זענען געווען אויסטערליש לאנג, האט מען זיך געוואנדן צום ככר חורבת רבי יהודה החסיד. אין ככר חורבת רבי יהודה החסיד שטייען ארויס בעיקר דריי אינטערעסאנטע פלעצער:

1. בית המדרש הרמב"ן. די בית המדרש הרמב"ן איז פרעזעווירט פון אינעווייניג. געבויעט 800 יאר צוריק, איז זי לכאורה די עלטסטע עקסעזטירענע שוהל אין ארץ ישראל. ס'איז א הערליך בילד צו זעהן ווי אידן לערנען דארט בחברותא, כאילו זיי זענען א המשכה פון א רייכע תקופה אין כלל ישראל. זיי ווענדן צו אונז שארפע בליקן ווען אונז כאפן בילדער, אבער זיי זענען מקיים די ווערטער פון מייסד הביהמ"ד אין אגרת הרמב"ן: "תִּתְהנַהֵג תָּמִיד לְדַבֵּר כֹּל דְּבָרֶיךָ בְּנַחַת, לְכֹל אָדַם וּבְכֹל עֵת" און בעטן אונז שיינערהייט צו גיין ווייטער.

2. בית הכנסת רבי יהודה החסיד. א טבלא אינעם חצר לויטעט אז "די ביהכ"נ פון רבי יהודה החסיד איז חרוב געווארן דרייצן הונדרעט יאר צוריק, דורך רייכע אראבער, וואס זענען נישט געווארן באצאלט פאר די מארגעזש". די בנין איז נתחדש געווארן אפאר יאר צוריק דורך אפאר פילאנטראפן, און איז יעצט א ישיבה מיט דריי הונדרעט בחורים און יונגעלייט. וואס זאל איך אייך זאגן, דער בית המדרש איז א זעלטענע יופי. פון די פענסטער צו די בענק, פון די בימה צו די צוויי שטאקיגע ארון קודש, וואס האט נישט זיינס גלייכן אין די וועלט. איר קאליר איז גאלד און ענדעלט צו די ש"ס ווילנא שער בלאט. אירע פרטים זענען א ארטיסטישע קונצליכע וואונדער.

3. גאר נאנט צום ככר איז די באקאנטע שוק פון די צייטן פון די רוימער, באקאנט אלץ "די קורדא". גאר א ברייטע גאס, מיט רוימעשע עפאכע זיילן ביי ביידע זייטן. דא איז געווען די צענטער פון שטאט פאר צוויי טויזענט יאר צוריק. מיר טרעפן אויך היילן, וואס שיינט צו זיין סטארעזש פלעצער פון אונטער די שוק, ווי מ'פלעגט האלטן סחורות און עסנווארג.

רימון » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 3:43 pm

· #310178
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
רויטע געב ארויס די בילדער!

זעמיל מילכיגער » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 3:56 pm

· #310180
להערה בעלמא: בית הכנסת החורבה איז געבויעט געווארן פאר נישטיגע צוויי הונדערט יאר צוריק.

אין אז צדיק זה בא לבית מלוני וועל איך מיך שוין באדאנקן פאר דיין הערליכע ארבעט, סוועקט מיר אויף אינערליכע סטרונעס כאטש איך בין שוין געווען צענדליגע מאאל בארצינו הק'.
געבענטש זאל זיין דיין פעדער וואס מאכט נאס דאס פאפיר!

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 4:26 pm

· #310183
ריכטיג, ייש"כ. זעה איך יעצט אז לפום ריהטא האב אייך פארזעהן די פאקטן. דארט איז לכאורה געשטאנען ווי דו זאגסט, בנוסף צו דעם אז ארכילאגן האבן געטראפן איבערבלייבנשן פון א אשכזישען קהילה אויפן פלאץ, פון 13'נטע יאר הונדרעט (נישט 1300 יאר צוריק).

גר ותושב » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 9:08 pm

· #310206
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
דערמאנסט מיר פון די מכון לכלי המקדש אוי זענען זיי פארוקט איך מאך נישט אוועק די שיינקייט און די געפיהל וואס איך האב געשפירט דארט זעינדיג ווי אזוי די כלי המקדש האבן אויסגעקוקט אבער נאך יעדע הסברה פון די מדריך איז געקומען די שורה אז "דער כלי גייט מען ניצן בבית המקדש השלישי" וואס אפילו לאמיר זאגן אז זיי ווייסן פונקטליך ווי אזוי יעדע כלי גייט אויסקוקן פארוואס דארף מען אבער נייע איך גלייב אז די כלי המקדש זענען ערגעץ באהאלטן און מען וועט דאס נוצן בבנין בית שלישי.

למעשה צום סוף ווייזן זיי א קליפ ווי אזוי זיי מאכן די מנורת הזהב איז קודם כל איז דא כמה שיטות ווי אזוי דאס האט אויסגעקוקט איז על סמך מה זאגן זיי מיט אזא קלארקייט אז די מנורה גייט מען ניצן און בית שלישי? וחוץ מזה ווייזן זיי בפירוש אז עס איז נישט מקשה אחת זיי וויזן ווי מען שטעלט עס צאם פון אפאר שטיקער גאלד אויף מיין פראגע ווי אזוי קען מען ניצן אזא מנורה און בית המקדש האבן זיי גענטפערט אז זייער רב האט געפסקנט אז עס איז נישט מעכב אויב עס איז נישט מקשה אחת האב איך געפרעיגט פארוואס זאל מען נישט ווארטן צו מאכן לאחר בנית בית המקדש א מנורה א לכתחילה שבלכתחילה ווי עס שטייט און תורה איז מקוים געווארן די פה להם ולא ידברו.

אויך האבן זי א בלוי פרינט פונקטליך ווי אזוי די בית המקדש גייט אויסקוקן בשעת די מדריכה האט געזאגט אז און די נייע בלוי פרינט איז דא סטים אונטערן פלאר די כהנים וואס גייען בארפיסיג זאלן זיין ווארעם איז די געלעכטער און צימער ממש בוקע רקיעים געווען.

און זיי האבן אויך געבויט א גרויסע כיור וואס האט און זיך א קעסל אנציווארעמען די וואסער פאר די כהנים זיך צו וואשען די הענט מיט ווארעם וואסער.

לגבי די קטורת וואס זיי האבן דארט געדעינק איך נישט צו זיי האבן נאכגעמאכט די ריכטיגע קטורת וואס איז א בפירושע לאו און די תורה.

און אן אנדערע גוטע בשורה האבן זיי געהאט דארט אז עס גייט זיין א סטאפ פון די רכבת הקלה ממש לעיבן די טוער פון הר הבית.

בקיצור מיין וויזיט דארט איז געוועין אויסטערליש שכח וואנצעס פארן מיר אויפלעיבן גוטע זיכרונות פון שנים קדמוניות.

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:44 am

· #310241
רימון
רויטע געב ארויס די בילדער!


כ'האב עס נישט תחת ידי כעת. כ'מיין ס'איז אויך גרינגער אויב איך לייג עס ווען איך ענדיג באשרייבן. (די פאנטאזיע ארבייט אויך בעסער אזוי 🙂 )

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:34 pm

· #310580
מאנטאג פרשת חיי שרה, כ' חשון. (ח"ג)

פון ככר חורבת ר"י חסיד, ווענדן מיר זיך צו א זייטיגע געסל, רחוב בת א-ל. איך באמערק א הערליכע טויער אויף איינע פון די בנינים. די טיר איז פיל מיט קבלה'סטישע סימבאלן אויסגעשניצט אין אייזן. א מייסטערוועק! א קליינע טבלא טוט אנדייטן אז דא איז די באקאנטע ישיבת המקובלים אין אלט שטאט. איך עפן די טיר, גיי ארויף די שטיגן, און זעה זיך ארומגענומען מיט מלאכים אין ווייסע קליידער מיט קאלירטע קאפלעך. די ביהמ"ד איז שטיל און רואיג, דער עולם איז מעיין אין ספרי קבלה און ס'הערשט א העכערקייט אויפן ארט. נאכן זיך דרייענדיג פאר צוויי מינוט, זעה איך א אפן טיר וואס פירט צו א שיעור צימער. איך בליק אריין, א מגיד שיעור לערענט פאר, פאר א ערך דרייסיג יונגעלייט ספרי קבלה. קוים האב איך צייט אריינצונעמען וואס איך זעה, און איינער פון די יונגע צדיקים שטעלט זיך אויף און פארקלאפט די טיר אין מיין צלם אלקים.

מיין חכמה בינה און דעת איז מציע, אז ס'איז צייט אפצופיצן בעפאר א פולסא דנורא פארכאפט מיין נפש רוח ונשמה. מ'גייט ווייטער שפאצירן אין די שוין טיילווייז טינקעלע געסעלעך.

איין מינוט.. ווי אזוי קען מען פארלאזן דאס ארט בעפארן באזוכן די בתי הרודיאני?! די בתי הרודיאני זענען הייזער און גאסן אונטער אלט שטאט מזמן בית שני. די גאסן זענען אנדעקט און אויסגעגראבן געווארן נאך די מלחמה אין תשכ"ז, ווען די גאסן העכער דעם זענען געווען חרוב עד תום. בויער האבן איר אנדעקט בשעת'ן איבער בויען די שטאט. ארכאלאגן האבן פארברענגט פופצען יאר אויסצוגראבן און פרעזעווירן דעם העכסט אינטערעסאנטען ארט. מ'קויפט טיקעטס און מ'גייט אראפ צוויי שטאק אונטער דער ערד. די בילד איז אומגלובליך, מ'זעהט פילע מקוואות וואס די רייכע אידן האבן געהאט פריוואט ביי זיך אינדערהיים. מ'זעהט א גרויסן באהל צימער ווי דער בעל הבית האט פארברענגט מיט זיינע געסט. מ'זעהט קליינע טישלעך פאר סעודות וואס די גמרא רעדט איבער זיי אין מסכת ברכות. ס'איז אויך גאר אינטערעסאנט צו באטראכן די פילע מאזעיאק מייסטערווערק, צאמגעשטעלט פון טויזענטע קליינע שטיינדלעך אין פילע קאלירן. ס'שווימען ארויף פילע דברי חז"ל בנוגע מקואות, הלכות סעודה, הלכות שבת און נאך, בשעת'ן דורך גיין די אומגלובליכע ארטיפעקטן אין די כלים אפטיילונג פונעם מאזועאם.

ס'איז גאר שווער זיך אפצורייסן פון ארט, אבער ס'ווערט שוין טונקל, און די פרויען ווערן שוין נערוועז פון בלייבן אין א טינקעלע אלט שטאט.

מיר מאכן די וועג אראפ צוריק צום כותל, ווי מיר כאפן א לעצטע מינוט'יגע מנחה צו די שיין פון די לבנה. מ'כאפט אודך צום טויזענסטן מאל בילדער, ווי כאילו דער כותל האט משנה צורה געווען זינט דעם לעצטן מאל, און מ'יאגט כאפן דעם באס צוריק צו מאה שערים.

אין מאה שערים איז מען אנגעקומען צו'הארגעט ווי א ירושלמי נאך א נאכט פון מחאות, און מ'איז געגאנגען עסן נאכטמאל אין די באקאנטע דייטש'ס רעסטעראנט אויף די הויפט גאס. נאכן אראפשלינגען די נאכטמאל בהבלעה אחת, האבן מיר גענומען די באס צו קבר רחל. די באס ווערט צוגעשטעלט דורך מוסדות קבר רחל, פאר א שפאט ביליגע פרייז פון צעהן שקל ביידע וועגן.

ביי קבר רחל האט מען פארברענגט א האלבע שעה אינגאנצען, ווייל די באס סקעזשועל איז געווען אזוי אויסגעשטעלט. מ'האט אריינגעכאפט אפאר תפילות, אפאר קוכן, אפאר בילדער און א אנדער האלבן דאזען שנארערס.

שטיינער » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:53 pm

· #310604
ווען פארסטו נאכאמאל? איך בין סך הכל איינמאל געווען אין ארץ ישראל, אינערגעץ נישט געווען כמעט, נאר אין ירושלים, הגם עס איז געווען פאר מיר זייער אינטערעסאנט פשוט ארומצוגיין אין ירושלים פאר באלד צוויי וואכן. אבער ניטאמאל געוויסט וואס עס טוט זיך אינטער מיין רוקן.

לאז וויסן ווען דו גייסט נעקסט, העלמיר האבן א פרי טור גייד.

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 3:14 pm

· #310606
@אנאנים, יא מיין כונה איז געווען צום בית המדרש למקובלים בית א-ל. טאקע א טשיקאווע פלאץ ווי עס פאסט פאר תלמידי הרב גץ.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 11:27 pm

· #311373
דינסטאג פרשת חיי שרה, כ"א חשון.

נאך אזא געפאקטע טאג מאנטאג, האט מען רילעקסט אויף דינסטאג. מ'האט געדאווענט, געגעסן פרישטאג און זיך גוט אויסגערוהט. נאכמיטאג איז מען ארומגעגאנגען שפאצירן זעהן ירושלים מיט אירע פילע בא'חנ'טע געגענטער. ספעציעל האט ארויסגעשיינט די בכורים געגענט מיט אירע בא'חנ'טע פארצייטישע בתי מדרשים און געשעפטן.

אן אפלייענסט סטאר וואס זעהט אויס ווי דו ביסט אין דאנטאון קאבול, און א פיצה געשעפט וואס זעהט אויס ווי שומר שבת אויף דרייצן. איינער פון די בעקערייען באקן דארט ברויט אויף די ווענט פון א אור אלטע אויוון, און איר שמעק שפירט זיך איבער די גאנצע געגענט.

מיר לייגן זיך פרי, ווייל מארגן פארט מען קיין גליל.. כאפן פעטש...

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 1:11 pm

· #311417
מיטוואך פרשת חיי שרה, כ"ב חשון. (ח"א)

פנו לכם צפונה!!!

ס'כאפט א טשיל אין די ביינער! מ'פארט קיין צפון! ס'גליסט זיך צו פארן מיט א קעמל אדער אן אייזל ווי אונזערע עלטערן פלעגן פארן איבערן לאנד ישראל. ס'ווילט זיך דורך אקערן די פילע העליכע וועגן קיין גליל מיט א אייזל, ווען פון איין זייט איז דא וויין גערטענער, און פון די צווייטע זייט וואקסן שמעקעדיגע זיתים. ס'ווילט זיך שפאצירן אויף וועגן און שטעגן צווישן פעלדער פון מאנדל און אנטלאפענע טייכעלעך פונעם כנרת. אבער מיר זענען סטאק אינעם איין-און-צוואנציג'סטן יאר הונדרעט און מיט ווייניג חשק זעצט מען זיך אריין אין א צושטופטן טענדער, וואס האט שוין ווארשיינדליך געזען פילע פאליסטאנער שטיינער.

די דיזעל מאטער איז מודיע אז די טענדער איז אלט, אבער די דרייווער איז א פרישקייט פון א איד. א ספרד'ישער אויבערחכם, אבער מיט זעלטענע גוטע מדות. (מער איבער אים שפעטער).

כחכחכחכ... די מאטאר קראצט זיין וועג ארויף קיין צפון, און די מחזה איז הוד שבהוד. מ'כאפט בילדער פון די סצענעס און מ'פראוועט א דביקות'פולע באטע אויפן וועג ארויף. עס זינגט זיך, בר יוחאי נמשחת אשריך שמן ששון מחבריך.. די קדושים אין אויטא לאזן טיפע קרעכצן ביי תורתו מגן לנו, בעת די קילע קייען גאם מיט התרגשות.. מ'פארט קיין מירון!

מ'קומט אן קיין מירון, ווערן אונז באפאלן פון די פילע פעדלער אויפן פלאץ. א לייכטע הערבסט רעגן האט אונז מקבל געווען, בעת די זון איז נישט נתפעל און שיקט ווייטער אירע שטראלן. מ'פאשקעט ארום ביי די פעדלער אפאר מינוט, מ'כאפט בילדער, און מ'גייט אריין צום ציון המצוינת מתפלל זיין על קברו פון רשב"י ובנו ר"א.

נאכ'ן ענדיגן זאגן תהלים, בין איך ארויסגעגאנגען פונעם ציון באטראכטן די גאנצע ארום. איך נעם מיין אינגעל, און אונז שפאצירן ארויף אויפן דאך זעהן די מקום הדלקה, ווי אויך אנדערע חלקים פונעם בנין. איך זעה אויפן דאך א קליינע געביידע וואס שטייט דערויף "כולל המקובלים". איך נעם ארויס א קאמרע צו כאפן שיינע בילדער פונעם גאנצן ארום. איך כאפ אויך א בילד פונעם בנין הכולל.. און דעמאלטס האט עס פאסירט...

געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 1:16 pm

· #311418
רויטע וואנצעס
.. און דעמאלטס האט עס פאסירט...


מיר אנטשולדיגן זיך פאר אלע געטרייע ליינער, אבער מיר זענען פונקט דאמאלטס אויסגעלאפן פון טינט.

רויטע וואנצעס
.. און דעמאלטס האט עס פאסירט...

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 1:18 pm

· #311419
😂 😂 😂

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 4:37 pm

· #311447
מיטוואך פרשת חיי שרה, כ"ב חשון. (ח"ב)

כדי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת ה'פראסק'.

..איך ענדיג כאפן די בילד פונעם בנין הכולל, און א ספרד'ישע יונגאטש קומט ארויס מיט גערודער. ער פרעגט מיר שטרענגערהייט פארוואס כ'האב גענומען א בילד פון כולל, און ער וויל איך זאל זאפארט אויסמעקן דעם בילד.

צדיק, פרעג איך אים, על מה יצא הקצף? ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז מ'טאר נישט נעמען בילדער, און די גאנצע מקום איז א פאבליק פלאץ, אלזא האב א פרידליכן טאג, חזק וברוך לעד!

דער ווערט ווילד ווי א סאברא/ספרדי מורכב קינד, און שפאנט צו מיר מיט ווילדע טריט. אני אשבור את המצלמה שלך! קוויטשעט ער מיט שרעקליכע קולות. על מה יצא הקצף פרעג איך? ער שרייט אז מ'נעמט בילדער פון כולל, און כ'בין א שווינדלער, וואס וועט גיין נאך געלט אין אמעריקא מיט די בילד אלץ א ראיה אז איך האב א כולל(!).

כ'זאג אים כ'וועל שפעטער איבערקוקן און משתדל זיין צו פארמעקן, און איך הייב אן גיין...

דער שפרינגט ארויף אויף מיר און געבט מיר א מנה אחת אין די פנים אריין, אזש די הוט און די צו'מזיק'טע גלעזער זענען געפלויגן, בעת מיין קאפל פאלגט קורצליך נאך. איך בין געווען טראמאטעזירט. כ'קום קיין א"י און כ'ווייס אז מ'דארף זיך שיצן פון אראבער, אבער אז א איד וועט מיר אטאקירן האב איך נישט ערווארטעט.

התנערי מעפר, כ'אפ די נשמה מיט מיין אינגל און איך וויל אנטלויפן פון דעם אומגערישטען טעראר, אבער דער בריון בלאקירט מיר דעם וועג. כ'געב דעם קראנקן א בריק און שטופ און איך לויף אוועק, בשעת ער פארכאפט מיר די קאפל מיט די הוט. והיה המחנה הנשאר לפליטה, און איך יאג אראפ צום ציון מיט צו'מזיק'טע גלעזער אין איין האנט און די נשמה אין די צווייטע האנט. ער שרייט מיר נאך אז כ'באקום נישט מיינע חפצים ביז איך געב אים די קאמרא ער זאל אויסמעקן דעם בילד. איך ערקלער אים שיין און קלאר אז טעראר וועט נישט געוואונען, און ער קען אוועקלייגן דעם חסידישן הוט פאר די משתה היין פורים נאכמיטאג און וויבאלד ער האט געשלאגן, איז די געשעפט געשלאסן.

כ'בין צוריק ביים ציון דאווענען מנחה, אבער דאס מאל ווי א נ נח מיט צושויבערטע פיאות און א ווייסע קאפל כ'האב געטראפן אויפן פלאץ. נאך אפאר מינוט איז דער צדיק צוריק, ווען פון אונטער אים גייט נאך א מקובל פון קלויז. זיי שרייען און מאכן קולות אז כ'זאל שוין אפגעבן דעם בילד. אבער כ'בין מסביר דעם זקן המקובלים אז דאס וועט נישט פאסירן צוליב די הענט הייבעריי. די חברה הייבן אן שטופן מיר און מיין אינגעל און ס'איז געווארן גאר ענג. כ'לויף ארויס רעדן צו די גארדס, וואס זאגן אז זיי קענען גארנישט טוען חוץ פארסירן פארקינג(!) כ'רוף משטרה, און איך לויף צום טענדער באהאלטן די קאמרא מיט'ן דרייווער. דער דרייווער קומט ארויס און זייענדיג א געוועזענע קאמאנדא אין צה"ל, מאכט ער סדר מיט יענעם, און באשיצט מיר פון אים און זיין חבריא.

נאך אפאר מינוט, והנה, די פאליציי איז דא. און לאכט נישט, די פאליציי איז אן אראבער! מיר געקומען ראטעווען פון א איד! עולם הפוך ראיתי.

די פאליציי גייט זוכן דעם בריון, און זיי טרעפן אים ביז אפאר מינוט. כ'זאג פאר די פאליציי אז דא איז א פאבליק פלאץ און יעדער קען נעמען בילדער. זיי פרעגן מיר פארוואס קענסטו נישט באשטיין אויסצומעקן? און איך ערקלער אז אויף קיין פאל באקומט ער נישט קיין בילד נאכ'ן הייבן הענט. די פאליציי פרעגט מיר - בשעת דער צדיק שרייט און טענה'ט ווילד - אויב מ'זאל אים ארעסטירן פארן שלאגן. כ'זאג זיי ניין, כ'זוך נישט נקמה, (און אויפטרעטן און קארט אין דריי חדשים) ער זאל אפגעבן די חפצים און אונז זעמער פארטיג.

כ'זאג אויך פאר דעם שלעגער א יישר כח פארן מיר מאכן א מיליאנער איבער נאכט, כ'האב גארנישט געוואוסט אז כ'האב אנגעשטויסן א רייכע עשירות מיט'ן כאפן דעם בילד. ער בריקעט ווי א בהמה ביי שחיטה מונחת. אבער האפענטליך וועט ער זיך לערנען מער נישט צו הייבן הענט.

בשעת מ'שמועסט אזוי קומט דער מקובל הנ"ל צו לויפן מיט יראה עילאה, מיט די הוט און די קאפל בידו, און געבט מיר עס תיכף אפ, ווי אויף אפצושפרעכן אן אנגעלייגטער לחש. ער זאגט סליחה, כאפט אן דעם יונגאטש ביים אויער, און יאגט צוריק אריין אין "ישיבת הנותנים".

מיר קלייבן זיך צאם, ס'פאלט שוין צו דער נאכט, און מ'איז אויפן קורצן וועג צו עיר הקודש והעתיקה צפת.

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 4:52 pm

· #311448
רויטע, האסט מיר געמאכט דעם חנוכה!!

וכדומה.. » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 5:37 pm

· #311453
Wow...

איך האף נאר אז די סיבה פארוואס דו האסט נישט צוריק געבאכעט אין דעם צודראדעלטן מיט א פעסטקייט איז געווען ווייל דיין אינגעל איז דארט אנוועזנד געווען.

#דןלכףזכות

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 8:29 pm

· #311471
ווי דו זאגסט האב איך נישט געזוכט צו מאכן א מלחמה מיט מיין קינד דערנעבן, אבער כ'וואלט מסתמא נישט געקענט צוליב וואס מיין גלעזער איז געווען צובראכן. כ'האב מיך געלערנט פון דעם א וויכטיגע לעקציע, אז גיין מיט לענסעס איז מער ווי שיינקייט, ס'איז אויך נוגע סעלף דעפענס.

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 8:43 pm

· #311475
מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
גר תושב, די מכון המקדש גרייט זיך אז לו יצויר סוועט זיין א מעגליכקייט אראפצואווארפן אל אקצא און בויען דעם ביהמ״ק בדרך הטבע זאלן זיי זיין גרייט תיכף ומיד אויפצובויען דעם ביהמ״ק, און די לאו פון מאכן די קטרת איז נאר להריח בה, להתלמד מעג מען (כריתות ו. ת''ר המפטם את הקטרת ללמד בה או למוסרה לציבור פטור להריח בה חייב והמריח בה פטור אלא שמעל) וכ״ש אז זיי מאכן דאס לצורך הבית המקדש.

גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 10:46 pm

· #311494
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
ירא שמים
גר תושב, די מכון המקדש גרייט זיך אז לו יצויר סוועט זיין א מעגליכקייט אראפצואווארפן אל אקצא און בויען דעם ביהמ״ק בדרך הטבע זאלן זיי זיין גרייט תיכף ומיד אויפצובויען דעם ביהמ״ק, און די לאו פון מאכן די קטרת איז נאר להריח בה, להתלמד מעג מען (כריתות ו. ת''ר המפטם את הקטרת ללמד בה או למוסרה לציבור פטור להריח בה חייב והמריח בה פטור אלא שמעל) וכ״ש אז זיי מאכן דאס לצורך הבית המקדש.

און ניצן א מנורה שאינו מקשה אחת? און אייגענע פעטענטען אונעם כיור? צריך ביאור

ירא שמים » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 10:55 pm

· #311496
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
זאגסטעך זיי האבן א היתר פון זייער רב און וואס איז די פראבלעם פון אנווארימען וואסער צום כיור?

געוואלדיג » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:31 am

· #311550
רויטע, איך ווייס אז עס איז נישט שיין, פארט האסטו מיר געמאכט לאכן פון דיינע צרות.

#איךבעהטדיראיבער

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 1:01 pm

· #311575
איך לאך מיט מיט דיר, ס'איז געווען צו וויינען און צו לאכן. יעצט זעה איך אז מזלי חזא, מיין אוועטער גלעזער האט נישט קיין הענטלעך.

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 7:57 pm

· #311733
מיטוואך פרשת חיי שרה, כ"ב חשון. (ח"ג)

מיר קומען אן זעקס'ע צייט קיין צפת. אונזער אכסניא איז א מורכב פון ארטיסטיש און הייליג. מ'געבט מיר א דירה פאר גאנץ א גוטע פרייז, אין א בנין וואס איז אריינגעבויעט אין א בארג העכער די גרויסע טיפע צפת'ער טאהל. מ'זעהט מירון לעקטערלעך פון די לינקס, און די גרעניץ מיט לבנון אויף רעכטס. ארץ ישראל! כ'האב נישט געוואוסט דו קענסט זיין נאך שענער ווי ביז אהער. די מחשבות שוועבן פון דעם טאהל צו דעם בארג, און פון די תקופה פון די גדולי המקובלים והלכה, צו די תקופה פון די תלמידי הבעל שם טוב. מיין דירה, זאגט דער בעל הבית, איז גאר אן אלטער, און פלעגט זיין די דירה פון הצדיק רבי חיים העללער. די דירה איז ווי אן הייל, אויסגעבויעט פון שטיינער און א רינדעכיגער מערה-סטייל דאך. די ווענט זענען הערליך געפארבט מיט יודיקא און קאבעליסטישע סצענעס. די דירה האט א הערליכע טעראסע איבער די הרי צפת, ווי די געשמאקער נאכט ווינט דערפרישט די צוקוועטשטע חוץ לארץ'דיגע נפש. אההה, איך וויל דא בלייבן. איינער האט א זשאב? וואס זשאב?! אין די שטאט איז נישט דא קיין סאך ארבייטער. אדער ביסטו א היפי אדער א מקובל. אדער ביסטו אן ארטיסט אדער א טוריסט. ארבייט דא איז געמאכט פאר משוגעים.

אלט שטאט ביסט דאך אזוי שיין - יעדע געסל דיינע יעדע שטיין - אוי צפת איך וויל מיט דיר זיין - פול מיט נאסטאלגיע און אמאליגע חן - יעדער מינוט אין דיר צו גיין - איז נאך א מינוט אזוי לויטער און ריין.

צפת הרחובות והאויר - צפת הדעת מטהר - צפת געגועים אין לשער - צפת הלב בוער...


מיר קריכן ארויף די היסטאריע-געווייקטע שטיגן טיפער ארויף אין אלט-שטאט, ווי מיר דאווענען מעריב אין צאנזע קלויז. צאנזע קלויז איז א אלטע, אבער איבערגעבויעטע בית המדרש, געבויעט דורך תלמידים פון דעם שיניאווער רב אויף זיין באפעל. די צאנזע חסידים פון נתניה האבן איר פארוואנדלט אין א יופי פון א בית המדרש. א הערליכע מקוה און היכלות מנינים. ס'איז א צענטער פאר די שטאט, א כמו שומר שבת מנין פעקטארי.

דער מאגן שרייט געוואלד, מ'דארף דאך אביסל גשם אויך! מיר בלאנזשען אונזער וועג צו די הויפט גאס אין אלט-שטאט, רחוב ירושלים, ווי מיר ווערן סארווירט ווי מלכים אין מענדי'ס רעסטעראנט. גאר גוט צוגעשטעלט מיט א מיזוג פון ישראלי און אמעריקאנע מאכלים. מ'בענטשט אפ און מ'לאזט זיך ארויס אויף אן אנגענעמער שפאציר איבער די גאסן פון צפת. דער גוף פילט ווי עס שווימט צווישן א מעז פון געסעלעך ארויף און אראפ, בעת די צפת'ער ווינט גלעט אין פנים, ווי צו זאגן "מיין אהבה צו אייך מיינע ליבע געסט".

דער בעל אכסניא ווינטשט א גוטע נאכט, נישט בעפאר ער לאזט מיר וויסן אז כמה אדמורי"ם זענען שוין איינגעשטאנען אין מיין דירה, אינקלודינג רבי עובדיה יוסף זצ"ל און דער גערע רבי. מיט די צוגעלייגטע פרעשור אז איך דארף זייין וואויל אין די הייליגע דירה, לייגט מען זיך שלאפן מיט א געפיהל פון רואיגקייט און האפענונג אויף א גאר געשמאקן מארגן.

גר ותושב » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 8:24 pm

· #311734
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
צפת ר"ת צ'ו פ'יל ט'רעפ (ט' ת' מתחלף)

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:20 am

· #311776
א"כ, צפת ר"ת צ'ו פ'יל ט'וריסטן.

געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:22 am

· #311777
רויטע ווען איך קען - יעדע ווארט לייקן ווען - יעדע ווארט באלעקט מען - מיט מיינע פינגער צעהן - נאר קענען מיר דען?

יהיו נא אמרינו לרצון.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 9:26 pm

· #311860
דאנערשטאג פרשת חיי שרה, כ"ג חשון. (ח"א)

מיין וועקער האקט אויפן טיר, אזש די צפת'ע שטיינער ווערן געלעכערט. דער שלעפט מיר ארויס פון בעט נאך פאר די הינער קרייען. מ'דארף שוין אנהייבן דעם טאג דערקלערט ער, בעת זיינע וואנצעס כאפן א טבילה אין זיין שווארצע קאווע. איך כאפ די מקוה בעג און מ'גייט קיין צאנזע קלויז כאפן א טבילה בעפאר א דערהויבענע מנין ותיקין.

צו מיין מזל בין איך אריינגעפאלן אין א שנעל צוג מנין, ווי דער בעל תפילה האט רוב צייט געדאווענט ביחידות. ווען דער בע"ת האט געהאלטן ביי הודו, האט דער עולם געלייגט תפילין. ווען ער האט געהאלטן ביי ברכו, האט דער עולם געהאלטן ביי אשרי. אבער וואונדערליך האט דער עולם אפגעיאגט בעפאר די בעל תפלה האט עספיעט צו ענדיגן עלינו. די שטיבל האט א מאסיווע אפענע פענסטער איבער די בערג ארום די שטאט, פון ווי מ'קען פארלוירן ווערן אין א דביקות פון מה רבו מעשיך.

ס'איז ווערד צו דערמאנען, אז די עקספרעס מנחה סטייל שחרית, איז געווארן איבערגעהאקט א צוויי צענדליג מאל פון שנארער אדער ביזנעס קארטלעך פון אנדערע מתפללים. דער האט דירות "גאראנטירט ביליגער ווי דו ביסט יעצט", א צווייטער פארקויפט ארט ארויס פון זיין דיינינג רום, און א דריטער פארקויפט פרויען קליידער בזול.

נאכן כאפן א מאגערע פרישטאג, זענען מיר ארויס זעהן די פילע היסטארישע שולן אין שטאט. מיר מאכן אונזער וועג אדורך די "ארט שוק", ווי עס זענען דא לכה"פ פופציג ארט און טשאטקע קלייטן מכל המינים. טייל קבלה'סטיש געשטימט און טייל קליפה געשטימט. הונדרעטע טוריסטן דרייען זיך אונטער די פיס, און ברענגען צו נאך קאלירן צום קולטור'ישן רעגנבויגן.

נאכן זוכן אפאר מינוט האבן מיר געטראפן די באקאנטע וואקס מוזעאם/געשעפט. וואונדערליכע יצירות פון היסטארישע געשטאלטן און פאסירונגען. איינע דערציילט די מעשה פון דוד, בעת ער האלט אן אפגעהאקטע גלית קאפ אין דערהייעך. אן אנדער שטעלט גאר וואונדערלעך אוועק די תיבה מיט איר פילע חיות ובהמות, קונסטלעך געפארעמט מיט וואקס פון פילע קאלירן.

מיר באזוכן די צוויי בתי כנסיות המיוחסים צום אריז"ל ותלמידיו, ווי אויך די בית המדרש פון אריז"ל. מיר שלעפן זיך דורך קליינע געסער צום ביהמ"ד מהר"י אבוהב, ה'בית יוסף, די בת עין און נאך. ס'הערשט א שמחה אין די גאסן, ווען מיר באגעגענען א בר מצוה בחור אונטער א חופה, ארומגענומען מיט זיינע אויפגעלייגטע פאמיליע. (לכאורה אויפן וועג צום כותל, יאפ, ס'איז שוין דאנערשטאג).

פון דארט זענען מיר געגאנגען צו מצדה, וואס איז די שפיץ פון אלט שטאט, פון ווי מ'האט גאר א גוטע אויסקוק איבער גאנץ גליל והגולן. הערליך, שיין, פרעכטיג, מאיעסטיש, וואונדערליך... אפס.. אויסגעלאפן פון ווערטער.

ס'איז שוין נאך האלב טאג ווען מיר קריכן אראפ פון בארג, אראפ צום טיפן תהום פון שטאט - דער בית החיים הישן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:21 pm

· #312970
דאנערשטאג פרשת חיי שרה, כ"ג חשון. (ח"ב)

געזאנגען פון רבינו נחמן בן פיגא באגלייט אונז אראפ צום בית החיים הישן. פון איין זייט קרית ברסלב הויעך אויפן בארג, און אויפן צווייטן זייט די בית החיים אין אפענעם תהום, גרייט אונז איינצושלינגען פאר א טאג פון תפלה והשתטחות.

מקוה אר"י איז אויבן אויפן בארג פאר'ן אריינגיין אין בית החיים. די מקוה איז א קיבוץ גליות פון קליידער'לאזע מענטשן, ווי אויך א אינטערנאצינאלע דעסטענאציע פאר משוגע פארכאפטע לייט. מ'טינקט איין די ציטער ווארפענענדע גוף אין די קאלטע מקוה, און מ'לאזט זיך ארויס אויף א לאנגע זוך אקציע נאך די פארלוירענע זאקן.

מיט א חדרת קודש הייבט מען אן ביי די קברים פון די ארי"זל והחבריא. די פילע נשמה לעכט שפיגעלט זיך אפ אין די בלוי געפארבטע מציבות, און שאפט הימל'ישע נשמה-צאצקעריי געפילן. מיר זענען ממשיך אראפ צו פילע קברי צדיקים, ובניהם די בית יוסף וסייעתו. מיר זענען מתפלל ביי די בת עין וערבי נחל אין א אונטערערדישע טינקעלע הייל. מ'איז ממשיך צו חנה ושבעה בניה, ווי אויך פילע קברי תלמידי ה'בעל שם.

בעת דער עולם האט צוגענדיגט שוואנצן, בין איך צוריק אריין אין שטאט מיט די דרייווער נעמען די פעקלעך, אז מ'זאל פון בית החיים קענען גלייך פארן צו טבריה. די טריפ אריין אין שטאט איז אבער געווען גאר א לאנגע, צוליב א אנגעשטויסענע טראפיק. די טראפיק איז געווען צוליב א ריזיגע יריד וואס קומט דארט פאר איינמאל א וואך. ס'איז געווען אזוי גרויס ווי שוק מחנה יהודה זאל זיך דאפלן און טריפלן און לאנדן אין צפת. טישן, בודקעלעך און ריחות מכל המינים. א קולטר'ישע חן געמישט מיט אן ישראלי צולאזקייט.

ביפ.. ביפ.. וואו זענט עטס רבותי!! די טענדער פייפט, אבער איין קדוש איז געלאפן א צווייטע מאל טרינקן וואסער אין מקוה ארי. וויפל פאר זאקן האט ער, אז ער קען זיך ערלויבן צו גיין א צווייטע מאל אין מקוה?!

ויסעו מ'מקוה ויחנו ב'מקוה. די דרייווער האט אונז אריינגעלאזט אויף א סוד, אז פינף מינוט פון ביה"ח, אויפן וועג צו טבריה איז דא א גאר געשמאקע קוואל וואס פליסט אראפ פון צפת. מ'כאפט א שנעלע טבילה, מ'טוט זיך אן די זאמט'יגע קליידער און מ'איז אויפן וועג.

ס'איז שוין פיר אזייגער נאכמיטאג ווען מיר מאכן דעם זייער געדרייטן וועג צו טבריה. מיר שטעלן זיך אפ צו באטראכטן די מאיעסטישע אור אלטע חומה פון טבריה, געמאכט פון שווארצע שטיינער. צו אונזער וואונדער פארוואס איבער גאנץ ארץ ישראל זענען די שטיינער ווייס און דא שווארץ, ערקלערט די דרייווער, אז פאר טויזענטע יארן צוריק איז אין טבריה געווען א וואלקונא און רוב שטיין בערג און די געגענט זענע פארהארטעוועטע לאווא.

"אנטשולדיגס, חמי טבריה איז שוין פארמאכט" ערקלערט די גארד פאר אפאר פאר'עקשנ'טע ברוקלינער חסידים. אבער.. טוריסטן.. צוויי מינוט.. אריין ארויס.. ביטע... "הערטס חברה, ס'איז דערנאך, קומסט צוריק מארגן, לילה טוב". 😞

מיר זענען ממשיך צו קבר רמבעה"נ, און נאך פילע תנאים אינעם אומגעגענט. די פרומע בריקן אז מ'מוז גיין צום אלטן ביה"ח ווי עס ליגן די תלמידי הבעש"ט. ווען מיר קומען דארט אן זעהן מיר פילע פאליציי בלאקירן די וועג פאר קארס אריין אין די גאס וואס פירט צום ביה"ח. וואס גייט פאר? בעלזער רבי ופמליא זענען יעצט דארט און נאן-בעליווערס זענען נישט וועלקאם.

די נאכט איז שפעט, ווען מיר קומען אן צוריק אהיים מיט פולע באגאזשן פון ליידיגע סאדע באטלעך, צוקוועטשטע קוקיס און נאסע אונטערוועש.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 2:34 pm

· #313154
רויטע וואנצעס
די נאכט איז שפעט, ווען מיר קומען אן צוריק אהיים מיט פולע באגאזשן מיט גע'פועל'טע ישועות און ברכות.

אה, ביסט טאקע א נאן-בעליווער??? 😛

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 3:45 pm

· #313170
כ'האב נישט געוואלט פלאגירן פון דער בלאט.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:55 pm

· #313203
פרייטאג פרשת חיי שרה, כ"ד חשון.

פרייטאג איז געווען רעזעווירט פאר א טאג פון fun און פארברענג. מ'איז געגאנגען שאפינג אין אפאר גרויסע Malls, און געגאנגען וואסער'ן נעבן נתניה. אין און ארום נתניה איז דא פילע געשמאקע וואסער פארקס און שיף רענטעלס. די highlight איז געווען א נסיעה איבער'ן מיטעללענדישן ים אין א בננה ספיד באוט. ס'איז גארנישט אזוי זיס ווי א בננה. די שיף פארט אויף בערך פינף און פופציג מייל א שעה און ווארפט זיך מיט כח אויף די ווילדע כוואליעס זי פארמירט. בא'נאס'ט פון קאפ ביז קראקס זענען מיר געגאנגען שווימען אין א היימישע חוף אין די געגענט.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:46 pm

· #313231
זונטאג פרשת תולדות, כ"ו חשון. (ח"א)

ס'איז זונטאג אינדערפרי תולדות. א נייע וואך, אבער גאר א קורצע. מארגן מאנטאג נאכט פארט מען שוין אהיים. דער ערליכע עולם קריכט ארויס פון בעט זייער פרי פארטאגס (עממ, כ'רעד פארטאגס אין חוץ לארץ). די זייגער איז שוין קרוב צו חצות ווען מ'כאפט א דיעטיש מאגערע פרישטאג פון קרעקערס און א איבערגעבליבענע מלוה מלכב דיפס, און מ'פארט. ווי פארט מען? אהה, מ'פארט צום ים המלח, ווי מיר גייען פארברענגן איבער נאכט אין א שיינע האטעל.

דער דרייווער האט געלעכצעט נאך א שנעלע וועג, האט ער אונז אהין גענומען דורך אראבישע געגענטער. די מענער האבן שטודירט די שטעט ארום מיט נייגער, אבער די פרויען האבן געזוכט שרה'ס קאסטאן זיך צו פארשטעקן פאר גרויס פחד.

נאך א שטיק צייט פארן, זענען מיר אנגעקומען צו די געגענט פון די באדואינער וואס געפונט זיך אויפן וועג אראפ צום ים המלח. די מצב דארט האט מיר צוריקגענומען צו די סצענעס פון יוסף שפיל אין תשנ"א. די ליימענע פעסער פון וואסער, די כאטקעס פון שלאק מאטריאל און דורשטיגע קעמלן ביי די צייט פון ראוד. נאך מער דארשטיג ווי די קעמלן זענען אירע בעל בתים פאר אויסלענדישע גרייצער.

היידא.. ילללהלהלהללה שריי איך אויס בעת'ן ארויפטאנצן אויף א קעמל וואס האט בכלל נישט געשערט מיין ענטוזיאזים. זעהט אויס אז איבער ענטוזיאזטישע טוריסטן מאכן עם נערוועז. ער לאזט ארויס א פרק שירה גרעפס וואס שאקלט אויף די סטרונעס פון יעדע רעכטדענקנדע מענטש און ער פירט אונז ארום אפאר מינוט איבער הערליכע בערג און טאלן.

אה, די שמעק פון זאמד, די טריקענע לופט, די פיס אפדריקן פון די קעמלן און די קול פון אירע גלעקלעך פארבן א בילד פון רואיגקייט. די בילד פירט אונז מיט א צייט-קאפסול צוריק צו ספר בראשית. די קינדערגארטן בילדער פון מיין מלמד באקומען דא קאליר און ריאלעטעיט.

נאכ'ן קעמל רייד בין איך אריין אין די בודקעלעך פון די חברה, ווי איך האב געשמועסט מיט אפאר אראבער איבער זייערע מנהגים און לעבנסשטייגער. זיי האבן אנגעבאטן פארשידענע טשאטשקעס צו פארקויפן, וואס האט זיך גענדיגט מיט א געשעפט פון צוויי פויקן, פאר די נישטיגע סכום פון ניינציג שקל.

יעצט אז מ'האט שוין פויקן, האבן מיר אפגעראכטן א שיינע קארליבאך סטייל קומזיץ אויפן טיפן וועג אראפ צום ים המלח. די פאראנאמע איז געווען וואונדערליך. פון די לינקע זייט זעהט מען ירדן, יריחו, און די ים, און פון די רעכטע זייט זעהט מען פילע שטיינערנע בערג ווען אויף אירע גרעניצן זענען איינגעפלאנצט טויזענטער מאיעסטישע טייטלביימער.

די וועג איז גאר א שווערע. סיי ארויף און אראפ און סיי ווילדע פלוצלונג'דיגע דרייען. מיט מזל זענען די וועגן אפן, ווען נאר א טאג בעפאר זענען טייל געווען פארשפארט צוליב א שווערע רעגן אין ירושלים. מיר קומען אן צושאקעלט, אבער גוט אויפגעהייטערט אז מ'איז ענדליך דא. מ'טשעקט איין אין האטעל, מ'דאווענט מנחה מעריב און מ'גייט זאלץ'ן די כשר'ע פלייש אין ים המלח.

גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:06 pm

· #313255
Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו
העיקר חסר מן הספר ווי האסטו אפגעראכטן די יום המנוחה

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:45 pm

· #313275
דיר נישט בייגעפאלן אז אין דעם יום המנוחה האב איך געפראוועט מנוחה אויף א ברייטע פארנעם? 🙂

ווילסט כ'זאל דערציילן די חלומות כ'האב געהאט?

ערענסט גערעדט, ס'גרענעצט זיך אביסל מיט גילוי וועל איך נישט שרייבן דערווייל איבער שבת.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:23 pm

· #313284
רויטע וואנצעס
און מ'גייט זאלץ'ן די כשר'ע פלייש אין ים המלח.

😂 😂 😂
בלאט: 1 2