מאנטאג פרשת תולדות, כ"ז חשון. (ח"ב)מיר פארן צוריק קיין ירושלים. מיר ענדיגן ווי מיר האבן אנגעהויבן. ירושלים אונזער שורש. ירושלים אונזער עבר. ירושלים אונזער עתיד. ירושלים מחמד עינינו.
מ'גייט ארויף צו הר המנוחות. אויף הר המנוחות האבן מיר באזוכט קברי אבות און קברי צדיקים פון אלע שיכטן און קרייזן. מיר זענען אויפן שפיץ בארג פון ווי ירושלים והגלילות זעהט זיך אן אין איר פולסטען פראכט. דער בילד ליגט מיר נאך יעצט גאר שטארק פאר די אויגן. עפעס צינד זיך אן אין הארץ א הונגעריגע בענקעניש צו אונזער היסטאריע. א בענקעניש צו לאנג פארגעסענע צייטן פון ירושלים על תילה. דער דמיון פארבט בילדער פון אמאל. איך זעה אין בילד אידן פארוויקלט אין סחורה'נע טורבאנס שפרייזן מיט זייערע קינדערלעך עולה רגל זיין, בעת די ציגעלעך לויפן פון אונטן און לאזן איבער נאך זיך א שטויביגער רויעך. איך הער קלאנגן פון חצוצרות און אירע נאכפאלגענדע ווידערקלאנגן. די לופט שמעקט פון זיתים און טרויבן, בעת פעדלער פארקויפן ליכט און האניג פאר די פארמערטע עולה רגל ביזנעס. איי, פון ווי קומט אזא שטארקע בענקשאפט צו א דמיון אזוי ווייט...
מ'דאווענט מנחה, מ'כאפט א פיצא משולשת און מ'גייט כאפן א קורצע נאכט באזוך אין אלט שטאט.
אין אלט שטאט האבן מיר דורכשפאצירט געסעלעך צו קבר דוד. קבר דוד איז בעצם אינדרויסן פון אלט שטאט, אבער מ'קומט אן אהין דורך שער ציון פון אלט שטאט. די פלאץ איז געווען שטיל און הייליג. מיר לייענען די היסטאריע און באטראכטן די ארומיגע היסטארישע בנינים און מיר שפאנען זיך געזעגענען פונעם כותל.
דער כותל ביינאכט איז פרעכטיג. ס'איז געווען גאר רואיג און שטיל און מיר זענען קורץ מתפלל ביפאר'ן זיך כאפן אז ס'ווערט שפעט און די הערליכע נסיעה קומט צו א ענדע.
די טענדער גלאפירט איבער די ישראלי הייוועי צום לופטפעלד. די סצענעס פארלויפן פאר די אויגן שנעלער ווי דער הארץ קען זיי אין זכרון איינדריקן. ס'פילט זיך ווי מ'נעמט מיר אוועק פון ווי איך באלאנג. איך פיל ווי א געקידנעפטער וואס מ'פירט אוועק פון זיין טאטע'נס היים. אבער.. ס'איז צייט צו גיין אהיים.
די פליגער הייבט זיך העכער און ווייטער פון מיין בענקעניש. אירע פליגלען זענען ווי מיינע הענט אויסגעשפרייט צום הימל מיט א בקשה פון ברחמים תשוב בביאת הגואל במהרה.
עליית האדומי נשלם בשורה הזאת
ביני ובין החבורה לאות
לתור יְפֵה ההרים והגבעות
בטוב הארץ לטייל ולראות.
בלב ובנפש מקוה
לחזור לקרית התאוה
בלב מלא געגועים ואהבה
נשלם הרשימות, פה קאווע.