☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » טרעוועל און דעסטענאציע אשכול

טרעוועל און דעסטענאציע אשכול

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9374
בלאט: 1 2

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 28, 2015 10:17 am

· #292341
טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
איינע פון די באליבסטע זאכן פון די מענטשהייט, עכ"פ רוב מענטשען, איז טרעוולען. אמאל איז עס ביזנעס, אמאל וואקאציע און אמאל סתם זעהן די גרויסע וועלט און מאכן א חיים טובים. פראבלעם איז אז ווען דער מענטש פארט אדער באזוכט א פלאץ ווי ער איז נישט אין דערהיים, איז ער צומישט און פארלוירן.

ס'דא טאקע אשכולות איבער וואקאציע מיט די ווייב און הערליכע ארץ ישראל באריכטן וכדומה. די אשכול איז אבער פאר יעדע סארט שאלה ותשובה, בעיקר טעקניקל, צו יעדע סארט טרעוועל און דעסטענאציע אין די וועלט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 28, 2015 10:20 am

· #292342
ווען מ'קומט אראפ פון פליגער אין לוד עירעפארט, ווערט מען אסאך מאל באשווינדעלט. וועלכע טעקסי איז פארלעסליך און ווי אין לופטפעלד ווארטן זיי.

געוואלדיג » דינסטאג יולי 28, 2015 11:12 am

· #292351
ביים ארויס גיין איז דא א לאנגע שורה מיט אפיציעלע טעקסיס וואס האבן אויף זיך די אויפשריפט מונית, אבער פאר דו נעמסט איינעם זעה אין די זייט די מאשין וואס קען דיר געבן א פרייז, לייג ארין דיין דעסטינאציע, וויפיל מענטשן, וויפיל רענצלעך, און עס וועט דיר ארויס פרינטן א פרייז, מיט די צעטיל גיי צו א טעקסי און פרעג איהם א פרייז, זאג איהם גלייך אלעס וואס דו האסט כדי ער זאל נישט קענען שפעטער זאגן כאנישגעוויסט, און אויב איז עס מער ווי עס שטייט אין צעטיל ווייז איהם די צעטיל, ער מעג נישט בעהטן מער.

נתן מנחם » דינסטאג יולי 28, 2015 11:29 am

· #292354
די ביליגסטע וועג ארויס פון לוד עירפארט איז מיט די נשר ווען פירמע זיי האבען א סעט פרייז פאר יעדן צו יעדע דעסטינאציע. זיי זענען אבער גאר אויפגערעגטע (רוסיש געשטימטע) חברה און שעלטען יעד רויט לייט אויפן וועג. אבער בענין פרייזען, זענען זיי די ביליגסטער און מערסטע פארלעסליך.

אגב גיבט אכטונג ווער עס פארט מיט אין די טנדר (ווען) און טאמער איינער גייט ארויס פאר דיר, מאך זיכער ער נעמט נישט דיינע פעקלעך (באונס או ברצון).

שמעון וואלף » דינסטאג יולי 28, 2015 11:43 am

· #292355
רוסיש געשטימט? הייסט "איזראעלי געשטימט" זענען רואיג און געלאסן

זעמיל מילכיגער » מיטוואך יולי 29, 2015 2:23 am

· #292527
די וויכטיגסטע ארטיקל וואס מען דארף נזהר זיין מיטצונעמען קיין א"י איז אשר יצר פאפיר......
פאר קיין געלט און די וועלט וועסטו נישט טרעפן קיין פעקל טישו אין טוילעט.... יעדע אינדעפרי קומען אן די טעגליכע הכנות זיצערס, און וואקן אהיים מיטן פעקל מחייה צו זיין די בני בית.

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 2, 2015 3:30 pm

· #293352
גוגל פלייטס איז געווענדליך טייערער ווי אנדערע אנליין סייטס. רוב סייטס האבן כמעט די זעלבע פרייז. בנוגע טרעוועל אפיסעס ווייס איך נאר פון doall travel. די טיקעטס איך האב לעצטענס דארט געקויפט איז געווען פונקט ווי אנליין.

געוואלדיג » זונטאג אוגוסט 2, 2015 3:32 pm

· #293353
אויב פארסטו אליין און עס זעהט נישט אויס אז דו וועסט דארפן טוישן טיקעטס, דאן קענסטו אליין זוכן אן ליין ביי <a class="postlink" href="http://www.kayak.com/">http://www.kayak.com/</a> אבער אויב פארסטו מיט משפחה וכדו' איז בעסער מיט א טרעוול אגענט ווייל דורך דעם איז גרינגער צו טוישן טיקעטס וכדו'

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 2, 2015 3:40 pm

· #293356
איינער ווייסט צו מ'קען באזוכן די פיראמידס? איז די טורעזים אין עגפטין צוריק און שוואונג? אויך, איז א סכנה צו גיין אפענערהייט אלטס א איד? איז איינער דארט אמאל געווען, מה המצב?

@ונבנתה העיר

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 2, 2015 3:50 pm

· #293360
כאפ א שמועס מיט @חקרן.

petergrifin » זונטאג אוגוסט 2, 2015 3:56 pm

· #293361
רויטע וואנצעס
איינער ווייסט צו מ'קען באזוכן די פיראמידס? איז די טורעזים אין עגפטין צוריק און שוואונג? אויך, איז א סכנה צו גיין אפענערהייט אלטס א איד? איז איינער דארט אמאל געווען, מה המצב?

@ונבנתה העיר


איך קען מיט קומען? פליז?

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 2, 2015 4:01 pm

· #293362
באמת, איך פייגער צו גיין. אויב דארף איך וועל איך מיך פארשטעלן ווי א סאעדי פרינץ.

petergrifin » זונטאג אוגוסט 2, 2015 4:01 pm

· #293363
Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 2, 2015 5:00 pm

· #293374
דארפסט זיין אנגעהוקט מיט dans desls

chaims » זונטאג אוגוסט 2, 2015 5:16 pm

· #293376
Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
Sky scanner is pretty good it gives you a wide range of flights
ita matrix could be helpfull
in general from my experience it's good to check on a few sites because sometimes there is certain deals just on certain sites
there is a site booking buddy that's popps up a couple of windows to other sites and that should cover it pretty much

I can't believe I just said that...

מאנסי חסיד » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 1:05 pm

· #293560
איך פלאניר זיך אריבערצוכאפן אויף סאוט קאראליינע myrtle beach פאר אפאר טאג
איינער קען מיר עפעס רעקאמענדירן אויף דעים פלאץ?

chaims » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 1:38 pm

· #293570
Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
Was there once off season in my opinion there is nothing major there just a nice beach

I can't believe I just said that...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:34 am

· #294067
What's the difference between just a nice beach and not just a nice one?

I can't believe I just asked that...

chaims » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 8:33 am

· #294087
Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
איך מיין צו זאגן אז עס איז א טויטע געגענט און עס איז נישט דא אסאך צו טוהן דארט

ס'מיר גוט שמעקי האט איך גענומען צו מיין חתימה...

I can't believe I just said that...

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 8:41 am

· #294091
ס׳איז דא א ביטש וואס איז סעפרעט מענער און פרויען אזוי ווי די ארץ ישראלדיגע חוף נפרד?

chaims » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 8:50 am

· #294093
Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
יא אוודאי

I can't believe you just asked that...

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:32 pm

· #299700
אקעי, מ'פארט בקרוב אויף ארץ ישראל איך מיט א חבורה. האט מען אויף מיר ארויפגעלייגט די אויפגאבע צו זיין די גבאי. כ'האלט אינמיטן צאמשטעלן א PDF פון א סדר היום און אלע דיטעלס. מ'וועט זיין דארט 18 טעג. דער עולם וויל אוודאי מקומות הק', אבער אויך היסטאריע און fun להבדיל, ה' הטוב יכפר. די ישראלי מומחים זענען מכובד צו נעמען די מייק און פארשלאגן דעסטענאציעס. כ'האב שוין אסאך גענאשט פון אפאר הערליכע אשכולות, ובפרט פון מסעות ד'אנאנים, אבער איך בין גרייט צו הערן נאך הצעות. ווי נאר די PDF איז גענדיגט מיט'ן סדר היום און די פלעצער, וועל איך עס דא ארויפלייגן לתועלת הרבים.

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:47 pm

· #299702
אם לעצתי תשמע, לייג אוועק איין גאנצע טאג (אויב נישט מער) צו זיך פשוט סתם דרייען אין ירושלים, דאס וועט זיין פאר ענק א עקספיריענס ווי נעווער ביפאר, שחרית דאוונט מען אין סאטמאר אויף יואל, מנחה און מעריב אין מוסיוף שטיבלעך (ספארדישע שטיבלעך אין שכונת הבוכרים ווייטער ארויף אויף רחוב יואל) און אין צווישן זיך דרייען אין גאולה, זכרון משה געגנט מיט די געדרייטע געסעלעך, אונגארישע הייזער מיט די הענגעדיגע וועש, שוק מאה שערים וואו די פיש שמעק ווערט צוזאם געמישט מיט די שמעק פון גארביטש, און קינוח סעודה איז (נאר פאר די נישט סאטמארער חברים 😠 ) א שפאנציר צום כותל דורך דעם רובע היהודי, עס וועט ענק זיין א טאג צום געדענקען, אויב איז דא מער צייט קען מען אויך גיין צו שוק מחנה יהודה און די געגנטער אריבער רחוב יפו מיטן צו נאמען די שטעטלאך.

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:55 pm

· #299703
Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
מקען זיך מצטרף זיין מיט דיר רויטע ?

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 1:01 pm

· #299705
כ'האב מורא מיר וועלן זיך נישט פארשטיין. 😂

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 1:04 pm

· #299707
@געוואלדיג, שרייבסט דאך אזוי גוט. מיין דמיון האט דורך דיינע ווערטער געכאפט א פרייע בליץ רייזע אין די געסעלעך פון ירושלים.

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 7:46 pm

· #299781
די קעניג פין אמעריקע
ס׳איז דא א ביטש וואס איז סעפרעט מענער און פרויען אזוי ווי די ארץ ישראלדיגע חוף נפרד?

איך גלייב נישט

סמבטיון » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 10:11 pm

· #299800
פון מיינע בעסטע מעמאריס, זענען די פרייטיג צונאכטס תפילות ביים כותל, רויטע, מארק מיי ווארד! סעוועט דיר בלייבן אין זיכרון לעולם ועד.

Big Boy » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 11:33 am

· #299852
רויטע וואנצעס
אקעי, מ'פארט בקרוב אויף ארץ ישראל איך מיט א חבורה. האט מען אויף מיר ארויפגעלייגט די אויפגאבע צו זיין די גבאי. כ'האלט אינמיטן צאמשטעלן א PDF פון א סדר היום און אלע דיטעלס. מ'וועט זיין דארט 18 טעג. דער עולם וויל אוודאי מקומות הק', אבער אויך היסטאריע און fun להבדיל, ה' הטוב יכפר. די ישראלי מומחים זענען מכובד צו נעמען די מייק און פארשלאגן דעסטענאציעס. כ'האב שוין אסאך גענאשט פון אפאר הערליכע אשכולות, ובפרט פון מסעות ד'אנאנים, אבער איך בין גרייט צו הערן נאך הצעות. ווי נאר די PDF איז גענדיגט מיט'ן סדר היום און די פלעצער, וועל איך עס דא ארויפלייגן לתועלת הרבים.



If you don't mind, when you finish your PDF please leave as a separate list the places you thought about going but decided in the end not to go there. You might leave off something because it's not interesting for a group of yingelat. However, it might still be interesting for couples. Also, you might leave some stuff off because it's not frim enough (like Eilat) but others might not have a problem with it. Lookking forward to your PDF.

One more request if you don't mind, can you please link to the forums that you are reading where you are taking some of your info from so we can see them ourselves too?

Thanks.

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 9:09 pm

· #299980
רויטע מארק מיי ווארד לייג דיר אוועק א שבת צו זיין אין 'צפת' א שבת אין צפת איז׳ הערליך יוניק זיס בחנ'ט נאסטעלאגיש הייליג דערהויבן געשמאק מען כאפט א שפאציר אין אלט שטאט ס'איז הערליך.. ס' איז ווערד אלע געלטער

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 9:29 pm

· #299982
אויב האב איך נאר איין שבת, פאר ירושלים אדער צפת וואלסטו געזאגט צפת? פארשטייט זיך מ'וועט שיין פארברענגן אין ירושלים אין די וואכן טעג.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 9:46 pm

· #299984
דערווייל האב איך דאס. דער עולם זאל ביטע מוסיף זיין און מיטטיילן איבער די פלעצער.

ירושלים והגלילות
שוק מחנה יהודה
יד ושם
הליבה לכותל שער יפו / שער שכם
רובע יהודי ירושלים
עיר דוד / מי השילוח / נקבת חזקיהו
מוזיאון ישראל
בית השרוף
ים המלח
קבר רחל

מירון
קבר הרשב"י

חברון
מערת המכפלה

צפת
בית החיים העתיקה
עיר העתיקה
מקוה אר"י

טבריה
בית החיים העתיקה
כנרת

חולן
Dialogue In The Dark

חיפה
Bahai gardens

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 10:20 pm

· #299988
רויטע וואנצעס
אויב האב איך נאר איין שבת, פאר ירושלים אדער צפת וואלסטו געזאגט צפת? פארשטייט זיך מ'וועט שיין פארברענגן אין ירושלים אין די וואכן טעג.

ווייסעך נישט אויב דו האסט נאר איין שבת וואלסטו געוואלט זיין אין ירושלים בעסער

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 10:52 pm

· #299991
דאכט זיך אז די לעצטע לאקאציע אויף דיין ליסטע (באהאי גארטענעס) געפונט זיך ביי די שמייליגע הויפטקוואטיר פון א פרעמדן גלויבן. (דאכט זיך די באהאי'ס זענען אן איסלאמיש-אפשטאמיגע רעליגיע וואס שטאמט פון איראן).

בן אדם » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 11:57 pm

· #299995
ראש הנקרה ( בערך א האלבע שעה אוועק פון צפת)

מצדה ( פאלאץ פון הורדס המלך - ס'איז זייער אינטרעסאנט).

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:53 am

· #304014
איינער האט טעלאפאן נאמבערס פון דירות צו פארדינגען אין ירושלים? ייש"כ.

גר ותושב » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:24 am

· #304027
Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
📎 uploadfromtaptalk1444663424572.JPG

Big Boy » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:05 am

· #304158
רויטע וואנצעס
אקעי, מ'פארט בקרוב אויף ארץ ישראל איך מיט א חבורה. האט מען אויף מיר ארויפגעלייגט די אויפגאבע צו זיין די גבאי. כ'האלט אינמיטן צאמשטעלן א PDF פון א סדר היום און אלע דיטעלס. מ'וועט זיין דארט 18 טעג. דער עולם וויל אוודאי מקומות הק', אבער אויך היסטאריע און fun להבדיל, ה' הטוב יכפר. די ישראלי מומחים זענען מכובד צו נעמען די מייק און פארשלאגן דעסטענאציעס. כ'האב שוין אסאך גענאשט פון אפאר הערליכע אשכולות, ובפרט פון מסעות ד'אנאנים, אבער איך בין גרייט צו הערן נאך הצעות. ווי נאר די PDF איז גענדיגט מיט'ן סדר היום און די פלעצער, וועל איך עס דא ארויפלייגן לתועלת הרבים.



Did you finish your PDF already? would love to see it.

mevakesh » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:33 am

· #304168
Re: טרעוועל און דעסטענאציע אשכול
אין גליל איז שיין ביי די חרמון בארג און אויך גמלא איז א היסטארישע פארק מיט אן ביהמ"ד מימי הגמרא
און ווי פריער דערמאנט ראש הנקרה איז הערליך

ים המלח איז שיין צו באזוכען, דא א אפגעטיילטע חוף אבער איך בין געגאנגען מיט די ווייב ווען עס איז געווען ליידיג ביי חמי עין גדי

אגב אין ירושלים איז דא אסאך גוטע כשרע רעסטאראנטען אין די פרייזען איז אומגעפער האלב פון דאהי
למשל אנטריקוט קפה רימון און נאך

אין טבריה איז דא א פיין מילכיג פלאץ פארגעסען די נאמען מיטן הכשר פון הרב אוירבאך
אה איך האב זיך דערמאנט עס הייסט שרי- cherry
א שם דבר

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 30, 2015 9:42 am

· #306967
איז דא א עקסטערע charge ווען מ'סווייפט א אמעריקאנער קרעדיט קארד אין א"י?

Big Boy » פרייטאג אקטאבער 30, 2015 9:53 am

· #306971
רויטע וואנצעס
איז דא א עקסטערע charge ווען מ'סווייפט א אמעריקאנער קרעדיט קארד אין א"י?



Some credit cards have foreign transaction fees and some don't. If you have a few, make sure to only use the one that doesn't charge you.

Big Boy » זונטאג יאנואר 3, 2016 11:54 pm

· #315898
[ציטאט אראפגענומען]


What are the 1st three?

Big Boy » זונטאג יאנואר 3, 2016 11:55 pm

· #315899
I wanted to ask the following questions of all of those that are experts in Eretz Yisroel.

Which are considered the reliable heimishe hechsheirim in Eretz Yisroel?

What are the good Restaurants in Negev/ Yam Hamelach area/ Yerishulayim/ Gulil/ and Golan?

What are the main touring sites in Golan? I know about Banyas-Chermon/ Katzrin/Nimrod. Is there anything else there?

Any interesting ideas that you think others might not know that you want to share?

Any interesting sefer that would give me a lot of info on Kvurim and on citeis athat are mentioned in Tnach?

Which store in Yerishulayim is good to buy nosh for the kids to bring back home?

Where would be a good mall/shopping area if the wife wants to go a little shopping?

What are the main things I should try to see in Yerishulayim on shabes?

Any recommendations for great drivers/ tour guides or should I rather go on my own?

Big Boy » מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:33 am

· #315925
The 2 of you that wrote your trip reports here Sheish and Roite Vantzes it would be very helpful if you could also list here the places that you were thinking of going to but didn't have time to go or it didn't fit into your schedule to visit it this time.

Big Boy » דינסטאג יאנואר 5, 2016 11:53 pm

· #316257
[ציטאט אראפגענומען]


Is this it?

<a class="postlink" href="http://www.braunsjudaica.com/brauns/products/Books/Israel/19855.html">http://www.braunsjudaica.com/brauns/pro ... 19855.html</a>

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 6, 2016 12:10 am

· #316260
Big Boy
I wanted to ask the following questions of all of those that are experts in Eretz Yisroel.

Which are considered the reliable heimishe hechsheirim in Eretz Yisroel?

עדה החרדית, רב לאנדא.

What are the good Restaurants in Negev/ Yam Hamelach area/ Yerishulayim/ Gulil/ and Golan?

אין ים המלח איז נישט דא קיין רעסטוראנסט מיט היימישע הכשרים. איינציגסטע כשר'ע פלאץ איז Cafe Cafei. ס'האט א הכשר פון א חבד שליח אדער די רבנות. מ'זאגט אז דער משגיח איז א מומחה. כ'נעם נישט קיין אחריות, כ'זאג וואס מ'שמועסט אין מקוה. ס'איז קווארטירט אין א קליינע מאלל וואס האט פילע כשר'ע פראדוקטן. זעה מיין באריכט פאר א באריכט איבער מענדי'ס אין צפת. אין ירושלים איז פיטה'לע געווען זייער פיין. דייטש אין מא"ש איז אן אלטע רעסטוראנט אבער אונגארישע נאסטאלגישע עסן.

What are the main touring sites in Golan? I know about Banyas-Chermon/ Katzrin/Nimrod. Is there anything else there?

כ'בין נישט באקאנט

Any interesting ideas that you think others might not know that you want to share?

גוגל tourist attractions in Israel. ס'דא הונדערטער פלעצער בכל רחבי הארץ. קוק אויף trip advisor פאר רעטינגס.

Any interesting sefer that would give me a lot of info on Kvurim and on citeis athat are mentioned in Tnach?

דאס האב איך טיילווייז גענוצט אבער ס'איז דא בעסערע. כ'דארף זוכן אין גאראזש פאר די האנד בעג מיט אלע ספרים'לעך.

Which store in Yerishulayim is good to buy nosh for the kids to bring back home?

יעדע גראסערי האט פון אלעם גוטן.

Where would be a good mall/shopping area if the wife wants to go a little shopping?

שפע מאלל, אין הארץ פון ניי ירושלים.

What are the main things I should try to see in Yerishulayim on shabes?

כותל, שלחנות צדיקים, טיול במאה שערים, א תפלה אין בעלז אויב ביסט אין געגענט. מחאות, אויב ביסט לאקי אז ס'איז דא יענע וואך.


Any recommendations for great drivers/ tour guides or should I rather go on my own?

אויב ביסט אומבאקאנט איז זיכער בעסער א דרייווער. נאמבערס אוועליבעל אין אישי.

Big Boy » דינסטאג יאנואר 12, 2016 4:57 pm

· #317179
What are the things to do in tzfas besides the Beis hachaim?

Did you book hotels yourself in Eretz or you used an agent?

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 12, 2016 5:09 pm

· #317181
לייען מיין ארטיקל פון די פילע צפת אקטיוועטיטן.

כדי צו נוצן אן אגענט פאר האטעלס. געווענדליך איז עס די זעלבע פרייז ווי אן. ביסט אין א פרעמד לאנד, דארפסט א חבר אויף דיין זייט אויב מאכט זיך עפעס.

Big Boy » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:32 pm

· #318381
I would like to go to Kever ruchel and meuras hamacpeileh on Motzei shabes to from Yerishulayim if there is such a trip/possibility?

What tishen would you recommend I should go to to in Yerishulayim on Friday night? Anything interesting to do in Yerishulayim on Motzei Shabes?

Do you think it’s better to go in altshtut with a tour guide due to the current security situation so we shouldn’t get lost or there’s no need for it? If yes, do you have someone good to recommend?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:58 pm

· #318385
ערשטע צוויי שאלות בין איך נישט שטארק באקאנט.

די דריטע שאלה וואלט איך געזאגט אז אויב איז דא א בוזשעט צו נעמען א פריואטע טור גייד אין אלט-שטאט איז כדי. ס'איז מער סעיף און פראקטיש.

דא איז א נאמבער וואס מ'זאגט מיר איז א גוטע טור גייד. כ'האב אים נישט גענוצט פרעזענדליך, ווייס איך נישט פונקטליך מה טובו:
052-589-0606
050-752-6888
בלאט: 1 2