אן אשכול אין דער מאכונג
97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6961
אויליגערליידער ליידער נצחו אראלים את המצוקים און כהאב יעצט פארלוירן א אשכול וואס איז געווען און די מאכונג 😳 😳 😳 😳 😳 😳
אויף וועלעכע נושא??
טעפלאויליגערליידער ליידער נצחו אראלים את המצוקים און כהאב יעצט פארלוירן א אשכול וואס איז געווען און די מאכונג 😳 😳 😳 😳 😳 😳
אויף וועלעכע נושא??
שמייכעל. כהאף עס איבער צו שרייבען
כוכבצומאל זיצט מען מיט א דרעפט עידן ועדנים און מ'האט עפעס נישט דער געדולד זיך צוזאמצונעמען און מסדר זיין.
דא וועט דער עולם קענען מיטטיילן זייערע פלענער, איבער אלעס וואס באקט זיך אין אויוון.
איך זיץ יעצט מיט א דרעפט איבער 'סעקסיזם און חז"ל' , כהאב אבער נישט די געדולד און די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות, אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
טוט מען?
תכלית גערעדט, ווער נאך ארבעט אויף אן אשכול?
אז איינער רופט זיך אן זאל מען אים געבן חיזוק און אפשר אפילו אפפערן הילף.
איך מיין זאלסט עס טאקע לאזן אין דרעפט... סאיז בעסער אזוי
כוכבנהורא נפישאחמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
חז"ל רעדן דא פון דעם קערפערליכן געשטעל פון א באשעפענישן וואס איז אין פאקט נישט מער ווי חמת מלא צואה און דם, און דאך איז דרכו של איש לחזור אחר אישה.
זיי מיינען נישט צו בעפארצוגן דעם מאן איבער דער פרוי און איך זע נישט דערין קיין סעקסיזם.
איין סטעיטמענט נארישער ווי די צווייטע
[quote="שמעקעדיג"][quote="
שמעקעדיג אין דעם אשכול"]
מיט די צייט וועט זיך עפענען א שטעטל פאר די ק"ש מיטגלידער, דארט וועט זיין א מחיה...[/quote]
איך האלט אינמיטן אויס'דמיונ'ען דעם שטעטל, אין פארעם פון א אשכול.... סטעי טונד.[/quote]
ונבנתה העירקיינמאהל נישט אזוי גוט ארויסגעהאט ניוטאנ'ס צווייטע געזעץ...
[כוכב, שמעקעדיג, ווי לאנג דארף מען ווארטן?]
האפענטליך די וואך. לכבוד מעמד הרבבותינו.
איז שוין דא א אשכול איבער די וועכענטליכע בילדער מאגאזינען. ווי גרויליג דאס איז און וואסערע מעסידש דארף דאס שיקן פאר אונזערע קינדער. דאס פארשטאפן דעם קאפ מיט פוסטע בילדער אן א שום טעם וריח ניואמאל א דעסקריפשאן ערלויבן זיי זיך. אנשטאט לערנען אדער כאטשיק ליינען א באלערנדער ארטיקל. כוויל באשרייבן מיין מיינונג. איז שוין דא עפעס דערוועגן? ווייסט איינער
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/109">viewtopic.php?f=6&t=109</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5361">viewtopic.php?f=10&t=5361</a><!-- l -->
שכח בשבילי. דאס האב איך טאקע געזוכט. סי יא לעיטער
געדיכטעכוכבנהורא נפישאחמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
חז"ל רעדן דא פון דעם קערפערליכן געשטעל פון א באשעפענישן וואס איז אין פאקט נישט מער ווי חמת מלא צואה און דם, און דאך איז דרכו של איש לחזור אחר אישה.
זיי מיינען נישט צו בעפארצוגן דעם מאן איבער דער פרוי און איך זע נישט דערין קיין סעקסיזם.
איין סטעיטמענט נארישער ווי די צווייטע
איך פארשטיי נישט די דאנצע סומאטוכע חז"ל מיינען סה"כ צו זאגן אז ווען נישט השי"ת איז דאס מטביע אין די בריאה וואלט דאס געווען די פארמיאוסטע זאך צו וועלן. ודי בזה
שוין א וואך וואס איך "וויל" אנהייבן מיט א פראיעקט ספעציעל פאר קאווע שטיבל, נעמליך, צו אפשרייבן און איבערטייטשן ענגלישע ביכער פאר אונזערע אידיש ליינענדע ברודער.
נישט איבערזעצן פראפעסיאנאל, ווייל דאס וועט פאדערן שווערע כוחות וואס כ'בין מאמענטאל נישט מעגליך צוצושטעלן, ווי אויך איז דאס שוין פארבינדן מיט בעטן רשות פון די אריגינעלע ארויסגעבער און פובלישער, אבער מיין פלאן איז אפצוליינען א קאפיטל און עס דערנאך אראפגעבן קאנדענסירטערהייט.
איצט בין איך אריינגעקומען אהער אפשרייבן א קורצע הקדמה, און דאס, נאך איידער כ'האב רעכט אנגעהויבן ליינען דעם בוך וואס איז אין פלאן אראפצוגעבן פאר אייך, אבער צו עפענען דעם אשכול און דאס זאל מיר טרייבן ממשיך צו זיין.
דערזעענדיג ידידינו הנכבד הר' כוכב'ס אשכול דא, האב איך זיך דערין אנגעהאנגען און עס איז צום האפן אז גאר בקרוב וועלן מיר זיך נעמען דערצו מיט א פלייס.
דער נאמען פון בוך וואס ליגט אויפן טישל איז גאנץ א געשמאקע און וויכטיג נוצבארע טעמע וואס וועט זיכער העלפן פאר אחינו בני ישראל הנמצאים בגולה.
נח בער, מיר ווארטען מיט אנגסט..
לדעתי איינער וואס איז נישט גרייט צו נעמען די מי זיך אויסצולערנען ענגליש, איז זעכער נישט גרייט זיך צו לערנען די תוכן פון עני אינפארמאטיווע ביך, אבער אדרבא אויב האלט איר אנדערש, בודאי תבוא עליך ברכה פארן זיכוי הרבים.
טעפלנח בער, מיר ווארטען מיט אנגסט..
זינט כ'האב זיך אונטערגענומען צו טאן דערין האט זיך מיר אנגעהויפנט אזויפיל ארבעט אז עס איז מיר פשוט ארויס פון קאפ מיין פרישער איניציאטיווע.
א דאנק פארן דערמאנען, און האפנטליך וועט נאך היינט ארויפקומען א שטיקל.
שמערל רעדט צו מיר?
יא
שמערל עס איז נישט אמת, איך וואלט זיך אויסגעלערנט ווען עס איז ווען דא נאך אידישע ביכער.
האלטסט אז די וואס קענען נאר ליינען ענגליש, און אלע ביכער וואלטן געווען אויף העברעיאיש אדער אידיש, וואלטן זיי זיך אויסגעלערנט די שפראך, אוודאי נישט, מיר זענען גארנישט אנדערש.
שמערללדעתי איינער וואס איז נישט גרייט צו נעמען די מי זיך אויסצולערנען ענגליש, איז זעכער נישט גרייט זיך צו לערנען די תוכן פון עני אינפארמאטיווע ביך, אבער אדרבא אויב האלט איר אנדערש, בודאי תבוא עליך ברכה פארן זיכוי הרבים.
אז דו רעדסט צו מיר, לאמיר פרובירן צו פארשטיין וואס דיין חוות דעת איז.
וואו האסטו געזען אז "איך בין נישט גרייט זיך צו לערנען ענגליש"?
און ווער האט דיר דערציילט מיינע קענטעניסן אינעם ענגלישער שפראך?
ער האט נישט געמיינט דיר. ער רעדט פון די ליינער פאר וועם דו ווילסט איבערשרייבן אין אידיש
"די פרינצפן פון א קאווע שטיבל איד". אדער "דער קאווע שטיבל השקפת החיים".
"קאווע שטיבל גילוי קלאב". (ווער נישט ווילד.. מ'גייט קיינעם נישט מגלה זיין ח"ו).
Re: אן אשכול אין דער מאכונג
זעט אויס עקסיידינג !!! ווען זענען די ריליס דעיטס?
@רויטע וואנצעס נו ווען שוין ווען ?
פארוואס זאגסטו אזוי? מיינס איז ארויס לאור.
Re: אן אשכול אין דער מאכונג
כהאלט אינמיטען ארבעטן אויף א מאמר ׳פסיקת ההלכה וכח הרבנות לדורותי׳ ׳ ווי כשרייב פארשידענע הערות אויף די נושא פון פסקענען מכריע זיין צווישען מחלוקת׳ן אין הלכה איז צוגעגאנגען מימות משה ביזן היינטיגן טאג , כהאף עס אדער א חלק פון דעם ארויפצולייגען די וואך אלס פרשת השבוע ,כהאב נאכנישט מחליט געווען וואו עס ארויפצולייגען צו אויף ק.ש. צי אויף די אנדערע פארומס וואו כבין א מעמבער , איז דא איינער וואס איז אינטערעסירט אין די נושא און האט וואס צוצעלייגען , אדער איינער וואס קען מיר העלפן , ווייל כבין באמת נישט קלאר אין די נושא , און כקען ניצען הילף.
א. די פלאץ פאר דעם איז קליפ און קלאר אין אונזער שטיבל.
ב. קענסט מיר שרייבן אין אישי דיינע הערות און ספיקות, און אויב איז ביכלתי וועל איך דיר העלפן.
איך מאכ'מיר דא א נאטיץ איך זאל נישט פארגעסן פון שרייבן מיין געדאנק מיטן קעפל "געשמאק פון זיין נאקעט" (נישט אין מאחורי)
איז דא א אינטערעס פאר א אשכול איבער מיין באזוך אין א"י?
Re: אן אשכול אין דער מאכונג
רויטע וואנצעסאיז דא א אינטערעס פאר א אשכול איבער מיין באזוך אין א"י?
There is an interestin whatever you write no matter what topic
רויטע וואנצעסאיז דא א אינטערעס פאר א אשכול איבער מיין באזוך אין א"י?
איך פארשטיי נישט די שאלה, זיי מסביר די צדדים,
איך זעה נישט דא קיין שאלה אוודאי זאלסטו שרייבן
רויטע וואנצעסאיז דא א אינטערעס פאר א אשכול איבער מיין באזוך אין א"י?
יעצט זאגסטו מיר אז דו ביסט געפארן ווען איך ווייס ווען וואלט איך דיר מיטגעשיקט שליח מצוה געלט פאר דו ביסט געפארן
מיט פּעיפּאל, אדרבה פארצייל די מעשה! די מילך איז נאך אלץ אין די זעקלעך? די ירושלימם גייען נאך מיט די געילע קאפטאנס? די ׳מיץ ענבים׳ טעסט נאך אלץ ווי ׳מיץ תאנים׳?
שבת אחים,
you never fail to make me smile with your comments
🙂
שמעקעדיגשבת אחים,
you never fail to make me smile with your comments
🙂
שכוח הרב ריח ניחוח, הייסט עס נאר מיין רויטע רעשיגע אינטערשריפט באדערט אייך? וואס זאל איך טוהן איך בין זייער עקספרעסיוו. 🙂
רויטע וואנצעסאיז דא א אינטערעס פאר א אשכול איבער מיין באזוך אין א"י?
I can't wait. Also, like I asked you before you left please list all the places that you had on your list that you didn't end up going to either because it didn't make sense for you or because you didn't have the time for it. Thanks.
ווער נעמט זיך אונטער צו שרייבן געשמאקע אשכולות צו בארואיגן די געמיטער?
איך בין די ערשטע.
Pre-like
Pre-comment
😮 ???Hey, are you making fun of me
No, I'm making fun of myself
Aha. I knew you're making fun of me, like always
😳 😂 😂
חס ושלום ידידי היקר.
😂 😂 😂
אדמדם איז נישט משוגע דם, זיך צו גיין אנהייבן מיט בן אדם. דעם איט!
רעבע, עעעם... ס..סס'איז נאר געווען א דזשאוק...
כ'ווייס, כ'האב געכאפט א מינוט שפעט. הער מיין מאמע איז א אונגארישער פון דער זעלבע שטאט ווי סענדר דער דויטש, ממילא כאפ איך אביסל שטאטער ווי מנשה פיליפ אדער משה גבאי. אז מ'רעדט שוין געדענק איך פאר יארן צוריק איז געווען א באס דרייווער אין בארא פארק, אן אונגארישער וואס פלעגט דאווענען אויפן באס. אויף די פראגע פארוואס, האט ער געזאגט ווייל אזוי דרייווט ער שטאטער כמנהג די אונגארישע. בכל אופן זאל דער אייבישטער העלפען אז די פעטער זאל בקרוב אויפשטיין און אונז פירן אנקייגען משיח. ימים על ימי מלך וכו' 😂 😛 😮 😂 😂 😃
😂
איך בין אין א הייסע שרייב מוט, אבער אן קיין נושא. עני איידיעס? ביטע נישט ווארפן העווי ענינים, דאס לאז איך פאר שש אדער ונבנתה.
Re: אן אשכול אין דער מאכונג
שרייב איבער די קאפוויי פון זיין אין די מוט און נישט האבן קיין נושא. און וואס מ'קען טוהן דערוועגן.
קומט
@קל וחומרזאגט אם תאמר
מאכט די גענאר
פון מיין צער
געפילן טיפע
מחשבות שיפע
אבער קיין טינט
כ'שפיר ווי א קינד
די האנט טריקן
ליידיגע בליקן
פאפיר לעהר
נאס פון טרער
דיפרעסיע אין דער מאכונג
א נושא? פאר אן אויפוואכונג.
Re: אן אשכול אין דער מאכונג
איז פארהאן אן אשכול פאר דברי תורה (אייגענע)?
שיק אריבער העמער זעען.