☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » הפצת אמונה

הפצת אמונה

167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9338
בלאט: 1 2 3 4

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 11:47 am

· #290938
הפצת אמונה
איך האב שוין געשריבן אין די שלום-עליכם אשכול, וואס מיין ציהל דא איז, אצינד וועל איך אנפאנגען.

אזוי ווי עס איז מיר שוין כמה וכמה פעמים צו רעדן מיט יינגעלייט וואס מוטשען זיך אין אמונה-עניינים, און עטליכע פון זיי האבן ציטירט ווערטער פון קאווע שטיבל, האב איך א קוק געטוהן דא, און איך האב געזעהן אז עס איז פארהאן דא אסאך סחורה, (כאטש עטליכע מאל איז עס אזוי ווי געמאלן וואסער), אבער צו מיין באדויער האב איך געזעהן ווי קיינער ענטפערט נישט אפ שכל׳דיג די אפ-לאכער אדער די משכילים, און זייער ווערטער בלייבן רוב מאל דאס לעצטע ווארט.

נאכן זיך אדורכרעדן מיט א גוטער ייד, און אראפלייגן אלע מיינע צדדים, צו איך זאל יא שרייבן דא אדער נישט. האט ער מיר געזאגט: אז ער איז זיכער אז די אלע וואס קומען אהער זענען שוין ממילא פגום אין אמונה פשוטה, דעריבער וואלט נישט געשאדט צו רעדן קלאר.

הקדמה: מיין צו-גאנג קען זיך אויסזעהן אביסל אויפגעקלערט פאר עטליכע, אדער מצומצם פאר אנדערע. אבער איך וויל מבהיר זיין אז אלעס איז אדורכגערעדט געווארן מיט רבנים און גוטע יידן, כי לא מלבי.

צום אלעמען ערשט, וויל איך מקדים זיין, פאר די וועלכע טענה׳ן אז זיי זענען ״נאר״ אויפגעקלערט, זיי גלייבן אין די י״ג עיקרים, אבער זיי זענען מפקפק אין די קדמות הזוהר (למשל). וויל איך קלאר מאכן, אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איהר וועט זיך טרעפן אפגעזעקלט פון אלעם, (אויב האלט איהר נאכנישט דארטן - רחמנא לישזבן). די מינוט וואס א איד איז מטיל ספק אין אמונה פשוטה, אדער ער פראבירט זיך איבערקליגן, אין לדבר סוף, ותוצאותיו מי ישורנה.

יעצט וויל איך רעדן אפען צו די וועלכע זענען מפקפק אין עיקרי הדת, עס איז ליידער נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך צווישן אונז (יא, דו לייענסט גוט אין דיין ביהמ״ד אויך) אידן מיט שמונה בגדים, וואס ליידער גלייבן זיי נישט אין גארנישט, און זייער נישט גלייבן איז משפיע אויף זייערע מעשים בצינעה, (אהן קיין שום מעצור פון די חמורות שבחמורות).

די שיטה פון אוועק-מאכן און אראפ-קלאפן די קאנפעדענט פון דער מפקפק באמונה (וואס איך פלעג אמאל נוצן) ארבעט שוין נישט. אלזא, איך רעד דא צו קלוגע אינגעלייט געלערנטע הן בחכמות חיצונית והן בחכמת התורה, לאמיר זיך פראבירן פארשטיין.

איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין קיין וויכוחים, (קיינער האט דאך גארנישט געפרעגט), אבער איך וויל פארשלאגן א מהלך ווי אזוי מ׳קען זיך אויסלייזן פון אמונה נסיונות, און איך מיין מען קען זאגן אז - ברוך השם - ורבים השיב מעוון.

רוב פון די טענות פון די משכילים איז אז אונז ארטאדאקסישע אידן האבן משנה געווען די ארגינעלע תורה, און אז - חס ושלום - מיר זענען זיך מתעלם פון זאכן וואס שמעקט אונז נישט ווען אין די זעלבע צייט זענען מיר מחמיר אין אנדערע זאכן אומזינסט. זאג איך אזוי: כאפ דו דיינע זאכן וואס דו האלטסט איז וויכטיג און ריכטיג, ווי למשל אלע מצוות שבין אדם לחבירו, זיי זיי מקיים צוליב דעם וואס דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן, און טראכט אז דו ביסט מקיים א מצוה דערמיט, וועסטו זעהן אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועלסט אנקומען צוריק על דרך הישר.

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 11:48 am

· #290939
איך וועל בלייבן דא, צו ענטפערן יעדע תגובה, בתנאי אז עס איז בדרך כבוד כדבר איש אל רעהו.

איך נעם זיך פאר פון פאראויס, אויב איינער וועט מיר אויפווייזן ע"פ שכל, אז איך בין ראנג, וועל איך מודה זיין בלי שום בושה, אפילו ווען מיר רעדן פון עיקרי הדת.

ירא שמים » מיטוואך יולי 22, 2015 12:05 pm

· #290942
הפצת אמונה
איר האט נישט מורא אז אייער אמונה פשוטה אליינס וועט קאליע ווערן?!
חייך קודמין !!

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 12:12 pm

· #290943
Re: הפצת אמונה
שלום עליכם רבי מפיץ
איך האלט אסאך גייען הנאה האבן פון דיין איניציאטיוו חזק ואמץ
אויף אנצוהייבען לאמיר טאקע אדורך טוהן המלוכה והממשלה'ס געדאנק

I can't believe I just said that...

Kool man » מיטוואך יולי 22, 2015 12:15 pm

· #290944
ווען איך זעה אן'אשכול וואס רעדט פון אמונה זאכען דא אין שטיבעל, אדער כ'זעה אין א אשכול, ווי א זעלבסטגעקרוינטער משכיל מיט זיין שמאלקעפיקע שכל שרייבט ער זאכען וואס זענן נישט אמונה'דיק, רייס איך ארויס פון דארטען, און כ'פוץ אפ פון דארט, ס'דא אפאהר שרייבערס דא וואס כ'קוק נישט אהן קיין ווארט וואס זיי שרייבען, ווייל זיי זענען נעבעך אזוי אנגעפיקעוועט אז ס'שטינקט אוועק 😳

דעת תורה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:19 pm

· #290947
Re: הפצת אמונה
דאס, אז אויב מ'איז מפקפק אין קדמות הזוהר למשל וועט מען עווענטועל אפלאזן אלעס, דארף מען אויך גלייבן מיט אמונה פשוטה? און אויב גלייבט מען נישט אין דעם וועט מען עווענטועל אויך אפלאזן אלעס?

הקטן » מיטוואך יולי 22, 2015 12:25 pm

· #290949
דעת תורה
דאס, אז אויב מ'איז מפקפק אין קדמות הזוהר למשל וועט מען עווענטועל אפלאזן אלעס, דארף מען אויך גלייבן מיט אמונה פשוטה? און אויב גלייבט מען נישט אין דעם וועט מען עווענטועל אויך אפלאזן אלעס?

לדעתי ווענד זיך דאס און די כיון וואס דער מפקפק וויל גיין (deep down)
בדרך שאדם רוצה לילך בה מוליכין אותו.

וויל קענען » מיטוואך יולי 22, 2015 12:36 pm

· #290950
Re: הפצת אמונה
כ’פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר
קומט א איד צו גיין און זאגט אז ער קען פארענטפערן מיט טעם ודעת די פארדרייעטע אנגעליינטע מוחות, און זאגט איך בין גרייט אויף קשיות מי שרוצה לישאל זאל פרעגן, פארוואס זאל מען פארדרייען די אשכול מיט נארישע קשיות, און זיך שטעלן אויף זיינע ווערטער,האסטו א קשיא אדער עפעס צו דיבאטירן נא איז די ברעטל דיינס ואם לאו שב ושתוק, מאך עס נישט פאר א נארישע אשכול

פארשטיי ביטע מיין כוונה און זיך דיר נישט צו קריגן און ענטפערן סתם

תודה

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:49 pm

· #290953
[ציטאט אראפגענומען]

קודם כל, האב איך נישט געזאגט אז איך גיי רעדן איבער אמונה פשוטה, ווייל עס איז נישטא וואס צו רעדן, אמונה פשוטה איז נישט קיין זאך וואס איז מוכיח ע"פ שכל, דאס איז א דבר התלוי בלב, יעדער איינער וואס פיהלט אז ער גלויבט אין אידישקייט ווייל עס מאכט אים סענס, (פאר די זעלבע סיבה וואס אנדערע גלייבן אין הומאניזם, ווייל עס שטימט זיי, און זיי קענען עס נישט קלאר מאכן ע"פ שכל).
די אלע וואס גלייבן טאקע מיט אמונה פשוטה, האבן נישט וואס צו זוכן דא, און איך וואלט זיי טאקע געראטן צו טוהן וואס דער קאלטער-מאן טוהט.

אויב רעדסטו פון אמונה ע"פ שכל, אדער ווי אנדערע רופן עס אמונה ע"פ חקירה, דאן איז פארהאן די באקאנטע טענה פונעם כוזרי אז מתן תורה איז א זאך וואס מ'קען נישט אויפמאכן פון זיך אליינס פאר זעקס הונדערט טויזנט מענטשן (מענער אליינס).
איך ווייס אז מ'קען אסאך מפלפל זיין אין דעם ענין, מ'קען בונה וסותר זיין, בכל אופן - וועלכע אנדערע רעליגיע האלסטו האט א בעסערע קעיס ווי יהדות?

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:52 pm

· #290954
[ציטאט אראפגענומען]

כ'פארשטיי נישט וואס איהר פרעגט.
איך האב נאר געזאגט דער מציאות, אז אזעלכע משכילים קומען לרוב - ליידער - אן צו כפירה גמורה.
איך וויל רעדן קלאר, צוליב דעם אז אסאך כופרים באהאלטן זיך אונטער די שלייער פון נאר משכילים, און וויבאלד די משכילים זענען סופם צו ווערן כופרים רח"ל, רעד איך גלייך אן קיין דריידלעך.

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:55 pm

· #290957
ירא שמים
איר האט נישט מורא אז אייער אמונה פשוטה אליינס וועט קאליע ווערן?!
חייך קודמין !!

איך טוה שוין אין דעם ליין פאר אסאך יאהרן, און ברוך השם מיין אמונה איז פעלזן-פעסט און מ'קען עס נישט רירן.
איך זאג די גאנצע צייט, אז איך טוה אלעס נאכן זיך אדורכרעדן מיט א גוטע ייד, און איך בין שטענדיג מתפלל פארן באשעפער "ותן בלבי האמונה וההכנעה". (אמונה גייט צוזאמען מיט הכנעה, און פארקערט - כפירה גייט צוזאמען מיט גאווה).

מיימון » מיטוואך יולי 22, 2015 12:56 pm

· #290958
קודם כל זאגט איר דאך גארנישט אייגנס חלילה וחס כי לא מלבי, אלעס איז דאך בלויז עפ''י דעת הרבנים הגאונים הקדושים שליט''א עמו''ש לאויט''א, ממילא זייט נישט ברוגז אויב מען וועט אייך אטאקירן, איר קענט דאס גלייך שיקן ווייטער צו די הייליגע בענקל פון הוד קדושתו.

צווייטנס וויבאלד איר האט דאך שוין פרובירט עטליכע וועגן ווי צב''ש אראפקלאפן די וואס פרעגן קשיות וכדו', דעריבער האף איך אז אויב דער יעצטיגער וועג וועט אויך נישט ארבעטן וועט איר ח''ו נישט מיד ווערן נאר ווייטער אנגיין מיט די הייליגע עבודת הקודש בעזהשי''ת וית'.

יעצט לגבי דעם 'עצה'(?) וואס איר ברענגט צו טון אלע מצוות לשם שמים, מוז איך אייך זאגן אז איר זענט גערעכט און דער וועג וועט זייער אסאך העלפן, ווי מיר האבן שוין מקובל בדוק ומנוסה אז פארמאכן די אויגן פירט צו דמיון און בלינדע נאכפאלגערשאפט וואס זענען שטארקע באשטאנדטיילן פון היינטיגן חרדישן יודנטום, אבער עס וואלט געווען גוט אויב איר וואלט זיך אביסל מער אינטערעסירט וואס משכילים האלטן, משכילים גלייבן אז יעדע זאך וואס מענטש טוט דארף א סיבה reason, און די מצוות זענען אויך געגעבן געווארן צוליב סיבות ווי דער רמב''ם לייגט עס אזוי שיין אראפ אין מו''נ אז די מצוות העלפן דעם יישוב העולם, און העלפן מענטשן לעבן בשלום צווישן זיך און אויף א געזונטע מאראלישע סטאנדארט וואס וועט אים לאזן זיך מתבונן זיין בחכמת הבריאה, און דעריבער ווען א משכיל טוט א מצוה טוט ער דאס כדי עס זאל אים העלפן לעבן אויף דער וועלט, אדער אלס א מסורה אפצוהיטן דעם אידישן טראדיציע, און אים הייסן פארמאכן די אויגן וועט ווארשיינליך נישט 'העלפן' (פאר די וואס האלטן אז ער דארף הילף, געוויסע האלטן אז די אנדערע דארפן הילף).

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:58 pm

· #290959
Kool man
ווען איך זעה אן'אשכול וואס רעדט פון אמונה זאכען דא אין שטיבעל, אדער כ'זעה אין א אשכול, ווי א זעלבסטגעקרוינטער משכיל מיט זיין שמאלקעפיקע שכל שרייבט ער זאכען וואס זענן נישט אמונה'דיק, רייס איך ארויס פון דארטען, און כ'פוץ אפ פון דארט, ס'דא אפאהר שרייבערס דא וואס כ'קוק נישט אהן קיין ווארט וואס זיי שרייבען, ווייל זיי זענען נעבעך אזוי אנגעפיקעוועט אז ס'שטינקט אוועק 😳

דו ביזסט זייער גערעכט, און טוהסט קלוג.
אבער דיין זלזול אדער שנאה צו די אידן איז נישט ריכטיג לענ"ד, (געדענק: יתמו חטאים ולא חוטאים!).
אויב דו פראבירסט זיי פארשטיין מיט אן אמת, וועסטו זעהן אז זיי מיינען גארנישט קיין שלעכטס, זייער נאטור ברענגט זיי צו רעוואלטירן אדער צו איבער-קלוגן, און צומאל האט עס אויך צוטוהן מיט א פאמיליע פון וואו זיי קומען.
מ'דארף מכבד זיין יעדן איד באשר הוא שם.

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:06 pm

· #290960
מיימון
קודם כל זאגט איר דאך גארנישט אייגנס חלילה וחס כי לא מלבי, אלעס איז דאך בלויז עפ''י דעת הרבנים הגאונים הקדושים שליט''א עמו''ש לאויט''א, ממילא זייט נישט ברוגז אויב מען וועט אייך אטאקירן, איר קענט דאס גלייך שיקן ווייטער צו די הייליגע בענקל פון הוד קדושתו.

צווייטנס וויבאלד איר האט דאך שוין פרובירט עטליכע וועגן ווי צב''ש אראפקלאפן די וואס פרעגן קשיות וכדו', דעריבער האף איך אז אויב דער יעצטיגער וועג וועט אויך נישט ארבעטן וועט איר ח''ו נישט מיד ווערן נאר ווייטער אנגיין מיט די הייליגע עבודת הקודש בעזהשי''ת וית'.

יעצט לגבי דעם 'עצה'(?) וואס איר ברענגט צו טון אלע מצוות לשם שמים, מוז איך אייך זאגן אז איר זענט גערעכט און דער וועג וועט זייער אסאך העלפן, ווי מיר האבן שוין מקובל בדוק ומנוסה אז פארמאכן די אויגן פירט צו דמיון און בלינדע נאכפאלגערשאפט וואס זענען שטארקע באשטאנדטיילן פון היינטיגן חרדישן יודנטום, אבער עס וואלט געווען גוט אויב איר וואלט זיך אביסל מער אינטערעסירט וואס משכילים האלטן, משכילים גלייבן אז יעדע זאך וואס מענטש טוט דארף א סיבה reason, און די מצוות זענען אויך געגעבן געווארן צוליב סיבות ווי דער רמב''ם לייגט עס אזוי שיין אראפ אין מו''נ אז די מצוות העלפן דעם יישוב העולם, און העלפן מענטשן לעבן בשלום צווישן זיך און אויף א געזונטע מאראלישע סטאנדארט וואס וועט אים לאזן זיך מתבונן זיין בחכמת הבריאה, און דעריבער ווען א משכיל טוט א מצוה טוט ער דאס כדי עס זאל אים העלפן לעבן אויף דער וועלט, אדער אלס א מסורה אפצוהיטן דעם אידישן טראדיציע, און אים הייסן פארמאכן די אויגן וועט ווארשיינליך נישט 'העלפן' (פאר די וואס האלטן אז ער דארף הילף, געוויסע האלטן אז די אנדערע דארפן הילף).

איך וועל מיר באציהן צו דיינע ווערטער, כאטש איך בין נישט זיכער אז עס איז בדרך כבוד.
קודם כל, איך האב נישט געהייסן צומאכן די אויגן, (אפשר קענסטו ציטירן וואו פונקטליך איך האב דאס געשריבן?).
איך רעד טאקע צו די וואס האלטן אז יעדע זאך דארף א סיבה, און זיי זענען מסכים אויף (לפחות) עטליכע מצוות אז זיי האבן טאקע א סיבה, בין איך זיי מייעץ, אז לפחות אט די מצוות זאלן זיי אנהאלטן מיט א שטארקייט, און דאס זאל זיין זייער רעליגיע. די סיבה פארוואס איך האלט אז עס וועט זיי ברענגען צו טוהן אויך אנדערע מצוות, איז א פסיכאלאגישע סיבה, ווייל ווען איינער גייט אוועק פון זיין מלחמה-מוד, ער ווארפט אוועק זיין שנאה לכל דבר שבקדושה, טרעפט ער שפעטער א באדייט אין יעדע איינציגע אידישע זאך.

בנוגע ווער עס דארף הילף - לאמיר דיר מודה זיין, איך האלט נישט אז די היינטיגן חרדישן יודנטום איז די איינציגסטע ריכטיגע וועג אין עבודת השם, און איך האלט נישט אז עס פעלן פראבלעמען דארטן. פונקט פארקערט - איך האלט אז עס זענען פארהאן אן א שיעור פראבלעמען, און אפשר גאר דורך אזעלכע מענטשן ווי ענק וועט עס באקומען א שטיקל תיקון.

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:08 pm

· #290962
דעת תורה
דאס, אז אויב מ'איז מפקפק אין קדמות הזוהר למשל וועט מען עווענטועל אפלאזן אלעס, דארף מען אויך גלייבן מיט אמונה פשוטה? און אויב גלייבט מען נישט אין דעם וועט מען עווענטועל אויך אפלאזן אלעס?

ניין, מ'דארף נישט קיין אמונה פשוטה. איהר קענט זיך עס אליינס איבערצייגן.

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 1:10 pm

· #290963
Re: הפצת אמונה
מפיץ אמונה
[ציטאט אראפגענומען]

ישר כוח פארן ענטפערען
אזוי ווי איר האט אליין געזאגט איז דא אסאך מפלפל צו זיין וועל איך אראפלייגען דא צוויי הערות
1 לויט די קריסטליכע רעליגיע האט ישו געטוהן זיינע ניסים פאר טויזענטער מענטשען טאקע נישט 600000 נאר פינף טויזענט דאכט זיך אבער נאך אלס א רבים
2 די מספר וויפיל מענטשען עס זענען געווען דארט איז נישט היסטאריש באזירט עס שטייט אין א ספר אויב אזוי גילט נישט די טענה

I can't believe I just said that...

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:26 pm

· #290964
ישר כוח פארן ענטפערען
אזוי ווי איר האט אליין געזאגט איז דא אסאך מפלפל צו זיין וועל איך אראפלייגען דא צוויי הערות
1 לויט די קריסטליכע רעליגיע האט ישו געטוהן זיינע ניסים פאר טויזענטער מענטשען טאקע נישט 600000 נאר פינף טויזענט דאכט זיך אבער נאך אלס א רבים
2 די מספר וויפיל מענטשען עס זענען געווען דארט איז נישט היסטאריש באזירט עס שטייט אין א ספר אויב אזוי גילט נישט די טענה

1. די טענה מאכט נישט די קריסטליכע רעליגיע א בעסערע קעיס ווי די אידישע, דו זאגסט נאר אז די קריסטליכע איז נאך אזוי גוט.
2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 22, 2015 1:34 pm

· #290965
מפיץ אמונה

2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?

ביסט זעכער ער זאגט דאס, אדער זאגט ער אז אין אדם מוריש שקר לבניו?

אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, די נקודה לכאורה איז אז שש רבוא טאטעס איז נישט שכיח זיי זאלן מוריש זיין א שקר.

ווייל מ'האט אנגענומען א ספר פאר א אמת, איז אסאך שוואכער ווי אין אדם מוריש, די ירושלמי המזוייף ווי אויך צענדליגע וועלט בארימטע ביכער האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מזוייף. ווער ווייסט וויפל ספרים און ביכער מ'נעמט נאך היינט אן אלטס אמת.

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 1:35 pm

· #290966
Re: הפצת אמונה
מפיץ אמונה
ישר כוח פארן ענטפערען
אזוי ווי איר האט אליין געזאגט איז דא אסאך מפלפל צו זיין וועל איך אראפלייגען דא צוויי הערות
1 לויט די קריסטליכע רעליגיע האט ישו געטוהן זיינע ניסים פאר טויזענטער מענטשען טאקע נישט 600000 נאר פינף טויזענט דאכט זיך אבער נאך אלס א רבים
2 די מספר וויפיל מענטשען עס זענען געווען דארט איז נישט היסטאריש באזירט עס שטייט אין א ספר אויב אזוי גילט נישט די טענה

1. די טענה מאכט נישט די קריסטליכע רעליגיע א בעסערע קעיס ווי די אידישע, דו זאגסט נאר אז די קריסטליכע איז נאך אזוי גוט.
2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?

1 איך האב נישט געזאגט אז עס איז בעסער נאר מיט וואס איז יהדות בעסער ווי דעם
און נאך א געדאנק אזוי ווי איך גלייב אז די ביזט נישט קיין קריסט איז דאך משמע אז די נעמסט נישט אהן די טענה אויב אזוי דארפסטו פארענפערען פארוואס יהדות יא
2 וויאזוי מען האט אנגענומען די ספר? קען מען דן זיין אבער אבער פין דא בין זאגען אז עס איז אמת ווייל טויזענטער האבען געזען איז א גרויסע מרחק

אגב גבאים איז קעגען די תקנות צי שרייבען דא אזעלכע זאכען?

I can't believe I just said that...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 1:38 pm

· #290968
דו האסט מחליט געווען אז דער וואס איז מטיל ספק אינ'ם קדמות הזהר איז מטיל פגם אין אמונה פשוטה און פון דעם וועט ער גיך אנקומען צו כפירה בתורת משה אויך.
פרעג איך דיר וויפיל איז דער שיעור. איך האב א רשימה פון געזעלשאפטליכער גלויבונגען, אדער זאכען וואס מענטשען היינט גלויבען דערין, מאנכע מסתמא ריכטיג און מאנכע נישט מעגליך צו זיין ריכטיג. פון די אלע ווערט מען קאליע אויך? טראכטען איז די הויפט איסור דא?
א. דער בעש"ט האט געלערנט תורה מפי אחיה השילוני.
ב. אמעריקא איז אמאל געווען א מדבר שממה אן קיין טראפ אידישקייט.
ג. דער רעבע זיכרונו לברכה האט געפלאנצט אידישקייט אין די ארץ לא זרועה.
ד. איינער וואס קוקט ווי מ'טאר נישט ווערט בלינד און וואקסט אויס אן אפיקורס.
ה. איינער וואס פיהרט זיך נישט גייען אין מקוה האט נישט קיין סייעתא דשמיא און קען נישט פסקנ'ען.
ו. זיידע'ס און באבע'ס קומען פון הימל צו אן אייניקעל'ס חתונה און דערהויבענע מענטשען קענען דאס פילען.
ז. דער וואס גלויבט נישט אין וואס אידען גלויבען איז אן אפיקורס.
ח. אידישקייט אין יוראפ איז געשטאנען העכער ווי אין אמעריקא.
ט. אינטערנעט גייט אונטערברענגען אידישקייט.
י. דער מדינה הציונית איז א וויכטיגע ערשיינונג אין אידישקייט, אדער לטוב אדער למוטב.
יא. ר' חיים בריסקער האט מחדש געווען דאס לערנען בעיון.
יב. ר' חיים בריסקער'ס הרגשים האבען נישט עגזיסטירט, נאר וואס תורה האט געהייסען.
יג. איינער קען ברענען די הענט אין פייער אויף פטור ווערען פון חבלי משיח.
יד. זאגען צען קאפיטלעך תהלים רייניגט אפ א הארבע עבירה אין א וועג וואס נארמאלע תשובה קען נישט.
טו. באר מים איז פונקט אזוי גוט ווי קאו"ק. ok, that was just a joke

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:45 pm

· #290971
רויטע וואנצעס
מפיץ אמונה

2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?

ביסט זעכער ער זאגט דאס, אדער זאגט ער אז אין אדם מוריש שקר לבניו?

אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, די נקודה לכאורה איז אז שש רבוא טאטעס איז נישט שכיח זיי זאלן מוריש זיין א שקר.

ווייל מ'האט אנגענומען א ספר פאר א אמת, איז אסאך שוואכער ווי אין אדם מוריש, די ירושלמי המזוייף ווי אויך צענדליגע וועלט בארימטע ביכער האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מזוייף. ווער ווייסט וויפל ספרים און ביכער מ'נעמט נאך היינט אן אלטס אמת.

א ספר וואס דערציילט נישט קיין פאקטן, איז נישט שייך די טענה. (דעריבער קען מען עס אויך נישט נוצן צו מקיים זיין אז דער זוהר קומט פון רשב"י ע"ה).
דער עיקר טענה דא איז, אז מ'רעדט פון א מאורע וואס האבן אנטיייל גענומען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן פלאס.

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:52 pm

· #290973
ליטוואק פון בודאפעסט
דו האסט מחליט געווען אז דער וואס איז מטיל ספק אינ'ם קדמות הזהר איז מטיל פגם אין אמונה פשוטה און פון דעם וועט ער גיך אנקומען צו כפירה בתורת משה אויך.
פרעג איך דיר וויפיל איז דער שיעור. איך האב א רשימה פון געזעלשאפטליכער גלויבונגען, אדער זאכען וואס מענטשען היינט גלויבען דערין, מאנכע מסתמא ריכטיג און מאנכע נישט מעגליך צו זיין ריכטיג. פון די אלע ווערט מען קאליע אויך? טראכטען איז די הויפט איסור דא?
א. דער בעש"ט האט געלערנט תורה מפי אחיה השילוני.
ב. אמעריקא איז אמאל געווען א מדבר שממה אן קיין טראפ אידישקייט.
ג. דער רעבע זיכרונו לברכה האט געפלאנצט אידישקייט אין די ארץ לא זרועה.
ד. איינער וואס קוקט ווי מ'טאר נישט ווערט בלינד און וואקסט אויס אן אפיקורס.
ה. איינער וואס פיהרט זיך נישט גייען אין מקוה האט נישט קיין סייעתא דשמיא און קען נישט פסקנ'ען.
ו. זיידע'ס און באבע'ס קומען פון הימל צו אן אייניקעל'ס חתונה און דערהויבענע מענטשען קענען דאס פילען.
ז. דער וואס גלויבט נישט אין וואס אידען גלויבען איז אן אפיקורס.
ח. אידישקייט אין יוראפ איז געשטאנען העכער ווי אין אמעריקא.
ט. אינטערנעט גייט אונטערברענגען אידישקייט.
י. דער מדינה הציונית איז א וויכטיגע ערשיינונג אין אידישקייט, אדער לטוב אדער למוטב.
יא. ר' חיים בריסקער האט מחדש געווען דאס לערנען בעיון.
יב. ר' חיים בריסקער'ס הרגשים האבען נישט עגזיסטירט, נאר וואס תורה האט געהייסען.
יג. איינער קען ברענען די הענט אין פייער אויף פטור ווערען פון חבלי משיח.
יד. זאגען צען קאפיטלעך תהלים רייניגט אפ א הארבע עבירה אין א וועג וואס נארמאלע תשובה קען נישט.
טו. באר מים איז פונקט אזוי גוט ווי קאו"ק. ok, that was just a joke

נאכאמאל, איך האב גארנישט מחליט געווען, איך האב בלויז דערציילט טרוקענע פאקטן.
יעצט, אויף דיין שאלה וואס איז דער שיעור. דארפסט פארשטיין איך האב נישט געזאגט דא קיין סגולה אדער א סטראשע אז ווער עס טראכט וועט אנקומען לבאר שחת.
דער מציאות ווייזט אז איינער וואס קלוגט זיך איבער אן ענין, וואס ער איז מחונך געווארן זייער שטארק צו סולד זיין פון דאס פארקערטע, אזא איינער האט נישט קיין פראבלעם זיך ארומ-צושפילן מיט עיקרי האמונה.
ומזה תבין, איין תשובה אויף אלע דיינע 15 דוגמאות. אויב איז די אלע זאכן געווען ביי איהם אינדערהיים א זאך וואס איז מחונך געווארן מיט א בלינדקייט (וואס אגב, איך בין זיך מתנגד צו אזא סארט חינוך), און ער וואקסט אויף און איז מטיל ספק אין דעם, דעמאלס איז חל דער פאקט וואס איך האב געשריבן.
און די זעלבע פארקערט, אויב איינער וואקסט אויף אין א מאדערן-ארטאדאקס שטוב, ווי קדמות הזוהר איז נישט איינס פון די עיקרי אמונה, וועט טאקע גארנישט געשעהן צו איהם, (אויסער לויט די וואס זיי האלטן אז דאס אליינס איז מעיקרי אמונה, דוכט זיך כ'האב אמאל אזוי געהערט בשם הגר"ח קנייבסקי שליט"א).

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:55 pm

· #290974
[ציטאט אראפגענומען]

כ'וועל דיר ענטפערן מיט א פראגע, וואלטסטו מחנך געווען דיינע קינדער מיט גוטע מידות, אדער וואלטסטו ענדערש זיי אריינגעגעבן לאגישע ספיקות אין דעם גאנצן ענין?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 2:01 pm

· #290976
וואס האט ר' חיים קנייבסקי געזאגט? אז דער זהר איז א זיוף און דאס איז מעיקרי הדת?
אגב, מ'קען לייקענען דער זהר און גלויבען אינ'ם חכמת הנסתר. ס'איז קיין סתירה נישט.
איך וויל נאר זאגען אז א סאך מענטשען, ווען מ'זאגט זיי אז געוויסע זאכען דארף מען גלויבען בלינדעהייט, ווערט עס א געפערליכע לאסט אויף זייערע קעפ. דאס אליינס אז טראכטען איז נישט קיין איסור, לאזען מענטשען פריי צו טוהן א זאך וואס איז נישט נאר נישט אסור, נאר א מצוה לויט מאנכע ראשונים, און א כבוד האדם אז ער נוצט זיין גאט'ס – פארגלייכינדער שכל, קען פאראורזאכען א גוטע אויסקום.
נעמט אראפ די כבדות, וועט מען זען גוטע פירות.

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 2:14 pm

· #290979

ניין, איהר האט מיר נישט ריכטיג פארשטאנען, כ'האב אמאל געהערט זאגן אז רח"ק האלט אז גלייבן אז דער זהר איז נישט קיין זיוף איז מעיקרי הדת, און מ''קען נישט מצרף זיין צו מנין, נאר אזא איינער וואס גלייבט דערויף.
ווידער אמאל, איך האב נישט געזאגט קיין איין מאל אז מ'טאר נישט טראכטן, איך זאג נאר "ראה את הדרך שלפניך", זיי וויסן אין וועלכע וועג דו לאזט זיך ארויס, און וואס זענען די תוצאות.
בכל אופן, אונז רעדן מיר דאך דא יא פון מענטשן וואס האבן אויסגעקליבן צו טראכטן, סא לאמיר אוועק לייגן דעם נושא אין א זיייט יעצט.

מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 2:24 pm

· #290983
יעצט זעה איך עס בשם הגרי"ש אלישיב:
שאלתי אז את הגרי"ש אלישיב זצ"ל על חרם זה. הוא ענה לי, מי שעדיין מחזיק בכפירה בקבלה, פסול לעדות ולכל דבר. אי אפשר להשתמש בו לעד קידושין וכדומה, כי הוא פסול. אמרתי לו, אבל זה גם בלי החרם, הדבר לא קשור לחרם. אמר לי, אכן נכון, גם בלי חרם. שאלתיו, ומה נעשה בזמנינו? הרי יש אנשים שהם בספק, וישנם המסתירים זאת. שאלתי אותו במפורש, הרי כבודו ישב בבי"ד בירושלם עם מישהו שהיה כזה, מפורסם היה שהוא כזה רק שהוא הסתיר זאת. ענה לי, אינני יודע, לא ידענו מכך. [הבחנתי שהוא נבוך ומצטער על כך, כי בינתיים נודע לו]. בכל אופן, מי שבטוח שהוא כזה, הרי הוא פסול. אמרתי, טוב, ומה עושים עם אלה שהוחרמו, נניח שהם חזרו בהם בתשובה, אבל מי התיר להם את החרם? כיצד הותר החרם?! על זה הוא לא ענה לי תשובה ברורה.
דא - <a class="postlink" href="http://www.maharitz.co.il/?CategoryID=218&ArticleID=4477">http://www.maharitz.co.il/?CategoryID=2 ... cleID=4477</a>

בדרך אגב, אפשר ווייסט איינער וועלכער רב מ'רעדט דא?

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 22, 2015 2:29 pm

· #290984
דעת תורה
דאס, אז אויב מ'איז מפקפק אין קדמות הזוהר למשל וועט מען עווענטועל אפלאזן אלעס, דארף מען אויך גלייבן מיט אמונה פשוטה? און אויב גלייבט מען נישט אין דעם וועט מען עווענטועל אויך אפלאזן אלעס?

דעת תורה: מיט דעם ספעציפישן פרט (קדמות הזוהר) האסטו א שטארקע נקודה. ווייל הגה"צ דער יעב"ץ זעלבסט האט געהאלטן אז דער זוהר איז נישט אויטענטיש. לכה"פ א גרויסער טייל דערפון. איך פערזענליך האב כמה ראיות אז ס'איז יא אריגינאל פון ר' שמעון בר יוחאי וחבריו. אבער מיט דעם פאקט אליין איז מען נאכנישט קיין אפיקורס אדער אויפ'ן וועג אהין. "מפיץ אמונה" האט זיכער געמיינט אז דאס איז א סימפטאם אז דער מענטש איז מסופק אין יסודי הדת...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 2:30 pm

· #290985
אזוי ווי איך האב מיר פארגעשטעלט. כפירה אין זהר איז לאו דוקא כפירה אין קבלה. ס'איז דא קבלה וואס איז נישט זהר פון אנדערע מקורות, און הרב אלישיב דא האט זיך נישט באצויגען דערצו. אין לעיקוואוד איז געווען אזא איינער, אפיציעל א ת"ח וואס איז געווען דער הויפט פון די תרגמים פון ארטסקרול גמרא אין לעיקוואוד, און ער האט געגלויבט ווי ר' יעקב אמדין אז דער זהר איז ידי זרים שלטו בו און ס'איז נישט פארלעסליך. הרב אהרן קרייזער זצ"ל האט נישט געלאזט מצרף זיין דער פארשוין למנין. זיין נאמען איז א פוילישע רעבישע, אבער איך ווייס נישט פון וואנעט ער שטאמט.
און לגבי דיין 'דרך אשר לפניך', זאג איך פארקערט. דער צוריקהאלטען פון טראכטען איז גאר די פראבלעם. זיי מפרסם אז טראכטען איז גוט. שעץ א גוטע קשיא, און מ'וועלען זען אז דאס איז נישט וואס וועט פאסירען. דער גליטש צו כפירה איז נישט קיין תוצאה פון טראכטען, ס'איז א תוצאה פון מענטשען וואס ווילען זיי פארשווייגען.

דוכו זיך דער רב איז הרב קאפח וסייעתו וכמפורסם בכמה מקומות. קוק דא למשל

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 2:40 pm

· #290988
Re: הפצת אמונה
chaims
מפיץ אמונה
ישר כוח פארן ענטפערען
אזוי ווי איר האט אליין געזאגט איז דא אסאך מפלפל צו זיין וועל איך אראפלייגען דא צוויי הערות
1 לויט די קריסטליכע רעליגיע האט ישו געטוהן זיינע ניסים פאר טויזענטער מענטשען טאקע נישט 600000 נאר פינף טויזענט דאכט זיך אבער נאך אלס א רבים
2 די מספר וויפיל מענטשען עס זענען געווען דארט איז נישט היסטאריש באזירט עס שטייט אין א ספר אויב אזוי גילט נישט די טענה

1. די טענה מאכט נישט די קריסטליכע רעליגיע א בעסערע קעיס ווי די אידישע, דו זאגסט נאר אז די קריסטליכע איז נאך אזוי גוט.
2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?

1 איך האב נישט געזאגט אז עס איז בעסער נאר מיט וואס איז יהדות בעסער ווי דעם
און נאך א געדאנק אזוי ווי איך גלייב אז די ביזט נישט קיין קריסט איז דאך משמע אז די נעמסט נישט אהן די טענה אויב אזוי דארפסטו פארענפערען פארוואס יהדות יא
2 וויאזוי מען האט אנגענומען די ספר? קען מען דן זיין אבער אבער פין דא בין זאגען אז עס איז אמת ווייל טויזענטער האבען געזען איז א גרויסע מרחק

אגב גבאים איז קעגען די תקנות צי שרייבען דא אזעלכע זאכען?

I can't believe I just said that...

איך ווארט נאך אויף א תשובה

I can't believe I just said that...

געוואלדיג » מיטוואך יולי 22, 2015 2:49 pm

· #290994
ווילאנג מען שרייב נישט אפענע כפירה, עס איז בדרך שאלה ותשובה איז עס אקעי.

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 2:55 pm

· #290999
Re: הפצת אמונה
געוואלדיג
ווילאנג מען שרייב נישט אפענע כפירה, עס איז בדרך שאלה ותשובה איז עס אקעי.

ישר כוח
איך ווארט בעיקר אויף א תשובה אויף די ערשטע חלק

I can't believe I just said that...

מיימון » מיטוואך יולי 22, 2015 2:56 pm

· #291000
די שאלה איז צי גלייבן אין רח''ק אדער הרב אלישיב איז מעיקרי הדת

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 3:41 pm

· #291017
Re: הפצת אמונה
[ציטאט אראפגענומען]

איך הער קומט אויס אז די יתרון וואס יהדות האט איבער נצרות איז אז יהדות האט אויפגעוויזען מיט התגלות און נצרות נאר מיט א נס
חוץ פון דעם וואס דער חילוק צווישען התגלות און א נס איז מיר נישט קלאר ווייל יעדע התגלות קען זיין א פשוטער נס דהיינו א קונץ וואס דער נביא האט געמאכט איז גאנץ שוואך סתם אזוי צו באזירען א גלויבען אויף דעם חילוק

I can't believe I just said that...

דעת תורה » מיטוואך יולי 22, 2015 4:35 pm

· #291031
Re: הפצת אמונה
וואס איז דער פשט פון די שמועס דא איבער קריסטנטום? איז דא דא עמיצער וואס פלאגט זיך מיט נסיונות נישט צו ווערן א קריסט?

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 4:38 pm

· #291035
Re: הפצת אמונה
דעת תורה
וואס איז דער פשט פון די שמועס דא איבער קריסטנטום? איז דא דא עמיצער וואס פלאגט זיך מיט נסיונות נישט צו ווערן א קריסט?

ניין
המלוכה האט אנגעהויבען מיט א שאלה פארוואס איז יהדות די ריכטיגע און אויף דעם האט מפיץ געענטפערט אויף וואס איך האב געפרעגט אז לויט דעם איז נצרות די זעלבע דאס איז די גאנצע
שטימט?

I can't believe I just said that...

יתרו » מיטוואך יולי 22, 2015 4:57 pm

· #291041
מפיץ אמונה

צום אלעמען ערשט, וויל איך מקדים זיין, פאר די וועלכע טענה׳ן אז זיי זענען ״נאר״ אויפגעקלערט, זיי גלייבן אין די י״ג עיקרים, אבער זיי זענען מפקפק אין די קדמות הזוהר (למשל). וויל איך קלאר מאכן, אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איהר וועט זיך טרעפן אפגעזעקלט פון אלעם, (אויב האלט איהר נאכנישט דארטן - רחמנא לישזבן). די מינוט וואס א איד איז מטיל ספק אין אמונה פשוטה, אדער ער פראבירט זיך איבערקליגן, אין לדבר סוף, ותוצאותיו מי ישורנה.

קיינער איז נישט "מטיל ספק" אין גארנישט, אויב עפעס איז מען מסופק אין עפעס. און אנדערע ווערעטער קומסט דא איבערשרעקן אז ווער עס איז מטיל ספק און קדמות זוהר וועט צום סוף לייקענן אין אלעס, אשר אל כן ? זאל ער גלייבן אין אזאך וואס ער איז מסופק? עס גייט נישט אזוי, אדער איז מען מסופק אדער נישט און אז מען איז מסופק קען מען נישט גלייבן דערין. ספיקות איז נישט קיין זאך וואס איז אפשינעל צו יא מטיל זיין אדער נישט מטיל זיין.

יתרו » מיטוואך יולי 22, 2015 5:01 pm

· #291043
מפיץ אמונה

רוב פון די טענות פון די משכילים איז אז אונז ארטאדאקסישע אידן האבן משנה געווען די ארגינעלע תורה, און אז - חס ושלום - מיר זענען זיך מתעלם פון זאכן וואס שמעקט אונז נישט ווען אין די זעלבע צייט זענען מיר מחמיר אין אנדערע זאכן אומזינסט. זאג איך אזוי: כאפ דו דיינע זאכן וואס דו האלטסט איז וויכטיג און ריכטיג, ווי למשל אלע מצוות שבין אדם לחבירו, זיי זיי מקיים צוליב דעם וואס דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן, און טראכט אז דו ביסט מקיים א מצוה דערמיט, וועסטו זעהן אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועלסט אנקומען צוריק על דרך הישר.

וואספארא דרך הישר ? צו גלייבן אין זאכן וואס ער איז מסופק אדער וואס ער ווייסט עס איז קלאר שקר?

בכלל קומסטו נישט אריין קלאר. וואס איז דיין ציל? צו ענטפערן אלע ספיקות וואס יעדער האט, אדער סך הכל ביסטו געקומען געבן א סגולה-פסיכלאגישע עצה וויאזוי צוריקצוגיין צום דרך הישר?

מנחם אבראמאוויטש » מיטוואך יולי 22, 2015 5:28 pm

· #291050
די גאנצע כוזרי טענה איז א רינגעל וואס ענדיגט זיך נישט.
פון ווי ווייס איך אז עס איז געווען 600,000 מענטשן? פון די תורה
איז עס מעגליך אז אלע פון די מענטשן געדענקען די זעלבע מעשה אויף דעם זעלבען אופן? גיי פארצייל פאר צען מענטשן א מעשה היינט און לאמיר הערם פון זיי אין א וואך, וועסטו הערן צען אנדערע מעשיות.
איך גלייב אין מעמד הר סיני באמונה שלימה אבער ביטע ברענג מער נישט דעם כוזרי טענה אלס א ראי', סאיז שוואך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 6:23 pm

· #291067
Re: הפצת אמונה
באמת ווארט איך א פעטיציע פון שמעקעדיג

געוואלדיג » מיטוואך יולי 22, 2015 6:48 pm

· #291076
אין דעם אשכול וואס אונזער @ווארט זאגער ז"ל האט פותח געווען איז געווען א לאנגע שמועס וועגן די נושא,אינטרעסאנט צו מעיין זיין.

דעת תורה » מיטוואך יולי 22, 2015 6:58 pm

· #291081
Re: הפצת אמונה
מנחם אבראמאוויטש
די גאנצע כוזרי טענה איז א רינגעל וואס ענדיגט זיך נישט.
פון ווי ווייס איך אז עס איז געווען 600,000 מענטשן? פון די תורה
איז עס מעגליך אז אלע פון די מענטשן געדענקען די זעלבע מעשה אויף דעם זעלבען אופן? גיי פארצייל פאר צען מענטשן א מעשה היינט און לאמיר הערם פון זיי אין א וואך, וועסטו הערן צען אנדערע מעשיות.
איך גלייב אין מעמד הר סיני באמונה שלימה אבער ביטע ברענג מער נישט דעם כוזרי טענה אלס א ראי', סאיז שוואך.

בימינו ווען סיי וואס פריער ווי טויזנט יאר צוריק איז מוטל בספק, ווייס מיר עס נאר פון די תורה, אבער בימיהם איז דאס געווען ביי זיי א דבר מוסכם, א היסטארישע פאקט, אזוי ווי די מציאות פון נאפאלעאן איז אונז קלאר כאטש מיר האבן עס קיינער נישט אליינס מיט געלעבט. (נישט ממש, ווייל דאס איז סאך נענטער, באט יו געט די פוינט). און די פוינט פון די הוכחה איז אז א באהאלטענע זאך וואס קיינער אדער כמעט קיינער קען עס נישט באשטעטיגן, מען דארף נאר גלייבן מוכאמעד אויפן ווארט אז ער איז טאקע א נביא, איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו א אנגענומענע היסטארישע פאקט וואס איז פארגעקומען ברבים און יעדער האט עס מיטגעהאלטן.

אוודאי איז אייביג דא פרטים וואס יעדער דערציילט אנדערש, און אין נאפאלעאן'ס געשיכטע איז אויך דא פרטים און מחלוקת'ער אין די פונקטליכע דעטאלן, און שוין תיכף בימיו איז דאס שוין געווען, אבער די עיקר נקודה אז ס'איז געווען אזא מלך און ער האט מלחמה געהאלטן וכו' איז קאממאן נאולעזש.

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 7:24 pm

· #291089

פין וואו נעמסטו אז עס איז געווען קאממאן נאולעדש דעמאלטס?

I can't believe I just said that...

ירא שמים » מיטוואך יולי 22, 2015 7:29 pm

· #291090
איבער קדמות הזוהר בכלל, וועל איך ענטפערן באזונדער.

דאס האט דעיס געמיינט ? אדער ס׳קומט נאך צו עפעס לגופו של ענין ?

[ציטאט אראפגענומען]

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 22, 2015 7:34 pm

· #291095
געוואלדיג
אין דעם אשכול וואס אונזער @ווארט זאגער ז"ל האט פותח געווען איז געווען א לאנגע שמועס וועגן די נושא,אינטרעסאנט צו מעיין זיין.

לאמיר האפן אז אונזער מפיץ זאל נישט אנטרינען ווערן ווי אונזער ווארט זאגער

diff » מיטוואך יולי 22, 2015 8:14 pm

· #291115
רויטע וואנצעס

אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, .

קענסט ברענגען א ראי אז אדם מוריש שקר

chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 8:17 pm

· #291117
Re: הפצת אמונה
diff
רויטע וואנצעס

אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, .

קענסט ברענגען א ראי אז אדם מוריש שקר

די אלע ייודען וואס זענען קעגען די סיסטעם אבער זאגען פאר זייערע קינדער אז דאס איז דאס בעסטע זענען לעבעדיגע עדות

I can't believe I just said that...

diff » מיטוואך יולי 22, 2015 8:27 pm

· #291119
מ'רעט מוריש זיין , נישט וואס מ'זאגט פאר די קליינע
אויך איז א חיליק פון וואס מ'ווייסט און וואס מ'גלייבט

פארוואס? » מיטוואך יולי 22, 2015 8:37 pm

· #291122
כ׳פארשטיי נישט די גאנצע מעשה דא.
קומט זיך א איד, און ערלויבט זיך צו חוזק מאכן אז נושאים דא אין ק״ש איז ווי געמאלן וואסער, און וואס האט ער צו מוסיף זיין? ער נעמט זיך מאלן געמאלענע וואסער.
קען מיר איינער אנדייטן אויף איין איינציגער חידוש וואס דער מפיץ האט דא מנפץ געווען?

בקיצור, לאז לעבן.

געוואלדיג » מיטוואך יולי 22, 2015 8:53 pm

· #291129
קאצקע ציקער
געוואלדיג
אין דעם אשכול וואס אונזער @ווארט זאגער ז"ל האט פותח געווען איז געווען א לאנגע שמועס וועגן די נושא,אינטרעסאנט צו מעיין זיין.

לאמיר האפן אז אונזער מפיץ זאל נישט אנטרינען ווערן ווי אונזער ווארט זאגער

יא, גם אני מצטרף, איך האב זייער הנאה געהאט פון איהם, און נעבעך אזוי פריצייטיג נעלם געווארן, לאמיר האפן צו הנאה האבן פונעם מפיץ און ער זאל בלייבן מיט אונז לאורך ימים ושנים טובות, אבער איך ווארט אויף חידושים, די נושא וואס האט זיך דא אנטוויקלט איז שוין געווארן דארט אויסגעשמועסט אין 15 עמודים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 9:08 pm

· #291137
Re: הפצת אמונה
דאס נוצען די טייטש ארבעט פון קאפח מיינט נישט אז ער איז געבליבען כשר ביי אידען. סך הכל איז דאס א מלאכה ואינה חכמה, און איך גלויב נישט אז מ'האלט ביים פסקנ'ען א שאלה עפ''י דער נייעם טייטש פונ'ם פיהמ''ש. און ארטסקרול יוכיח וואס זייער מתרגם איז נישט קיין גרעסער מאמין ווי קאפח.
און דער חת''ס זאגט דאך ווי מיר. ער האט געגלויבט אין תורת הנסתר, כמבואר בדרשותיו. נאר נישט להלכה, ער האט אלס געקעמפט קעגען פסקנ'ען עפ''י קבלה (עי' ערך גילוח הזקן ועוד), אבער געגלייבט האט ער. אינ'ם קדמות הזהר האט ער טאקע געלייקענט, נישט אז רוב איז שקר, נאר אז אויף יעדער שטיקעל קען מען מסתפק זיין.
בלאט: 1 2 3 4