הפצת אמונה
167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9338
Re: הפצת אמונה
[ציטאט אראפגענומען]
גוט געזאגט ,
כ׳על נאר אביסל אויסקלארן : דעם אייבערשטן קען מען נישט זען נאר א ראי׳ שכלית זיי האבן פארשטאנען דעם סוד פון אחדות הבורא און געזען אז אנדערש קען נישט זיין, אבער מיר וואס לדאבוננו האבן מיר נישט דעם הכרה מוזן מיר גלייבן און זיך פארלאזן אויף זיי.
הפצת אמונה
https://copy.com/pcC1A3870qgi2l4Aא שיעור פון איינעם ראביי קעלעמען ,
נישט אז כבין משוכנע געווארן פון וואס ער זאגט ,
אבער כמיין סאיז אינטערעסאנט צוהערן.
Re: הפצת אמונה
אנשטאט פראבירן איבערצושרייען די פילע פרעגערס דא מיט נאך א קשיא, העל איך פראבירן צו געבן דאס ווארט פאר אונזער מפיץ, אפשר קענט איר אונז אויפקלערן וואס איז דאס אמונה פשוטה, וויאזוי איז מען איר קונה, און בעיקר צו קען איינער וואס האט זיך שוין אנגעליינט און איז מלא ספיקות, עס אויך קונה זיין.
Re: הפצת אמונה
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=4749קדמות הזהר , אינטערעסאנט וואס קיינער האט נאכנישט צוגעצייכנט.
שמערלאנשטאט פראבירן איבערצושרייען די פילע פרעגערס דא מיט נאך א קשיא, העל איך פראבירן צו געבן דאס ווארט פאר אונזער מפיץ, אפשר קענט איר אונז אויפקלערן וואס איז דאס אמונה פשוטה, וויאזוי איז מען איר קונה, און בעיקר צו קען איינער וואס האט זיך שוין אנגעליינט און איז מלא ספיקות, עס אויך קונה זיין.
אזוי נישט מיר נישט דיר נישט אריינגעריקט נאך פינעף קשיות...
שמערלאנשטאט פראבירן איבערצושרייען די פילע פרעגערס דא מיט נאך א קשיא, העל איך פראבירן צו געבן דאס ווארט פאר אונזער מפיץ, אפשר קענט איר אונז אויפקלערן וואס איז דאס אמונה פשוטה, וויאזוי איז מען איר קונה, און בעיקר צו קען איינער וואס האט זיך שוין אנגעליינט און איז מלא ספיקות, עס אויך קונה זיין.
פאר אמונה פשוטה און פאר שפירען אמונה אין הארטץ , איז נאר דא איין עצה: זיך פילעווען אין חסידישע ספרים!! כך נראה לעניות דעתי
Re: הפצת אמונה
גערעכט. אבער דאכט זיך אז ביים פותח האשכול איז דאס דער אלטימעיט תירוץ אויף אלע קשיות. דאן פארוואס פארברענגן די צייט אין סירקילס, זאל ער אונז אביסל משפיע זיין מיט אמונה פשוטה, און אלע קושיות וועלן עוועפארירן כחלום יעיף.
Re: הפצת אמונה
קאצקע ציקערשמערלאנשטאט פראבירן איבערצושרייען די פילע פרעגערס דא מיט נאך א קשיא, העל איך פראבירן צו געבן דאס ווארט פאר אונזער מפיץ, אפשר קענט איר אונז אויפקלערן וואס איז דאס אמונה פשוטה, וויאזוי איז מען איר קונה, און בעיקר צו קען איינער וואס האט זיך שוין אנגעליינט און איז מלא ספיקות, עס אויך קונה זיין.
פאר אמונה פשוטה און פאר שפירען אמונה אין הארטץ , איז נאר דא איין עצה: זיך פילעווען אין חסידישע ספרים!! כך נראה לעניות דעתי
איר זענט ערנסט?
Re: הפצת אמונה
.
ירא שמיםhttps://copy.com/pcC1A3870qgi2l4Aא שיעור פון איינעם ראביי קעלעמען ,
נישט אז כבין משוכנע געווארן פון וואס ער זאגט ,
אבער כמיין סאיז אינטערעסאנט צוהערן.
כ'האב צוויי ביכער/קונטרסים פון אים: Permission to Believe איבער מציאת הבורא, און Permission
to Receive איבער תורת משה.
ביידע פרובירן צו אפילירן צו מענטשן וועלכע זיכן א ראציאנאלע מהלך.
[ציטאט אראפגענומען]
ספר שכתבו מין איז א פיינער מליצה ווען מ'דארף עס האבען. קיין עכטע באדייט האט עס נישט עפ"י דין, ועי' במשנ"ב.
די פסקים פון הרב קאפח ווייס איך נישט וואס דו רעדסט. צווישען תימנ'ער אידען אפשר, אבער איך האב קיינמאל נישט געהערט נאכזאגען פון איהם אין ביהמ"ד. און איך קען ת"ח גרויסע וואס זאגען נאך פון רבנות רבנים אן א פראבלעם, אבער פון קאפח האב איך נישט געהערט. אפשר איז ער א גרויסע גאון געווען (זיין ספר קעגען קבלה זעט נישט אויס קיין עמהארצישער) אבער אנגענומען איז א ביסל א גוזמא.
דער 'עפעס א רב אין לעיקוואוד' איז נישט קיין רשכבה"ג געווען, אמת. א פיינער איד יא, און ער אליינס האט גע'ארבעט אין YU, אבער אזוי אז ארטסקרול איז אנגענומען אפילו מיט דעם מאכט עס אינטרעסאנט.
Re: הפצת אמונה
וואו אזוי הייסט דער ספר ?
Re: הפצת אמונה
איך האב פריער געצייכענט א לינק צו דער ספר, עיי''ש.
די זיידע איז בכלל נישט דערמאנט, נאר אלס גרינדער פון דער גרופע. דער אייניקעל האט ווייטער אנגעהאלטען זיין זיידע'ס דעה, און אפ''ה ווערען זיין ספרים גענוצט. איך געדענק געוויסע קנאישע בחורים וואס האבען עס נישט געוואלט נוצען, אבער עפ''י רוב איז עס גענוצט
Re: הפצת אמונה
אויף וועמען האט ר' אלישיב געמיינט? דער זיידע איז אוועק אין תרצ''א דוכט זיך. אוודאי דער אייניקעל ווייל מ'האט ווייטער אנגעפיהרט דער מערכה.
Re: הפצת אמונה
יואלישירא שמיםhttps://copy.com/pcC1A3870qgi2l4Aא שיעור פון איינעם ראביי קעלעמען ,
נישט אז כבין משוכנע געווארן פון וואס ער זאגט ,
אבער כמיין סאיז אינטערעסאנט צוהערן.
כ'האב צוויי ביכער/קונטרסים פון אים: Permission to Believe איבער מציאת הבורא, און Permission
to Receive איבער תורת משה.
ביידע פרובירן צו אפילירן צו מענטשן וועלכע זיכן א ראציאנאלע מהלך.
בוסט אנציקט געווארן ?
עס איז אסור צו ליינען קעלעמאןס ביכער. שלום דין איז געווארן אאפיקורס דערפון. איך בין ליידער נכשל געווארן און געליינט בעפאר כהאב געוואוסט דערפון. ברוך השם סהאט מיר נישט געשאדט.
ירא שמיםיואלישירא שמיםhttps://copy.com/pcC1A3870qgi2l4Aא שיעור פון איינעם ראביי קעלעמען ,
נישט אז כבין משוכנע געווארן פון וואס ער זאגט ,
אבער כמיין סאיז אינטערעסאנט צוהערן.
כ'האב צוויי ביכער/קונטרסים פון אים: Permission to Believe איבער מציאת הבורא, און Permission
to Receive איבער תורת משה.
ביידע פרובירן צו אפילירן צו מענטשן וועלכע זיכן א ראציאנאלע מהלך.
בוסט אנציקט געווארן ?
ניין. מיט א ראציאנאלע מהלך ליגט די טריק אין לאגישע געימס. כ'געדענק ביים צווייטן בלאט האט ער שוין אראפגעלייגט הנחות וואס איז אפען צו ערענסטע דעבאטע און ער האט עס נישט עקספלארט. אבער ער מיז עס האבן אלס א פודאמענט פאר זיין בנין. כ'האב עס געענדיגט דורך ליינען מיט פרוסטוראציע.
מפיץ אמונהליטוואק פון בודאפעסטדו האסט מחליט געווען אז דער וואס איז מטיל ספק אינ'ם קדמות הזהר איז מטיל פגם אין אמונה פשוטה און פון דעם וועט ער גיך אנקומען צו כפירה בתורת משה אויך.
פרעג איך דיר וויפיל איז דער שיעור. איך האב א רשימה פון געזעלשאפטליכער גלויבונגען, אדער זאכען וואס מענטשען היינט גלויבען דערין, מאנכע מסתמא ריכטיג און מאנכע נישט מעגליך צו זיין ריכטיג. פון די אלע ווערט מען קאליע אויך? טראכטען איז די הויפט איסור דא?
א. דער בעש"ט האט געלערנט תורה מפי אחיה השילוני.
ב. אמעריקא איז אמאל געווען א מדבר שממה אן קיין טראפ אידישקייט.
ג. דער רעבע זיכרונו לברכה האט געפלאנצט אידישקייט אין די ארץ לא זרועה.
ד. איינער וואס קוקט ווי מ'טאר נישט ווערט בלינד און וואקסט אויס אן אפיקורס.
ה. איינער וואס פיהרט זיך נישט גייען אין מקוה האט נישט קיין סייעתא דשמיא און קען נישט פסקנ'ען.
ו. זיידע'ס און באבע'ס קומען פון הימל צו אן אייניקעל'ס חתונה און דערהויבענע מענטשען קענען דאס פילען.
ז. דער וואס גלויבט נישט אין וואס אידען גלויבען איז אן אפיקורס.
ח. אידישקייט אין יוראפ איז געשטאנען העכער ווי אין אמעריקא.
ט. אינטערנעט גייט אונטערברענגען אידישקייט.
י. דער מדינה הציונית איז א וויכטיגע ערשיינונג אין אידישקייט, אדער לטוב אדער למוטב.
יא. ר' חיים בריסקער האט מחדש געווען דאס לערנען בעיון.
יב. ר' חיים בריסקער'ס הרגשים האבען נישט עגזיסטירט, נאר וואס תורה האט געהייסען.
יג. איינער קען ברענען די הענט אין פייער אויף פטור ווערען פון חבלי משיח.
יד. זאגען צען קאפיטלעך תהלים רייניגט אפ א הארבע עבירה אין א וועג וואס נארמאלע תשובה קען נישט.
טו. באר מים איז פונקט אזוי גוט ווי קאו"ק. ok, that was just a joke
נאכאמאל, איך האב גארנישט מחליט געווען, איך האב בלויז דערציילט טרוקענע פאקטן.
יעצט, אויף דיין שאלה וואס איז דער שיעור. דארפסט פארשטיין איך האב נישט געזאגט דא קיין סגולה אדער א סטראשע אז ווער עס טראכט וועט אנקומען לבאר שחת.
דער מציאות ווייזט אז איינער וואס קלוגט זיך איבער אן ענין, וואס ער איז מחונך געווארן זייער שטארק צו סולד זיין פון דאס פארקערטע, אזא איינער האט נישט קיין פראבלעם זיך ארומ-צושפילן מיט עיקרי האמונה.
ומזה תבין, איין תשובה אויף אלע דיינע 15 דוגמאות. אויב איז די אלע זאכן געווען ביי איהם אינדערהיים א זאך וואס איז מחונך געווארן מיט א בלינדקייט (וואס אגב, איך בין זיך מתנגד צו אזא סארט חינוך), און ער וואקסט אויף און איז מטיל ספק אין דעם, דעמאלס איז חל דער פאקט וואס איך האב געשריבן.
און די זעלבע פארקערט, אויב איינער וואקסט אויף אין א מאדערן-ארטאדאקס שטוב, ווי קדמות הזוהר איז נישט איינס פון די עיקרי אמונה, וועט טאקע גארנישט געשעהן צו איהם, (אויסער לויט די וואס זיי האלטן אז דאס אליינס איז מעיקרי אמונה, דוכט זיך כ'האב אמאל אזוי געהערט בשם הגר"ח קנייבסקי שליט"א).
זאגסטו קלאר אז מען דארף גלייבן אין זאכן וואס מאיז מחונך געווארן דערויף אפילו סאיז הונדערט פראצענט שטותים! אזוי ווי רוב פון דעי זאכן. דאס אליין צושאקעלט די גאנצע אמונה פשוטה וואס דו ווילסט מזאל האבן, ווייל דו ביסט מודה אז סדא זאכן וואס זענען שטותים און דו ווילסט נאך אלס איך זאל גלייבן דערין ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, דאן קען דאך זיין אז אלעס שטותים!! ודו"ק
דעי תירוץ איז געווען א געפערליכע, און אויב איינער פארשטייט קלאר מיט זיין שכל הישר אז עפעס א שטות וואס מהאט אים מחנך געווען דערצו איז נארישקייטן, אוודאי זאל ער נישט גלייבן דערין, ווילאנג סאיז נישט קיין פראבלעם מיט אמונה בה'! און מיטן זאגן ער זאל יא גלייבן דערין אפילו ער פארשטייט אז סאיז נארישקייטן, און סאיז טאקע נארישקייטן, מיט דעם קענסטו צושאקלען זיין גאנצע אמונה און גורם זיין ער זאל נישט גלייבן אין גארנישט!
Re: הפצת אמונה
כ'מיין אז דער מפיץ איז שוין לאנג אנטלאפן.
שמערלכ'מיין אז דער מפיץ איז שוין לאנג אנטלאפן.
ניין ח"ו ער איז זיך געגאנגען דוירך רעדן מיט זיין גוטן איד צו ער זאל ענטפערן און וואס ער זאל ענטפערן מען טוט גארנישט אהן דעת תורה
עס איז יעצט בין הזמנים און עס איז שווער צו כאפן די גוטע איד
כ'זעה אז מיין אונטערנעמונג צו ענטפערן יעדע שאלה באזונדער, איז געווען אומגעראכטן, כ'האב נישט געוואוסט אז כ'גיי דא ווערן באפאלן מיט אלע קושיות.
אבער לאמיר ענטפערן א תשובה כללית, וואס וועט פארענטפערן אלע אדער כאטש רוב שאלות.
1). מ'איז דא אריינגעפארן צו די שאלה איבער קדמות הזוהר, און מ'האט עס אראפגעלייגט כאילו איך האב געזאגט אז עס איז מעיקרי הדת, און אז איך קום דא סטראשען. וועל איך נאכאמאל און ווידער אמאל זאגן וואס כ'האב שוין געזאגט דא עטליכע מאל.
ביטע קוקט צוריק וואס איך האב אלס געשריבן, כ'האב נישט געזאגט אז איינער איז מחוייב צו אננעמען דעת הגרח"ק אדער הגריש"א אין די נושא, כ'האב נאר אריינגעווארפן בסוגריים, אז עס זענען דא אנדערע וואס האלטן אז עס איז מעיקרי הדת, אבער איך זאג קלאר אז איך האלט נישט אזוי, ביי מיר איז הגר"י קאפח געווען פונקט אזא מאמין ווי הגרי"ש אלישיב, און אפילו איינער וואס לייקנט אפ די גאנצע קבלה (נישט נאר קדמות הזוהר) ווערט נאך אלס באטראכט ביי מיר ווי א מאמין כל זמן ער גלייבט אין די י"ג עיקרים.
2). אמונה פשוטה איז אקעגנזאץ צו אמונה ע"פ חקירה, דערפאר איינער וואס האט ספיקות, קען נישט זאגן אז ער גלייבט באמונה פשוטה (כ'זאג עס נישט אלס א חיסרון, כ'זאג עס אלס א פאקט, פשוט טייטש פון אמונה פשוטה מיינט: "איך בין א נאר און איך גלייב", אדער לכל הפחות "לבי אומר לי אז עס איז אמת"). און כ'האב שוין כמה פעמים געפרעגט מה נשתנה אלע אנדערע אידאלאגיעס וואס איהר האט נישט קיין פראבלעם אז איינער גלייבט אין זיי באמונה פשוטה אן קיין חקירות, און פונקט דא מיט די אמיתות התורה, האלט איהר אז איינער וואס גלייבט דערין באמונה פשוטה איז עפעס א חסרון?
3). די הוכחה פון מתן תורה, איז טאקע נישט קיין הונדערט-פראצענטיגע ראיה, און כ'האב מלכתחילה שוין געשריבן אז מ'קען אסאך מפלפל זיין דערין, איי וועט איהר פרעגן, אויב אזוי מה לנו ולצרה הזאת, וואס דארף מען עס בכלל דערמאנען, וועל איך זאגן אז דאס איז שוין א אלטע מחלוקת פון דער רמב"ם און דער ראב"ד און הלכות תשובה, ווי דער ראב"ד שרייבט אויפן רמב"ם:
"לא נהג זה המחבר מנהג החכמים שאין אדם מתחיל בדבר ולא ידע להשלימו והוא החל בשאלות קושיות והניח הדבר בקושיא והחזירו לאמונה וטוב היה לו להניח הדבר בתמימות התמימים ולא יעורר לבם ויניח דעתם בספק ואולי שעה אחת יבא הרהור בלבם על זה."
וכדומה..
זאגסטו קלאר אז מען דארף גלייבן אין זאכן וואס מאיז מחונך געווארן דערויף אפילו סאיז הונדערט פראצענט שטותים! אזוי ווי רוב פון דעי זאכן. דאס אליין צושאקעלט די גאנצע אמונה פשוטה וואס דו ווילסט מזאל האבן, ווייל דו ביסט מודה אז סדא זאכן וואס זענען שטותים און דו ווילסט נאך אלס איך זאל גלייבן דערין ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, דאן קען דאך זיין אז אלעס שטותים!! ודו"ק
דעי תירוץ איז געווען א געפערליכע, און אויב איינער פארשטייט קלאר מיט זיין שכל הישר אז עפעס א שטות וואס מהאט אים מחנך געווען דערצו איז נארישקייטן, אוודאי זאל ער נישט גלייבן דערין, ווילאנג סאיז נישט קיין פראבלעם מיט אמונה בה'! און מיטן זאגן ער זאל יא גלייבן דערין אפילו ער פארשטייט אז סאיז נארישקייטן, און סאיז טאקע נארישקייטן, מיט דעם קענסטו צושאקלען זיין גאנצע אמונה און גורם זיין ער זאל נישט גלייבן אין גארנישט!
ניין, איך זאג נישט אז מ'דארף גלייבן אין שטותים, איך זאג נאר אז דער פאקט איז אז איינער וואס הייבט אן צו שאקלען זיינע דעות קדומות, שטעלט זיך נישט אפ דא, נאר ער גייט ווייטער, און עס איז א פראבלעם.
דעריבער? זאג איך נישט אז מ'זאל בלייבן גלייבן די שטותים, נאר איך זאג אז עס איז טאקע נישט כדאי צו מחנך זיין קלוגע קינדער מיט נארישע זאכן, ווייל עס איז דא א גרויסע סכנה אז זיי וועלן אלעס אוועק ווארפן.
שמערלכ'מיין אז דער מפיץ איז שוין לאנג אנטלאפן.
איך גיי נישט האבן צו סאך צייט צו ענטפערן יעדעם איינעם ממש, און איך מיין אז איך מוז צוריק ציהען פון מיין הבטחה.
אבער איך אנטלויף נישט, איך וועל פראבירן בקיצור זיך מתייחס זיין צו יעדע שאלה בכללות.
Re: הפצת אמונה
קומט אויס פון דיינע ווערטער אז נאר איינער וואס איז א שוטה, און ווען מרעדט אים איין א שטות גלייבט ער עס בלינדערהייט, נאר אזא איינער קען זיך האלטן ביי אידישקייט, ווייל איינער וואס איז קלוג און איז מבחין אין א שטות וואס מרעדט אים איין ער איז שוין א פארטיגער,
דו זאגסט אז מזאל נישט, איך רעד שוין נאכדעם וואס מהאט יא איינגעפרעגלט נארישקייטן.
Re: הפצת אמונה
מפיץ אמונה
3). די הוכחה פון מתן תורה, איז טאקע נישט קיין הונדערט-פראצענטיגע ראיה, און כ'האב מלכתחילה שוין געשריבן אז מ'קען אסאך מפלפל זיין דערין, איי וועט איהר פרעגן, אויב אזוי מה לנו ולצרה הזאת, וואס דארף מען עס בכלל דערמאנען, וועל איך זאגן אז דאס איז שוין א אלטע מחלוקת פון דער רמב"ם און דער ראב"ד און הלכות תשובה, ווי דער ראב"ד שרייבט אויפן רמב"ם:
"לא נהג זה המחבר מנהג החכמים שאין אדם מתחיל בדבר ולא ידע להשלימו והוא החל בשאלות קושיות והניח הדבר בקושיא והחזירו לאמונה וטוב היה לו להניח הדבר בתמימות התמימים ולא יעורר לבם ויניח דעתם בספק ואולי שעה אחת יבא הרהור בלבם על זה."
דוכט זיך אז די ביסט געקומען פארענטפערען קשיות און דא אויף די פשוטע קשיא פארוואס דוקא יהדות ביזטו נישט הונדערט פראצענט פעסט
א שוואכע התחלה....
I can't believe I just said that...
Re: הפצת אמונה
מפיץ אמונהכ
כ'האב שוין כמה פעמים געפרעגט מה נשתנה אלע אנדערע אידאלאגיעס וואס איהר האט נישט קיין פראבלעם אז איינער גלייבט אין זיי באמונה פשוטה אן קיין חקירות, און פונקט דא מיט די אמיתות התורה, האלט איהר אז איינער וואס גלייבט דערין באמונה פשוטה איז עפעס א חסרון?
"
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט. וואס איז דער דמיון א אידיאולוגיה צו אמונה? אידעאלאגיע איז א שיטה, א הצעה, א מעגליכקייט, און עס איז פארהאנען אסאך וואס האלטן אז זי איז א אמת'ע זאך. עס איז נישט קיין אמונה אין פאקטן, א גלויבונג געבויט אויף היסטארישע און היינטיגע מציאות. סאו האלטן לחוד און גלייבן לחוד.
דער מפיץ איז אריינגעקומען מיט א מין גאות אז ער האט די תירוצים פאר יעדעם. ער טוט שוין אין דעם אסאך יארען. ער האט גערעדט מיט גדולים (וואס מיינט דאס? מענטשע העכער בר מצוה?) און אזוי וועט ער אפראטעווען א דור און אריינגייען צו חדש אלול מיט א לייכטער מוט.
דערווייל קיין איין ווארט האט מען נישט געהערט פון איהם צו דער זאך. נאר אז אונז זענען מיר אלע אין געפאר.
לחיים ולשלום מיט דיין הפצה.
נ נח נחמ נחמן מאומן.
We want moshiach now
God bless America.
Re: הפצת אמונה
בין הזמנים קומט
יישר כח גדול ונורא צו הרב מפיץ פארן באלייכטן די שטיבל מיט זיינע דברים קילורין לעיניים. דאכציך זייט די שטיבל שטייט איז נאך נישט געווען קיינער וואס איז געווען אזוי קלאר מיט די אמונה און עס אזוי שיין צולייגט ווי דו. עס איז מיר נישט קיין שום ספק אז ווער עס וועט ליינען זיינע רייד מיט דארשט אן קיין ליצנות וועט אים אויפגעלאכטן ווערן די אמונה אין זיינע אויגן. מיך אליינס זענען שוין עטליכע הארבע ענינים וואס איך מוטשע מיך שוין דערמיט א לאנגע צייט יעצט אויסגעקלארט געווארן נאכן ליינען דיינע ראציאנאלע און פעסטע תגובות. תחזקנה ידיכם! עס זעהט זיך אן אז איר האט אסאך עקספיריענס אין דער פעלד. דיין אנוועזנהייט איז מיים קרים פאר די גאנצע שטיבל.
יעצט אז מ'האט שוין פארענטפערט די אמונה בה' און מעמד הר סיני לאמיר גיין צו די נעקסטע טעמעס.
1) תורה מסיני, ספעציפיש תורה שבע"פ עד סוף כל הדורות.
2) די האלעקאוסט.
יישר כח פון פאראויס. די זכות זאל אייך ביישטיין.
.
וואס יא ?!
ערנסטערהייט רבותי וואס איז טאקע די תי' ?,
אויף אמונה פשוטה וואו ר' מפיץ זאגט הרגשה בלב קען מען דאך זאגן איינרעדעניש ,
ווידער אז מגייט מיט ראציאנאל מוכיח זיין איז אויך דא קשיות ,
כמיין סבלייבט נישט איבער קיין עצה נאר פונ'ם מהר"ם חגיז זאגן אזוי וויל איך און פארטיג ( וואס דאס איז גוט פאר איינער וואס וויל ),
נישט אזוי @אנאנים ? איינער האט א בעסערע עצה ?
Re: הפצת אמונה
גערעכט איך פלעג אמאל האלטען אז אמונה איז תלוי אין שכל אבער היינו האלט איך אז עס איז ריין הרגש
נישט אז דאס מאכט עס נישט מער אדער ווייניגער אבער מיט לאגיק איז לכאורה נישט שייך מוכיח צו זיין
וכן קיבלתי מאיש חשוב מאוד מאמין גדול
I can't believe I just said that...
Re: הפצת אמונה
דאס שטייט אין חזו"א, אמונה אדער כפירה איז א חילוק פון א נטיה דקה בלב.
Re: הפצת אמונה
@chaimsדו גיבסט מיר גערעכט אבער דו זאגסט עפעס אנדערש איך האב גערדערט פון רצון און דו פון רגש סאיז א חילוק ,
ולהבקיאים בחסידות חב״ד יודעים שמוחין למעלה ממדות אבל רצון למעלה ממוחין כבין גערעכט
@ונבנתה העיר ?
Re: הפצת אמונה
דעת תורהדאס שטייט אין חזו"א, אמונה אדער כפירה איז א חילוק פון א נטיה דקה בלב.
אז בוסט צוגעקומען צו אמונה מיטן שכל בלייבט עס ווייטער א הארץ זאך סאיז נאר אז די שכל האט עס אריינגעזעצט אין הארץ ווייל די הארץ איז דער וואס נעמט עס אהן די נושא דא איז אבער וואוזוי קומט מען צו צודעם לכתחילה.
ירא שמיםערנסטערהייט רבותי וואס איז טאקע די תי' ?,
אויף אמונה פשוטה וואו ר' מפיץ זאגט הרגשה בלב קען מען דאך זאגן איינרעדעניש ,
ווידער אז מגייט מיט ראציאנאל מוכיח זיין איז אויך דא קשיות ,
כמיין סבלייבט נישט איבער קיין עצה נאר פונ'ם מהר"ם חגיז זאגן אזוי וויל איך און פארטיג ( וואס דאס איז גוט פאר איינער וואס וויל ),
נישט אזוי @אנאנים ? איינער האט א בעסערע עצה ?
ירא שמים אויב ביסטו אינטרעסירט אין א ערנסטע שמועס אויף די נושא, זיי מעיין אין די אשכול וואס איך האב צוגעצייכנט, דארט זענען די ענינים געווארן זייער שיין אויסגעשמועסט.
Re: הפצת אמונה
געוואלדיג כהאב נישט קיין כח און קיין נערוון דורכצוגיין פופצן בלעטער , זאג מיר נאר בקיצור נמרץ בנוגע צי וואס איך האב געפרעגט.
Re: הפצת אמונה
ירא שמיםגעוואלדיג כהאב נישט קיין כח און קיין נערוון דורכצוגיין פופצן בלעטער , זאג מיר נאר בקיצור נמרץ בנוגע צי וואס איך האב געפרעגט.
וואס מיינסטו, דו האסט נישט געדולד צו ליינען אוט איך האב יא געדולד צו שרייבן... 😂
ערנסט גערעדט עס נעמט ארום כמעט יעדע נקודה פון אמונה און שמועסט דאס אויס שיין צווישן די אריות שבחבורה, טעמו וראו כי טוב.
גיב איבער די אינפארמאציע פאר יונה לאנדא 😂
נאכאמאל אויפגענימען שיין א נייער ניק 😮
Re: הפצת אמונה
דאס איז נישט נאר ווייל ער האט געשריבען נערישקייטען. איינער וואס קומט צו זיין א חלק פונ'ם שמועס מיט זיין אייגענארטיגע שטאנדפונקט איז שיין אויפגענומען. איינער וואס קומט מיט זיין נאז אין דער לופט, גרייט צו ראטעווען די ק''ש בלאנדזשער'ס מיט זיין בעסערע פארשטאנד און הויפענע'ס 'גדולים' איז דער וואס קומט שפייען אויף אלטע ניק'ן, וואס זענען נישט ווייניגער ווי נייער. און דרך אגב, אנאנים איז אויך גאנץ ניי דא און קוק וויפיל לייק'ס ער האט און ווי ער ווערט אנגענומען
קריסטאפער קאלאמבוס אנטדעקט אמעריקע. ער מיט זיין מאנשאפט שפאצירן מאכטלאז אראפ פון זייערע שיפן, פאלן צו די קניען און מיט טרערן פון פרייד קושן די ערד פון די נייע וועלט וואס האט זיך פאר זיי אנטפלעקט.
אלע וועלטליכע קעניגרייכן שיקן געשווינד אהין עקספעדיציעס מיט שיפן און מיליטערלייט; יעדער וויל דאך זיין דער וואס וועט זיך פארזיכערן דאס שענסטע טייל פונעם נאר-וואס אנטדעקטן קאנטינענט.
הונדערטער יארן שפעטער, א גרופע אויפגעקלערטע פיליזאפיקער און נאציאנאליסטן קערן זיך ארויף אויפן אויבערפלאך און צושטויסן דעם גאנצן מושג פון א קעניג. זיי דערקלערן זיך זעלבסטשטענדיג פונעם ענגלישן טראן און אנערקענען פונדאמענטאלע אומרירבארע רעכטן פאר יעדע בר נש. נאך בלוטיגע קאמפן ערצייגן זיי די ערשטע רעגירונג אונטער א קאנסטיטוציע.
נאך א יובל יארן שטייט דאס יונג לענדל פריש פאר קריג, דאסמאל צוליב איר איינזעהעניש אין די אומרעכט פון קנעכטשאפט. אין אן אויסקלארענדע מאמענט דערקלערט דער פרעזידענט פונעם לאנד קריג קעגן זיינע אייגענע ברודער, געווינט און שטופט דורך אן אמענדמענט צום קאנסטיטוציע וואס פארבאט קנעכטשאפט און פארבאט די קלענערע שטאטן פון אוועקנעמען געוויסע רעכטן פון סיי וועם.
דאס איז די אנהייב היסטאריע פון אונזער גאסט-לאנד, די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, געשילדערט אין קורצן.
דער סקעפטיקער וואס זאגט אז די גאנצע געשיכטע הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, זאגט גארנישט. ער איז פונקט ווי דער פלאצקע וואסער טרעגער וואס פראקלאמירט אז ער קען מאכן איינס מיט איינס דריי. ביידע זאגן עפעס מיט זייער מויל אבער זאגן באמת גארנישט. די וועלט האט זיך נישט אנגעהויבן ווען דער סקעפטיקער איז געבוירן געווארן. עס איז נישט נאר די עלטער זיידע פונעם סקעפטיקער וואס פארציילט אים אז ער איז 90 יאר אלט און ער געדענקט נאך פלוני אלמוני וואס האט געזעהן וואשינגטאן; עס זענען דא נאך עטליכע מיליאנען זיידעס וואס פארציילן וואס זיי האבן מיטגעלעבט, זייערע קינדער זענען אין די רעגירונג וואס ער האט אויפגעשטעלט, זענען דן אין זיינע ווערטער ארויף אדער אראפ: מציאות! מענטשהייט איז איין לאנגע קייט ארויף ביז איר אנהייב. אונז היינט, הגם אונז זעה מיר נישט וואשינגטאן צו קאלאמבוס פאר די אויגן, לעבן מיט מיט זיי! זיי האבן אנגעהויבן די אמעריקאנע רעגירונג, עס איבערגעלאזט פאר זייערע קינדער און זיי פאר זייערע, פאר זייערע, פאר זייערע א.א.וו. ביז היינט.
און ניין. עס איז אפי' נישט פשט אז עס ליגט ענדערש אויפן סקעפטיקער אויפצעווייזן אז גאנץ געזעלשאפט זאגט ליגנט; דעס איז אויך אמת, אבער עס איז סאך טיפער און פשוט'ער. מיין זיידע האט מיר דערציילט פון זיין זיידע וואס האט פארציילט פון זיין זיידע והלאה, מיין שכן'ס זיידע האט אויך דערציילט פון זיין זיידע וואס האט דערציילט פון זיידע און ארויף, מיין זיידע איז מעיד אויף זיין זיידע, און זיין זיידע אויף מיין זיידע, און אזוי ציט זיך גאנץ מענטשהייט פון איר גרינדונג. זאגן אז זיי זענען אלע ליגנערס איז כמעט ווי זאגן "ווייז מיר אויף דו לעבסט"! איי, איך לעב דאך פארנט פון דיין נאז? "נע! דו מיינסט נאר.. עכט לעבסטע נישט". אזא שפיל איז גאר גוט פאר קינדער, אבער דארף ווען נישט תופס מקום זיין ביי ערוואקסענע מענטשן.
די זעלבע מיט יודישע היסטאריע. אונזער היסטאריע איז זייער ענליך צו אמעריקע'ס.
אדם הראשון טרעפט זיך אויף די וועלט. ער קוקט זיך אום און זעהט א הערליכע פאנאראמע ארום אים. ביימער פון וועלכע עס שפראצן נארהאפטיגע פרוכטן, טייכן פון וועלכע עס פליסן ציכטיג ריינע קאלטע וואסער, נייע באשאפענע פייגעלעך טשיפטשען אים פון די לופטן; עס הערשט א געשמאקקייט.
יארן שפעטער, זיינע אייניקלעך פארשפרייטן זיך איבער די וועלט. אלע זוכן די שענסטע און בעסטע, קריגערייען ברעכן פון צייט צו צייט אויס און דער פארלירער ציט זיך זוכן א צווייט פלאץ.
נאך א טויזענט מיט נאך יאר קומט אן אברהם אבינו און מאכט א מהפיכה. "ס'דא א באשעפער אויף די וועלט", פראקלאמירט ער. גאנצע מלוכות פארן און רודערן, עס איז די געשפרעך פון טאג. נמרוד פראבירט אים צו עלימינירן, אבער ליידט בזיונות ווען די פייער שעדיגט נישט אברהם'ן.
אברהם האט א קינד ביי די הונדערט מיט זיין אלטע ווייב, ער שטעלט אויף א פאמיליע און עס וואקסן שוין אויף צוועלף געבענטשטע קינדערלעך. זיי מאכן אייגענע פאמיליעס און פארמערן זיך אין די גרויסמאכט מצרים. דער קעניג דארט האלט עס נישט אויס און ער דערנידערט די בני יעקב צו טירד-קלעס סיטיזענס און באפעלט אריינווארפן זייערע קינדער אין ים אריין. זיינע פלענער צופאלן, אבער און צום סוף זינקט ער אין די טיפענישן פונעם ים סוף.
און דא קומט (להבדיל) דער פערצנטער אמענדמענט, דער באשעפער - אין וועם די זיידע אברהם האט יארן צוריק אנערקענט - וויל זיך בכבודו אנטפלעקן פאר זיינע אייניקלעך און זיי איבערגעבן את המעשה אשר יעשון. כלל ישראל גרייט זיך מיט די פאסיגע צוגרייטונגען און האט די זכיה צו 'זעהן' פני כבודו יתברך. זיי הערן אלע בענאזאם דעם מעכטיגן איבערמענטשליכע שטימע אויסשרייען "אנכי ה' אלקיך", זיי ציטערן פאר זייער לעבן און בעטן ביי משה רבינו ער זאל איבערנעמען אויף וואס דער באשעפער ענטפערט "מי יתן והיה לבבם זה ליראה אותי כל הימים".
דאס אלעס איז עינינו ראינו! עינינו טייטש "אונזער" אויגן. אונזערע אויגן האבן עס געזעהן, און נישט נאר צוליב דרשות חז"ל אז די נשמות זענען דארט געווען. היסטאריע איז continuous. עס לעבט די גאנצע צייט ווי איין לאנגע קייט וואס פארבינדט אלע באים אחריהם און וואס מאכט דער ביים סוף דער זעלבע ערשטער.
ליארעמט אבער דער בן החכם, "וואס איז אנדערש די מעשה מיט ישוע הנוצרי? ער האט אויך געמאכט מופתים פארנט פון פולע"! א פיינע פראגע, אבער נישט אויף צו וועגן דעם שליידערן דעם קאפ אין וואנט און ציען א מאדנע מסקנא וואס מען קען פונקט אזוי נוצן אפצולייקענען נאצי דייטשלאנד'ס גרויליגע, הימל-שרייענדע פארברעכנס.
די ריכטיגע תירוץ אויף די פראגע איז אז עס הייבט זיך נישט אן. ווער לייקענט אז ישוע האט געמאכט מופתים און מסית געווען מאסן צו אמונה בשיתוף? אדרבה, אין מיין גמרא שטייט די מעשה. נישט ממש מיט אלע דעטאלן ווי עס שטייט ביי זיי, אבער גענוג ארויסצוהאבן דעם פיקטשער. פאקטישע פאסירונגען קען קיינער נישט לייקענען ווי פריער ערקלערט און אויך טוט קיינער פראבירן עס צו לייקענען.
איי פארוואס נעם איך נישט אויב אזוי אן זיינע 'נביאות'? זייער סימפל. צוויי שפיצן: א) מופתים זענען נישט קיין ראיות. די יודן אין מדבר האבן נישט געגלייבט געהעריג אין משה רבינו ביז מתן תורה. א בפירושע פסוק פאר מתן תורה ווי דער אויבערשטער זאגט פאר משה אז נאך מתן תורה "גם בך יאמינו לעולם". מופתים זענען שוואכע באווייזן, ווארום זיי קענען מעגליך זיין אחיזת עינים. פליעט ער ארויף אין הימל, איז וואס? זענען דא עטליכע 'מעדזשישענס' וואס באווייזן דעם קונץ היינט צוטאגס. ב) אונז האב מיר וועגן דעם טאקע 'געזעהן' קודשא בריך הוא אליין, און אונז האמיר אים געזעהן דערקלערן משה רבינו נביא ה'. צו איבערקומען זיין ווארט דארף מען נאך א התגלות ממנו יתברך. און אויף איינער וואס קומט זאגן אז ער איז א נביא האט משה רבינו - ע"פ ה' - אוועקגעשטעלט אז ער ווערט נאר באגלייבט אויב ער איז מוחזק אלץ אן ערליכער מאן און ער קומט מחזיק זיין תורת משה. ישוע איז געווען א טעקסט בוק נביא שקר! די געשיכטע אז ער האט זיך דערקלערט גאט'ס זון איז אמת און ער האט זיך מיט דעם זעלבסט אריינגעשטעלט אלץ נביא שקר. גאט'ס זון? עפרא לפומיה. צענדליגע מאל ווערט אין די תורה קלארגעשטעלט אז געטליכקייט איז נאר דא אין איינעם, איך זאל נאך אננעמען זיינע חזיונות אלץ אמת? און ווי ער האט געטוישט פילע מצוות, אלעס קעגן וואס מיינט א נביא אמת און אלעס וואס די תורה ווארנט אין ראה מ׳זאל נישט גלייבן כי מנסה ה' אלקיכם אתכם.
די זעלבע מיט דעם איסלאמישע משוגע'נער. נעמט די גאנצע תורה אין דרייט עס אויס וויאזוי ער וויל. נאר א נאר אדער איינער מיט אן אגענדע קען אננעמען זיין ווערסיע אלץ אמת.
און אפשר האט משה רבינו געסטעידזשד די גאנצע מתן תורה? אלעס איז בלויז געווען א שפיל און אחיזת עינים? דאס קומט ווידער צוריק צו די פוינט אז אונז האמיר 'געזעהן' דעם אויבערשטן. זעהן דעם אויבערשטן איז נישט קיין מציאות. א גאט איז אינדרויסן פון מציאות אדם אז ער זאל קענען געזעהן ווערן. משה רבינו אליין זאגט כי לא ראיתם כל תמונה. נאר וואס? וואס אונז האב מיר דארט יא מיטגעהאלטן איז געווען אן אלטימעיט אנערקענונג אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ער האט איר באשאפן און ער פירט איר. די געטליכע אנטפלעקונג דארט האט נישט געלאזט קיין ספיקות אין קיינעם וואס דארט האט זיך אפגעשפילט און דאס וואס אונזער היסטאריע - וואס איז אונזער מציאות - פארציילט אונז.
און, סתם שכל, וועים האט אזא געלונגענע כישוף מאכער דא פראבירט צו געפעלן? וויפיל מאל האבן אים די מאסן שיעור נישט געלינטשט? ביי די מרגלים, ביי קרח. קרח פארפירט און משה וויינט. לייג אים אוועק! נאאא.. בוקר ויודע ה'. אלעס דעם אויבערשטן. נעם די הנהגה אליין! פארוואס גייסטו אריין אין א מדבר שממה ווען דו קענסט פירן א ריזן מלוכה? און נאך אלעם בלייבט ער ליגן אין מדבר. ס'מאכט פלעין נישט קיין סענס.
כן נראה לי, און נישט אז אמונה איז פלעין א פילינג ארויף אדער אראפ.
Re: הפצת אמונה
אמונה אין משה שטייט שוין פאר מתן תורה ויאמן העם אין מצרים נאך אין ביי קריעת ים סוף ויאמינו בה׳ ובמשה עבדו .
משה חזרט אלעס איבער אין זאגט איר האט אלעס געזען
נישט גלייבן אין נוצרות איז פשוט, אין די תורה שטייט צענדליגע מאל "ברית עולם" איז ווי קען זיין אז גאט זאל פלוצלינג זיך דזעינזשען זיין מיינד? איז ער א יאמען ביאינג?
diffמשה חזרט אלעס איבער אין זאגט איר האט אלעס געזען
אה.. משה האט פשוט איינגערעדט כלל ישראל?
איך פראביר.
אויף דעם זאגט דער פסוק ''אותה גברת בשינוי אדרת'', א הערליכן משל מיט טייערע ווערטער אבער דער געדאנק ווערט נישט בעסער ווען מען נוצט א הויכע שפראך.
אין דיינע ווערטער, ווען א געוויסע סעקטע אין אמעריקע טענה'ט אז זיי האבן מקובל פון זייערע עלטערן מיין זיידע דיין זיידע וכו' אז דזשארדזש וואשינגטאן איז נישט געווען דער ערשטער פרעזידענט נאר פארדעם איז געווען דזשעימס בעיקער, און זיי שרייען חי וקיים אזוי שטייט קלאר אין זייער בוך איבערגעגעבן פון דור צו דור טאטע צו קינד יולי 4 אויפדערנאכט וועט דיר דאס קנאפ אויסמאכן ווייל אמעריקע איז נישט עקסקלוסיוולי צו די סעקטע נאר געהער אייניג צו אלע וואס האבן זיך געדרייט דא אין יענע תקופה, און היות מיר ווייסן נישט פון אזא זאך צו זאגן אינטערעסירט אונז נישט וואס די מאדנע פארשוינען פארפירן.
און אויב דו וועסט זאגן אז דאס איז ווייל מיר האבן פרוף אויף פארקערט, וואס וועסטו זאגן ביי אלע אנדערע לעגענדעס וואס דרייען זיך צווישן פארשידענע סעקטעס און רעליגיעס, דו גלייבסט יעדע זאך וואס עמיצער פארקויפט? א זאך וואס מיר ווילן באשטעטיגן היסטאריש דארף מען האבן דערויף רעלעוואנטע ראיות וואס זאלן דאס באשטעטיגן, און אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט די ראיות וועט נישט העלפן וויפיל זיידעס עס האבן דערויף מעיד געווען.
נאר וואס, א זאך וואס גייט אריבער אין א פאלק מדור לדור ווייזט געווענליך אויף א אלטע מסורה, כאטש פילע מאל איז דאס שוין היבש פארדרייט דורכאויס די יארן, אבער א זאך וואס דארף צו זיין א אוניווערסאלע טראדיציע איז מאדנע צו זאגן אז אלע מענטשן האבן דאס פארגעסן, אריינגערעכנט די אור אלטע פעלקער און די אייראפעאישע פעלקער, און בלויז ביי א קליין פאלק אין מיטל מזרח איז פארבליבן די ריינע מסורה, אין די צייט וואס ביי זיי אליין איז די תורה געווען אפגעהיטן אויף זייער א שוואכן פארנעם, דער כוזרי שרייבט אז ווען משה רבינו איז געקומען צו פרעה און געזאגט אז מיר זענען יעצט 500 יאר נאכ'ן דור הפלגה האט ער דאס נישט אפגעלייקנט, און דאס איז א ראיה אז דאס איז געווען א באוואוסטע זאך, דער פראבלעם איז אבער אז אין די אלטע מצרי'שע כתבים געפינען מיר נישט אזא זאך, און דארט ווערט אויסגערעכנט א שושלת וואס גייט צוריק צו פאר'ן מבול, און עס איז שטארק מעגליך אז ווען משה וואלט ווען געזאגט די זאכן פאר פרעה וואלט ער אים גוט אויסגעלאכט.
דאס מיינט נישט אז די ווערטער פון די תורה זענען נישט אמת, עס זענען דא אסאך מהלכים צו פארענטפערן די פסוקים הערליך שיין, אבער צו ברענגען א ראיה וויבאלד מיר ווייסן דאך איז זייער נישט ריכטיג, ווייל אויב וואלטן מיר געוואוסט וואלטן מיר זיך נישט געדארפט יעצט טענה'ן, דער פראבלעם איז אז מיר ווייסן נישט, און כדי צו טראכטן ראציאנאל נעמען מיר זיך ארויס פונעם וועג וויאזוי מיר זענען געוואוינט צו טראכטן, און מיר קוקן מיט א ברייטערן בליק, מיר פרעגן זיך, איז דאס טאקע אזוי פשוט? דאן פארוואס איז דאס נישט פשוט פאר 6.9 ביליאן מענטשן, און אנשטאט זאגן אז זיי זענען אלע טפשים, לאמיר טראכטן באמת וויאזוי און אויב מען קען זיי דאס אויפווייזן, און אויב קען מען דאס נישט אויפווייזן פילייכט קענען מיר באזירן אונזער הערליכע אמונה אויף מער קאנקרעטע באזיסן.
פון די פעלקער איז נישט קיין ראיה
ראה שבע מצות שקיבלו עליהם בני נח ולא קיימום עמד והתירן להם
אויך זען מיר אז יודן האבן יא מקיים געווען