☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ארעסטן אין וויליאמסבורג

ארעסטן אין וויליאמסבורג

207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #915
בלאט: 1 2 3 4 5

Espresso » דאנערשטאג יוני 6, 2013 6:46 pm

· #122555
הדד בן בדד
לאמיר יעצט זען וואס אלע מה יפית'ניקעס וועלן זאגן. לאמיר זען וויפיל די (אל)געמיינע פרעסע וועט דאס באריכטן, לאמיר זען די רעאקציע אויפן אנטיסעמיטישן ווי"ן ניאאיעס...

לאמיר יעצט זען וואס אלע מה נעמת'ניקעס וועלן זאגן. לאמיר זען וויפיל די היימישע פרעסע וועט דאס באריכטן, אז יא, די יוסטיץ סיסטעם ארבעט יא...

boxcover » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:00 pm

· #122619
ממרום שלח אש
שעפטל
Mazel Tov!!!!! Judge ruled to dismiss the case of 3 Bergers, and the 1 who ripped down the paper in the restaurant got a fine from $500


ב"ה פאר דעם.

זיי זאלן יעצט סוען בארי פארן פאלטש נוצן א השגחה, עס איז אומלעגאל.

און וואס איז איבער מסירה? ווער מעג און ווער טאר נישט?
און קום נישט מיט די "מסור מותר למוסרו"

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 11:41 pm

· #122656
איז דער געשעפט נאך אלץ אפען?

סאשי פיש » פרייטאג יוני 7, 2013 12:12 am

· #122676
יא מיט אן אנדערע בעל הבית

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 7, 2013 2:07 pm

· #122816
עס דארף דא באצייכנט ווערן אז דער דשאדש האט זיי שוין געוואלט פריי לאזן איבער א חודש צוריק, אבער היינס האט זיך גע'עקשנ'ט אז זיי זאלן זיצן כאטשיק א חודש (פארוואס נישט...), אזוי וועט ער דאך אויסקוקן בעסער, אבער דער דשאדש האט זיך צוריק גע'עקשנ'ט אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה זיי צו שיקן אין תפיסה. האט דער פראסעקיוטער גע'טענה'ט: וואס הייסט, זיי האבן דאך אראפגעריסן א סיין. אבער דער דשאדש האט געזאגט אז זיי האבן נישט געריסן קיין סיין, נאר זייער אייגענער השגחה צעטל וואס זיי האבן געהאט א קאנטראקט אז עס געהערט פאר זיי און אז זיי מעגן אריינקומען ווען זיי ווילן און עס אראפנעמען. "אבער זיי האבן עס אראפגעריסן ווילדערהייט און עס האט זיך מיטגעריסן אביסל פון די פעינט אויף די וואנט!!!" האט דער פראסעקיוטער פארפירט, פיין, וויפיל איז דער שאדן פון די וואנט? פינף מאות האט דער חכם געענטפערט, און אויף דעם איז געקומען די פינף מאות שטראף.

אבער נישט סתם, דער דשאדש האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן זיין וואויל פאר די נעקסטע יאר. און יעצט גייט זייט מוחל צו ווי"ן לשה"ר סייט, ער ברענגט שוין ענדליך די נייעס, און ליינט עס אפ און ליינט די קאממענטס דארט, און זאגט מיר צו דאס איז נישט קיין קלאסישע אנטיסעמיטישע סייט.

Espresso » פרייטאג יוני 7, 2013 6:21 pm

· #122922
די לשון איז פון דעילי נוז, און די קאמענטס זענען האלב אויף האלב, 1 אנטי 2 פרא 3 אנטי 4 נוטראל 5 6 פרא 7 סתם אנטיסעמיט 8 אנטי 9 10 פרא 11 12 13 אנטי 14 פרא און אזוי ווייטער.

ממרום שלח אש » זונטאג יוני 9, 2013 5:14 pm

· #123239
boxcover
ממרום שלח אש
שעפטל
Mazel Tov!!!!! Judge ruled to dismiss the case of 3 Bergers, and the 1 who ripped down the paper in the restaurant got a fine from $500


ב"ה פאר דעם.

זיי זאלן יעצט סוען בארי פארן פאלטש נוצן א השגחה, עס איז אומלעגאל.

און וואס איז איבער מסירה? ווער מעג און ווער טאר נישט?
און קום נישט מיט די "מסור מותר למוסרו"


i dont give a damn

justice should prevail
בלאט: 1 2 3 4 5