ארעסטן אין וויליאמסבורג
207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #915
מיט דעם וואס דו שרייבסט "זיי מודה", קען איך מיך נישט טענהן, מסתם ווייסטו וואס איך ווייס נישט. אויף וויפיל איך ווייס האט במ"ל נישט געהאט די סארט - אדער דאס גלייכן - שטיצע ווי נ"וו האט.
צו איך האלט אז נ"וו איז א מלאך? ניין! ס'איז שטארק מעגליך אז ס'איז יא אמת, אבער אים שטיצן און העלפן ער זאל האבן מיט וואס צו גיין צו טרייעל, וואס איז באקאנט אז אזעלעכע קלאגעס איז זייער שווער צו באקעמפן, דאס מעג מען און מען מוז! ספעציעל ווען די קלאגע קומט פון א אויסווארף וואס נוצט אויס די קלאגע צו באשמיצן גאנץ כלל ישראל, דאן איז א מצוה צו גיין קעגן עם, וויפיל מ'קען.
איחוד פעלדיא,מען האט געבעקט במ"ל, מען בעקט יעדעם איינעם, זיי מודה.
נ. וו. איז אויך דא נאך וואס זאגען אזוי, און דאס וואס די זאגסט אז יעדער וואס רעדט מען אים ווייסט צו זאגען אז ער איז נישט עלול לאותו דבר, האב אני הקטן גערעדט מיט מענטשען וואס קענען אים, און זיי זאגען אז ער איז גאנץ פיין עלול וחשוד לאותו דבר. והמ"י.
אין נישט לאנג צוריק האט הדד בן בדד אין אן אנדערע אשכול געשריבען אז יעדער קען אריין פאלען אין דעם, זעהט אויס אז נ. וו. איז נישט אנדרעש ווי יעדעם.
און אז א מיידעל זאגט אז ער האט איר מאלעסטעט איז נישט קיין מצוה צו שפרינגען צו קיין החלטות און זאגען ניין יא, ביז מען הערט נישט אויס לכה"פ וואס ביידע האבען צו זאגען, און די מיידעל מוז נישט רעדען צו די כלל ישראל בית דין וואס זאל מחליט זיין פונקטליך וויפיל עונש מען מעג יא געבען, אדער צו זי איז בכלל באגלייבט.
נ.וו.האט געארבעט אויף די מיידל אז זי זאל צוריקקומען צו יודישקייט און זיך אפלאזן פון יענע קליקע און סאיז אים געלונגען אבער יענע קליקע האבן איינגעלייגט וועלטן איר צוריק צו פארכאפן און זייערע לאפעס און סאיז זיי ליידער געלונגען און נאכדעם איז זי געווארן אפגעפארן טאקע ווייל זי דרייט זיך מיט זיי סא יעצט זאג מיר ווער האט איר מאלעסטעט נחמי וועבערמאן אדער ברוך הערש דייטש?
יונגערמאנטשיקמיט דעם וואס דו שרייבסט "זיי מודה", קען איך מיך נישט טענהן, מסתם ווייסטו וואס איך ווייס נישט. אויף וויפיל איך ווייס האט במ"ל נישט געהאט די סארט - אדער דאס גלייכן - שטיצע ווי נ"וו האט.
צו איך האלט אז נ"וו איז א מלאך? ניין! ס'איז שטארק מעגליך אז ס'איז יא אמת, אבער אים שטיצן און העלפן ער זאל האבן מיט וואס צו גיין צו טרייעל, וואס איז באקאנט אז אזעלעכע קלאגעס איז זייער שווער צו באקעמפן, דאס מעג מען און מען מוז! ספעציעל ווען די קלאגע קומט פון א אויסווארף וואס נוצט אויס די קלאגע צו באשמיצן גאנץ כלל ישראל, דאן איז א מצוה צו גיין קעגן עם, וויפיל מ'קען.
נעוי סיעל, כ'הער זאגן אז דו האסט געניצט די "ימ"ש" אויף דייטש. איז עס אמת? ביסט געווען אין כעס בשעת מעשה?
יואלישנעוי סיעל, כ'הער זאגן אז דו האסט געניצט די "ימ"ש" אויף דייטש. איז עס אמת? ביסט געווען אין כעס בשעת מעשה?
איך האף דו גייסט עס נישט ריפארטען
יואלישנעוי סיעל, כ'הער זאגן אז דו האסט געניצט די "ימ"ש" אויף דייטש. איז עס אמת? ביסט געווען אין כעס בשעת מעשה?
גראדע האב איך עס געשריבן און א רוהיגע מינוט מיט ישוב הדעת און מיט א לשם יחוד און כהאב מכוון געווען בשעת די לשם יחוד אז אויב סעט איינעם באדערן על איך עס אראפנעמען און כאב טאקע אזוי געטון.
וועם האט עס געבאדערט?
יואלישוועם האט עס געבאדערט?
נעיווי סיל!!! אשפג
יואלישנעוי סיעל, כ'הער זאגן אז דו האסט געניצט די "ימ"ש" אויף דייטש. איז עס אמת? ביסט געווען אין כעס בשעת מעשה?
קאמפיאטערהאט מען דאסקאלאוויטש אויך געבעקט??
זיי מודה.!!
יא, איך ווייס פאר א פאקט אז אין פאפא האט מען געמאכט א העווי געלט אקציע פאר לויערס. איך האלט גראדע אז עס קומט אים א פעיר טרייעל, איך ווייס אבער אויך אז ער איז גילטי און פאר אים האט מען געמאכט א געלט אקציע בעת דער רחמנות יונגרייז וועם ער האט מאלעסטעט האט מען ארויסגעווארפן פון בתי מדרשים. שעים אן אונזער קאמיוניטי.
במ"ל האט מאלעסטעט ווער ווייסט וויפיל קינדער לאורך ימים, ווען מען בעקט אים נישט, וואלט נישט געווען איין טאטע וואס זאל אים קלאגען????
האלטס טאקע, אז ווען א טאטע האט א מעשה רח"ל, גייט ער נישט צו די פאליציי ווען ער באקומט נישט קיין סטראשעס?
פין וועלכע ביהמ"ד האט מען ארויס געווארפען במ"ל דורך אלע יארען ווען יעדער האט געוויסט אז ער מאלעסטעט קינדער??
דער וואך האט מען אויף געפיקט א מנוול ישראל מאיר גינזבורג, וואס שפילט שוין מיט קינדער בערך דרייסיג יאר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
זיי מיר מסביר פארוואס עס האט גענומען אזוי לאנג!!
און היות מען שרייבט וועגען דעם צדיק נ. וו. ווי ממש עס קען נישט זיין,
ידעו הכל, ער איז מענטש מיט א געשליפען פיסקעל, וואס אמת און ליגנט זענען ממש יוצאים כאחד, א מענטש וואס האט א חוש איינצורעדען אנדערע אז עס איז נאכט ווען אינדערויסען שיינט די זון.
און די אלע מעשיות וואס ווערען פארציילט פארוואס זי זאגט אזוי וכו' וכו', זענען שער ושקר, די אנגעפארענע האבען בכלל נישט קיין אינטערעסע צו מאכען קיין שקרים אויף קיינעם, נאר וואס דען???
איין זאך זענען זיי אנדרעש, במקום וואס אונז אלע וועלען האבען אן אינטרעסע צו שטופען אלע שלעכטע מעשיות אויף אחד משלנו אונטער דער טעפיך, האבען זיי א נגיעה פארקערט.
אבער אויף צו מאכען מעשיות איז רחוק מאוד אז איינער זאל עס טוהן, יארען שפעטער, און מיט דעטאלען וואס זענען תסמר שערות ראש.
בכלל ווען זי וואלט אויף געמאכט די מעשיות וואלט די די עי דאס געוויסט, זיי ווייסען וואס זיי טוהן, און זענען נישט אינטרעסירט נאך צו גיין איינער וואס איז חף מפשע. פאר זיי גייען נאך איינעם איז דער די עי קאנווינסט אז יענער איז שולדיג.
און טאמער דער מיידעל איז אזוי געלונגען אז זי קען איין רעדען דער די עי און דער סאשעל ווארקער אויף א שקר, איז פון וואנעט ווייסט די אז זי זאגט ליגנט??? אלעס ווייל די קענסט דער נ. וו. אלס א געשליפען פיסקעל וואס שווערט זיך ביי זיין טאטעס בארד איז להד"ם????
אויכט האט מען צוזאם געשטעלט געלט פאר׳ן בעיל און גלייך נאכן ארויסגיין אויף בעיל האט ער פרובירט.צומלעסטן א בחור און בראשוב ביהמ״ד און קיינער האט נישט גענומען אחריות אויף איהם און דער טאטע פון די בחור איז אפילו נישט געגאנגן צום פאליס ריפארטען די מעשה.
chosen peopleאויכט האט מען צוזאם געשטעלט געלט פאר׳ן בעיל און גלייך נאכן ארויסגיין אויף בעיל האט ער פרובירט.צומלעסטן א בחור און בראשוב ביהמ״ד און קיינער האט נישט גענומען אחריות אויף איהם און דער טאטע פון די בחור איז אפילו נישט געגאנגן צום פאליס ריפארטען די מעשה.
וואס? חס ושלום! קען נישט זיין אמת, איך קען איינעם, וואס קען אים, און ער זאגט מיר אז ער איז דער לעצטער מענטש וואס זאל דאס טון, די רעדסט שוין ווי נחום. איין מינוט די ביזט נחום אליין....
טאמער די אלע זאכען וואס כ'ליין דא צאם זענען אמת, דאן איז צייט פאר א רעוואלאציע, ס'צייט אז די רבנים אין כלל טוער זאלען האבען פין וועם צי מורא האבען ווען זיי זענען מעוות הדין,
אין כ'מיין נישט פין די רעגירונג זאלען זיי מורא האבען, ניין נאר מורא האבען פין אונז, פין די קינדערלאך וואס וועקען זיך אויף, א דאנק די "טריפה'נעם" אינטערנעט, מען חאפט זיך אז אינטער א לאנגע ווייסע בארד קען אמאל זיין באהאלטען א גענגסטער, א ביליגע פארשוין, וואס וועט פארקויפען זיין מאמע'ס קבר פאר אביסעל כבוד,
וואס פאר א חוצפה איז דאס צי רודף'ן די וויקטים'ס אין שטיצען די רודפים, ווי איז אביסעלע אמת, ווי איז אביסעלע אויפריכטיגקייט, פליצלונג קומט אן דער טריפה'נעם אינטערנעט, אין דעקט אויף די פרצוף פין די חברה, נו וואס טוט מען, מען קומט ארויס קעגען די אינטערנעט,
יארען לאנג לאזען זיי צי מטמא זיין אומשולדיגע קינדערלאך, אין פליצלונג זארגען זיי זיך פאר די קדושה פין כלל ישראל, אלא מאי זיי האבען מורא פין די אינטערנעט פאר א צווייטע סיבה:
אז די קינדערלאך זאלען זיך נישט אויפוועקען !!!
איך האב אזוי געטראכט, קומט ארויף אויבן אין הימל, א פיינער איד א בעל בית, תורה וגדולה. און מען רעכנט אים אויס דארט א גאנצע ליסטע פון קינדער וואס ער האט מאלעסטעט, ער נעמט זיך צו שרייען חס ושלום, איך האב קיינמאל נישט גערירט א קינד! דאס איז עולם האמת?! איך האב אפילו נישט געהאט דעם נסיון! דער בי״ד של מעלה נעמט אבער ארויס א ליסטע, אין רעכנט אויס, דא האסטו געגעבן בעיל, אז מען זאל ארויס לאזן א מאלעסטער און בשעת זיין בעיל האט ער מאלעסטעט עטליכע קינדער. דא האסטו געגעבן געלט פאר לויערס פון א מאלעסטער און אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייעט פון תפיסה, האט ער געקענט מאלעסטן נאך עטליכע קינדער. און אזוי ווייטער....
זאלט איר וויסן אז
דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.
פראפעסאר שפיראטאמער די אלע זאכען וואס כ'ליין דא צאם זענען אמת, דאן איז צייט פאר א רעוואלאציע, ס'צייט אז די רבנים אין כלל טוער זאלען האבען פין וועם צי מורא האבען ווען זיי זענען מעוות הדין, אין כ'מיין נישט פין די רעגירונג זאלען זיי מורא האבען, ניין נאר מורא האבען פין אונז, פין די קינדערלאך וואס וועקען זיך אויף, א דאנק די "טריפה'נעם" אינטערנעט, מען חאפט זיך אז אינטער א לאנגע ווייסע בארד קען אמאל זיין באהאלטען א גענגסטער, א ביליגע פארשוין, וואס וועט פארקויפען זיין מאמע'ס קבר פאר אביסעל כבוד, וואס פאר א חוצפה איז דאס צי רודף'ן די וויקטים'ס אין שטיצען די רודפים, ווי איז אביסעלע אמת, ווי איז אביסעלע אויפריכטיגקייט, פליצלונג קומט אן דער טריפה'נעם אינטערנעט, אין דעקט אויף די פרצוף פין די חברה, נו וואס טוט מען, מען קומט ארויס קעגען די אינטערנעט, יארען לאנג לאזען זיי צי מטמא זיין אומשולדיגע קינדערלאך, אין פליצלונג זארגען זיי זיך פאר די קדושה פין כלל ישראל, אלא מאי זיי האבען מורא פין די אינטערנעט פאר א צווייטע סיבה: אז די קינדערלאך זאלען זיך נישט אויפוועקען !!!
It's temimus, stupid!אנטשולדיג מיר זייער ר' יאנקל, אבער האסט מיר לגמרי נישט געענטפערט.
איך האב דיר נישט גאזאגט וואס די מעשה איז געווען, אויב האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, האב איך דיר גאר געפרעגט דו זאלסט מיר זאגן וואס די מעשה איז געווען.
איך האב ס"ה אראפגעלייגט א מעשה וואס וואלט ווען געקענט געשעהן, וואס אזוי לייגט מען אראפ די מעשה אויף אים (נאכאמאל, איך זאג נישט אז דאס איז געווען די מעשה דא) און איך האב דיר געפרעגט וואס דו וואלסט געטוהן. ענפער מיר נישט אז אויב ער טרייט זיך אראפצולייגן ווי א עובד ה' דעמאלס קען ער נישט זיין קיין ביזנעס מאן, ווייל דאס איז נישט קיין תירוץ. פאר דעם ביזנעס פון הכשרים נעמט מען אן עובד ה', אדער איינער וואס שפילט גוט עובד ה' (פונקט ווי פאר דעם סערוויס פון קוויטל ליינען נעמט מען אויך אזא איינעם).
סאו נאכאמאל, בקיצור. מישקאלצער רב האט א ביזנעס וועלכע ער האט שווער געארבעט עס צו ברענגען צו דעם מקום ווי עס איז. יעצט אויב גייט ער לאזן זיין הכשר אויף דעם ביזנעס, קען ער צומאכן זיין ביזנעס, וואס דארף ער טוהן.
אנאנים, יעדער וואס קען מישקאלצער רב וועט דיר מעיד זיין אז ער איז נישט קיין עסקן, און איז נישט אינוואלווד אין וועבערמאנס קעיס אדער אין סיי וועלכע אנדערע קעיס, ער איז נישט דער סארט מענטש, ער איז ביזי מיט זיינע הכשרים און מיט זיין גרויסע מישקאלצער רבנות און דעציט. לדעתי איז ער נישט מחויב צו זיין א בעל מדריגה און לאזן זיין ביזנעס גיין קראכן פאר די סעיק פון אן אויסווארף (נישט קיין חילוק פארוואס יענער איז אן אויסווארף). דו האלטסט אנדערש? לאמיך קודם זעהן דיך זיין אזא גרויסער גיבור און פארלירן דיין פרנסה בידיים פאר א צווייטן איד (שוין אפגערעדט אז עס איז אינגאנצן נישט זיכער אז אזוי וועט יענער יא בלייבן אין ביזנעס).
לאמיך זעהן דער גיבור היינס ער זאל זיך נעמען איבער די ביינער פון די אמת'ע אינטימידעיטארס, און לאמיך זעהן ר' יאנקל אויב דו קענסט אויספיגערן ווער זיי זענען.
איך ווארט אויף אן אנטווארט
הדד בן בדדאנטשולדיג מיר זייער ר' יאנקל, אבער האסט מיר לגמרי נישט געענטפערט.
איך האב דיר נישט גאזאגט וואס די מעשה איז געווען, אויב האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, האב איך דיר גאר געפרעגט דו זאלסט מיר זאגן וואס די מעשה איז געווען.
איך האב ס"ה אראפגעלייגט א מעשה וואס וואלט ווען געקענט געשעהן, וואס אזוי לייגט מען אראפ די מעשה אויף אים (נאכאמאל, איך זאג נישט אז דאס איז געווען די מעשה דא) און איך האב דיר געפרעגט וואס דו וואלסט געטוהן. ענפער מיר נישט אז אויב ער טרייט זיך אראפצולייגן ווי א עובד ה' דעמאלס קען ער נישט זיין קיין ביזנעס מאן, ווייל דאס איז נישט קיין תירוץ. פאר דעם ביזנעס פון הכשרים נעמט מען אן עובד ה', אדער איינער וואס שפילט גוט עובד ה' (פונקט ווי פאר דעם סערוויס פון קוויטל ליינען נעמט מען אויך אזא איינעם).
סאו נאכאמאל, בקיצור. מישקאלצער רב האט א ביזנעס וועלכע ער האט שווער געארבעט עס צו ברענגען צו דעם מקום ווי עס איז. יעצט אויב גייט ער לאזן זיין הכשר אויף דעם ביזנעס, קען ער צומאכן זיין ביזנעס, וואס דארף ער טוהן?
זאגן אז לעגאל קען ער נישט אראפ נעמען דעם הכשר ווילאנג עס איז נישט דא קיין כשרות פארלעצונוג. אידן רחמנים בני רחמנים, וואלטן נישט קאליע געמאכט איינעם׳ס פרנסה וויל ער דארף גיבן א הכשר פאר איינעם לויטן געזעץ. זיי נישט א חשוד בכשרים.
Re: ארעסטן אין וויליאמסבורג
ברענגסט ארויס אן אינטרעסאנטע נקודה,
די אמתע אינטימידעיטערס זענען די וואס שטייען פין אינטען.
קען זיין, אבער ביי מיר איז א גרויסע ספק צו עס איז דא בכלל אזעלכע וואס מען קען אנווייזען אויף זיי עליה רמזי דין הוא.
עס איז אן עולם פין טויזענט מענטשען אפשר וואס שטייען און פראבירען יענעם צו טוהן עפעס.
למשל, אזוי ווי אפאר מענטשען געפינען אויס אז דער דייטש האט שייכות מיט איינער רובין, רופען צעהנדליגע מענטשען רובין, אין דער עיר שכולה עסקנים, ער זאל טוהן אזוי און אהער און אהין, און דער רובין טוט וואס ער טט און ווערט איינגעזעצט.
איינמאל ער זעצט איין די וואס טוהן דאס, נעקסט טיים ווען מען וואשט זיך צו דער קרבן, און דער קרבן איז גאר רובין מישקאלץ, זאגט דער קרבן נשתנו העתים, מען קען נישט היינט מער, און דאס וויל היינז דער רשע.
מארגען ווען דער באשולדיגטערס חברים וועלען לייגען פרעשור אויף דער רב דיין ראש ישיבה בעל מכשיר פין דער משפחה וואס קלאגט, וועלען זיי נישט אויף הייבען א פינגער. און מיט רעכט, ווער וויל דען אדערעך גיין וואס די פיר גייען נעבעך אדורעך.
אוודאי איז דא נאך מענטשען אינואלווד, אבער אינטימידעיטען איינער זאל אינטימידעיטען איז נישט קיין עבירה לכאורה.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
[ציטאט אראפגענומען]
זי איז נישט צופרידן ווייל די ארעסטירטע זענען בלויז די פויערן אויפן שאך ברעטעל.
אויב איז אמת וואס וואס הדד בן בדד לייגט אראפ אז דער מישקאלצער האט געמוזט אראפנעמען ווייל ער וואלט פארלוירן פרנסה, איז דאס פונקט אזוי אינטימידעשאן. 'שטייציך אויב הרב בערגער קען ברענגן א טעיפ ווי סיי-ווער סטראשעט אים/הייסט אים/בעט אים אראפצונעמען די הכשר, גייט גלייך אריבער די שולד צו יענעם.
ווי שוין געשריבן עטליכע מאל האט דער מישקאלצער געהאט רעכט מיטן אראפנעמען דעם הכשר, נאכדעם וואס דייטש האט פארקויפט דאס געשעפט. דער מישקאלצער טענהט אז איך גיב נישט קיין הכשר אויף א געשעפט וואס איך קען נישט דעם בעה"ב.
און אפילו אויב דייטש גייט טענהן אז ער האט דאס למעשה נישט פארקויפט, ער האט בלויז געזאגט ליגענט כדי דער עולם זאל זיך אפלאזן פון די סטאר, קען דער מישקאלצער טענהן אז דייטש האט פארלוירן נאמנות! סיי מיטן זאגן ליגענט, און סיי צוליב'ן גיין/שטיצן און סטראשען אנדערע מיטן גיין אין ערכאות קעגן א יוד. דער מישקאלצער מעג האבן זיינע אייגענע הלכות ווער ס'האט נאמנות און ווער נישט. און דער מישקאלצער מעג לעגאל אנרופן דייטש און אים זאגן "מיין הלכה לאזט דיך נישט גיין אין ערכאות, אויב דו גייסט נישט ארויס פארלירסטו נאמנות, און איך מוז אראפנעמען די הכשר".
זיכער האבן זיי רעכט! די חילוק איז נאר אז התאחדות גייט דאס נישט אזוי שנעל טוהן, ווייל זיי ווייסן אז רוב וועלט ווייסט אז דאס איז בלויז פאליטיק, און דאס וועט זיי פארמיאוסן ביים עולם, ווידער דער מישקאלצער האט געוויסט אז זיין שיטה איז פאפולער ביים עולם האט ער דאס יא געטוהן.
אבער יעדער בעל מכשיר האט זיך זיינע הלכות און זיי מעגן זיך שטעלן דערויף.
איך זעה מיין תגובה אויף די ווערטער איז נישט ארויף געקומען משום מה. וועל איך שרייבען נאכאמאל
איינערזאלט איר וויסן אז
דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.
מהיכי תיתי, לויט אונזער תורה דארף מען 2 כשר'ע עדים אויף מחייב צו זיין א מענטש, מעשיות ושמועות אדער אפילו ווען עס איז אמת אהן קיין גביית עדות בבית דין כשר בישראל האט נישט קיין שום האפט, און דער דאזיגער איז אומשולדיג [אפילו ווען ער האט דאס באמת יא געטוען]
יונגערמאנטשיקזיכער האבן זיי רעכט! די חילוק איז נאר אז התאחדות גייט דאס נישט אזוי שנעל טוהן, ווייל זיי ווייסן אז רוב וועלט ווייסט אז דאס איז בלויז פאליטיק, און דאס וועט זיי פארמיאוסן ביים עולם, ווידער דער מישקאלצער האט געוויסט אז זיין שיטה איז פאפולער ביים עולם האט ער דאס יא געטוהן.
אבער יעדער בעל מכשיר האט זיך זיינע הלכות און זיי מעגן זיך שטעלן דערויף.
האסט דא מודה געווען צוויי זאכן.
1) די נאמנות און הלכה חלק איז פיל מאל בלויז א טעכנישע טערמין צו כשר'ן פאליטישע שגץ שטיק. סאו די נאמנות טאלקינג פאונט האט פארלוירן איר נאמנות...
2) אז מישקאלץ איז באגאנגען אן אקט פון אינטימידעשאן ווייל ער האט געוויסט ער טיט די שליחות פאר (אדער געשפירט די פרעשור פון) רוב וויליאמסבורג. דאס איז די פראבלעם! א חלק ניכר פון וויליאנסבורג וועט טוהן וואס אימער צו מיטשטיין און שטיצן און פארלאנגן מ'זאל אינטימידעטאן וויקטעמס פון מאלעסטעשאן און די וואס העלפן זיי! מישקאלצע ארעסט איז די ארעסט פון די פארפוילטע רשעות'דיגע וויליאמסבורגע קולטור. מישקלאץ איז נעבעך א שעיר לעזעזל. די געמיינע חלק פון די (אדערווייז) שיינע קהלה וועט זיצן אויפן באשילדונגס באנק, נאכאמאל און נאכאמאל ביז מיר וועלן זיך ברעכן און מודה זיין לחכמי אומה"ע אז מיר זענען פארקראכן און געמאכט די נרדפים אלס רודפים און די רודפים נרדפים.
יואלישיונגערמאנטשיקזיכער האבן זיי רעכט! די חילוק איז נאר אז התאחדות גייט דאס נישט אזוי שנעל טוהן, ווייל זיי ווייסן אז רוב וועלט ווייסט אז דאס איז בלויז פאליטיק, און דאס וועט זיי פארמיאוסן ביים עולם, ווידער דער מישקאלצער האט געוויסט אז זיין שיטה איז פאפולער ביים עולם האט ער דאס יא געטוהן.

פון ווען דארפעו מיר מודה זיין לחכמי[!] אומה"ע אז מיר זענען פארקראכען, אפילו אויב מיר זענען פארקראכען.
לדעתי טאר מען סתם אזוי אזא פארשוין ווי דייטש נישט געבען קיין השגחה אהן א משגיח תמידי, ולאו דוקא מפני פרשת וועבערמאן
לדעתי בכללות קוקט מען פאלטש אויף די גאנצע נושא, די אלע פורקי עול האבין בעצם נישט קיין שום שייכות מיט מאלעסטשיען, א ווייל עס איז דא צענדליגע וואס זענען נישט אפגעפארען אף על אז זיי זענען געטשעפט געווארען, ב' עס איז דא פלענטי פון די פורקי עול וואס מען האט זיי באמת קיינמאל נישט געטשעפעט, נאר וואס דען, דאס זענען סתם פורקי עול וואס עבדא בהפקירא ניחא להו, למעשה שפירט ער ביי זיך שלעכט ליידיג, ער האט שוין אוועקגעווארפען די תורה ער האט שוין צוגעפיקסט זיינע עלטערן מיט זיינע מלמדים און מגידי שיעור, אבער ער איז נאך אלטץ אין ערגעץ נישט אנגעקומען, ער איז געבליבען דער זעלבער שטריק און ליידאק, אפילו אין די גוישע וועלט א פראסטער היפי וואס וויל סתם האבין א גאוד טיים, וועט מען נאך געוואר ווערן אז די פראבלעם איז גאר ער און נישט קיין צווייטער שרייט מען מען האט מיר מאלעסטעט, איי וואס האט כוש מיט הודו, טענו לו בחטים והודו לו בזכר קדשו, ויש להאריך בכל זה אבער כעת נאר אויף שפיץ גאפעל
נ.ב. דאס מיינט נישט אז עס איז אויכעט דא אמת געשלאגענע.
אוהב ספריםאיינערזאלט איר וויסן אז
דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.
מהיכי תיתי, לויט אונזער תורה דארף מען 2 כשר'ע עדים אויף מחייב צו זיין א מענטש, מעשיות ושמועות אדער אפילו ווען עס איז אמת אהן קיין גביית עדות בבית דין כשר בישראל האט נישט קיין שום האפט, און דער דאזיגער איז אומשולדיג [אפילו ווען ער האט דאס באמת יא געטוען]
איך האב שוין געברענגט דעם שואל ומשיב'ס ווערטער אין די אנדערע אשכול איבער וועבערמאן אז למיחש מיה בעי, און מ'דארף צו אזא איינעם נעמען א צוגאנג פון כבדהו וחשדהו.
אוהב ספרים (און אויך סאכדעס פון אייוועלט אויב ליינט ער דאס), הער מיך צו. צו שלאגן דעם מעסענדזשער פארן מעסעדזש איז א טאקטיק וואס ארבעט גאנץ פיין, אבער מ'טאר זיך נישט לאזן דערפון בשום אופן. אז מאלעסטעישאן איז א פראבלעם, און אז עס איז דא אין אונזער קאמיוניטי מאלעסטרערס און אז מ'פרובירט צו מאכן א שוויג דערפון און אז מ'אינטימידעיט איינער וואס גייט צו די אינסטאנצן איז א פאקט. אויף דעם אלעם וועט מעיד זיין די דאסקאלאוויטש קעיס וועלכע פארמאגט אלע אויבענדערמאנטע ענינים (מאלעסטעישאן, פרובירן צו פארשווייגן, אינטימידעיטאן די וויטנעס). יעצט, מיס קרויס איז אראפ פון דרך און אירע פריינד זענען פורקי עול און זיי נוצן די מעשה אלס שטעקן צו שלאגן די חרדישע קאמיוניטי, אמת. אבער דאס נעמט נישט אוועק גארנישט פון די אויבענדערמאנטע פאקטן! מאלעסטעישאן איז נאך אלץ א פראבלעם, אינטימידעיטאן די וויטנעס איז נאך אלץ א פראבלעם וכו' וכו'. מענטשן האבן עפעס אזא ני-דזשערק ריעקשאן צום מעסעדש פון מאלעסטעישאן נאר ווייל אזא מושגענער ווי נחום ראבענבערג איז דער מעסענדזשער. אבער מען טאר זיך נישט לאזן פארפירן. א פראבלעם איז א פראבלעם אפגעזען פון ווער עס פארציילט דיר איבער דעם פראבלעם. סאו הערטס ביטע אויף פארפירן אז דייטש זיכט צו האבן א חיים טובים ממילא איז ועבערמאן אומשולדיג.
יידלאוהב ספרים (און אויך סאכדעס פון אייוועלט אויב ליינט ער דאס)
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח.
געטראכט גענוי דאס. ערגעץ האבך איך שוין געזעהן נאכברענגן אראפברענגן די פערל ווערטער.
אוהב ספרים, ווען די זאלסט געלערענט ספרים און געווען אן אוהב הבריות וואלסטו מסתם סיי געהאט א מער לאגישע און מסודר'דיגע טענה און סיי ס'וואלט דיר געבליטיגט מאלעסטעשאן, נישט זיך אריינגעלאזט און א דיון אויב מאלעסטעשאן קען ברענגן צו אפלאזן אידישקייט.
יידלאוהב ספריםאיינערזאלט איר וויסן אז
דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.
מהיכי תיתי, לויט אונזער תורה דארף מען 2 כשר'ע עדים אויף מחייב צו זיין א מענטש, מעשיות ושמועות אדער אפילו ווען עס איז אמת אהן קיין גביית עדות בבית דין כשר בישראל האט נישט קיין שום האפט, און דער דאזיגער איז אומשולדיג [אפילו ווען ער האט דאס באמת יא געטוען]
איך האב שוין געברענגט דעם שואל ומשיב'ס ווערטער אין די אנדערע אשכול איבער וועבערמאן אז למיחש מיה בעי, און מ'דארף צו אזא איינעם נעמען א צוגאנג פון כבדהו וחשדהו.
און וואס פונטקליך איז די דאס די סתירה צו אינאסענט אנטיל פראווען גילטי?
יידלאוהב ספרים (און אויך סאכדעס פון אייוועלט אויב ליינט ער דאס), הער מיך צו. צו שלאגן דעם מעסענדזשער פארן מעסעדזש איז א טאקטיק וואס ארבעט גאנץ פיין, אבער מ'טאר זיך נישט לאזן דערפון בשום אופן. אז מאלעסטעישאן איז א פראבלעם, און אז עס איז דא אין אונזער קאמיוניטי מאלעסטרערס און אז מ'פרובירט צו מאכן א שוויג דערפון און אז מ'אינטימידעיט איינער וואס גייט צו די אינסטאנצן איז א פאקט. אויף דעם אלעם וועט מעיד זיין די דאסקאלאוויטש קעיס וועלכע פארמאגט אלע אויבענדערמאנטע ענינים (מאלעסטעישאן, פרובירן צו פארשווייגן, אינטימידעיטאן די וויטנעס). יעצט, מיס קרויס איז אראפ פון דרך און אירע פריינד זענען פורקי עול און זיי נוצן די מעשה אלס שטעקן צו שלאגן די חרדישע קאמיוניטי, אמת. אבער דאס נעמט נישט אוועק גארנישט פון די אויבענדערמאנטע פאקטן! מאלעסטעישאן איז נאך אלץ א פראבלעם, אינטימידעיטאן די וויטנעס איז נאך אלץ א פראבלעם וכו' וכו'. מענטשן האבן עפעס אזא ני-דזשערק ריעקשאן צום מעסעדש פון מאלעסטעישאן נאר ווייל אזא מושגענער ווי נחום ראבענבערג איז דער מעסענדזשער. אבער מען טאר זיך נישט לאזן פארפירן. א פראבלעם איז א פראבלעם אפגעזען פון ווער עס פארציילט דיר איבער דעם פראבלעם. סאו הערטס ביטע אויף פארפירן אז דייטש זיכט צו האבן א חיים טובים ממילא איז ועבערמאן אומשולדיג.
עס איז ליידער דא נאך פראבלעמען ביי כלל ישראל וואס איז לדעתי אסאך ערגער ווי מאלעסטעישען, איך זעה נישט אז די בלוטיגסט אזוי דערויף, נישט די און אויכעט נישט דיין חבר יואליש, מאלעסטעישען איז גורם אראפ צו פירען יודען פון כלל ישראל בערך אזוי ווי הונדערטער אנדערע פראבלעמען וואס עס איז דא ביי אונז.
דאס וואס פארען אף לאחרונה אין די מאסען יונגעלעך און מיידלעך אנגעהויבען פון דעם 13 יעריגען עידזש, וואס למעישה איז נאך אזאנס מן הסתם אין אונזער היסטאריע נישט געשעהן איז פיל מאל ערגער.
געדענק אייבג עס איז דא תורה ביי אידען און דאס איז דער וועג ווייזער אפילו עס שמעקט דיר נישט און נחום ראז"ב שר"י האלט אנדערשט
להוציא את דיבת בני ישראל לארץ העמים איז נישט קיין קלייניקייט, שפיל דיך נישט מיט פייער, אפגעזעהן פון אנדערע פראבלעמען אד"ג.
אוהב ספריםיידלאוהב ספריםאיינערזאלט איר וויסן אז
דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.
מהיכי תיתי, לויט אונזער תורה דארף מען 2 כשר'ע עדים אויף מחייב צו זיין א מענטש, מעשיות ושמועות אדער אפילו ווען עס איז אמת אהן קיין גביית עדות בבית דין כשר בישראל האט נישט קיין שום האפט, און דער דאזיגער איז אומשולדיג [אפילו ווען ער האט דאס באמת יא געטוען]
איך האב שוין געברענגט דעם שואל ומשיב'ס ווערטער אין די אנדערע אשכול איבער וועבערמאן אז למיחש מיה בעי, און מ'דארף צו אזא איינעם נעמען א צוגאנג פון כבדהו וחשדהו.
און וואס פונטקליך איז די דאס די סתירה צו אינאסענט אנטיל פראווען גילטי?
עם, לאמיך טראכטן... אפשר ווייל למיחש מיה בעי איז ביגמטריא 520 און אינאנסענט אנטיל פראווען גילטי איז בגימטריא פיל ווייניגער? אדער אפשר ווייל דאס איז לשון הקודש און דאס איז ענגליש? אה, ניין, פיל פשוטער. פירוש המילות: אינאנסענט אנטיל פראווען גילטי = אומשולדיג ביז שולד ווער אויפגעוויזן. למיחש מיה בעי = חושש זיין דארף מען. כבדהו וחשדהו = זיי אים מכבד אבער זיי אים חושד.
אגב, די באנוץ מיט דעם טערמין "אינאסענט וכו'" איז פארפירענד, ווייל ווי יאנקל האט אין די וועבערמאן אשכול שיין ערקלערט איז די אמעריקאנע כלל פון אינאסענט אנטיל פראווען גילטי אז ער איז נאר אינאסענט לגבי עונש אבער נישט לגבי חשד, עיי"ש ותמצא נחת.
אוהב ספריםעס איז ליידער דא נאך פראבלעמען ביי כלל ישראל וואס איז לדעתי אסאך ערגער ווי מאלעסטעישען, איך זעה נישט אז די בלוטיגסט אזוי דערויף, נישט די און אויכעט נישט דיין חבר יואליש, מאלעסטעישען איז גורם אראפ צו פירען יודען פון כלל ישראל בערך אזוי ווי הונדערטער אנדערע פראבלעמען וואס עס איז דא ביי אונז.
הייסט אז מאלעסטעישאן איז נאר א פראבלעם אויב עס איז מצליח אפצופארען מענטשן פונעם דרך? שעים אן יו.
אוהב ספרים
דאס וואס פארען אף לאחרונה אין די מאסען יונגעלעך און מיידלעך אנגעהויבען פון דעם 13 יעריגען עידזש, וואס למעישה איז נאך אזאנס מן הסתם אין אונזער היסטאריע נישט געשעהן איז פיל מאל ערגער.
קען זיין. און דערפאר? מ'מעג למשל צולאזן א פרעס טראק און וויליאמסבורג ווייל ס'דא אן ערגערער פראבלעם פון מאסן יונגלעך און מיידלעך וואס פארן אפ? דו וועסט דאך טענה'ן אז נישט. נו, וואס איז מאלעסטעישאן אנדערש?
אוהב ספרים
געדענק אייבג עס איז דא תורה ביי אידען און דאס איז דער וועג ווייזער אפילו עס שמעקט דיר נישט און נחום ראז"ב שר"י האלט אנדערשט
להוציא את דיבת בני ישראל לארץ העמים איז נישט קיין קלייניקייט, שפיל דיך נישט מיט פייער, אפגעזעהן פון אנדערע פראבלעמען אד"ג.
נאכאמאל שלאגסטו דעם משוגענער מעסענדזשער "שר"י" פאר זיין ריכטיגער מעסעדזש. אז דו ווילסט מיר ווייזן ווי די תורה נעמט זיך אן פאר מאלעסטעישאן, בי מיי געסט.
לסיום וויל איך דיר פרעגן. דו האלטסט אז להוציא דיבת בנ"י איז הארבער ווי מאלעסטעשאן? אויב יא, טוסטו פערסאניפייען די פראבעלם, דו ביזט דער פאסיגער דוגמא אויף וועם מ'קען אנווייזן: ראו מה בינינו ובין בן חמינו, ליידער ליידער.
יידלאוהב ספריםעס איז ליידער דא נאך פראבלעמען ביי כלל ישראל וואס איז לדעתי אסאך ערגער ווי מאלעסטעישען, איך זעה נישט אז די בלוטיגסט אזוי דערויף, נישט די און אויכעט נישט דיין חבר יואליש, מאלעסטעישען איז גורם אראפ צו פירען יודען פון כלל ישראל בערך אזוי ווי הונדערטער אנדערע פראבלעמען וואס עס איז דא ביי אונז.
הייסט אז מאלעסטעישאן איז נאר א פראבלעם אויב עס איז מצליח אפצופארען מענטשן פונעם דרך? שעים אן יו.
....
לסיום וויל איך דיר פרעגן. דו האלטסט אז להוציא דיבת בנ"י איז הארבער ווי מאלעסטעשאן? אויב יא,
טוסטו פערסאניפייען די פראבעלם, דו ביזט דער פאסיגער דוגמא אויף וועם מ'קען אנווייזן: ראו מה בינינו ובין בן חמינו, ליידער ליידער.
יפה דיברת, יידל!
מיר זענען נישט גאט'ס פאליציי. דאס איז נישט קיין "אידישקייט" פראבלעם. דערפאר באלאנגט עס נישט אין די הענט פון רבנים, דיינים, שוחטים אדער מוהלים. דאס איז סאסייעטי'ס פראבלעם, ס'איז א קוואליטי אוו לייף פראבלעם, ס'איז א לא תעמוד על דם רעך פראבלעם, ס'איז א לא תשים דמים בבתיך פראבלעם!
כדי צו עפענען א קעמערעל פון מענטשליכקייט אין דיין פראגראמירטע דיפענסיוו מוח: טראכט ווען ס'דרייט זיך א לוי אהרן אויף די גאסן פון וומ"ס, איינער וואס איז נחשד (איניסענט אנטיל פראווען גילטי) אין דערווערגן אן עווערידזש פון איין קינד פער שבת נאכמיטאג - וואלסטו געזאגט "קיינער גייט נישט איבערלאזן אידשיקייט לכבוד דעם, סאו לאמיר ענדערש ארבייטן אויף וויכטיגערע זאכן, ווי למשל פלאמבעס פאר פאנזשעלאז"?
אדער לאמיר אנהייבן פריער: אפשר ביסטו מסביר מצחות לשנך וואס איז די פראבלעם מיט מאלעסטעשאן?
אוהב ספריםאיך זעה מיין תגובה אויף די ווערטער איז נישט ארויף געקומען משום מה. וועל איך שרייבען נאכאמאל
איינערזאלט איר וויסן אז
דאס געדאנק פון "אומשולדיג ביז געפרוואוט שולדיג", איז א אמעריקאנער/גוי'שער אויסטרעף, און עס קען אייך אסאך קאסטן, אויבן אין הימל.
מהיכי תיתי, לויט אונזער תורה דארף מען 2 כשר'ע עדים אויף מחייב צו זיין א מענטש, מעשיות ושמועות אדער אפילו ווען עס איז אמת אהן קיין גביית עדות בבית דין כשר בישראל האט נישט קיין שום האפט, און דער דאזיגער איז אומשולדיג [אפילו ווען ער האט דאס באמת יא געטוען]
דאס איז לגבי בית דין. אבער אויב האט מען געוויסט אז איינער איז שולדיג אין א ״ווייעלענט״ קריים האט מען גאר גוט קעיר גענומען.
יואלישיונגערמאנטשיקזיכער האבן זיי רעכט! די חילוק איז נאר אז התאחדות גייט דאס נישט אזוי שנעל טוהן, ווייל זיי ווייסן אז רוב וועלט ווייסט אז דאס איז בלויז פאליטיק, און דאס וועט זיי פארמיאוסן ביים עולם, ווידער דער מישקאלצער האט געוויסט אז זיין שיטה איז פאפולער ביים עולם האט ער דאס יא געטוהן.
אבער יעדער בעל מכשיר האט זיך זיינע הלכות און זיי מעגן זיך שטעלן דערויף.
האסט דא מודה געווען צוויי זאכן.
1) די נאמנות און הלכה חלק איז פיל מאל בלויז א טעכנישע טערמין צו כשר'ן פאליטישע שגץ שטיק. סאו די נאמנות טאלקינג פאונט האט פארלוירן איר נאמנות...
2) אז מישקאלץ איז באגאנגען אן אקט פון אינטימידעשאן ווייל ער האט געוויסט ער טיט די שליחות פאר (אדער געשפירט די פרעשור פון) רוב וויליאמסבורג. דאס איז די פראבלעם! א חלק ניכר פון וויליאנסבורג וועט טוהן וואס אימער צו מיטשטיין און שטיצן און פארלאנגן מ'זאל אינטימידעטאן וויקטעמס פון מאלעסטעשאן און די וואס העלפן זיי! מישקאלצע ארעסט איז די ארעסט פון די פארפוילטע רשעות'דיגע וויליאמסבורגע קולטור. מישקלאץ איז נעבעך א שעיר לעזעזל. די געמיינע חלק פון די (אדערווייז) שיינע קהלה וועט זיצן אויפן באשילדונגס באנק, נאכאמאל און נאכאמאל ביז מיר וועלן זיך ברעכן און מודה זיין לחכמי אומה"ע אז מיר זענען פארקראכן און געמאכט די נרדפים אלס רודפים און די רודפים נרדפים.
1) דאס אז ס'זענען דא רבנים וואס זייערע פסקים האבן מיט הלכה גארנישט, נאר ס'איז בלויז פאליטיק, איז אמת, ס'האט גארנישט מיט מיין מודה זיין, דאס זעהט מען יעדן טאג. דאס האט אבער נישט קיין שייכות צו די מישקאלצע/בארי דייטש פרשה. און לאמער זיין קלאר, איך רעדט פון די לעגאלע שטאנדפונקט, וואס דאס איז געווען די רעדע די גאנצע צייט דא, לעגאל קען א בעל מכשיר אראפנעמען א הכשר ווען דער בעל מסחר האט פארלוירן זיין נאמנות.
און די זעלבע איז נאמבער 2) די פאקט אז די קאמיוניטי שטייט אונטער דיר מיינט נישט אז ער האט עם אינטימידעיטעד, אז ס'שטעלצעך ארויס אז ס'באדערט פאר בארי דייטש דאס אראפנעמען די הכשר אין די זעלבע צייט וואס ער ווערט פארשריגן אין די קאמיוניטי אויף א אנדערע אקט, אויף דעם שרייט ער אז מ'אינטימידעיט אים, אבער באמת האט די מישקאלצער געהאט א פראבלעם מיטן הכשר האט ער געטוהן וואס ער האט געהאלטן ער דארף טוהן. ווילסט מיר זאגן אז ווייל יעדער שטייט קעגן בארי דייטש מוז מען עם גיבן א הכשר, מ'טאר עס נישט אראפנעמען?
קוק א משל, ווען בארי דייטש זאל טראגן שבת מיטן עירוב, און איינער גייט עם שרייען שבת, גייט דאס אויך זיין אינטימידעישן? (שרייען שבת איז לדעתי אינטימידעישן פאר זיך, אבער נישט פון דעם וויל איך רעדן) דער שבת שרייער שרייט שבת אויף יעדן וואס טראגט, און פונקט דאס מאל איז בארי דייטש אונטער סטרעס, ער פיהלט ווי יעדער וויל אים אונטערברענגען, און יעדער וואס שרייט אויף עם אינטימידעיט אים. ווילסטו זאגן אז דאס הייסט אויך וויטנעס אינטימידעישן?
אדער לאמער טראכטן נאך טיפער, אויב זעהט מען אז א טראק מיט חזיר פלייש דעליווערט אריין טריפה פלייש אין זיין געשעפט, מעג מען שוין נישט אראפנעמען די הכשר ווייל מ'אינטימידעיט עם?
פארגעס פון די קרויס וועבערמאן פרשה, בארי דייטש האט ליגענט געזאגט ווען ער האט געזאגט אז ער האט פארקויפט זיין געשעפט, ער האט מיט דעם פארלוירן זיין נאמנות. יעצט זאגסטו, וויבאלד בארי דייטש ווערט אינטימידעיטעד דורך דעם, און פערצופאל איז ער א גאווערמענט וויטנעם אין עפעס א קעיס, טאר מען נישט אראפנעמען די הכשר?
באיפרענד פונעם אלעדז'עד ארטאדאקסישן אביוז וויקטעם זאגט אז מ'סטראשעט עם.
זעט אויס ס'דא מענטשען וואס גייט זיי נישט אן אז די בערגערס און רובין וועלען האבן פראבלעמען אדאנק זיי.
עס איז נאך נישט זיכער אז בערגערס וועלן האבען פראבלעמען, עס איז שטארק מעגליך אז נישט,
פריינדליךעס איז נאך נישט זיכער אז בערגערס וועלן האבען פראבלעמען, עס איז שטארק מעגליך אז נישט,
יא צי נישט, אנגייענדע סטראשערייען אויף דייטש, וואס העלפט סיי ווי גארנישט, ס'געט עם נאר שטאף ווייטער אנצוגיין, וועט זיי זיכער נישט העלפן.
זאגן איינער האט מיך נאכגעשריגן קאסט נישט קיין געלט. אזוי אויך קען ער זייער גרינג בעטן א חבר זאל אים אריינשיקן דעם בילד, אדער קען ער עס אליינס טון, כדי זיך צו מאכן נאך אביסל אטענשאן און נישט לאזן די פרשה אראפ גיין פון די העדליינס.
וואס איז די מצב פין די ארעסטאנטען, ווען האבען זיי אן ערשיינונג אין קארט?
@YossiGestetner: HERE We go: Brooklyn - Potential Hynes Primary Opponent Makes Orthodox Abuses Key Issue <a class="postlink" href="http://t.co/fb47a7iw">http://t.co/fb47a7iw</a>
<a class="postlink" href="http://politicker.com/2012/07/charles-hynes-has-an-opponent/">http://politicker.com/2012/07/charles-h ... -opponent/</a>
Mazel Tov!!!!! Judge ruled to dismiss the case of 3 Bergers, and the 1 who ripped down the paper in the restaurant got a fine from $500
שעפטלMazel Tov!!!!! Judge ruled to dismiss the case of 3 Bergers, and the 1 who ripped down the paper in the restaurant got a fine from $500
ב"ה פאר דעם.
זיי זאלן יעצט סוען בארי פארן פאלטש נוצן א השגחה, עס איז אומלעגאל.
און וואס טוט זיך מיט דעם רובין?
לאמיר יעצט זען וואס אלע מה יפית'ניקעס וועלן זאגן. לאמיר זען וויפיל די (אל)געמיינע פרעסע וועט דאס באריכטן, לאמיר זען די רעאקציע אויפן אנטיסעמיטישן ווי"ן ניאאיעס...
למדןאון וואס טוט זיך מיט דעם רובין?
ער וועט זיכער דארפן באצאלן, 2 מאל חי דאלאר.
ווין נויז רעדט נישט דארפון פארוואס?