☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9075

קרעקער » מיטוואך יוני 10, 2015 12:06 pm

· #281828
פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
געהערט יעצט אויף קול מבשר אז סגייט מארגען זיין א אסיפה וועגען אינטערנאט פאר ישיבה בחורים
ווער סווייסט מיז די סקולענע קליקע אנהאלטען די אסיפות ווייל סאיז זייער פרנסה, בד״וו דער סטעיק עסער פרידמאן גייט זיין טשעירמאן

געפעלט מיר ווי קול מבשר זאגט אז ביי די אסיפת הרבנים האבען די רבנים פאר אפאהר שעה אויסגעהערט מעשיות איבער די שעדליכקייט פונעם אינטערנעט...... גיי פארשטיי פארוואס איך טאר נישט הערן נחוםס האטליין סאיז די זעלבע הייסע ניאוף מעשיות

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 12:24 pm

· #281832
קרעקער
געהערט יעצט אויף קול מבשר אז סגייט מארגען זיין א אסיפה וועגען אינטערנאט פאר ישיבה בחורים
ווער סווייסט מיז די סקולענע קליקע אנהאלטען די אסיפות ווייל סאיז זייער פרנסה, בד״וו דער סטעיק עסער פרידמאן גייט זיין טשעירמאן

געפעלט מיר ווי קול מבשר זאגט אז ביי די אסיפת הרבנים האבען די רבנים פאר אפאהר שעה אויסגעהערט מעשיות איבער די שעדליכקייט פונעם אינטערנעט...... גיי פארשטיי פארוואס איך טאר נישט הערן נחוםס האטליין סאיז די זעלבע הייסע ניאוף מעשיות


איך קען א יונגערמאן וואס איז געוועהן א טענעט ביי דעם סטעיק פרעסער אויף 58 סטריט אין בארא פּארק מיט בערך 10 יאהר צוריק, ווען מ׳האט געשריבן די ליעס האט זיך שרגא אויסגענומען אז קיינער אויף די וועלט טאָר נישט וויסן אז ער owned די הויז און אז ער האט ריעל עסטעיט!, כדאי ס׳זאל נישט חלילה שאָדן מאכן זיינע געשנאָרעראַציס פון חסד לאברהם מיט האניג פונעם רבי׳ן פאר די יעניגע נדיבי לב וואס האלטן אויס דעם אויסגעפּאשעטען פרידמאן און באצאלן פאר די טעגליכע טייערע סטעיקן .....די אלע באקומען טאקע א ספּעציעלע ווארימע ברכה פונעם רבי׳ן!!!

דרך אגב כ׳האב נישט קיין שום ספק שבעולם אז דער שרגא פר״ם האט ערגעץ ווי א אפיס מיט היי ספּיד אינטערנעט און 150 אינטישעס סקרין און זיצט דארט אויף אלע שמוציגע סייטס (איך קען אים גוט שוין מעהר פון 25 יאהר!) און קוילערט זיך פאר געלעכטער פון די תמימי לב !

זייטס נישט קיין נערנים !!!

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 10, 2015 12:28 pm

· #281833
וואס עפעס בלויז פאר בחורים? כדי די אסיפה זאל זיין דיפערענט פון אלע יארן?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 10, 2015 1:06 pm

· #281837
שבת אחים: איך האב גאנץ א סאך וואס מעיר צו זיין איבער די גאנצע סקולענער הנהגה. נאר ס'איז בעסער אז מ'זאגט נישט... 🙄

נאטירליך » מיטוואך יוני 10, 2015 1:07 pm

· #281838
end of the day איז awareness נישט קיין שלעטע זאך. איי אויף די היפעקריטיע און פאלשקייט אויף דעם האבן שוין אונזערע גרויסע דענקערס פון 2000 יאר צוריק געזאגט
שאל הקב״ה לאמת השיב אמת אל יברא העולם דעולם כולו מלא שקרים.
דאס הייסט וועלן לעבען מיטן אמת מיט אויפריכטיקייט, וועט אלעמאל זיין א סתירה מיט די וועלט.

ובזה נכלל כל הטענות על העולם (סיסטע"ם בלע"ז),שסוף כל סוף זה מציאות העולם, למשל להיות מלא טענות על הכלב "וואספארא כלב ער איז" הוא מגוחך,
יש מעט אור והרבה חושך ועבודתינו לרבות האור כפי יכלתינו

ברסלבער » מיטוואך יוני 10, 2015 1:29 pm

· #281841
איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש. דאס לעצטע מאל וואס איך האב געטשעקט מיט די רמי"ם ומשגיחים פון די גרויסע ישיבות, האבן זיי מיר קלאר געשטעלט אז קיין איין בחור אין ישיבה האט נישט קיין פאון. "וואס פרעגסטו אפילו, ווייסטו דען נישט אז ווען מען כאפט א בחור מיט א פאון ווארפט מען אים גלייך ארויס פון ישיבה?" - האט זיך א חשוב'ער משגיח געווינדערט אויף מיין פראגע. ווי קומט מען יעצט רעדן צו בחורים פון סעלפאונס? גיי פארשטיי.

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 2:27 pm

· #281855
אנאנים בתפארתו !!
, מיינע אויסברויכן וועלן אָנגיין ווילאנג אזעליכע תמימי לב ווי דו און אנדערע וועלן אראפּנעמען די היט פאר שרגא פרידמאן און הרב שרגא האגער , צוויי היפּאקריטן וואס דרייען מיטן היימישן עולם כפּרות !!!

בן אדם » מיטוואך יוני 10, 2015 5:28 pm

· #281898
זאל ער צינדען מער ליכט אין ביהמ"ד.

ראש הישיבה » מיטוואך יוני 10, 2015 5:43 pm

· #281903
פונקט געטראפן איינער פון די סקולענער עסקנים ווי ער איז געגאנגן לאדענען איינער פון די ראשי הישיבות. פרעג איך אים ווער פירט עס אהן שרגא פרידמאן? זאגט ער נע די סקולענר רבי און די וויזניצער רבי!

ממש ברוך אשר נתן לנו שומרים.

וואס זאל איך טוהן אז איך גלייב אים נישט אז די צוויי רבי'ס זענען ממש געווען שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד? וואס זאל איך טוהן אז איך זעה דא מער די המשכה פון הכתרת אדמו"ר מסקולען אלץ דער רשכבה"ג ווי דער הצלת הדורות?

בן אדם » מיטוואך יוני 10, 2015 5:47 pm

· #281905
דיר האט ער שוין גערופען ?

ראש הישיבה » מיטוואך יוני 10, 2015 5:55 pm

· #281907
בן אדם
דיר האט ער שוין גערופען ?


איך האלט אז איך וואלט געווען פון די טאפ ראשי ישיבות בדורינו. וואס קען מען טוהן אז די וועלט זעהט נישט איין, און די בחורים וועלן זיך ענדערש איינשרייבן צו לערנען ביי די rookies.

בן אדם » מיטוואך יוני 10, 2015 6:04 pm

· #281909
Don't worry, ביזט נישט די איינציגסטע ר"י וועם זיי האבן נישט גערופען. זיי האבן א סקולענער ליסט ( און מסתם בארגען זיי פוןדי וויזשניטצער ליסט אויך). און די ביזט פשוט נישט אויפן ליסט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יוני 10, 2015 6:51 pm

· #281925
בעת שמעון ישראל פריעד וועט אריינריקן די בענקל, וועט שרגא פריעדמאן שטיל מאכן דעם עולם,
בעת שמואל מרדכי די רב הצעיר וועט באגריסן דעם עולם, וועט לוי יצחק זילבער מאכן סדר,
בעת די הויז בחור וועט שרייען קיין בילדער, וועט מען גאר נעמען ווידיאו,
בעת די רבי וועט רעדן, וועלן די גבאים נעמען וויכטיגע סעלפאן קאלס,
בעת די וואך וועט זיך שטופן מיט'ן כל העולם, וועט רב ביק זיצען מיט'ן סעדרעהעלי,
בעת די בחורים וועלן שטאפן קעיק, וועט סעלזער פריצייטיג אנטלויפן פון באטל.

shem-tov » מיטוואך יוני 10, 2015 7:04 pm

· #281931
בדרך אגב וואס א חילוק צווישן א סטעיק עסער מיט א סטעיק פרעסער

וויל קענען » מיטוואך יוני 10, 2015 8:44 pm

· #281944
Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
shem-tov
בדרך אגב וואס א חילוק צווישן א סטעיק עסער מיט א סטעיק פרעסער

א פר(פר״מ)

קאצקע ציקער » מיטוואך יוני 10, 2015 11:03 pm

· #281981
רויטע וואנצעס
בעת שמעון ישראל פריעד וועט אריינריקן די בענקל, וועט שרגא פריעדמאן שטיל מאכן דעם עולם,
בעת שמואל מרדכי די רב הצעיר וועט באגריסן דעם עולם, וועט לוי יצחק זילבער מאכן סדר,
בעת די הויז בחור וועט שרייען קיין בילדער, וועט מען גאר נעמען ווידיאו,
בעת די רבי וועט רעדן, וועלן די גבאים נעמען וויכטיגע סעלפאן קאלס,
בעת די וואך וועט זיך שטופן מיט'ן כל העולם, וועט רב ביק זיצען מיט'ן סעדרעהעלי,
בעת די בחורים וועלן שטאפן קעיק, וועט סעלזער פריצייטיג אנטלויפן פון באטל.

חיים מאיר מארקאוויטש האסטו פארגעסן
ער לעיבט אויף "היסטארישע" אסיפות

מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:33 am

· #282043
כינוס בחורים
היינט דאנערשטאג פרשת שלח 5:00 נאכמיטאג וועט אי"ה פארקומען א כינוס פאר בחורים אין Rockland Boulders Stadium נעבן מאנסי,
ווי עס וועט זיך צוזאמענקומען טויזענטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבער גאנץ ניו יארק און פון אלע יאגענג פון די בר מצוה ביז די חתונה,
ווי מען וועט אויפקלערן די בחורים איבער די שעדליכקייט פון טעכנעלאגיע,
מען האפט אז עס וועלן זיך באטייליגן רבנים וראשי הישיבות פון איהער גאנץ ניו יארק, ובראשם די זקני הרבנים אדמורי"ם מסקולען, ראכמעסטריווקא, וויזניץ,
עס ווערט אנגעפורט דורך די איחוד הקהילות, דאס זענען די זעלבע וואס האבן אנגעפירט די כינוס כלל ישראל פאר איבער דריי יאר צוריק.

מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:34 am

· #282044
ביזדערווייל האבן זיי נאכנישט ארויסגעגעבן די סדר היום, לאמיר ווארטן צו זען וויאזוי עס וועט זיין אויסגעשטעלט,
און ווער עס וועט יא אנטייל נעמען, און ווער נישט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:40 am

· #282045
[עריכה: שוין צאמגעשטעלט]

lazar » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:40 am

· #282046
שוין געווען א כינוס פאר מענער, א כינוס פאר פרויען, יעצט מאכט מען פאר בחורים
בלייבט נאר איבער צו פרעגן ווען גייט זיין די "כינוס הרבנים" מיוחד בלויז פאר די רבנים?

מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:53 am

· #282052
קיין שום ישיבה איז נישט שילדיג אז עס איז דא גדולי הדור וואס האבן נישט קיין ישיבה און בחורים פארוועם צו האלטן פתיחות…
עס האט נישט קיין שום פשט צו צוזאמנעמען אלע בחורים אונטער איין דאך, יעדער ראש הישיבה האט זיך זיין שפראך מיט זיינע בחורים און ער ווייסט ווי אזוי אנציווארענען זיינע תלמידים, און דאך זעט מען אז עס העלפט א רעטעך, איך זע נאך אלץ נישט די אויפטו פון מאכן א כינוס פאר בחורים,

מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:54 am

· #282054
סך הכל זע איך נאר א פראבלעם דערפון, איך וואלט קיינמאל נישט צוזאמגענומען עטליכע קרייז ישיבות צוזאמען, וואס וויל מען ס"ה אז ביים רייכערן זאל מען האבן פרישע קאמפעני? אדער די בחורים זאל פשוט עפענען א נייע וואסעפפ גראופ פון פרישע בחורים וואס מען האט זיך באקענט ביים כינוס????

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:58 am

· #282055
ווי איך האב שוין געשריבן דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9076">viewtopic.php?f=26&t=9076</a><!-- l -->
די מאכן אסיפות האט א גוטע מטרה, צו ברענגען awareness, ביי אלע שיכטן און קרייזן, זקנים עם נערים, אבער דאס מאכן ריזיגע באמבאסטישע אסיפות נאכאנאנד טוט נאר שוואכער מאכן דעם כח פון די אסיפות, וויפיל מאל קען מען נוצן דעם זעלבן קויל. וואס וועט מען טון אין 10 יאר ארום? (ה"י אויב משיח וועט נאכנישט זיין דא)

מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:04 am

· #282058
די גוטסקייט פון צוזאמנעמען פון עטליכע קרייזן איז גוט פאר די וואס קומען זיך קיינמאל נישט צוזאם ווי יונגעלייט, בעלי בתים און פרויען וואס זענען אינדערהיים אדער ביים ארבעט און עס קומט נישט אויס צו הערן דעם דבר ה' קען מען פארשטיין אז מען נעמט יעדעם צוזאם און מיט איינמאל איז מען זיך מקדש ומטהר,
אבער ביי בחורים וואס זיי זענען ממילא א גאנצן טאג צוזאמען זיי הערן שטענדיג דרשות און מען קען רעדן צו זיי ווייל זיי זענען אין ישיבה תחת גג אחד פון די ר"י און מגי"ש, וואס דארף מען זיי ברענגען מיט פרעמדע כדי צו הערן דרשות????
לויט מיין שאצונג איז נאר ווייל גדולי הדור וויפל געבן זייער ברכת קודש (אנטשולדיגט אויב איר פילט זיך פאטראפן) פאר די בחורים וואס זיי האבן קיינמאל נישט די געלעגנהייט.

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:59 pm

· #282082
[ציטאט אראפגענומען]


אסאך מאל איז שווער צו פארשטיין דיינע ווילדע אויסברוכן איבער וועם שייך. אמאל איז דער קרבן דער קאסובער רבי, אנטקעגן וועם דו האסט מכלומרשט 'בערג מיט שמוץ', און אויף למעשה קענסטו גאנישט איבערגעבן חוץ הרהורי לבך פארוואס ער האט דיך נישט גוט באהאנדלט, און אמאל איז עס א צווייטער קרבן.


@אנאנים קוקסט מיר אויס ווי קלוגער אינגערמאן אבער דאך איז אינטערעסאנט אז דו קענסט נישט די פשוטע ראוללס פון די געים! שרייבסט אז איך שיס סתם זאכן וואס איז נישט באזירט אויף גארנישט! דאגעגן די און אלע אנדערע דא שרייבן זאכן נאר מיט הארטע פראוף! למשל אין די נעכטיגע אשכול ווי דו שרייבסט אז ליבעראלן געבן נישט קיין צדקה ווען בשעת א יעדער זעקס יעריגע יונגעלע מיט ווייפיי קען דיך פראופן ראונג!

פונקט 'דו' וואס לופערט דא סחורה אין גרויסן פארלאנגט אז איך זאל קומען מיט הארטע פראוף?!

דאס איז דאך די געוואלדיגע מעלה פון א אנליין פארום און פארדעם איז עס געמאכט אז יעדער קען שרייבן מה שלבו חפץ אינטער א באהאלטענע ניק און שעירן אינפארמעישאן מיט די אנדערע און דערנאך גיי מאך אליינס ריסערדזש צו ס׳איז יש דברים בגוי, אזוי ווי די באקאנטע סלאגאן פון איינע פון די מידיע סטעישאונס "We Report, You Decide" און פונקט ווי דו מעגסט שרייבן אז דער אמשינאווער איז א גרויסע ת״ח מעג איך שרייבן אויפן קאסובער מיין מיינונג און די מוזט טאקע נישט גלייבן וואס איך שרייב און טאמער ס׳געפעלט אייך נישט פאָר ווייטער און טויש די סטעישאן! ,

חוץ מזה שרייבסט אז ס׳איז נישט באזירט אויף קיין שום מעשה ? לאמיר זאגן אז יא, און די מעשה איז אז דער צדיק האט געטוהן Xyz און איך וועל דיר דערציילן די מעשה און דערנאך גייסטו זאגן להד״ם וואס איז דעמאלס ? ס׳אז אין לדבר סוף!,

ווען האב איך געשריבן אז ער האט מיך נישט גוט באהאנדלט? איך האב דירעקט געשריבן א שיינע פאר מאהל אז ער האט אריינגעלייגט "אנדערע" מענטשען אין דער ערד אריין למשל זיין שכן אבערלענדער וואס איז געגאנגען זיצן וועגן אים, נ. ראזנבערג פון ב״פ האט ער צו גענומען מיליאנען, ש.פ. א או טי די האט ער צוגענומען זיינע קינדער פאר דריי חדשים פאריאר זומער און ער פייט נאך אלץ קעגן אים אין קאורט אז ער זאל נישט קענען זעהן זיינע פינף קינדער!, און גענוג און נאך ווייטאגליכע מעשיות ווי דער צדיק און דער זעלבסט געקרוינטער רשכבה״ג האט אפגעהארגט גאנצע משפחות און צו גענומען קליינע קינדער פון טאטעס און מאמעס און אנגעמאכט און אנגעזייט חרבנות אין אסאך ביזנעסעס און צופליקט משפחות מיט זיין גרויס חכמה ליידער,

חוץ מזה האב איך שוין געשריבן אפאר מאהל אז איך גיי שרייבן א לאנגע ארטיקל וועגן זיינע מעשים טובים און וואספארא כפוי טובה ער איז געוועהן צו זיינע שטוב מענטשען און ספעציעל צו זיין לאנג יעריגע גבאי ב.ר. און היות די אלע מעשיות זענען פריוואטע סענסעטיווע ענינים פון אנדערע מענטשען און איך בין נישט קיין באצאלטע שרייבער ליגט עס נאך דערווייל אין מיין דרעפט און עוד היום גדול ... האסט מיך געשיקט אין אישי אפאר וואכן צוריק אז דו מוזט שוין זאפארט וויסן אלע מעשיות און כ׳האב דיר גענטפערט אז ס׳וועט זיין א ארטיקל בקרוב און אויב קענסטו נישט אויסווארטן ביז דאַן וואלט איך דיר ג׳עצהט זאלסט מארגן גיין קראַצן די פוס אין א צווייטע מקוה און זוכן א בעסערע לשה״ר קרעמל און זיך נאכפרעגן וואס די מעשה מיט אבערלענדער איז געוועהן, אפשר וועסטו נאך דארט געוויואר ווערן אז ס׳איז געוועהן איין מחלוקה צווישן אדמורי"ם 173 יאהר צוריק וואס דו האסט בכלל נישט געוואוסט דערפון...

לגבי וואס דו שרייבסט אז איך האב אויסברוכן יעדען טאג אקעגן א צווייטען אגב גארנישט ווייניגער ווי דיינע אויסברוכן ווען ס׳קומט צו דיינע אגענדעס, איז עס נאר למעשה געצילט אנטעקן פובליק פיגורס וואס מאכן זייער געלט פונעם ציבור, איך האב נאך דאכצעך נישט געפירט קיין מערכות אנטקעגן קיינעם פּריוואַט, דער יעניגער פירט שוין אן יאהרן א ב״ש ארגאנזאציע פון סקעימען מענטשען מיט ברכות און ישיעות פונעם צדיק אליינס בשעת ווען זיי מאכן חוזק פון זייער אייגען רבי׳ן וואס מיינט עס נעבעך אמת׳דיג און מ׳פארקויפט אים לאקשען וועגן חסד לאברהם און מ׳שנארעט אויס ביי תמימים אידיש געלט אז שרגא פר״ם זאל קענען פרעסן סטעיק און קויפן ריעל עסטעיט!

ווען די אלע מערכות אנטעקן די אינטערנעט וואלטן געוועהן געפירט דורך א רעספעקטפול רב וואס מיינט עס אמתדיג א שטייגער ווי הרב ר׳ טובי וועטטענשטיין אדער דער וויענער רב וואלט איך געוועהן שטיל אבער אזא מגושמדיגער מענטש וואס לעבט אויף קהל׳ס חשבון שוין יאהרן און מיינט דא ריין ״זיך״ און מאכט יעדע שני ושלישי משוגע דער עולם מיט זיינע לאנגווייליגע אסיפות וואס קיינער אויסער ער בענעפירט נישט פון דעם וועל איך ווייטער אטאקירן ווילאנג עס וועט אייך אריינגיין אין אויער!,

און צו מיין אלע גיטע פריינד וואס ווילן וויסן דעם אמת אויב האט זיך געמאכט ביי אייך א ערנסטע פראבלעם ח״ו נישט קיין חילוק צו ס׳איז אין ביזנעס אדער שלום בית צו סיי וואס שטייטס אוועק פונעם קאסובער ווייל

ער איז זייער נישט סטאביל און ער קען טוישן זיין מיינונג יעדע צווייטען טאג און מ׳קען זיך נישט אויף אים פארלאזן און ועל כולם ער איז זייער inexperienced אין אסאך עריעס און די אלע זיינע שונאים איז א דירעקטע תוצאה פון מענטשען וואס ער האט שלעכט באהאנדלט ווען ער וואלט ווען געוועהן א דאקטער וואלט מען פון אים שוין לאנג צוגענומען זיין לייסענס!

יעלה ויבא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:22 pm

· #282131
Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
📎 uploadfromtaptalk1434054127137.jpg

מה הוא » דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:20 pm

· #282145
עפעס אפדעיטס פונעם מעמד?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:11 pm

· #282154
מה הוא
עפעס אפדעיטס פונעם מעמד?

בן אדם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:26 pm

· #282158
שוין, זעט אויס אז די אלא ריפארטערס דארטן זענען פשוט געבליבן שטיין פארגאפט אונטער א געוואלדיגע התרשמות דקדושה און דערווארגן זיך נישט ארויסצושיקען גארנישט...!!

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:32 pm

· #282160
שש מ׳זעט פון דיין תגובה דיינע שוואכע תירוצים צו א יעדע זאך , און דיין שוואכקייט מודה צו זיין אז דו האסט געמאכט א טעות מיט די ליבעראלן וואס געבן נישט קיין צדקה ,

איך האב מעהר גארנישט צוצולייגן מעהר ווי דעם וואס איך גיי דיר בל״נ נישט ענטפערן מעהר נאר אז דו וועסט שרייבן עפעס זאכליך , דערווייל מאלסטו מקוה וואסער אין גרויסען

ערליכער איד » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:52 pm

· #282225
אנאנים, וואס זוכסטו און קאווע שטיבל?

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 12, 2015 12:08 am

· #282229
אין אנדערע נייעס האב איך היינט געהאט גאר א געשמאקן נאכטמאל. אינמיטן איז אדורכגעפלויגן א הצלה טראק מיט יאמערליכע קולות.

שבת אחים » פרייטאג יוני 12, 2015 3:07 am

· #282245
ק/פ פון ארטיקל וואס כ׳האב געשריבן מיט א יאהר צוריק וואס איז רעלעווענט צו די אשכול:

מאכן כינוסים איז ליידער פּאַרט פון זייער דזשאב פון האלטן דעם עולם געצוימט און אויך אביסלע פּי אַר און אטענטשען פאר די אזוי גערופנע ״עסקנים״ גבאים און שוויצערס און שטייצעך שיינע גיליונת מיט פיקטשערס אין די צייטונגן און אין די כל העולם גולם ,

קיינער ליידער בענעפירט גארנישט פון די אלע לאנגווייליגע כינוסים נישט ברחניות און נישט בגשמיות און ס׳איז נישט קיין גרויסער סוד ווער ס׳שטייט אינטער דעם און וואס זייער מאטיוו איז מ׳דארף נאר צולייגן קאפ פון א קאטץ אז דא שווענדערט מען מיליאנען אין די לבנה אריין פאר גארנישט און פאר נישט און מיט דעם אלעמען לויפט דער עולם גולם אין די מאסן זיך צו באטייליגן צי דעם ״חוב קדוש״ פון שרגא פרידמאן... און נאכדעם באטילט מען נאך די רבנים ווי ״העלדן" וואס ראטווען דעם דור פון אונטערגיין אזוי ווי איינער האט לעצטענס געשריבן אין א אנדערע אשכול אז אונז האבן גאר די זכי׳ צו האבן אזא איד ווי ר' שרגא דער קאסובער און ס׳וואלט אויסגעפעלט נאך אפאר אזעליכע ״באמבעס״ ווי אים אין אונזער דור!

וויל איך טאקע פארשטיין אין די היינטיגע גאס דרייען זיך ארום הונדרעטער בחורים אפשר טויזנטער (פון במשך די לעצטע פאר יאר) אהן קיין ישיבות, עלטערין דארפן צו קוקן ווי זייערע קינדער דרייען זיך אויף די גאסן און ווערן אפגעשימלט און רוב מאהל ענדיגט זיך דאס זייער זייער נישט גיט און זיי טרעפען זיך אהן מיט נאך אנדרע לא נתקבל׳ס און אזוי פארברענגט מען די בחורישע יאהרן צומאל קען זיך עס ענדיגן מיט העווי דראג עדיקשאנס וכו׳ וכו׳ , דער יונגערמאן פין מאנסי וואס @בר כוכבא שרייבט דא איז נאר איינס פון טויזנטער עלעטערין וואס זענען ליידער עמו אנכי בצרה און מוטשענען זיך ארום מיט דעם אכשר דרא׳יגע אכזריות וואס אונזער היימישע מוסדות טוהן פאר עוורידש און שוואכערע בחורים טאג טעגליך און דערווייל זענען האלב פון די רבנים אויף דאטשע און דער אנדערער האלב מאכט זיכער אז כהנים זאלן נישט ח״ו טמא ווערן ווען זיי גייען חאלאמויד האלטן אין די נייע ניין עלעוועין מאמאוריעל פארק...

און ווען אונזער צדיק דער קאוסבער האט קאמפיינט פאר זיין קרן הבנין פון בית המדרש און מוסדות קאסוב האט ער געזאגט ברבים ביי די דרשה אז דער מאטיוו פונעם בנין איז צו העלפן בחורים ! ספעציעל שוואכערע בחורים און די מטרה איז צו עפענען א ישיבה (חוץ דער בעסמעדריש שטייצעך) אני הקטן האט געהאט די זכי׳ צי הערן די דאזיגע ״דברות קודש״ פונעם ״צדיק הדור״ אליין ווי איך האב טאקע געהאט די זכות צי באשטייערן מיט א סכום הגון צים ״הייליגן קאמפיין" וואס למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט צי זיין נאר א ״סעילס פּיטש״ ווייל קיין ישיבה האט מען שטייצעך קיינמאל נישט געבויט און קיין איין תלמיד האט ער נישט אויפגעשטעלט נישט קיין בחורים נישט קיין יונגלעך און נישט קיין מיידלעך היות די רבי איז זייער פארנומען די לעצטע פאר יאהר מיט איבערפלוסן פון שערוריות פון חשש תועלים אין די סטראבעריס און חשש חילול שבת פון האט קאפס און נאך אזעליכע ענדליכע ענינים העומדים ברומו של עולם ווי למשל ליפא׳ס קאנצערטען און עו״ז שייטלעך ועוד
איז למעשה האבן טאקע אידן חסידים ואנשי מעשה געטוהן ״רצון צדיק״ און העפליך בייגעשטייערט צום קאמפיין, דער רבי שליט״א איז ארומגעפארן אין די מרחקים און אויסגעשנארעט און צאמגעטריבן א שיינע פאר רעדלך (יא יא גיט געהערט! א שיינע פאר מעללאונס!) און מ׳האט בשעתו געקויפט א שיינע קארנער לאַט אויף 50 סטריט ביי 14 קעגן איבער דעם קלויזנבורגער הויף אויף וואס קלויזנבורג איז געוועהן ברוגז אז ער קומט צי נאנט צי זיין גלילות און ס׳קען נאך ארויס קומען גרויסע מכשולות רח״ל... אין טאקע א קורצע צייט שפעטער האט מען זיך איבערגעבעטן און די פשרה איז געועהן אז אונזער צדיק האט געפליפט דעם לאט פארן קלויזנבורגער צדיק און מהאט געמאכט א נישטיקע אכט הונדרעט טויזנעט דאללער רויח (שפילט א ראלע ביי אדמורים ? ביני ובינך מה הוא? )און דער צאנזער האט גע׳שילעמט דריי מיליאן טאללער בכסף מלא עובר לסוחר און דער קאסובער האט געהוילכט און שלום על ישראל,

נאכהער האט רבינו שליט״א געקויפט צוויי שיינע לאַטס אויף 55 סטריט אויף וואס בפקידות דעם רבין האט מען געבויעט נאר אויף איין לאַט א קליינטשיק שולכעל די סייז פון א עווריטש קארנער שול אין בארא פארק און אויפן אנדערע לאַט בויעט מען די סוכה און א גאנצע יאהר איז עס א פארקינג לאט פאר קארס און טראקס ... און קאסוב איז ענדליך אויף די מאפע !!! מ׳האט שוין אייגענע ריעל עסטעיט !!!שיין זעהן מיר אויס!!!

יעצט מיין שאלה צום אדמו״ר מיט זיינע אנהעגער וואס באטיטלן אים מיט אזעליכע שיינע הערליכע טיטלן ווי כמותו ירבו בישראל ,וואס פאר א שווארץ יאהר האט אויסגעפעלט די גאנצע פראדזשעקט פונעם קרן הבנין מיטן גאנצען טאַ ראַ ראַם ווען מהאט צום סוף געבויעט א קלייניטשיק שול אויף א האלבע לאט בשעת ווען ער האט געירשנט פון זיין טאטן א פארטיגע ביהמ״ד אויף 52 סטריט וואס ער האט ראוהיג זיך געקענט צי בויען א עקסטענשין אין ארויסבויען אביסל (דעס וואס רוב אנדערע בתי מדרשים טוהן) וואלט ער געהאט די זעלבע סייז שול וואס ער האט יעצט אן קיין קאפ וויי פון מיליאנען???

האט טאקע אזוי דרינגענד אויסגעפעלט א ״קאסובער הויף" אין בארא פארק פארוועם ??? פאר דעי 60־70 מתפללים וואס ער האט (די יעניגע וואס האבן אים דערווייל נאך נישט איבערגעלאזט) און די 100־150 מענטשען וואס קומען צום פרייטיג צו נאכטס טיש? פארוואס פאר א גיט יאהר האט עס אויסגעפעלט אין אזא שוואכע עקאנאמיע צו בויען ראביסטיוועס אין קויפן ריעל עסטעיט פאר נאך א האגער? דאס איז אונזער פּרייארעטי? ווען רוב עולם מיטשעט זיך טעגליך אויף ברויט אין מילך און מ׳שוויצט מיט טיי אווענט׳ס מן הבוקר ועד הערב בויעט זיך ״האגער ענד קא.״ ריעל עסעטיט אויף יענעמס חשבון ווען ער האט ווען קלאר געקענט בלייבן ביי זיין אלטע שול און עס וואלט אים מיט זיינע 70 מענטשען גאר נישט געפעלט???

נאר וואס דען אויף כינוסים און אויף אומזיסטיגע מוסדות׳ן דזשעלאַוועט מען געלט אין גרויסען און אויף אנדערע שטותים און הבלים וואס דינט נישט די אינטערעסן פונעם ציבור איז דא געלט און ס׳איז דא אלעס וואס מ׳דארף נאר האבן בהרחבה אבער צי העלפן אונזערע טייערע שעפעלעך די ״צאן קדושים״ קען מען רעדן צום וואנט ליידער ..

גאנצל » פרייטאג יוני 12, 2015 11:03 am

· #282293
איך הער אז די קווינס ישיבה איז נישט געווען דארט וואס איז פשט ?

lazar » פרייטאג יוני 12, 2015 12:02 pm

· #282309
זעהט אויס אז סקולענער רבי איז יונגער געווארן מיט אפאר יאר.

ירא שמים » זונטאג יוני 14, 2015 12:20 am

· #282399
פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
וועלכע ישיבות האבן זיך משתתף געווען?
און וואס איז געווען די תוכן פון די דרשות?

אבי גערעדט » זונטאג יוני 14, 2015 12:32 am

· #282405
Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
📎 uploadfromtaptalk1434256317744.jpg

קוקט אויס ווי ס'געווען א שיינער דורכפאל,

אבי גערעדט » זונטאג יוני 14, 2015 12:32 am

· #282406
Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
.

אבי גערעדט » זונטאג יוני 14, 2015 12:34 am

· #282407
Re: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
📎 uploadfromtaptalk1434256435538.jpg

אבער ווי לאנג מ'מאכט געלט... (ר' הערשל שרייבער - הנדבן)

Sent from my SM-N900P using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג יוני 14, 2015 1:08 am

· #282422


דער גרויסער עסקן שרגא פר״ם אנקומענדיג צו די מעמד מיט א גרויסע שמייכל פיין אויסגעשלאפן מיט א אויסגביגעלטע העמד און אויסגערוהט אויף עגיפטישע קאטן ,ווארשיינליך נאכן אריינריקן א סעודה כיד המלך אפּאר סטעיקן מיט פרענטש פרייעס און יעצט גייט ער מוסרן כלל ישראל....
#היפּאקראטיע איז נישט דאס ווארט

שמעקעדיג » זונטאג יוני 14, 2015 3:08 am

· #282434
[ציטאט אראפגענומען]

זייער בארינג.

פון גאנץ כלל ישראל קען מען נישט טרעפן אפאר פרישע רעדנער? ביי יעדע אסיפה מוז מען איבערהערן די זעלבע פאר חברה?