☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ.י.

העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ.י.

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9059

עולם » דינסטאג יוני 9, 2015 11:24 am

· #281571
העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ.י.
טייערע אידן הארציגע ברודער, אידן רחמנים בני רחמנים!

מיר ווענדן זיך צו אייך מיט א בקשה פון טיפן הארצן. אין די זעלבע צייט וואס איר זענט פריש און געזונט, זענען אבער פארהאן פילצאליגע אידישע קינדערליך וועלכע גייען דורך פיינפולע מיטמאכענישן און פיין. צווישן זיי זענען פארהאן אידישע קינדער, טאטעס, מאמעס, און אינגע קינדערלעך וועלכע האבן צוליב סיי וועלכע אישו - ווי ליידנדיג פון די ביטערע מחלה, קראונס, קאלייטעס, און אנדערע פראבלעמען און אומשטענדן, דארפן זיי ניצן דעם בית הכבוד מער אפטער.

עס ליגט יעצט אויפן טיש א ביל וואס האפענטליך וועט דאס ווערן א געזעץ, אז יעדע ביזנעס וואס האט א 'נאר-ארבייטער' ביה"כ וועט מוזן אריינלאזן א מענטש מיט א קאנדישאן צו ניצן דעם ביה"כ. דער פאציענט וועט מוזן ווייזן א קארטל אז ער איז בארעכטיגט צו בעטן, און די ארבייטס-פלאץ וועט מוזן האבן דריי אדער מער מענטשן וואס ארבייטן דארט, די פאבליק רעסטרום איז נישט אוועילעבל יענע מינוט, אדער האט א לאנגע ליניע, און די ארבייטערס ביה"כ איז נישט אין א פלאץ וואס קען שטעלן דעם פאציענט אין א סכנה..

די ביל וואס הייסט "קראונס און קאלייטיס יושר אקט - ‏ניו יארק סטעיט רעסטרום עקסעס אקט" אדער ווי ס'איז באקאנט ביי פולע אלס דער "עלי'ס לאו" האט זיך אנגעהויבן אין יארע 2005 למספרם, ווען א 14 יעריגע מיידעלע, עלי בעין פון אילינויס, איז געווען מיט משפחה אין א גרויסע געשעפט, זי האט געדארפט טוהן וואס זי האט געברויכט, און מ'האט איר נישט אריינגעלאזט ניצן דעם ביה"כ וואס איז דעזעגנירט געווען פאר די ארבייטער, ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט... פון דארט איז זי אהיימגעגאנגן, זיך געטוישט די בגדים און מיט איר מאמע איזנזי אריבערגעגאנגן צום לאקאלן אסעמבליפרוי‏ וואס האט איר צוגעזאגט אז זי גייט זעהן אז דאס זאל מער נישט פארסירן צו א צווייטן.

מ'האט געשריבן א נייע געזעץ, וואס איז דארטן אין אילינויס אדורך, דערנאך האט זיך דאס פארשפרייט אין נאך פערצן שטעט, אהייא, ארעגאן, וואשינגטאן, וויסקאנסאן, טענעסי, טעקסאס, מיניסאוטע, מישיגען, מעין, מעסעטשוטשעס, מערילענד, קאלאראדא, קאנטאקי און קאנעטיקאט. די לעצטע פאר יאר האט מען געארבייט עס זאל אויך ווערן א געזעץ אין ניו יארק סטעיט. עס איז צוויי מאל אדורכגעפאלן, בעיקר צוליב געוויסע ווערטער אינעם ביל.

יעצט מיט די הילף פון אפאר ארגענעזאציעס איז עס פריש ארויפגעקומען אויפן טיש, עס ליגט יעצט ביים סטעיט סענאט, וואס וועלן שטימען דערויף אום יוני דעם זיבעצענטן. די קאודס קאמיטע אין אסעמבלי קוקן עס יעצט אויך אדורך, צום האפן אז זיי וועלן צופרידן זיין און עס באשטעטיגן.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לטובה דער ארטאדאקסישער סטעיט סענאטער ר' שמחה פעלדער וואס איז א קאו-ספאנסאר פונעם ביל.

את אחי אנוכי מבקש, אלס איינער וואס ליידט דערויף, און איז שוין אפגעזאגט געווארן עטליכע מאל אין פאל פון נויט, נעמטס די מינוט און שיקט אן אימעיל צו אייער אסעמבלימעמבער און סטעיט סענאטער, בעטס זיי זיי זאלן דאס שטיצן.

אויפצוזיכן ווער אייער סענאטער איז קליקט אויף דעם לינק www.nysenate.gov/senators, אויפצוזיכן אייער אסעמלימעמבער קליקט דא assembly.state.ny.us/mem/search/, לייגט אריין אייער אדרעס, וועט אייך ארויפקומען ווער אייער ערוועלטער איז, און שרייבט עפעס אז זיי זאלן דאס שטיצן.

איך לייג דא א סעמפל וואס מ'שיקן, איר קען דאס שיקן כמו שהוא, לייגט נאר צו ווער עס ליידט, איר, איינער אין די משפחה אדער א פריינט.. (די חלק וואס איז נישט באלד דארט פארעכט).
Dear ______________

I am a voter/constituent in your district and I am asking for your support of Bill A277/S4918, which enacts the "Crohn's and Colitis Fairness Act" providing Restroom Access. This bill would allow people with medical conditions that require urgent restroom use--such as the inflammatory bowel diseases (IBD) Crohn’s disease and ulcerative colitis--to use an employee’s-only restroom when a public one is not available and it is safe for the business to do so.

In NY State there are more than 100,000 people with these debilitating diseases. I am sure you can imagine how it must feel to be denied access to a bathroom when you so desperately need one. This Bill is important to me because...
(I have IBD or am related to or friends with - whatever personal connection you wish to share).

Please support this bill and vote for it when it comes before you. If you need more information please feel free to contact the Jewish Crohn’s & Colitis Group (JCCSG) or visit <a class="postlink" href="http://jccsg.blogspot.com/2015/06/a-letter-sent-to-all-ny-assmeblymembers.html">http://jccsg.blogspot.com/2015/06/a-let ... mbers.html</a>

Thank you
,

Your name


אויב האט איר נאך א מינוט, מאכט א טעלעפאון קאול צו אייער ערוועלטן.

א הארציגען דאנק. אין דעם זכות זאלט איר און אייערע פאמיליע נישט וויסן פון קיין צער, און קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, נאר קענען לעבן געזונטערהייט אין פרידן.

דא קענט איר זעהן א בריוו וואס מיר האבן געשיקט צו אלע אסעמבלי מעמבערס און סטעיט סענאטארן

עולם » דינסטאג יוני 9, 2015 11:56 am

· #281575
ניין. זיי נישט באזארגט... מ'רעדט דא פון בית הכבוד'לעך וואס איז נישט קיין "פריוואטע". ס'ווערט באניצט ביי אסאך מענטשן, נאר נישט פארן אלגעמיינעם פאבליק, זאלן מענטשן וואס דארפן דאס וויכטיג האבן צוטריט דערצו.

וויל קענען » דינסטאג יוני 9, 2015 11:58 am

· #281576
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
מאך נישט קיין ליצנות פון יענעמס פיין
כ׳מיין אז אויב הצלה וועט אמאל דארפן דיין הויז פאר א פעשענט וואס איז אראפגעפאלן אין פארענט וואלסטו אריין געלאזט
אין כ׳מיין אז א אידיש קינד וואלט אריין געלאזט אזא איינעם אין זיין הויז אן א געזעץ פון אלבעני

עדיאל » דינסטאג יוני 9, 2015 1:15 pm

· #281584
מ'האט שוין פרובירט אן צווינגען דורך געזעץ?
אפשר זאל קראונס קאלאיטיס סאסאיטי ארויסגעבן קארטלעך מיט די בקשה אריינצולאזן?
ביי רוב מענטשן וועט דאס ארבייטן.

יאיר » דינסטאג יוני 9, 2015 1:17 pm

· #281585
אנאנים, פארהאן אזא מושג ווי כופין על מדת סדום.

בן אדם » דינסטאג יוני 9, 2015 1:26 pm

· #281587
יאיר
אנאנים, פארהאן אזא מושג ווי כופין על מדת סדום.

איך האב נישט געכאפט די joke אזוי גוט. ווייל ווער איז דער עכטער סדום, אונז אדער דער גאווערמענט ?

יאיר » דינסטאג יוני 9, 2015 1:52 pm

· #281591
סדום זענען אלע מענטשן וואס לאזן נישט גיין א פאציענט וואס ליידט פון יסורים אין זייער בית הכסא. אויף לשון הקודש רופט זיך דאס: שלי שלי ושלך שלך.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 9, 2015 2:29 pm

· #281596
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אין דעם פרט ביניך שטארק מחולק מיט דיר. אין געוויסע פעלער איז יא וויכטיג אויב ס'איז דא א געזעץ (סטעיט אדער פעדעראל) וועלכער שרייבט פאר אז מ'דארף זיך רעכענען מיט געוויסע מענטשן וועלכע האבן א געוויסע דיסעביליטי.
אלס משל וועל איך נעמען די (פעדעראלע) הענדיקעפפ'ד געזעץ וועלכע שרייבט פאר אז פיזיש באגרעניצטע מענטשן דארפן ווערן צו ערשט אריינגעלאזט אין שיפן, רעסטאראנטס און אנדערע פאבליק פלעצער, ווען ס'איז דא א גרויסע ליין און מ'דארף ווארטן א לאנגע צייט. מיט עטליכע יארן צוריק ביניך געווען אמאל חוה"מ מיט מיינע קינדער ביי די פערי שיף וועלכע פארט צו די סטעטשו אף ליבערטי. ס'איז געווען א לאנגע ליין און מ'האט געווארט כמעט א שעה ביז די שיף איז אנגעקומען.איז דארט געווען א אידיש יונגעלע וועלכער איז ל"ע געגאנגען מיט א וואקער. און נאך צוויי עלטערע מענטשן מיט ווהילטשעירס. ווען מ'האט אנגעהויבן ארויפצוגיין אויפ'ן שיף האבן די ארבעטערס צו ערשט געלאזט ארויפגיין די הענדיקעפ'ד מענטשן. און דערנאך די איבעריגע עולם...! ווען נישט די געזעץ וואלט מען זיי אוועקגעשטופט אין א זייט און ערשט געלאזט ארויפגיין צו לעצט..,!

עולם » דינסטאג יוני 9, 2015 2:31 pm

· #281597
עדיאל
מ'האט שוין פרובירט אן צווינגען דורך געזעץ?
אפשר זאל קראונס קאלאיטיס סאסאיטי ארויסגעבן קארטלעך מיט די בקשה אריינצולאזן?
ביי רוב מענטשן וועט דאס ארבייטן.

יא, איך האב אזא קארטל, וואס לעת עתה איז עס נאר א רעקעמאדעישאן אז האב מיטלייד מיט מיר און לאז מיך אריין, און איך האב שוין געהאט ביי געניג און נאך אפילו רעסטעראונטן ווי עס שטייען א סיין "קאסטומער אנלי" זאלן מיך אפזאגן (איך האב מיך אויסגעלערענט איבעראל צו קויפן א וואסער צו וואס און איך קען גיין אפילו אן פרעגן...)

איך בין שוין געווען אין דעפארטמענט סטארס ווי מ'האט מיר געזאגט אז ס'איז צובראכן... זאג נאר, סיריעסלי??? דערוילעם דארט דארף נישט???

ליידער איז נישטא קיין ברירה און מאכן געזעצן פאר אזעלכע פעלער!

יאיר » דינסטאג יוני 9, 2015 2:34 pm

· #281600
[ציטאט אראפגענומען]

די רעגירונג/געריכט איז דער גוי'אישער בית דין.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 9, 2015 2:37 pm

· #281601
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

די רעגירונג/געריכט איז דער גוי'אישער בית דין.

חוץ פון דעם. איטצא שייגעץ וואלט נאר אדורכגעפיהרט אזא געזעץ אויב ער זעהט א פאר דאללער (באקשיש אדער השגחה) דערין. ב"ה ער איז נישט אין טשארדזש... 😂 🙄

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 9, 2015 2:40 pm

· #281602
איך מיין די סיטי אף ניו יארק זאל אריין גיין אין די ביזנעס פון צושטעלן פאבליק ביה"כ פאר אן אפצאל. ס'דא א קאמפאני אין מאנהעטן וואס האט אנגעהויבן טוען אין דעם. פונקט ווי די שטאט שטעלט צו סאבוועי, פארקינג פלעצער און סיטי בייקס, קומט זיך אז אזא שטאט ווי ניו יארק זאל האבן ריינע פאבליק ביה"כ, מיט אן אפצאהל פון למשל 50 צענט אויף די אויפהאלטונג און מעינטענענס. ניו יארק איז א שטאט פון טוריסטן פון די גאנצע וועלט, אזא סערוויס האט אסאך קונים מיט פאטענצעלע פראפיטס. די עלטערע און הענדיקעפט קענען סווייפען זייער קארטל פאר אן הנחה, אדער פאר גענצליך בחינם, פונקט ווי ביי די סאבוועי.

וואס מ'דארף נאר טרעפן איז א גרויסע קארפרעישאן זאל אינוועסטאן ווי ביי די סיטי בייקס. פראבלעם איז נאר אז וועלכע קאמפאני וויל זייער נאמען אויף ביה"כ.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 9, 2015 2:47 pm

· #281607
אויב א שטאטישע אונטערנעמונג איז צו גרויס, איז דא נאך א פארשלאג. פריוואטע ביזנעסער קענען האבן אזא פאבליק ביה"כ, פונקט ווי זיי וואלטן געהאט א ווענדינג מאשין. 75 סענט פאר אן אשר יצר. די ביה"כ דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די קאודס און קען ווערן אינספעקטעט יערליך. יעדע געשעפט מיט די סערוויס קען האבן א פלעק אין די ווינדאו אז זיי זענען א חלק פונעם "NYC RESTROOM" פראגראם. די סיטי קען האבן אן עפפ מיט א מאפע פון די אלע לאקאציעס. די מעלה פון דעם איז אז די גאווערמענט דארף נישט אינוועסטין אין דעם, חוץ פון אפאר אינספעקטערס.

עולם » דינסטאג יוני 9, 2015 2:50 pm

· #281609
[ציטאט אראפגענומען]

איך אגרי מיט דעם. ח"ו זאלסט דאס מיטמאכן.

@אנאנים טייערער, זאלסט נישט וויסן וואס דאס מיינט אז אין די שווערערע מצבים ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט איז מען מיט א שרעק אז מ'זאל טרעפן א פלאץ ווי מ'זאל קענען גיין. פאר מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג רעכענט מען אויס צו ס'דא א גאז סטאנציע (נישט מער געדאכט..), צו ס'דא ערגעץ ווי מ'וועט זיך קענען אפשטעלן, אויב איינער ארבייט אין סעילס און דרייווט אסאך ממש נעמט עס אים אוועק דעם קאפ פון די פרעשער. א ביזנעס טריפ, א וואקאציע, א משפחה טריפ, אלעס דרייט זיך ארום "ווער ווייסט צו איך וועל טרעפן ערגעץ אין פאל פון נויט"

איך זאג דיר אז ס'איז ממש א לעבענס וויכטיגע אישו.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 9, 2015 2:56 pm

· #281613
רויטע וואנצעס
אויב א שטאטישע אונטערנעמונג איז צו גרויס, איז דא נאך א פארשלאג. פריוואטע ביזנעסער קענען האבן אזא פאבליק ביה"כ, פונקט ווי זיי וואלטן געהאט א ווענדינג מאשין. 75 סענט פאר אן אשר יצר. די ביה"כ דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די קאודס און קען ווערן אינספעקטעט יערליך. יעדע געשעפט מיט די סערוויס קען האבן א פלעק אין די ווינדאו אז זיי זענען א חלק פונעם "NYC RESTROOM" פראגראם. די סיטי קען האבן אן עפפ מיט א מאפע פון די אלע לאקאציעס. די מעלה פון דעם איז אז די גאווערמענט דארף נישט אינוועסטין אין דעם, חוץ פון אפאר אינספעקטערס.

רויטע וואנצעס: נאר איך מיין אז נאך א טאג פון ארומגיין אינספעקטן בית הכסא'ס, וואלט איך נישט געהאט קיין גרויס אפעטיט צו עסן סאפער... 😂

וויל קענען » דינסטאג יוני 9, 2015 3:02 pm

· #281615
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
כ׳פארשטיי נישט האט ער דען צייט צו גיין קוקען עפפ׳ס אין אנהייבן זיכן ער דארף עס ASAP
כ׳מיין אז די גאנצע דיון איז צו די רעגירונג האט א רעכט עס צו פארלאנגען און נישט צו עס איז א גיטע זאך און ווער עס האלט אז נישט איז א אנטי ליבעראלע שוטה וואס וואלט געוואלט צירייסן רוב געזעץ ביכער וואס אזא איינער–נושא דארף אן אשכול פאר זיך

petergrifin » דינסטאג יוני 9, 2015 3:04 pm

· #281616
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
איך האב געהערט אמאל אז א האטעל אדער א געשעפט, אין נ. י. סיטי ווי מען עסט אינעוויניג מוזן דיך לאזן ניצן זייער ביה"כ. אמת צו נישט?

קפה נמס » דינסטאג יוני 9, 2015 3:49 pm

· #281627
רויטע וואנצעס
אויב א שטאטישע אונטערנעמונג איז צו גרויס, איז דא נאך א פארשלאג. פריוואטע ביזנעסער קענען האבן אזא פאבליק ביה"כ, פונקט ווי זיי וואלטן געהאט א ווענדינג מאשין. 75 סענט פאר אן אשר יצר. די ביה"כ דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די קאודס און קען ווערן אינספעקטעט יערליך. יעדע געשעפט מיט די סערוויס קען האבן א פלעק אין די ווינדאו אז זיי זענען א חלק פונעם "NYC RESTROOM" פראגראם. די סיטי קען האבן אן עפפ מיט א מאפע פון די אלע לאקאציעס. די מעלה פון דעם איז אז די גאווערמענט דארף נישט אינוועסטין אין דעם, חוץ פון אפאר אינספעקטערס.

אין תל אביב האט זיך געעפנט אזא ביזנעס אפאר יאר צוריק און ס'גייט אן מיט גרויס הצלחה. ס'קאסט 3 שקל פתיחת שערים און מ'קען זיין אינעווייניג אנלימיטעד...
כ'מיין אז אין חרדי'שע געגענטער וואלט עס נישט געארבעט 😃 😛

chusid » מיטוואך יוני 10, 2015 12:27 am

· #281707
קען זיין אז געפיליש און פיילאזאפיש וואלט איך געשטוצט די געזעץ. איך וויל אבער פארשטיין טעכניש וויאזוי קען די גאווערמענט מיר צווינגען וואס צו טוען מיט מיינע זאכן?

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 12:34 am

· #281710
הרב שש
אפשר ביזטו גערעכט מיט דיין טענה , אבער וואס מיינט דעס ? און 'ליבעראליזם' ווי איבעראל גוט אויף יענעמ'ס חשבון.

אפשר זיי דיך בעסער מסביר ? משא״כ קאָנסערוואַטיווען און קאַפטיליסטן זארגן זיך שטארק פאר יענעם און פאר יושר און איקוואַליטי ? והא ראי׳ אז האלב פון די ריעל עסטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן אין אמעריקא באלאנגט פאר אינגאנצן 400 מענטשען !!! און 80 מענטשען אין די קאפיטליסטישע אמעריקע האבן מעהר געלט און פּראספערעטי ווי אלע אנדערע אכט ביליאן מענטשען אויף די וועלט !!!

קען זיין קארל מארקס איז נישט געוועהן אינגאנצן גערעכט אבער די אנדערע זייט זיכער נישט ! מיר זעט אויס אז דער אמת איז מעהר נוטה צו מאַרקסיסם און סאָציאַליזם,

עני וועי צוריק צו די טוילעטס

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 12:50 am

· #281719
[ציטאט אראפגענומען]


זיכער אזוי ! ווער רעדט פון דעמאקראטיע ? פינלאנד שוועדן דענמארק בעלגיע האלאנד קאנאדא און אסאך אנדערע זענען אלע סאָציאַליסט לענדער און האבן א גיטע עקאנאמיע, סאָציאַליזם איז נישט קיין פאָרום פון פאַסטשיסים אדער באַרבעריזאַם נאר אַ אידעאָלאָגיע!

ישראל קאפקע » מיטוואך יוני 10, 2015 1:08 am

· #281725
אריגינעלער חסיד שרייבט
כ'ווייס אז ס'סאונט אביסל חסידיש, אבער דאס גאנצער מושג פון חסד איז געבויט טאקע אויף דעם: האב אינזין א צווייטן. צדק צדק תרדוף, און לא תעמוד על דם ריעך. פונקט אזויווי איך וואלט ערווארטעט הילף ווען איך בין אין א נויטפאל. די תוצאה פון טראכטן פארקערט, פירט צו מדת סדום, צו דו ווילסט צו נישט.


ממש אויף אזוי ווייט ביז מדת סדום? מהיכא תיתא?
_____
@אנאנים,
שבת אחים האט מיר אויסגעכאפט. די אלע סאציאליסטישע לענדער האבן די העכטע לעבנס-סטאנדארטן אין דער וועלט אין כמעט יעדן מעזשורמענט.

לעבן זיי אונטער טיראניע? ניין און ניין, דא ווידעראמאל קומען זיי ארויס די העכסטע אין פרייהייט פון ווארט, פרעסע, גלייכבארעכטיגונג א.א.וו.


@שבת אחים, זינט ווען ביזטו אזא שטאלצע ליבעראל? 👍


____

@שש,
אויב ליבעראליזם איז אזא שלעכטע, שעדליכע זאך. און אזויווי אלע ערשטע וועלט לענדער זענען היינט ליבעראל/סאציאליסטיש געשטימט, איינער מער איינער א טראפקעלע ווייניגער. וועלכע סאסייעטי אין היסטאריע איז לויט דיר געווען דער אידעאלסטן, מערסט אויסגעהאלטן, און די ווייניגסטע אנגעשטעקט מיט די שעדליכע באצילן פון 'ליבעראליזם'?

ביטע רעכן אויס די גאלדענע-גליקן-אוטאפיע וואס האט דארט געהערשט אויף אלע גאסן און מארקן.

#סדום

ישראל קאפקע » מיטוואך יוני 10, 2015 1:59 am

· #281737
אמעריקע איז נישט קיין צארישע רעזשים, בכלל נישט, אבער אמעריקע איז אונטערשטעליג פון רוב אנדערע מערב וועלט לענדער וואס זענען מער סאציאליסטיש גענויגט.

אין ערציאונג, געזונט, עקאנאמיע, יוסטיץ-סיסטעם, גלייכבארעכטיגונג און נאך.

הונדערט יאר צוריק איז קיין שום לאנד נישט געווען קיין ערשטע וועלט לאנד, דעם טערמין איז פון נאך די צווייטע וועלט קריג. רוב היינטיגע מערב וועלט לענדער זענען שוין דאמאלט געווען אנטוויקלטע לענדער, אבער די לעבנס סטאנדארט איז אזויפיל געשטיגן, טאקע אדאנק די אלע ליבעראלע סאציאליסטישע פראגראמען, און די 'פארשאלטענע' יוניאן'ס ימח שמם וזכרם, אז קיין שום "אנטוויקלטע לאנד" אין 1915 וואלט נישט צוגעקומען צו די נידריגסטע דריטע וועלט לענדער היינטצוטאגס.

דאס אנאלפאבעטיזם, אומוויסהייט, שמוץ, קרענק, ארעמקייט, קארופציע, קריים איז געווען פיל ערגער ווי סיי וועלכע דריטע וועלט לאנד היינטצוטאגס. אפילו אין אזא פארגעשריטע שטאט ווי ניו יארק אדער לאנדאן.

א גוטע בוך צו ליינען וואלט געווען "א בוים וואקסט אין ברוקלין", א גאר לעבעדיגע שילדערונג איבער דאס לעבן אין וויליאמסבורג אין די אנפאנג ניינצן הונדערטער.

ישראל קאפקע » מיטוואך יוני 10, 2015 2:39 am

· #281740
<a class="postlink" href="https://nces.ed.gov/naal/lit_history.asp">https://nces.ed.gov/naal/lit_history.asp</a>
📎 Screenshot_2015-06-10-02-34-17~01.png 📎 Screenshot_2015-06-10-02-29-53~01.png

ישראל קאפקע » מיטוואך יוני 10, 2015 3:56 am

· #281748
ארעמקייט, הונגער, קריים, שמוץ און קרענק איז שווערער צו קוואנטמיזירן. ופשוט.

אויב וואלסטו נישט געווארן אזוי אנגערייצט ביים זען דאס ווארט 'שווארצע' (יא יא, זיי, די שווארצע) וואלסטו געזען אז ער רעדט סיי פון שווארצע און סיי פון די אלגעמיינע באפעלקערונג.
די סך הכל ראטע פון איינגעשריבענע 5 ביז 19 יעריגע איז געשטיגן פון 51% אין 1900 צו 75% אין 1940"



דאס דארף נישט צייגן אמעריקע'ס צוריקגעשטאנענקייט, אדרבה אמעריקע איז געווען פון די מערסט פארגעשריטענע (אונטער ענגלאנד און קאנאדע, מעגליך פראנקרייך דייטשלאנד)

ישראל קאפקע » מיטוואך יוני 10, 2015 4:23 am

· #281749
אגב, איך כאפ נישט פארוואס איך דארף ברענגען ציפערן, איך האב דאך קלאר געפרעגט גלייך אנהויב
ביטע רעכן אויס די גאלדענע-גליקן-אוטאפיע וואס האט דארט געהערשט אויף אלע גאסן און מארקן.

דאס האסטו לגמרי נישט ערפילט.
_______
@גבאים
#אפטיילן אשכול אלערט.

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 5:53 am

· #281761
[ציטאט אראפגענומען]


הרב שש , פארן אריינגיין אין פרטים פון ווי נעמסטו אז די ליבערעלס געבן נישט פאר קיינעם קיין גרינעם גרייצער ???? זאגסט א סטעיטמענט אן קיין שום דעקונג !!! נישט נאָר זיי געבן נישט קיין גרינע גרייצער נאר ס׳איז פונקט קאַפּויער פון וואס דו זאגסט ! לעצטעס יאהר האט די אידישע ביליאנער מאַרק צוקערבערג א אטיעיסט ליבעראַל געגעבן די מערסטע צדקה ! פאר איין וויואלטעטיגע ארגענזאציע אליינס האט ער געגעבן א ביליאן דאללער מיט א בי״ת! א צענטל פון זיין פארמעגן ! ווען בשעת מיט ראמני האט אוועקגעגבן רוב פון זיין צדקות במשך די יאהרן פאר די מאָרמאָן קירכע ... און אראפּגערעכענט פון שטייערן (וואס אין א נארמאלע סאסייעטי וואלט געדארפט זיין איליגעאל !) וואס איך און דו און רוב אמעריקאנער האבן נישט קיין הנאה אז אין סאן דיעגא איז דא א פּראכפולע 250 מיליאן דאללערדיגע קירכע!!!

דעס איז נאר איין משל ווילסט נאך ???

ס׳איז די גרעסטע ליגענט וואס איך האב געהערט אין א שטיק צייט !!!

קוק וויאזוי דיינע פארשאלטענע רעכטע walton family פון וואלמאַרט געבן זיך אפּ מיט זייערע ארבייטער און וויאזוי זיי שטיצן און געבן געלט און נדבות פאר אלע רעכטע פּאליטישאָנס וואס שטיצן נישט צו העכערן ח״ו די מינימום וועידזש פון בערך ניין דאללער וואס א עוורידזש וואָל מאַרט ארבייטער מאכט ! וואס אגב ס׳איז נישט מעגליך צו לעבן אויף אזא געהאלט אין אמעריקע !!! בשעת זיי זענען די רייכעסטע משפחה אויף די וועלט און שפּענדן ביליאנען אויף שטותים און הבלים! ביליאנען אויף נערישע אַרט וואס קיינער בענעפיט נישט פון דעם....

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 6:16 am

· #281764
@שבת אחים, זינט ווען ביזטו אזא שטאלצע ליבעראל?


כ׳בין אייביג געוועהן מעהר גענויגט צו לינקס און צו ליבעראליזם ! אבער ווי עלטער איך ווער און וואס מעהר כ׳האב געליינט און נאכן אביסל אריינקוקן אין דעם און שטודירן האב איך געזעהן די בילד אביסלע קלאָרער!!!

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 6:26 am

· #281765
ישראל קאפקע



_____
@אנאנים,
שבת אחים האט מיר אויסגעכאפט. די אלע סאציאליסטישע לענדער האבן די העכטע לעבנס-סטאנדארטן אין דער וועלט אין כמעט יעדן מעזשורמענט.

לעבן זיי אונטער טיראניע? ניין און ניין, דא ווידעראמאל קומען זיי ארויס די העכסטע אין פרייהייט פון ווארט, פרעסע, גלייכבארעכטיגונג א.א.

@ישראל
אמת ויציב, הלואי וואלט אמעריקא גענומען א לעקציע פון די לענדער און געטוישט אביסל פון זייערע שטייפע קאפיטליסטישע פּאליסיס אפילו נאר למחצה ולשליש....

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 6:40 am

· #281766
[ציטאט אראפגענומען]


שש איך דיסעגרי מיט א יעדע ווארט פון די תגובה , און אונז וועלן זיך נאך טעהנן וועגן דעם אין א אנדערע גלעגענהייט , כהאב ניט קיין נערווען יעצט !! 6:30 צופרי איז אביסלע צו פרי זיך אויפצורעגן ! 😈 😠 אפשר נאכן אויסטרינקן די גלעזעל קאווע וועל איך קומען צו די כוחות ! 🙂

וויל קענען » מיטוואך יוני 10, 2015 8:52 am

· #281777
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
איך זעה אז שבת זיכט שוין זיינע אחים׳לעך ער רופט שוין די יאניט׳ס צו קערנעמען
אבער כ׳וויל זיין א שואל ע״ה איך וויל פרעגן און פארשטיין ווי א גרינע אינגעל אין חדר וואס הייבט אויף די הענט און שרייט הא הא הא ...
איך וויל פארשטיין ווי ס׳קומט דא בכלל אריין די נושא פון ביג גאוועמענט און ליבעראליזעם וואס איז זייער א האקעלע נושא וואס כשם שאין פרציתיהם שוים אין דעתיהם שוים יעדער האט אנדערע גדרים און כללים און דעם אסאך מאל גענויגט לויט די אייגענע מצב און אינטערעסן
אבער יעדער פארשטייט אז אילמלא מורא מלכות איש את חבירו חיים בלעו און אז אויף גניבה וגזילה ורצוחה וכדומה דארף מען האבן געזעצן דאס איז אלעמאל געווען און כ׳האף אז יעדער פארשטייט אז פאר א מענטש מיט סעבילעטיס ער קען נישט פארדינען א גרייצער אפי׳ ער זאל וועלן און האט נישט קיין קרובים צו הילף דארף מען אויסשטעלן א סיסטעם וואס געט אים די מינימאלע זאכן וואס ער דארף נישט אויסצוגיין אויפן גאס און אין שפיטאל זאל ער אנגענומען ווערן בחינם יעצט ווען א מענטש איז אין א פקוח נפש מאמענט וואס נאר די איינער קען אים העלפן איז נישט מער ווי נארמאל אז די זאלסט אים העלפן און אז נישט ביסטו אן אכזרי פון ערשטע קלאס ולא בגדר אדם בכלל ס׳איז דא למשל א געזעץ אז איינער מיט אן emt לייסענס מוז העלפן אויב ער זעהט אז א מענטש דארף emergency הילף(כ׳בין עס נישט מדמה דארט איז עס א תנאי אין די לייסענס) באמת דארף מען ווען נישט צו דארפן א געזעץ אויף דעם אבער אז מ׳זעהט אז די עולם זענען רוצחים איז נישט דא קיין צוויי ברירות נאר צו נעמען די שטעקן די קלאפער אין די הענט אריין אין מאכן א געזעץ אויף דעם
דא רעדט מען פון א פקוח נפש שאלה וואס באמת פאר נארמאלע מענטשן דארף מען נישט מאכן א געזעץ אויף דעם נאר היות ב״ה ס׳איז דא אסאך מענטשן וואס האבן נישט קיין נאנטע וואס ליידן דערויף אין פארשטייען נישט די נחוצות הענין אזויווי די אלע אין אלבעני וואס קראצן די קאפ צו מ׳זאל מאכן די געזעץ אדער נישט אפי׳ גאנץ ליבעראלע פון זיי וואס סאדע האט זיי מורא׳דיג געשטערט דארף מען נעמען די בייטש אין די הענט אפילו ס׳גייט קעגן די שיטה הקדושה בלית ברירה

וויל קענען » מיטוואך יוני 10, 2015 9:26 am

· #281779
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
[ישראל קאפקע"]
@גבאים
#אפטיילן אשכול אלערט.[/quote]


כ׳וויל שוין לאנג וויסן צו אין אזא פאל דארף מען עס אפטיילן צו א צווייטע אשכול נישט צו פארדרייען די נושא אדער איז בעסער אז נישט ווייל אזוי ליגט די מעסיטש אויפן טיש אין פאלט נישט אראפ פונעם סדר היום
די וועלט זאגט קענסט רעדן אנטקעגן מיר אבער רעדט פון מיר

כ׳האב דאס נישט געלייגט אין אן עקסטע אשכול ווייל קודם ווארט איך אויף תשובה

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 10:19 am

· #281784
איך זעה אז שבת זיכט שוין זיינע אחים׳לעך ער רופט שוין די יאניט׳ס צו קערנעמען


אבי געהאקט ! אבי אויסגעדרייט מיינע ווערטער! איך דארף נישט קיינער זאל קעיר נעמען פון קיינעם! , קוק איבער וואס כ׳האב געשריבן:

כ׳פרעג וואס איז געשעהן מיט זיי ווען אמאלדיגע צייטן וואלט זיך דא אין אזעליכע אשכולות געטוהן אויף טישן און בענק !, לעצטענס זענען זיי אלע שטיל מעהר ווייניגער! דאס אלעס!

וויל קענען » מיטוואך יוני 10, 2015 10:22 am

· #281786
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
איים סארי כ׳צו שוין צוריק כ׳זעה אז די ביסט אויף געווען די נאכט

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 10:29 am

· #281789
איך בין גראדע פיין געשלאפן די נאכט , כ׳האב נאר ערגעץ פארלוירן מיין ווייסע שלאף קאפּל אינמיטן די נאכט... איינע פון די שטרענגע תקנות וואס איך האב בלית ברירה געמוזט אינטערשרייבן אריינצושיקן מיינע אייניקלעך אין חדר !!!ווייס איך נישט וואס צוטוהן ווייטער !, 😉

עולם » מיטוואך יוני 10, 2015 11:46 am

· #281817
צוריקצוגיין‏ צום נושא, און אביסל ענטפערן די אלע טענות, ס'נישט קיין סוד אז די גאווערנמענט מישט זיך אריין אין אסאך זאכן וואס מ'וואלט געקענט שרייען אז ס'איז פריוואט, אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, יעדע זאך קען מען אוועק מאכן, נעם א שטייגער, טעקסעס, איך צאל ווייל איך מוז, פשוט ווייל יעדער דארף אויסהאלטן די לאנד, איא? אפשר קוקן מיר די עקספענסעס??? א גרויס חלק גייט פאר מענטשן וואס ברויכן (און אפילו נישט...) צוקומען צו די רעגירונגס הילף, למעשה קומט די גאווערנמענט און זאגט מיר איך דארף אויסהאלטן די אלע מענטשן, איז דאס יושר??? ווער פרעגט זיי? איך געב מיין חלק צדקה און שוין, פארוואס טעקסטו מיך מיט דיינע נאמבערס??

איך לאך גראדע, אז די אלע וואס האבן טענות אויף א געזעץ ווען ס'איז א פריוואטע זאך, האבן געווענדליך נישט קיין טענות ווען ס'קומט צו א קאמפעני וואס זיי פארמאגן נישט.. א שטייגער, איך האב גערעדט צו אינשורענס קאמפעני'ס, ביים פרובירן צו שתדל'ן פאר די אסטאמי סופלייס ביל, האבן זיי געשריגן ס'זעלבע! ווער איז די רעגירונג זיך אריינצומישן וואס איך דארף צאלן צו נישט??? די זעלבע איז ביי פרי-עקסיסטינג קאנדישאן, וואס איך גלייב נישט אז איין שרייבער דא וואלט ווען מיטגעשטימט אז די אינשורענס קאמפעני'ס זאלן נישט באצאלן פאר איינעם וואס איז שוין קראנק געווען בעפאר, האט אבער נישט די אינשורענס קאמפעני רעכט? איז זייער טענה נישט קיין גוטע? ער מאכט מיר אינשורענס ווען ס'גייט מיר זעכער קאסטן, האלטעך נישט דערביי. אבער אונזערע טייערע שרייבערס דא (מסתמה) האלטן אז דארט איז די גאווערנמענט יא גערעכט, מ'קען נישט טוהן וואס מ'וויל... רייט?

לאמיר גיין א טריט ווייטער, איינער דא האלט אז הענדיקעפ עקסעסעבל איז א מידת סדום?? מאי שנה? ווער איז די גאווערמענט מיך איינצוטיילן אז יש חולקין כבוד להענדיקעפ?? און אזוי קען מען ארויסברענגן הונדערטע געזעצן און נארמאלע זאכן וואס אדער איז היינט נארמאל, אדער האסטו געדארפט צוקומען דערצו, האלסטו אז ס'דארף טאקע אזוי זיין...

איך וויל נאר דערמאנען... אלע וואס שטיצן גראדע יא דעם געזעץ אז עס זאל אדורכגיין זאלן ביטע אימעילן און קאלן זייערע לעגעסלאטורן. שכח

HotCoffee » מיטוואך יוני 10, 2015 2:25 pm

· #281853
Re: העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ
שבת אחים
איך בין גראדע פיין געשלאפן די נאכט , כ׳האב נאר ערגעץ פארלוירן מיין ווייסע שלאף קאפּל אינמיטן די נאכט... איינע פון די שטרענגע תקנות וואס איך האב בלית ברירה געמוזט אינטערשרייבן אריינצושיקן מיינע אייניקלעך אין חדר !!!ווייס איך נישט וואס צוטוהן ווייטער !, 😉

לעש אויס די סעקיוריטי קעמערא זיי זאלן נישט זען.

עולם » מיטוואך יוני 10, 2015 3:13 pm

· #281872
איך זעה נאר דא איין זאך, קען זיין איך האב עס נישט גוט ארויסגעברענגט. מ'רעדט נישט דא פון א פריוואטע אפיס, למשל א ריעל עסטעיט אפיס, צו אן אינשורענס אגענט, צו אפילו עמעזאן ביזנעס. מ'רעדט דא פון געשעפטן וואס פארקויפן פראדוקטן פארן פאבליק, און זיי האבן ביה"כ, וואס געווענדליך לאזן זיי נישט אריין פרעמדע. ווי עס פארשטייט זיך אליינס פאלט אינטער דעם געזעץ די געשעפטן וואס האבן "נאר קאסטומערס" שילדן...

ACCESS TO RESTROOM FACILITIES. A PLACE OF BUSINESS OPEN TO THE GENERAL PUBLIC FOR THE SALE OF GOODS OR SERVICES THAT HAS A TOILET FACILITY FOR ITS EMPLOYEES SHALL ALLOW ANY INDIVIDUAL WHO IS LAWFULLY ON THE PREMISES OF SUCH PLACE OF BUSINESS TO USE THAT TOILET FACILITY DURING NORMAL BUSINESS HOURS, EVEN IF THE PLACE OF BUSINESS DOES NOT NORMALLY MAKE THE EMPLOYEE TOILET FACILITY AVAILABLE TO THE PUBLIC

עולם » מיטוואך יוני 17, 2015 10:20 am

· #283237
ס'איז היינט אויפן סקעדזשול צו גיין פארן פולן שטימע!! (היינט איז ס'לעצטער טאג פאר זיי נעמען זייער ברעיק...)

מיר בעטן אייך! ביטע נעמט א מינוט פון אייער צייט און רופט אן אייער אסעמבלי-מעמבער און סטעיט סענאטער און בעהט זיי זיי זאלן שטימען פאר A277/S4918
איין מינוט פון אייך, קען ארויסהעלפן אריבער 600 טויזענט ניו יארקע, ליידער א היפשטער פראצענט פון אחב"י ה"י, וואס גייען אדורך זייערע שווערע צייטן אין פאל פון נויט!

אויפצוזיכן ווער אייער סענאטער איז קליקט אויף דעם לינק www.nysenate.gov/senators אויפצוזיכן אייער אסעמלימעמבער קליקט דא http://assembly.state.ny.us/mem/search/ און לייגט אריין אייער אדרעס, וועט אייך ארויפקומען ווער אייער ערוועלטער איז, און רופט אן זייער אפיס.

דער זכות זאל אייך ביישטיין איר זאלט קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו און צו קיין איינע פון די געזעצן...

עולם » מאנטאג יוני 22, 2015 11:49 am

· #284247
‎אחי ורעי

נאך איין בקשה'לע און האפענטליך בין איך פערטיג דאס יאר דערמיט...

רעדענדיג מיטן אפיס פונעם ביל ספאנסאר, אסעמבליפרוי פאולין, זאגט מיר דארטן דער לעגיסלאטיווער עססיסטענס אז זיי זענען קאנפידענט אז די ביל גייט אדורכגיין דעם אסעמבלי. ווי דער געטרייער אסעמבלימאן ‏ר' דוב הייקינד האט מיר געזאגט פרייטאג, ווען ער האט מיך גערופן, איז דאס ארויפגעברענגט געווארן, און מ'וועט שטימען דערויף די וואך. (די אסעמבלי און סענאט איז פארלענגערט געווארן).

דאך וואלט ווען נאכאלס גוט געווען אויב קען מען נאכאמאל אנרופן אייער אסעמבלימעמבער און בעטן מ'זאל שטימען דערפאר.
אזוי אויך וואלט נישט געשאדט אויב קען מען אנרופן דעם אסעמבלי ספיקער, ‏קארל העסטי, אויף 518-455-3791 און זאגן בערך דאס:
Hi my name is… I am calling to ask the Speaker to Support the Crohn's and Colitis Fairness Act, Bill number A277, It is very important for me.


וואס איז אבער יא קריטיש וויכטיג איז די סענאט!! (צוליב אנדערע אישו'ס און געשלעגערייען...) איז די ביל נאך ניטאמאל ארויפגעברענגט געווארן אויפן פלאר, טראץ די פולע בקשות פונעם ספאנסער, דער טשערמאן פון העלטה קאמיטע, קעמפ העננאן, און דער קא-ספאנסאר, דער געטרייער סטעיט סענאטער ר' שמחה פעלדער.

בעטן מיר דא אלע חבירים, ביטע נעמט א מינוט און רופט אן דעם איצטיגן ספיקער און מיאריטעט פירער פונעם סענאט, דזשאן פלעגענען, אויף 518-455-2071 און בעטס מ'זאל דאס ארויפברענגן אויפן אגענדע! פאר אים קען מען זאגן בערך אזוי:
Hi my name is… I am calling to ask the Speaker to put the Crohn's and Colitis Fairness Act, Bill number S4918 on the agenda, It is very important for me, and I support this bill.


די סענאט איז היינט טאקע נישט אין סעסיע, אבער עפענט זיך צוריק מארגן. ס'דא ממש געציילטע טעג אז דאס זאל ארויפגעברענגט ווערן און אדורכגיין, אבער מיט אונזער אחדות'דיגע כח גייט דאס אי"ה פאסירן!
אזוי ווי ער איז דער ספיקער, פארטרעט ער אונז אלע, זיי גייען אייך טאקע פרעגן אייער זיפ-קאוד, ס'איז נישט קיין פראבלעם, זאגטס וואו איר וואוינט. (זיי גייען אייך מסתמה פרעגן צו איר האט גערופן אייער לאקאלן סטעיט סענאטאר, איך האף איר האט טאקע גערופן... אפילו אויב נישט, למען השלום... וכו'...)

איך וואונטש אייך נאכאמאל איר זאלט קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, און נישט איר, נישט אייער משפחה, נישט ידידים וכו' זאלן דערצו נישט דארפן צוקומען!

עולם » מיטוואך יוני 24, 2015 4:28 pm

· #284902
און יא! ב"ה די אקט איז היינט אדורכגעגאנגן אין אסעבלי און באשטעטיגט געווארן!
עס איז אריבערגעשיקט געווארן צום סטעיט סענאט, האפענטליך וועט דאס נאך היינט דארט אדורכגיין!

בן אדם » מיטוואך יוני 24, 2015 4:38 pm

· #284904
אוי א שאד איך האב אויך נישט געסיינט...

עולם » מיטוואך יוני 24, 2015 4:42 pm

· #284906
@בן אדם קענסט נאך אנרופן פלעגענען און בעטן ער זאל דאס ארויפרוקן נאך היינט אויפן אגענדע...

בן אדם » מיטוואך יוני 24, 2015 4:45 pm

· #284907
אה כ'האב נישט באמערקט כ'האב געמיינט ס'שוין אינגאנצען אדורך.

עולם » דינסטאג יוני 30, 2015 10:51 am

· #286181
אן אפדעיט איבער דעם ביל...

גם זו לטובה!!

די נייעס איז נישט וואס מיר האבן געהאפט, אבער ס'נאך אלס פאזיטיווע...

די ביל איז אדורכגעגאנגן אין אסעמבלי פאריגע וואך מיטוואך, ווי 134 האבן געשטימט לטובת דעם ביל, און דריי דערקעגן. (איינער גראדע טענה'ט אז ס'איז א פארדריסליכע טעות פונעם קלורק, ער האט יא געשטימט לטובה) פון דארט איז עס אריבערגעשיקט געווארן צום סטעיט סענאט, צוליב דעם איבערפלוס פון בילס וואס זענען געליגן ארויפגעברענגט צו ווערן אויפן סענאט פלאר, איז דאס -צווישן אנדערע- נישט ארויפגעברענגט געווארן פאר וואלן (וואס ווען יא, זענען מיר זיכער אז דאס וואלט ווען אדורכגעגאנגן מיט א איבערוויגענדע מערהייט!), און די סענאט האט גענומען זייער יערליכע וואקאציע פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, יעצט, די סיסטעם ארבייט אז א ביל וואס איז נישט ארויפגעברענגט געווארן גייט אריבער צו די רולס קאמיטע, וואס דאס מיינט אז טאמער -פאר סיי וואספארא סיבה- די סענאט קומט נאך צוריק אין 2015 למספרם, איז דא א שאנס אז דאס זאל דעמאלטס ארויפגיין אויפן טיש. טראץ דעם וואס דאס איז נישט קיין נארמאלע ערשיינונג, און מ'קען דערויף נישט לייגן קיין האפענונג, בנוסף אפילו דעמאלטס איז ווידער א שווערע ארבייט צו זעהן אז דעמאלטס זאל מען דאס ארויפריקן, אבער אלעס איז מעגליך...

למעשה, מער רעליסטיש גערעדט, מיינט דאס אז ס'קומענדיגע מאל וואס מ'קען ארבייטן איבער דעם אקט איז קומענדיגע יאנאווער (די סענאט איז אין סעסיע צווישן יאנאווער און יוני). אבער דאס מאל איז שוין אסאך גרינגער, די עיקר שוועריקייטן איז געווען צו טרעפן ספאנסארס, קאו ספאונסערס, מאלטי ספאונסערס, באקומען שטיצע פון ערוועלטע אז זיי וועלן שטימען דערפאר, און דאס ב"ה האבן מיר, אלע ספאונסערס האבן מיר געזאגט אז זיי בלייבן. דעם העלטה קאמיטע וואס דארף אדורכגיין פאר עס ווערט בכלל ארויפגעברענגט פאר א פולע שטימע אין אסעמבלי אדער סענאט איז געבליבן ביי זייער שטיצע, און זאגן צו אז וועלן ווידער עס שטיצן אין 2016. בלייבט נאר איבער די ארבייט פון עס פריש אריינגעבן, און אריינשטיפן עס זאל ארויפגיין אויפן טיש פאר וואלן...

מיר ארבייטן בענעזאם מיט נאך אן ארגענעזאציע צו אראנדזשירן א זיצונג מיטן ספיקער פונעם אסעמבלי, קארל העסטי און אזוי אויך מיטן ספיקער פונעם סענאט פלענעגען, ווי מ'ווילן מיר זיי קלאר מאכן די וויכטיגקייט פונעם ביל, אז ס'זאל פאר זיי אויך ווערן א וויכטיגע נושא און זיי זאלן האבן א געפיל עס ארויפצוברענגן געניג פרי ווען די הייזער זענען אין סעסיע. בעיקר דארפן מיר די שטיצע פונעם סענאט פירער צוליב דעם וואס מיר האלטן אן אויג צו די סענאט וועט זיך צוריקקערן אפילו פאר גאר קורצע צייט נאך פאר יאנאווער, וואס דעמאלטס דארפן מיר שטארק צוקומען צו אים אז ער זאל דאס ממש אריינקוועטשן...

מיר ווילן זיך באדאנקן פאר די אלע וואס האבן גענומען די מיה און אנגערופן / געאימיילט זייערע ערוועלטע לעגאסלעטורן אז זיי זאלן דאס שטיצן. עס האט זעכער געהאלפן (איך האב דאס געהערט!)

בלייבט נאר איבער צו האפן אז מיר וועלן מצליח זיין ווי אמשנעלסטן! מיר גייען דאס באווייזן! טאקע נישט אזוי שנעל ווי מיר האבן געהאפט, אבער דאס גייט אדורכגיין!!!

#בהנ"ו

yatzmachp » דינסטאג יוני 30, 2015 1:28 pm

· #286219
מען דארף מאכן א געזעץ אז יעדער וואס ליידט נעבעך פון קאלייטיס מוז קויפן די זאכן. אויב ער קען עס נישט עפארדן מוזן די דריי מענטשן וואס שטייען די נאנטסטע צו אים עס באצאלן.

<a class="postlink" href="http://www.cabelas.com/product/Cleanwaste-GO-Anywhere-Portable-Toilet-Accessories/745126.uts">http://www.cabelas.com/product/Cleanwas ... 745126.uts</a>

<a class="postlink" href="http://goponcho.com">http://goponcho.com</a>

עולם » דינסטאג יוני 30, 2015 2:27 pm

· #286229