הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8896
[ציטאט אראפגענומען]
@שש, איך וואלט מיך אידענטיפיצירט מיט יעדע תגובה און יעדער ווארט וואס דו שרייבסט אין דעם אשכול חוץ פון דיין איצטיגע תמי'. וכבר ענה @ליטוואק בטוטו"ד.
הרב שך זצ"ל איז געווען -בנוסף צו אלע זיינע מעלות אין הנהגה- א גאר שטארקע רואה את הנולד. זיין מהלך אין יעדע זאך איז געווען מיט א וויזיע און השקפה אויף לעתיד. פון זיין שטאנדפונקט האט ער אנגעקוקט ליובאוויטשער רבין'ס מהלך ווי א סכנה פאר אויטענטישע תורה'דיגע אידישקייט. דאס מאכן לימוד חסידות אן עיקר בחיי יום יום, פארשפרייטן תורת חב"ד אויף א מיסטישן מיסיאנערישן אופן, לימוד הרמב"ם אויבערפלעכליך ווי ס'וואלט געווען א נחלת הכלל וכו' וכו' איז לדעתו געווען א סכנה, א תוצאה פון אן הנהגה אן מסורה. און זיין כאריזמע און צוצואינגס קראפט האט נאר שטערקער געמאכט די חששות.
איינער פון די חשוב'ע גדולים האט געבעטן פון רב שך בעת ההוא ער זאל בעסער גארנישט זאגן ווייל ער וועט ממילא גארנישט אויפטון. האט רב שך ארויסגענומען א בריוו ווי איינער פרעגט דעם רבי'ן, הלמאי דער רש"ב האט צוגעזאגט אויף א ענין אז ער וועט א טובה טון אויף יענער וועלט, און די גמרא ברענגט ריב"ז בכה ואמר לתלמידיו איני יודע באיזה דרך מוליכין אותי. פרעגט יענער צו דער רש"ב איז געווען גרעסער פון ר' יוחנן בן זכאי ?? ענטפערט אים דער רבי אז זייט ס'האט אויפגעשיינט די אור פון חסידות קענען צדיקים מער זען..! האט רב שך געפרעגט יענעם גדול: נו, קען מען שווייגן ??
לסיומא, ווען אדמו"ר מליובאוויטש נ"ע האט אויסגעהויכט זיין נשמה, איז רב שך ארומגעגאנגען געפערליך צוטראגן. פארציילט א נאנטע תלמיד אז ער האט אים געפרעגט מאי האי, האט אים רב שך געזאגט: ער לאזט דאך איבער א גרויסן עולם, זיי זענען דאך ממש אדוק אין אים, וואס וועט איצטער זיין מיט זיי.
קוק א בליק פון א מנהיג ישראל. א ריכטיגע חכם עדיף מנביא.
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
איך זעי נישט פון הרב שך, נישט ברבים און נישט באופן פרטי, די טענות וואס דו ברענגסט. הרב שך האט נישט דערמאנט לימוד החסידות אלס דער פראבלעם. עכ האט געטענה'ט נאר אז ער זאגט שטארקע דעות אויף אלס, און ס'שטאמט נישט פונ'ם תורה. אפשר האבען אנדערע מענטשען אנדערע טענות, אבער הרב שך האט נאר דאס גערעדט
די ארטיקלן איבער די בחירות פון רב טעלער, גייט אויף די סגנון צו אויפווייזן - לשיטתו - אז די אלע פריעדיגע גדולים וואס מ'איז זיך סומך צו זיך באטייליגן אויף די בחירות, זענען לגמרי נישט געווען אזוי עקסייטעט פאר די בחירות, ס'אלעס געווען מהיכי תיתי, בדיעבד שבדיעבד, ממש כאילו כפאו שד, און אסאך האבן זיך אפי' מתמרמר געווען דערויף,
פון יעדן גדול קומט ער מיט הויפנס ענעקדאטן קרישקעלעך ווי מענטשן זענען מעיד אז דער גדול האט געלאזט פאלן ווערטער וואס ווייזט אויף אז "דער חוב איז לגמרי נישט אזוי קדוש" ווי אסאך וויל איינרעדן די וועלט,
ער דעקט כמעט יעדן גדול, איינס ביי איינס, פון די גאר באקאנטע ביז נישט אזעלעכע באקאנטע, (חוץ שטייצעך די רעליגיעזע ציונים, דתי לאומי, מזרחי, וכדומה)
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
מן הסתם בעלזער רב אויך וואס האט נישט גענומען קיין קוויטלעך אין טאג פון בחירות און האט געזאגט אזא מצוה
@הרב ליטוואק בעיסט אויף דיינע תגובות ביז אהער נמצא אז ווען ס'קומט צו פארענטפערן הר' ש"ך מיט זיינע מחלוקת אדער הר' שטיינמאן מיט זיינע קרומע שיטות טוסטו די זעלבע וואס הר' טעלער טוט צו פארענפערן הר' ט"ב מסאטמאר
וואס ס'געפעלט דיר נישט ווערט שקר, וואס דו ווילסט באהאלטסטו, און נעמסט נאר אהער וואס דו ווילסט און וואס דו קענסט פארוואסערען
סאו דין דיינע אינטערעסן ווייטער געזונטערהייט און לאז יענעם דינען זייערע אינטרעסען און רעגט אייך נישט אזוי
@הר' שש פון
@איש את רעהו קענסטו נישט ברענגען קיין ראי' ווייל ער נעמט זיינע ווערטער פון די זויערע חלק פון סאטמאר וכאשר כתבתי לעיל
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
אדרבא, דו ווייז די קרומע דעות פון הרב שטיינמאן. פארוואס זאל מען דארפען פאר'ענטפערען דמיונות.
סאטמאר האט געלייגט זייער נאמען אויף 'דער בלאט', ממילא טראגען זיי אחריות דערפאר. הרב שטיינמאן האט נישט געלייגט זיין נאמען אויף די פאשקעווילען קעגען איהם, ממילא איז ער פערזענליך נישט אחראי פאר די אלע דמיונות וואס די הגה''ק'ס מיט זייער אייניקלאך לייגען אויף איהם.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך זעי נישט פון הרב שך, נישט ברבים און נישט באופן פרטי, די טענות וואס דו ברענגסט. הרב שך האט נישט דערמאנט לימוד החסידות אלס דער פראבלעם. עכ האט געטענה'ט נאר אז ער זאגט שטארקע דעות אויף אלס, און ס'שטאמט נישט פונ'ם תורה. אפשר האבען אנדערע מענטשען אנדערע טענות, אבער הרב שך האט נאר דאס גערעדט
זיין טענה אז ער פירט אן הנהגה אן מסורה האט אויסגעקלאפט אויף מער ווי זאגן פאליטישע דעות, און משיחיזם סוף ימיו. זיין עצם הנהגה איז געווען אפגעפרעגט ע"פ דעתו.
חאצקעל שניידערמן הסתם בעלזער רב אויך וואס האט נישט גענומען קיין קוויטלעך אין טאג פון בחירות און האט געזאגט אזא מצוה
וה"ה אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל וואס האט אנגעטון א ספעציעלע בעקיטשע און אליינס געגאנגען צו די בחירות.
יא, אבער דאס האט נישט דייקא מיט חסידות. דאס איז בלויז דיין השערה, ווי אויך וואס די חסידים האבען געוואלט מאכען כאילו דער גאנצע מחלוקת איז צווישען חסידים און מתנגדים. הרב שך האט קלאר געוואלט זאגען אז צו חסידות האט עס נישט. ס'האט מיט דעות לש"ש און דעות פון תורה נישט פון פרעמדע מקורות.
גאנצל@הרב ליטוואק בעיסט אויף דיינע תגובות ביז אהער נמצא אז ווען ס'קומט צו פארענטפערן הר' ש"ך מיט זיינע מחלוקת אדער הר' שטיינמאן מיט זיינע קרומע שיטות טוסטו די זעלבע וואס הר' טעלער טוט צו פארענפערן הר' ט"ב מסאטמאר
וואס ס'געפעלט דיר נישט ווערט שקר, וואס דו ווילסט באהאלטסטו, און נעמסט נאר אהער וואס דו ווילסט און וואס דו קענסט פארוואסערען
סאו דין דיינע אינטערעסן ווייטער געזונטערהייט און לאז יענעם דינען זייערע אינטרעסען און רעגט אייך נישט אזוי
ליטוואק איז בארעכטיגט צו דינען אינטערעסן ווייל ער איז א ליטוואק און א ליטוואק האט די רעכט צו זיין פארברענט מיט א חסידישע קאך אין פארטייאישקייט
אבער א חסיד האט נישט קיין רעכט דערצו
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
הצד השווה שבהן, פון אלע ענק פארטיילייט, פונקט ווי מנשה לוסטיג ועוד, אז מ'וועט זיך אייביג באציען אויפ'ן זייטיגע נקודה - דער אפשטאם, צו זיין מאמע'ס בלוסקע צו פלעינער אטאק'ס אויפ'ן מענטש. אבי נישט צורירען דער נקודה.
קיין איינס פון דיין תגובות ערהאלט נישט קיין מקור פון די 'קרומע שיטות'. קיינער פון די וואס רעדען חוצפה'דיג אויף הרב שטיינמאן קענען איהם צו האבען א ראיה פון וואס ער האט געזאגט צו געשריבען. אלס שמועות פון זייפנים און ליידיגייער'ס, און תמימותדיגע קנאים פון אמעריקא קויפען עס אפ.
מיינע ווערטער זענען אומזיסט אבער איך גיי רעדן
הארך מיר אויס הר' ליטוואק איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די ליטווישע פאליטיקס נו האסט מיר געכאפט ביים ווארט אז איך געדענק נישט גענוי וואס ס'איז געווען ביי די גרויסע פראטעסט אין א"י און ביי די פראטעסט וואס האט געדארפט פארקומען דורך די מועצת דא אין נוי יארק און ביי די פראטעסט דא היא א' חקת ווי הר' קאטלער האט געהאט א פראבלעם מיט שמעון גליק ו גייסטוך עס עניוועי פארוואסערן פארשטייט זיך אויף די שענסטע וועג סאו בלייב מיר ביי דעם די דין דיינע אינטערעסן און לאז יענעם דינען זיינע אינטערעסן
חאצקעל שניידערמן הסתם בעלזער רב אויך וואס האט נישט גענומען קיין קוויטלעך אין טאג פון בחירות און האט געזאגט אזא מצוה
ביסט סארקאסטיש?
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
יא יא, די אדמו''רים וואלט'ן געדארפט פארפירען אזוי ווי ביי רבי בונם! ביסט אויפ'ן קאפ געפאלען? וועלכע אדמו''ר וואלט געדארפט פארפירען? פארוואס זענען נאר אדמו''רים בארעכטיגט צו פארפירען? וויאזוי ווערט מען אן אדמו''ר?
אנטשולדיגט אבער דיין תגובה מאכט נישט קיין טראפ סענ''ס. ס'איז מיר שווער צו שרייבען אויפ'ן טעלעפאן, אויפ'ן קאמפיוטער וועל איל נישט אנקומען ביז מארגען, אבער איין זאך. מענטשען זענען אזוי צוגעוואוינט צו דער קארופציע פון מנהיגים/יורשים, אזש מ'זעט שוין נישט קיין חילוק צווישען דער מנהיג לש''ש ביז א רעבע פון זיין קארפארעישין. דער מרחק צווישען הרב שך און סיי וועלכע חסידישע מנהיג איז נישט אנדעריש ווי פון יעדער רעבע און דער מייסד פון זיין שלשלת.
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
איך אויךחאצקעל שניידערמן הסתם בעלזער רב אויך וואס האט נישט גענומען קיין קוויטלעך אין טאג פון בחירות און האט געזאגט אזא מצוה
ביסט סארקאסטיש?
אנטשונדיגט אבער איך ווייס נישט וואס סארקאסטיש מיינט
אנגעהויבן האט מען מיט א אשכול אויף א פריוואטער מגיד און שרייבער פון די קנאים, עס האלט שוין ביים פארשטיינערן אלע גדולי ליטא...... דער באן פארט דא א מחי'
@שש
אויך מיר א סתירה! א מנהיג ישראל וואס האלט אז איינער מיט ווילד פרעמדע השקפות אן תורה אן מסורה פירט גרויסע חלקים פון כלל ישראל אין באד אריין. און ווען זיי בלייבן פאר'יתום'ט, צובראכן, און צומישט, זארגט ער זיך ווידער פאר זיי.. דאס איז ריכטיג הנהגה. ס'קוקט מיר אויס ווי דו קוקסט אן רב שך ווי דער ברך משה מיט א פראק.
בד"וו, די מעשה האב איך געהערט פון דער שואל אליינס.
איש את רעהואנגעהויבן האט מען מיט א אשכול אויף א פריוואטער מגיד און שרייבער פון די קנאים, עס האלט שוין ביים פארשטיינערן אלע גדולי ליטא...... דער באן פארט דא א מחי'
איך האב שוין לאנג צוריק גפאקט פעק און זיך ארויס געזעקעלט פון דא
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
אבער יעצט האסטו זיך נישט געקענט איינהאלטען!
ווי אזוי ווערט מען ר"י אין במ"ג לעיקווד
קפה נמס@שש
אויך מיר א סתירה! א מנהיג ישראל וואס האלט אז איינער מיט ווילד פרעמדע השקפות אן תורה אן מסורה פירט גרויסע חלקים פון כלל ישראל אין באד אריין. און ווען זיי בלייבן פאר'יתום'ט, צובראכן, און צומישט, זארגט ער זיך ווידער פאר זיי.. דאס איז ריכטיג הנהגה. ס'קוקט מיר אויס ווי דו קוקסט אן רב שך ווי דער ברך משה מיט א פראק.
בד"וו, די מעשה האב איך געהערט פון דער שואל אליינס.
הר' ש"ך און ב"מ אדער מעגן ביידע יא אדער ביידע נישט בלויז פארדעם וואס דיר געפעלט איינעם בעסער ווי דעם צווייטן מאכט נאך נישט די נפק"מ פון די צוויי
לדעתי איז דאס די מערסט שאנד-פולע אשכול וואס איז נאר אמאל ערשינען דא אינעם שטובל, ווי מאנכע ראץ-פעסער האבן גענומען א יונגערמאן א תלמוד חכם מבהק, א בעל מידות, א ידען נפלא, אן היסטראריקער, און אים אראפגעריסען מיט האס כאחד הריקים, בלויז ווייל ער פארקויפט נישט פארן ציבור איטשע מאיר לעווינס תורות לאקשאן.
עס איז בכלל נישט קיין סוד, אפי' אין די אגודה קרייזען ווייסט מען אז דער איטשע מאיר איז געווען א זייפן און א שקרן שאין בדגמתו, ער האט מיט זיין פאסקוצווע שטיקעס אריין געשלעפט די אגודה אין כנסת המינים, בלויז אז ער זאל קענן זיצן אין די קוליציע בן בן גוריון ימ''ש, און דינען אלס שר הדתות אין דער ממשלת הכופרים. (נטאמאל צולוב געלט ווייל בן גורין ימ''ש וחביריו זענען געווען אנטיסעמיטן, זיי האבן פיינט געהאט דתים, נאך מער ווי די נאציס האבן פיינט געהאט די אידן, זיי האבן נישט געגבן קיין פריטה פאר זאכן וואס עס האט צו טאן מיט אידישקייט, די רבנים זענען אים בלויז גוט געווען צו שיקן בריוו'ן פאר די ארגענטינא רעגירונג אז זיי זאלן נישט פארדרייען קיין קאפ מיטן ציריק בעטן אייכמאנען ימ'ש)
און ווייל הגאון הצדיק רבי שש'ט שליט''א דעקט דאס אויף, ריפט ער ארויס דער צארן פון די "וואנע בי ציונים" און מען רייסט אים אראפ כאחד הריקים...... סארא חרפה.....
קאך_לעפל
עס איז בכלל נישט קיין סוד, אפי' אין די אגודה קרייזען ווייסט מען אז דער איטשע מאיר איז געווען א זייפן און א שקרן שאין בדגמתו....
דאס איז איינס פון די אינטערעסאנטסטע זיטן פון די שפראך פון די ברכיים אשר לא כרעו לבעל, "אפי' אין די אגודה קרייזן ווייסט מען" "היינט זעהט שוין יעדער איין". אין דער בלאט קומט יעדע פאר וואכן א פרישע עדיטאריעל אז "היינט זענען שוין אלע מודה..."
אינטערעסאנט, גיי צו צו א וויזניצער, בעלזער, גערער חסיד, און פרעג אים צו ער האט שוין איינגעזען אז זיינע רבי'ס האבן זיך טועה געווען און נאר דער רבי ז"ל איז געווען גערעכט...
@שש איך געב דיר גערעכט אז
@קאך איז געגאנגען זייער ווייט מיט זיינע געשרייבעכץ אבער איטשע מאיר איז געווען א רעכטער פאליטישן און געפירט זיינע אגענדעס ווי א פאליטישן מ'קען זיין ערליך מיט אלע שמונה בגדים און אויפטון גוטע זאכן און נאך אלס זיין א פאליטישן נעם משה דוד נידערמאן פאר א סעמפל א חאניאקישע יונגערמאך וואס וויינט ביים דאווענען און טוט אסאך עסקנות, הצלת מציצה בפה באה"ב לייגט ער אויך אויף זיין קאנטע און פון דענסטוועגן ווען ס'קומט צו זיינע אגענדעס פירט ער זיך ווי א פאליטישן
לאמיר שוין הערן איינע פון זיינע שטוינדיגע האר אויפשטעלנדע ליגענטס
די תגובה ווייזט א שוואכקייט
@אנאנים גראדע בין איך איינשטימיג מיט דיר אז דער טעללער האט אגענדע און וועט דרייען מיט דע היסטאריע ווי אזוי זיין ציהל טרייבט אים, אבער איך האלט אז דער איטשע מאיר איז גארנישט ווייניגער געוווען ווי אים און דיעם פרט.
איך מיין נישט דוקא איטשע מאיר נאר כמעט יעדער עסקן אין בעל דרשן ווי אזוי די וועסט אים ריפען טיען דע זעלבע זאך, פארדיעם קען איך נישט טראסטען דע אלע אזוי גרעפינע טיערס
איש את רעהואנגעהויבן האט מען מיט א אשכול אויף א פריוואטער מגיד און שרייבער פון די קנאים, עס האלט שוין ביים פארשטיינערן אלע גדולי ליטא...... דער באן פארט דא א מחי'
מ'פארשטיינערט דא נישט אלע גדולי ליטא. מ'איז נאר נושא ונותן איבער איין פערזענליכקייט וועלכער איז געווען דער אפגאט אין די ליטווישע וועלט. און ער האטזיך געריסן מיט א יעדן איינעם אין עולם הישיבות און מיט די הויפט פיהרערס פון די חסיד'ישע וועלט. לויט ווי זיין אגענדא און פערזענליכער פרעסטיזש האט געשפיעלט בשעת מעשה. סאטמאר'ע רב, ר' יואל'יש האט קיינמאל פערזענליך נישט געזאגט אזעלכע געמיינע זאכן אויף דעם ערגסטן פון זיינע קעגנערס ווי הרב ש"ך האט געזאגט אויף גאנץ חסידות בכלל און חסידות חב"ד, בפרט. און ספעציעל זיין פרובירן מבטל זיין די גדלות בתורה ובמסי"נ פון הרב לאנדא זצ"ל...און צאפן דאס בלוט פון נאך אנדערע גדולים וטובים אין עולם הישיבות. וואס זענען מיר שולדיג אז זיינע פראפאגאנדע מענטשן האבן איהם געמאכט כחד מקמאי...!
[ציטאט אראפגענומען]
בקיצור און אנדערע ווערטער אז ש"ש טעלער וואלט געבוירען אין גער וואלט ער סאך ערגערע זאכען געטיען פאר דע פארטייאישע אינטערעסען ווי איטשע מאיר
@גאנצל
איינער וואס רוב דבריו איז געשטעלט צו פארהוילן און פארדרייען די אמת, פעלט נישט אויס צו ברענגען איינציגע משלים.
ווען דו וואלסט געקענט די מציאות פון דער נאנט, און וואלסט געהערט ווי ער שילדערט פאר די בחורים מוצ"ש ווער רב שטיינמן איז וואלסטו געבראכן פאר עקל.
ער שטייגט איבער לדעתי אלע מזייפים, ווייל לויט די מאס ידיעות וואס ער האט, מוז זיין אז ער ווייסט דעם אמת, און איז במזיד מסלף.
נעם א משל די אויבנדערמאנטע מאמר ווי ער טרעפט אויס אז אלע גדולים זענען געווען עטוואס איינשטימיג מיט'ן רבי'ן. ווי ער לאזט אויס אלע קלארע עדות'ן פון אלע וואס האבן זיך טעגליך געדרייט פאר יארן לאנג ארום די גדולים און ער כאפט זיך ארויף אויף צוויפלהאפטיגע מימרות מיט שוואכע מקורות. דארפסט מער פון דעם ??
ווי איך האב שוין געשריבן ,קען מען שרייבן טעג און וואכן איז נישט ענדיגן מיט דעם יונגאטש צובראכענעם טעלער'ל זיופים אבער גאנצל-לעפל איך וועל ענק שפארן די ארבייט ווייל עס וועט אייך לייכטער זיין צו טרעפן די געציילטע אמת'ע ווערטער אין זיינע שרייבונגען/טעיפס ווי נאכגיין זיין אומצאליגע ליגענטס און זיופים כחול הים.
ווי איינער האט שוון אנגעמערקט ,וואלט מען נאך אסאך פון דעם געקענט מסביר זיין לויט די קראנקע ראציאנאל פון א סאטמארע אבער דער אופן ווי דער בזוי האט אראפגעלייגט דעם גאון וצדיק (לעפעלע איך מעג?) דער טשעבינער רב זצ''ל כאחד הריקים א פאלנער מזרחיסט ביז דער רבי ז''ל האט עם איבערגעצייגט לחזור למוטב... האט נישט קיין שום תירוץ שבעולם אפילו פון א ס''ח פערספעקטיוו. אבער דער סיבה פארוואס ער האט דאס געטוהן איז ידוע לכל ואין צורך לטחון מים.
קאך_לעפללדעתי איז דאס די מערסט שאנד-פולע אשכול וואס איז נאר אמאל ערשינען דא אינעם שטובל, ווי מאנכע ראץ-פעסער האבן גענומען א יונגערמאן א תלמוד חכם מבהק, א בעל מידות, א ידען נפלא, אן היסטראריקער, און אים אראפגעריסען מיט האס כאחד הריקים, בלויז ווייל ער פארקויפט נישט פארן ציבור איטשע מאיר לעווינס תורות לאקשאן.
עס איז בכלל נישט קיין סוד, אפי' אין די אגודה קרייזען ווייסט מען אז דער איטשע מאיר איז געווען א זייפן און א שקרן שאין בדגמתו, ער האט מיט זיין פאסקוצווע שטיקעס אריין געשלעפט די אגודה אין כנסת המינים, בלויז אז ער זאל קענן זיצן אין די קוליציע בן בן גוריון ימ''ש, און דינען אלס שר הדתות אין דער ממשלת הכופרים. (נטאמאל צולוב געלט ווייל בן גורין ימ''ש וחביריו זענען געווען אנטיסעמיטן, זיי האבן פיינט געהאט דתים, נאך מער ווי די נאציס האבן פיינט געהאט די אידן, זיי האבן נישט געגבן קיין פריטה פאר זאכן וואס עס האט צו טאן מיט אידישקייט, די רבנים זענען אים בלויז גוט געווען צו שיקן בריוו'ן פאר די ארגענטינא רעגירונג אז זיי זאלן נישט פארדרייען קיין קאפ מיטן ציריק בעטן אייכמאנען ימ'ש)
און ווייל הגאון הצדיק רבי שש'ט שליט''א דעקט דאס אויף, ריפט ער ארויס דער צארן פון די "וואנע בי ציונים" און מען רייסט אים אראפ כאחד הריקים...... סארא חרפה.....
!!!
!!!!
!!!
על קצה המזלג ברענגסטו ארויס אביסל דאס ווייטיג און פיין וואס די חברה דא ליידן ווען זיי הערן איימיצער איז מגלה דעם שקרדיגער שלייער פינעם ציונות מיט זייער פרומע בעקיטשע וואס די אגודה און מסרחי קליידעט איר אן
אגב רבינו הקוה'ט זי''ע האט געהאט אן אומהויערע הערצה צום טשעבינער רב זי''ע, דער טשיבינער רב איז געווען דער מסדר קדישין ביי רבינו הקוה''ט זי''ע בזו''ש, די חתונה איז פארגעקומען אין טשעבין תרצ''ו, דער טשערבינער רב זי''ע איז געוען א גאון וצדיק וואס מען קען גאר נישט געפונען היינט, און אזוי איז אנגענומען אין סאטמאר. ער האט געלערענט בחברותא מיטן לוחם מלחמות השם רבי עמרם בלוי זי''ע, און זינט די פרשה פון די בחירות האט רבי עמרם נישט געוואלט מער איבערטרעטן דעם שוועל פון טעשרבינער רב'ס הויז, און דער הייליגער צדיק האט דאס פארשטאנען, ער האט אבער נישט געקענט ביישטיין דער טעראר פינעם רשע וזייפן איטשע מאיר שר''י.
איי די בחירות? די אלע וואס ווייסן וואס פאר א רשע און זייפן איטשע מאיר לעווין איז געווען האבן גארנישט קיין קשיה, איטשע מאיר וואלט געקענט ארויס שלעפן א תשובה פון טשעבינער רב זי''ע אז מען מעג עסן חזיר, אזא רשע איז ער געווען.
ווען רבינו הקוה''ט זי''ע איז געווען אין מארינבאד, אינאיינעם מיטן הייליגען אמרי אמת זי''ע, האט ער זיך גאר שטארק מתווכח געווען מיט אים בנוגע דער אגודה, דער אמרי אמת זי''ע האט זיך געהאלטן פעסט ביי זיינעם אז אין פוילן מיז מען זיך אנשליסען אין די אגידה, האט רבינו הקוה''ט זי''ע אים געזאגט אז אין אונגארן זענען אלע גדולי ישראל קעגן די אגידה, און מיט וואס פאר א רעכט האט די אגידה אריין צו קומען אין אונגארן? דער היליגער אמרי אמת האט זיך פאר וויילע פארטראכט, און ער האט געגבען גערעכט פארן רבי'ן זי''ע, אז אין אונגארן האט די אגידת ישראל גארנישט פארלוירן, האט דער רבי זי'ע געבעטן אז ער זאל אים עס געבן בכתב, דער הייליגער אמרי אמת האט טאקע מסכים געווען, און ער האט אפגעשריבען א בריוו אז די אגידה האט נישט קיין רעכט, אריין צושטעלן אירע פוס אין א שטעטל ווי דער מרא דאתרא איז דערגעגען.
עס גייט אריבער א פאר וואכן אין רבינו הקוה''ט זי''ע ערהאלט א בריוו פינעם שקרן וזייפן איטשע מאיר, אז היות ער האט ארויסדערווישט א בריוו פינעם שווער דעם הייליגען אמרי אמת זי''ע בנוגע די אגידה, זאל ער שוין ציריק שיקן דעם בריוו, דער רבי זי''ע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט... רבי פייוויש דער גבאי האט געבעטן דעם רבי'ן זי''ע אז ער זאל זיך כאטש וויסענדיג מאכן, ווייל דער זייפן און שייגאץ איטש מאיר איז געווען גאר א מאכטפולער פארשוין אין פוילן, אבער דער רבי זי''ע האט זיך געהאלטן פעסט, און בשו''א נישט געוואלט אפי' ציריק שרייבען קיין איין ווארט, דער רבי זי''ע האט געטענה'עט, אז אויב דער רשע איטשע מאיר זאל נאר האבן זיין לעדערהעד, וועט ער שוין צולייגען זאכן מדעת עצמו... און ער האט בשאו''א נישט געוואלט אז דער רשע זאל האבן דער געלעגענהייט. עד כדי כך האבן ערליכע גדולי ישראל געציטערט פון דעם זייפן הדור איטשע מאיר... דער בעלזער רב זי''ע האט געריפען די אגידה... איטשע מאיר'ס אגידה...... ער איז געוען א איש מסוכן... און א זייפן איום ונורא.... ווען ער האט געזאגט אז עס איז נאכט האבן צוויי כשרע עדות געמיזט ארויסגיין קוקן צו עס איז טאקע נאכט.... ער האט געקענט מיט זיין פויליש טרייפע פיסק מטהר זיין א שרץ מיט ק''ן טעמים. ער האט איינגעפאקט קוק'ן אלף פעמים.... אזא זייפן און שקרן איז נישט געווען זינט שבתי צבי ימ''ש.....
שוין ווייטער גייסטו אין טעלער'ס וועגן און דו שרייבסט דריי ווערטער אמת און צוגעבויט א זייפן-בלאז געביידע פון הוידל בוידל. אפשר ווייסטו פארוואס דער בעלזער רב ז''ל האט עס גערופען איטשע מאיר'ס אגודה? פאר מער ליין דורך דעם ספר פאר משה (אורטנער).
[ציטאט אראפגענומען]
איך אויךשוין ווייטער גייסטו אין טעלער'ס וועגן און דו שרייבסט דריי ווערטער אמת און צוגעבויט א זייפן-בלאז געביידע פון הוידל בוידל. אפשר ווייסטו פארוואס דער בעלזער רב ז''ל האט עס גערופען איטשע מאיר'ס אגודה? פאר מער ליין דורך דעם ספר פאר משה (אורטנער).
איך האב געליינט במחיצתם פון ח''כ אברהם ראוויץ איז דאס גענוג פאר דיר?
נעעעע אן אגודיסט א זייפן ?? חלילה נאר די קנאים מעג מען באשמוצען
מען האט דען איינגענארט די בעלזע רב און נאך גרויסע?? עעע סקעניש זיין
די גרעסטע לוחמים קעגן די אגידה זענען געווען די בעלזא חסידים, סאטמר האט זיך נישט געוואגט צו ארויסגיין אזוי שארף קעגן די אגודה ווי בעלזא, אבער דער כיטרער רשע איטשע מאיר האט באוויזען צו לייגן זיין טמאנעם האנט אויפן הייליגן בעלזער רב זי''ע דער קדוש ישראל, וואס האט פארטינקעלט דער זון מיט זיין גרויס קדישה וצדקות.... ועל זה דוה לבינו........ ווי דער הייליגער בעלזער חסידות איז אריין געפאלן אינעם שמאלץ טאפ פין מינות ואפיקורסות רח''ל אלעס א דאנק דעם פוילישען זייפן איטשע מאיר ........
אן אמתער חסיד פינעם מלאך אלוקים און קדוש ד' די צדיק פון בעלז דארף באוויינען וואס די אגודה האט נעבעך געמאכט פאר דעם איש קדוש
נעבעך לעפעל איך האב באמת ובתמים רחמנות אויף דיר ,רפו''ש בקרוב.
איך אויךנעבעך לעפעל איך האב באמת ובתמים רחמנות אויף דיר ,רפו''ש בקרוב.
אמן, ואמן והמתברך יתברך בכפלי כפליים, וכל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר נענה תחילה, וליל טוב. ויה''ר שנזכה לקבל את התורה באהבה וביראה, בחדוותא עילאה, אמן ואמן
ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געוווען מיט אפיקורסים? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! אצינד קען איך מיך גיין לייגען!
קאך_לעפלעד כדי כך האבן ערליכע גדולי ישראל געציטערט פון דעם זייפן הדור איטשע מאיר... דער בעלזער רב זי''ע האט געריפען די אגידה... איטשע מאיר'ס אגידה...... ער איז געוען א איש מסוכן... און א זייפן איום ונורא......
דיין תגובה איז נישט ווערד קיין התייחסות. אבער די אויבנדערמאנטע מימרא פון בעלזער רב ז"ל איז א טיפיקעל דוגמא פון די סילופים וכזבים הנזכרים לעיל..
עס איז געווען צוויי רשימות וואס זענען געלאפן ביי די בחירות באותו זמן מיט די נאמען אגודת ישראל. בעלזער רב זצ"ל האט מראה מקום געווען אז מ'זאל וועלן פאר איטשע מאיר'ס אגודה, מען זאל זיך נישט טועה זיין מיט פועלי אגודת ישראל.
נישטא ווער עס זאל לאכען.......
ס'קען איינער זאגען פונקט וואס האט מען אפגענארט דער בעלזער רב? וואס פארא שקר האט מען איהם געזאגט אז ער האט מסכים געווען צו טרעטען אויף אן אפענער איסור אין תורה, א יהרג ואל יעבור? מ'רעדט און מ'רעדט פון אפנער'ן אבער קיינער קען מען נישט זאגען וועלכע שקר מ'האט איהם געזאגט! דער בעלזער רב איז לכו"ע נישט געווען קיין נער, מ'האט זיכער א געזונטע שטיקל דא אפגעטוהן, ניין?
און דער בעלזער רב'ס התנגדות צום אגודה, אפילו אינדערהיים, איז גארנישט אזוי באשטעטיגט. יא, זיין טאטע איז געווען קעגען לויט יענער אומשטענדען, אבער זיין זוהן האט גארנישט געזאגט קעגען, און די אומשטענדען אין א"י איז אזוי ווייט פון פוילין, אז דער צושטעל פון ביידע זייטעו, די תומכים און די מתנגדים שטימט נישט.
וועגען איטשע מאיר איז אם אינטרעסאנטע זאך. איך קען עסקנים פון דער נאנט און איך בין גאנצליך נישט נתפעל. אבער ביי איטשע מאיר ווערט א גאנצע טאראראם. אדער איז ער א חכם מכל אדם א תלמיד חכם שאין כמוהו און א משונה'דיגע ערליכע צדיק וכו' וכו' וכו', אדעק איז ער פון די ערגסטע זייפנים ושקרנים וואס איז נאר מעגליך. ס'איז נישט מעגליך אז ער איז געווען א פלעינע עסקן, געליינט דער דעת תורה אין צייטונג און געטוהן פאר'ן אידישע געזעלשאפט וואס ס'האט גענויט, טאקע פונקט ווי הרב משה דוד נידערמאן וכדו', נישט מער און נישט ווייניגער? Try that one on for size
וועגן בעלזאער רב'ס מיינונג בנוגע בחירות
האב איך שוין דא געשריבןקפה נמס@גאנצל
איינער וואס רוב דבריו איז געשטעלט צו פארהוילן און פארדרייען די אמת, פעלט נישט אויס צו ברענגען איינציגע משלים.
ווען דו וואלסט געקענט די מציאות פון דער נאנט, און וואלסט געהערט ווי ער שילדערט פאר די בחורים מוצ"ש ווער רב שטיינמן איז וואלסטו געבראכן פאר עקל.
ער שטייגט איבער לדעתי אלע מזייפים, ווייל לויט די מאס ידיעות וואס ער האט, מוז זיין אז ער ווייסט דעם אמת, און איז במזיד מסלף.
נעם א משל די אויבנדערמאנטע מאמר ווי ער טרעפט אויס אז אלע גדולים זענען געווען עטוואס איינשטימיג מיט'ן רבי'ן. ווי ער לאזט אויס אלע קלארע עדות'ן פון אלע וואס האבן זיך טעגליך געדרייט פאר יארן לאנג ארום די גדולים און ער כאפט זיך ארויף אויף צוויפלהאפטיגע מימרות מיט שוואכע מקורות. דארפסט מער פון דעם ??
גענטפערט ווי א סאטמארער........ מ'דארף נישט אויפווייזן
הער מיך אויס דער הר' טעלער ברענגט מעשה'ס און מאמרים פון מענטשען מיט נעמען אז דו קענסט עס אפווענדן איז גוט אז נישט איז עס יור פראבלעם
[ציטאט אראפגענומען]
איך שרייב נישט דא כמעט אבער איך דריי זיך אסאך, דאס איז וואס מיר באדערט פון קאווע שטיבל, איעדעס מאל וואס די סאטמארע נושא קומט ארויף (און עס קומט
אסאך ארויף) איז אויב ביזטו קעגן סאטמאר ביזטו וועלקאם צו שרייבן וואספארא שטותים/שקרנות און קללות קעגן סאטמאר איר ווילט, די מינוט וואס איינער קומט זאגן די אנדערע זייט הייבט זיך אן א גאנצע מערכה ״גיי קיין צימעס״ אדער ״שמאל קעפיגער סיקריק״ וכו׳ וכו׳, העלאו??? הזאת קאווע שטיבל? קען מען טאקע מער נישט האבן א נארמאלע ארגומענט דא?
לעניננו: ליינט דורך דעם אשכול וועט איר זען אז
קיינער האט נישט געברענגט קיין שום באווייזן צו בארעכטיגן זיין זייט, פארוואס זאל דאס זיין אזוי? מיר לעבן היינט אין די ״אינפארמעישן עידזש״ וואו כמעט אלעס איז אוועילעבל אנליין, פארוואס זאל זיך קיינער נישט מיען צו פירן א נארמאלע אינטעליגענטע שמועס אן קיין העיט?
איך דריי זיך שוין דא פונעם טאג וואס קאווע שטיבל האט זיך געעפנט און איך מוז אייך זאגן אז די קוואליטי דא האט געדראפט צו למעטה מעשרה טפחים, א ״healthy argument " איז ״די״ סיבה פארוואס קאווע שטיבל איז געגרינדעט געווארן, פארוואס זיך נישט האלטן דערצו עכ״פ למחצה לשליש או לרביע?
אגב נאטינג פערסאנעל קעגן רב אנאנים, איך האלט איר זענט א גוטער שרייבער, עס איז פשוט די ענווייראמענט דא איז פאר׳סם׳ט
כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?
שמעקעדיגכ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?
איר מיינט ׳דער בלאט׳??
אנאנים: האלאו. דו ביסט דאהי. שוין לאנג נישט געהערט פון דיר...!
אדורכבלעטערנדיג האביך באמערקט דיין תגובה פון מאי 21. 11:26 ביינאכט. (בערך) דו ברענגסט אן אויסצוג פון דעם שטירמער שרייבער וועלכער הייסט קאך לעפל. (א חוצפה אנצורופן ר' איטשע מאיר לעווין שייגעץ און אנדערע כינויים של גנאי.(
דו האסט אבער פארגעסן מוסיף צו זיין דאס ווארט.בעיבי. איך ווייס נישט אויב יוליוס שטרייכער ימח שמו (א קאלעגע פונ'ם קאך לעפל) איז געווען אזא בעיבי ווי די בהמות זענען... 🙄