הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8896
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
ווי עלטער מ'ווערט לערנט מען נייע זאכן. היינט ביסטו דאס געוואויר געווארן.
און ווי יונגער מ'ווערט אלס מער שטתים גלייבט מען
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
לאקי'לי, ווערט מען נישט יונגער
יאסל ראקאווער@יידל האט צענומען די שרייבערע פון טעללער אין די אוצרות אויף קליין געלט, און א תגובה וואס איך האב שוין איבער געליינט במשך הימים עטליכע מאל. בוקמארק די תגובה און ליינט עס איבער ווילאנג אלע ענקערע שאלות אויף טעללער ווערט פאר ענטפערט...
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/65416">viewtopic.php?p=65416</a><!-- l -->
@יאסל ראקאווער האסט זיך טועה געווען דארט רעדט מען פון אן אנדערן
גאנצליעדער שרייבט און שרייבט און קיינער האט נאך גארנישט איבערגעוויזן
און דעס אז
@הרב אנאנים וויינט אז הרב שש טעלער פארדרייט אנאנים'ס פארדרייטע היסטאריע פון דעם ווער מיר נאך נישט קאנווינסט
זיי האבן שוין איינמאל איבערגעוויזן
די העיט און בייעס וואס שפראצט ארויס פון יעדע העסליכע תגובה קעגן עמיצער וואס געט איבער אינפא קעגן ציוניזעם מסרחיזעם און אגעדיזעם, דאס זאגט זייער אסאך
אמת און ריכטיגע רייד טוען וויי, און אז ס'טוט וויי וואקסען ארויס אזוינע אשכולות ווי שוואמען נאכן רעגן, היינט הייסט עס ר' ש''ש א צווייטן טאג גימפעל און א 3'טן הייסטעט זרח
הצד השוה שבהן אז ס'טוט וויי שרייט מען און אז ס'טוט גאר שטארק וויי שרייט מען נאך העכער.
גיי איך נאך אמאל באקומען אינפא אויף ששט אדער מגייט בלייבען סטאק ביי ציונית?
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
איך מיין דאס איז שאולזאהנ'ס צייטונג, ניין?
@ שש די סיבה פ"וו דארט איז איינס קעגן איינס פריוואטע מחלוקהלע ווי דו רופסט עס אן -כאטש ס'איז א רעגולער מחלוקה אין שיטות ביסודו, און איינער האלט באמת אויפ'ן צווייטן אז ווייל יענער האלט נישט מיין שיטה איז ער פארקראכן- לאפוקי אז ס'איז פריוואטע געלט סכסוך,, איז ווייל ס'איז באמת איינער קעגן איינעם
משא"כ אין סאטמאר איז דאס א שיטה יחידאה קעגן אסאך מילא אויטעמאטיש מוזן זיי זאגן אויף מע"ר מענטשן 'סר מן הדרך' ובלשונך וואלט איך עס אנגערופן "זיי האבן איין גרויסע פריוואטע מחלוקהלע" דאס איז מיט בעצם סאטמאר וואס זיי זענען אזוי ווי אלע אנדערע קהלות אין דעם הינזיכט אויסער אין די פריערדערמאנטע שיטה יחידאה און דאס טוט שש טעלער זייער ערליך
אויסער דעם איז דא אין סאטמאר בקצה המחנה אידן וואס האבן אנפארטענטלי געטראפן זייער פלאץ אין סאטמאר פאר א שווארץ יאר(אין ארצק' ווערן זיי סתם אזוי אנגערופן סיקריקים אן א אפיציעלע קהלה אבער דא האבן זיי זיך צוגעשלעפט צו סאטמאר פארוואס ווייס איך נישט, היינט זענען זיי א אפיציעלע קהלה מיט א רבי'ן בראש ) וואס זיי זענען מארמארישע עגאיסטן, וואס זיי וועלן בכלל אפלאכן פון יעדעם אפי' פון אזא קהלה נאה ווי באבוב למשל וואס זיי שטערן נישט דעם נארמאלן חלק אין סאטמאר, וועלן אבער די מארמארישע פערדן וואס זיי קוקן אויף יעדעם שלעכט וועלן זיי אפשפעטן ס'איז געווען אפילו צייטן בשנת תשכ"ז וואס זייער אייגענע רבי איז שוין אויך נישט געווען גענוג פרום פאר זיי, דעי חברה קען איך דיר נישט פארענטפערן
איך האף אז דו האסט פארשטאנען מיין פוינט
דעת תורהsignout[ציטאט אראפגענומען]
אזוי האבען זיי טאקע געטוהן ביי מהרז''ל'ס לינקע ביישפילן, ווי ביי די נסיעה אויף ארץ ישראל, ביי די באזוך ביי ר' יצחק ז''ש, ביי די בג''ץ אין ב''ב, כינוס כלל ישראל וכו' וועם בלאפט מען?
מנשה פילאפ האט פארפירט עפנטליך ביים כינוס כלל ישראל, (פארשטייט זיך אז ער האט גארנישט געזאגט ביי די (לאקאלע, נישט בג"ץ) ערכאות אין בני ברק, ווייל דער רבי ז"ל איז דאך אויך געגאנגען).
אויך מיר פארפירט. לויט וויאזוי ער קען פארפירן אויף א סקעיל פון 1-10 איז עס געווען ערגעצווי צווישען 1 און 2
זיין ארטיקעל קעגן דעם און די צייטונג האט ער געווארט ביז נאכן כינוס צי מפרסם זיין.
בקוצר אמרים סאטמאר האט א פראבלעים אז זיי זענען א שיטה יחידאה קעגן א גאנצע וועלט און דערפאר האבן זיי א פראבלעים מער ווי אנדערע דהיינו אז מער קוקן זיי אן מיט א נעגאטיווע בליק און איך לייג צו אז די פראבלעם האט געברענגט אז סאטמאר האט באקומען זייער א נעגאטיווע בליק בכלל אין די וועלט לכבוד דעם
יעצט לאמיר צוריק גיין צו הר' טעלער ער האט א גרויסע פראבלעים ווי פריערדערמאנט וואס ער קען זיך נישט קיין עצה געבן דערמיט דהיינו אז ער מוז רעדן קעגן א וועלט ווייל אזוי האט זיך אויסגעשטעלט די סאטמארע פראבלעים, ער האט מיט דעם א גרויסע פראבלעים ער קען דאס נישט איינשלינגען און נישט אויסשפייען פיין מיט דעם בין איך מסכים און גראדע איז ער בעצם פארהעלטנסמעסיג ווען ס'קומט צו רעדן קעגן אנדערע רבנים ווי וויזניץ גור , לויט וויפיל איך הער פון זיינע דרשות ער ארבעט בכלל נישט פאר א עקסטערע אגענדע ער שטופט זיין וואגן די בעסטע וואס ער קען, מיט דעם טוט ער נישט אנדערש ווי אנדערע איך מיין אז בעלזא למשל פאדריייט מער פאקטן פון זייערע אמאליגע רבי'ס מהלכים אז ס'זאל שטימען מיט זייער היינטיגע מנהיג
דאס איז בנוגע זיינע היסטאריע געשרייבעכץ פוינט א'
יעצט בנוגע היינטיגע ענינים פוינט ב'
יא קעגן הר' שטיינמאן שרייבט ער געפערליך דאס איז וועגן זיין ליכטזיניקייט און די גיוס אישו צו ער איז גערעכט ? יא! מיין מיינונג ווייל דאס האט קלאר מיט קיין שיטה ס'האט מיט לייכטזיניקייט און אידישקייט
שש משזר:וואס מיר שטערט פערזענליך די מערסטע אין דעם גאנצן געמויזעכץ פון אידישע מחלוקת. איז נישט סאטמאר. יא. זיי האקן און זענען מבטל די גאנצע וועלט אויסער זיך אליינס. און זיי מיינען אלעס נאר לשם שמים. צו מאכן אלע גדולי ישראל כעפרא דארעא. יא. דער האט פונקט דאס געזאגט און יענער גדול האט פונקט גערעדט דברי מינות וכפירה, פי' ציונות. און דער דריטער האטציך משתתף געווען אין די בחירות הטמאות. און ער איז געגאנגען לערנען אין היכל שלמה. כאטש מ'האטציך געבעטן צו איהם ער זאלל עס נישט טון (און מ'האט צוגעזאגט צו אונטערשמירן א פאר דאללער, כדרכם.) אלעס נאר כדי מצער צו זיין רבינו הק'. מילא. די אידישע וועלט איז צו געוואוינט צו דעם. מ'ווארט נישט פון זיי עפעס אנדערש. זה דרכם כסל למו. ואטו כי רוכלא נחשב וניזל...! אבער הרב ש"ך, וואס לויט די ליטווישע פראפאגאנדע איז נאכנישט געווען אזא גדול הדור ווי איהם און אזא עניו זייט משה רבינו און אזא רך לבב זינט אברהם אבינו. אז ער זאלל זיך אזוי צולאזן אויף דעם לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן און חסידות חב"ד בכלל. אנצורופן מיט די ערגסטע נעמען. צו מאכן איהם אויף איין דרגא מיט'ן פויפסט, רח"ל. דאס איז זייער /שווער אראפצושלינגען און שלום מאכן מיט ד'עם...דאס שטערט מיר שוין יארן. און איך זוך א לאגישע תשובה אויף דעם...!
I would like to listen to a CD in my car of someone that knows Jewish history well. Whom would you recommend? I want someone that's honest and not someone that will say stuff that's not true just because they have an agenda.
Big BoyI would like to listen to a CD in my car of someone that knows Jewish history well. Whom would you recommend? I want someone that's honest and not someone that will say stuff that's not true just because they have an agenda.
לאמיר דיר קלאר מאכען יעדע בעל דרשן האט א אגענדע איינער צי געפלען דיעם ציבור וואס הערט אים, איינער צי גרויס מאכען דע פארטיי וואס ער פארטרעיט, און איינער זיך פארצישטעלען ווי ער איז דע גלונגענסטע בעל דרשן, ספעציעל דע וואס דרשן'נען "היסטאריע" א טאפיק וואס באלאנגט נישט פאר דע עכטע עובדי השם נאר פאר מענטשן בעלי תאווה מיט נגיעות, איז וויעם אימער די וועסט אויסהערן דארף עס ציגיין מיט א כבדיהו וחשדהו, נישט מיט א בלינדע אמונה כאילו עס איז תורה מסיני
מיין פרעזענליכע מיינונג בנוגע די היסטריע וואס מ'רעדט אין די אשכול
יעדע היסטאריע קומט דאך פון דעם וואס איינער האט געשריבען יא ?
יעדע שרייבט לויט זיינע נגיעות
שטעל דיך פאר איינער וועט אפשרייבן אין 100 יאר ארום די היסטאריע פון די סאטמארע מחלוקה און ער וועט נאר שרייבן לויט וואס ער ליינט אלטע היסטארישע דאקומענטן פון דער בלאט וואספארא היסטאריקער איז ער ?
די זעלבע איז מיט נאכזאגן זאכן פון מענטשן דער זאגער זאגט איין זאך דער הערער א צווייטע זאך און דער שרייבער שרייבט שוין לויט ווי זוי ער וויל איך גלייב אז פון חזון איש'ס מענטשן זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן דוקא געוואלט ער זאל יא אסר'ן די בחירות האט רע דען נישט געקענט אנטרעפן עפעס א סטעיטמענט על מה לסמוך ? זיכער אז יא נו מ'הערט א ווארט אדער א שתיקה כהודאה און פון דעם ווערט א גאנצע בנין פאר היסטאריקער
אויך איז אמת אז מ'קען פארדרייען א קאפ פאר אלטע רבי'ס אונז האב מיר עס אלע איבערגעלעבט ביים ברך משה (לפי אנשי מהר"א האט מען אים איבערגערעדט ביי די עלטערע יארן און לפי אנשי מהרז"ל ביי די יונגע יארן ... ) סאו ס'איז מעגליך צו זאגן אז שלום פאגעל האט מאנאווערט דעם בעלזע רב ז"ל
נמצא אז עכטע היסטאריע בלייבט היסטאריע און פערטיג
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים איך האב נישט ליב אריין צי רעדן און פארטייאישע ענינים אזאך וואס דער מענטש האט נישט דיעם אייגענע שכל, נאר דע נגיעות טיט אים דיקטערירען, אבער אויף שש איז עס מיר יא געווען א ווינדער ווייל ער פארשטייט דע גמיינקייט פין אוועק מאכען א צווייטע "רבי" וואס האלט נישט פינק ווי די, איז ווי אזוי גייט עס ציזאמען אוועק מאכען א גאנצע קהלה סתם ווייל זיי האבן נישט אויסקעליבען דע זעלבע מענטש פאר צדיק הדור וועם די האסט געהאלטען אז ער דארף זיין דער צדיק הדור
ס'דא פון ר' יאנקל ווייס א MP3 וואו ער דעקט און גרויס דעטאלן, די פאלגענדע נושאים,
אותו האיש, תקופות הראשונים, ארבעה שבוים, ספרד, אשכנז, בעלי תוס', מסע הצלב, שבתי צבי, בעל התניא, אחי סלאוויטא, רוזין, תכלת, ועוד וואס איך געדענק נישט,
זייער באלערנד
Big BoyI would like to listen to a CD in my car of someone that knows Jewish history well. Whom would you recommend? I want someone that's honest and not someone that will say stuff that's not true just because they have an agenda.
ר' בערל וויין שליט"א איז זייער גוט, אן ערנסטע אויפריכטיגע מענטש, א תלמוד חכם (אין מאנסי קען מען האבן זיינע cds ביי די לייברערי)
בערל וויין רעדט וואו דער גלח אין תיפלה רעדט פון די בייבל
גאלדבערל וויין רעדט וואו דער גלח אין תיפלה רעדט פון די בייבל
סתם געשאסן
נ.ב. איך האב פארגעסן צו צולייגן אז ער וואוינט נישט אין וויליאמסבורג......
גאנצלשטעל דיך פאר איינער וועט אפשרייבן אין 100 יאר ארום די היסטאריע פון די סאטמארע מחלוקה און ער וועט נאר שרייבן לויט וואס ער ליינט אלטע היסטארישע דאקומענטן פון דער בלאט וואספארא @היסטאריקער איז ער ?
ניבא ולא ידע...
ר' בערעל וויין איז אפשר א גרויסע ת"ח און גאר אן אדם גדול, אבער היסטאריא קען ער גאנץ ווייניג. ס'איז נישט קיין פעלער. אסאך קענען נישט קיין היסטאריא
איך פארשטיי נישט די גאנתע קשיא אויף הרב שך. האסט דען געמיינט אז יעדער איינער האט א רעכט צו א מיינונג און אפילו ווען אנדערע פאלגען איהם און ער האט א כאריזמא וואס מאכט אז מ'זאל איהם נאכגייען הגם ער איז נישט ראוי, דארף מען שווייגען? דאס איז אן אמעריקאנער גלויבונג פון דעמאקראטי"ע נישט קיין אידישע. ווען הרב שך דינגט זיך אויף איינער און וויבאלד ער האלט יענער איז נישט גערעכט ממילא פארפיהרט ער אז יענער טויג נישט און איז 'פארכאפט' וכו', האסטו א טענה. ווייל ער זאגט עפעס נישט ריכטיג ממילא איז דער גאנצע מענטש פסול? אבער ביים ליובאוויטשער רבי האט ער געהאלטען אז דער גאנצע זאך האט נישט געטויגט, דער מהלך זיינער, די קוואליפיקאציע"ס צו זאגען דעות, און וואס ס'ליגט באמת אונטער זיין דעות. פאר דעם איז הרב שך דער אדם גדול שבענקים און מיר קליינער מענטשען וואלטען געווען נעריש צו זאגען א דעה אין א זאך וואס מיר האבען נישט דער אינפארמאצי"ע. ביי הרב שך'ס אנדערע מערכות, הגם ער האט זיך שטארק אויסגעדרוקט, אבער נישט אז דער גאנצער מענשט איז פסול, נאר זיין שיטה. בשעת דער מחלוקת איז הרב גריינעמאן טאקע געווען פסול, אבער נאך דעם פארשטייט מען אז ער איז א גרויסע אדם גדול און א תלמיד חכם מופלג. אפשר האט מען נישט מקבל געווען זיין הנהגה, אבער אן אדם גדול איז ער געבליבען. אבער ווען הרב שך האט פארשטאנען אז דער ליובאוויטשער רבי איז נישט קיין מענטש צום טיש, און זיין דעה איז נישט אויסגעהאלטען אין קיין שום זאך נישט, איז דאס א פסק פון א ת"ח און ס'איז נעריש צו פרעגען 'ווי איז זיין רעכט אזוי צו טוהן?' ער איז געצווינגען פון זיין פארשטאנד אז אזוי מוז זיין. נאר איינער וואס פארשטייט אז אלס איז נגיעות פרעגט 'ווי קענסטו האבען א נגיעות קעגען אזא גרויסע מנהיג?' דער וואס פארשטייט אז ריכטיג האט נישט קיין נגיעה פרעגט נישט אזוי.
אבער סאטמאר איז פארקערט. ס'איז נישט דא קיין קנה מדה פון אן אדם גדול, נאר דער וואס איז מסכים צו מיר. ווען זיי בארעדען א טשעבינער רב, איז דאס נישט ווייל זיי האבען עפעס א סבה צו גלויבען א טשעבינער רב טויג נישט. נאר ווייל זייער שיטה דארף זיגען דארף מען זאגען ליגענט פאר זייער קינדער און בארעדען גדולים וענקים.
ליטוואק פון בודאפעסטר' בערעל וויין איז אפשר א גרויסע ת"ח און גאר אן אדם גדול, אבער היסטאריא קען ער גאנץ ווייניג. ס'איז נישט קיין פעלער. אסאך קענען נישט קיין היסטאריא
מורינו הרב על מה אתה מבסס את זה?? און אדרבה ווער איז בעסער פון אים אין אידישע היסטוריה (פון א חרדישע point of view)? כ'מיין פון אים קען מען באקומען גאנץ א גוטע און פונקטליכע overview אויף jewish history ניט וואר?
גאנצל יא קעגן הר' שטיינמאן שרייבט ער געפערליך דאס איז וועגן זיין ליכטזיניקייט און די גיוס אישו צו ער איז גערעכט ? יא! מיין מיינונג ווייל דאס האט קלאר מיט קיין שיטה ס'האט מיט לייכטזיניקייט און אידישקייט
דאס אליינס אז פון אפאר האלבע מימרות האט מען געמאכט א גאנצע מגילה קעגען הרב שטיינמאן איז דער שקר פון דיין פארטיי. דו קענסט איהם נאר פון די כתבים פון די ליידיגייער'ס פון ירושלים, וביודעי ומכירי קאמינא. דער 'וועדה הציבורית להצלת היהדות מהתבוללות וממסלולי הגיוס בארה"ק' וואס האבען געבאקען רוב פון די מעשות קעגען הרב שטיינמאן און מסלף געווען דאס איבעריגע, זענען גרושים מיט עלטערע בחורים און סתם ליידיגייער'ס, ואוס איך האב געקענט פערזענליך ווען איך האב געלערנט אין ירושלים. און שטייען גרייט צו בארעדען א איד אן אדם גדול און א ת"ח בלויז פון האלבע שמועות, וואס איז נסתר פון דער מציאות, קען נאר קומען פון א לייכטזיניקייט צו אמת.
שטעל זיך פאר א איד וואס איז זיך מסגף יארען לאנג און נעמט נישט גארנישט פון עוה"ז, און אויף א קול עלה נדף, א מעשה מיט א נחל חרדי וואס האט אפגעראטעוועט טויזענטער בחורים פון גייען אין מיליטער, וואס איז א המשך פונ'ם ריינעם דעת תורה מאז דער חזו"א ודעימיה אז מ'דארף ראטעווען בני ישיבה פאר אלעם, און מ'טאר נישט מסכן זיין די בחורי הישיבה אויף צו קענען צוריק האלטען 'אלע חרדים' פון גייען אין מיליטער, כמבואר לכל מי שרוצה לידע האמת. און אפילו איינער פארשטייט נישט ווי איהם, פאר דעם ווערט עס א לייכטזיניקייט צו אידישקייט?
שטיץ דיין פארטיי ווייטער אז דו ווילסט, אבער רוף עס נישט אן אמת ביטע. באלד וועט מען הערען דער פתגם הויך און קלאר 'איך בין שטאלץ צו זיין א סאטמארער'. דעמאלס וועט מען וויסען אז דער תורה האט געזיגט.
נאטירליךליטוואק פון בודאפעסטר' בערעל וויין איז אפשר א גרויסע ת"ח און גאר אן אדם גדול, אבער היסטאריא קען ער גאנץ ווייניג. ס'איז נישט קיין פעלער. אסאך קענען נישט קיין היסטאריא
מורינו הרב על מה אתה מבסס את זה?? און אדרבה ווער איז בעסער פון אים אין אידישע היסטוריה (פון א חרדישע point of view)? כ'מיין פון אים קען מען באקומען גאנץ א גוטע און פונקטליכע overview אויף jewish history ניט וואר?
הרב שלמה רוטנברג זצ"ל. און אפילו ווען ס'איז נישט דא, בלייבט ער נישט דער מ"ד דערוועגען. אין זיין ביכער איז קענטיג זיין אגענד"א, גראדע נישט קיין שלעכטע דוקא, אבער פארט אן אגענד"א. ס'שמעקט פון די טפשות וואס מ'הערט ביי אגודה קאנווענטשענ"ס פון 'בארימטע עסקנים' וואס א סיום הש"ס אין דער נייעס איז א וויכטיגע ערשיינונג אין אידישקייט.
אינו דומה תולדות עם עולם לבערל וויין, תולדות עם עולם איז בכלל נישט קיין היסטערי עס איז נאכגעקאפיעט לשון הפסוקים וכו' בערל וויין גיט זייער א גוטע overveiw אויף היסטוריה אויפן מצב הדור אויפן בילד ארום,
אויף זיין אגענדע, איך פארשטיי אז ער איז נישט דיין טעיסט אבער פארט איז ער נישט קיין ליגנער אדער מסלף. איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט ער קען נישט היסטוריה, זיי מער מסביר ביטע
איך געדענק יעצט נישט מיין אלע טענות, אבער ער איז, אדער האט, א גוטע שרייבער טאקע, אבער דער גאנג זיינער איז קטנות'דיג און ס'איז דער פארטיי רעדעכץ. דער וועלט איז געווען זייער דעפרעס"ד וועגען ש"צ און דער בעש"ט האט געהויבען דער מוט פון כלל ישראל. בחורים אין ישיבות זענען פארכאפט צו השכלה ווייל ס'האט זיי געגלאנצט די שיטות און אפיקורסות, נישט די תאוות. אזעלכע סארט מימרות אן קיין ראיות, נאר וואס נערישע חדר יינגלעיך גלייבען. איך געדענק נישט צו די אלע מימרות זענען דארט, אבער דער שטייגער.
אז מ'ליינט גרונטליך היסטאריא פון תשובות און מקורות, למשל דער טיילונג אין אונגארען. מ'קען זען די חילוקי דעות צווישען די גדולי עולם פון יענער דור. וואס דער מהר"ם שיק האט עכט געהאלטען פון אלע פרטים פונ'ם טיילונג. וואס דער חת"ס האט יא געזאגט און געהאלטען און וואס נישט. פון די אלע זאכען זעט מען אסאך פרטים און nuance וואס מ'זאגט אונז נישט אלס קינד. די זאכען האט וויין בכלל נישט. אז מ'וויל אן אויבערפלעכליכע בליק, ווען דער האט געלעבט און ביי וועמען האט יענער געלערנט, איז ער אפשר גוט. אבער פארשטייען סבה ומסובב קען ער בכלל נישט.
איך קען אים בעיקר פון זיינע טעיפס איך האב געהאט אינגאנצן אן אנדערע impression אויף אים, אבער איך בין מסכים אז ער איז נישט קיין חוקר, למשל ער האט נישט כפי ידיעתי קיין שום אייגענע מיינונג, ער ברענגט בעיקר שיין צוזאם, ער איז מער סיני ווי עוקר הרים
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
כפלעג אויך הערן אסאך זיינע שיעורים און כווייס אז ער לייגט צו אסאך אייגנס נישט נישט מעשיות נאר הסברים
ליטוואק פון בודאפעסטגאנצל יא קעגן הר' שטיינמאן שרייבט ער געפערליך דאס איז וועגן זיין ליכטזיניקייט און די גיוס אישו צו ער איז גערעכט ? יא! מיין מיינונג ווייל דאס האט קלאר מיט קיין שיטה ס'האט מיט לייכטזיניקייט און אידישקייט
דאס אליינס אז פון אפאר האלבע מימרות האט מען געמאכט א גאנצע מגילה קעגען הרב שטיינמאן איז דער שקר פון דיין פארטיי. דו קענסט איהם נאר פון די כתבים פון די ליידיגייער'ס פון ירושלים, וביודעי ומכירי קאמינא. דער 'וועדה הציבורית להצלת היהדות מהתבוללות וממסלולי הגיוס בארה"ק' וואס האבען געבאקען רוב פון די מעשות קעגען הרב שטיינמאן און מסלף געווען דאס איבעריגע, זענען גרושים מיט עלטערע בחורים און סתם ליידיגייער'ס, ואוס איך האב געקענט פערזענליך ווען איך האב געלערנט אין ירושלים. און שטייען גרייט צו בארעדען א איד אן אדם גדול און א ת"ח בלויז פון האלבע שמועות, וואס איז נסתר פון דער מציאות, קען נאר קומען פון א לייכטזיניקייט צו אמת.
שטעל זיך פאר א איד וואס איז זיך מסגף יארען לאנג און נעמט נישט גארנישט פון עוה"ז, און אויף א קול עלה נדף, א מעשה מיט א נחל חרדי וואס האט אפגעראטעוועט טויזענטער בחורים פון גייען אין מיליטער, וואס איז א המשך פונ'ם ריינעם דעת תורה מאז דער חזו"א ודעימיה אז מ'דארף ראטעווען בני ישיבה פאר אלעם, און מ'טאר נישט מסכן זיין די בחורי הישיבה אויף צו קענען צוריק האלטען 'אלע חרדים' פון גייען אין מיליטער, כמבואר לכל מי שרוצה לידע האמת. און אפילו איינער פארשטייט נישט ווי איהם, פאר דעם ווערט עס א לייכטזיניקייט צו אידישקייט?
שטיץ דיין פארטיי ווייטער אז דו ווילסט, אבער רוף עס נישט אן אמת ביטע. באלד וועט מען הערען דער פתגם הויך און קלאר 'איך בין שטאלץ צו זיין א סאטמארער'. דעמאלס וועט מען וויסען אז דער תורה האט געזיגט.
@ליטוואק פון בודאפעסט עס שטאמט פון ערליכע געהויבענע אידן דאס ווידערשטאנד קעגן ר שטינמן הגה''ק רבי בנימין זצ''ל האט גערעדט קעגן דעם מענטש פערסענלי ווייל ער האט מיטגעהאלטען ווי דער ר שטינמן ארבעט אויס א גאנג ווי פארשיקן בחורים חרדים אין צבא זאל ווערן א מציאות
יעדער סאטמארע איד וואס האלט אז דאס אנקניפען זיך אין ציונות דורך זייער געלט און כבוד וואס מען נעמט בא זייברענגט אן א חורבן פאר די חרדישע אידן אין ארץ ישראל
האט הינדערט פראצענט דאס רעכט צו האלטן אז דאס וואס אזא סארט מענטש ווי ר שטינמן זיצט היינט אויף אזא הויכע פאזיציע ווי אלע פארטייאישע צייטונגען און גדעלים זענען גרייט אז די גאנג פון שיקן בחורים חרדים אין צבא זאל ארבעטן און קיינער זאל נישט שטיין אין וועג פאר ר שטינמן
קומט זייער קלאר פון דעם וואס מען האט יארן לאנג קאלאבערירט אינעם בית עבודה זרה די כנסת המינים יד ביד מיט די אפיקורסים
@ליטוואק אז די ווילסטער דינגען קענסטער דינגען
אבער א סאטמארע חסיד און נאכפאלגער פון רבינו יואל זצ''ל האט די הינדערט פראצענטיגע רעכט צו גיין מיט די גאנג
קענסט פלוידערען וואס פארא מיינונג דו ווילסט, מיט וואס פאר א שרעקעדיגער ווערטער דו ווילסט, אבער ס'האט גארנישט מיט א לייכטזיניקייט אין אידישקייט. רוב גדולי ישראל האבען געהאלטען אז מ'דארף זיך שלאגען מיט די ציונים און זייערע פלענער צו שטערען שמירת התומ"צ, נישט שטייען אין דער זייט בבלע את הקודש, וואס דאס איז כולל גייען אין זייערע מויערען להוציא יקר מזולל צו ראטעווען וואס מ'קען. דאס איז נישט געקומען פון א לייכטזיניקייט אין אידישקייט, און הרב שטיינמאן איז נישט אנדעריש, באופן כללי, פון זיין פארגייער'ס אין דער געביט.
און דער וואס מאכט עס פערזענליך קעגען זיין אידישקייט, ווען ער האט זיך נישט באמיט צו זען ווי זיין אידישקייט קוקט אויס, האט א לייכטזיניקייט צו אמת.
ר שטינמן איז א מענטש וואס מען האט פערזענליך אים אנגעגריפן
די גדולי רבנים וואס האבן געזען די חורבן פון ארבעטן שלובי יד מיט די מינים אינעם בית עבודה זרה האבן נישט אזוי אנגעגריפען פערזענליך דעם גדול ווי רב שך ז''ל און אנדערע גרויסע רבנים פון אגודה דגל
פאר א סיבה האבן נאר די מיטארבעטער מיט די פלאן פון מגייס זיין בחורי הישיבות לדוגמא די בעלזאער און ר שטינמן זוכה געווען צו פערסענעל אנגריפן
די סיבה איז א פשוטע
זיי זענען מוסר בחורי ישראל לשמד השלטון
טיפיקל ס''ח דעמאגאגישע רעטאריק.
אה
איך דארף צו לייגען צו די ווערטער
דער 'וועדה הציבורית להצלת היהדות מהתבוללות וממסלולי הגיוס בארה"ק' וואס האבען געבאקען רוב פון די מעשות קעגען הרב שטיינמאן און מסלף געווען דאס איבעריגע, זענען גרושים מיט עלטערע בחורים און סתם ליידיגייער'ס,
. איך מיין די מענטשען און זייער זיידע'ס, ודו"ק.
דיין הגה"ק זצ"ל באשטייט נאר פון דעם אז ער האט ווידער געשטימט מיט דיר, נישט ווייל דו האסט עפעס א נאז אויף אן ערליכע איד. ווען ער האט געהאט א מטה בחירות ביי זיך אין שטוב אין נייטין הייזער האסטו אויך איהם אנגעקוקט אלס 'הגה"ק', צו נאר נאכ'ן נעמען ארבעט ביי ר' אהרל'עך איז ער אזוינס געווארען.
ווי טרעפט מען נאך א
@נאר,, פרייליך אויף אזעלכע שלעגערייען
דאס איז דאך דער גאנצע יסוד על רגל אחת די חילוק צווישן סאטמאר און כלל ישראל.
איבעראל אויב איז יענער א הגה''ק בלייבט ער אזאנס צו ער איז מסכים מיט דיין אגענדע צו נישט ,ווידער אין סאטמאר ברצותו מגבה וברצותו משפיל אלעס געוואנדן צו ער האלט פונעם שיטה הק' און אז דער רבי איז געווען דער גרעסטער/ערליכסטער/הייליגסטער/גערעכסטער וכו. מאז בריאת העולם ועד תשל''ט.
אבער לטוואק , עס איז באמת אוממעגליך צו פארלאנגן פון א סאטמארע כל ימיו דאס צו פארשטיין ,עס איז א פארט פון זייער די. ענ. עי.
איך אויךדאס איז דאך דער גאנצע יסוד על רגל אחת די חילוק צווישן סאטמאר און כלל ישראל.
איבעראל אויב איז יענער א הגה''ק בלייבט ער אזאנס צו ער איז מסכים מיט דיין אגענדע צו נישט ,ווידער אין סאטמאר ברצותו מגבה וברצותו משפיל אלעס געוואנדן צו ער האלט פונעם שיטה הק' און אז דער רבי איז געווען דער גרעסטער/ערליכסטער/הייליגסטער/גערעכסטער וכו. מאז בריאת העולם ועד תשל''ט.
אבער לטוואק , עס איז באמת אוממעגליך צו פארלאנגן פון א סאטמארע כל ימיו דאס צו פארשטיין ,עס איז א פארט פון זייער די. ענ. עי.
הער נאר וויאזוי די צד שכנגד פון ר שטינמן רעדט איבער אים
אדער הער נאר וויזוי די צד שכנגד פון די בעלזאער די מאכניווקער רעדן איבער אים
גדעלים וואס האבן געהאלפען אדער העלפן צו צי שמד איז אין עצה ואין תבונה נגד ד', מען איז נישט חולק כבוד
קוק נאר צוריק אין אייער חסידות וויאזוי מען האט גערעדט בתקופת המאור הגדול צדיק יסוד העולם הגה''ק רבי ישכר דוב זצ''ל קעגן מהרסי ומחריבי הדת.
יא טאקע? וויאזוי האט הרב משה שמואל שפירא זצ"ל גערעדט וועגען איהם? וויאזוי רעדט נאך היינט הרב שמואל אויערבאך שליט"א וועגען איהם?
דיין 'הגה"ק'ער און זייערע אלע אייניקלאך זענען ווייט פון א 'צד שכנגד' זיינער, און די ערליכע אידען וואס האלטען אנדעריש פון איהם אין נחל וכדו' האבען קיינמאל נישט געזאגט אז זיינס קומט פון א לייכטזיניקייט אין אידישקייט. דאס קומט פון מנשה סופר און נאך אזעלכע 'בני פלוגתא' פון הרב שטיינמאן.
צד שכנגד איז די וואס שלאגן זיך קעגן די גזירת הגיוס
און יא די אידען דייקא די ליטווישע פירער ביי פלג הירושלמי רעדן זייער אפען נגד ר שטינמן ליין אביסל פורום אברכים פון די פירער פון פלג הירושלמי.
דאס איז די שפראך ביי די וואס זעהן מיט די אויגן די חורבן וואס ווערט אנגעמאכט מגייס צו זיין בחורים אין צבא
די וואס דעקן זיך צו די אויגן מיט א שלייער און שרייען קדוש קדוש אן וויסן בחייכון פארוואס זאלען זיי רעדן אויף אים?
דאס איז אלס געווען ביי שבתי צבי אויכעט און ביי אלע גרויסע כוכבים וואס האבן פארפירט אידן, כל זמן מען האט זיך פארשלייערט די אויגן איןגעגאנגען ככסיל בחושך האט מען געשריגן קדוש קדוש
ווען מען האט געזען אביסל וואס דער יעניגער טוט האט מען אים מוקיע געווען בשער
אויף נאכצוזאגן ווארט ביי ווארט פון דעם געמיינעם טעלער קען מען דאך קויפן די בלא בלא ,עס פעלט נישט אויס דא צו ק/פ.
ר' (וועל דיך אויס וועלכע טיטל דו ווילסט..) שש ביסט גערעכט עס איז א שאד עם צו ענטפערן. וכסיל בחושך יהלוך.
איך אויךאויף נאכצוזאגן ווארט ביי ווארט פון דעם געמיינעם טעלער קען מען דאך קויפן די בלא בלא ,עס פעלט נישט אויס דא צו ק/פ.
די ווערטער האט געזאגט הגאון הקדוש רבי בנימין ראבינאוויץ זצוק''ל
אז די ווילסט זיך ארויסדרייען מיט באשמירען אנדערע וואויל איז דיר, אבער אין פאקט ווער עס האט מיטגעהאלטען די לעצטע טעג עלי אדמות פון די גאון וקדוש הנ''ל האט געקענט זען בחוש ווי א איד א צדיק וקדוש האלט נישט אויס די ביטערע און פיסטערע גזירה וואס ווארט אויף די ישיבה בחורים דורך דעם ליטווישע גדול
עס איז ידוע לכל זיינע מימרות וואס ער האט געלאזט פאלען אויף אים
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
און וועגען דעם איז ער געשטארבען. פאר'ן רעדען אזוי אויף א גדול בישראל!
אבער נישט נאר איהם. אנדערע גדולי ישראל רעדען נידריג אויף הרב שטיינמאן שליט''א. ווער? א.ל.קעניג און שרייבער'ס אויף אן איזרעילישער בלאג. פשיאא, דאס הייסט ריכטיגע מנהיגי הדור!
אהא העריך
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
פרעג שאולזוהן פון וואנעט דו נעמסט דיין אינפארמאציע
Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א
מיי אפיניאן: ליטוואק איז א האופלעס ליטוויק. אויף א חסיד'ישע פארום איז ער דיפערענט, אפשר אפילו אויפגעקלערט, אבער בעצם איז ער א ליטאי מן השורה.
"רבתי" שוקטס מיר א טעקסט ווען די אשכול גייט צירוק צום שורש און מרעדט פון טעללער
און הרב סיני מאלאוויצקי.
ביידע גייען נישט איבער היסטאריע אויפן סדר, זיי נעמען איין ענין און באהאנדלען עס באריכות, ביידע זייער אינטערעסאנט.
[ציטאט אראפגענומען]
ס'קומט מיר די בלוט ארויף אין קאפ ווען איך דערמאן זיך די קאטאשעס וואס ער האט געמאכט מיט הגה"ק טשעבינער רב ז"ל געבויט אויף צוזאמגעשטעלטע סברות און הוילע ליגנטס.
און מיט דעת קדשו פונעם בעלזער רב ז"ל וואס ער האט איבערגעהיפט אויף קלארע עדות'ן פון
אלע גבאים און מקורבים ביניהם הג"ר שלו' בראנדער ז"ל, הג"ר אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וכו' און ער האט אויסגעטראפן א איש מפי איש עדות פון א מאנטריאלער סאטמארער איד וואס האט אליינס נאכגעהערט....
און די מערסטע לעכערליך ווען ברוב להיטותו איז ער פארקראכן ביז דער אמרי חיים זצ"ל אז ווען מען האט אים פארציילט אז מען האט אראפגעריסן די קול קורא-חוב קדוש אינעם וויזניצער ביהמ"ד אין ירושלים האט ער זיך שטארק געפרייט...
עפעס ביי די סטייפלער גאון זצ"ל איז ער יא געווארן סטאק, אבער ער האט זיך אן עצה געגעבן, ער האט מעתיק געווען א לאנגע לאכעדיגע דרשה פונעם ברך משה ווי ער וואונדערט זיך הלמאי ווי קען זיין אז א איד א ת"ח זאל זאגן אנדערש ווי דער פעטער...