[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ליינענדיג דיין תגובה פון פאראיאר, האט זיך מיין האנט אינסטינקטיוו גערוקט צום לייק קנעפל. אבער איך האב באמערקט אז איך האב שוין פאריאר געדרוקט דעם לייק קנעפל. און אונז ווייסן דאך דעם כלל פון .."כל היתר כניטל דמי"..." ווען איך וואלט געווען א מגיד שיעור (א בעל עגלה א מגיד שיעור)... 😂
וואלט איך געברענגט דעם משל. ס'נישט דא א מער צוגעפאסטע משל. נאר מיט 40 יאר צוריק האט מען נישט געקענט מסביר זיין פאר תלמידים וואס ס'מיינט א ..."לייק"... באטטאן... 😂 🙄
שמעקעדיגכ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?
שמעקעדיג: יא. זיכער. ס'איז נאר דא אן איינציגער. אחד יחיד ומיוחד.
מהאי טעמא האביך טאקע נישט געשריבן די וואך מיינע קאמענטארן אויף זיין פערדישן ארטיקל... 🙄
ער איז אזוי פרעדיקטעבל. אז ווען כ'האב אפגעליינט די ערשטע פאר שורות האביך כאילו געמאכט א ..."בעט/וועט" מיט מיר אליין אז איך ווייס וואו אהין דער ארטיקל צילט. און ווער זיינע סובדזשעקטס גייען זיין. למשל, דער חמור, דער מלך החיות וועט זיין נתניהו מיט די מדינת ישראל רעגירונג און די חברי כנסת המינים פון די אגודה. און פארשטייצעך אויך דער ..."פרייער" צר החינוך נפתלי בענעט...! אזוי איז א יעדע וואך ער איז פרעדיקטעבל. ווייל ער קייעט איבער די זעלבע שטותים והבלים וואך איין. וואך אויס. ככלב שב על קיאו...!
אדונינושמעקעדיגכ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?
איר מיינט ׳דער בלאט׳??
ניין. איך האב געמיינט דער איד. און דעריבער פרעג איך טאקע.
שמעקעדיגאדונינושמעקעדיגכ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?
איר מיינט ׳דער בלאט׳??
ניין. איך האב געמיינט דער איד. און דעריבער פרעג איך טאקע.
וואסי..? הרב ישראל מ. סופר האלט שוין ביי ריטייערן...?!
אין די אויסגאבע פון בלאט פון די פארגאנגענע וואך פ' בראשית, האט הרב טעללער שליט"א זיך צולאזט מיט א מאדנע העדליין. ...,נישט קיין מאראטאן. און נישט קיין כאפצעם...נאר...!
כדרכו ב'בהמה'שקייט קומט ער אייביג פונ'ם ..."לינקן פעלד"...און מאכט א מאדנע נקודה שלא מן העניין. געוויינליך נאכ'ן אדורכליינען דעם 2'טן פאראגראף ווארף איך עס אוועק. ווייל איך כאפ שוין זיין נקודה. און ס'עקלט מיך א יעדעס ווארט וואס ער זאגט. יעצט, אבער האט מיך געצויגן דאס נייגעריגקייט. און כ'האב מיך געצווינגען אדורכצוליינען זיינע אלע שטותים וואס ער בראקט דארט. נאר פאר מ'גייט ווייטער האביך באמערקט אז ער הייבט אפילו נישט אן צו וויסן וואס ער רעדט. שמועסנדיג איבער די 3 געהויבענע טעג פון הושענא רבה, שמו"ע און שמחת תורה, האט ער געוואלט ווייזן זיין גאונות. און ער ברענגט צו א בלע"ז פון רש"י הק'. ס'איז אבער די ראנג בלע"ז...! איך וועלל נישט אראפברענגען די פרטים. ווייל פאר אונזערע חשוב'ע ליינערס און שרייבערס פון קאווע שטיבל (עפ"י רוב. רובא דרובא.) ליגט די גאנצע בלע"ז ביזנעס נאך ווייניגער ווי אין די לינקע פיאה. שוין. אריינגייענדיג טיפער אין די סוגיא, ברענגט ער אראפ א מחזה הוד וואס ער האט געזעהן. אז הונדערטער יונגעלייט זענען געלאפן אום שמחת תורה פארטאגס. האט ער צוערשט געמיינט (מיט זיין פאלשן, געמאכטן תמימות. אזוי וויל ער איינרעדן פאר'ן עולם.) אז מ'לויפט צו א כאפצעם. אדער ח"ו צו א מאראטהאן. ביז ער האט מכח נייגעריגקייט געפרעגט עטליכע יונגעלייט וואס איז די געלויפעניש. האבן זיי איהם (דעם תמימות'דיגן יונגל) געזאגט אז זיי לויפן אהיים נאך צו קענען מאכן קידוש און עסן די יו"ט'דיגע סעודה פאר'ן עלות...!
אט יעצט צופיהרט ער זיך די הענט. און ער הייבט אן צו שילדערן בשבחם פון אט די יונגעלייט. אבער ביי איהם, מאכן א פאזיטיווע נקודה אן אראפצוקלאפן א צווייטן. אדער א צווייטע גרופ איז דאך נישט מעגליך. זאגט ער אזוי. דאס איז א שינע מחזה הוד. לעומת די אנדערע היימישע אידן וועלכע פלעגן, נאך בימי רביה"ק זי"ע, אפדאווענען א שנעללן מעריב. און מאכן שנעללע הקפות (כלשונו). און אהיימגיין מאכן קידוש. עסן די סעודת יו"ט און נאכדעים צוריקקומען צו די הקפות פון רעבי'ן זי"ע. שרייט ער אז דאס טויג נישט. און אגב, וויינענדיג און קלאגנ'דיג באוויינט ער שוין אויכעט די אלע איבעריגע פירצות פון כלל ישראל.די פירצות בעניני צניעות. מיט די לאנגע, פריצות'דיגע שייטלעך (כלשונו). און די סמארטפאונס. און די אלע איבעריגע נגעי ה'טעכנאלאגיע. יא. אויכעט די פירצה אז די מענער רעדן צו די שוועגערינס און שוועסטערס. מיט די קרובי המשפחה פון די ווייבער שול. (כלשונו)...!
אבער... אט די ינגעלייט וועלכע זענען געלאפן שמח"ת פארטאגס אריינצוכאפן קידוש און די סעודת יו"ט פאר'ן עלות. זיי האבן אט די אלע אויסגערעכנטע מעלות (היפוך פון די חסרונות פון די אנדערע גרופס ביי כלל ישראל. כלשונו)...זאגט ער זיי אז זיי זאללן זיין שטאלץ און זיין בבחינת ויגבה לבו בדרכי ה'. ואל יבושו מפני המלעיגים. כאילו ס'איז דא איינער וואס שטערט זיי. אדער קוקט זיי אראפ...!
יא. נאך א נקודה פאר זיין קיטרוג אויף כלל ישראל האט ער געמאכט. אז רוב פון די היינטיגע יונגעלייט גייען מיט אויסגעפוצטע בערד. און אויסגעביגלטע העמעדער...!
לידיעתך. הרב ש.ב. מרגליות שליט"ע. לויפן שמח"ת פארטאגס כדי אריינצוכאפן קידוש און די סעודת יו"ט פאר'ן עלות. ניין. דאס טוה איך ליידער נישט. ווייל יענע שעה כראפעץ איך ב"ה גוט אוועק אין מיין בעט. איך דריי מיך אפשר אויס אויף די צווייטע זייט. אבער מיין בארד איז היפש צולאטשעט. (אזוי זאגט מיין משפחה). און איך האב שוין נישט אנגעטון א געביגלטן העמעד פאר די לעצט 30 יאר (לכה"פ. מיינע אלע העמעדער זענען פערמאנענט פרעסס. און זיי ווערן אנגעטון פונקט אזוי ווי זיי קומען ארויס פון די וואש מאשין...!