☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???

וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8479
בלאט: 1 2

חאצקעל שניידער » פרייטאג מערץ 20, 2015 12:23 am

· #260092
וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
סטרעפט אפטמאל אז ווען די מתנגדי אגודת ישראל טרעפן אן איינע פון אונז ד.ה. אן אגודיסט , איז דא אסאך אפטע שאלות וואס זיי גייען פרעגן , למשל די רעבע האט מברר געווען און קיינער האט עם נישט אפגעפרעגט וכו׳ ,כוועל זעך יעצט שטעלן אויף די שאלה וואס מ׳פרעגט וואס טוען די פרומע חברי הכנסת אויף , זיי זיצען דארט נאר פאר געלט נישט פאר אידישקייט זיי פורען כלל ישראל אראף פון וועג כו׳ כו׳, איז לאמיר ענק געבען צו פארשטיין אז געלט איז אידישקייט , כרעד נישט יעצט פון די היימישע מוסדות וואס באקומען שטיצע ,( נהנה משלחן איזבל -בלשון הסטמורים ) וואס דיע וואלטן בכל אופן נישט אינטערגעגאנגען , אזויוואו סשטייט אין די גאנצע וועלט, און אזויוואו תולדות אהרן שטייט , מגעט זעך באיזה שהוא אופן אן עצה , מרעד מיר יעצט פון די מוסדות וואס סאיז געמאכט פארן אלגעמיינעם ציבור וואס ווען נישט דעם גייען זיי אין פרייע שולע , צו איז דאס חינוך אצמאי צו איז דאס שובו פאר רוסישע צו איז דאס חב״ד וואס זיי זענען אין גאנצען בריט פונ׳ם לאנד, אפשר איז דא נאך, וואס די אלע שטייען אך ורק מיט די שטיצע פון די מדינה , און סוואלט געווען אוממעגלעך סזאל שטיין אנדעם כרעד שוין נישט פון דאס בויע ן נייע בנינים און נייע מוסדות , לאמיר זען די וואס נעמען נישט געלט זאלן אויפשטען דאס העלפט ,און סאיז א דבר פשוט מאד אז סאיז די לעצטע פלאץ וואו די שונאי הדת פון די ממשלה וואלטן געוואלט אהינלייגען זייער געלט , און דאס איז אלס א דאנק די געטרייע חברי הכנסת , און יעדער איינער וואס ער גייט צו די בחירות האט אחלק און הצלת נפשות פון איך ווייס נישט קיין מספר קינדער וואס ווערן געראטעוועט יעדעס איינציגע יאר , און אז מרעכנט פון הקמת המדינה, וויפיל אידן און זייערע קינדער זענען היינט ערליכע אידן אין זכות פון די אידן וואס האבן אויסגעפאלגט די הוראה פון די גדולי הדור און געגאנגען וועלן איז עס אוודאי גאר א גרויסער מספר , און יעצט פארשטייען מיר שוין פארוואס דער בעלזער רב האט געזאגט אויף די בחירות ״אזא מצוה אזא מצוה, ויסכר פי דוברי שקר , ושלום על שלומי אמוני ישראל. נ.ב. מיט דיפונקלעכע פאקטן בין עך נישט אזוי באקאנט , אבער דאס איז וואס עך ווייס מפי השמועה.

מנחם » פרייטאג מערץ 20, 2015 12:28 am

· #260095
נאך א מזל אין העמק, עמוק עמוק מי ימצאנו.

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 20, 2015 8:21 am

· #260110
אין אמעריקא באקומט מען אויך געלט (טאקע ווייניגער צוליב סעפעראציע פון רעליגיע און שטאט) אן דעם וואס מ'זאל האבן היימישע פארטרעטער אין קאנגרעס. שטעל דיך פאר ווען די חרדים קומען ארויס אין מאסן אין שטיצע פון ליכוד, וואלטן זיי געהאט די גאנצע פארטיי אין טאש.

איינע פון די די טענות וואס סאטמאר רב האט געהאט איז אז דורכדעם וואס ס'זענען דא חרדישע חכי"ם ווערט עס א קאמפאטישאן פאר די פרייע און מאכט שווערער דורכציפירן א ביל לטובת חרדים.

דאס וואס די שרייבסט אז זיי געבן געלט נאר אדאנק די חכי"ם איז נישט ריכטיג ווייל אפילו פאר די הקמת המדינה האבן זיי אויך געוואלט טיילן געלט פאר חרדים.

חאצקעל שניידער » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:02 am

· #260134
פארוואס אזוי פשוט ?

חאצקעל שניידער » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:32 am

· #260151
[ציטאט אראפגענומען]

אז כהאב געפעפנט מוז עך שוין אלס וויסען ?! כבין בכלל נישט אויסגעקאכט אין די ענינים כזאג נאר נאך וואס כהאב געהערט כמעג נישט?!

ירח בן יומו » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:42 am

· #260156
שמעון וואלף
אין אמעריקא באקומט מען אויך געלט (טאקע ווייניגער צוליב סעפעראציע פון רעליגיע און שטאט) אן דעם וואס מ'זאל האבן היימישע פארטרעטער אין קאנגרעס. שטעל דיך פאר ווען די חרדים קומען ארויס אין מאסן אין שטיצע פון ליכוד, וואלטן זיי געהאט די גאנצע פארטיי אין טאש.

איינע פון די די טענות וואס סאטמאר רב האט געהאט איז אז דורכדעם וואס ס'זענען דא חרדישע חכי"ם ווערט עס א קאמפאטישאן פאר די פרייע און מאכט שווערער דורכציפירן א ביל לטובת חרדים.

דאס וואס די שרייבסט אז זיי געבן געלט נאר אדאנק די חכי"ם איז נישט ריכטיג ווייל אפילו פאר די הקמת המדינה האבן זיי אויך געוואלט טיילן געלט פאר חרדים.

ווער רידערט יעצט ארום איבער די טעקס ביל אין ניו יארק, די גויים אדער ר' שמחה פעלדער און ר' דוב הייקינד?

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 20, 2015 11:01 am

· #260160
די וואס פארטרעטן חרדישע קאנסטיטשוענדס וועלן שתדלן פאר זיי צו באקומען זייער וואוטס.

פלאוויוס » פרייטאג מערץ 20, 2015 11:17 am

· #260165
@ירח בן יומו, שמחה פעלדער און ר' דוב הייקינד זענען אויסגעקליבן געווארן דורך היימישע. גוי'שע פאליטיקאנטן טוען על-פי רוב דאס זעלבע ווען זיי הענגען אויף די אידישע וואלן. איז אין מאנסי דא א איד וואס טוישט די גאנצע האוזינג געזעצן, אדער א גוישער פאליטיקאנט וואס איז ערוועלט געווארן דורך אידן?

גאלד » פרייטאג מערץ 20, 2015 11:20 am

· #260167
איך האלט די קנאים זאלן אלע שטימען מיט די אראבער, די אראבער זענען דאך אויך בתהום לבבם נישט מכיר אין די מדינה, זיי זענען כמעט אלס אין די אפאזיציע, אזוי העט קיינער נישט חושש זיין אז זיי זענען מודה בע"ז, און זאלן לאזן די אראבער זיי רעפרעזענטירן אין די כנסת, זיי קענען מוסיף זיין נאך א 2 בענקלעך פאר זיי, צו מער, אזוי זענען זיי נישט מכשיל קיין אידן אין התחברות לרשעים, ס'עט זיין ממש ווי די גויאישע פארטרעטער אין אמעריקע, און די קנאים ווילן דאך ממילא אז די מדינה זאל אונטערגיין און צוריקגיין בידי האומות, בלי שום פגע, נו, דער שריט ברענגט עס נענטער צו דעם תכלית הנרצה.
זאת ועוד, אזוי העט מען זיין די הארטע נומערן פון די שלומי אמוני ישראל שלא כרעו לבעל, און די קידוש השם העט קלינגען מסוף העולם ועד סופו.

ירח בן יומו » פרייטאג מערץ 20, 2015 11:25 am

· #260169
איז ביי די אראבער אויך דא קנאים וואס גייען נישט צו די בחירות?

חאצקעל שניידער » פרייטאג מערץ 20, 2015 11:51 am

· #260176
[ציטאט אראפגענומען]

כל הכבוד רעג דעך אבער לאמיר זאגן ביסט גערעכט איז עס ס״ה א סברא נישט קיין אבסעלוטע זאך וואס זאלסט עס קענען רופען נישט צום זאך.

ישראל קאפקע » פרייטאג מערץ 20, 2015 12:40 pm

· #260190
גאלד
איך האלט די קנאים זאלן אלע שטימען מיט די אראבער, די אראבער זענען דאך אויך בתהום לבבם נישט מכיר אין די מדינה, זיי זענען כמעט אלס אין די אפאזיציע, אזוי העט קיינער נישט חושש זיין אז זיי זענען מודה בע"ז, און זאלן לאזן די אראבער זיי רעפרעזענטירן אין די כנסת, זיי קענען מוסיף זיין נאך א 2 בענקלעך פאר זיי, צו מער, אזוי זענען זיי נישט מכשיל קיין אידן אין התחברות לרשעים, ס'עט זיין ממש ווי די גויאישע פארטרעטער אין אמעריקע, און די קנאים ווילן דאך ממילא אז די מדינה זאל אונטערגיין און צוריקגיין בידי האומות, בלי שום פגע, נו, דער שריט ברענגט עס נענטער צו דעם תכלית הנרצה.
זאת ועוד, אזוי העט מען זיין די הארטע נומערן פון די שלומי אמוני ישראל שלא כרעו לבעל, און די קידוש השם העט קלינגען מסוף העולם ועד סופו.

די אראבער זענען פאר רעגירונג שטיצע צו ארעמע פאמיליעס, פאר מאראלישע געזעצן, אנטי ציוניסטן, פאר געזעצן וואס זאל מאכן גרינגער פאר די חרדים אריינצוגיין אין די ארבייטס קראפט (אן קיין צוואנג, פארשטייט זיך) און איך גלייב נישט אז די אראבער זענען פאר גיוס החרדים.

ירה בן יומו
איז ביי די אראבער אויך דא קנאים וואס גייען נישט צו די בחירות?

אוודאי. זיי האבן באקומען 13 מאנדאטן אין דעם לעצטן בחירות, בערך 11% פון די פארליאמענט און דאס הייסט איז שוין מיט זייער בעסטע וויילער באטייליגונג אין עלעקשנס אין יארן (אפשר זייער בעסטע אין היסטאריע) זיי זענען איבער 20% פון די מדנ"י פאפולאציע.

חסיד » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:29 pm

· #260214
זענען מיר בעסער מיט אייגענע פארטייען?
לאמיר צולייגן א מינוט. לייגענדיג קנאות און אגודה וכדומה אין דער זייט אויף א מאמענט.
וואס וואלט געוועהן ווען די חרדי'שע אידן אין ארץ ישראל האבן ווען נישט בכלל קיין אייגענע פארטייען זיי צו פארטרעטן ווי אגודה, דגל, ש''ס, ע''ץ ( מאפ''י ע''ה, יחד ע''ה, וכו')
וואלטן דען נישט דאס יהדות החרדית געשטאנען היבש בעסער?

לאמיר נעמען ניו יארק פאר א ביישפיל:
ווען מ'האט געמאכט אין ניו יארק דעם סופער דזשאיש דיסטריקט פאר סטעיט סענאט (ר' שמחה פעלדער'ס בענקל) האבן היבש עסקנים געשריגן אז דאס איז א טעות מוחלט, ווייל עד הנה זענען געוועהן דריי רעפרוזענטאטן וועלכע זענען טאקע נישט מאנ''ש, אבער האבן געוואלט אונזערע שטימען און דעריבער סערווירט אונזערע אינטערעסן צו פארדינען און באקומען אונזערע שטימען. משא''כ היינט זענען אלע אידן אין 1 אידישע דיסטריקט מיט בלויז איין פארטרעטער וועלכער זיצט אויפן בענקל פעסט עד כי יבוא שילה, (אדער ביז נחמן קאללער וועט זאגן אז ב''פ איז נישט משוגע וכו' און וועט מיעוס פארלירן)

צוריק קיין ארץ ישראל
ווען די חרדי'שע שטימען זענען ווען אפ פאר גרעבס, און ליכוד, עבודה, בית היהודי, כולנו וכדומה, שלאגן זיך אלע צו 'כאפן' די חרדים, און באקומען טאקע אלע א חלק פון די חרדי'שע קולות, וואלטן זיי כמעט אלע משתדל געוועהן צו ווייזן א שיין פנים און זיך אהערשטעלן ווי אונזערע פארטרעטער. אדער כאטש נישט אזוי געשלאגן מיט א ברען אין אייפער. (חוץ מהשונאים הקיצונים כמו מרץ ולאפיד וכדומה)
היינט אבער ווען אונזערע קולות גייען עפ''י רוב נאר צו אייגענע, האבן דאך די אנדערע נישט קיין טשאנס צו באקומען אונזערע שטימען, און צו באשרייען די פרימע מיט 'שויין בנטל' וכו' איז גאנץ א גוט געשעפט בלייבן מיר אלזא לעקיש.
ע''כ כתבתי מה שעלה במצידתי להלכה ולא למעשה לעורר פלפול חברים, ודו''ק.

מאטי » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:42 pm

· #260219
חסיד, ביסט נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל אין מדינת ישראל ארבייט די רעגירונג דורך א קאאליציע. און אן אייגענע פארטיי מיט 7 8 בענקלעך קען זיין א פאקטאר וואס צעווארפט די גאנצע רעגירונג.

אויב שוין יא קריטיק, וואלט איך דאס אטריביוטירט צום שוידערליכן פאקט אז די חרדישע פאליטיקאנטן האלטן דעם חרדי'שן ציבור ביים קארג זיי נישט אריינצולייגן אינעם ארבייטס-קראפט, דורך מאנופלאציעס צו שטערן יעדע איניציאטיוו פון די וואס ווילן זיי יא אריינברענגן. איך זאג נישט, די חרדי'שער פירער טוהן בלויז וואס די רבנים הייסן, אבער דאך, ס'איז א ווייטיגליכע פאקט.

חאצקעל שניידער » פרייטאג מערץ 20, 2015 2:41 pm

· #260232
שמעון וואלף כהאב געמיינט בוסט א בעלזער או האסטעך א נאמען געגעבן נאכ׳ן בעלזערס גבאי, הא?

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 20, 2015 2:58 pm

· #260242
און אלץ בעלזער מוז איך דען נאכבאבענען אלע שטותים וואס די פארטיי פארקויפט?
האמת ניתן להיאמר אז די גאנצע איידיע פון האבן אן אייגענע פארטיי ביי די וואלן, קומט פון די יחידים המשתלטים על הציבור (איינער געדענקט נאך די אויסדריק?) און מאכט מער שאדן ווי עס טיט אויף.

חאצקעל שניידער » פרייטאג מערץ 20, 2015 3:10 pm

· #260249
שמעון וואלף
און אלץ בעלזער מוז איך דען נאכבאבענען אלע שטותים וואס די פארטיי פארקויפט?
האמת ניתן להיאמר אז די גאנצע איידיע פון האבן אן אייגענע פארטיי ביי די וואלן, קומט פון די יחידים המשתלטים על הציבור (איינער געדענקט נאך די אויסדריק?) און מאכט מער שאדן ווי עס טיט אויף.

וואס טוט זעך מיטן רב ז״ל. ,און מיטן מיטלער רב וואס האט געשיקט ר׳ שמעון סופר אין עסטרייכעשן פארלעמענט?

חאצקעל שניידער » מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:58 pm

· #260330
מאטי
חסיד, ביסט נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל אין מדינת ישראל ארבייט די רעגירונג דורך א קאאליציע. און אן אייגענע פארטיי מיט 7 8 בענקלעך קען זיין א פאקטאר וואס צעווארפט די גאנצע רעגירונג.

אויב שוין יא קריטיק, וואלט איך דאס אטריביוטירט צום שוידערליכן פאקט אז די חרדישע פאליטיקאנטן האלטן דעם חרדי'שן ציבור ביים קארג זיי נישט אריינצולייגן אינעם ארבייטס-קראפט, דורך מאנופלאציעס צו שטערן יעדע איניציאטיוו פון די וואס ווילן זיי יא אריינברענגן. איך זאג נישט, די חרדי'שער פירער טוהן בלויז וואס די רבנים הייסן, אבער דאך, ס'איז א ווייטיגליכע פאקט.

זיי מסביר אביסל מער פרטים וואוזוי זיי האלטן ביים קארג ? דו מיינסט אפשר פארוואס זיי שיקען זיי נישט אין מיליטער וואס דעמאלטס וועלן זיי קענען גיין ארבעטן ?

שמעון וואלף » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:39 pm

· #260349
חאצקעל שניידער
שמעון וואלף
און אלץ בעלזער מוז איך דען נאכבאבענען אלע שטותים וואס די פארטיי פארקויפט?
האמת ניתן להיאמר אז די גאנצע איידיע פון האבן אן אייגענע פארטיי ביי די וואלן, קומט פון די יחידים המשתלטים על הציבור (איינער געדענקט נאך די אויסדריק?) און מאכט מער שאדן ווי עס טיט אויף.

וואס טוט זעך מיטן רב ז״ל. ,און מיטן מיטלער רב וואס האט געשיקט ר׳ שמעון סופר אין עסטרייכעשן פארלעמענט?


קודם לאמיך קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין בעלזער. צווייטענס, ווייס איך נישט וואס די מציאות איז געווען דאנסמאל.
דריטענס, כאטשיג די בעלזע רביס ז"ל זענען געווען קדושי עליון, מיינט נאכנישט אז זיי האבן נישט געקענט מאכן קיין טעות.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 2:05 am

· #260386
גאלד
איך האלט די קנאים זאלן אלע שטימען מיט די אראבער, די אראבער זענען דאך אויך בתהום לבבם נישט מכיר אין די מדינה, זיי זענען כמעט אלס אין די אפאזיציע, אזוי העט קיינער נישט חושש זיין אז זיי זענען מודה בע"ז, און זאלן לאזן די אראבער זיי רעפרעזענטירן אין די כנסת, זיי קענען מוסיף זיין נאך א 2 בענקלעך פאר זיי, צו מער, אזוי זענען זיי נישט מכשיל קיין אידן אין התחברות לרשעים, ס'עט זיין ממש ווי די גויאישע פארטרעטער אין אמעריקע, און די קנאים ווילן דאך ממילא אז די מדינה זאל אונטערגיין און צוריקגיין בידי האומות, בלי שום פגע, נו, דער שריט ברענגט עס נענטער צו דעם תכלית הנרצה.
זאת ועוד, אזוי העט מען זיין די הארטע נומערן פון די שלומי אמוני ישראל שלא כרעו לבעל, און די קידוש השם העט קלינגען מסוף העולם ועד סופו.

גאלד: יא. אבער די רבי זי"ע האלט דאך אז איבערטרעטן די שוועל פון די כנסת (המינים) איז אויכעט אן איסור. און אויב זיי ( די נעטירע חאאארטע) זענען שותפים אין אונטערברענגען די מדינה הציונית, דאמאלס זענען אויך זיי עובר אויפ'ן איסור פון האבן א מדינה פאר ביאת המשיח. נאר, לפענ"ד וועלן זיי, די נ.ח. איין טאג באקומען א געזונטן שטויס פון אהינטער. און זעהן וואס זייערע גוטע פריינט די בני ישמעאל וקטורה קענען באווייזן. און זיי וועלן נאך צוריקבענקען נאך די ציונעם...!

מפוזרי » זונטאג מערץ 22, 2015 12:10 pm

· #260432
די גאנצע הנחה איז א טעות. אגודה האט לכתחילה נישט געשיקט זייערע דעפוטאטן צו שאפן געלט אדער אויפטון פאר'ן ציבור, נאר צו פראקלאמירן דעם שטאנד פון די פרומע אידן אז דער אידישער לאנד דארף זיך פירן לפי חוקי התורה.
פארשטייט זיך אז איינמאל מ'איז אינעווייניג פרובירט מען צו היטן אויף אונזערע רעכטן, אבער ס'איז נישט געווען אריגינעלע סיבה.
אין די צייטן פון בעלזער רב ז''ל האט מען נאך כמעט נישט באקומען קיין געלט, און דאך האט ער געזאגט אז ס'איז אזא מצווה.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 1:06 pm

· #260450
מפוזרי
די גאנצע הנחה איז א טעות. אגודה האט לכתחילה נישט געשיקט זייערע דעפוטאטן צו שאפן געלט אדער אויפטון פאר'ן ציבור, נאר צו פראקלאמירן דעם שטאנד פון די פרומע אידן אז דער אידישער לאנד דארף זיך פירן לפי חוקי התורה.
פארשטייט זיך אז איינמאל מ'איז אינעווייניג פרובירט מען צו היטן אויף אונזערע רעכטן, אבער ס'איז נישט געווען אריגינעלע סיבה.
אין די צייטן פון בעלזער רב ז''ל האט מען נאך כמעט נישט באקומען קיין געלט, און דאך האט ער געזאגט אז ס'איז אזא מצווה.

מ'רעדט דאך נאר לויט די גרייזיגע שיטה פון די וועלכע האקן אויף די עצם זאך אז ערליכע אידן האבן א רעפרעזענטאציע אין כנסת...!

געוואלדיג » זונטאג מערץ 22, 2015 3:10 pm

· #260479
שרייב נישט גרייזיגע שיטה, איך בין אויך נישט קיין סאטמאר'ער אבער פארט שרייב ענדערש די אנדערע שיטה, נאך אלעס ווייסן מיר דאך נישט וועם מען האט פארנארט בעלזא'ר רב אדער סאטמאר רב.

חאצקעל שניידער » זונטאג מערץ 22, 2015 6:01 pm

· #260517
געוואלדיג
שרייב נישט גרייזיגע שיטה, איך בין אויך נישט קיין סאטמאר'ער אבער פארט שרייב ענדערש די אנדערע שיטה, נאך אלעס ווייסן מיר דאך נישט וועם מען האט פארנארט בעלזא'ר רב אדער סאטמאר רב.

בעלזער רב האט מען נישט געקענט פארנארן און סאטמער רב האט מען נישט געדארפט פארנארן וד"ל.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 22, 2015 7:02 pm

· #260535
חאצקעל שניידער
שמעון וואלף
און אלץ בעלזער מוז איך דען נאכבאבענען אלע שטותים וואס די פארטיי פארקויפט?
האמת ניתן להיאמר אז די גאנצע איידיע פון האבן אן אייגענע פארטיי ביי די וואלן, קומט פון די יחידים המשתלטים על הציבור (איינער געדענקט נאך די אויסדריק?) און מאכט מער שאדן ווי עס טיט אויף.

וואס טוט זעך מיטן רב ז״ל. ,און מיטן מיטלער רב וואס האט געשיקט ר׳ שמעון סופר אין עסטרייכעשן פארלעמענט?


די עסטרייכישע פארלאמענט איז געווען א גויאישער

דא זיצט מען אין א 'אידישע' פארלאמענט ווי די לינקע שונאי התורה זיכן צו ווייזן אז זיי קענען אויסרייסען די תורה
אין אזא צייט דארף מען האבן שכל, נישט גיין מיט קאפ אין וואנט אזויפיל יארן אן אויפטון קיין ערנסטע זאכן

געוואלדיג » זונטאג מערץ 22, 2015 8:27 pm

· #260553
חאצקעל שניידער

בעלזער רב האט מען נישט געקענט פארנארן און סאטמער רב האט מען נישט געדארפט פארנארן וד"ל.


און א סאטארער זאגט פונקט פארקערט און א אויפריכטיגער מענטש ווייסט אז אויב האט מען משה רבינו געקענט פארנארן עיין דברים על הכתוב הָבוּ לָכֶם אֲנָשִׁים חֲכָמִים וּנְבֹנִים וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם וַאֲשִׂימֵם בְּרָאשֵׁיכֶם: ופירש רש"י הק' וידועים לשבטיכם. שהם ניכרים לכם, שאם בא לפני מעוטף בטליתו, איני יודע מי הוא, ומאיזה שבט הוא, ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו, שאתם גדלתם אותו, לכך נאמר וידועים לשבטיכם: קען מען פארנארן אלע גדולי ישראל עיין גם ערך החוזה מלובלין שקיבל לשון הרע על היהודי הקדוש שהיה שקר גמור כידוע.

חאצקעל שניידער » זונטאג מערץ 22, 2015 10:43 pm

· #260586
האדמו״ר מבעלזא צודק
געוואלדיג
חאצקעל שניידער

בעלזער רב האט מען נישט געקענט פארנארן און סאטמער רב האט מען נישט געדארפט פארנארן וד"ל.


און א סאטארער זאגט פונקט פארקערט און א אויפריכטיגער מענטש ווייסט אז אויב האט מען משה רבינו געקענט פארנארן עיין דברים על הכתוב הָבוּ לָכֶם אֲנָשִׁים חֲכָמִים וּנְבֹנִים וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם וַאֲשִׂימֵם בְּרָאשֵׁיכֶם: ופירש רש"י הק' וידועים לשבטיכם. שהם ניכרים לכם, שאם בא לפני מעוטף בטליתו, איני יודע מי הוא, ומאיזה שבט הוא, ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו, שאתם גדלתם אותו, לכך נאמר וידועים לשבטיכם: קען מען פארנארן אלע גדולי ישראל עיין גם ערך החוזה מלובלין שקיבל לשון הרע על היהודי הקדוש שהיה שקר גמור כידוע.

די טענה איז למודה בפיהם די לעצטע פיפציג יאר און דאס זאגן איבער קינד און קייט , און מפרעגט זיי זאג נאר מיט וואס האט מען פארנארט בעלזער רב איז נישט דא קיין תשובה , זיי קומען אודאי ארויף כסדר מיט פרישע פשט'לעך וואוזי מהאט עם פארנארט ,אבער א פאראייניגטע דעה מקובל מהסבא קדישא איז נישטא.
יעצט לאמיר צונעמען די זאך, זייער גרעסטער פראבלעם מיט די אנטי בחירות פראפעגאנדע איז דער בעלזער רב , לכבוד דעם האבן זיי פאבריצירט צוויי סארט טענות
א} אז דער רב האט זיך טועה געווען צו מהאט עם פארנארט , איז די טענה איז א שקר מצד די טענה און סדארף אויסגעשפיגן ווערן דורך יעדע בעל דעת , ווייל ווען דער רב זאגט ווען אויף רעכיל אסאיז מעכיל און מווערט געוואר אסאיז רעכיל קען מען זאגן אז די רב האט זיך טועה געווען איי ער האט דאך געהאט אפענע אויגען קשיא איינע פון די זאכן וואס מיר פארשטייען נישט , אבער ביי א שאלה אין הלכה וואס לו יצויר ער ער איז אנגעקומען צו די פאדעשוועס פון רב און געהאט א רעכט צו זאגן זיין דעה , וואס פאר א רעכט האט ער געהאט צו זאגן אז ער האט זיך טועה געווען אפשר האט ער געזען א רשב"א וואס דו האסט נישט געזען , און אז סאיז א שאלה אין שיקול הדעת צו סאיז בעסער צו פארברענען מיסט קאסטענעס אין די גאס צו מזאל גיין מעיר לעיר ומכפר לכפר אויפשטעלן ת"ת און מקואות , אדער צו מטוט מער אויף אינערווייניג צו פינדרויסען איז אויך נישט שייך קיין טעות איך פארשטיי אזוי און ער פארשטייט אנדערש
ב} קיינער האט נישט מברר געווען נאר דער רבי , איז אפילו אז דאס א טענה איז פשט אזויוואו די גמרא זאגט אויף רבי מאיר אז ער איז געווען די גרעסטע ציווישען זיינע חברים ומפני מה לא קבעו הלכה כמותו שלא יכלו חבריו לעמוד על סוף דעתו , וואלטן זיי געדארפט זאגן ביי יעדע דרשה פאר די בחירות אז די בעלזער רב איז געווען גערעכט נאר מיר קענען זיך נישט אזוי פירן וויל ער האט נישט מברר געווען , איך מיין אז יעדער פארשטייט שוין דעם אויספיר.ודי בזה למבקש האמת.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 22, 2015 11:01 pm

· #260599


די טענה איז למודה בפיהם די לעצטע פיפציג יאר און דאס זאגן איבער קינד און קייט , און מפרעגט זיי זאג נאר מיט וואס האט מען פארנארט בעלזער רב איז נישט דא קיין תשובה , זיי קומען אודאי ארויף כסדר מיט פרישע פשט'לעך וואוזי מהאט עם פארנארט ,אבער א פאראייניגטע דעה מקובל מהסבא קדישא איז נישטא.


איך בין נישט זיכער וואס די מיינסט, אבער כנראה איז נישט קלאר די סיבה פארוואס די בעלזער רב ז"ל האט געוואלט מ'זאל גיין, און יעדעס מאל איינער קומט אויף מיט א סברה, ענטפערט מען אפ וויאזוי מ'האט אים געקענט פארדרייען דעם קאפ.

די פראבלעם מיט די חברה איז אבער אז זיי האבן נישט קיין השגה וואס איז פארגעגאנגן דארט און זיי מיינען אז איטשע מאיר איז פשוט אריינגעגאנגען, פארקויפט זיינע לארגן, און ארויסדערווישט א חתומה פון בעלזער רב.
איך האב געהערט אז די קול קורא איז געווען עטליכע טעג (אויב נישט מער) אויפ'ן טיש און ער האט דן געווען פינקטליך וואס צו שרייבן דארט, און ער האט טאקע אסאך ארומגעטוישט און די נוסח פונ'ם קול קורא.

גאלד » זונטאג מערץ 22, 2015 11:39 pm

· #260620
די סיבה פארוואס די סאטמארע האלטן אז מ'האט פארנארט דעם רב ז"ל, איז ווייל זיי זענען איבערצייגט בברירות אז שיטת רבם צודק ע"פ תורה, ממילא איז בע"כ מוז מען דא פארענטפערן דעם פסק פונעם רב וואס אפי' סאטמארע חסידים האבן געהאלטן פאר א העכערע מענטש, (שטייצעך נישט העכער פונעם סאטמארע רבי ז"ל, וגם אני בתוכם, פארדעם זענען זיי דאך סאטמארע חסידים), ממילא מחמת כבודם פונעם רב און איהם געבן די שטערקסטע בענעפיט, האבן זיי אנגענומען אז מ'האט איהם פארנארט מיט די מציאות הדבר, אבער פארשטייצעך דער מאטיוו צו פארענטפערן איז נישט פשט אז ווייל זיי שפירן זיך עפעס אנגעוואוירן, לגמרי נישט, ווייל לו יצויר זאל נתברר ווערן אז דער רב ז"ל האט מברר געווען דער פסק הלכה וויסנדיג אלעס פאקטן וואלטן די סאטמארע גע'טענה'ט אז נימוקו איז מיטן סאטמארע רבי ווייל ער איז דער צדיק הדור און שיטתו איז ע"פ תורה, אבער היות ס'נישט קלאר צו דער רב האט געוויסט אלע פאקטן, עכ"פ לפי שיטת הסטמורים, קענען זיי באשטיין צו מחפה זיי לכבודו פונעם רב.
למעשה איז טאקע געווען א געזונטע צימישעניש דעמאלטס, למשל לכתחלה ווען איטשע מאיר, דער איינציגער פרומער איד, האט אונטערגעשריבן דער מגילת עצמאות, וואס מיטאמאל די לינקע ריזשענע רבי'ס וואלטן לכתחלה איינגעגאנגען פאר אזאנס, נאר וויזוי האט ער דאס באוויזן, ווייל ער איז ארומגלאפן צו אלע רבנים (איך ווייס נישט צו בעלזער רב אויך) אז אויב פרומע אידן רוקן זיך נישט אריין אין די ווירטשאפט פון די מדינה, וועט די לאנד געפירט ווערן ווי די קאמוניסטן ביי סטאלין, בן גריון כידוע איז נישט בלויז געווען א פרייער מענטש, ער איז בשיטה געווען א עטיאיסט, און אזוי אויך רוב מייסדי המדינה, ממילא האט איטשע מאיר געמאכט א בהלה אז ס'געפערליך, טראץ וואס מ'האט קלאר באשטעטיגט ביים כנסייה השלישית אין מארינבאד אז א מדינה שלא ע"פ תורה טאר נישט געשטיצט ווערן דורך חרדים ויראים, און פארשטייצעך כלל ישראל איז דאן געווען צישאסן אויף שטיקער, קיינער האט נישט געוואלט צוריקגיין צו א רעגירונג ווי מ'אונטערדרוקט פרומע אידן, און איטשע מאיר האט געהייסן דער דיפלאמאט דער קלוגער, ומי יבוא אחריו, און ויצא העגל הזה,

חאצקעל שניידער » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:15 am

· #260646
שמעון וואלף

איך האב געהערט אז די קול קורא איז געווען עטליכע טעג (אויב נישט מער) אויפ'ן טיש און ער האט דן געווען פינקטליך וואס צו שרייבן דארט, און ער האט טאקע אסאך ארומגעטוישט און די נוסח פונ'ם קול קורא.

איינס האט דער בעלזער רב געשריבן א אייגענע וואס אלע האבן אויפדעם צוגעלייגט זייערע חתימות.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:30 am

· #260650
גאלד: נאר א קליינינקע הערה'לע. און אפשר איז איטשע מאיר יא גערעכט געווען...? ווייל ער האט דאך געזאגט מילתא בטעמא...!

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 3:29 am

· #260667
איך וויל נאר קלאר מאכן א) מיין משפחה וואס וואוינט אין א"י גייען נישט צו בחירות, ב) איך בין אויסדריקליך נישט קיין סאטמארער (ווייט פון דעם), ג) מיין פערזענליכע מיינונג באזירט אויף מיינע ידיעות (איך האב גאר נאנטע משפחה וואס זענען געווען גאר נאנט ביי באלזא'ר רב זיע"א שוין אין יענע יארן) איז אז מען האט נישט פארנארט בעלזא'ר רב.

יעצט צום נושא, דא האב איך געברענגט די בריוו וואס בעלזא רב האט אונטערגעשריבן בנוגע בחירות א. די בריוו האט געשריבן בולגערייער רב ביז די ווארט יעזור וואס איז בכתי"ק פון בעלזא רב, די נוסח איז עפ"י וויאזוי בעלזא רב האט איהם געהייסן און עס שטייט נישט חוב קדוש נאר א לשון נבקש מען בעהט, בולגערייער רב האט געשריבן לשון יחיד אבקש און בעלזא רב הט געטוישט אויף לשון רבים נבקש. ב. עס שטייט דארט א פונקטליכע טעם פאר וואס עס איז וויכטיג צו וואוטען, ווייל מען האט דעמאלטס געמיינט אז מען גייט מאכן א קאנסטעטוציע פאר די מדינה און אויב וועלן זיין פרומע דעפוטאטן וועלן זיי קענען האבן א השפעה אז די מדינה זאל געשטעלט ווערן וואס מער אידישליך (למעשה איז ביז היינט נישטא אין ישראל קיין קאנסטעטוציע אןון עס איז מיוסד אויף די ענגלישע קאנסטעטוציע). ג. אין א בריוו פון י"ב סיון תש"ט צו סקווירא רבי שרייבט בולגערייער רב, איינס אז בעלזא רב אליין איז נישט געגאנגען וואוטען, צוויי אז ער האט געמאכט א גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען אן קיין שום פרעשור אדער פרעמדע השפעה אויף איהם. ד. הרי"מ לווין האט נישט באקומען רשות פון מועצגה"ת צו אריין דיי אין די ממשלה נאר נאך שוין דארט זיין האט ער באקומען רשות אז ער דארף נישט ארויס גיין פון דארט.

איז פון די פאקטן זעהן מיר 1. בעלזא רב האט געבעהטן און נישט געהייסן אדער חוב קדוש לא מיניה ולא מקצתיה נאר א וויכטיגע בקשה (יא אוודאי פאר א בעלזא חסיד איז דאס גענוג כמובן, יעדער חסיד וואלט אזוי געטוהן אבער פארט ווייט פון חוב קדוש). 2. וויבאלד עס שטייט ארויס א סיבה פאר די בקשה, קען סאטמאר רב טענה'ען אנדערש און האבן א אנדערע מיינונג און עס מוז נישט זיין גרייזיג (ביידע זענען נישט גרייזיג, נאר אנדערע סברות וויאזוי איז די ריכטיגע וועג צו טוהן). 3. בולגערייער רב ((וואס איז געווען א נאמן) שרייבט קלאר אז די גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען איז געמאכט געווארן אן קיין פרעשור אדער פרעמדע השפעות אויף איהם. ה. הרי"מ לווין האט כדלעיל אסאך זאכן געטוהן אן פרעגן מועצגה"ת.

די אלע פאקטן זענען באשטעטיגט דורך דאקומענטן און ווערן גוט צולייגט אין די ספר מקטוביץ עד ה' איייר פון צבי וויינמאן

יעצט מיט די בעקראונד קען מען זין נעמען מתווכח זיין צו די חברי כנסת טוהן עפעס אויף אדער נישט
📎 בריוו פון בעלזא רב זיע''א בנוגע בחירות.png

מפוזרי » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:35 pm

· #260732
berlbalaguleh
מפוזרי
די גאנצע הנחה איז א טעות. אגודה האט לכתחילה נישט געשיקט זייערע דעפוטאטן צו שאפן געלט אדער אויפטון פאר'ן ציבור, נאר צו פראקלאמירן דעם שטאנד פון די פרומע אידן אז דער אידישער לאנד דארף זיך פירן לפי חוקי התורה.
פארשטייט זיך אז איינמאל מ'איז אינעווייניג פרובירט מען צו היטן אויף אונזערע רעכטן, אבער ס'איז נישט געווען אריגינעלע סיבה.
אין די צייטן פון בעלזער רב ז''ל האט מען נאך כמעט נישט באקומען קיין געלט, און דאך האט ער געזאגט אז ס'איז אזא מצווה.

מ'רעדט דאך נאר לויט די גרייזיגע שיטה פון די וועלכע האקן אויף די עצם זאך אז ערליכע אידן האבן א רעפרעזענטאציע אין כנסת...!

ליידער האט זיך עס שוין אריינגעכאפט אפילו ביי די אייגענע נציגים, וואס זייערע גאנצע ציל איז צו שאפען וואס מער געלט, און זאל די גאנצע מדינה גיין פייפן.
אבער זיי פארגעסן אז מ'האט זיי געשיקט זיך צו זארגן - טאקע אויך פאר די רעליגיעזע - אבער אויך פאר די אלגעמיינע וואוילזיין פונ'ם לאנד.

מפוזרי » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:49 pm

· #260737
געוואלדיג
שרייב נישט גרייזיגע שיטה, איך בין אויך נישט קיין סאטמאר'ער אבער פארט שרייב ענדערש די אנדערע שיטה, נאך אלעס ווייסן מיר דאך נישט וועם מען האט פארנארט בעלזא'ר רב אדער סאטמאר רב.

ס'נישט קיין שאלה פון סאטמארער רבי ווערסוס בעלזער רב, נאר סאטמאר ווערסוס רובא דרובא גדו''י.
און די הלכה איז ווען ס'דא א מחלוקת צווישן גדולים, אפילו לא הוכרעה ההלכה, אבער דער סוגיא דשמעתתא - ד''ה דאס וואס רוב ת''ח האלטן - איז ווי איינער, הייסט דער וואס פסק'נט ווי דער צווייטער א טועה בדבר משנה.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:19 pm

· #260785
אויסדריקליך נישט אמת, ער הייסט נישט קיין טועה בדבר משנה, פארקערט גאר רבינו הק' האט געברענגט אין משניות דווקא אויך שיטת היחיד כדי אז אויב וועט זיך מאכן יארן שפעטער אז מען וועט איינזעהן זיין סברה זאל מען וויסן אז עס איז געווען א תנא וואס האט אזוי געהאלטן און עס איז נישט ראנג, ווען עס איז דא א מחלוקת איז שייך צו זאגן רבים און יחיד נאר ווען די רבים האבן זיך געזעצט צוזאמען און האבן גע'פסק'נט אנדערש ווי דעם יחיד, א זאך וואס איז אויסדריקליך נישט געווען אין יענע יארן פאר ווער עס איז באקאנט מיט די היסטאריע עיין בספר הנ"ל מתוך פראטאקאלן של אגו"י.

איך רעד נישט יעצט ווער איז גערעכט נאר צו זיין שיטה מוז זיין גרייזיג ווייל אנדערע האבן אנדערש געהאלטן.

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 23, 2015 4:16 pm

· #260818
מפוזרי
געוואלדיג
שרייב נישט גרייזיגע שיטה, איך בין אויך נישט קיין סאטמאר'ער אבער פארט שרייב ענדערש די אנדערע שיטה, נאך אלעס ווייסן מיר דאך נישט וועם מען האט פארנארט בעלזא'ר רב אדער סאטמאר רב.

ס'נישט קיין שאלה פון סאטמארער רבי ווערסוס בעלזער רב, נאר סאטמאר ווערסוס רובא דרובא גדו''י.
און די הלכה איז ווען ס'דא א מחלוקת צווישן גדולים, אפילו לא הוכרעה ההלכה, אבער דער סוגיא דשמעתתא - ד''ה דאס וואס רוב ת''ח האלטן - איז ווי איינער, הייסט דער וואס פסק'נט ווי דער צווייטער א טועה בדבר משנה.


עס איז זייער קלאר אז די צדדים איז א שיקול צווישען בירור הלכה ווערסעס אשר יורוך בלינדעהייט

והא ראי' א ריזיגע ציבור האט היי יאר בויקאטירט צוליב דעם יורוך פון הגר''ש אויערבאך אז מען איז נישט מצווה צו גיין שטימען

נו וואסעפעס זאל נאר הגר''ש אויערבאך האבן א רעכט אויף ככל אשר יורוך, און סאטמאר רבי וואס האט אסאך אריינגעלייגט לברר וללבן הלכתא זו זאל חלילה נישט קריגן די רעכט פון ככל אשר יורוך.

מפוזרי » מאנטאג מערץ 23, 2015 8:26 pm

· #260949
געוואלדיג
אויסדריקליך נישט אמת, ער הייסט נישט קיין טועה בדבר משנה, פארקערט גאר רבינו הק' האט געברענגט אין משניות דווקא אויך שיטת היחיד כדי אז אויב וועט זיך מאכן יארן שפעטער אז מען וועט איינזעהן זיין סברה זאל מען וויסן אז עס איז געווען א תנא וואס האט אזוי געהאלטן און עס איז נישט ראנג, ווען עס איז דא א מחלוקת איז שייך צו זאגן רבים און יחיד נאר ווען די רבים האבן זיך געזעצט צוזאמען און האבן גע'פסק'נט אנדערש ווי דעם יחיד, א זאך וואס איז אויסדריקליך נישט געווען אין יענע יארן פאר ווער עס איז באקאנט מיט די היסטאריע עיין בספר הנ"ל מתוך פראטאקאלן של אגו"י.

איך רעד נישט יעצט ווער איז גערעכט נאר צו זיין שיטה מוז זיין גרייזיג ווייל אנדערע האבן אנדערש געהאלטן.

קוק אין חו''מ סי' כה סעיף ב': טעה בשיקול הדעת.. ולא ידע שכבר פשט המעשה עיי''ש אבער אויב ער ווייסט יא שפשט המעשה איז ער א טועה בדבר משנה. קוק דארט אין די נו''כ.
דאס וואס דו ברענגסט וועגן יחיד ורבים האט נישט אהער, איינער וואס האט אליינס מברר געווען דעם ענין און ער איז א חכם גדול גמיר וסביר ויודע להכריע כדברי האחד בראיות ברורות ונכוחות מעג גיין קעגן סוגיא דשמעתא, אבער איינער וואס איז נישט אזא בר הכי מוז פסק'נען ווי די סוגיא דשמעתא. קוק אין רא''ש סנהדרין פ''ד סי' ו'.
אין אנדערע ווערטער, דער סאטמארער רבי אליינס מעג זיך קריגן מיט אלע גדו''י אויב ס'קומט אים אזוי אויס, און ער איז נישט עובר אויף אחרי רבים להטות. אבער איינער וואס קען נישט אליינס מכריע זיין מוז אננעמען דעת הרוב, און יא, ער קען אננעמען אז די אנדערע דעה איז גרייזיג.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:10 pm

· #260966
[ציטאט אראפגענומען]

אין ספר מסעות ישעי׳ פון ר׳ ישעי׳ גראס קערעסטירע רבי וואו ער באשרייבט די נסיעה פון סאטמער רב תשט״ו ,וואס אגב איז דאס א ספר וואס איז ווערט צוליינען , ברענגט ער דארט וואס ער האט געהערט מפ״ק פון רבין אז ווען ער איז געווען ביים רב אוןער האט געבעטען אלע זאלן ארויסגיין האט דער בעלזער רב געפרעגט שלום אויך האט ער מסכים געווען און סזענען דארט געווען שלום פויגל מיט יוסל אשכנזי , שרייבט ער דארט אז ער האט געפרעגט שפעטער דעם רבין פארוואס ער איז איינגעגאנגען דערויף דער פלאן איז דאך געווען צו רעדן ביחודות האט ער גיענפערט אז ווען דער רב האט געפרעגט האט ער געזען אז די רב וויל אז שלום זאל בלייבן ,און אויך וויבאלד ער האט שווער פארשטאנען וואס די רב זאגט איז בעסער אז שלום איז דארט ,איך שיהי׳ האט ער דאך געזאגט אלעס וואס ער האט געהאט צו זאגן און די רב האט געהערט.

איך אויך » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:19 pm

· #261047
דאס אידאך דער ספר מיטן באקאנטן בילד פון די בוים אין מירון ''כאן עשה רבינו צרכיו''.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:22 pm

· #261050
דעטס רייט

חאצקעל שניידער » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:57 pm

· #261089
צו געוואלדיג :אז בעלזער רב האט געזאגט אז כדי אויפטון פאר אידישקייט מעג מען דארטן זיצען איז פאר יעדע אויפטו און אודאי פאר די אויפטו פון ישיבות און ת״ת וואס וואו איז דא א גרעסערע אויפטו? עכ״פ אן איסור פון יהרג ועל יעבר האט ער זיכער נישט געהאלטען איז פארוואס מחדש זיין נייע איסורים ?
ב.די צעטל וואס דו האסט געברענגט דאס איז פון די בחירות תש״ט אבער ביי די בחירות תשט״ו וואס די רב האט געחתם׳עט אויף א פאראויס געשריבענע צעטל איז טאקע נישט געשטאנען חוב קדוש אבער חובה קדושה איז יא געשטאנען און הערש וואלף פרידמאן שרייבט אז ״ הדגיש מרן את המילים חובה קדושה שבקול קורא״ נאך שרייבט ער ״על כל מילה ומילה שנכתב בקול קורא ישבמרן זצ״ל משך זמן רב לפעמים תיקן מילה או מחק מילה עד שיצא הקול קורא מתחת ידו״ .

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:11 am

· #261101
א וודאי איז געווען א מחלוקת פון סאטמאר רב מיט בעלזא רב אבער מען דארף וויסן די פאקטן פאר מען רעדט און קענען רעספעקטירן א צווייטער גדול וואס האט געהאלטן אנדערש פון מיין גדול און שרייבן וועגן איהם מיט רעספעקט.

חאצקעל שניידער » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:53 pm

· #261889
Re: וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
איך אויך
דאס אידאך דער ספר מיטן באקאנטן בילד פון די בוים אין מירון ''כאן עשה רבינו צרכיו''.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:14 am

· #261897
לייג דאס בילד אויפן אלטן טראדיציאנאלן ועג וועלן מיר דאס קענען זעהן

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:57 am

· #261912
תסביר, כהאב עס נישט געקענט לייגען ביז יעצט וועגן סהאט מיר געזאגט אז סאיז צו גרויס נאר היינט מיט די נייע עפפ איז עס געגאנגען.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:07 am

· #261917
ווען דו לייגסט מיט די נייע עפפ קען איך נישט זעהן די בילדער, אויף די אלטע וועג אויב האסטו א בילד וואס איז צו גרויס עפן דאס מיט Microsoft office 2010 און דארט איז דא א מעגליכקייט פון edit pictures און דארט ביי Resize מאך קלענער די בילד למשל נאר 90% וועט דאס שוין ארויף גין אי"ה

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:10 am

· #261918
סארי מייו קאמפיוטער איז צובראכן היינט כהאף מארגן אי״ה בלי״נ, ועוד חזון למועד צו ברענגען נאך אינטערסאנטע זאכן פון דארט .

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:19 am

· #261922
יישר כח

באשטעטיגט » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 9:36 am

· #261955

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 7:21 pm

· #262147
איינס
📎 image.jpg
בלאט: 1 2