תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8831
תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
שוין יארן לאנג וואס די קשיא קוועטשט מיר, און כ'האב נאך נישט געהערט א תשובה מספיקה דערויף, ס'איז ידוע אז אין חז"ל איז דא פשט ודרש, וואס איז נוגע דרש זענען פארהאן דרשות וואס ווערן אין חז"ל בעצם נישט פאררעכענט ווי דרשות לצד הפשט נאר די דרשות זענען בעצם מגלה די פשט הפשוט אזוי איז דאס מיט די אלע מדרשי הלכה וואס זענען מברר די פשט הפשוט לאור די י"ג מדות שהתורה נדרשת, אין די פאל פון מדרשי הלכה איז א דבר פשוט אז ס'איז טאקע נישט שייך די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו, ווייל די פשט וועט סותר זיין די דינים און הלכות וואס די תורה לערנט, און אט דאס איז געווען מיט די צדוקים וואס זיי האבן חולק געווען אויף די קבלה און דרכי הדרש און דערפאר האבן זיי געלערנט דוקא לפי פשוטו של מקרא און דערפאר האבן זיי חולק געווען אויף די דיני המצוות וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט.
ווען ס'קומט אבער צו מדרשי אגדה (ובאמת שייך לפעמים גם לגבי מדרשי הלכה) דאן איז שייך צו זאגן דעם חילוק פון "זהו פשוטו של מקרא ורבותינו דרשו וכו'" ווייל יא מ'קען לערנען יעדען פסוק בשבעים פנים און מ'קען דאך פון יעדן פשט ארויסלערנען עפעס א לימוד אדער הוראה אין מחשבה און פנימיות, און דאן איז פארשטייט זיך גילטיג דער כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו.
טייל פרשני התורה פון די גאונים און ווייטער האבן -ווייזט אויס בהשפעת הקראים- אנגעהויבן עוסק זיין און מפתח זיין דעם דקדוק המקראי וואס איז ביז דאן נישט געווען פורמאליזירט און האבן למעשה אויך אנגעהויבן מפרש זיין לפי פשוטו של מקרא אויף א ראדיקאלן אופן.
די אבן עזרא איז מפורסם אז מערערע מאל איז ער מפרש שלא על פי הקבלה, טייל מאל פארשלייערט מיט רמזים און סודות, ווידעראום טייל מאל קערט ער וועלטן דוקא זיך מבטל זיין לדעת המעתיקים באגלייט מיט שטעך ווערטער קעגן די מפרשים שלא על פי הקבלה.
ס'איז דא עטליכע המלצות אויפן אבן עזרא צובש"פ דאס וואס די חיד"א איז מוכיח אז פון דעם וואס די רמב"ן איז דוקא נישט משיג אויף זיין גאר קאנטראווערסיאלע שטיקלעך איז מוכח שלא היה למראה עיני הרמב"ן וידי זרים שלטו בה, למעשה איז די טענה אן אינטערסאנט טענה, אבער זעט נישט אויס אז ס'זאל דוקא נתקבל ווערן, והא ראיה ס'איז קיינעם נישט בייגעפאלן דורכצוזיפן דעם פירוש פון אבן עזרא.
ס'איז דא נאך א מהלך וואס מ'נעמט, און דאס איז וואס די מהרש"ל ברענגט אז דער אבן עזרא איז טאקע געווען אן ענק רוח א גדול בשירה ופיוט און מדקדק, אבער איז דאך נישט געווען קיין "תלמודי" ס'הייסט ער איז פשוט נישט געווען קיין ת"ח (דרך אגב, א שפראך וואס איז פרעמד אין די אכשר דרא'דיגע חרדישע וועלט)
די קשיא איז אבער אזא איינער ווי די רשב"ם (ובאמת יש עוד דוגמאות) וואס איז לכל הדעות יא געווען א תלמודי, ער איז דאך פון די בעלי תוספות און פרשנים אין מערערע מסכתות בש"ס, און ווי ווייט איך ווייס איז נישטא וואס טענה'ן אז ידי זרים שלטו בה (נאר אין די אנפאנג סדרות) וויאזוי קען ער מפרש פסוקים זיין נגד הלכה, מילא אז ער איז מפרש וקשרתם לאות על ידיך והיו לטוטפת בין עינך בדרך אלגוריה, נישט געפערליך ווייל די פשט הפשוט איז נישט סותר די מצווה פון תפילין, לכל היותר טוט עס נישט שטיצן די מצווה, און אזוי איז דא אנדערע דוגמאות.
איך וויל זיך אבער באציען צו עטליכע פסוקים אין די פארגאנגענע וואך פרשה, שטייט אין פסוק ויאמר השם אל משה אמר אל הכהנים בני אהרן ואמרת אלהם לנפש לא יטמא בעמיו, כי אם לשארו הקרב אליו לאמו ולאביו ולבנו ולבתו ולאחיו ולאחתו הבתולה הקרובה אליו אשר לא היתה לאיש לה יטמא, לא יטמא בעל בעמיו.
לויט די פשט פון חז"ל וואס רש"י ברענגט טאקע מעג א כהן זיך מטמא זיין לאשתו, און זיי לערנען אז שארו זו אשתו, און דאס וואס ס'שטייט לא יטמא בעל בעמיו, באציט זיך דוקא באשתו פסולה, די פשט איז זיכער נישט לפי פשוטו של מקרא, (אויך אין יחזקאל ווערט נישט אויסגערעכנט אשתו צעווישן די וואס מ'מעג זיך מטמא זיין)
דער אבן עזרא שרייבט כי אם לשארו הקרוב אליו. היה נראה לנו כי פירושו כמו איש איש אל כל שאר בשרו שם כלל ואחר כן פרט לאמו ולאביו: וטעם בעל בעמיו. שלא יטמא הבעל באשתו וכאשר ראינו שהעתיקו רבותינו כי יטמא לאשתו ושמו לשארו כדרך אסמכתא כאשר פירשתי במלת לעם נכרי ואמרו כי פירוש בעל גדול שהעם ברשותו כמו בעליו אין עמו בטל הפירוש הראשון.
זעט מען ווי דער אבן עזרא ברענגט טאקע קודם די פשוטו של מקרא אבער ווארפט אים אפ וויבאלד ס'איז סותר די פירוש המקובל פון חז"ל.
ווידעראום די רשב"ם שרייבט לא יטמא בעל בעמיו. שום בעל בעם הכהנים לא יטמא לאשתו: להחלו. שהרי מתחלל מכהונתו, ולפי דברי חכמים. לא מטמא לאשתו פסולה וחללה אבל מטמא לאשתו כשירה.
דאס הייסט אז ער ברענגט פשוט צוויי פירושים, איינס די פשוטע פשט וואס בלייבט ביי אים לעגעטים, און דערנאך ברענגט ער וויאזוי חז"ל לערנען פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?
ס'הייסט אז פרשנות איז בעצם א פאליטישע שפיל און דער רשב"ם האט זיך נישט צוגעשטעלט?
דו פרעגסט צו דו ענטפערסט ?
כ'ענטפער מיט א פראגע.
זייט אייך בעסער מסביר.
איך פארשטיי נישט לגבי וואס איז נוגע די מאטיוון פון חז"ל, איך האב בכלל נישט גערעדט פון דעם, איך האב סך הכל גערעדט פון דעם פאקט אז חז"ל זענען לאו דוקא מפרש ע"פ פשוטו של מקרא, ווייל זיי נעמען אויך אריין די דרכי הדרש מגלה צו זיין די פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?
די צוועק הייסט אמת, און ער האט געהאלטן אז דער אמת'ער פשט איז פשוט פשט. עס דארף נישט האבן קיין "לימוד" צו זיין אמת און דער אגענדע דארף נישט זיין רעאקציאנעריש. איי ס'איז זיך סותר חז"ל? אלא מאי ער האט געהאלטן אז הלכה איז הלכה און אמת פשט איז אמת פשט, און איינס איז נישט סותר די צווייטע.
יידל, צום באדויערן האסטו געליינט צו שנעל און נישט געכאפט וואס איך האב געוואלט באווארענען אינעם אויבנדערמאנטען ציטאט, וואס איך האב געמיינט, איז פשוט מחלק זיין פון אנדערע סארט פלעצער ווי די רשב"ם למשל איז מפרש שלא ע"פ מדרש הלכה, לדוגמא וקשרתם לאות על ידיך וגו' לויט די קבלה באציט זיך די פסוק צו די מצוה פון תפילין פונדעסטוועגן האט דער פירוש הפשוט א לימוד און הוראה ע"ד המוסר וע"ד שאמר שלמה קשרם על לוח לבך ענדם על גרגרותיך און דאס האט נישט קיין הגבלות פון לילה ושבת לאו זמנו ממילא איז דא א געוויסע לימוד לצד די דרש, משא"כ דא איז דאך נישטא קיין שום לימוד אדער הוראה סיידן דאס פארקערטע ווי די הלכה און טאמער איז די פשט הפשוט אמת דאן איז אוממעגליך פארן דרש צו זיין אין די זעלבע צייט אמת.
שאלה גדולה שאלת בכלליות לגבי פשטני המקרא וכבר רמזת בדבריך ש''פשוטו של מקרא'' של הראב''ע ורשב''ם נובע מיסודות וכללים שהעמידו הקראים
[ ובניגוד להרמב''ם, אבן-כספי, רלב''ג, ומקצת מן הגאונים שפירשו המקרא על אדני הפילוסופיה שאע''פ שלפעמים דבריהם נוגדים דברי חז''ל , אינו דומה כלל, ואינו אלא על דרך אמרם ז''ל ''קבל את האמת ממי שאמרו'' , (דבר שא''א לומר על הקראים, והבן) וכמו שכבר כתב הגאון רבי שמואל בר חפני (הובא ברד''ק שמואל-א כח כד) וז''ל
אף על פי שמשמעות דברי החכמים ז"ל בגמרא כי אמת היה שהחיתה האשה את שמואל, לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל.
(וכמובן אי אפשר לומר כן על הקראים, וכנ''ל)
דרך אגב יצוין מש''כ עליו חתנו רב האיי גאון בתשובה (תשוה"ג ליק צט) שלא האמין בשום דברים על-טבעיים כניסים וכישוף זולת מה שמוכרח מן הכתוב .
כן יש לציין שהראב''ע בהקדמתו על התורה מגנה את פירושו של רבינו שמואל ]
והדברים ארוכים ומה גם שלא עלה בידי לסדר דברים ברורים ממילא לא אעלה מצודתי כאן על שולחן מלכים
אבל מה שהביא לדוגמא על זה
נהורא נפישא
ווידעראום די רשב"ם שרייבט לא יטמא בעל בעמיו. שום בעל בעם הכהנים לא יטמא לאשתו: להחלו. שהרי מתחלל מכהונתו, ולפי דברי חכמים. לא מטמא לאשתו פסולה וחללה אבל מטמא לאשתו כשירה.
דאס הייסט אז ער ברענגט פשוט צוויי פירושים, איינס די פשוטע פשט וואס בלייבט ביי אים לעגעטים, און דערנאך ברענגט ער וויאזוי חז"ל לערנען פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?
לא קשה כל כך, דיש לומר דסבירא ליה כשיטת הרמב''ם הלכות אבל פ''ב הלכה ז
אשתו של כהן מתטמא לה על כרחו ואינו מטמא לה אלא מדברי סופרים, עשאוה כמת מצוה, כיון שאין לה יורש אלא הוא לא תמצא מי שיתעסק בה . עיי''ש
הרואה יראה שגם הרמב''ם פירוש הפסוקים האלו כהרשב''ם אלא שחז''ל שינוי את דינו של תורה מחמת ההכרח .
ודברי רבינו הרמב''ם ז''ל כאן הם יסוד גדול למבינים
מור וקציעה, הפלא ופלא די רמב"ם וואס דו צייכענסט צו, לויט ווי איך דענק טאקע באנוצט זיך די רמב"ם מערערע מאל מיטן אויסדרוק דברי סופרים אויף דינים שאינם מפורשים במקרא, לפ"ז קען מען אפשר מעיין זיין אז פשוטו של מקרא בלייבט אלס דער אמת'ר פשט און אלע דרשות חז"ל זענען בעצם אסמכתות, אין מערקט ווי דער אבן עזרא ריפט דאס אויך אן אן אסמכתא, לויט דעם דארף מען נאך פארענטפערן וואס עס מיינט מדאורייתא וואס מ'געפינט גענוג אין גמ' אויף דינים שאינם מפורשים במקרא, ווי אויך איז שוין דערמאנט אין גמ' זעלבסט א חילוק צעווישן א דרשה גמורה אין אן אסמכתא, ולהעיר אז בעצם זענען די מחלוקת פון די פרושים און צדוקים קיינמאל נישט איבער דינים שנלמדו מדרשה רק שחלקו על הפירוש המקורי של "ממחרת השבת" " לא תבערו אש ביום השבת" או בשאר גזירות ותקנות, וואס דאס איז אפשר א שטיקל ראייה אז חז"ל האבן אויך באטראכט די דרשות ווי נישט ממש קיין גילוי לפשוטו של מקרא נאר אלס א געוויסע אסמכתא, ממילא האט דאס נישט איבערגעלאזט פלאץ פאר מחלוקת, ס'איז א געוואגטע חידוש ועדיין צריך בירור.
נהורא נפישאיידל, צום באדויערן האסטו געליינט צו שנעל און נישט געכאפט וואס איך האב געוואלט באווארענען אינעם אויבנדערמאנטען ציטאט, וואס איך האב געמיינט, איז פשוט מחלק זיין פון אנדערע סארט פלעצער ווי די רשב"ם למשל איז מפרש שלא ע"פ מדרש הלכה, לדוגמא וקשרתם לאות על ידיך וגו' לויט די קבלה באציט זיך די פסוק צו די מצוה פון תפילין פונדעסטוועגן האט דער פירוש הפשוט א לימוד און הוראה ע"ד המוסר וע"ד שאמר שלמה קשרם על לוח לבך ענדם על גרגרותיך און דאס האט נישט קיין הגבלות פון לילה ושבת לאו זמנו ממילא איז דא א געוויסע לימוד לצד די דרש, משא"כ דא איז דאך נישטא קיין שום לימוד אדער הוראה סיידן דאס פארקערטע ווי די הלכה און טאמער איז די פשט הפשוט אמת דאן איז אוממעגליך פארן דרש צו זיין אין די זעלבע צייט אמת.
ניין, איך האב נישט שנעל געליינט. כ'האב מלכתחילה נישט מסכים געווען צו דיין הנחה אז פשוטו של מקרא קען מען נאר דרש'ענען אויב עס איז דא א לימוד אדער הוראה. איך בין אויך מחולק מיט דיין פאלגנדע הנחה:
טאמער איז די פשט הפשוט אמת דאן איז אוממעגליך פארן דרש צו זיין אין די זעלבע צייט אמת.
די דרש איז אמת ווייל דאס איז וואס חז"ל לערנען אונז און חז"ל האבן די סמכות צו קובע זיין די פשט להלכה. אין די זעלבע צייט איז דאס אבער נישט דער אמת'ער פירוש פון די ווערטער וואס שטייט אין די תורה. ומקרא מלא דרשו חז"ל "וכפטיש יפוצץ סלע מה פטיש זה נחלק לכמה ניצוצות אף כל דיבור ודיבור שיצא מפי הקב"ה נחלק לשבעים לשונות" הייסט דאס אז עס מעגליך אז איין דיבור זאל האבן עטליכע אמת'ע פירושים אפילו ווען איינס איז סותר דאס אנדערע, וידוע מחלוקת הראשונים בענין אלו ואלו דברי אלוהים חיים, אויב עס איז שייך לגבי סתירות בפסק. דער רשב"ם האט ווייזט אויס געהאלטן אז עס איז שייך אפילו ווען די צוויי זענען סתירות.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
אווי יידל זאגט, מהיכי תיתי אז לגבי הלכה איז דער דרש די פשט אין פסוק? כמדומני פשוט שלא היה ולא נברא. פשט איז פשט, והדרש תדרש. הן לגבי הלכה הן לגבי אגדה. מ'דארף וויסן וואס פונקטליך די מימרא "אין מקרא יוצא מידי פשוטו" קומט זאגן, צי דאס איז א כלל, א רול אין דרש אז דער דרש מוז זיין מתואם מיטן פשוטו של מקרא, כ'מיין אז נישט דאס איז די כוונה.
ואגב, דאס מפרש זיין לפי פשוטו של מקרא איז דוקא רש"י דער פיאנער, און עס איז שווער צו זאגן אז דאס איז געקומען אונטערן איינפלוס פון די קראים. (אוודאי ברענגט ער דרשות חז"ל, און איז לכתחילה מעדיף - אפילו לגבי אגדה - א פשט פון חז"ל ווי לאנג עס קען נאך גיין, אבער אויב זעט ער עס גייט נישט זאגט ער וואס ער האלט לפי הפשט. און דער רשב"ם ברענגט שוין בשמו אז אויף דער עלטער האט ער אים געזאגט אז מען דארף ווען מאכן דעם פירוש נאך מער לפי הפשט).
די קשיא וואס איך פרעג איז מרפסין איגרא און קיינער האט דאס נאכנישט פארענטפערט, אנשטאטס האט מען פארקירעוועט דעם שמועס צו סימענטיקס, צו די ערשטע פשט אין רשב"ם גייט אריין אין די דעפעניציע פון וואס חז"ל וואלטן געריפן פשט, און אז די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו איז גילטיג, אז איר ווילט זייער אז יא, האט איר נאכאלטץ נישט געענטפערט וואספארא תועלת האט א פשט וואס איר איינציגע ציל איז סותר זיין הלכה, און וואס קומט מיר די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו זאגן דא.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
מור וקציעהשאלה גדולה שאלת בכלליות לגבי פשטני המקרא וכבר רמזת בדבריך ש''פשוטו של מקרא'' של הראב''ע ורשב''ם נובע מיסודות וכללים שהעמידו הקראים
[ ובניגוד להרמב''ם, אבן-כספי, רלב''ג, ומקצת מן הגאונים שפירשו המקרא על אדני הפילוסופיה שאע''פ שלפעמים דבריהם נוגדים דברי חז''ל , אינו דומה כלל, ואינו אלא על דרך אמרם ז''ל ''קבל את האמת ממי שאמרו'' , (דבר שא''א לומר על הקראים, והבן) וכמו שכבר כתב הגאון רבי שמואל בר חפני (הובא ברד''ק שמואל-א כח כד) וז''ל
אף על פי שמשמעות דברי החכמים ז"ל בגמרא כי אמת היה שהחיתה האשה את שמואל, לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל.
(וכמובן אי אפשר לומר כן על הקראים, וכנ''ל)
דרך אגב יצוין מש''כ עליו חתנו רב האיי גאון בתשובה (תשוה"ג ליק צט) שלא האמין בשום דברים על-טבעיים כניסים וכישוף זולת מה שמוכרח מן הכתוב .
כן יש לציין שהראב''ע בהקדמתו על התורה מגנה את פירושו של רבינו שמואל ]
והדברים ארוכים ומה גם שלא עלה בידי לסדר דברים ברורים ממילא לא אעלה מצודתי כאן על שולחן מלכים
אבל מה שהביא לדוגמא על זה
נהורא נפישא
ווידעראום די רשב"ם שרייבט לא יטמא בעל בעמיו. שום בעל בעם הכהנים לא יטמא לאשתו: להחלו. שהרי מתחלל מכהונתו, ולפי דברי חכמים. לא מטמא לאשתו פסולה וחללה אבל מטמא לאשתו כשירה.
דאס הייסט אז ער ברענגט פשוט צוויי פירושים, איינס די פשוטע פשט וואס בלייבט ביי אים לעגעטים, און דערנאך ברענגט ער וויאזוי חז"ל לערנען פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?
לא קשה כל כך, דיש לומר דסבירא ליה כשיטת הרמב''ם הלכות אבל פ''ב הלכה ז
אשתו של כהן מתטמא לה על כרחו ואינו מטמא לה אלא מדברי סופרים, עשאוה כמת מצוה, כיון שאין לה יורש אלא הוא לא תמצא מי שיתעסק בה . עיי''ש
הרואה יראה שגם הרמב''ם פירוש הפסוקים האלו כהרשב''ם אלא שחז''ל שינוי את דינו של תורה מחמת ההכרח .
ודברי רבינו הרמב''ם ז''ל כאן הם יסוד גדול למבינים
לא הבנתי למה הקראים לא נכללים בכלל זה של קבל את האמת וכו'.
ולגבי דברי הרמב"ם, דברי סופרים רופט ער דאך אייביג אן אלע דרשות, כאטש ער אליין לשיטתו אין ספר המצוות האלט אז תורה חתומה ניתנה און אלע פרטים און הלכות זענען מקובל מסיני און שפעטערדיגע חכמים קענען נישט מחדש זיין קיין דאורייתות לויט א דרש אין פסוק, נאר מאקסימום ברענגען אסמכתות אז זייער דין המקובל איז גערעכט. עכ"פ ווען ער זאגט דברי סופרים מיינט ער דברי תורה ממש. איז טאקע אינטערעסאנט ווייל דא איז דאך עס בעיקר א טריק כאילו, נישט דער דין המקובל אזוי.
בכל אופן, לכאורה האט ער נישט געלערנט די פשוט.פשט אין פסוק לא יטמא בעל בעמיו אז מען טאר זיך נישט מטמא זיין צו די ווייב, ווייל דאן וואלטן חז"ל נישט געגאנגען עוקר זיין דעם מפורש'ן לאו דאורייתא מיט א טריק.
ולגבי עצם הדברים, דער רמב"ם איז ווייט נישט דער איינציגסטער ראשון וואס לערנט דעם מהלך, איך מיין אז דאס איז דער מהלך וואס קומט אויס פון כמה גמרות, נאר רש"י כדרכו ברענגט ער דעם פשוט'סטן דרש, אבער איך מיין אז למעשה איז מער אנגענומען די מהלך וואס דער רמב"ם זאגט.
אגב איז רש"י אוודאי נישט די ערשטע בייצופאלן מפרש צו זיין וואס מער קרוב לפשט ס'האט שוין א טראדיציע מזמן הגאונים, רב סעדיה, דונש, אבן ג'נאח, מנחם, און נאך פילע מדקדקים.
אנאנים, איך בין ממש ערשטוינט וויאזוי מ'קען ליינען און ליינען און פארזעהן אז דאס וואס די ענטפערסט יעצט ווערט שוין דא איבערגעקייט צום ווייסעך וויפלטן מאל, יא דאס אז די רשב"ם ברענגט די ערשטע פשט איז קענטליך אז ער איז זיך מתחשב מיט פשוטו של מקרא, אבער אויף דעם האב איך געפרעגט א קשיא וויאזוי קען ער האלטן פון א פשט וואס די איינציגע הוראה וואס דער פסוק קומט אינז זאגן דערמיט איז נגד הלכה, ווען איז פארשטענדליך אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו, דאס איז דאן ווען די פשט איז נישט סותר דעם דרש און זאגט אן אנדערע הוראה וואס איז נוגע, אבער א פשט וואס די תוצאות פון די פשט קומט אינז זאגן נאר אן הוראה וואס איז נישט אמת "להלכה" אין וואספארא זין קען דאן די פשט זיין אמת ? יעצט קוק איבער וואס די האסט מיר געענטפערט.
איז מען מקיים מצות לימוד התורה מיטן לערנען ממחרת השבת, שבת בראשית ?
עפטער אלל שטימט דער פשט ע"פ דקדוק הלשון ס'איז נאר נגד המסורה והלכה
די תכלית פון א פירוש פשוט איז פרשנות. אמת תכלית לימוד להביא לידי מעשה, אבער ס'איז דא אזא סארט אקאדעמישע געפיל זיך צודעגרונטעווען צום אמת. און דער אמת איז, לפי הפרשנים, אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די כונה פונעם מחבר, ד.ה. הקב"ה, איז געווען כפטיש יפוצץ. און שוין.
אגב, צדוקים האבן יא געגלייבט אין קבלה, נאר נישט אין די קבלת סופרים ופרושים. זיי האבן געהאט זייער אייגענע.
יעצט לאמיר מסכם זיין אלעס וואס מ'האט געענטפערט ביז יעצט.
די קשיא איז געווען "לויטן רשב"ם" וואס האט לכאורה -אלס א תלמודי- געגלייבט ביחס צו די שאלה אויב א כהן מעג זיך מטמא זיין לאשתו, אז ער מעג זיך יא מטמא זיין ושלא כפשטות הכתוב, און פונדעסטוועגן האלט ער אז לפי הפשט, וואס ער האלט לכאורה לעגעטים, שטייט גאר אין די תורה אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין, וואספארא תועלת האט די רשב"ם געקענט האלטן אז די תורה האט פון זאגן א פסוק, עפעס וואס נישט אז ס'זאגט נישט קיין שום הוראה, וואס דעמאלטס וואלט די קשיא נישט געווען אזוי גרויס, אבער מ'רעדט דאך דא פון א פשט וואס זאגט גאר אן הוראה נגד הלכה.
יידל- ווייל ס'איז אויך אמת אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין פאר זיין פרוי, כאטש להלכה איז עס טאקע נישט אמת אבער ל...... איז עס יא אמת
אנאנים- כדי צו געבן א געלעגנהייט אז מ'זאל קענען מקיים זיין די מצווה פון לימוד התורה (און אה"נ די תורה וואלט געקענט שרייבן אז מ'מעג גנב'נן, און נישט אז ע"פ הלכה מעג מען נאר כדי מקיים צו זיין די מצווה פון לימוד התורה)
עזריאל- כדאי צו געבן פארן מענטש אן אקאדעמישע געפיל.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
די קשיא איז א שטארקע און עס פלעגט מיר באדערן. למעשה קען איך רילעיטן צו עדיאל'ס מהלך, איך פיל אויך אזוי ביי א פשט אין פסוק אדער ווען די גמ' זעצט איין א דוחק'דיגן פשט אין א משנה, א.א.וו. איז דא אזא נייגונג צו וועלן לערנען דעם אמת'ן פשט כאטש שלא אליבא דהילכתא.
וואס מיינסטו מיטן אמת'ן פשט, אין וועלכע זין איז עס אמת להמאמינים במסורה ?
און דרך אגב אקאדעמיש זענען די מבקרי המקרא, מער אקאדעמיש.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
עדיאל, וואס דו שרייבסט וועגן די צדוקים איז גאר אינטערעסאנט, ווייל אויב אזוי נאך וואס האט מען זיי פארשריגן און מפיק געווען
מבי מדרשא? לויט ווי דו זאגסט איז דאך עס א לעגיטימע מחלוקה פונקט ווי שמאי און הלל.
נהורא נפישאאיז מען מקיים מצות לימוד התורה מיטן לערנען ממחרת השבת, שבת בראשית ?
אודאי! וואס איז די הווא אמינא אז נישט? (כמובן שלומדים את זה כפירוש הפשט, ולא להלכה).
די רמב"ם שרייבט טאקע מכח דעם ערגעץ אז די צדוקים האבן נישט געגלייבט אין תורה שבכתב אויך נישט, זיי האבן נאר געגלייבט לפנים אז מ'זאל מקבל זיין זייער פאליטישע פירערשאפט,
אקעי יידל, אבער צו וואס פאר א תועלת זאגט אינז דאס די תורה לפי הפשט ?
נהורא נפישאאקאדעמיש זענען די מבקרי המקרא, מער אקאדעמיש.
זייער זייער נישט ריכטיג, זיי זענען נאר מיט איין מטרה צו אוועק מאכן די געטליכקייט פון תורה, גארנישט אקאדעמיש, כידוע.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נהורא נפישאוואס מיינסטו מיטן אמת'ן פשט, אין וועלכע זין איז עס אמת להמאמינים במסורה ?
און דרך אגב אקאדעמיש זענען די מבקרי המקרא, מער אקאדעמיש.
איך מיין נישט דעם אמת'ן פשט לאמיתה, נאר דעם אמת לויטן מרוצת ודקדוק הלשון. ס'איז א תאוה אזא.
יא אוודאי ווייס איך וואס דו מיינסטו, מיין שאלה איז צו די רשב"ם גיט זיך אויס דא א תאווה כאטש ער האלט אז ס'איז נישט ריכטיג פשט
להודיע לברואים רצון הבורא על פי פשט. (להגדיל תורה ולהאדירה? להלכה ולא למעשה? רצה הקב" לזכות את ישראל וכו'?)
אגב, כ'בין נישט זיכער כ'בין מסכים מיט דיין הנחה אז אלעס אין די תורה מוז האבן א דעפענירטער תועלת.
געוואלדיגנהורא נפישאאקאדעמיש זענען די מבקרי המקרא, מער אקאדעמיש.
זייער זייער נישט ריכטיג, זיי זענען נאר מיט איין מטרה צו אוועק מאכן די געטליכקייט פון תורה, גארנישט אקאדעמיש, כידוע.
לא ידוע בכלל. כ'קען עטליכע מבקרים וועלכע האבן נישט די מטרה, אדרבה.
כ'מיין אז די דראפעט'סט זיך אויף גראדע ווענט.
וואס מיינט רצון הבורא ע"פ הפשט.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נהורא נפישאיא אוודאי ווייס איך וואס דו מיינסטו, מיין שאלה איז צו די רשב"ם גיט זיך אויס דא א תאווה כאטש ער האלט אז ס'איז נישט ריכטיג פשט
קענסט פרעגן אייביג אין אונזער גאנצע אוצר הספרים, ווען עס שטייט 'לולי דבריו הייתי אומר' וואס איז די פשט?
איינער וואס ליגט אין דרוש און אין פלפול וועט זיך קיינמאל נישט צוריק האלטן פון שרייבן עפעס וואס איז הונדערט פראצענט נישט ריכטיג, צומאל מצד התוכן עצמו און על פי רוב מצד די מקורות וואס זענען סותר דעם גאנצן בנין, ווייל ער גלייכט די הברקה, די רעיון. די זעלבע זאך איז מיט א פרשן פשטן, ער גלייכט דעם גלאטן פשט.
די שאלה איז, אפשר טאקע ווארפט די רשב"ם אפ דעם ערשטן פשט אזויווי דער אבן עזרא טוט קלאר, אבער ס'איז פארט נישט משמע אזוי.
יידללהודיע לברואים רצון הבורא על פי פשט. (להגדיל תורה ולהאדירה? להלכה ולא למעשה? רצה הקב" לזכות את ישראל וכו'?)
אגב, כ'בין נישט זיכער כ'בין מסכים מיט דיין הנחה אז אלעס אין די תורה מוז האבן א דעפענירטער תועלת.
דאס איז שוין ממש אבסורד, ווייל אויב באטראכט'סטו די תורה (על סמך אז ס'איז א געט'ליכע דאקומענט) אלס אזוינס וואס דו דארפסט נישט ערווארטן אז די ווערטער זאלן מאכן סענס און מ'קען פארדייען צו לערנען א פשט און אין די זעלבע צייט האלטן אז עכ"ז וויל השי"ת פארקערט, דאן וואספאר א שאיפה האסטו בכלל צו ערווארטן אז די תורה זאל האבן א פשט און לאגיק לויט די מענטשליכע גראמאטיק און פסיכיק, מיט אזא מהלך וואלסטו דער ערשטער ווען געדארפט זיך מייאש זיין צו לערנען ע"ד הפשט.
וכמובן איז די שאלה נישט וואס מיר פערזענליך האלטן, די שאלה באציעט זיך דא וואס די רשב"ם האט געקענט האלטן.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נישט דאס מיינט די דרש אויף כפטיש יפוצץ סלע?
ניין. ס'מיינט אז פון איין דיבור קען מען זאגן צענדליגע דרשות און מכוונים אדער א מחלוקה פון בעלי סמכות, אבער נישט אזוינס וואס איז נגד הלכה אליבא דכו"ע.
גראדע דער פסוק זעלבסט פון הלא כה דברי כאש, אויף דעם מכוון, איז שלא על פי פשוטו של מקרא, ס'איז דרך דרש.
נהורא נפישאניין. ס'מיינט אז פון איין דיבור קען מען זאגן צענדליגע דרשות און מכוונים אדער א מחלוקה פון בעלי סמכות, אבער נישט אזוינס וואס איז נגד הלכה אליבא דכו"ע.
גראדע דער פסוק זעלבסט פון הלא כה דברי כאש, אויף דעם מכוון, איז שלא על פי פשוטו של מקרא, ס'איז דרך דרש.
דאס איז שוין ממש אבסורד, ווייל אויב באטראכט'סטו די תורה (על סמך אז ס'איז א געט'ליכע דאקומענט) אלס אזוינס וואס דו דארפסט נישט ערווארטן אז די ווערטער זאלן מאכן סענס און מ'קען פארדייען צו לערנען א פשט און אין די זעלבע צייט האלטן אז עכ"ז וויל השי"ת פארקערט אליבא דמאן דאמרי, דאן וואספאר א שאיפה האסטו בכלל צו ערווארטן אז די תורה זאל האבן א פשט און לאגיק לויט די מענטשליכע גראמאטיק און פסיכיק?
אנאנים, די שאלה איז נאך אלס נישט פארענטפערט, לויטן רשב"ם אויב די פשט איז טאקע ריכטיג, צו וואס האט טאקע די תורה געשריבן ע"פ פשט אזאך וואס איז נגד האמת, און דערפאר זאגט טאקע דער אבן עזרא בטל פירוש הראשון.
יידל, נישט ריכטיג ווייל איך האלט נישט אז די רשב"ם האלט אז ס'קען זיין א לעגעטימע פשט וואס איז סותר הלכה, און דאס איז טאקע מיין פראגע ?
יעדער מאן דאמר האלט דאך אז ער האט מכוון געווען להלכה.
משא"כ די רשב"ם האלט נישט אז די פשט איז נוגע להלכה, ווייל ס'איז נגד הלכה.
לאמיך אביסל בעסער מסביר זיין, ווען א פייטן זאגט "די ביימער זענען געווען ביזן הימל" וואס מיינט דאס על דרך הפשט, אפילו דער מכוון איז דא אלעגאריש, מעג איך נאך מתרגם זיין ווערטערליך דעם גענויעם אפטייטש.
למשל, ביי עין תחת עין, מאכט סענס איבערצוטייטשן א אויג פאר א אויג, ווייל אפי' איך בין מקבל די הלכה, האט עס א פאעטישן אפעקט, דאס זעלבע ביי ועבדו לעולם, איז פונקט אזויווי איינער זאל זאגן it's taking already forever.
אבער דא, איז פשוט און פראסט איבערגעדרייט, לפי הפשט אסור ליטמא לאשתו, ולפי הדרש מותר.
תורה -כל חלק שבו- הוא מלשון הוראה.
התועלת בפשט (גם כ)שסותר את ההלכה הוא בה"יינה של תורה" שבו (סוד שבהפשט, נעוץ תחב"ס וכו)
עיי"ש באריכותנהורא נפישאס'איז דא נאך א מהלך וואס מ'נעמט, און דאס איז וואס די מהרש"ל ברענגט אז דער אבן עזרא איז טאקע געווען אן ענק רוח א גדול בשירה ופיוט און מדקדק, אבער איז דאך נישט געווען קיין "תלמודי" ס'הייסט ער איז פשוט נישט געווען קיין ת"ח (דרך אגב, א שפראך וואס איז פרעמד אין די אכשר דרא'דיגע חרדישע וועלט).
דער אבן עזרא אליין שרייבט דאס, אז ער איז נישט בקי בתלמוד. (פרעג מיך נישט ווי ווייל איך געדענק נישט)
[ציטאט אראפגענומען]
לשיטתך , ''עשאוה כמת מצוה'' , ווער האט עס געמאכט פאר א מת מצוה ? און פארוואס ?
די רמב"ם איז א געוואלדיגע מציאה, און איך הייב אן קלערן אז אפשר קען מען דא זען א געוואלדיגע יסוד איבער די דרך הלימוד פונעם רמב"ם בהקדם עטליכע הקדמות.
א) די רמב"ם אויף מערערע פלעצער דרוקט זיך אויס אויף דינים הנלמדים מדרשות גמורות, אז זיי זענען מדברי סופרים, ס'איז קלאר אז די רמב"ם מיינט עפעס דערמיט און ס'איז נישט סתם נאך א וועג וויאזוי אנצוריפן א געוויסע קאטאגאריע פון דאורייתא'ס, די מפרשי הרמב"ם האבן נישט מצליח געווען לכוון דעתו ווי אויך אראפצושטעלן כללים ווען און וואספארא אופן די רמב"ם באנוצט זיך מיט די לשון.
ב) די רמב"ם'ס מהלך אין לערנען פשט אין די פסוקים, כאטש ס'איז נישטא פון אים א פירוש על התורה, זעהט מען דאס אבער קלאר פון זיין חיבור משנה תורה ווי ער איז מרחיב הדיבור מיט די דינים הפשוטים המבוארים בתלמוד, אבער אן אינטערסאנט זאך, די רמב"ם וועט קיינמאל נישט ברענגן קיין מאדנע דרשות, פארקערט גאר, די רמב"ם איז אפט מצליח מוכיח צו זיין אסאך דינים מיט פשוט'ע ראיות פון פסוקים, אסאך מפרשי הרמב"ם מיטשען זיך מיט דעם פון ווי נעמט די רמב"ם זיינע לימודים.
ג) די רמב"ם שרייבט במק"א אז די דינים ווערן נישט באמת ארויסגעלערנט פון די דרשות חז"ל, נאר פארקערט חז"ל דרש'נן דרשות צו דינים המקובלים.
לפ "ז איז זייער פארשטענדליך, די רמב"ם אנאלאזירט די פשטות הכתובים צו קענען אקאמאדירן די פילע דינים המקובלים, און די זעלבע צייט פרובירט ער עס דוקא מוכיח צו זיין פון פשט, איז קען זיין אז דארט ווי די פשטות הכתוב איז מנוגד צו די דינים המקובלים, איז דאס אליין א שטארקע הוכחה אז ס'מוז זיין מדברי סופרים.
יעצט דא ביי די דין פון א כהן ליטמא לאשתו זענען די פשטות הכתובים מורה אז נישט, און אזוי איז קלאר משמע אין ספר יחזקאל, אלא מאי מוז מען זאגן אז ס'איז א תקנת חכמים, ובתוספת נופך ס'איז דאך ידוע אז חז" ל האבן מתקן געווען צוגאב צו די תורה'דיגע התחייבות מאיש לאשתו פון שאר כסות ועונה, דאס אז א מאן איז מחוייב בקבירת אשתו אם מתה, זעט מען דאך אז די התחייבות איז דאך א דרבנ' דיגע התחייבות, און חז"ל האבן נישט געוואלט אויסשליסן א כהן פון די התחייבות.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
די חיוב קבורה מיינט נישט אז מען דארף זיך אליינס מטמא זיין, נאר מען דארף עס אראנזשירן און באצאלן די קאסטן. סאו א כהן איז זעלבסט פארשטענדליך נישט פטור פון דעם חיוב אפילו מ'זאל זיך נישט טארן מטמא זיין.
די מפרשי הרמב"ם האבן זייער קלאר מגדיר געווען וואס ער רופט דברי סופרים, און דוקא דא ביי די ענין איז עס נישט די קלאסישע דברי סופרים ווייל דא איז עס נישט קיין דרש נאר מער א טריק.
די מהלך אז דער רמב"ם איז נישט מקפיד צו ברענגען דעם פונקטליכן דרש לשיטתי' אז מ'האט ממילא אלע דינים מקובל און די פונקטליכע מראה מקום פארן דרש איז לאו דוקא, איז זייער א שיינע. ש"י. אייגנס?
איך האב נישט קיין צייט דורכצוליינען דעם גאנצן אשכול. אבער מ'האט שוין דערמאנט אז ע' פנים לתורה? דאס איז דאך דער גאנצער געדאנק פון א הימלישער טעקסט, אז גענוי ווי דער אויבערשטער קען זיין סיי גוט און סיי שלעכט אויפאמאל, סיי אויף מזרח און סיי אויף מערב, אזוי קען זיינע שריפטן באדייטן X און Y (אנדערע זאגן Y און U) צו די זעלבע צייט.
אויף די קשיא פונעם בעל האשכול 'תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע''פ פשוטו של מקרא' האב איך אמאל געזאגט א בדרך משל ווען עמיצער דארף שיקן א בריוו קאודירט מיט רמזים וועט ער שרייבן דעם בריוו אויף א אופן וואס ווען אן אנדערער מענטש ליינט דאס זאל זיך עס ליינען פליסיג ווי כאילו ער שרייבט וועגן דעם וועטער וכדומה, און דער וואס ווייסט וויאזוי צו ליינען די קאודס וועט שוין פארשטיין וואס עס ליגט בפנימיות, און וואס בעסער דער שרייבער איז אלס בעסער קען ער שרייבן די חיצוניות'דיגע חלק אז עס זאל ממש שטימען יעדעס ווארט, דעריבער ווען דער באשעפער אליינס שרייבט איז זיכער אז יעדעס ווארט דארף שטימען הונדערט פראצענט ע''ד הפשט ולפי כללי הדקדוק, כאטש די אמת'ע כוונה קען זיין בדרך דרש, עפ''י קבלה, מוסר, חסידות, אדער וואס אימער.
ועפ''י חסידות, פארוואס קען נישט זיין אז עס איז דא א עולם הפשט און די ראשונים זענען געווען משורש זה, פונקט ווי עס איז פארהאן שבעים פנים לתורה וואס זענען זיך סותר איינער מיט'ן צווייטן, אלעס זאל מען קענען זאגן אויסער פשוט פשט?.
ועפ''י מחקר, די תורה איז געגעבן געווארן פאר יודן 3 טויזנט יאר צוריק אין א שפראך וואס זיי האבן גערעדט, מוז דאך זיין אז דאס איז געשריבן געווארן אויף א אופן וואס זיי האבן געקענט ליינען און פארשטיין, כמו שנאמר ולמדתם אותם ושמרתם לעשותה, אויב דאס איז נאר געווען א געוויסע פארהוילענע כתב וואלט די תורה געקענט געגעבן ווערן אויף אראביש, און מיר וואלטן געקענט פארפאקן דעם חומש אין שאנק און לערנען נאר גמרא כמו שנהוג בקצת מקומות.
וע''ד סוד, שוין ס'איז דאך א סוד..
דעת תורה, אמת אז קבורה מיינט נישט אז מ'דארף זיך זעלבסט מטפל זיין בקבורה, אבער היות מיר זעהן אז די תורה האט מתיר געווען פאר די ששה קרובים מכח קירבות כאטש מ'קען דינגען אנדערע דאס צוטאן קען זיין די סברא אז ווען חז"ל טוען פארשטארקן די התחייבות און קירבות בין איש לאשתו רעכנט דאס אויך אריין אז דער כהן זאל זיך אליין קענען מטפל זיין ומטמא זיין לאשתו
בנוגע ווען די רמב"ם באנוצט זיך מיטן אויסדרוק דברי סופרים, שרייב דעם כלל און מיר וועלן זעהן אויב דאס שטימט.
יאיר, איך וויל זיך נישט מטריח זיין איבערצוקייען פון פריער אלעס איך וואלט דיר ענדרעש מטריח געווען במחילה צו ליינען פון פריער, אבער בקיצור וועל איך עס אראפלייגן אזוי, בהנחה אז די תורה איז א ג-ט'ליכע שפראך און קען דערפאר געבן צוויי ציווים ניגודיים בבת אחת, ווי למשל יא גנב'נן- נישט גנב'נן און איך נעם אן אז להלכה די ציווי פון נישט גנב'נן, דאן אויף וואס באצוהט זיך די ציווי פון יא גנב'נן, ס'איז פשוט גערעדט טערקיש און איז אויסגעליידיגט פון סיי וואס א ציל, ובפרט ווען די ציווי פון יא גנב'נן לערנסטו נישט פונעם הימלישן מהלך אינעם טעקסט נאר פון די מענטשליך- פסיכישע גראמאטישע שפראך באנוץ, און נאך אלעם האט אינז גאט נישט געגעבן קיין הוראות וויאזוי מ'גייט זיך אים אין פשט, ס'איז אלס אינזער אייגענע אנאליזירונג און פארשטאנד.
מיימון, דו זאגסט גוט וואס איז נוגע בדרך כלל אבער באציעסט זיך נישט ספעציפיש צום אויבנדערמאנטען פראגע.
נהורא נפישא, איך פארשטיי נישט גענוי וואס דיין פירכא איז. קודם כל, דער פשט פון יא גנב'ען האט א באדייט פאר זיך, ווייל ס'איז איינע פון די פשטים פון דעם פסוק, ס'דארף נישט האבן א באזונדערע משמעות אויף למעשה. דאס איז די גאנצע פוינט פון א הימלישע טעקסט. והשנית, פארוואס קען נישט זיין אז דער פשט האט אויך עפעס א באדייט, ווי למשל אז באמת וואלט מען יא געדארפט טון עין תחת עין וכו' אבער מ'זאל עס נישט טון למעשה, ממילא איז יעדע אמת אין זייער קאנטעקסט. און וואס א חילוק צו ס'איז אן אייגענע אנאליז אדער נישט. גאנץ תורה שבעל פה איז אייגענע אנאליזן.
עניוועי, דיין קשיא, אויב ס'איז שווער, איז סתם אזוי שווער אויף די געדאנק פון ע' פנים לתורה. איך ווייס נישט וואס דאס האט מיט'ן רשב"ם און פשוטו של מקרא.
גראדע איז די רשב"ם די איינציגסטע, זעה אפילו די אבן עזרא האט דאס אפגעווארפן , כ'האב זיך גראדע באצויגן צו עין תחת עין ס'איז נישט א רעכטע סתירה חז"ל זענען דאס נאר מצמצם צו ממון.
אמת'דיג, וויאזוי לערנסטו לפי הפשט אז די ציווי איז וואס ?