איך האב א מורא'דיגע קשיא. אין מסכת חגיגה שטייט אז ביי יעדע מחלוקת אין גמרא איז כולם מרועה אחד נתנו. ווי אזוי איז מעגליך אז די זעלבע באשעפער זאל זאגן צוויי פארקערטע זאכן?
תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8831
נאך א קשיא: ווי אזוי קען זיין אז דער אויבערשטער רוהט אין משכן, ס'איז דאך מלא כל הארץ כבודו?
ס'שטייט אין די ראשונים, הכוונה, אז וואס יעדע חכם וועט אריינלערנען פשט איז דאס די רצון השם און דאס איז זיין תורה, אבער נישט אז דער וואס לערנט. פשט האלט צו דער זעלבע צייט אז ס'איז נישט אמת
אבער ווי אזוי קענען צוויי זאכן זיין דער רצון ה'? יעדער חכם מוז דאך האלטן אז דעם צווייטן חכם'ס פשט איז אויך אמת ווייל אויב א חכם האלט עס איז דאס דער רצון ה'.
ניין ער מוז נישט האלטן אז זיין חבר'ס דעה שטומט אמתדיג, כאטש ער וועט אוודאי האלטן אז יענער האט אמתדיג רעכט צו האלטן יענע מיינונג, די תנאי איז אז ס'מוז אים שטימען.
בקיצור, זאגסטו אז כאטש א מענטש קען נישט לעבן מיט סתירות קען גאט אליין יא לעבן מיט סתירות. זענען אלע דיינע קשיות פארענטפערט.
אבער גאט האט נישט געמאכט די סתירה, די רשב"ם איז דאס מייחס צו גאט.
די חגיגה גמרא איז עס אויך מייחס צו גאט.
אמת, אבער איך גלייב נישט אז די רשב"ם האט זיך אויפגעפירט מיט די זעלבע תוקף און סמכות ווי א תנא, אויב יא פארוואס האט ער נישט טאקע אליין מחדש געווען הלכות ? פארוואס טאקע קען ער נישט לכתחלה חולק זיין אויפן דרש פון חז"ל ?
דרך אגב האסט יעצט פארענטפערט אויף איינמאל אלע סתירות אין קשיות וואס איז דא אין די תורה, ביסט א דזשעני.
דרך אגב האסט יעצט פארענטפערט אויף איינמאל אלע סתירות אין קשיות וואס איז דא אין די תורה, ביסט א דזשעני.
א שיינע אשכול און אויך מענינא דיומא.
אין די וואכעדיגע פרשה קריגט זיך דער אבן עזרא אויף א אפענע גמרא אין סוטה וואס איז מפרש די סתירה פון כלב בן יפונה און כלב בן חצרון מיטן הסבר אז היינו הך: בן חצרון בן יפנה הוא בן שפנה מעצת מרגלים, אבער דער אבן עזרא אין פרשת כי תשא שרייבט פארקערט: כלב בן יפונה איננו כלב בן חצרון בראיות גמורות והמשכילים יבינום.
דער אבן עזרא גייט לשיטתו ע״פ פשט ווייל צו זאגן אז אז מען מיינט טאקע כלב בן חצרון שטימט נישט לויט די חשבונות (ער איז מאריך אין דעם באריכות אין פרשת משפטים) און די גמרא אין סוטה פארענטפערט ער אלץ דרוש בעלמא.
דא איז נישט שייך צו זאגן ווי דער מהרש״ל אז ער איז פשוט נישט געווען א תלמודי, ער ברענגט צו דעם חז״ל און ווארפט דאס אפ.
אין די וואכעדיגע פרשה קריגט זיך דער אבן עזרא אויף א אפענע גמרא אין סוטה וואס איז מפרש די סתירה פון כלב בן יפונה און כלב בן חצרון מיטן הסבר אז היינו הך: בן חצרון בן יפנה הוא בן שפנה מעצת מרגלים, אבער דער אבן עזרא אין פרשת כי תשא שרייבט פארקערט: כלב בן יפונה איננו כלב בן חצרון בראיות גמורות והמשכילים יבינום.
דער אבן עזרא גייט לשיטתו ע״פ פשט ווייל צו זאגן אז אז מען מיינט טאקע כלב בן חצרון שטימט נישט לויט די חשבונות (ער איז מאריך אין דעם באריכות אין פרשת משפטים) און די גמרא אין סוטה פארענטפערט ער אלץ דרוש בעלמא.
דא איז נישט שייך צו זאגן ווי דער מהרש״ל אז ער איז פשוט נישט געווען א תלמודי, ער ברענגט צו דעם חז״ל און ווארפט דאס אפ.
חילוק בין הלכה לאגדה
ווער זאגט מען קען נישט קריגען אויף חז"ל בעניני אגדה ופירוש המקראות? נאר בעניני הלכה איז פארשלאסען דער תלמוד, אולי מדין לא תסור, אבער כאטש אפילו אז מאמינים בדברי חז"ל נעמען אן אז זיי זענען געווען חכמים גדולים ועצומים, ואם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם וכו' וכו', דאס מיינט נישט אז אבן עזרא קען זיך נישט קריגען מיט זיי אויף אן ענין וואס איז נישט נוגע להלכה. אפילו אויף אן ענין וואס איז יא נוגע להלכה קען זיין אז כאטש דער אבן עזרא מוז פאלגען די חכמים מצד הלכה פון "אפילו אומרים לך על ימין שהוא שמאל", אבער ער מעג נאך אלץ זאגען אז פשט אין פסוק זעהט עם נישט אויס ריכטיג.
הבדל בין פירוש לביטול
זיכער קען מען מפרש זיין אנדערש, ובנידון דידן איז דער אבן עזרא נישט דער איינציגסטער וואס האלט אזוי (רד״ק, רלב״ג ועוד) אבער די תמיה איז די שארפקייט מיט וואס ער מאכט אוועק א חז״ל, אנשטאט צו זאגן אז אים איז מער ניחא אנצונעמען דרך הפשט לאזט ער כמעט נישט קיין מקום לע׳ פנים לתורה נאר ער דערקלערט מיט א זיכערקייט אז אנדערש קען נישט זיין. אין אנדערע ווערטער, ער קריגט זיך אויף א חז״ל.
דער אבי עזרי איז טאקע מוחה: אומר אני על דברי הרב, לא ניחא למריהו הכי! כי גמרא ערוכה היא בפרק בן סורר, כי כלב בן יפונה הוא כלב בן חצרון ויש לו שני שמות. ולא נעלם מחכמינו פסוקים בדברי הימים, אשר כוונת הרב בנויה עליהן, כי המה נדרשים יפה. ואנחנו בני א-ל חי אשר שמנו לגמרא ומדרשים פנינו לא נאמין בדרכי החקירה כלל המכחיש דבריהם. ואם גם עתה לא ראינו מוליד בן שמונה שנה - אבל בימים הראשונים הולידו וגם עשו פרי בשנים האלה. וכל דבריהם כגחלי אש!
דער דברי דוד (לענטשנא) גייט אזוי ווייט צו ברענגן א ראי׳ פון דעם אז דער אב״ע האט דאס נישט געשריבן נאר אנדערע האבן ארום געפאטשקעט מיט זיינע כתבים: וחידוש שיכתוב לשון זה וזה לא ימצא כו׳ בדרך החלטה הי׳ די לומר דעל פי דרך הפשט יתפרש ויהי בעת ההוא קודם המכירה ולהביא ראיות שלו לזה ולא להחליט הדבר שלא הי׳ אפשר שיוליד פחות מי״ב שנה וגם מזה ראי׳ למה שכתבו שתלמידים שלו שלחו יד בספרו.
נישט יעדער איז comfortable מיט אזא צוגאנג, ולזה התכוון פותח האשכול, לכאורה.
דער אבי עזרי איז טאקע מוחה: אומר אני על דברי הרב, לא ניחא למריהו הכי! כי גמרא ערוכה היא בפרק בן סורר, כי כלב בן יפונה הוא כלב בן חצרון ויש לו שני שמות. ולא נעלם מחכמינו פסוקים בדברי הימים, אשר כוונת הרב בנויה עליהן, כי המה נדרשים יפה. ואנחנו בני א-ל חי אשר שמנו לגמרא ומדרשים פנינו לא נאמין בדרכי החקירה כלל המכחיש דבריהם. ואם גם עתה לא ראינו מוליד בן שמונה שנה - אבל בימים הראשונים הולידו וגם עשו פרי בשנים האלה. וכל דבריהם כגחלי אש!
דער דברי דוד (לענטשנא) גייט אזוי ווייט צו ברענגן א ראי׳ פון דעם אז דער אב״ע האט דאס נישט געשריבן נאר אנדערע האבן ארום געפאטשקעט מיט זיינע כתבים: וחידוש שיכתוב לשון זה וזה לא ימצא כו׳ בדרך החלטה הי׳ די לומר דעל פי דרך הפשט יתפרש ויהי בעת ההוא קודם המכירה ולהביא ראיות שלו לזה ולא להחליט הדבר שלא הי׳ אפשר שיוליד פחות מי״ב שנה וגם מזה ראי׳ למה שכתבו שתלמידים שלו שלחו יד בספרו.
נישט יעדער איז comfortable מיט אזא צוגאנג, ולזה התכוון פותח האשכול, לכאורה.
@קויפער, גראד אויף די חז''ל'ן זאגט שוין דער רמ''ע מפאנו אז זיי מיינען נישט כפשוטו נאר אז ס'איז דער זעלבער בחינות נשמה. די גמרא אליינס איז מציין ''שלא ניתנה דברי הימים אלא להידרש'' וואס באדייט לכאורה שעל אף וואס ס'שטייט נאר פשוט'ע פאקטן, איז מקובל לחז''ל אז מ'האט נאר געשריבן די דאזיגע פאקטן און אויף אזא אופן, וואס מ'קען עפעס דרש'ענען. ומבואר בגמרא אז אין יעדער ווארט אין דברי הימים איז מרומז גאנצע זעק פון דרשות מער ווי אלע אנדערע ספרי תנ''ך. אבער אוודאי איז דאס אלס בדרך דרוש ורמז, נישט לפי פשוטו.
אזעלכע שטיקלעך קענסטו טרעפן אין אבן עזרא אין יעדע סדרא, און ענליכס אין נאך ראשונים ווי רשב''ם רד''ק און מהר''י קרא, דער אבי עזרי איז ווייט נישט קיין מפרש אויף אבן עזרא נאר ענדערש א מוסר ספר געבויט אויף שטיקלעך אבן עזרא, ודבר טוב עשו בעלי עוז והדר אז זיי האבן עס געלייגט צום סוף, ואלולי חמת המציק וואלטן זיי עס אינגאנצן משמיט געווען, און אויף די וואס זאגן תלמיד טועה כתבו אמרתי פעם בדרך צחות אז אחרי המחקר נודע לנו שם התלמיד הידוע לשמצה, והוא אברהם בן מאיר ן' עזרא, דער טבע לאזט נישט דעם מענטש זיך בארואיגן אויב דער תלמיד האט א נאמען, בפרט א באקאנטע, אבער א מיסטעריעזע תלמיד טועה איז זייער פיין, די אלע וואס זאגן דאס האבן אדער נישט געלערנט אסאך אבן עזרא, אדער האבן זיי דאס געזאגט בכוונה נישט צו דארפן אוועקמאכן א מענטש וואס זיין נאמען איז באקאנט ביי כלל ישראל.
ועיין עוד כאן מאמר נאה בעניין תלמיד טועה
/ככה-מדברים-על-תלמיד-טועה-ותיקון-הגמור/http://musaf-shabbat.com/2011/03/20
ועיין עוד כאן מאמר נאה בעניין תלמיד טועה
/ככה-מדברים-על-תלמיד-טועה-ותיקון-הגמור/http://musaf-shabbat.com/2011/03/20
מיימוןאזעלכע שטיקלעך קענסטו טרעפן אין אבן עזרא אין יעדע סדרא, און ענליכס אין נאך ראשונים ווי רשב''ם רד''ק און מהר''י קרא, דער אבי עזרי איז ווייט נישט קיין מפרש אויף אבן עזרא נאר ענדערש א מוסר ספר געבויט אויף שטיקלעך אבן עזרא, ודבר טוב עשו בעלי עוז והדר אז זיי האבן עס געלייגט צום סוף, ואלולי חמת המציק וואלטן זיי עס אינגאנצן משמיט געווען, און אויף די וואס זאגן תלמיד טועה כתבו אמרתי פעם בדרך צחות אז אחרי המחקר נודע לנו שם התלמיד הידוע לשמצה, והוא אברהם בן מאיר ן' עזרא, דער טבע לאזט נישט דעם מענטש זיך בארואיגן אויב דער תלמיד האט א נאמען, בפרט א באקאנטע, אבער א מיסטעריעזע תלמיד טועה איז זייער פיין, די אלע וואס זאגן דאס האבן אדער נישט געלערנט אסאך אבן עזרא, אדער האבן זיי דאס געזאגט בכוונה נישט צו דארפן אוועקמאכן א מענטש וואס זיין נאמען איז באקאנט ביי כלל ישראל.
ועיין עוד כאן מאמר נאה בעניין תלמיד טועה
/ככה-מדברים-על-תלמיד-טועה-ותיקון-הגמור/http://musaf-shabbat.com/2011/03/20
ז"ל מרן החיד"א בשם הגדולים (ערך רבינו אברהם ן' עזרא) הרב בנימין איספינוזא ז"ל עשה ביאור לפי' הראב"ע לנביאים וכתובים [א"ה: שם הספר "בית העזר" ונשלם באלול תקל"ד והוא בכת"י כפי מיטב ידיעתי הדלה] ובהקדמתו מביא מ"ש הרב רפאל אשכנזי ורבני איטליא בכ"י שנתברר להם שתלמידיו של הראב"ע שלחו יד בפירושו והוסיפו מדעתם דברים אשר לא כן וכל לשון שימצא בחומש ובנביאים שהוא מנגד לדברי רבותינו ז"ל איננו מהראב"ע עצמו רקתלמידיו בלי ידיעתו אחרי מותו שלחו יד והראב"ע וכסאו נקי זהו תורף דבריהם. ואם כנים הדברים תנוח דעתנו אך מה נענה דזמנין רבינו הרמב"ן כותב עליו בתוקף כגון מ"ש פרשת שמות יוצק זהב וכו' והרמב"ן היה סמוך לזמן הראב"ע ונתאמת אצלו כי הוא פי' הראב"ע עצמו. אמנם זיל לאידך גיסא דאם כל אותם הלשונות הזרים נגד הדין ורז"ל הם מראב"ע אמאי לא העיר הרמב"ן עליהם. אלא מוכח דאיכא בינייהו שאינם מדברי הראב"ע ושלטו יד זרים לכתוב אשר לא עלה על לבו. ובספר עומר השכחה יש שיר אשר שר ר"ת שכותב בכבוד גדול להראב"ע. ורבני איטליא הביאם הרב בנימין הנזכר מזכירים כמה ספרים שחיבר הראב"ע שאינם גלויים. ואני הצעיר ראיתי בכ"י כמו ז' ספרים שחיבר הראב"ע
בחכמות והרבני' הנזכרי' כתבו שענין אגרת שבת שנדפסה אין הדברים כן אמנם יש לו להראב"ע חבור מיוחד על זה והאריך למענית"ו, עכ"ל.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
ווי אזוי לערנט מען פשט אין "שני גדיי עזים" אהן די דרש פון קרבן פסח? ווי אזוי קען געמאלט זיין אז א מענטש זאל געברויכן 2 ציגעלעך פאר א סעודה? כ'האב געזיכט אין ראשונים און גארנישט געטראפן
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
פאר 2 שטיקלעך ״צינג״ באדארף מען 2 גאנצע בהמות.... וכמו שמצינו מפורש גבי אברהם והמלאכים...
[ציטאט אראפגענומען]
פאר די הענט און האלדז, דארף איין ציג זיין איבער גענוג.
ז״ל הרשב״ם: גדיי עזים, בשביל העורות ששערן קשה כשער אדם לקח עזים ולא כבשים.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
אויבערלענדער חכםז״ל הרשב״ם: גדיי עזים, בשביל העורות ששערן קשה כשער אדם לקח עזים ולא כבשים.
יא, אבער ער פארענטפערט נאכנישט פארוואס זי דארף צוויי. מסתם מיינסטו אזוי ווי די אנדערע תירוץ איינער האט דא געברענגט
טמיראויבערלענדער חכםז״ל הרשב״ם: גדיי עזים, בשביל העורות ששערן קשה כשער אדם לקח עזים ולא כבשים.
יא, אבער ער פארענטפערט נאכנישט פארוואס זי דארף צוויי. מסתם מיינסטו אזוי ווי די אנדערע תירוץ איינער האט דא געברענגט
איך בין נישט איבערצייגט אז מען קען צודעקען א מענטש מיט נאר איין ציג.
העמק דבר
ז"ל הנצי"ב בהעמק דבר: 'שני גדיי עזים טובים', אע"ג שהוא מרובה יותר ממאכל אדם, לפי הפשט הוא בשביל שני העורות על ידיו.
צ"ע ותשובה
די קשיא אויף דער פשט איז, אז זי האט עם געשיקט ברענגען די גדיי העזים נאך איידער וואס יעקב האט געזאגט "ואנכי איש חלק" - די טאטע פון ר' איתם הנקין ז"ל הי"ד יבלחט"א הרב יהודה הנקין שליט"א אין זיין ספר "חיבה יתרה" שטעלט זיך אויף דעם און זאגט אז רבקה האט עס אלץ פארזארגט נאך איידער וואס יעקב האט עפעס געזאגט.
עוד פירוש על פי פשוט
בספר הנ"ל "קונטרס חיבה יתירה" זאגט רבי יהודה-הרצל הנקין נאך א פשט פאר די צוויי גדיים: פירוש אחר, המטעמים היו חלק קטן בבהמה כמו המוח והריאות, ולכן הצטרכה לשנים. ועוד שהתבשיל משתבח על ידי ריבוי בשר, כמו שאמרו במסכת ביצה "ממלאה אשה כל הקדרה בשר אע"פ שאינה צריכה אלא לחתיכה אחת".
און אפשר האט ער געמאכט א גרויסע נאכטמאל מיט די אלע עבדים ושפחות.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
פסח ביינאכט פאר יציאת מצרים? דו גייסט דאך דא מיט פשוטו של מקרא.
געטוישט
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נהורא נפישאדי קשיא וואס איך פרעג איז מרפסין איגרא און קיינער האט דאס נאכנישט פארענטפערט, אנשטאטס האט מען פארקירעוועט דעם שמועס צו סימענטיקס, צו די ערשטע פשט אין רשב"ם גייט אריין אין די דעפעניציע פון וואס חז"ל וואלטן געריפן פשט, און אז די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו איז גילטיג, אז איר ווילט זייער אז יא, האט איר נאכאלטץ נישט געענטפערט וואספארא תועלת האט א פשט וואס איר איינציגע ציל איז סותר זיין הלכה, און וואס קומט מיר די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו זאגן דא.
נהורא נפישאיעצט לאמיר מסכם זיין אלעס וואס מ'האט געענטפערט ביז יעצט.
די קשיא איז געווען "לויטן רשב"ם" וואס האט לכאורה -אלס א תלמודי- געגלייבט ביחס צו די שאלה אויב א כהן מעג זיך מטמא זיין לאשתו, אז ער מעג זיך יא מטמא זיין ושלא כפשטות הכתוב, און פונדעסטוועגן האלט ער אז לפי הפשט, וואס ער האלט לכאורה לעגעטים, שטייט גאר אין די תורה אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין, וואספארא תועלת האט די רשב"ם געקענט האלטן אז די תורה האט פון זאגן א פסוק, עפעס וואס נישט אז ס'זאגט נישט קיין שום הוראה, וואס דעמאלטס וואלט די קשיא נישט געווען אזוי גרויס, אבער מ'רעדט דאך דא פון א פשט וואס זאגט גאר אן הוראה נגד הלכה.
יידל- ווייל ס'איז אויך אמת אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין פאר זיין פרוי, כאטש להלכה איז עס טאקע נישט אמת אבער ל...... איז עס יא אמת
אנאנים- כדי צו געבן א געלעגנהייט אז מ'זאל קענען מקיים זיין די מצווה פון לימוד התורה (און אה"נ די תורה וואלט געקענט שרייבן אז מ'מעג גנב'נן, און נישט אז ע"פ הלכה מעג מען נאר כדי מקיים צו זיין די מצווה פון לימוד התורה)
עזריאל- כדאי צו געבן פארן מענטש אן אקאדעמישע געפיל.
פאַראַיאָר ווען נהורא נפישא האט געעפנט דעם אשכול מיטן מוראדיגן תמיה אויפן רשב''ם, האב איך געהאט אין מח געדאנקען מיטצוטײלן, אבער מיינע פינגער האבן זיך געפוילט עס ארויסצוברענגען מן הכח אל הפועל. אמרתי, אז מ'וועט עס לאזן פאר איבעראַיאָר. והנה די יאר איז פארביי און די פינגער פוילען זיך נאך. אמרתי, עכ"פ בקוצר אמרים מוז איך עפּעס זאגן, וקצרתי במקום שאמרו להאריך.
ווי דער עולם קען זען האט מען דא געענטפערט פארשידענע תּירוצים, הצד השווה שבהן שפשוטו של מקרא ודרשות חז"ל זענען צויי באזונדערע דימענשנס ולא קרב זה אל זה. אבער ס'נישט אזוי, דער כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו איז געזאגט דווקא לגבי און בנוגע דער הלכה'שער פרעספעקטיוו, דאס הייסט, אז דער הלכה קען זיך נישט מנגד זיין צו דעם פשוטן פשט.
ס'דא צו דעם קלארע ראיות מסוגיות הש"ס ואיני יכול להאריך עכשיו בזה, אבער דא האט איר א לינק:
<a class="postlink" href="http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%9E%D7%99%D7%A7%D7%A8%D7%95%D7%A4%D7%93%D7%99%D7%94_%D7%AA%D7%9C%D7%9E%D7%95%D7%93%D7%99%D7%AA%3A%D7%90%D7%99%D7%9F_%D7%9E%D7%A7%D7%A8%D7%90_%D7%99%D7%95%D7%A6%D7%90_%D7%9E%D7%99%D7%93%D7%99_%D7%A4%D7%A9%D7%95%D7%98%D7%95">http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.ph ... 7%98%D7%95</a>
און דאס איז לכאורה דער הכרח פונעם רמב״ם זיך מדחיק צו זיין קעגן די פּשטות הסוגיא ואכה״ל. אבער דער רשב״ם וואס האט יא געלערנט די סוגיא כפשוטו אז ס'איז א היתר גמור מן התורה פאר א כהן להיטמא לאשתו, ווי קען ער האלטן אז דער פשוטו של מקרא אַסרט, און דער קשיא איז מרפסין איגרא.
אבל כל זה בהנחה שהפשט והדרש בהחלט מתנגדים זה לזה ואי אפשר לפשר ביניהם, ועל כך אמשיך בפעם אחרת אי״ה.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
פונקט געטראכט לעצטנס פון דעם אשכול, ס'איז מיר שווער געווארן פשוט פשט אין די מימרא פון רב אשי אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. (כ'האב נאך נישט נאכגעטשעקט אין די מפרשים די פונקטליכע ביאור).
אויבן אויף, זעהט אויס אז די מענטאליטעט בימי חז"ל איז בכלל נישט געווען צו ליינען א טעקסט גראד. כפשוטו של מקרא. אונז זעה מיר 'דרשינן לשון הדיוט' אפילו. און מ'איז לאו דוקא מקפיד אז דער טעקסט זאל האבן א גראדן רצף. לאגיק, זע מיר אן אייזענעם אין חז"ל, דיוקים לכאן ולכאן, אז די רישא רעדט זיך אזוי רעדט זיך זיכער די סיפא אויך אויף דעם זעלבן מציאות א.א.וו. אבער א קפידא אויפן פשוטן פשט אינעם טעקסט, זעהט מען נישט.
דערפאר, מיין איך אז סיי אין די משנה איז בכלל נישט 'שווער' אריין צו לייגן חסורי מיחסרא'ס, פשטים און פלפולים, און אזוי אויך אין די גמ' איז - סייענטיפיש גערעדט - דוקא די מערסט מפולפל'דיגסטע מהלכים, ווי די בעלי התוס' וכדומה, דער עכטער פשט. צו אננעמען א הנחה פשוטה אז דער טעקסט פארט גראד כפשוטו, איז א חשש פון אנאכראניזם. בימי המחברים פון די ספרים האט מען דוקא נישט געשריבן - און פארשטאנען געשריבענע - טעקסטן אויף דעם אופן.
אויבן אויף, זעהט אויס אז די מענטאליטעט בימי חז"ל איז בכלל נישט געווען צו ליינען א טעקסט גראד. כפשוטו של מקרא. אונז זעה מיר 'דרשינן לשון הדיוט' אפילו. און מ'איז לאו דוקא מקפיד אז דער טעקסט זאל האבן א גראדן רצף. לאגיק, זע מיר אן אייזענעם אין חז"ל, דיוקים לכאן ולכאן, אז די רישא רעדט זיך אזוי רעדט זיך זיכער די סיפא אויך אויף דעם זעלבן מציאות א.א.וו. אבער א קפידא אויפן פשוטן פשט אינעם טעקסט, זעהט מען נישט.
דערפאר, מיין איך אז סיי אין די משנה איז בכלל נישט 'שווער' אריין צו לייגן חסורי מיחסרא'ס, פשטים און פלפולים, און אזוי אויך אין די גמ' איז - סייענטיפיש גערעדט - דוקא די מערסט מפולפל'דיגסטע מהלכים, ווי די בעלי התוס' וכדומה, דער עכטער פשט. צו אננעמען א הנחה פשוטה אז דער טעקסט פארט גראד כפשוטו, איז א חשש פון אנאכראניזם. בימי המחברים פון די ספרים האט מען דוקא נישט געשריבן - און פארשטאנען געשריבענע - טעקסטן אויף דעם אופן.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
איך מיין אז די גאנצע תמי' פון דעם אשכול איז אביסל אויפגעבלאזן. ווייל דער רשב"ם איז א אויסנאם. אדרבה, לאמיר זעהן צו מען קען טרעפן נאך אזאלכע דוגמאות אין די "היימישע" ראשונים - פירושים וואס זאלן קלאר מנגד זיין חז"ל. איי די רשב"ם? דארף מען אריינלערנען ווי די אבע"ז, אז ער כשלעצמו וואלט אזוי מפרש געווען, אבער די חכמים זאגן אנדערש איז ער זיך מבטל
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
@אנאנים תורה; אויך בזמנינו האט איעדער מענטש אן אנדערע געפיל אין וואס איז 'פשטות', כל אחד ואחד לפי תובנות נפשו.
אבער וואטעווער די אמת'ע פשט זאל נאר זיין, איז עס נישט נוגע נאר צום פשט נאר אויך צום הלכה.
אז ס'איז דא א פשט פשוט פּאַראַלעל צום דרש האט מען אייביג געוואוסט. אין מקרא יוצא מידי פשוטו האט מחדש געווען אז די צוויי טארן זיך נישט אינגאנצן סותר זיין.
ממילא ווען חז״ל דרש'נען א מדרש הלכה, איז עס בעקיפין בע״כ אויך א זאג אין פשוטו של מקרא.
און וויבאלד דער רשב״ם אנערקענט אין די סמכות פון חז״ל אויפן אבסעלוטן אמת להלכה, קען ער נישט האַלטן אז ס'דא א פּשוטע פּשט וואס איז עס סותר.
אבער וואטעווער די אמת'ע פשט זאל נאר זיין, איז עס נישט נוגע נאר צום פשט נאר אויך צום הלכה.
אז ס'איז דא א פשט פשוט פּאַראַלעל צום דרש האט מען אייביג געוואוסט. אין מקרא יוצא מידי פשוטו האט מחדש געווען אז די צוויי טארן זיך נישט אינגאנצן סותר זיין.
ממילא ווען חז״ל דרש'נען א מדרש הלכה, איז עס בעקיפין בע״כ אויך א זאג אין פשוטו של מקרא.
און וויבאלד דער רשב״ם אנערקענט אין די סמכות פון חז״ל אויפן אבסעלוטן אמת להלכה, קען ער נישט האַלטן אז ס'דא א פּשוטע פּשט וואס איז עס סותר.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
@טמיר; דער רשב״ם איז טאקע פארנומען בעיקר מיטן פשט, און ער האט דערין היבש א מאדערנער שמעק. פונדעסטוועגן איז ער אינגאנצן כפוף לחז״ל בנוגע די דרשות הנוגעים להלכה למעשה, אסאך מער ווי דער אבן עזרא.
און דאס איז טאקע די גרויסע תמיה דא, אז אפילו דער אבן עזרא ציעט צוריק פון זיין פשט לאור דברי חז״ל, און דער רשב״ם נישט.
ס'איז בפירוש 'נישט' משמע אז ער מיינט לולא חז״ל.
און דאס איז טאקע די גרויסע תמיה דא, אז אפילו דער אבן עזרא ציעט צוריק פון זיין פשט לאור דברי חז״ל, און דער רשב״ם נישט.
ס'איז בפירוש 'נישט' משמע אז ער מיינט לולא חז״ל.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
מפוזרי
אבל כל זה בהנחה שהפשט והדרש בהחלט מתנגדים זה לזה ואי אפשר לפשר ביניהם, ועל כך אמשיך בפעם אחרת אי״ה.
אלזא, לאמיר טאקע זען צו מען קען די ביידע ריקאנסלען.
צום ערשט דארף ווידער באטאנט ווערן אז פשט און דין דרייען זיך אין אנדערע ספערן, און פארנעמען באזונדערע דימענסיעס. בעת וואס דער פשט קומט אויסדרוקן א רויע אַבסטראַקטע געדאנק, קומט דער דין מעצם מהותה עס אויסצופארעמען און קלאסיפיצירן אין קלארע באשטימטע ליניעס.
למשל אויב מיינט וקשרתם לאות על ידיך, על פי פשט, אז מ'זאל טראגן גאט אין הארץ; זאגט דער דין אז דאס מוז געטאן ווערן, דווקא, דורכן טראגן שווארצע פיר עקיגע קעסטלעך אויפן קיבורת. און דאס איז נישט קיין סתירה, נאר אדרבא א שילוב קיומי.
ועכשיו נבוא אל איסור טומאה לכהן. לאמיר קודם זען וואס איז דער געדאנק על פי פשט, און דערנאך וועט מען זען װי ס'איז זיך משלב מיטן דין.
די תורה זאגט: דער כהן איז הייליג, ס'איז נישט לפי כבודו זיך צו מטמא זיין סתם אזוי פאר אבי ווער. פאר די אייגן בלוט פלייש, די טאטע מאמע און ברידער, די אייגענע קינדער, מעג ער זיך יא מטמא זיין, דאס הייסט נישט קיין פחיתות הכבוד. און וואס איז מיט די שוועסטער? ווענדט זיך; אויב איז זי נישט פארהייראט און וואוינט נאך ביים טאטע'ן אינדערהיים, ווערט זי נאך פאררעכנט אלס משפחה, אבער נאכן חתונה אז זי איז אוועק צום מאנ'ס שטוב; איז פערטיג, ס'שוין נישט גענוג נאנט מער.
און וואס טוט זיך מיט די טייערע ווייב, די פרוי וואס האט איבערגעלאזט איר טאטע'נס שטוב און זיך באהאפטן צו אים, אשר מפתו תאכל ובחיקה ישכב? ניין, זאגט די תורה, זי איז טאקע זייער ווערטפול, נוצבאר און געניסבאר, פונדעסטוועגן, קען זי נאכאלץ נישט פאררעכנט ווערן אלס א בלוט קרוב.
דאס איז די רויע פשט עפ״י פשוטו של מקרא.
אבער מען דארף באמערקן ווי די תורה באציט זיך דא צום פארפאלק מיט אן אינטרעסאנטער טערמין. אנדערש ווי געווענליך וואו מ'רופט זיי 'איש ואשתו', הייסן זיי דא 'בעל בעמיו'.
איז דאס צופעליג? צי וויל דער תורה דא עפעס באטאנען?!
דער נביא זאגט אין הושע פרק ב' פסוק יח: וְהָיָה בַיּוֹם הַהוּא נְאֻם ה' תִּקְרְאִי אִישִׁי וְלֹא תִקְרְאִי לִי עוֹד בַּעְלִי.זאגט רש״י: תקראי אישי וגו'. תעבדוני מאהבה ולא מיראה אישי לשון אישות וחיבת נעורים: בעלי. לשון אדנות ומורא.
זייט די ערשטע גליקליכע צייטן, ווען זיידע אדם און באבע חוה האבן זיך צוזאמען געפרייט כרעים האהובים, איז דער מעמד האשה אריבער רב תמורות. דור דור וקולטורו, תקופה תקופה וצייטגייסטו, מקום מקום וגעזעלשאפטו. פון זיין דער העכערגעשעצטער פארטנער, ביז'ן פאררעכנט ווערן נידריגער ווי א בהמה, כשור לעול וחמור למשא ומתן לכל המרבה במחירה.
הצד השווה פון די אלע ריבוי מדרגות, קענען זיי קאטעגארעזירט ווערן אין איינע פון די צװײ לשונות פונעם נביא. אדער איז זי א גלייכבארעכטיגטער שותף וואס קען אים רופן 'אישי', אדער איז זי א חפץ צום באנוץ פונעם מאן וועם זי מוז רופן 'בעלי', אפגעזען די באציאונג צווישן זיי, צי ס'איז הארט אדער צארט.
נעמענדיג דאס אין אכט, וועט מען באמערקן, צוריקגייענדיג צום פסוק, אז דער תורה רעדט נאר פונעם צווייטן סוג פרוי וואס איז נישט מער ווי עמיו לבעלה, אבער פונעם ערשטן סוג אן אשה לאישה, נישט. ואדרבא מכלל לאו אתה שומע הן, אז פאר אזא פרוי, וואס איז חברתו ואשת בריתו, פאסט זיך יא צו מטמא זיין, פונקט ווי צו א בלוט קרוב.
דא קומט אריין דער דין און מאכט סדר, אזוי אז ס'זאל נישט זיין תורת כל אחד ואחד בידו. און אזוי זאגט דער דרש: אויב איז דער פרוי פונעם כהן לעגעטים פארהייראט צו אים, פארהייליגט די תורה זייער קשר, און איז זיך מתייחס צו איר ווי אן אשת ברית, א שאר בשר, וואס מ'ברויך זיך צו איר מטמא זיין, אפגעזען די בפועל'דיגע אומשטענדן.
אויב אבער איז זי אסור צו אים, אנערקענט נישט דער תורה אין זייער בונד, און איז זיך מתייחס דערצו װי א חולינ'דיגער משא ומתנ'דיגער שותפות, וואס אויף דערויף טאר מען זיך נישט מטמא זיין.
ולאור הנ״ל מיושב התמיה על הרשב״ם בעז״ה.
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
בהמשך להנ״ל, דא האט איר אן אינטרעסאנטער לינק וואס איז דן בהלכות שמות ותוארי נשים. <a class="postlink" href="http://hebrew-academy.org.il/2011/05/01/%D7%91%D6%B7%D6%BC%D7%A2%D6%B7%D7%9C-%D7%94%D7%90%D7%9D-%D7%A8%D7%90%D7%95%D7%99-%D7%9C%D7%9E%D7%A6%D7%95%D7%90-%D7%AA%D7%97%D7%9C%D7%99%D7%A3-%D7%9C%D7%9E%D7%99%D7%9C%D7%94/">http://hebrew-academy.org.il/2011/05/01 ... %9C%D7%94/</a>
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/can-torah-contradict-halacha">https://www.thetorah.com/article/can-to ... ct-halacha</a>
איך פארשטיי בכלל נישט די דיון דא, חז"ל האבן דען געהאט א פראבלעם מבטל צו זיין אדער צוצולייגן מצוות ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט? דער רשב"ם ודעימיה קומען זאגן וואס משה רבינו האט אינזין געהאט, דאס אז חז"ל האבן געטוישט די הלכה טוישט נאכנישט די כוונה פון משה רבינו למפרע.
רביה''ק זי''עאיך פארשטיי בכלל נישט די דיון דא, חז"ל האבן דען געהאט א פראבלעם מבטל צו זיין אדער צוצולייגן מצוות ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט? דער רשב"ם ודעימיה קומען זאגן וואס משה רבינו האט אינזין געהאט, דאס אז חז"ל האבן געטוישט די הלכה טוישט נאכנישט די כוונה פון משה רבינו למפרע.
וואס קלערסטו האט דער רשב"ם געהאלטן דא איבער וואס חז"ל טייטשן, צו האט ער געהאלטן אז חז"ל זאגט אנדרעש פון וואס משה רבינו האט געמיינט בזדון או בשגגה ?
בפשטות האט ער געהאלטן אז משה רבינו האט געמיינט וואס ער (דער רשב"ם) זאגט, נאר וויבאלד די מנהג איז געווען אז מ'האט אריינגעלייגט דעם פרשה אין די תפילין האבן חז"ל עס אריינגעטייטשט אין פסוק בדרך דרש.
רביה''ק זי''עבפשטות האט ער געהאלטן אז משה רבינו האט געמיינט וואס ער (דער רשב"ם) זאגט, נאר וויבאלד די מנהג איז געווען אז מ'האט אריינגעלייגט דעם פרשה אין די תפילין האבן חז"ל עס אריינגעטייטשט אין פסוק בדרך דרש.
לאמיר רעדן פאר א מינוט איבער א כהן זיך מעגן זיך מטמא זיין פאר זיין ווייב, רשב"ם זאגט פשטות איז משמע אז מטאר נישט נאר חז"ל זענען מדחיק אז ממעג יא. זענען די צוויי פשטים זיך סותר ?
וואס וואלט געווען אויב צדוקים וואלטן געלערנט פשט אז מטאר נישט וואלט דער רשב"ם אויך ווען געברענגט דער פשט.
אוודאי זענען זיי זיך סותר, משה רבינו האט געשריבן אז מ'טאר זיך נישט מטמא זיין, משום איזה סיבה איז די מנהג געווארן אז מ'האט זיך יא מטמא געווען האבן חז"ל עס אריינגעטייטשט אין פסוק בדרך דרש. נאכאמאל, דער רשב"ם איז מפרש משה רבינו'ס ווערטער לויט ווי ער האט פארשטאנען איז געווען משה רבינו'ס כוונה (אנדערש ווי חז"ל וואס קוועטשן נאר אריין די אנגענומענע הלכה/מנהג אינעם טעקסט אריין אפגעזעהן פון וואס משה רבינו האט געמיינט), אוודאי אויב וואלטן די צדוקים שוין געלערנט אזוי פשט וואלט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט.
אויב די צדוקים וואלטן שוין ווען געלערנט אזוי פשט וואלט ער נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט ? פארוואס קלערסטו אז קיין איין מפורש ברענגט נישט אויף ממחרת השבת אז עס גייט ארויף אויף שבת בראשית אלס איינע פון די פשטים כאטש ?
על כרחך וועט מען מוזן זאגן אז דער רשב"ם האט געהאלטן אז ס'נישט מסתבר אז משה רבינו האט דאס געמיינט. און באמת איז די צדוקישע פשט טאקע א לצנות, די גלייכסטע וועג וויאזוי די תורה קען שרייבן "די ערשטע טאג חול המועד" איז "ממחרת השבת - צומארגנס פון יום טוב (הנקרא שבתון)". "ממחרת הפסח" אין די תורה'ס לשון (אנדערש ווי ספר יהושע) וואלט געמיינט צומארגנס פונעם קרבן פסח ד.ה. יום טוב בייטאג, אזויווי ס'שטייט אין פסוק "ממחרת הפסח יצאו בני ישראל מארץ מצרים", און בכלל וואו קומט שבת אריין דארט? און פארוואס מוז עס פונקט מיינען שבת חול המועד, פארוואס נישט שבת פרשת לך לך?
רביה''ק זי''עעל כרחך וועט מען מוזן זאגן אז דער רשב"ם האט געהאלטן אז ס'נישט מסתבר אז משה רבינו האט דאס געמיינט. און באמת איז די צדוקישע פשט טאקע א לצנות, די גלייכסטע וועג וויאזוי די תורה קען שרייבן "די ערשטע טאג חול המועד" איז "ממחרת השבת - צומארגנס פון יום טוב (הנקרא שבתון)". "ממחרת הפסח" אין די תורה'ס לשון (אנדערש ווי ספר יהושע) וואלט געמיינט צומארגנס פונעם קרבן פסח ד.ה. יום טוב בייטאג, אזויווי ס'שטייט אין פסוק "ממחרת הפסח יצאו בני ישראל מארץ מצרים", און בכלל וואו קומט שבת אריין דארט? און פארוואס מוז עס פונקט מיינען שבת חול המועד, פארוואס נישט שבת פרשת לך לך?
די צדוקים האבן נישט געזאגט אז עס וואלט געדארפט שטיין ממחרת הפסח, אפשר וואלט געדארפט שטיין ביום השני באציענדיג זיך צום אך ביום הראשון תשביתו. ממחרת השבת אז ס'זאל מיינען יום טוב איז א היבשער דוחק.
פארוואס עפעס ממחרת שבת בראשית ווייל די תורה וויל פראווען נאך א יום טוב בזמן הקציר וואס דאס קומט אויס ארום יענע צייט. זיבן איז אויך א וויכטיגער נומבער, און אוודאי זיבן מאל זיבן נאך בעסער, און אוודאי שבע שבתות "תמימות נאך בעסער.
דרך אגב איינע פון די חכמי התלמוד איז גאר דער וואס טייטשט ממחרת הפסח ביום ט"ז אויפן פסוק ויאכלו מעבור הארץ ממחרת הפסח
פונעם פסוק אין יהושע ברענגט מען זיך א ראיה אז עס מיינט ממחרת יו"ט און נישט ממחרת שבת בראשית ווייל פארוואס זאגט דער פסוק אז זיי האבן געגעסן די נייע תבואה א טאג צוויי תיכף נאכן הקרבת הפסח, סיידן אויב די ערשטע טאג איז געפאלן אום שבת. הגם לפי פשוטו איז דער פסוק בכלל נישט נחית צו די ענין פון חדש. די פסוק פארציילט פשוט די חידוש אז מהאט שוין געבאקן מצה פון די תבואה פון ארץ ישראל און אז מהאט שוין נישט געדארפט צוקומען צו די מן.
נהורא נפישארביה''ק זי''עאיך פארשטיי בכלל נישט די דיון דא, חז"ל האבן דען געהאט א פראבלעם מבטל צו זיין אדער צוצולייגן מצוות ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט? דער רשב"ם ודעימיה קומען זאגן וואס משה רבינו האט אינזין געהאט, דאס אז חז"ל האבן געטוישט די הלכה טוישט נאכנישט די כוונה פון משה רבינו למפרע.
וואס קלערסטו האט דער רשב"ם געהאלטן דא איבער וואס חז"ל טייטשן, צו האט ער געהאלטן אז חז"ל זאגט אנדרעש פון וואס משה רבינו האט געמיינט בזדון או בשגגה ?
רביה''ק זי''עבפשטות האט ער געהאלטן אז משה רבינו האט געמיינט וואס ער (דער רשב"ם) זאגט, נאר וויבאלד די מנהג איז געווען אז מ'האט אריינגעלייגט דעם פרשה אין די תפילין האבן חז"ל עס אריינגעטייטשט אין פסוק בדרך דרש.
במחילת כבוד @רביה"ק זי"ע הער די ווערטער וואס רשב"ם אליין זאגט תחילת פ' משפטים:
ואלה המשפטים - ידעו ויבינו יודעי שכל כי לא באתי לפרש הלכות אף על פי שהם עיקר כמו שפירשתי בבראשית, כי מיתור המקראות נשמעים ההגדות והלכות ומקצתן ימצאו בפירושי רבינו שלמה אבי אמי זצ"ל.ואני לפרש פשוטן של מקראות באתי ואפרש הדינים וההלכות לפי דרך ארץ. ואעפ"כ ההלכות עיקר, כמו שאמרו רבותינו: הלכה עוקרת משנה.
רשב"ם האלט נישט אז חז"ל האבן אפגעטייטשט פשט הפסוק אנדערש וואו משה האט געמיינט, ער האלט אז ווען עס איז נישט משמע הלכות מפשוטו של מקרא זענען די הלכות (ואגדות) נשמע "מיתור המקראות" דייקא נישט פון פשוט פשט. יעצט, ווער האט אריינגעלייגט די "יתור המקראות"? משה רבינו.
קומט אויס שיטת רשב"ם זייער קלאר: חז"ל האבן ארויסגעלערנט די הלכות וואס שטייען נישט קלאר ווען מ'לערנט ע"פ פשט, מיתורי מקראות, דהיינו אינטערסאנטקייטן בלשון המקראת.
טראכטכמונייעצט, ווער האט אריינגעלייגט די "יתור המקראות"? משה רבינו.
דאס זאגטסטו, נישט דער רשב"ם. אויב משה רבינו האט אינזין געהאט די יתור המקראות איז דאס שוין אויך א חלק פון די "משנה", אויף דעם דארף מען נישט קיין "הלכה עוקרת משנה". הלכה עוקרת משנה מיינט צו זאגן אז די תורה איז געמאכט פאר גרים, מנהג עוקר הלכה, מנהג ישראל טוישט די תורה, ס'בכלל נישט נוגע וואס משה רבינו האט צו זאגן, אונז האבן זיך אונזער מנהג און פערטיג, ליתר שאת וועט מען עס פרובירן אריינקוועטשן אין פסוק, און אז ס'גייט נישט וועט מען זאגן אז ס'איז הלכה למשה מסיני.
תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
רביה''ק זי''עטראכטכמונייעצט, ווער האט אריינגעלייגט די "יתור המקראות"? משה רבינו.
אויב משה רבינו האט אינזין געהאט די יתור המקראות איז דאס שוין אויך א חלק פון די "משנה", אויף דעם דארף מען נישט קיין "הלכה עוקרת משנה".
גערעכט איך קום מיט אן הנחה קודמת אז רשב״ם האלט אז תורה מן השמים און משה רבינו האט געשריבן דער תורה, אויב אזוי האט ער עס דאך אריינגעלייגט.
בנוגע דיין פראגע אז א״כ וואו קומט אריין דא מנהג עוקרת משנה איז פשוט, ׳משנה׳ בדברי רשב״ם דא מיינט די [פשוט׳ע] וועג פון וויאזוי מען לערנט דער פסוק אין חדר, לאפוקי וויאזוי מען לערנט עס אין חדר הוראה.
ולפי רשב״ם איז דער פשטות פשט המקרא דאס ויאס ער רופט אן ׳משנה׳ ופרושו: ״די וועג ווי מען לערנט עס״ (די פסוק), דלדעתו איז דאס ע״פ ׳פשט׳.
טראכטכמוניגערעכט איך קום מיט אן הנחה קודמת אז רשב״ם האלט אז תורה מין השמים משה רבינו האט געשריבן דער תורה, אויב אזוי האט ער עס דאך אריינגעלייגט.
איך זעה נישט קיין שום סיבה צו לערנען פשט אין תורה מן השמים אז ס'מיינט די דרשות פון חז"ל אויך, און נאכדעם זיך מדחיק זיין אין פשט פון הלכה עוקרת משנה וואס איז קעגן רש"י אין סוטה טז., בפרט ווען דער רשב"ם'ס זיידע אליינס האט נישט געלערנט אזוי פשט (תענית ל: ד"ה שהותרו, הגם דער רשב"ם אין בבא בתרא דינגט זיך מיט רש"י אין תענית, און יתכן אז ער דינגט זיך טאקע דערפאר וואס ער האט געהאלטן אז תורה מן השמים מיינט די דרשות פון חז"ל אויך)
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
רביה''ק זי''עטראכטכמוניגערעכט איך קום מיט אן הנחה קודמת אז רשב״ם האלט אז תורה מין השמים משה רבינו האט געשריבן דער תורה, אויב אזוי האט ער עס דאך אריינגעלייגט.
איך זעה נישט קיין שום סיבה צו לערנען פשט אין תורה מן השמים אז ס'מיינט די דרשות פון חז"ל אויך, און נאכדעם זיך מדחיק זיין אין פשט פון הלכה עוקרת משנה, בפרט ווען דער רשב"ם'ס זיידע אליינס האט נישט געלערנט אזוי פשט (תענית ל: ד"ה שהותרו, ועיין גם סוטה טז. ד"ה והלכה בכל דבר דתנן)
קענסט אריינלערנען אין תורה מן השמים וויאזוי דו פארשטייסט אבער אין מיינע ווערטער לערן נישט אריין.
איך האב נישט געזאגט אז אויב תורה מן השמים מוז זיין ס׳איז אויך דא דארט דרשות חז״ל, דאס איז נישט די נושא דא, איך האב געזאגט אז אויב האלט דער רשב״ם אז התורה מן השמים ״ונכתבה בידי משה״ קומט דאך אויס אז די אלע אינטערסאנטקייטן ויתורי דקרא דהיינו חסרות ויתרות וכדו׳ - וואס לפי רשב״ם האבן חז״ל דורך זיי אריינגעלערנט הלכות - האט משה אריינגעלייגט דארט.
בנוגע וואס לדעתך איז רשב״ם זיך מדחיק בפשט הלכה עוקרת משנה וואס איז נגד זקינו איז קודם כל, מאי ראי׳ פון רש״י לרשב״ם ווער עס נאר געלערנט איין רש״י ווייסט אז רש״י האט נישט גענוצט די מהלך ה׳פשט׳ וואס די רשב״ם האט געהאט, נאכדערצו ווען רש״י זאגט דאך בכמה מקומות אז ער זוכט דעם פשט ועי׳ פירושו עה״ת (בראשית ג ח) ׳ואני לא באתי אלא פשוטו של מקרא ולאגדה המישבת דברי המקרא׳ האט ער דאך קלאר גענוצט אן אנדערע ״דעפיניציע״ פון וואס מיינט פשט ווען מ׳איז מפרש די תורה, ער האט בכלל נישט גענומען די מהלך פונעם רשב״ם בפירוש התורה סיי בנוגע צו ׳וואס מיינט׳ פשט און אויך לגבי ׳ווען מ׳נוצט׳ פשט.
צווייטענס, די רשב״ם וואס איך האב ציטירט אויבן ברענגט דאך אליין די קאנטראסט פון זיין מהלך צו די מהלך פון זיין זיידן עיי״ש וואו ער רופט עם ביים נאמען.
תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
והעיקר שכחתי.
בכלל איז עס אן אקסימאראן צו זאגן אז שיטת רשב״ם איז אז חז״ל האבן אריינגעלייגט די ״יתורי דקרא״ אין מקרא כדי זיי אליין זאלן קענען ארויסלערנען פון דארט.
בכלל איז עס אן אקסימאראן צו זאגן אז שיטת רשב״ם איז אז חז״ל האבן אריינגעלייגט די ״יתורי דקרא״ אין מקרא כדי זיי אליין זאלן קענען ארויסלערנען פון דארט.
אוודאי האט משה געשריבן די אלע ייתורים וכו', די שאלה איז נאר צו ער האט עס געשריבן ווייל אזוי פלעגט ער סתם אזוי שרייבן און חז"ל זענען געקומען שפעטער און אריינגעקוועטשט פשטים וואס משה האט קיינמאל זיך גע'חלומ'ט און למעשה דארפן אונז פאלגן חז"ל ווייל הלכה עוקרת משנה (רביה"ק), אדער די אלע דרשות זענען מקובל איש מפי איש פון משה אז די ייתור מיינט דאס און יענע שינוי לשון מיינט יענץ איי פארוואס האט עס משה נישט געקענט אריינשרייבן גראד אין פסוק און פערטיג? א קשיא אויף א מעשה (תראכטכמוני?).
למעשה גערעדט, פון וואו נעמסטו די פשט אין הלכה עוקרת משנה, דרינגסטו עס אויף נאר פון דעם רשב"ם, אדער ס'דא נאך פלעצער וואו מ'נוצט עס אין אזא קאנטעקסט?
למעשה גערעדט, פון וואו נעמסטו די פשט אין הלכה עוקרת משנה, דרינגסטו עס אויף נאר פון דעם רשב"ם, אדער ס'דא נאך פלעצער וואו מ'נוצט עס אין אזא קאנטעקסט?