איך וויל נישט טאנצן הקפות אינמיטן ווינטער און גיין אין סירקלס דא, אבער איך מיין אז דיין שאלה האט נישט מיט דעם רשב"ם ציטוהן בכלל, עס איז א שאלה פאר זיך, און אפשר פאדערט זיך גאר א באזונדער אשכול דערויף, די קורצע ענטפער איז בראש ובראשונה די אלעמען באקאנטן באליבטער ענטפער "מ'קען נישט וויסן" און פארשטיין דעם שכל הנעלם מכל ראיון, אפשר טאקע איז די איינציגסטע וועג איבערצוגעבן אין קורצן סיי די חלק הלכה און סיי די חלק המעשה איז מיט א פשוטע מעשה אין מציין זיין רמזים צום דין.
אבער אז מ'פרעגט שוין יא פרעגט זיך א קשיא אלעס ביז אהער פארשטייסטו יא? וואס עפעס שטייען געוויסע פסוקים מיט אזאנע אינטערסאנטע לשונות? וואס עפעס שטייט אסאך מאל די זעלבע פסוק בשינויי לשון? קרי וכתיב? והאמת, מיר זענען נישט די ערשטע וואס האבן דאס אנגעמערקט. עס זענען געווען א גאנצע שטאב מבקרי המקרא וואס האבן ארויסגעגעבן דעם טריאטיז הנקרא "תלמוד" ווי זיי אקערן דורך כפי הבנתם וואס די תורה האט געמיינט מיט די זאכן און וואס עס לערנט אונז לגבי כל מיני הלכות שנמסרו למשה בכתב ובע"פ.
יעצט לאמיר געדענקען אז דו שמועס דא האט זיך ארומגעדרייט לגבי וואס די רשב"ם האלט בנוגע די פשט/דין סומאטוכע, און ס'איז קלאר אז ער האט געהאלטן פונקט ווי די אויבנדערמאנטע חכמי התלמוד אז משה האט אריינגעלייגט די ענדערונגען אויף צו מרמז זיין דינים, שטומט ער דאך זייער פיין מיט דעת חז"ל.
(לגבי דער ענין פון הלכה עוקרת משנה מיין איך אז ס'איז ס"ה מחזק צו זיין הנחה אז "הלכות עיקר" לאו דוקא אז ער לערנט אפ יענע סוגיא אז חז"ל האבן דאס געמיינט. )
אבער דא שטעלט זיך א נספך צו דיין שאלה: ס'קומט דאך אויס אז די אלע הלכות וואס זענען [לדעת רשב"ם] נרמז ביתרות המקרא זענען געווען איבערגעגיבן מדור דור בע"פ ביז מ'האט עס אויפגעוויזן מדברי משה, אויב אזוי פרעגט זיך וואס איז די הגדרה פון ווען עפעס גייט אריין בגדר תושבע"פ? אפשר איז תושבע"פ נאר עפעס וואס שטייט בכלל נישט דהיינו אפי' ברמיזה?