רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8705
רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
פאר קאמענטארן און דיסקאסיעס גייט דאאסאך האבן שוין זיכער געהערט פון דעם פערטן זוהן פון הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זצוק"ל, ה"ה האדמו"ר מליאווי, רבי דוב בער, וועלכער האט גורם געווען א הייסע שערוריה אין די חסידי'שע וועלט, וואס לויט טייל מיינונגען האט דאס גאר צוגעברענגט צו דער באקאנטער מחלוקת פון צאנז און סאדיגורא. טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע שמועות ארום דעם פערזאן, מהותו וכוחו, פארט זענען די ידיעות זייער פארנעפלט און מען ווייסט ווייניג פון אים צו זאגן, ווי אויך איבער די באקאנטע פרשה וואס האט זיך אפגעקאכט ארום אים.
יעדער ווייסט, אז א זוהן פונעם רוזשענער, דער ליעווער רבי, איז אנטלאפן, אדער פארכאפט געווארן, און ער איז געזעצן צווישן די משכילים אין טשערנאוויץ. אבער קיינער פארשטייט נישט וואס האט באמת פאסירט, ווי אזוי גייט א רבי פון טויזנטע חסידים אוועק פון די רבי'סטעווע, אנטלויפט פון זיין עולם, ווערט א משכיל? - קען אזא זאך געשען אויך היינטיגע טעג? - וואס האט דארט באמת פאסירט?
מיר וועלן פראבירן אהערצושטעלן אין דעם ארטיקל ידיעות און פאקטן ארום דער מענטש, וכל המוסיף יוסיפו לו מן שמיא כל טוב, ויהא חלקו בין מזכי הרבים.
דער לעווער רבי איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסער פאטער אין רוזשין, בערך אין יאר תקפ"א און איז גערופן געווארן 'דוב בער', אדער בלשון חיבה 'בערניו', נאך זיין גרויסער זיידע, הרה"ק ר' דוב בער המגיד ממעזריטש זצוק"ל. ווען ער איז געבוירן געווארן, איז זיין טאטע געזעצן נעבן זיין בעט און זיך אנגערופן "עס איז נולד געווארן דער אור ישראל". אויפגעוואקסן איז ער אין דער מלכות'דיגער רוזשענער הויף, און אזוי ווי אלע אנדערע זוהן פונעם רוזשענער, איז ער אויפגעוואקן ווי א פריץ, פארמאגנדיג אלע זיינע געברויכן, א באזונדערע מלמד איז צוגעשטעלט געווארן צו זיין באנוץ און וואס ער האט געדארפט האט ער באקומען אויף א גאלדענעם טאץ.
ויהי הנער הולך וגדול מאוד, ער איז געשטיגן און געוואקסן אין הויף. בערניו האט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואס ער איז געווען א יפה תואר און זייענדיג אין יונגן עלטער איז ער חתן געווארן מיט הרבנית מרת שיינדל בת הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, זי איז געווען א שוועסטער מיט די קינדער פון דער טשערנאבילער גזע, דער טאלנער, רחסטריבקער וכו'. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקצ"ה אין טשערנאביל, ווען בערניו איז אלט געווען בלויז פערצן יאר אלט. צו די חתונה איז אנגעקומען דער רוזשענער מיט טויזנטע חסידים, זיך גרייטנדיג צום חופה וואס האט געזאלט פארקומען פרייטאג-צו-נאכטס. אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען דער טשערנאבילער האט פלוצלינג מחליט געווען אפצושטיפן די חופה, טענה'ענדיג אז מען טאר נישט אויסמישן די כוונות פון שבת מיט די כוונות פון קידושין, דער רוזשענער האט דערויף געהאט תערומות, זאגנדיג "צי בין איך דען א דארפסמאן וואס ווייסט נישט וואס ער ווייסט?" - למעשה איז די חתונה אפגעשטיפט געווארן אויף נאך שבת.
נאך די חתונה, האט זיך די פאר פאלק באזעצט נעבן דעם רוזשענער, בשעת די גזירות און רדיפות זענען זיי געווען אין הויף און מיטגעגאנגען אינאיינעם מיטן רוזשענער, קיין סאדוגורא און סוף ימיו קיין פאטאק-זלאטי.
נאכן פטירה פונעם רוזשענער, האבן די קינדער זיך גענומען פירן, יעדער איינער אויף זיין ארט. ר' בערניו האט קודם אנגעהויבן צו פירן אין סקולען, וואו ער האט געוויילט א קורצער צייט. מען דערציילט אז זיין עלטערער ברודער הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל האט אים אנגעזאגט זיך נישט צו באזעצן אין רומעניע, וויבאלד עס איז געווען א בור ריק, עס איז געווען זייער פראסט אין אידישקייט. צווישן אנדערע האט אים דער סאדיגורער געזאגט, אז רומעניע איז נוטריקון 'רום אין יה' - עס איז נישטא דארט דער באשעפער, האט דער לעווער אים געעענטפערט "איך בין זיכער אז איך וועל אויפהויבן דאס וואונקל".
א קורצער צייט דערנאך האט ער זיך געצויגן צום שטעטל 'הוש' און פון דארט האט ער זיך געצויגן צום דערנעבנדיגער שטאט 'ליאווע', וואס על שמו איז ער פארבליבן מיטן נאמען 'דער ליעווער'.
אזוי ווי אלע אנדערע רוזשענער חסידות'ן אונטער די פירערשאפט פון די אנדערע קינדער, האט אויך דער ליעווער געפירט א מלכות'דיגע הויף, דינסטן מיט אויסגעצירטע פערד און אלע אנדערע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר א רוזשענער רבי. עס איז ווייניג באקאנט איבער דער דאזיגער הויף, אבער אויף אזויפיל ווייסט מען, אז דער ליעווער האט געצויגן טויזנטע אידן פון דער אומגעגנט, וועלכער איז זיך געקומען ווייקן, זיך פראווען אין דעם הויף. דער רבי האט געלאזט אויפבויען א באזונדער היכל פאר משיח, וואו דארט וועט ער מקבל זיין פני משיח צדקינו ווען ער וועט אנקומען, עס האט זיך געפירט רוזשין אויפן העכסטן גראד.
עס איז קיין סאך נישט באקאנט איבער דאס לעבן פונעם ליעווער. פאראן וואס שרייבן אז ער איז געווען דער געלונגענסטער זוהן פונעם רוזשענער, אנדערע מאכן דאס אוועק אלס גזמאות, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז קיין מפיל קינד איז ער נישט געווען, ער האט געפירט א מלכות'דיגער הויף בהוד והדר, געפירט טיש און געזאגט תורה, און זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין נר ישראל, זענען גראדע שיינע בליצן און געדאנקען. ער האט געצויגן חסידים אין די טויזנטער, וואס זענען געווען געשוואוירענע אנהענגער פון אים און זענען גרייט געווען אריינצוגיין פאר אים אין פייער. איבעראל האט מען גערעדט פון זיין גרויסקייט און מופתים. בקיצור, א רבי ווי אלע רבי'ס.
צוויי זאכן האט אבער געפעלט פארן לעווער, וואס דאס האט צושטערט דעם גאנצן הויף מיט די גאנצע לעבן פון דעם לעווער.
א. זיין רביצין, הרבנית מרת שיינדל, מיט די קאמפלעצירטע שלום בית וואס זיי האבן פארמאגט.
ב. זיין ווידערווילן און אפשיי צו די גאנצע רבי'סטעווע.
אין דער קומענדיגער פרק וועלן מיר צונעמען די צוויי פאקטארן, און ערקלערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם ליעווער רבי.
ווי געשמועסט אינעם פריעדיגן פרק, האט דער לעווער חתונה געהאט מיט זיין ווייב, הרבנית מרת שיינדל, אלט זייענדיג בלויז פערצן יאר. שיינדל ווערט באצייכנט אין עטליכע מקורות, אלס אשה יפת תואר ויפת מראה, אפילו די משכילים וואס האבן איר פיינט געהאט שנאת מות, צוליב איר ראלע אין די נפילה פונעם לעווער, לויבן אויס איר שיינקייט, אויף אזוי ווייט אז א משכיל מיטן נאמען משה אורנשטיין שרייבט, אז ער האט איר געזען אין טשערנאביץ, און זעענדיג איר שיינקייט האט ער געקרעכצט זאגנדיג "וי ליה להאי שופרה דבלי בארעא". אויך שיינדל איז אויסגעוואקסן אין א רבי'שער הויף, אין דער טשערנאבילער הויף, וואס האט זיך אויך געפירט מיט א מלכות, כאטש נישט ווי רוזשין, אבער זי איז אויך אויפגעוואקסן אויף א גאלדענעם טאץ.
די ערשטע יארן פון זייער צוזאמענלעבן, איז די שלום בית אין שטוב געווען אויסערגעווענליך און אפשר אפילו ראמאנטיש. ווי געשמועסט איז דער לעווער געווען בלויז פערצן יאר אלט ביי די חתונה, און זי איז מסתמא נישט געווען צופיל עלטער, טראצדעם וואס עס איז נישט באקאנט פונקטליך איר עלטער ביי איר חתונה. עס ווערט דערציילט אז דאס פאר פאלק האבן זיך זייער ליב געהאט, זיי פלעגן פארברענגען אינאיינעם אין די נעכט אויף די טאראסע פון זייער שטוב און בייטאג פלעגן זיי אינאיינעם ארויספארן אין וואלד שפאצירן, זיי זענען געזעצן אינאיינעם אין קאטש, איינגעשפאנט צו צוויי פערד, נוסח רוזשין. חסידים פלעגן שמועסן אז דער זיווג איז ביכולות צו ברענגען משיח'ן, וויבאלד דאס איז א שידוך צווישן בית דוד און בית שאול. אנדערש ווי עס איז געווען אנגענומען אין אנדערע הויפן, האבן זיי ארויסגעוויזן חיבה ברבים. אין קורצן, די שלום בית אין די ערשטע יארן איז געווען להפליא.
אבער ווי א יאר עס איז אריבער, האט זיך אנגעהויבן אנצוזען אן אנגעצויגנקייט צווישן זיי צוויי, וואס איז אלס געווארן שווערער און שווערער. קיין קינדער האט דאס פאר פאלק נישט געהאט, א זאך וואס האט זיכער צוגעגעבן צום שווערן מצב. מען זאגט נאך פונעם רוזשענער אז ער האט געזאגט דריי טעמים פארוואס דאס פאר פאלק קען קיין קינדער נישט האבן, און די ערשטע סיבה איז צוליב דעם וואס ער איז פון בית דוד און זי איז פון בית שאול, אן אנדערן נוסח איז פאראן, אז זי איז די שורש נשמה פון מיכל בת שאול וואס האט נישט געקענט האבן קיין קינדער.
עס איז גאנץ מסתבר אז דאס נישט האבן קיין קינדער האט פיל צוגעגעבן צו זייער שלום בית פראבלעם, אבער דאס איז נישט געווען די איינציגסטע פראבלעם צווישן זיי. זי איז געווען א רביצין מיט אן אויער-רינגל, זי איז געווען א פעסטער כאראקטער מיטן גאנצן רבי'שן טראכט, בשעת ר' בערניו איז געווען פון אן אנדערן טייג געקנאטן, ער איז געווען מער אן איידעלן רוזשענער נאטור.
וואס א יאר עס איז אריבער, אלס מער אנגעצויגן איז געווארן אין שטוב, ביז עס האט געהאלטן ביי א מצב אז ר' בערניו האט איר פשוט פיינט געהאט, עס איז געווען א שנאה פון אים אויף איר, און נישט אומזינסט, אז מיר וועלן באטראכטן איר אויפפירונג במשך די געשיכטע, וועלן מיר קענען אביסל מער פארשטיין וואס עס האט אים אזוי פארפיינטעט אין איר.
דער צווייטער פאקטאר וואס דער לעווער האט פארמאגט, איז פשוט, אז ער האט פיינט געהאט די רבי'סטעווע. דער לעווער האט געהאלטן אז די גאנצער הויף מיט די רבי'סטעווע איז א פשוט'ער וועג פון מאכן געלט, לעבן אין לוקסוס; מען רעדט איין די חסידים אז דער רבי איז גאט, יעדער באווארפט אים מיט גאלד און מען גלויבט אז ער פליעט אין הימל און פועל'ט ישועות, בשעת דער רבי איז פונקט אזא בשר ודם ווי יעדער אנדערער מענטש. אויף זיין פאטער האט ער קיין קושיות נישט געהאט, וויסנדיג אז ער איז געווען אן איש קדוש מאוד, אבער אויף דער עצם מושג פון רבי'סטעווע מיט רבי'שע הויפן, איז געווען אין זיינע אויגן א פאלשע דרך אין עבודת-השם און ער האט געהאלטן אז דער דרך החסידות באשטייט נישט פון מאכן א רבי'ן פאר א מלאך וואס קיינער באגרייפט אים נישט און ער קען טון וואס ער וויל.
דער לעווער האט קיין רבי נישט געוואלט זיין, ער האט געלאכט פון די גאנצע מעשה און זיך געוואלט ארויסדערזען פון דעם מאדנעם געשעפט פון רבי'סטעווע. צווישן די תורות פונעם לעווער זעט מען נישט איינמאל, ווי אזוי ער מאכט אוועק די רבי'סטעווע (און דאס איז שוין בלויז דער חלק וואס מען האט געדרוקט).
אין אן אנדערן ארט וואלט אזא הנהגה נישט געווען קיין גרויסער פראבלעם. מיר געפינען גענוג קינדער פון צדיקים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן נישט זיין קיין רבי'ס און זיי זענען טאקע געווארן ווי פשוט'ע מענטשן, אוועקגעפארן פונעם טאטע'נס הויף, געלעבט ווי אנדערע מענטשן וזהו. אבער נישט אין רוזשין... חסידים האבן זיך נישט געקענט פארשטעלן אז דעם רוזשענער'ס א קינד איז א פשוט'ער מענטש. וויפיל ער האט געוואלט אנטלויפן פון דעם חסידות, זענען אים די חסידים נאכגעלאפן, דער מלכות איז געווען אויפן העכסטן גראד און דער הויף האט זיך ווייטער געפירט. נישט איינמאל האט דער לעווער געשריגן ברבים אויף די חסידים "לאזט מיר אפ, איך בין א פשוט'ער בשר ודם פונקט ווי אייך, איך האב פונקט אזא יצר הרע, איך בין גארנישט העכער פון אייך", אבער די אלע ווערטער האבן גארנישט פועל געווען, עס איז בלויז אפגעטייטש געווארן אלס רבי'שע עניוות און בלויז פארשטערקערט זיין צדקות און קדושה אין די אויגן פון די חסידים.
בעצם, פארוואס האט דער לעווער נישט געקענט אויפגעבן די רבי'סטעווע, פארקלאפן די טירן, מער נישט אויפנעמען דעם ציבור און מער נישט פירן קיין טיש? פארוואס האט ער פשוט נישט געקענט פארמאכן דאס געשעפט און אנטלויפן? - דער ענטפער איז, אז ער האט פשוט נישט געקענט. אט דא קומט אריין די רביצין אין בילד, אבער מיר מוזן קודם מיחד זיין עטליכע ווערטער אויף די מהות פון ר' בערניו זעלבסט.
ר' בערניו איז געווען זייער א קלוגער און געלונגענער מענטש, אבער פארט א שוואכער כאראקטער. ער איז געווען געבויט פון אן איידעלן נאטור און ער האט זיך נישט געקענט קעגן שטעלן זיינע ארומיגע, בעסער געזאגט - ער האט פשוט מורא געהאט פון זיינע ארומיגע. די רביצין שיינדל האט גוט געקענט איר מאנ'ס שוואכקייט און זי האט דערויף געריטן מיטן גאנצן כח.
די רביצן שיינדל איז געקומען פון א רבי'שע שטוב, פון דער טשערנאבילער הויף, און האט חתונה געהאט מיט ר' בערניו, וויסנדיג אז ער איז א רוזשענער קינד און ביום מן הימים וועט ער זיין א גרויסער רבי, וואס דאס מיינט אז זי וועט נאטורליך זיין א גרויסע רביצין. זי האט בשום אופן נישט געוואלט דערהערן אזא סארט געדאנק אז איר מאן וועט קיין רבי נישט זיין. זי האט דעריבער געריטן אויף זיינע געהירן, אים געצווינגען צו פירן רבי'סטעווע מיט גוטן און מיט בייזן. לויט ווי דער לעווער האט שפעטער דערציילט פאר די משכילים אין טשערנאוויץ, פלעגט זי אים סטראשען אז זי וועט זיך דערווייטערן פון אים און זיך צוריקהאלטן פון אינטימישע באציאונגען מיט אים. זי האט נישט נאר געסטראשעט נאר זי האט טאקע געהאלטן ווארט... יעדע מאל ער האט געלאזט הערן עפעס א ווארט אז ער וויל קיין רבי נישט זיין, האט זי מקיים פסק געווען און זיך צוריקגעהאלטן פון אים, און אזוי אויך יעדע מאל ער האט זיך אויפגעפירט נישט ווי עס פאסט פאר א רבי, האט זי דאס נישט פארשוויגן.
באופן מסוימת האט זי דערמיט געהאט די שטיצע פון זיינע ברידער, די אנדערע רוזשענע קינדער, וועלכע האבן פארשטאנען אז א רוזשענער קינד איז העכער פון סתם מענטשן, און פארמאגט א העכערע כח. דער אויפפירונג פון זייער ברודער האט באיזה אופן עטוואס פארשעמט די רוזשענער דינאסטיע, זייענדיג אנדערש פון אלע אנדערע ברידער און ווייזנדיג אז א קינד פונעם רוזשענער קען זיין א פשוט'ער מענטש. עס איז דעריבער געווען נארמאל אז זי פלעגט פאר'מסר'ן איר מאן פאר זיינע ברידער, וועלכע פלעגן פראבירן משפיע זיין אויף אים און אים זאגן אז ער איז בעצם א העכערע נשמה און דעם טאטע'נס א קינד. זי פלעגט אויך כסדר שיקן בריוו צו איר ברידער קיין טאלנע, צו הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זצ"ל, וועלכער פלעגט אויך פראבירן צו משפיע זיין אויף אים.
קיין גט איז נישט געקומען אין באטראכט, וויבאלד די ברידער און זיינע נאנטע מענטשן האבן אים אפגערעדט דערפון, צוליב כבוד בית רוזשין אדער אנדערע חשבונות, זיי האבן געהאלטן אז עס איז בעסער ווילאנג ער איז מיט איר, אזוי האלט זי אים אין די ראמען, און זייענדיג א שוואכער כאראקטער, און נישט זיך קענענדיג שלאגן מיט זיינע ארומיגע, האט ער אויך געגלויבט אז עס איז בעסער אזוי, און אזוי האט ער נעבעך געלעבט זיין ביטערע לעבן, זיך מוטשענעדיג מיט זיך, און זיך געפינענדיג אין א גאלדענע תפיסה.
די באציאונגען צווישן די צוויי זענען געווארן וואס אמאל ערגער און ערגער, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז ער איז כסדר געווען אונטער איר אבוואזיציע, זי האט אים נאכגעקוקט אויף יעדע ריר, און אויב איז איר עפעס נישט געפאלן האט זי דאס תיכף באריכטעט צו איר ברידער קיין טאלנע און צו זיינע ברידער. אין טשערנאביץ האט ער אויך געזאגט פאר די משכילים "אלע יסורים פון טויט און חיבוט הקבר זענען פון איר געקומען, זי פלעגט זיצן ווי א רויב-פויגל אין מיין צימער, נאכקוקנדיג יעדן טריט און אויב האט זי געזען עפעס וואס איז איר נישט געפאלן, האט זי דאס דערציילט פאר איר ברודער לבן הארמי (הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער) און פאר מיין ברודער אברהם יעקב (פון סאדיגורא), און זיי האבן צוזאמען פלאנירט וואס צו טון ווייטער מיט מיר."
דערווייל האט ר' בערניו פראבירט צו טון וואס ער קען זיך ארויסצודערזען פון דעם פלאנטער, אבער ווי עס שיינט האט ער קיין ערפאלג נישט געהאט. ממש לעצטנס האט מען געפינען א בריוו וואס ר' בערניו האט געשריבן בסוד סודות צו די ראשי-הקהילה אין יאס, וואו ער שרייבט אז ער וויל קומען וואוינען קיין יאס און ער וויל ווערן ווי א פשוט'ער חבר אין די קהילה, ער בעט דעריבער די ראשי-הקהילה זאלן אים אנערקענען ווי א פשוט'ער חבר הקהילה, א מיטגלידער ווי אלע. עס איז נישט באקאנט וואס די ראשי-הקהילה האבן אים געענטפערט, און צי זיי האבן אים בכלל געענטפערט אויף דעם בריוו.
וואלט ר' בערניו געהאט א געזונטע שלום-בית, וואלט אים זיין ווייב פארשטאנען און זיי וואלטן געלעבט א שיינעם לעבן, ווייט פון די חסידים, און אלעס וואלט געפארן בשלום ובשלוה. וואלט ר' בערניו נישט געבוירן אין רוזשין, נאר אין אן אנדערן רבי'שער הויף, וואלטן אים זיינע ברידער פארשטאנען, און אפילו אויב זיין רביצין וואלט נישט געוואלט מוותר זיין אויף די רבי'סטעווע, וואלטן אים די ברידער געהאלפן, צי דורך ערקלערן די רביצין און אין שארפן פאל וואלט זיך עס געענדיגט מיט א גט. האט אבער די מזל פון ר' בערניו געשפילט אז ער איז געבוירן אין רוזשין און אריינגעפאלן מיט א שווערן שלום-בית, בשעת זי האט געטאן אלעס אין איר מעגליכקייט פאר די רבי'סטעווע, און די מזל האט נאך צוגעשפילט אז קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט, אזוי אז ר' בערניו האט זיך געפינען אין א שווערן קלעם, א קלעם וואס איז נאר געווארן ערגער און ערגער און עווענטואל געברענגט צו א מיסע שרעקליכע פרשה וואס האט אויפגעשוידערט דעם גאנצן חסידי'שער וועלט, און ביז היינט ליידן מיר נאך פון די דאזיגע קאנסעקווענצן.
ווי אזוי זאגן אונז חז"ל: חכמת נשים בנתה ביתה וכו'...
ווי אזוי האט זיך ר' בערניו ארויסדערזען פון דעם פלאנטער? - וואס האט ער געטאן? - אין קומענדיגן פרק וועלן מיר זען ווי אזוי די געשעענישן האבן זיך ווייטער אנטוויקלט.
זייער אינטערסאנט חקרן, און זייער גוט געשריבן. איך קוק ארויס פאר די ווייטערדיגע פארזעצונגען.
@חקרן שוין לאנג וואס איך האב געןןאלט וויסן וואס דארט איז פארגעגאנגען, אבער כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט ווי צו זוכן די זאכן, קיין גרויסע חקרן בינעך דאך נישט, בין איך געבליבן אומוויסנד, ביז דו ברענגסט עס דא אהער אויף מאמע לשון, ייש"כ און מיר קוקן ארויס אויף ווייטער.
בד"וו פון ווי נעמסטו דאס אלעס וואס דו שרייבסט?
We won't more
BAL TSHIVAWe won't more
😂 🙄 😂 😮
חקרן דו שרייבסט הערליך פליעז זיי ממשיך
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
זייער שיין באשריבען. לאז וויסען ווען די גייסט שרייבען ווייטער. אזוי וועל איך נישט דארפען טשעקען יעדען טאג.
berlbalagulehBAL TSHIVAWe won't more
😂 🙄 😂 😮
BAL TSHIVAberlbalagulehBAL TSHIVAWe won't more
😂 🙄 😂 😮
קאצקע ציקערחקרן דו שרייבסט הערליך פליעז זיי ממשיך
נענתי לבקשת חברינו היקרים.
דערווייל האב איך געוואלט צולייגן עטליכע זאכן צו די פריעדיגע קאפיטלען, אבער לדבאוני קען איך דאס נישט טון, לייג איך עס דא, ואקוה אז די ליינער וועלן הנאה האבן דערפון.
איבער דאס מואס זיין די רבי'סטעווע פונעם לעווער, ווערט דערציילט אז ער פלעגט נישט וועלן נעמען קיין געלט פון מענטשן. צומאל פלעגט ער דאס צוריקגעבן זאגנדיג, "אין די געלט ליגט דאך א שטיק בלוט, ווי אזוי קען איך דאס נעמען?" - נאך ווערט דערציילט, אז זיינע חסידים אין קאשאנאוו האבן אים אמאל געשיקט א פדיון פון 150 רובל און ער האט דאס צוריקגעשיקט. זעענדיג דאס, האבן די חסידים געשיקט מער און מער געלט, ביז פינף-הונדערט רובל, אבער ער האט אלס צוריקגעשיקט דאס געלט און נישט געוואלט נעמען.
נאך ווערט דערציילט, אז אמאל ווען א חסיד איז געקומען צו אים מיט א קוויטל, האט ער גענומען אן אנדערן פאפיר, ארויפגעשריבן דארט 'דוב בן ישראל' און דאס איבערגעגעבן פארן חסיד. אויף דעם וואונדער פון דעם חסיד, האט דער לעווער געענטפערט מיט א פשטות "אויף דאס וואס דו בעטסט א ישועה, דארף איך פונקט אזוי האבן..." אין אן אנדערן פאל האט ער צוריקגעגעבן א קוויטל פאר א חסיד, זאגנדיג "ס'איז איין חילוק צי דו גיבסט פאר מיר אדער איך גיב פאר דיר...".
איבער זיין שווערע לאגע אין וואס ער האט זיך געפינען, נישט האבנדיג קיין קינדער מחד, זיין שווערער שלום בית מאידך, נאכדערצו ווען ער איז געצווינגען געווען צו טון זאכן וואס ער האט נישט געהאלטן דערביי, דארף מען צוגעבן אז דער עצם פאקט אז ער האט געוואוינט אין רומעניע, נישט אין רוסלאנד ווי זיינע ברידער האבן געוואוינט, האט פיל צוגעלייגט צו זיין שווערער מצב. מען דארף נעמען אין באטראכט, אז רומעניע בימים ההם איז געווען א דארפישע פלאץ, עס איז נישט געווען דער אצילות'דיגער מצב אזוי ווי אין רוסלאנד, עס זענען געווען פראסטע אידן און דארפסלייט מיט וועמען ער איז געווען ארומגענומען.
דער לעווער האט געשפירט אין רומעניע א שטיקל גלות, קומענדיג פון א מלכות'דיגער שטוב, און דא דארף ער אנוואונטשן מענטשן אז די קוה זאל געבן מילך און דער קאץ זאל כאפן מייז. דאס איז אויך געווען א גרויסער גורם צו זיין אומבאקוועמער מצב אין וועלכער ער האט זיך געפינען.
רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
באקום איך א נאטיפטקאציע אז חקרן האט צוגעלייגט א תגובה אינעם אשכול, איך לויף אריין מיט איין אטעם, צו ליינען ווייטער סיפורי צדיקים וצדקניות, אבער הילד איננו.
אבער חקרן שטעלט זיך די קשיא, ואני אנא אני בא.
איך וועל אי"ה צולייגן בקרוב נאך חומר.
אין די פריעדיגע קאפטילען האבן מיר דערמאנט דעם שווערן לעבן וואס דער ליעווער איז דורכגעגאנגען, ווי אזוי דער מזל האט אים צוגעפירט אז ער האט זיך געפינען אין א פארוויקלטער מצב, זייענדיג אין גלות רומעניע, ווייט פון זיין משפחה אין רוסלאנד, בשעת דער שלום בית אין שטוב איז געווען אומדערטרעגליך, ווערנדיג אלס מער און מער אנגעצויגן, און קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט. פון דער אנדערער זייט האט ער קיין רבי נישט געוואלט זיין, בשעת די משפחה פון ביידע זייטן לייגט אויף אים גרויס דרוק און צווינגט אים מיט געוואלד צו פירן רבי'סטעווע. זיין רביצין מיט די הילף פון די גבאים האלטן אים אין איין נאכקוקן און יעדע ריר ווערט באריכטעט צו די ברידער קיין סאדיגורא און קיין טאלנע.
לויט ווי דער משכיל משה אורנשטיין שרייבט נאך פון וואס דער ליעווער האט אים דערציילט, איז געווארן א מצב אז זיין רביצין שיינדל פלעגן זיך כסדר סודות'ן מיט די גבאים אונטער זיין רוקן, רעדנדיג כסדר פון אים, ווי אזוי מען דארף אים באהאנדלען און-אזוי-ווייטער, א זאך פון וואס ער האט זיך געשפירט געטראפן, ער איז געווען ווי דער ארעסטאנט אין תפיסה וואס זיינע אויבערהארן קוקן אים נאך און שמועסן דורך ווי אזוי אומצוגיין מיט אים, און דאס מאל זענען זיינע אויבערהארן זיין אייגענע ווייב מיט די גבאים, עס איז געווען גאר א ווייטאגליכער מצב. ער האט איר אויך חושד געווען אז זי איז מזנה מיט די גבאים - א זאך וואס זי האט גע'טענה'עט פארקערט, אז ער האט זיך פארליבט אין דעם פריצ'עס טאכטער, אדער לויט אנדערע ווערסיעס די שוועגערין פונעם פריץ וואס האט געוואוינט פונקט קעגן איבער דעם הויף. לויט ווי אזוי יאסל דיק שרייבט - און ער האט קלאר געשריבן אונטער א צאנזער השפעה און איז נישט באגלויבט מיט זיינע ווערטער - האט זיך דער ליעווער אריינגעזעצט אין שטוב פון פריץ און איז דארט געזעצן צען טאג, און בלויז מיט שווערע כוחות פון די חסידים און מקורבים, האט מען ארויסגעראטעוועט דעם רבי'ן פון דארט.
אין יענע טעג איז פארגעקומען א געשיכטע, וואס האט פיל פארערגערט דער שלום בית-בית מצב אין שטוב פון רבי'ן. זעענדיג אז אין שטוב איז אנגעצויגן, האט די רביצין אריינגענומען אין שטוב א ציכטלינג, אן ארעמע יתומה וואס זאל זיך האדעווען אין זייער שטוב. די מיידל האט זיך געפינען אין שטוב, ווען מיטאמאל האט מען זיך דערוויסט נישט מער און נישט ווייניגער, אז דאס מיידל איז פארשוואנגערט געווארן... לויט ווי עס שיינט איז זי איבערגערעדט געווארן דורך איינע פון די גבאים אדער שטוב מענטשן, און עס איז געשען וואס עס איז געשען.
די רביצין - וועלנדיג אפהאלטן בושות, און נישט וועלנדיג אז דאס מיידל זאל זיך אזוי ארומדרייען אין חצר - האט איר פארשיקט קיין הוש - א שטעטל וואס איז געווען אין די גלילות פון ליעווי און דארט האט בעצם דער רבי אנגעהויבן צו פירן רבי'סטעווע איידער ער האט זיך געצויגן קיין ליעווי. דארט אין הוש, זייענדיג אין איר אכסניא, האט זי געבוירן איר קינד.
דער בעל-אכסניא, וועלכער האט פון אנהויב גארנישט געוויסט, הערנדיג וואס עס איז געשען האט ער זיך זייער געשעמט, ער האט איר פארטריבן פון די אכסניא, זי האט זיך געדרייט אויפן גאס מיט איר קינד און קיינער האט איר נישט געוואלט ארייננעמען אדער זיך אומקוקן אויף איר. האלטנדיג קוים עטליכע טעג נאך א געבורט, מיט א קליין קינד אין די הענט, האט זיך א יונגע מיידל געדרייט אליין אויף די גאס, נישט האבנדיג איינער וואס זאל זיך קומערן אדער זארגן פאר איר. פארשטייט זיך אז עס האט לאנג נישט גענומען און זי האט אויסגעהויכט איר נשמה אינאיינעם מיט איר קינד.
די מעשה האט אנגעמאכט א שטיקל גערידער און דאס האט נישט צופיל צוגעגעבן צום שלום-בית אין שטוב. די פרטים פון די מעשה איז נישט באקאנט, מאנכע צווישן די משכילים שרייבן אז זי האט חושד געווען איר מאן, דער רבי, אז דאס איז גאר געווען זיין ארבעט... אנדערע ברענגען אז מען האט געוויסט ווער דאס איז געווען, און אז איינער פון די הויף מענטשן האבן דאס געטאן. אזוי צי אזוי האט די מעשה זיכער נישט פארבעסערט די שוין אזוי אויך שווערע לאגע צווישן דער רבי מיט די רביצין.
מען דארף נעמען אין באטראכט ליינענדיג די אלע מעשיות, אז רוב מקורות איבער דעם ליעווער קומען פון די משכילים. אמת, טייל באשרייבונגען קען מען אננעמען אלס אמת, אפילו עס קומט פון די משכילים. דער שרייבער פון די שורות, זוכנדיג חסידי'שע מקורות אויפן ליעווער, האט זיך פארבינדן מיט איינע פון די באקאנטע ידענים אין חסידי'שע מעשיות, א תלמוד-חכם מופלג און בעל דרשן, וואס זיינע טעיפס ווערן געהערט אין די מאסן, אויף אלע היי-וועיס ווערט ער געהערט. יענער האט געזאגט אז צווישן די חסידים איז כמעט גארנישט דא, אבער מען קען גלויבן וואס די משכילים שרייבן אויף אים, בפרט פון משה אורנשטיין וואס שרייבט נאך וואס דער ליעווער האט אים דערציילט. מען דארף אבער נעמען אין באטראכט אז משכילים זענען פארט משכילים, זיי לערנען אפ זאכן אנדערש ווי אונז לערנען און קוקן אויף זאכן אנדערש, און אלס מענטשן האבן זיי נגיעות און זענען נוטה אויף געוויסע זאכן.
כלפי מה דברים אמורים? - די מעשיות פון דעם סארט, לייגט זיך באמת נישט אויפן שכל, דער ליעווער איז שוין געווען אן עלטערער מענטש, געקומען פון א רבי'שע משפחה, ער האט נישט געקענט קיין אנדערע שפראך אויסער אידיש. צו זאגן אז ער האט געהאט שייכות מיט די שוועגערין פון פריץ איז אזוי ווי מען זאל זאגן אז סקולענער רבי האט אנגעקניפט אן אפער מיט בריטני ספיערס (אנטשולדיגט פאר מיין אויסדרוק), דאס איז דאך א זאך וואס איז פשוט רחוק מהמציאות, שוין אפגערעדט אז די שוועגערין פונעם פריץ האט מסתמא געהאט בעסערס אויפן געדאנק... בקיצור, עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל. ווידער די אויבנדערמאנטע מעשה, שרייבן רוב משכילים אז מען ווייסט פון וועמען עס איז געקומען, נאר די וואס האבן ליב צוצולייגן דראמאטישקייט און ראמאנטישקייט, ווילן דאס באפעפערן מיט חשדות פון די רביצין... בפשטות איז קיינמאל נישט געווען חשדות פון דעם סארט אויפן ליעווער, דאס איז פשוט די ליידיגע קעפ פון די משכילים וואס לייגן דאס אזוי אראפ. ווידער פארקערט איז קלאר, אז דער ליעווער האט חושד געווען זיין רביצין מיט זנות, ער האט דאס קלאר באשטעטיגט אין טשערנאוויץ פאר משה אורנשטיין.
עס איז דא דער פלאץ צוצולייגן, אז ווען מען האט אמאל געפרעגט דעם סאדיגורער, אויב עס איז אמת אז זיין ברודער האט זיך גע'שמד'ט, א שמועה וואס איז שטארק נתפשט געווארן בימים ההם און פיל מענטשן האבן דאס געגלויבט, האט דער ליעווער געענטפערט: "חס ושלום, מען זאגט אויף אונז אזויפיל זאכן, און בלויז א קליין חלק דערפון איז אמת". מסתמא זענען די אלע סארט מעשה'לעך אויך פון די שמועות וואס מען האט דעמאלס געשמועסט.
אזוי צי אזוי, האט דער חלק פון די רבי'סטעווע פארנומען א גרויסן ארט אין דער מצב, בשעת די רוזשענער און טשערנאבילער ברידער האבן געהאלטן אז ער מוז פירן רביס'טעווע מיט א שטארקייט, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין די משפחה. זיי האבן געהאלטן אז עס פאסט נישט פאר א רוזשענער קינד צו זיין כאיש בין אנשים און צוריקווארפן קוויטלעך אין פנים... דער ליעווער האט אבער אנדערש געהאלטן, ער האט זיך פאר'מואס'ט אין די רבי'סטעווע און זיך פאר'מואס'ט אין זיין ווייב וואס צווינגט אים דערצו (זי פלעגט זיך אפהאלטן פון אינטימישע באציאונגען מיט אים, אלס קנס פארן נישט וועלן פראווען), און ער האט זיך געוואלט זען ארויס פון דעם פלאנטער.
מזמן לזמן פלעגן קומען שלוחים פון סאדיגורא אדער פון טאלנע, צו פראבירן משפיע זיין אויף אים. ער פלעגט זיי זאגן אז ער ווייסט נישט וואס זיי ווילן, ער איז אן איש פשוט ווי יעדער און ער דארף נישט די גאנצע זאך, אבער זיי פלעגן אים זאגן פונקט פארקערט, אז ער האט א הויכע נשמה און כלל-ישראל דארף צוקומען צו אים. בפרט דער שליח פון טאלנע, דער חסיד ר' דוד באלטיש (פון די שטאט באלטע), וואס פלעגט אפט קומען בשליחות פון זיין רבי'ן פון טאלנע און איז כסדר געווען פארמישט אין דער נושא. ר' דוד איז געווען א תלמיד-חכם און בעל-מקובל, ער פלעגט כסדר ברענגען ראיות פון זוהר און קבלה אז ער איז דער צדיק הדור און אז ער איז א חידוש אין דעם דור, ער איז פון גאר אן אנדערן עולם און ער דארף משפיע זיין אויף די וועלט און-אזוי-ווייטער. טראצדעם וואס דער לעווער האט זיך געוואלט אפשאקלען דערפון, האט ער אים אויפגעקלערט על פי תורה וקבלה אז ער דארף זיין א רבי, משפיע און מנהיג הדור, אזוי האט מען פראבירט צו ארבעטן אויף אים און אים טוישן.
דערווייל איז דער שלום בית אין שטוב געווארן וואס אמאל מער אומדערטרעגליך, ביז מען האט אנגעהויבן איינצוזען אז עס קען נישט אזוי אנגיין און עפעס דארף געטאן ווערן דערצו. וואס עס איז געווען דער מכה בפטיש אויף וואס מען האט געדארפט אנהויבן ארבעטן אויף א הסכם, איז אומבאקאנט, מעגליך אז עס איז פשוט פון זיך זעלבסט געווארן און די גבאים האבן מחליט געווען צו ארבעטן דערויף. עס איז פאראן א באשרייבונג וואס דערציילט אין נאמען פון ליעווער חסידים, איבער א געוויסע עובדא וואס איז פארבינדן דערמיט. הגם מען קען דאס נישט אננעמען אלס תורת משה מסיני אז אזוי איז טאקע געווען, אבער עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז די מעשה איז ריכטיג, און עס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די צדקות פונעם לעווער, אויב די מעשה זאל יא זיין ריכטיג.
לויט די ווערסיע, האט דער ליעווער זיך אמאל געוואנדן צו זיינע שטוב מענטשן, אז מען זאל אים רופן די מיידל, די טאכטער פון דער אויפזעהער אויפן הויף. ווען די חסידים האבן זיך געוואונדערט וואס עפעס דער רבי פרעגט זיך נאך אויף די מיידל, האט דער רבי זיך אנגערופן "איר זארגט זיך דערויף? - און אויף מיין שלום בית, אז מיין רביצין זאל זיך אביסל צושטעלן זארגט איר זיך נישט?".
די מעשה האט אויפגעשאקלט די שטוב מענטשן, און זיי האבן באשלאסן אויסצוארבעטן א שלום צווישן די רבי מיט די רביצין.
פארזעצונג אי"ה
זעענדיג די שטארקע ווידערווילן פון ר' בערנ'יו צו דינען אלס רבי, און וויבאלד דער גאנצער עסק האט שטארק געשאדט פאר די שלום בית אין שטוב, איז פארמירט געווארן א הסכם צווישן דעם פאר פאלק, מאכנדיג א שטיקל פשרה, דהיינו אז מען וועט אפלאזן דעם רבי'ן און אים מער נישט צווינגען צו פירן רבי'סטעווע, אנשטאט דעם וועט די רביצין פירן, זי וועט פראווען קוויטלעך און אויפנעמען דעם עולם. ער וועט זיך כלומר'שט פארשפארן אין זיין חדר מיוחד, דארט וועט ער קענען טון וואס ער וויל, אבער ער זאל נישט שטערן די הנהגה פונעם הויף.
עס איז געווארן א חידוש אין הויף, דער רבי האט זיך פארשפארט, זיך פורש געווען מחיי העולם הזה און נעמט מער נישט אויף קיין חסידים, אנשטאט דעם לויפט דער עולם צו די רביצין, זי נעמט אויף דעם עולם מיט קוויטלעך, און זי האט דאס געטאן ווי עס דארף צו זיין... זי איז פארט געווען א טשערנאבילער קינד, אויפגעוואקסן אין א רבי'שע פאמיליע, און זי האט גוט געקענט די מלאכה. עס זענען פאראן עדות פון יענע תקופה, ווי אזוי זי האט אויסגעהערט אידישע קינדער, משתתף געווען בצרתן של ישראל, געקרעכצעט און מייעץ געווען דעם עולם. אז עס געווען א שווערע הזכרה, האט זי צוגעזאגט אז זי וועט אויס'פועל'ן ביי איר מאן, דעם רבי'ן, א הבטחה אויף א ישועה. די חסידים זענען געקומען אין די מאסן און זי האט געפראוועט דעם עולם.
די גבאים פון זייער זייט האבן אויך מיטגעשפילט דעם שפיל, עס האט געהייסן אז דער רבי האט זיך פארשפארט, זיך אפגעזינדערט מחיי העולם הזה און איז עוסק א גאנצן טאג אין העכערע זאכן וסודות הקבלה. פאר א גראבן בקשיש האבן די גבאים אמאל געלאזט איינעם אריינקוקן אין שליסל לאך, צו כאפן א בליק אויפן הייליגן רבי'ן. עס האט זיך גענומען פליסן געלט פון אלע זייטן, אנשטאט די אמאליגע יארן וואס דער רבי האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט, האט מען דאס אצינד צוריקגעצאלט בכפל כפלים, און די חסידים האבן דאס געשפירט פאר א זכיה. די חסידים האבן געשמועסט אותות ומופתים פון די קדושה פונעם רבי'ן און שפעקולירט וואס ער טוט א גאנצן טאג און אין וועלכע הייליגע ענינים דער רבי איז עוסק אונטער שלאס און ריגל. שמועות האבן קורסירט אז דער רבי האט באשלאסן צו ברענגען משיח'ן פאר יעדע פרייז, נאר די ארומיגע מענטשן זענען פאר אים א שטער, דעריבער האט זיך דער רבי איינגעשפארט בחדרו המיוחד, דארט איז ער עוסק אין העכערע תיקונים צו ברענגען משיח צדקינו. די הערצה פון די חסידים צום רבי'ן איז געוואקסן אויף א פיל העכערע פארנעם, און דער הויף האט זיך געפירט א מחיה.
אבער דער רבי איז נישט צופרידן געווען...
ער איז געזעצן פארשפארט אין א תפיסה, ער איז נישט געווען זיך, נאטורליך, ער האט נישט געקענט שמועסן מיט מענטשן פרייוויליג און זיין מעורב בין הבריות, ער האט זיך געמוזט צושטעלן צו די קאפריזן פון זיינע ארומיגע, בשעת זיין אייגענע רביצין, די גבאים מיט זיינע משפחה מיטגלידער, ארבעטן קעגן זיינע אינטערעסן. ער האט ניטאמאל געהאט פאר וועמען זיך צו באקלאגן אין זיין מצב און איינער וואס זאל אים אויסהערן און אים פארשטיין. פארמאכט, פארשלאסן.
דער מצב פונעם רבי'ן האט זיך אזוי שטארק פארערגערט, ביז עס איז שוין אריינגעפאלן בגדר דיפרעסיע, דער רבי האט אנגעהויבן שפירן אז ער פארלירט שליטה אויף זיך, עס הויבט שוין אן צו בארירן חלילה די נערוון. דער רבי האט דעמאלס פארלאנגט אז ער דארף דרינגנד זען א דאקטער. נאכן בעטן עטליכע מאל, האט מען אים געברענגט דעם לאקאלער דאקטער אלמויגן, וועלכער איז אריבערגעקומען צום רבי'ן.
עס האט נישט גענומען לאנג, און דער רבי האט אנגעקניפט נאנטע באציאונגען מיט דעם דאקטער. פאקטיש איז דער דאקטער געווען דער איינציגסטער מענטש מיט וועמען דער רבי האט געקענט אויסשמועסן א גראדער ווארט, דער דאקטער האט געהאלפן דעם רבי'ן און דער רבי האט זיך אויסגערעדט פאר אים. זייענדיג א געלערנטער און א געבילדעטער מענטש, האט דער דאקטער געהאט א גרויסער השפעה אויפן רבי, ער האט אים אויסגעלערנט פארשידענע חכמות און געדאנקען און דער רבי האט הנאה געהאט צו שמועסן מיט אים. דער קשר מיטן דאקטער איז געווארן זייער נאנט, אויף אזוי ווייט אז גאנצע נעכט פלעגן די צוויי אפשמועסן צוזאמען און די חסידים האבן אפגעלערנט דערפון אז דא טוט זיך אפ העכערע זאכן.
די רביצין פון איר זייט, האט לכתחילה הנאה געהאט פון דעם נייעם קשר, וויבאלד אזוי איז דער רבי געווען פארנומען מיט זיינע זאכן, ער האט איר נישט געשטערט און זי האט אים נישט געשטערט, והכל על מקומו יבוא בשלום. דער דאקטער האט אויך געהאלפן אויפהייטערן דאס געמיט פון רבי'ן, ער האט געשפירט אין דעם דאקטער ווי א רעטער וואס ראטעוועט אים פון זיין דעפרעסט. זיי פלעגן פיל פארברענגען אין שאך שפילן ווי אויך אין אנדערע סארט זאכן.
צווישן די זאכן וואס דער דאקטער האט באפוילן פארן רבי'ן, כדי צו ווערן אויסגעהיילט און פרייליך, אז ער זאל זיך ארויסלאזן אויף א נסיעה צו די גרויסע שטעט, ער זאל באזוכן וויען און דארט זאל ער אויך באזוכן ביי א גרויסן דאקטער וואס וועט אים קענען געבן א רפואה. פארשטייט זיך אז אזא בקשה איז נישט דורכגעקומען די קאפריזן פון די רביצין מיט די גבאים, און מען האט דעם רבי'ן נישט געלאזט פארן. דער רבי איז דעריבער געבליבן אין הויף, אין ליעווי.
עס מוז צוגעלייגט ווערן, אז וויבאלד עס איז פאראן ווייניג מקורות איבער די פאסירונגען, און צווישן די חסידים איז כמעט נישטא קיין מקורות בכלל, אויסער א ווארט דא און א ווארט דארט, ווערן די זאכן געשריבן טריקענערהייט, אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט בימים ההם. עס איז שטארק מעגליך אז דאס התקרבות צום דאקטער איז געווען העכערע זאכן, דער רבי האט אים געוואלט מחזיר בתשובה זיין אדער אנדערע ענינים נשגבים. מיר געפינען אויך אזעלכע צדיקים ווי הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצוק"ל וואס האט מקרב געווען און געשפילט שאך מיט אפיקורסים, מיר געפינען אז דער לקט עני מקאסוב און אנדערע גדולי ישראל פלעגן פארברענגען מיט גלחים. עס איז געלעגן דערין העכערע זאכן. דעריבער קען מען נישט אפלערנען פון דאס התקרבות צום דאקטער קיין שום זאך, הן לטב והן למוטב.
עס דארף באמערקט ווערן, אז בעצם האט דער ליעווער נישט געקענט קיין שפראך אויסער אידיש. עס איז זייער שווער צו זאגן אז אין אזא קורצע צייט האט ער זיך אזוי נאנט באפריינדעט מיט א דאקטער וואס האט קיין אידיש נישט געקענט, אויף אזוי ווייט אז ער זאל האבן אזא נאנטע השפעה און ער זאל אים אויסלערנען זאכן. פארט איז זיכער אז דער דאקטער פלעגט זיך דארט דרייען, מען קען אבער נישט וויסן ווי נאנט דער קשר איז געווען, די איינציגסטע מקורות איבער דעם ענין קומט פון די משכילים, און הגם מען קען זיי גלויבן אין רוב פעלער, האבן זיי פארט א נטיה אויפצובלאזן דעם ענין און דאס מאכן פאר דראסטיש מער. אבער אויף אזויפיל איז זיכער, אז דער דאקטער האט געשפילט א גרויסער ראלע אין די פרשה פונעם ליעווער רבי.
אין יענעם זוממער, האט אויסגעבראכן א מגיפה און א חולעריע רח"ל אין שטאט, דער מצב איז געווען שרעקליך. דער דאקטער האט דאן געשמועסט מיטן רבי'ן און דורך זיין השפעה האט דער רבי געלאזט באפעלן אין שטאט, אז דאס יאר תשעה-באב זאל מען נישט פאסטן און נישט קלאגן. דער רבי האט געהייסן אז א גרופע פון כלעזמער זאלן זיך ארומדרייען אין די גאסן אום תשעה-באב און שפילן מוזיק, כדי דער עולם זאל בלייבן געזונט און אויפגעהייטערט.
יענעם ערב-יום-כיפור האט זיך אפגעשפילט אין ליעווע א שרעקליכע פאסירונג, וואס האט אויפגעטרייסלט דאס גאנצע חסידות.
דערויף - קומענדיגע פארזעצונג אי"ה.
איך בין געבעטן געווארן מעורר צו זיין - וויבאלד מענטשן ליינען די לעצטע תגובה אננעמענדיג אז דארט הויבט זיך אן די לעצטע פארזעצונג - אז עס איז געלייגט געווארן צוויי פארזעצונגען איינע נאך די צווייטע. די ליינער זאלן אין אכט נעמען נישט אויסצולאזן דעם ערשטן האלב.
בהוקרה
חקרן
ערב יום-כיפור תרכ"ט לפ"ק:
אין די שטאט ליעווי הערשט אן ערנסטער שטימונג, עס איז ערב יום-כיפור אין שטאט, אלע זענען פארנומען מיט תשובה און תיקון המעשים, אידן טוען תשובה, מען בעט זיך איבער איינער דעם צווייטן און מען וואונשט זיך אן א גוט געבענטשט יאר, צו גע'חתמ'עט ווערן בספרן של צדיקים, אין זכות פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט.
דאס יאר איז א גרויסער עולם געקומען צו פארן אויף יום-כיפור צום רבי'ן קיין ליעווע, די שטאט איז פארפלייצט געווארן מיט געסט וועלכע האבן געוואלט וויילן דעם יום-הקדוש אינאיינעם מיטן רבי'ן. אלע ווייסן אז דער רבי זיצט פארשפארט אין זיין צימער, און מרוב קדושתו איז ער זיך פורש און פארארבעט מעשים אין זיין חדר המיוחד. אצינד אין דעם הייליגן טאג וועט דער רבי זיכער ארויסקומען צום עולם און מען וועט זוכה זיין צו דאווענען אונטער איין דאך מיטן רבי'ן, וואו דער רבי וועט אויס'פועל'ן אין הימל אלע ישועות פאר אידישע קינדער, בגשמיות און ברוחניות.
שוין פון די נאכט פון ערב יום-הקדוש, האבן אידן געשטראמט ארום דאס וואוינונג פונעם רבי'ן, וועלנדיג אריינגיין מיט א קוויטל און זיך אויסבעטן א ישועה מיט א גוט געבענטשט יאר, אבער דער רבי זיצט סגור ומסוגר אין זיין חדר-המיוחד, ער וויל נישט אויפנעמען קיינעם. די גבאים קומען ארויס צום עולם מיט מיואש'דיגע אויגן "דער רבי נעמט נישט אויף, ער גיבט זיך אפ מיט העכערע זאכן, ער האט נישט קיין צייט פארן ציבור". דער עולם קרעכצעט, מאנכע פראבירן זיך צו בעטן אריינצוגיין, אפילו אויף א וואלע, גבירים פראבירן צו שמירן די רעדער, אבער עס העלפט גארנישט, דער רבי וויל נישט אויפנעמען דעם ציבור. בלית ברירה מוז זיך דער ציבור באגיניגן מיט א קוויטל ביי די רביצין, וועלכע נעמט אויף די געסט מיט קוויטלעך, אנוואונטשנדיג אלע ברכות און פארשפרעכט איבערצוגעבן די קוויטלעך פארן רבי'ן, וואס וועט זיכער בענטשן די פארזאמלטע און פועל'ן אין הימל א ישועה פאר כלל-ישראל.
אינדערפרי לויפט דער עולם אין מקוה, מען זאגט סליחות, מען שלאגט כפרות, דער הויף קוקט אויס ווי א קאכעניש, פון אלע זייטן קומען געסט צו פארן, מען שלעפט בעטן, מען לאדנט איין מענטשן צו די ערב יום-כיפור סעודה. געהאפט האט מען אז דער רבי וועט ארויסקומען צום עולם און פירן א טיש. ריכטיג, שוין א לאנגע צייט וואס דער רבי פירט מער נישט קיין טיש, זייענדיג פארשפארט אין זיין צימער, אבער פארט, אפשר דאך, לכבוד די געסט און די הייליגקייט פון טאג, וועט דער רבי ארויסקומען און פירן א טיש. אבער אלע האפענונגען זענען אויסגעבלאזן געווארן, ווען דער רבי איז צום טיש נישט ערשינען און נישט ארויסגעקומען צו די חסידים.
די חסידים, וועלכע האבן געגארט צו כאפן א בליק אויף דעם הייליגן רבי'ן, אויף וועמען מען זאגט נאך אזויפיל גדלות און צדקות, האבן זיך געטרייסט אז דאס איז זיכער פאר זייער טובה, און דער רבי איז אצינד עוסק לישועת הכלל. מען האט געגלויבט אז צו כל-נדרי וועט דער רבי זיכער ערשיינען אין בית-המדרש, מיטדאווענען מיטן גאנצן ציבור. אויך די גבאים האבן הייס פארשפראכן, אז צום דאווענען וועט דער רבי ארויסקומען און מיטהאלטן די תפילות.
זיצן טויזנטע אידן אין בית-המדרש, אנגעטאן מיט די קיטלען און טליתים, פון די פיאות טריפעט נאסע טראפן פון די מקוה, מאנכע זענען עוסק אין תפילה זכה אדער זוהר, אנדערע נוצן אויס די צייט אויף א גרינטליכע חשבון-הנפש. דער ציבור חסידים לעכצן און קוקן ארויס אויפן ערשיינונג פון דעם גרויסן רבי'ן, אז ער זאל אריינקומען אין בית-המדרש, און דאן וועט מען אנהויבן מיט די תפילות.
אבער דער רבי איז נישטא, ער איז נאכנישט ערשינען.
עס גייט דורך א מינוט נאך א מינוט, א האלבע שעה, א שעה, פון צייט צו צייט ערשיינט א גבאי און פארשפרעכט אז דער רבי וועט זיך שוין אט אט באווייזן, מען זאל נאר האבן געדולד, ווייל דער רבי גרייט זיך שוין צו קומען. אלעמענ'ס אויגן זענען אנגעשטעלט צום טיר, ווארטנדיג צו כאפן א בליק אויפן צדיק, וואס דארף אט אט ערשיינען.
וואס דער ציבור חסידים האט נישט געוויסט איז, אז אין די זעלבע צייט הערשט אן אנגעצויגענע שטימונג ביים רבי'ן אין שטוב, דארט קומט פאר העפטיגע אקטיוויטעטן און דער מצב איז גארנישט אזוי פשוט.
שוין פון נעכטן ביינאכט האט מען זיך געבעטן ביים רבי'ן, אז ער זאל אויפנעמען זיינע געסט מיט קוויטלעך, די רביצין איז צוגעשטאנען דערביי און אויף אלע סארט וועגן פראבירט צו פועל'ן אז ער זאל נישט פארשעמען דעם הויף און כאטש אויף אפאר מינוט ארויסקומען צום ציבור. דער רבי האט אבער נישט געהאלטן דערביי, ער האט גע'טענה'עט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין די רבי'סטעווע און ער האלט נישט ביים שפילן דעם שפיל און אז ער וויל זיין כאיש בין אנשים. אויך בייטאג האט זיך די רביצין מיט די גבאים געבעטן צו פראווען א טיש, אבער דער רבי האט זיי קאטעגאריש אפגעזאגט, עס האט נישט געהאלפן די געבעטן מיט די סטראשערייען, דער רבי האט זיך אוועקגעשטעלט מיט אן עקשנות און דערקלערט מיט א פעסטקייט, אז ער דינט מער נישט די אינטערעסן פונעם הויף און אז ער וועט טון ווי אזוי ער פארשטייט, קיינער וועט אים נישט צווינגען צו זיין אנדערש.
במשך דעם גאנצן נאכמיטאג, האט זיך געטאן דיסקאסיעס ביים רבי'ן אין שטוב, צווישן די גבאים מיט די רביצין, ווי אזוי צוצושטיין צום רבי'ן אז ער זאל אריינקומען אין שוהל צום דאווענען. מען האט זיך געבעטן ביים רבי'ן מיט תחנונים און בקשות, ער זאל נישט פארשעמען דעם גרויסן ציבור און דעם הייליגן הויף, ער זאל קומען כאטש צום דאווענען און מיטדאווענען מיטן ציבור. דער רבי האט אבער דערקלערט, אז ער וועט צום דאווענען נישט אריינקומען, ער וועט ליבערשט דאווענען ביחידות אין דעם גרויסן טאג, ער וועט נישט שטיין אין שפיץ פונעם ציבור און זיי פארטרעטן אלס זייער רבי און קדוש.
ווי א שעה נאנטער צום זמן, אלס מער איז די אנגעצויגנקייט ביים רבי'ן אין שטוב געשטיגן. די גבאים פון זייער זייט האבן הייס פארשפראכן דעם ציבור מיט די געסט, אז דער רבי וועט אריינקומען צום דאווענען, און דאן וועט מען קענען כאפן א בליק, אבער דער רבי האט דערווייל נישט געהאלטן דערביי. מען איז צוגעשטאנען צום רבי'ן אויף אלע סארט אופנים, אויך ר' דוד - דער שליח פונעם רבי'נס שוואגער, ר' דוד'ל פון טאלנע, וועלכער איז געשיקט געווארן ספעציעל קיין ליעווע, צו ארבעטן און פראבירן צו פארריכטן דער מצב אין הויף - איז ספעציעל צוגעשטאנען צום רבי'ן און זיך געבעטן ביי אלעמען הייליגן. מען האט פראבירט צו מאכן פשרות און פארהאנדלען, אבער דאס מאל איז דער רבי געשטאנען מיט אן עקשנות און דערקלערט אז ער קומט נישט אריין צום דאווענען.
דערווייל האט זיך דער ציבור שוין פארזאמלט אין בית-המדרש, עס גייט דורך א מינוט נאך א מינוט, די רביצין מיט די גבאים זענען אובד עצות. דער רבי מיינט דאס זייער ערנסט, דאס מאל איז דער רבי שטארק אנטשלאסן און ער וויל נישט אריינקומען אין בית-המדרש. וויפיל די רביצין האט געבעטן, געסטראשעט און פארפירט, האט עס גארנישט געהאלפן. דער רבי האלט זיך ביי זיינ'ס.
דער רבי זעלבסט, האט זיך שוין אנגעהויבן צוצוגרייטן צו דאווענען אינדערהיים ביחידות. ער האט זיך שוין אנגעטאן דעם קיטל מיטן טלית, גענומען דעם מחזור און זיך געגרייט צו דאווענען ביי זיך אין זיין חדר. אלס דעם לעצטן פרואוו איז די רביצין מיט די גבאים אריינגעקומען און מיט בכיות געבעטן פונעם רבי'ן, אז אין שוהל זענען פארזאמלט הונדערטע געסט, אלע שטייען און ווארטן, דער רבי זאל זיי נישט פארשעמען און אראפקומען צו זיי. דער רבי האט קאטעגאריש אפגעזאגט דעם פארלאנג, און אנגעהאלטן זיין עקשנות.
וואס טוט מען דא? - וואס זאגט מען פארן עולם?
זייענדיג פארצווייפלט און נישט וויסנדיג וואס צו טון, האט די רביצין באשלאסן אז דאס מאל וועט עס מוזן גיין מיט געוואלד, אויב נישט מיט גוטנס, דאן מיט בייזנס. די רביצין האט דאן באפוילן די גבאים, וועלכע זענען אריינגעקומען אין צימער פון רבי'ן, אנגעכאפט דעם רבי'ן, אים מיט געוואלד אויפגעהויבן, ארויסגעשלעפט אויפן גאס און אנגעהויבן אים צו שלעפן מיט געוואלד, טראץ זיין התנגדות, אין שוהל אריין.
דער רבי האט זיך אבער נישט געלאזט.
במשך דער גאנצער וועג, האט זיך דער רבי געשלאגן פיזיש מיט זיינע גבאים, בשעת די רביצין גייט אונטער זיי, באגלייטנדיג אין שוהל. דער רבי האט זיך געאמפערט און געריסן מיט די גבאים וואס האבן אים געשלעפט מיט געוואלד, ביז דער טלית פון רבי'ן האט זיך צעריסן. די גבאים האבן ווייטער געשלעפט דעם רבי'ן, ביז דער רבי האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און זיך צושריגן אויף די גבאים און אויף די רביצין, שרייענדיג אויף די גאסן פון ליעווי, אז אויב מען וועט אים נישט אפלאזן, וועט ער גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און אזוי וועט זיך יעדער אפטשעפענען פון אים און אים לאזן פירן זיין לעבן...
איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער יום-כיפור האט אויסגעקוקט אין ליעווע. פון אלע זייטן זענען געווען פארזאמלט קופקעס, וואס האבן איבערגעשמועסט די געשעענישן. עס איז געווען א שרעקליכער מחזה צו זען ווי אזוי מען שלעפט דעם רבי'ן אויפן גאס, זיין טלית צעריסן און ער שרייט אז ער וועט זיך שמד'ן. חסידים, אזוי ווי חסידים, האבן איינגעלערנט אינעם רבי'נס ווערטער הויכע ענינים, אז דער רבי דארף ארויסנעמען די ניצוצות פון נידעריגע פלעצער און אז אלעס וואס עס שפילט זיך אצינד אפ איז א הכנה פאר ביאת המשיח. עס איז געווען א טרויעריגער יום-טוב, איבעראל האט מען היציג דעבאטירט די פאסירונגען און וואס דאס מיינט.
די ווערטער פונעם רבי'ן, אז ער גייט זיך שמד'ן, זענען געהערט געווארן דורך פיל חסידים, און עס האט געמאכט פליגלען אויף די גאס. איבעראל האט מען אנגעהויבן צו הערן דערפון און עס האט נישט גענומען לאנג ביז די פאסירונג איז אנגעקומען צו די גוי'אישע פרעסע, וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דעם ווי אויף א געבראטנס... א קלייניגקייט? - דער אידישער ראבינער זאגט אז ער גייט זיך שמד'ן... אלע צייטונגען האבן דאס באריכטעט, אלע קריסטן האבן געשמועסט דערפון. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז א געוויסער גלח האט דערקלערט זונטאג אין קלויסטער, אז לויט אלע סימנים דארף זיך דער אותו-איש נאכאמאל אנטפלעקן אין דעם דאזיגן יאר, און דעריבער איז נישט קיין ספק אז דער ראבינער פון ליעווע, איז דער משיח אליין.
דער חילול השם און די בושות וואס חסידים האבן איינגענומען, איז געווען אין-לשער. די גוים האבן ארומגעטראגן די דאזיגע נייעס און דאס פארשפרייט אלס הוכחה צו זייער רעליגיע, אז אפילו דער גרעסטער אידישער ראבינער "זאגט קלאר" אז ער גייט זיך שמד'ן; די שונאים פון רוז'שין האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף און געמאכט צימעס דערפון (איי איי, ווי אזוי וואלט צימעס און קאווע שטיבל אויסגעקוקט בימים ההם...). עס איז געווען בושות און חרפות.
אבער דאס איז נאכנישט אלעס...
קומענדיגע פארזעצונג אי"ה.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
@חקרן איך ווארט שוין אויף די קומענדיגע.
און פאר איך פארגעס יישר כח אויף די פריערדיגע ביז אהער
איך האף צו שרייבן בקרוב, אבער וויבאלד איך בין פארנומען מיט מיינע עסקים, האף איך אז דער בקרוב זאל זיך נישט פארשלעפן.
דאנקע שעהן ...looking forward
רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
.
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: וואס וויל דער עולם דא...? שלעפן חקרן מיט געוואלד אז ער זאלל שרייבן...אזוי ווי מ'האט געצווינגען דעם ליעווער צו פיהרן רבי'סטווע...? אפשר קענמען פועל'ן ביי די רביצין...?
און באלד וועט ער נאך זיך וועלן שמד'ן ח"ו.
אה הו, עזריאל - WOW.
איך האב זיך אויף אזאנס נישט געראכטן, אזא כבוד...
אנאנים, בעל עגלה, געוואלדיג און אלע אנדערע: איך האף צו שרייבן ווייטער בקרוב, עס וועט זיין גאר אינטערעסאנט און באלערנד. דערווייל בין איך גאר שטארק פארנומען, מסתמא וועל איך זיין אזוי פארנומען ביז דעם קומענדיגן מיטוואך, אבער איך האף און איך גלויב אז ערגעץ מיטוואך דאנערשטאג קומענדיגע וואך וועל איך שרייבן ווייטער.
איך אפרישיעיט אייערע בקשות און בעיקר פאר עזריאל, אוועקצוגעבן א טויזנסטע תגובה געווידמעט פאר מיר, איך שפיר דאס פאר א פערזענליכער כבוד. איך האב אייך אפילו געלייקט (הגם שאין דרכי בכך). איך וועל זיך דעריבער אנשטרענגען צו שרייבן אפטער.
טראצדעם וואס דער ליעווער צדיק האט נישט איבעריג ליב געהאט זיינע ברידער און שוואגער - וואס האבן געלייגט דרוק אויף אים צו פירן רבי'סטעווע, און האבן אים כסדר גע'מוסר'ט אויף זיין צוריקגעצויגנקייט, נישט צו וועלן זיין רבי - האט ער פארט געהאט אין די משפחה נאנטע מענטשן מיט וועמען ער האט זיך געשפירט באקוועם און נאנט, צווישן זיי איז געווען דער הייליגער שטיפענעשטער צדיק, ר' מנחם נחום זצוק"ל, וואס האט סוף ימיו געוואוינט אין יאסי, און זיין פלימעניק רבי יצחק פון בוהוש זצוק"ל. מיט די צוויי צדיקים איז דער רבי געווען ספעציעל נאנט, בפרט מיט זיין ברודער וועלכער האט פארמאגט פיל ענליכקייטן צו אים, נישט זאגנדיג קיין תורה און פארשטייענדיג צו די וועלט. עס ווערט דערציילט איז ווען די צוויי צדיקים פלעגן זיך צוזאמענקומען, פלעגט מען שמועסן שעות ארוכות און צומאל פלעגט מען אויך שפילן שאך. עס איז אויך געווען א געוויסע נאנטקייט צווישן דעם לעווער און זיין שוואגער, הרה"ק בעל צמח צדיק מוויזשניץ זצוק"ל, טראץ נישט אזוי שטארק ווי די פריעדיגע אויבנדערמאנטע צדיקים.
יענע ימים-טובים פון יאר תרכ"ט, דעמאלס ווען עס איז פארגעקומען דער ערד-ציטערניש אין יאסי, איז שוין דער שטיפענעשטער געווען שטארק קראנק. טראץ זיין יונגער עלטער פון זעקס-און-פערציג יאר, האט ער זיך געפלאגט מיט קראנקהייטן און איז געלעגן על ערש דוי. נאך די ימים טובים, האט זיך דער ליעווער ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין יאסי, צו באזוכן זיין קראנקן ברודער.
אויף יענעם באזוך ווערט דערציילט, אז די צוויי צדיקים האבן געשמועסט אליין אין דער אינערווייניגסטער צימער, בשעת פונדרויסן האבן זיך דערטראגן הויכע טענער פון טענה'רייען. צווישן אנדערע האט מען געהערט דעם שטיפענעשטער זאגן "אז מען זאגט משוגע זאל מען גלויבן", אויך האט מען געהערט זאגן "אז מען שטייגט אויף א פערד, מוז מען קאנען רייטן" און נאך אזעלכע ענליכע רעדערייען.
אין טאג פון י"ד כסלו תרכ"ט האט בית רוזשין געכאפט דעם קלאפ, ווען עס איז נסתלק געווארן דער צדיק פון שטיפענעשט זצוק"ל לגנזי מרומים, בשעת זיין ארט האט איבערגענומען זיין זוהן, הרה"ק רבי אברהם מתתיהו זצוק"ל. די ברידער זענען געזעצן שבעה און גאנץ בית רוזשין האבן געטרויערט נאך דעם גרויסן פארלוסט פון דעם צדיק.
ספעציעל האט וויי געטאן פארן ליעווער רבי דער פארלוסט מיט דער פריצייטיגער פטירה פון זיין נאנטער ברודער. אין א בריוו וואס איז געשריבן געווארן אינעם יאר פוןן די פטירה, שרייבט דער ליעווער 'כי רחוק ממני 'מנחם' משיב נפשי', מיינענדיג דערמיט זיין ברודער, הרה"ק ר' מנחם נחום זצוק"ל. טראצדעם וואס עס איז נישט זיכער צי דער בריוו האט דער ליעווער אליין מנסח געווען, אדער האט ער בלויז אונטערגעשריבן דערויף, לאזט זיך זאגן אז די פטירה פון א נאנטער ברודער האט געלאזט אויף אים א טרויער און צער, ווער רעדט נאך אין אזעלכע צייטן וואס עס האט אים אויסגעפעלט א נאנטער ברודער וואס זאל אים פארשטיין און זיך געפינען מיט אים.
עס איז פאראן א לעגענדע וואס דערציילט, אז די וואך נאך די פטירה פון זיין ברודער, איז דער ליעווער אריינגעקומען צום טיש פרייטאג-צו-נאכטס, ווען פלוצלינג ביי קידוש האט ער אויסגעגאסן די וויין, אוועקגעווארפן דעם בעכער און צוריסן די בעקעטשע. די דאזיגע פאסירונג ווערט דערציילט אויפן ליעווער, טראצדעם וואס עס איז נישט זיכער צי די מעשה איז נישט קיין געבארגטע פונעם קאצקער, אדער גאר האט מען ארויפגעלייגט אויפן קאצקער א ליעווער מעשה. אויף אזויפיל איז גאנץ זיכער אז איינער האט גענומען די מעשה פונעם צווייטן און עס איז מסתמא נישט פארגעקומען ביי ביידע צדיקים די זעלבע מעשה.
אצינד איז דורכגעגאנגען שווערע מצבים אין שטוב פון דער ליעווער צדיק. פון איין זייט האט די רביצין שיינדל מיט די גבאים געזען, אז דער רבי איז אן ערנסטער פראבלעם, ער קען זיך צעלאזן און שרייען אינמיטן גאס און אין בית-המדרש. אפגעזען צי דער פראבלען איז בלויז געווען יום-כיפר, אדער אויך שבת ביי קידוש, האבן די גבאים געזען אז עס איז פראבלעמאטיש מיטן רבי'ן. די באשרייבונגען אין די צייטונגען אז דער רבי וויל זיך שמד'ן, האט נישט צוגעגעבן קיין כבוד פאר ליעווע און עס האט נאר פארגערגערט דער פראבלעם.
דער רבי פון זיין זייט האט אויך באקומען א שווער הארץ אויף די רביצין און די גבאים, אויב איז די לאגע ביז יעצט געווען שווער, האט זיך דער רבי דערזען אין א טיפן פראבלעם. ער האט פארשטאנען אז די רביצין און די גבאים זעען אין אים א פראבלעם, לויט ווי ער האט דערציילט שפעעטער אין טשערנאוויץ, האט ער אנגעהויבן חושד זיין און שמעקן אז די רביצין וויל אים פאר'סמ'ען, כדאי עס זאל נישט ארויסקומען א חילול השם און א פארשוועכונג פארן רוזשענער כבוד. אפגעזען צי עס איז טאקע געווען אזעלכע פלענער אדער נישט, איז דער רבי שוין נישט געווען זיכער מיט זיך און געציטערט צו זיין אין די סביבה פון זיין אייגענע רביצין און גבאים.
לאמיר זיין אויפריכטיג, דער רבי האט באמת געהאט פון וואס מורא צו האבן; אז מיר קוקן וואס דארט האט זיך אפגעטאן, געפינען מיר אז מען האט אים טאקע נישט פאר'סמ'ט, אבער אנדערע גאר שווערע און געוואגטע אקציעס זענען יא דארט פארגעקומען, און ווער ווייסט צי עס איז טאקע נישט געווען אזעלכע סארט פלענער, וואס די רביצין און שטוב מענטשן האבן געהאלטן אז פאר די טובה פון כבוד בית רוזשין און מטעמי חילול השם דארף מען דאס טון. אזוי צי אזוי האט דער רבי געשפירט א געפערליכע דרוק און לחץ, ער איז נישט געווען זיכער מיט זיך און ער האט נישט געוויסט וואס דער מארגן קען אים ברענגען.
כמים פנים לפנים, די רביצין האט אויך געשפירט אז דער רבי דרייעט זיך ארום מיט חשדות אויף יעדע רירנדע זאך אין שטוב, און די לאגע אין שטוב איז געווען שווער און אנגעצויגן. אין א טעלעגראם וואס די רביצין שיקט קיין סאדיגורא אין יענע תקופה, ליינט זיך ווי פאלגענד: 'ברודער גיפערליך קראנק, שוועסטיר און ברודר צום גיכסטין קוממן''.
אין סאדיגורא האט מען שוין געהאט געהערט די שמועות פון יום-כיפור, און מסתמא איז אויך אנגעקומען די צייטונגען און באריכטן וואס דערציילן איבער דעם רבי'ן פון ליעווע. דער סאדיגורא האט דאן געשיקט נאכן ליעווער אז ער זאל קומען אים באזוכן קיין סאדיגורא, אבער דער ליעווער האט זיך אנטזאגט דערפון, פארשטייענדיג אז קיין האניג וועט ער דארט נישט לעקן. זעענדיג דאס, האט דער סאדיגורער געוואלט אליין אראפפארן קיין ליעווע צו זיין ברודער, אבער די דאקטוירים האבן אים אפגערעדט דערפון צוליב זיין שוואכן געזונט מצב. בלית ברירה האט ער געשיקט זיין שוועסטער, הרבנית גיטל מונזון, אז זי זאל פארן קיין ליעווע און פראבירן צו ברענגען דעם ברודער קיין סאדיגורא.
אבער נאך איידער זי איז אנגעקומען קיין סאדיגורא, איז פארגעקומען א געוואגטע אקציע.
די רביצין און שטוב מענטשן פונעם רבי'ן האבן געוויסט, אז איין מענטש איז פאראן אויף וועמען דער צדיק פארלאזט זיך בלינדערהייט, דאס איז דער דאקטער פון שטאט, מיט וועמען דער צדיק האט געהאט א שפראך און ער פלעגט פארברענגען אינאיינעם אויף לאנגע שעות. די משפחה האט זיך דאן פארבינדן מיטן דאקטער, אים משחד געווען מיט פיל געלט אז ער זאל מיטארבעטן מיט די משפחה און טון וואס זיי באפעלן.
אין א מאנטאג אינדערפרי, בערך עלעווע צייט, איז דער רבי געגאנגען כאפן א שפאציר מיט זיין נאנטן פריינד דער דאקטער. די צוויי האבן זיך ארויסגעלאזט אין א קארעטע אויסער די שטאט, כאפנדיג פרישע לופט פון די פרישע פעלדער נעבן ליעווע, אבער צוריק איז דער רבי קיינמאל נישט אהיימגעקומען.
אינמיטן וועג, זיך געפינענדיג אליין מיטן דאקטער, האט אים דער דאקטער אנגעגאסן א גלאז טרינקען, דער רבי האט גארנישט פארדעכטיגט און געזופט פון די טרינקען מיט געשמאק, שמועסנדיג איבער אלס און אלעמען, ווען מיטאמאל האט אים געכאפט א שלאף, דער רבי איז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף, זיך געפינענדיג אליין אויסער די שטאט.
גראד זענען געקומען צו גיין די גבאים מיט די רביצין שיינדל, זעענדיג ווי דער רבי שלאפט טיף, האט מען אים גוט צוגעבינדן, איינגעשפאנט דעם וואגן און זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין סאדיגורא. דער רבי מיט די רביצין, אינאיינעם מיט נאך א גבאי, זענען געווען אויף איין וואגן, בשעת אויף אן אנדערן וואגן וואס איז זיי נאכגעפארן, האבן זיך געפינען נאך עטליכע גבאים און שטוב מענטשן, וואו דארט איז געווען אלע נויטיגע צוגעהערן וואס מען האט געדארפט מיטטראגן אויפן וועג.
אין אנדערע ווערטער: עס איז פארגעקומען א פארכאפונג, מען האט פארכאפט דעם רבי'ן.
קוקנדיג מיט א ניכטערן בליק, קען מען דאס אנקוקן אויף פארשידענע וועגן. אויב זענט איר א ליעווער חסיד, וואלט איר זיכער געשימט און געשוימט אויף די רביצין וועלכער האט אנגעבליך געפייניגט דעם רבי'ן און אים נישט מער און נישט ווייניגער פארכאפט צו זיין ברודער.
ווידער, אויב זענט איר א סאדיגורער חסיד - לאו-דוקא פונעם ליעווער, דאן איז די בילד אנדערש, נעמליך אז דא רעדט מען פון א נאנטער משפחה מיטגליד וואס איז פשוט קראנק און איז נישט ביי זיך. יעדער פארשטייט אז דאס בעסטע ארט פאר אזא איינעם איז צווישן זיינע ברידער און משפחה מיטגלידער און מען מעג און מען דארף אים אהינברענגען פאר יעדן פרייז. איי, ער וויל נישט? - וואס טוט איר מיט אייער קראנקער זיידע וואס פארפירט אז ער וויל נישט גיין אין שפיטאל, ווען ער דארף וויכטיג גיין? - איר וועט אים דען לאזן אינדערהיים? - מסתמא וועט איר רופן א קאר און מיט כח אים אריינפירן אין שפיטאל, אפגעזען צי ער וויל אדער נישט. אט דאס האבן די גבאים מיט די רביצין געשפירט פאר וויכטיג צו טון מיטן רבי'ן, וואס איז נישט בסדר אין יענע טעג.
מען דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז וויבאלד די מקורות זענען נישט אלעמאל גלייך, קען אויך געמאלט זיין אז מען האט אים נישט ממש גענומען מיט כח, מען האט אים בלויז צוגערעדט און געלייגט א שטארקן דרוק אז ער זאל פארן קיין סאדיגורא, אפשר האט מען אים אפילו געסטראשעט, אבער נישט ממש פארכאפט. עס ווענדט זיך פון וועלכן שטאנדפונקט מען קוקט אן די מעשה.
דער קידנעפינג און דאס איינשלעפערן דעם רבי'ן, קעגן זיין ווילן, האט אנגעמאכט א מהומה און א רידערניש אין די וועלט, עס איז געווארן א רעש און טומל אין אלע שיכטן און קרייזן, אנגעהויבן ביי חסידים, געגאנגען צו מתנגדים, ביז צו די נוצרים וואס האבן פארפירט אז מען האט געקידנעפט דעם רבי'ן צוליב דעם וואס ער האט זיך געוואלט טויפן רח"ל.
ווען האט זיך דער רבי אויפגעכאפט? - ווי אזוי האט די וועלט אנגעקוקט די פאסירונגען? - אין קומענדיגן פארזעצונג אי"ה.
איך ווייס זיך נישט ווי אהין צו טאן פון התרגשות , אזויפיהל שטיקער היסטאריע אין איין אשכול, איך בעט דיר חקרן טייערע, האב גאט אין הארץ אין זיי ממשיך מיט דיין געוואלדיגע עבודה.
מורינו ורבינו ר' חקרן שליט"א.
דו קענסט נישט אפשאצן וויפל הנאה האבן מיר פון דער ארטיקל אויף דער ליעווער רבי.
פשוט מ'לעקט יעדער ווארט, דאס איז זייער א אינטערסאנטע ארטיקל, א היסטורישער, זייער גוט געשריבן, ממש איכות.
א גרויסער ייש"כ.
און איך בעט בכל לשון של בקשה זיי מהנה דעם עולם און לייג שוין אהער דער פארזעצונג ביטע.
ס'שוין א דורך מער פון א מאנאט זינט דעם לעצטן ארטיקל.
כ'פארשטיי אז מסתמא ביסטו פארנומען אבער פארט....
און צו דער עולם וואס ליינט די חשובע ארטיקלן א קליינע געבעט -
נאכדעם אז איר ליינט און איר האט הנאה געהאט גיבט א לייק צו ר' חקרן (און בכלל צו יעדער איינער וואס מאטערט זיך א שרייבט אהער אזעלכע טייערע זאכן....) דאס איז א פשוט'ע זאך וואס נעמט מער נישט ווי איין סעקונדע. און ס'איז פשוט בגדר הכרת הטוב.
גלויבט מיר רבותי אויב וואלטן געווען אויף די ארטיקלן 100(בעצם אסאך מער....) לייק'ס וואלט מען שוין געהאט דער נעקסטער ארטיקל....
רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
ליינט די ריסורטש פון פראפעסאר דוד אסף. ער האט אסאך אויף דעם טעמע, און נאך.
Sent from my iPhone using Tapatalk
חקרן... נו.. ווען באשרייבטסו שוין די אמאליגע פוטסטעפס (דר. רייטמאן)....
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
קאווע טרינקערחקרן... נו.. ווען באשרייבטסו שוין די אמאליגע פוטסטעפס (דר. רייטמאן)....
פוטסטעפס ערלויבט,זיך אפילו נישט צו חלומן צו כאפן א רבי....
I can't believe I just said that...
אזוי ווי איר פארשטייט אליין, בין איך געווען זייער פארנומען, און איך בין נאך אלס. איך האב ווייניג צייט זיך אפצוגעבן דערמיט.
אבער זעענדיג ווי אזוי דער ציבור בעט אזוי שטארק און וויל עס, וועל איך ממשיך זיין בקרוב אי"ה, האפנטליך ביז שפעטנסטנס מוצאי שבת הבעל"ט (אויב וועלן מיר נישט זיין אין קאנטרי).
קאווע טרינקער: ס'געפעלט מיר דיין אויסדרוק.
חוני המעגלליינט די ריסורטש פון פראפעסאר דוד אסף. ער האט אסאך אויף דעם טעמע, און נאך.
Sent from my iPhone using Tapatalk
וואו קען מען דאס קריגן/זעהן אויפן אינטרנט?
בכלל ווי כ'האב פארשטאנען ער שרייבט דארטן אסאך נארישקייטן און אייגענע מיינונגען וואס ער האט אויסגעטראכט וכו'.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
מ׳דארף קענען נעמען זאכן
With a grain of salt.
דערוויל איז חקרן׳ס ערציילונג אויפ׳ן זעלבן track ווי דעם פראפעסאר .
איך ווייס נישט ווי מ׳קען דאס קריגן אנליין, אבער איך בין זיכער אז
There are pdf's floating around, like everything else.
Sent from my iPhone using Tapatalk
חוני טייערע קיינער איז נישט דארט געווען און אסאך פרטים וועט מען קיינמאל נישט וויסן און עס איז דא אן א צאל געבאקענע סחורה
וויאזוי מען דארף דאס אפלערנען איז אז אונזער חשובער ידיד הרב חקרן האט דורכגעטיהן די נושא און דאס איז ארויסגעקומן פון זיין ריסורטש און די קענסט נעמען ווייפיל זאלץ די ווילסט אבער ער שרייבט סך הכל וויאזוי עס איז אויסגעקומן פאר עהן (איך גלייב אויך נישט אלע מעשית אבער פון וויפול האבעך געהערט וואס האבן דורכגעטיהן די נושא? זייער ווייניג אלזא נעם איך וואס איך קען נאר און גלייבן דארף מען אזוי ווי יעדער חסידישע מעשה "אז עס האט געקענט פאסירן")
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
So we agree:)
Sent from my iPhone using Tapatalk
א גוט יאהר אויף אייך רב חקרן, מיר ווארטן נאך אלטס בכליון עיניים אויף די קומענדיגע קאפיטלעך.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
חקרן טייערע כווייס אז איך בין שפעט, אבער לאז אונז נישט ווארטן, לייג שוין ארויף נאךאן ארטיקל
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
ער האט זיך מן הסתם פארגענומען אויף חדש אלול נישט אריינצוקומען אין שטיבל.
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
אין חודש אב איז ער אויך נישט געווען
דא האט ער מסביר געווען, לצערי פארשטיי איך איהם.
חקרן
ווען איך האב געשריבן מיין אשכול איבער דעם ליעווער צדיק, האבן די חברי השטיבל שטארק הנאה געהאט דערפון און דאס רעספעקטפול דיסקאסירט וואס דארט האט זיך אפגעטאן, איז געקומען אונזער לוטוואק און אוועקגע'הרג'עט דעם אשכול מיט זיינע שרייבערייען, אויף אזוי ווייט אז יעדע מאל איך וויל שרייבן ווייטער אין דעם אשכול, האלט איך מיר צוריק זאגנדיג: "נעם איך טאקע אויף מיר די אחריות פון די ווערטער וואס וועלן דא דערנאך געשריבן ווערן דורך לוטוואק? - קען איך עס טון?" דאס איז די סיבה פארוואס איך בין אוועקגעגאנגען פון דארט, די דברי זלות והבלים וואס איז דארט געשריבן געווארן אויפן הייליגן טשערנאבילער מגיד, אויפן הייליגן סאדיגורער און אויף נאך צדיקים, וואס ביז היינט שטייען זיי נאך דארט ווי א דארן אין מיינע אויגן, על אפי וחמתי, איך האב קיינמאל נישט געוואלט אז די שמועס זאל צוקומען צו אזעלכע רעלסן, און די חברי השטיבל האבן דאס פארשטאנען און רעספעקטירט.
וויפיהל איז די שיעור צו ליידן פון דעם ליטוואק??? דאכטצעך סעגעוועהן איינע פון די שענסטע היסטארישע שרייבווערק דא אין שטיבעל.
דא איז די פלאץ צו דערמאנען אן אנדערע ליטוואק וואס אונדז האב מיר דא געהאט א מאל - שוין לאנג נישט דא געווען- וואס מען דארף דערמאנען לשבח על אף וואס ער איז א ליטוואק האט ער אונדז נישט געבאדערט און זיך נישט אנגערופן יעדעס מאל ער געהאט עפעס אין בויך ווי ... יא שוין.. הלא הוא
@היימישער ליטוואק חברה געטס עים די האנט!
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
איך האב זייער ליב זיינע אטקעס אבער ווי מען האט שוין געזאגט אלעס האט א שיער פון פארדרייען יעדער אשכול
על כן וויל איך מציע זיין מען זאל עפענען אן אשכול ווי ער זאל דארט פארפירן אז ווער עס איז אינטערסירט (וגם אני בתוכם) זאל אהין גיין און הנאה האבן ושלום על ישראל (נישט די מתנגדים)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
יהושע חייםאיך האב זייער ליב זיינע אטקעס אבער ווי מען האט שוין געזאגט אלעס האט א שיער פון פארדרייען יעדער אשכול
על כן וויל איך מציע זיין מען זאל עפענען אן אשכול ווי ער זאל דארט פארפירן אז ווער עס איז אינטערסירט (וגם אני בתוכם) זאל אהין גיין און הנאה האבן ושלום על ישראל (נישט די מתנגדים)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
זיינע אטאקעס זענען געווען זייער זייער זיס ביז ס' האט זיך געהאנדעלט ווי ווייניגער פון צוויי שעה נאך טאשער רבי זי"ע פטירה האט ער זיך גענימען צימבלען ס'זייער נישט אין פלאץ געווען
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
שטעל זיך פאר! אן אשכול וועגען דער ליעווער ווערט פארוואנדעלט אין א אשכול וועגען מיר.
קוקסט גוט נאך. איך האב אייביג קמח טחינא טחנית, קיינמאל נישט דער ערשטע פארדרייער. נאר איך גיב טאקע נישט אויף מיט אסאך אומפאפולערע מיינונגען.
איך האלט אז ליטוואק איז נישט געווען די גרעסטע פראבלעם דא, ער איז דאך א ליטוואק. אבער ס'איז געווען אפאר אנדערע חברה, לכה"פ צוויי נקים וואס האבן אנגעפאנגען, און זיי האבן דא אנגעבראכן זייערע בויך ווייטאג, און פארמיאוס'ט דאס אשכול אז ס'איז געווארן אן עקל אריינצוקומען.
ויהיו מלעיבים במלאכי אלוקים...!!!
צוריק צום קעפל פונעם אשכול, איז נאך דא א טשענס אז די קומענדיגע קאפיטלען וועלען ווערן אראפגעשילדערט עני טיים סאון? אויב יא ביזטו מחיה א געוואלד מיט יודישע קינדער!, און אויב נישט, דאנק איך דיר פאר די ארבעט ביז אהער, און מעמער ווארטן ביז א צווייטער וועט איבער נעמען די לייצעס און פארציילן וואס האט האט דארט ווייטער פאסירט.