☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?

רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8705
בלאט: 1 2

א איד » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:44 pm

· #296594
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
אבער @חקרן לכה״פ לאז אונז וויסן, אז מיר זאלן נישט דארפן ווארטן מיטן צונג אינדרויסן
יישר כח פון פראנויס
א איד

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:50 pm

· #296778
@חקרן, איך וויל מיך צושטעלן די די ציבור המבקשים, לייג נאך!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! בבקשה!

חקרן » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:29 pm

· #296793
נאך די ימים טובים אי"ה, וועלן מיר קלערן דערפון.

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:56 pm

· #296800
ביזסט מיט אלעמען??? דאס וואלט געווען א גוטע טאפיק אריינצולייגן אינעם קומענדיגן אויסגאבע פאר יום טוב.

hurry up babe

Chuchem » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:03 am

· #302671


געלליינט די טיסער אין "פרי ע"ט הדר" און יעצט בינעך לעקיש!

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 5:31 pm

· #307712
פרישע פארזעצונג
איך וועל מקיים זיין מוצא פי, און ממשיך זיין אצינד מיט אונזער געשיכטע. וויבאלד עס איז אריבער עטליכע חדשים פון די פריעדיגע פארזעצונג, וועל איך בלויז דערמאנען די ליינער וואו מיר האבן געהאלטן ביים לעצטן פארזעצונג.

דער מצב פונעם רבי'ן ווערט וואס אמאל ערגער און ערגער, בשעת פון איין זייט סטראשעט ער מיטן אריבערגיין צום קריסטנהום אויב מען וועט אים נישט איבערלאזן, און פון די אנדערע זייט איז ער געווארן שטארק דעפרעסט פון זיין ברודער'ס פטירה (אויף אזוי ווייט אז לויט איין גירסא האט ער פרייטאג-צו-נאכטס ביי קידוש אויסגעגאסן די וויין און אראפגעווארפן דעם בעכער). ווידער פון די אנדערע זייט לעבט דער רבי אין חשדות אויף אלע זיינע ארומיגע, ער איז חושד אז מען וויל אים פאר'סמ'ען אדער שעדיגן... די גבאים מיט די רביצין האבן ענדערש געוואלט ראטעווען דעם כבוד פון דעם הויף, ווי דער געזונט פונעם רבי'ן גופא.

די גבאים מיט די רביצין האבן דאן מטכס עצה געווען, און מיט די הילף פונעם רבי'נס נאנסטער מענטש – דער דאקטער אלמוגן פון ליעווי, וועמען מען האט אונטערגעשמירט אז ער זאל מיטארבעטן מיטן הויף – האט מען ארויסגענארט דעם רבי'ן אויסער די שטאט, וואו ער האט געשמאק פארברענגט מיטן דאקטער, בשעת דער דאקטער גיבט אים צו טרינקען אן איינשלעפערונגס געטראנק, פון וואס דער רבי פאלט אריין אין א טיפן שלאף.

גראד דאן קומען די גבאים אן, מען בינדט צו דעם רבי'ן און אינאיינעם מיט די רביצין לאזט מען זיך ארויס אין וועג.

א פארכאפונג אויפן רבי'ן!


אצינד ליינט ווייטער

די געשיכטע מיט די פארכאפונג האט זיך אפגעשפילט אויף א מאנטאג, כ"א טבת, עטליכע וואכן נאך חנוכה פון יאר תרכ"ט לפ"ק. יענעם פארמיטאג האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג אינאיינעם מיטן פארשלאפענעם רבי'ן, עס האט אבער גענומען מער פון צוויי טעג, ביז מען איז אנגעקומען צום גרעניץ קיין אוסטריה, וואו מען האט געזאלט ברענגען דעם רבי'ן קיין סאדיגורא.

וואס האט גענומען אזוי לאנג ביזן אנקומען צום גרעניץ?

ווי נאר מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג, נאך אינעם זעלבן טאג, בשעת דער רבי איז נאך געשלאפן און געפירט געווארן אויף די וועגן צום גרעניץ, איז די נייעס ארויסגערינען אויף די גאס און די חסידים האבן שוין געוויסט אז מען האט פארכאפט דעם רבי'ן. עס האט נישט גענומען לאנג ביז עס איז אנגעקומען צו די גוי'אישע פרעסע און פון דארט ביז די פאליציי און באעערדע איז דער וועג זייער נאנט. די גוי'אישע צייטונגען האבן גראד אנגעהויבן צו העצן, אז מען האט פארכאפט די ראבינער וויבאלד ער וויל זיך שמד'ן, און די חסידים לאזן אים נישט...

עס איז געווארן א ויצעקו און א סענזאציע אין די גאנצע געגנט. אלע האבן געפאדערט צו וויסן "וואו געפינט זיך דער ראבינער?" – א זאך וואס קיינער האט דערויף נישט געהאט קיין תשובה. די צייטונגען וואס ווערן צוטירט אין פארשידענע מקורות, ליינען זיך זייער שרעקליך, מעלדנדיג איבער א קידנעפינג, א מענטש פארכאפונג און גניבה. א תקופה נאך די פאסירונג, האבן זיך די צייטונגען נאכנישט געקענט אריאנטירן און כסדר געשריבן איבער די דאזיגע פאסירונג מיט גרויס אויפברויז און פארריבל אז אזאנס האט פאסירט.

צווישן די גוי'אישע בעאמטע איז מען אויך נישט געשלאפן. נאך אינעם זעלבן מאנטאג פון די פארכאפונג, האט דער פאליציי הויפט "פרעפעקט" - וואס ליאווי האט זיך געפינען אונטער זיין אויפזוכט – געשיקט א טעלעגראם צום אינערן מיניסטער "מייהיל קאגאלניציאנא", אז די אידן ווילן אפהאלטן דעם ראבינער פון זיך טויפן און דעריבער האט מען אים פארכאפט. דער פאליציי הויפט האט געוויסט צו דערציילן זייערע פלענער, אריבערצופירן דעם ראבינער דורכ'ן טייך, קיין יאסי, און פון דארט אריבערגיין דעם גרעניץ קיין אוסטריע. דער אינערן מיניסטער האט נישט פארשווענדעט קיין צייט און תיכף געלאזט וויסן די אינפארמאציע פאר די פאליציי אין יאסי, באפעלנדיג אז מען זאל גראד ארעסטירן די פארברעכער און זיי ברענגען צו גערעכטיגטקייט.

עס איז נאך פאראן אפגעהיטן א קאפיע פון א צייטונג, וואס פלעגט זיך קאנטערטרירן אויף געזעץ און געריכט, דער בריוו אויסטויש צווישן דעם אינערן מיניסטער און די פאליציי שעף פון יאסי. דארט איז פאבליצירט אן ענטפער וואס די פאליציי הויפט פון יאסי האט צוריקגעשיקט פארן אינערן מיניסטער, נעמליך אז ער האט שוין באקומען די אינפארמאציע איבער דאס פארכאפונג שוין פון פריער און אז דער רבי איז שוין אנגעקומען קיין יאסי, נאר וויסנדיג אז מען זוכט זיי, זענען זיי אנטלאפן אינמיטן נאכט קיין בוטשאן.

אינעם זעלבן צייטונג איז פאראן א בריוו פון די פאליציי פון בוטשאן, וואו זיי מעלדן אז מען האט פארשטערקערט די זוך אקציע נאכן רבי'ן און אז לויט זייער אינפארמאציע איז דער פלאן אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, כדי אנצוקומען קיין שאץ, וואו עס וואוינט א גרויסער ראבינער (וועלכער צדיק האט געוואוינט בימים ההם אין שאץ? – אויב איינער פון די ליינער קענען דאס קלארשטעלן...). עס איז אויך פאראן א בריוו פון די פאליציי פון פאלטישאן, אז ער וועט פארזיכערן אז קיינער וועט נישט אריבערגיין דעם גרעניץ דורך זיין גלילות.

צווישן די בריוו פון די רעגירונגס איינגעשטעלטע, ווערט אויך אויפברענגט דעם חשד אז מעגליך אז מען האט גע'הרג'עט דעם רבי'ן. זיי האבן שוין געהאט די אינפארמאציע אז דער רבי געפינט זיך שוין אין באקאווינע, אבער האבן אויך געוויסט אז דער רבי איז נאכנישט אריבערגעגאנגען דעם גרעניץ קיין אוסטריע. דעריבער האט מען זיך קאנצטערטריט בעיקר אויף יענעם ראיאן.

עס דארף באמערקט ווערן, אז אין אלע בריוו ווערט כסדר דערמאנט דעם פאקט, אז דער רבי איז פארכאפט געווארן מיטן ציל, אים נישט צו דערלאזן זיך טויפן און אריבערגיין צום קריסטהום. דאס ווייזט ווי אומקראנט די אמאליגע נייעס זענען געווען, בשעת היינט איז קלאר אז דער ליעווער האט אזעלכע מחשבות קיינמאל נישט געהאט. אדרבה, נאכדעם וואס ער איז באפרייעט געווארן און האט געהאט די געלעגנהייט צו טון וואס ער האט געוואלט, איז אים קיינמאל נישט אויפגעקומען אויף די געדאנק זיך צו שמד'ן, טראצדעם וואס אנדערע האבן געלייגט פיל האפענונגען דערויף. עס ווייזט נאר דערויף, אז די שמועות אין גאס האבן אזוי געלויטעט, דאס איז געווען וואס די קריסטן האבן פראבירט צו פראפעגאנדירן און דאס איז געווען די מעגליכע אפיציעלע תירוץ פון די גבאים מיט די רביצין.

במשך פון די צוויי טעג, פון מאנטאג, כ"א טבת תרכ"ט, ביז די נאכט צווישן מיטוואך און דאנערשטאג, האט דער גאנצער געגנט געקאכט ווי א קאך לעפל, אלע האבן געוואלט וויסן וואו דער רבי איז און וואס עס האט פאסירט מיט אים. אויך די רעגירונג בעאמטע האבן געארבעט פיבערהאפטיג אפצושטעלן דעם סקאנדאל און אפירזוכן דעם רבי'ן אים צו באפרייען.

עס זענען אפילו פארגעקומען ארעסטן אויף מענטשן וועמען מען האט פארדעכטיגט אין האבן א פארבינדונג מיט דעם סקאנדאל. צווישן אנדערע זענען ארעסטירט געווארן: ניסטאר וועקסלער פון ליעווע – דער אויפזעער אויפן הויף; מרגליס סימון רייזנער פון יאסי; חיים לייב דיימאנט פון בוטשאן – ביי וועמען מען האט געפינען אן ערלויבעניש אריבערצופירן דעם רבי'ן דעם גרעניץ, וויבאלד ער איז זייער קראנק; מארקא (מאיר) פיינסער – דער מעיאר פון ליעווע; נפתלי רעטשער פון בראטשקאוויץ און לייב הערמאן פון קאהאל – ביי וועמען מען האט געפינען דאקיומענטירטע פלענער ווי אזוי צו פארכאפן דעם רבי'ן מיט געוואלד. לויט ווי עס קוקט אויס, זענען געווען פארמישט הויכראנגיקע פערזאנען, ביי וועמען מען האט געשמירט מיט שוחד, אז זיי זאלן מיטארבעטן מיט די פלענער.

די דאזיגע אידן, ווי אויך פילע אנדערע וועמען מען האט ארעסטירט, האט מען גענומען אויף אויספארשונג און פראבירט צו דערגיין ביי זיי וואו אצינד דער רבי געפינט זיך. פון דארט האבן די בעאמטע גענאשט זייער אינפארמאציע, וואס זיי האבן געשריבן אויף די אויבנדערמאנטע בריוו. עס איז געווען א רעדע אז מען האט מעגליך גע'הרג'עט דעם רבי'ן, נאכן זען אז מען זוכט אים ארום.

טראץ די אלע זוכערייען און איבערקערענישן, האט מען נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויפן רבי'ן מיט זיינע פארכאפער. גאנצע צוויי טעג האט זיך די שירה געוואגלט אויף וועגן און שטעגן, באהאלטן פון די זוכנדע אויגן פון געזעץ, בשעת דער רבי געפינט זיך אונטער די אויפזוכט פון זיינע גבאים מיט די רביצין.

וואס עס איז אלס פארגעקומען מיטן רבי'ן אין די דאזיגע צוויי טעג, איז נישט קלאר. ר' בערניו זעלבסט האט דערציילט שפעטער פאר די משכילים אין טשערנאביץ, אז אינמיטן וועג האט ער זיך אויפגעכאפט פון שלאף, און כאפנדיג וואס עס קומט דא פאר, האט ער זיך גענומען שרייען פאר הילף און אלס רעזולטאט דערפון האבן אים די גבאים פראבירט צו הרג'ענען. אנדערע ווערסיעס זענען פאראן, אז ווען ער האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף, האט די רביצין שיינדל אנגעהויבן צו וויינען און פרעגן פון איר מאן, פארוואס ער מאכט איר אן אזעלכע בושות און פארוואס דאס אלעס קומט זיך איר.

במשך פונעם וועג, האבנדיג א חשד אז מען איז אויף זייערע שפירן, האט מען פארשטעלט דעם רבי'ן ווי א פרוי, און אזוי איז מען ווייטער געפארן (פרעגט מיר נישט וואס מען האט געטאן מיט זיין בארד...). אין אן אנדערן פאל האט מען באהאלטן דעם רבי'ן אין א פאסט וואגאן, וואו מען פירט פאסט פון איין ארט צום צווייטן. אזוי האט מען ארומגעפירט דעם רבי'ן, ביז מען האט געקענט שווערצן דעם גרעניץ.

אין די נאכט צווישן מיטוואך און דאנערשטאג, איז ענדליך געלונגען פאר די פמליא אריבערצושווערצן דעם גרעניץ, אונטער די אויגן פון די וועכטער, און די רבי איז געפירט געווארן דורך די גבאים קיין אוסטריע. דערווייל האט מען פון גארנישט געוויסט און מען האט ממשיך געווען צו זוכן דעם רבי'ן מיט זיינע פארכאפער.

הערשט א טאג שפעטער, איז ארעסטירט געווארן א אידישער בעל-עגלה מיטן לעגאלן נאמען 'יאסיף סין לייב' (יוסף בן לייב). ער האט דערציילט פאר די אויספארשער, אז נעכטן ביינאכט האט דער ראבינער געשווערצט דעם גרעניץ דורך מיהיילן. מען האט תיכף געלאזט מעלדן דערפון דעם אינערן מיניסטער, וועלכער האט גענומען די געשיכטע זייער פערזענליך און איז געשטאנען אין שפיץ פון די זוכערייען. ער איז געווארן אויסער זיך פון כעס אז אזאנס האט געקענט פארקומען. אין א בריוו וואס ער האט דאן געשריבן, דערמאנט ער אז די פאליציי פון בוטשאן האבן זיך אויפגעפירט ריכטיג, בשעת זיי האבן פארשטערקערט די וואך אין זייער גרעניץ, אבער די גרעניץ וועכטער פון מיהיילן זענען דורכגעפאלן און מען דארף זיי באשטראפן. עס איז דאן פארגעקומען אן אויספארשונג איבער די אקטיוויטעטן פון די וועכטער ביים גרעניץ אין מיהיילן. דער אינערן מיניסטער האט זיך נישט אפגעשטעלט דערמיט, ער האט נאך ווייטער פארארבעט מעשים, דורך דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אוסטריע, אז מען זאל צוריקשיקן דעם ראבינער אויף אויספארשונגען.

פרייטאג פארטאגס, כ"ה טבת תרכ"ט לפ"ק, איז דער ליעווער רבי אנגעקומען מיט די גבאים און רביצין שיינדל צום הויף פון זיין ברודער – דעם זעלבן הויף וואו זיי פאטער האט דארט געפירט ביד רמה. אצינד איז ער אנגעקומען צו דעם הויף ווי אן ארעסטאנט, געצווינגענערהייט.

מען האט דעם ליעווער רבי'ן אריינגענומען אין א צימער און אים פארשפארט!

פארזעצונג קומט אי"ה

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 5:43 pm

· #307716
שיער פארגעסן: יישר כח זוכער, אין דיין זכות איז דא נאך א פארזעצונג.

זכות הרבים תלוי על ידך.

בת קול » דינסטאג יוני 7, 2016 2:03 pm

· #336997
@חקרן נו????

בת קול » דינסטאג יוני 7, 2016 2:06 pm

· #336999
דער עולם איז זעך צוגאַנען?

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 2:36 pm

· #337003
מ'מעג בארעדן דעם ערשטער רבין'ס שוואגער?

אה. ס'איז נאר א שוואגער...

א איד » דינסטאג יוני 7, 2016 5:40 pm

· #337032
בין איך הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען די לעצטע פארזעצונג.
יישר כח @חקרן איך בין שוין רעדי אויף די נעקסטע

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 5:49 pm

· #337034
חקרן
איך האב מורא אז עס איז פארקערט...

חקרן וויל, די שאלה איז גאט וויל... דערפאר האט עס גענומען אזוי לאנג.

BAL TSHIVA » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:52 am

· #337345
We want more

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 9, 2016 4:45 am

· #337363
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
הערליכער thread. איך האב מיך באלעקט די פינגער.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » פרייטאג יוני 10, 2016 12:38 am

· #337533
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
אזא שיינקייט ברויך באשיינען דעם 'וועקער' נאו טו וועיס עבאוט איט.

מ'ברויך נאר חקרן זאל צוענדיגן אז ס'זאל זיין א שלימות.

בן אדם » פרייטאג יוני 10, 2016 12:41 am

· #337534
חס ושלום!

קל וחומר » פרייטאג יוני 10, 2016 12:46 am

· #337536
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
פארוואס?

צום פינטל » מיטוואך אקטאבער 5, 2016 1:15 am

· #351690
חקרן איך קען דיך נישט געניג באדאנקען פאר די הערליכע באשרייבינג ביז הער
ביטע לאז אינז נישט מיט די צינג אינדרויסן שרייב ווייטער
תודה

סקרן » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 11:18 am

· #352963
אנטשולדיג ר' חקרן איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען אלס וואס איר האט געשריבען עס איז זייער גוט און איך האב שטארק הנאה געהאט
איין שאלה האב איך צו דיר פארוואס שרייבסטו אזוי איין זייטיג די מעשה נישט חלילה אז איך זאג ס'איז געווען אינגאנצן פארקערט אבער אסאך זאפטיגע מעשיות סיי פון זיין טאטע און פון זיין שווער פון זיין ברודער וואס קורא הדורות מאז האבען געשריבען האסטו אויסגעלאזט
און דאס וואס דו צולאזט דיך אזוי אויפ'ן רעביצין זיינע און מאכסט דעם רבי'ן כמעט אומשולדיג ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט עס ווייל נישט אין רוזין נישט אין טשערנאביל נישט אין צאנז האט מען אזוי גערעדט נאר ביי די משכילים האט מען אזוי גערעדט און זיי זענען איבערהויפט נישט באגלייט נאך ווייניגער ווי די צאנזער שרייבערס נישט אז די צאנזער שרייבערס זענען יא אינגאנצען באגלייבט אבער ווען מען שרייבט עפעס דארף עס זיין באשריבען פון אלע מקורות נאר דערצו אזא קאנטרעווארסעל נושא אבער זייער א שיין און גוט ארבעט

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 6:07 pm

· #353015
חקרן
נאך די ימים טובים אי"ה, וועלן מיר קלערן דערפון.

חקרן: באמת קענסטו שוין אנהייבן קלערן. אזוי אז נאך די יו"ט אי"ה זאלסטו שוין זיין גרייט צו טון למעשה. ווייל אז נישט וועלל איך זיין געצווינגען אליינס אויס צו פאנטאזירן די איבעריגע פארזעצונגען, פון מיין אייגענעם דמיון. כיד ה' הטובה עלי... 😂
נ.ב.: א פאר גרויסע קאמפעניס (ניין. נישט די עלעקטריק און געז קאמפאני.) אין האליוואוד לויפן מיר נאך. זיי וויללן אז איז זאלל ווערן זייער סקריפט שרייבער פאר מעגליכע קומענדיגע מאווי פראדוקציעס וואס זיי פלאנען ארויסצוגעבן אי"ה. זייערע ברענטשעס אין וויליאמסבורג (ביים וואסער) האבן שוין געמאכט ערנסטע קאנטאקטן מיט מיר... 🙄
פיל"ד: דאס איז א שם פון א מלאך וועלכער העלפט צו צו פארקויפן זאכן. (וואס דער קאסטומער וויל, אדער קען נישט קויפן.)

סקרן » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 2:36 pm

· #356255
הרב חקרן וואס איז מיט אייך געשעהן?
ס'קומט די יאהרצייט פונעם לעוויר י"ג כסלו

סקרן » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 12:55 pm

· #356837
היינט קומט פאר א הכנסת ספר תורה לע"נ הרה"ק מלעווע און אחיו הרה"ק משטפנשט
אריינגעגעבן דורך האדמור מבאיאן שליט"א

סקרן » דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:27 pm

· #377247
חקרן האט איהר אויפגעגעבן?
ס'איז נאך דא א וועלט צו שרייבן אויפ'ן לעוויר לכאן ולשם

חקרן » פרייטאג יוני 30, 2017 12:13 am

· #377308
אזוי ווי שוין ערווענט, זעענדיג אז דער אשכול איז געווארן א מקום וואו מען בארעדט צדיקים, בפרט דורך איין געוויסער ניק וואס איז ווייט פון חסידות און פארשטייט נישט צו אונזער קולטור און לעבן, וויל איך דעריבער נישט זיין א גורם דערצו. אז דער עולם וועט צוזאגן אז מען וועט דעבאטירן נאר דעם עצם מעשה אבער נישט גדולי החסידים פון פריעדיגן דור, וועל איך קענען ממשיך זיין.

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 30, 2017 12:50 am

· #377313
איך לייג מיין האנט תחת ירכך. האסט מיין ווארט. Go.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 30, 2017 2:16 am

· #377316
קאווע טרינקער: זעה נאר אז נחום זאלל נישט אויסגעפונען. ווייל ער'ט דיך ארויפלייגן אויף זיין האטליין... 😂

בן אדם » פרייטאג יוני 30, 2017 10:35 am

· #377328
קאווע טרינקער
איך לייג מיין האנט תחת ירכך. האסט מיין ווארט. Go.

אבער גייסט עס נישט קענען אוועקנעמען פון דארט ביז די ענד...

וואס ליטוואק אין בערל גייען דא נישט אפטון...!

סמבטיון » פרייטאג יוני 30, 2017 10:55 am

· #377330
הרב חקרן דו ווייסט דאך ווי דער עולם האט הנאה געהאט פון די אשכול, וועגען איין ניק וואס זייעט אן כאאס ווי ער טרעט אריין , על כל העדה תקצוף?? פליז בארעכן זיך און הייב אן ווייטער צו שרייבן די דראמאטישע השתלשלות הענינים לבית ליעווע.

א איד » פרייטאג יוני 30, 2017 5:59 pm

· #377390
Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?
גם אני מצטרף לקאווע
איך לייג נישט מיין האנט אונטערן גארטל, אבער דו האסט מיין ערנ-ווארט.
איך וועל שתדלן ביי די הנהלה, און מדווח זיין א יעדע תגובה וואס עס איז מגרע בכבוד הצדיקים הקודמים

בן אדם » פרייטאג יוני 30, 2017 6:10 pm

· #377392
א איד
גם אני מצטרף לקאווע
איך לייג נישט מיין האנט אונטערן גארטל, אבער דו האסט מיין ערנ-ווארט.
איך וועל שתדלן ביי די הנהלה, און מדווח זיין א יעדע תגובה וואס עס איז מגרע בכבוד הצדיקים הקודמים
סמבטיון
הרב חקרן דו ווייסט דאך ווי דער עולם האט הנאה געהאט פון די אשכול, וועגען איין ניק וואס זייעט אן כאאס ווי ער טרעט אריין , על כל העדה תקצוף?? פליז בארעכן זיך און הייב אן ווייטער צו שרייבן די דראמאטישע השתלשלות הענינים לבית ליעווע.

בעלז איז טאקע נישט צופיל אריינגעקומען...
בלאט: 1 2